Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס

קאווע שטיבל • נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13211
זונטאג יולי 07, 2019 3:29 pm#432752
נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
עס איז ארויס געקומען פאריגע וואך די נייע עדיוקעשען רולס פאר די נאן פאבליק סקולס איך מיין עס איז טא מאטש פאר א אידיש קינד.




619p12d2.pdf
(342.36 KiB) אראפגעלאדנט 122 מאל


new york stare register

אנשטאט וואס מען האט געזאלט פארהאנדלען מיט דעם נפתלי מאסטער איז דער ציווילדערוויטער בנציון ווידער פארנומען געווען מיט אים צו באשמוצען מיט פאסטען פיקטשערס פון אים ווי ער גייט אן א קאפל און אריין געווארפן ביי א committee צוזאמקום אין ראקלענד קאנטי legislature, מאסטער'ס באריכט אין גארביטש כאילו לא דובים ולא יער, ביי אונז איז אלעס און די בעסטע ארדערונג, און געמאכט אפאר ווידיאס ווי אפאר מוצלח'דיגע אינגעלייט זאגן אז זיי האבן יא גוטע פרנסות, אינדערצייט וואס ניו סקווער און קריות יואל הייסן פון די ארומסטע קאנטיס אין ניו יארק, און דער מאסטער איז געווארן מער צו לאזט און אנגהיצט און געגאנגען מער עקסטרעים, און נאך דערצו ווען ער האט געטראפן און די ניו יארק סטעיט געזעצן אז די נאן פאבליק סקולס דארפן זיין substantially equivalent מיט פאבליק סקולס. און מען איז אנגעקומען ווי מען האלט היינט

ווי אזוי האב איך געלערנט דעם שבת אל תהי בז לכל אדם - שאין לך אדם שאין לו שעה
זונטאג יולי 07, 2019 3:54 pm#432753
Re: נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
איך פארשטיי נישט וואס זיי טראכטען, פארשטייען זיי נישט אז געוויסע לימודים וועלן מיר קיינמאל נאכגעבן צו לערנען? א שאד אז די סטעיט עדיוקעישאן חברה האבן נישט קיין קלוגע היימישע יועצים זיי צו ווייסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו ברענגען די ריכטיגע רזולטאטען, סיי מיט ווי סאך שעות און סיי מיט פונקציה וואס צו לערנען, מיר אלע פארשטעקן זיך די נאז און לאזן מאסטער פייטן מיט נידערמאן, ווי זענען די נארמאלע מענטשען?


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג יולי 07, 2019 5:21 pm#432757
בנציון ווידער און משה דוד נידערמאן'ס ארגענזאציע PEARLS האבן ארויסגעלייגט א בריוו וואס דער עולם גולם זאל שרייבן צו די Department of education פאר די פאבליק קאממענטס און בתוך הדברים שטייט אזוי :
Every day, my children learn the critical thinking, problem solving, language, literacy, and computational skills that are necessary to prepare them for success. I am confident that they will graduate with the skills necessary to function as successful members of society
סתם שקר, אלעס פארוואס צו קענען בלייבן מאכן אפאר מיליאנען אויף אינזער חשבון.

איך מיין אז יעדער זאל אליינס שרייבן אן אייגענע בריוו, מיט די גאנצע אמת וואס מען טוט מיט אינזער קינדער אין סקול, אז מען לערענט נישט געהעריג קיין ענגליש און ודאי נישט קיין קאמפיוטער סקילס און וואס די טיטשער'ס אליינס קענען נישט געהעריג, און צוגאב זאל מען אויך שרייבן וואס עס איז אויסגעהאלטן צו לערנען לויט די אידישע רעליגיע און וואס נישט.

Christina Coughlin
NY Education Department, SORIS
89 Washington Avenue, Room 1075 EBA, Albany, NY 12234
518-474-7206
e seregcomments@nysed.gov e :Email

פארשטייט זיך שרייבן מיט ריספקט

געדענק. איך ווייס נישט נאכאמאל וואס דער יחיד וועט האבן א געלעגענהייט צו קענען זאגן זיין מיינוג איבער אינזער קארפטע חינוך סיסטעם פאר גרויסע באאמטע אויף אן אופן וואס די סאסייעטי זאל נישט וויסן דערפון. פארלאט זיך נישט אויף Pearls און נישט אויף Pearls .Yaffed איז דא שאר צו מאכן אז די מוסדות קענען ווייטער מאכן געלט פון די גאווערמענט און קענען ווייטער רייטן אויפן ציבור, און Yaffed איז שוין היינט דא נאר צו פייטן Pearls, זיי מיינען שוין נישט אינזער גוטס.
זונטאג יולי 07, 2019 6:43 pm#432762
calculator האט געשריבן:בנציון ווידער און משה דוד נידערמאן'ס ארגענזאציע PEARLS האבן ארויסגעלייגט א בריוו וואס דער עולם גולם זאל שרייבן צו די Department of education פאר די פאבליק קאממענטס און בתוך הדברים שטייט אזוי :
Every day, my children learn the critical thinking, problem solving, language, literacy, and computational skills that are necessary to prepare them for success. I am confident that they will graduate with the skills necessary to function as successful members of society

סתם שקר, אלעס פארוואס צו קענען בלייבן מאכן אפאר מיליאנען אויף אינזער חשבון.

סתם שקר?? נישט בהכרח.
איך קען זען זייער אסך עלטערן זאלן האלטן אז דאס איז דער ריינער אמת.
איך קען זען איינער זאל האלטן אז לערנען גמרא בעין העלפט שטראק ארויס מיט critical thinking, problem solving, and computational skills that are necessary to prepare them for success.
אנדערע קענען האלטן אנדערש
זונטאג יולי 07, 2019 6:57 pm#432766
דאס אז עלטערן האלטן אזוי מאכט עס נישט ווייניגער שקר. און צו פיטערן און איבער'חזר'ן אזעלכע שקרים איז א עוולה.
זונטאג יולי 07, 2019 8:04 pm#432778
איך זעה נישט די גרויסע עוולה וואס זיי טוען, די בהמות וועלן סייווי טוען וואס זייערע בהמישע אינסטינקן דיקטירן זיי צו טון, און די אויפריכטיגע מענטשן וועלן סייווי אדורכזען די שקרים, סך הכל גיבן זיי פאר די בהמות א גוטע תירוץ זיך צו פילן גוט.

די חברה מיינען בכלל נישט די קאוועשטיבל אידן, זיי ווייסן גאנץ גוט אז אונז זענען פיין מסודר. זיי זענען נאר דא צו מאכן די בהמות גוט פילן, און אז די בהמות זענען זאט קענען אונז נאר פארדינען דערפון, יודע צדיק נפש בהמתו.
זונטאג יולי 07, 2019 9:47 pm#432788
נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
פון אלע רבי׳ס שפראצט ארויס דעם דמות פון הגה״צ רבי ברוך מאיר יעקב הלוי שוחט שליט״א אדמו״ר מקרלין-סטאלין, וואס זיין עיקר גאנג אין חסידות איז מידת האמת, און דאס האט ער מקבל געווען פונעם פריערדיגן רבי׳ן זיין זיידע רבי יוחנן זצ״ל, ער ווייזט נישט ארויס קיין שום התפעלות ביים דאווענען אדער ביים טיש, ער לאזט נישט נעמען בילדער אפי׳ סאיז שוין היינט אנגענומען, ווייל ער גייט דאך מיט די אמת נישט מיט וואס די גאס נעמט אן, ווען ער האט איינגעזעהן יא צו נעמען געלט פונעם מדינה הציונות היפך שיטות כמה חסידי קארלין בירושלים, איז אומר ועושה אפי׳ ער פאלירט א שיינע קיבוץ אידן לדוגמת הגה״ח ר׳ חיים אורי פריינד הי״ו, ביים גירוש יהדות גוש-קטיף איז ער געווען אויס מענטש און געטוהן אסאך פאר די מגורשים, און בכלל האט ער זיין מהלך בנוגע גיוס און בנוגע סמינרים ועוד, אז עס קומט ארויס א כלי שנקרא ״סמארטפאן״ קוקט עס די רבי אן מיט זיין אייגן בליק און מאכט אפ אליין צו קויפן איינס און די חסידים קענען שיקן שאלות דורך דעם גראד צום רבין, אבער א חסיד אן א פילטער איז אחת דתו.
ובנוגע לעניינינו פאדערט ער פון די מתיבתא בחורים צו נעמען Regents און די חסידים פאלגן רצון קדשו, זעהט אויס אז די חסידים וואס גייען מיט פיאות ארום די אויער האבן אן אנדערן בליק..


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג יולי 08, 2019 11:44 am#432807
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. עס מוז זיין אז דער עדיוקעישן דעפארטמענט איז א גאר שווערע קליפה. קודם האבן אונז געווינען דורך שמחה פעלדער, און דער יאר נאך אמאהל אין געריכט, און זיי זענען נאך אלץ דא?

וויפיל מאל דארפען מיר אזוי געווינען ביז זיי וועלען איינזעהן אז זיי האבן פארלוירן?
מאנטאג יולי 08, 2019 12:18 pm#432820
נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
אישתישבי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. עס מוז זיין אז דער עדיוקעישן דעפארטמענט איז א גאר שווערע קליפה. קודם האבן אונז געווינען דורך שמחה פעלדער, און דער יאר נאך אמאהל אין געריכט, און זיי זענען נאך אלץ דא?

וויפיל מאל דארפען מיר אזוי געווינען ביז זיי וועלען איינזעהן אז זיי האבן פארלוירן?

איך מיין מיר וועלן נאכאמאל דארפן ווארטן ביז די קומענדיגע ערב פסח.., ווארום דאן איז א געוואלדיגע עת רצון אין דעם געביט (אפשר ווייל דאן איז כלל ישראל געבוירן געווארן בעת יציאת מצרים, און די גזירות החינוך וויל אונז מדמה זיין צום גוי..), אנגעהויבן פון די ערשטע נס מיטן שד״ר ר׳ שמחה פעלדער, און נאכדעם די נס דאס יאר מיט די קארט ארויסווארפען די נייע פארשרופטען ביז עס גייט דורך א געהעריגע פראסעס.



Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג יולי 08, 2019 1:03 pm#432823
אישתישבי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. עס מוז זיין אז דער עדיוקעישן דעפארטמענט איז א גאר שווערע קליפה. קודם האבן אונז געווינען דורך שמחה פעלדער, און דער יאר נאך אמאהל אין געריכט, און זיי זענען נאך אלץ דא?

וויפיל מאל דארפען מיר אזוי געווינען ביז זיי וועלען איינזעהן אז זיי האבן פארלוירן?


יאפפעד פלעגט בעיקר פייטן אז אינז קומען נישט נאך די שטאטישע פארלאנגען, און ער האט פארלאנגט אז די סיטי זאל קומען אינוועסטיגעטן, שמחה פעלדער האט געטרייעט צו פארדרייען א קאפ אז אפילו די וועסט זעהן אינז קומען נישט נאך, איז אויך גארנישט ווייל מיט אינזער גמרא תלמוד בבלי איז פונקט ווי לערנען סייענס און אנדערע זאכן, ווען יאפפעד האט אנגעהויבן ארויס צו ברענגן די געזעץ פון סאבסטענשל איקווילעווענס, דעלמאטס העלפט נישט קיין גמרא'ס, ווילאנג די פאבליק סקול אין דיין דיסטריקט לערנט נישט קיין גמרא, איז פאר דיר אין דיין פרייוועט סקול גמרא אויך נישט גענוג.
מאנטאג יולי 08, 2019 1:09 pm#432824
אישתישבי האט געשריבן:
וויפיל מאל דארפען מיר אזוי געווינען ביז זיי וועלען איינזעהן אז זיי האבן פארלוירן?


איך ווייס נישט וואס די סוף גייט זיין, אבער דאס איז אמאל זיכער אז עס גייט זיך אויפהערן די מאנקי ביזנעס, סיי יאפפעד און סיי די מיזעלס סומאכטע האט גורם געווען אז די סטעיט האט זיך אנגעטוען גרויסע גלעזער אויף אינזער חינוך.
איך ווייס סאטמאר אין וויליאמסבורג האט יעדען 2'טע טאג אינספעקטערס.
מאנטאג יולי 08, 2019 2:58 pm#432830
calculator האט געשריבן:בנציון ווידער און משה דוד נידערמאן'ס ארגענזאציע PEARLS האבן ארויסגעלייגט א בריוו וואס דער עולם גולם זאל שרייבן צו די Department of education פאר די פאבליק קאממענטס און בתוך הדברים שטייט אזוי :
Every day, my children learn the critical thinking, problem solving, language, literacy, and computational skills that are necessary to prepare them for success. I am confident that they will graduate with the skills necessary to function as successful members of society
סתם שקר, אלעס פארוואס צו קענען בלייבן מאכן אפאר מיליאנען אויף אינזער חשבון.

איך מיין אז יעדער זאל אליינס שרייבן אן אייגענע בריוו, מיט די גאנצע אמת וואס מען טוט מיט אינזער קינדער אין סקול, אז מען לערענט נישט געהעריג קיין ענגליש און ודאי נישט קיין קאמפיוטער סקילס און וואס די טיטשער'ס אליינס קענען נישט געהעריג, און צוגאב זאל מען אויך שרייבן וואס עס איז אויסגעהאלטן צו לערנען לויט די אידישע רעליגיע און וואס נישט.

Christina Coughlin
NY Education Department, SORIS
89 Washington Avenue, Room 1075 EBA, Albany, NY 12234
518-474-7206
seregcomments@nysed.gov :Email

פארשטייט זיך שרייבן מיט ריספקט

געדענק. איך ווייס נישט נאכאמאל וואס דער יחיד וועט האבן א געלעגענהייט צו קענען זאגן זיין מיינוג איבער אינזער קארפטע חינוך סיסטעם פאר גרויסע באאמטע אויף אן אופן וואס די סאסייעטי זאל נישט וויסן דערפון. פארלאט זיך נישט אויף Pearls און נישט אויף Pearls .Yaffed איז דא שאר צו מאכן אז די מוסדות קענען ווייטער מאכן געלט פון די גאווערמענט און קענען ווייטער רייטן אויפן ציבור, און Yaffed איז שוין היינט דא נאר צו פייטן Pearls, זיי מיינען שוין נישט אינזער גוטס.


אפשר לייגט איינער ארויף אפאר סעמפלס. אזוי וועט זיין גרינגער פאר די עולם צו שיקען.. זה כנגד זה
מאנטאג יולי 08, 2019 3:05 pm#432833
chosen people האט געשריבן:אפשר לייגט איינער ארויף אפאר סעמפלס. אזוי וועט זיין גרינגער פאר די עולם צו שיקען.. זה כנגד זה


שרייב זיי אז איך האב געוואלט שרייבן מיין מיינוג אבער איך בין א חסידישע גרעדיעיט דערפאר קען איך נישט שרייבן ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט אין סקול ווי אזוי מען שרייבט אן אימעיל און בכלל מיין ענגליש איז זייער שוואך.
מיטוואך יולי 10, 2019 7:55 am#432947
To education department
We tell you that we don't need your education. Our talmud teaches us everything we need. Math, science, social studies, and everything is included there. Critical thinking we have, whenever something critical happens we call or own hatzuleh, which is better than your ems
Thank you
דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:25 pm#433032
מאסטער גיבט א באריכט איבער זיין מערכה.

https://www.youtube.com/watch?v=0E9y7o5j3nc&feature=youtu.be
דאנערשטאג יולי 11, 2019 7:34 pm#433051
וואי מאסטער בכבודו ובעצמו? וואי ווי באמבל בי.
מאנטאג יולי 15, 2019 2:19 pm#433165
אין א ספּאַנטאַנע איבעראשונג האט די קאמיסיאנער'סקע פונעם עדיוקאציע דעפארטמענט היינט אנאנסירט איר רעזיגנאציע.

האפענטליך וועט ס'נעקסטע קאמיסיאנער בעסער פארשטיין די פרייהייטן מיט וואס עלטערן זענען בארעכטיגט.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 6:09 pm#433355
יאפפעד און פערלס ביידע שטעלן ארויס email templates צו שיקן פאר די סטעיט, ווי זענען אינז אנשי קאווע שטיבל, מיר דארפן אויך לאזן הערן די דעת תורה אמיתיות פאר די אומות העולם אז אויסער ענגליש, מעהט, קאמפיוטער סקילס, דארפן מיר נישט צו קומען צו זיי.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 12:23 pm#433696
משה דוד נידערמאן האט געהאלטן א דרשה, און געוואלט זיך אויספיצען אז זיין PEARLS ארגענזאציע איז לשם שמים, האט ער מסביר געווען פארן עולם אז די גזירת החינוך האט נישט צו טוען צי די מוסדות גייען יא באקומען געלט צי נישט, ווייל און די רעגאלאציעס שטייען אז ווער עס גייט עס נישט אויספאלגן די ענד גייט זיין אז גייט זיין א child abuse קעיס, און מען קען דיר אוועק נעמען דיינע קינדער, וואס די פראבלעם איז פאר א יעדן יחיד, און אויף דעם שלאגט זיך פערלס. דאס איז טאקע אמת און אזוי שטייט. אבער ווער עס האט מיט געהאלטן די מערכה פון אנהייב ווייסט, אז די סיבה וואס די STATE פילט אז זיי קענען זיך אריינמישן איז נאר ווייל די מוסדות נעמען געלט, קומען זיי בטענה, אז איך גיב דיר נישט געלט, די זאלסט קענען מגדל זיין קינדער פאר דיין ראליגיע, דאס איז געווען פון מאסטער'ס טענות א גאנצע צייט, די מוסדות באקומען מיליאנען און טוען גארנישט, איינע פון די סענעטערס און אלבעני האט זיך פאר א יאר צירוק אנגעריפן אז ער האלט אז א מוסדות וואס פאלגט נישט זאל מען די ערשטע זאך סאטפן די פאנדינג. און די מוסדות האבן א גאנצע צייט זיך א הער געשטעלט אז אונז זענען יא וואויל און פיין, און עטס דארפטס גארנישט טוען, אונז טוען יא וואס ענק פארלאנגען און אונז זענען אויסגעהאלטענע נאנ פאבליק סקולס. און אפילו די פאריגע November ווען עס איז ארויסגעקומען די גיידליינס האבן זיי נישט ג'טענהט אז די רעגאלאציעס זענען אנטקעגן אונזער תורה, אנזער ראליגיע, נאר אויף א פאליטישען אופן געגאנגען און קאורט, אז די וועג ווי אזוי די קאמישענער האט מתקן געווען די געזעץ איז נישט געווען די ריכטיגע וועג, ווי אזוי מען באשטימעט א געזעץ, מיט האפען צי געווינען און די קאמישענער וועט זיך מסיח דעת זיין, און זיך זוכען אנדערע ענינים צו מתקן זיין, און אונז וועלן בלייבן ווייטער אויסגעהאלטענע נאנ פאבליק סקולס וואס קענען געניסען פון די אמעריקאנע פאנדינג. ווען די מוסדות זאלן ווען נישט נעמען געלט, אדער אפילו זיי סטאפן היינט צו נעמען געלט, און קומען ארויס מיט א מערכה פון freedom of religions און אונז האבן גארנישט מיט ענק, און אונז זיכען ניטאמאל צי הייסן א נאנ פאבליק סקול, אונז האבן אן אייגענע unique religios וועג פון מגדל זיין קינדער קענען זיי עס אסאך שנעלער פייטן.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:00 pm#433698
איין טעות האט איר נאר. די רעגירונג האט נישט קיין געלט, און דערפאר איז נישט שייך אז די רעגירונג זאל פאנדן סיי וואס. נאר וואס דען, די רעגירונג נעמט געלט ביי אונז, און דעריבער האבן מיר פונקט אזא טביעה איבער געלט אפגעזען פון וויאזוי מיר ווילן מחנך זיין אונזער קינדער. ווייל ס'איז 'אונזער געלט' לכתחילה.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:11 pm#433700
קורקלענד האט געשריבן:איין טעות האט איר נאר. די רעגירונג האט נישט קיין געלט, און דערפאר איז נישט שייך אז די רעגירונג זאל פאנדן סיי וואס. נאר וואס דען, די רעגירונג נעמט געלט ביי אונז, און דעריבער האבן מיר פונקט אזא טביעה איבער געלט אפגעזען פון וויאזוי מיר ווילן מחנך זיין אונזער קינדער. ווייל ס'איז 'אונזער געלט' לכתחילה.


לא ירדתי לעומק דעתך
אז די קענסט זיי דיך מסביר.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:06 pm#433711
וועלכע חלק פון זיין טענה פארשטייסטו נישט? כ'זאג נישט אז ער איז בהכרח גערעכט אבער זיין ארגומענט איז קלאר.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:42 pm#433731
גערעכט בינעך בשיטה (לדעתי). די מציאות גראדע איז נישט גערעכט.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:53 pm#433733
קענסט אזוי זאגן אויף יעדע זאך, פון וואו נעמט די רעגירונג די געלט אויסצוצאלן די געהאלט פון יענע פאליציי אפיציר וואס האט מיר פריער געגעבן א טיקעט? פון מיינע שטייערן! מחול לך! מחול לך! מחול לך! גיב מיר נאר צוריק מיינע שטייערן און שטעל מיר נישט קיין פאליציי מיר צו געבן טיקעטס... פארשטייסט אליינס אז מ'קען אזוי נישט פירן קיין ווערטשאפט, אז דו וואוינסט און די ביזט נהנה פון דעם לאנד דארפסטו נעמען די גאנצע פעקעדש, סיי וואס ס'שמעקט דיר יא און סיי וואס ס'שמעקט דיר נישט, אז נישט פאק זיך פעק און טראג זיך אפ פון דאנעט.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:58 pm#433735
אינגאנצן נישט. די רעגירונג פעילה איז בעיקר צו היטן אירע בירגער, פאליציי פעלט אויס, געריכטן פעלן אויס, די מיליטער פעלט אויס, אזוי אויך פעלן איינצעלע אנדערע רעגירונגס אקטיוויטעטן אויס. אבער עדיוקאציע? ווי קומט דאס צו א רעגירונג? וואס האט עס בכלל מיט זיי?
דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:00 pm#433736
קורקלענד האט געשריבן:אינגאנצן נישט. די רעגירונג פעילה איז בעיקר צו היטן אירע בירגער, פאליציי פעלט אויס, געריכטן פעלן אויס, די מיליטער פעלט אויס, אזוי אויך פעלן איינצעלע אנדערע רעגירונגס אקטיוויטעטן אויס. אבער עדיוקאציע? ווי קומט דאס צו א רעגירונג? וואס האט עס בכלל מיט זיי?

ביזט מכובד זיך אריבערצוציען צו א ליבערטעריען לאנד, אויב דו טרעפסט אזא סארט לאנד בכלל, און פאר דו גייסט לאז מיר וואוסן, איך וויל מיך אויך מיטכאפן...
פרייטאג יולי 26, 2019 12:43 pm#433790
קורקלענד האט געשריבן:גערעכט בינעך בשיטה (לדעתי). די מציאות גראדע איז נישט גערעכט.


איך האב געהאלטן אז די מיינסט עפעס טיפערס, איך האב נישט געגלויבט אז די מיינסט די נארישע טענה וואס נארישע מענטשען זאגן אז וועגן דעם מעג מען גנבענ'ן פוד סטעמפס מיט סעקשען 8 ווייל באמת איז עס אונזער געלט.
פרייטאג יולי 26, 2019 1:38 pm#433793
איך האב נישט געגעבן א היתר אויף נעמען געלט. איך האלט אז די רעגירונג האט נישט רעכט צו נעמען געלט פון אירע בירגער אויפן חשבון פון אויסצאלן סיי וועמענס עדיוקאציע. אויך האלט איך אז אפי' די רעגירונג טוהט יא אזוי טארן רעליגיעזע אנטשטאלטןַ נישט נעמען די געלטער אפי' די רעגירונג זאל זיי עס געבן פרייערהייט אן קיין שום תנאים. ס'איז איז א אומרעכט פון די רעגירונג פארן גנב'נען פון די בירגער, און א אומרעכט פארן מוסד צו אקצעפטירן געלט פון א מקור וואס האט א דעה אין די חינוך.

די א.ג. הייליגע ארגענעזאציע פיערלס דרוקט טעקסט ביכער פאר קינדער, און ס'זענען שוין מערערע מאל נתפרסם געווארן קלארע איבערווייזן אז זיי פארדרייען די השקפות צו אריינפיטן אין די רעגירונג'ס קאריקולום.
מאנטאג יולי 29, 2019 1:04 pm#433902
רבותי, עס איז פיינע נייעס, עס איז שוין דא מענטשען מיט אינזער יוניפארם וואס האבן נישט מורא זיך ארויסצושטעלן אנטקעגען אינזער קאראפטע סאסייעטי, נאר א שאד אז עס גייט דורך יאפפעד.

קוקט'ס די קליפ
מאנטאג יולי 29, 2019 3:59 pm#433925
קורקלענד האט געשריבן:איך האב נישט געגעבן א היתר אויף נעמען געלט. איך האלט אז די רעגירונג האט נישט רעכט צו נעמען געלט פון אירע בירגער אויפן חשבון פון אויסצאלן סיי וועמענס עדיוקאציע. אויך האלט איך אז אפי' די רעגירונג טוהט יא אזוי טארן רעליגיעזע אנטשטאלטןַ נישט נעמען די געלטער אפי' די רעגירונג זאל זיי עס געבן פרייערהייט אן קיין שום תנאים. ס'איז איז א אומרעכט פון די רעגירונג פארן גנב'נען פון די בירגער, און א אומרעכט פארן מוסד צו אקצעפטירן געלט פון א מקור וואס האט א דעה אין די חינוך.



ווי אזוי די ליינסט דער אויסקוק פין אינדערהיים אמאהל, די פויערן, די מאשקעס, אגאנצע שטאט קיין נישט לייענען, מען זאמעלט זיך איין צום חכם מיט די גלעזער זאל פארליינען די נייעס, דער עולם גלייבט אין אלע שטותים פין רעגנבויגן ביז קרעץ, דאס איז א תוצאה פין נישט זיין עדיוקעיטעד, איז נישט וויכטיג די גאווערמענט זאל מאכן זיכער אז יעדער איינער באקומט עדיוקאציע, אזוי אז יעדער זאל קענען האבן די מעגליכקייט צו קענען האבן הצלחה?

דיינע שיטות זענען צו שטארק גענויגט אויף רעכטס, אמאהל זענען זיי גערעכט, ווען מען נעמט צופיל למען הכלל דורך טעקס, אבער עדיוקאציע איז פין די יסודות. אהן דעם קענסטו קושען גודביי פאר אמעריקע,ַַ און פיפציג יאר האסטו א מדינה אזוי צוריקגעשטאנען ווי אין אפריקע.
מאנטאג יולי 29, 2019 4:29 pm#433930
דאס איז זיכער פאר די אלעמיינע וועלט דארף די לאנד פארזארגען אן עדיוקעשען, אלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו, נאר פאר רעליגיעזע בירגער וואס ערציען זייערע קינדער בכלל אויף א נארמאלען אופן דארף די סטעיט זיך ווען נישט אריינמישן. נאר ביי די היינטיגע מחוקקי חוקים וואס אלעס גייט מיטן קאפ אין וואנט אן קיין געפיל, מאך מען נישט קיין חילוקים.
מאנטאג יולי 29, 2019 11:05 pm#433947
אישתישבי האט געשריבן:ווי אזוי די ליינסט דער אויסקוק פין אינדערהיים אמאהל, די פויערן, די מאשקעס, אגאנצע שטאט קיין נישט לייענען, מען זאמעלט זיך איין צום חכם מיט די גלעזער זאל פארליינען די נייעס, דער עולם גלייבט אין אלע שטותים פין רעגנבויגן ביז קרעץ, דאס איז א תוצאה פין נישט זיין עדיוקעיטעד, איז נישט וויכטיג די גאווערמענט זאל מאכן זיכער אז יעדער איינער באקומט עדיוקאציע, אזוי אז יעדער זאל קענען האבן די מעגליכקייט צו קענען האבן הצלחה?

דיינע שיטות זענען צו שטארק גענויגט אויף רעכטס, אמאהל זענען זיי גערעכט, ווען מען נעמט צופיל למען הכלל דורך טעקס, אבער עדיוקאציע איז פין די יסודות. אהן דעם קענסטו קושען גודביי פאר אמעריקע,ַַ און פיפציג יאר האסטו א מדינה אזוי צוריקגעשטאנען ווי אין אפריקע.

איר מאכט אסאמפּציעס ַַ פייןַ ס'איז אבער אלס השערות. איך בין אבער משער אנדערש. ווער ס'וויל היינט לערנען סיי וואס קען היינט זייער גרינג האבן צוטריט צו אלסדינג מער ווייניגער חינם אין כסף. פארצייטנס איז דאס נישט געווען.

פארצייטנס ווען די דרוק איז ארויסגעקומען האט עס אויך אנגעמאכט א ריזיגע רעוואלוציע, דער ביכל האט געטוישט דער וועלט. אזש אז אינדערהיים האט מען עס אנגערופן מיט די ר''ת כל באיה לא ישיבון....

סתם צו שרייען אז דאס וואס די וועלט איז היינט אזאנס אהערגעשטעלט איז נאר אדאנק דאס וואס די רעגירונג טיילט עדיוקאציע איז אבּי געהאקט. ס'דא פיל פיל אנדערע פאסירונגען און טראנספארמאציעס פון לעצטע יארן וואס מ'קען פונקט אזוי אנצייגן אז ס'זאל שולדיק זייַן דערין.
דינסטאג יולי 30, 2019 1:09 am#433956
אויב עדיוקעישן מאכט די לאנד בעסער, דאן וואלט כינע, יאפאן, אייראפע און נאך געדארפט זיין די רייכסטע און מערסטע פארגעשריטענסטע לענדער, אבער אין פאקט שטייגט אמעריקע זיי אלע איבער. אמעריקע בכלל ווערט פאררעכנט אלס פון די שוואכסטע ווען עס קומט צו עדיוקעישן.

אבער ווען מען קוקט זעהט מען אז די לאנד וואס האט די מערסטע אינדיווידועלע פרייהייט איז די מערסטע סוקסעספול און ווי ווייניגער אינדיווידועלע פרייהייט אלס ווייניגער סוקסעספול איז די לאנד
דינסטאג יולי 30, 2019 10:48 am#433973
Re: נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אבער יאר יערליך ברענגט מען אריין פון אינדיע און אנדערע לענדער הונדרעטער טויזענטער יונגע מענטשן וואס זאלן ארבעטען ביי די גרעסטע פירמעס אין אמריקע. אויסער וואס ס'איז ביליגער זענען זיי פשוט מער פאלגזאם און ארבעטען פלייסיגער און די וויכטיגסטער - זיי זענען בעסער עדיוקירט און גרייט פאר די היינטיגער ארבעט ווי דער טיפיקעל קאלעזש קינדער וואס זוכן א סעיף ספעיס און זענען פארפיעשעט. ח''ו אביסל פרעשור און זיי דארפן א לויער א טערעפיסט און מאריכוואנע.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג יולי 30, 2019 5:55 pm#433990
You are proving my point. אונז לעב מיר אין א לאנד וואס האט די שוואכסטע עדיוקעישן און לכבוד דעם מוז מען אימפארטירן גוטע געלערנטע מענטשן פון ארימע לענדער. קומט מען צוריק צו די זעלבע קשיא. אויב מאכט עדיוקעישן רייך, דאן פארוואס איז אינדיע ארעם? אויב עם הארצות מאכט ארעם, פארוואס איז אמעריקע רייך, עד כדי כך אז עס איז מלאכתן נעשית על ידי אחרים?

נאר דער תירוץ איז, אז נישט עדיוקעישן מאכט רייך נאר אינדיווידועל פרידאם מאכט רייך. קומט אויס אז די וואס פייטן אוועקצונעמען אינדיווידועל פרידאם פון מענטשן, וואס אין דעם איז אריינגערעכנט צו קענען מחנך זיין די אייגענע קינדער, און זיי ווילן ארויפצווינגען די (נישט) עדיוקעישן פון די אמעריקאנער באנקראטירטן עדיוקעישן אויף מענטשן וואס ווילן נישט, זיי זענען די מענטשן וואס ווילן נאר פארארעמען דאס לאנד. די "טיפיקעל קאלעזש קינדער וואס זוכן א סעיף ספעיס און זענען פארפיעשעט" קענען גארנישט, און איך וויל דאס נישט פאר מיינע קינדער.
דינסטאג יולי 30, 2019 8:11 pm#434001
און די מענטשען פין אינדיע און כינע וואס קומען אהער, זענען נאר די וואס זענען געלערנט.

בכלל, דאס וואס מען זאגט אז אמעריקא איז סוקסעספול וועגען פרייהייט, גייט עס צוזאמען מיט דעם אז די קאלעדזעס זענען מער פארגעשריטען און מען לערנט אויס מער און טיפער ווי ערגעץ אנדרעש. די בעסטע נייע אינווענשענס קומען פין קאלעדזש גראדיאירטע, און דארט איז דער מקור פין עשירות פין אמעריקא, פין די געלערענטע דא. נישט פין אפאר היימישע באשוויק פליפערס.

ווען אונז ציען מיר אויף די קינדער נישט צו קענען קיין ווארט ענגליש לייגט מען זיי אריין אין פאזיציע אזוי ווי די פארצייטישע עמי הארץ, וואס האבען נישט געקענט גארנישט, זיי קענען נאר ליינען אידיש אין די פאר נארישע צייטונגען וואס איז דא. און זיי זענען פרימיטיוו אין אלע ענינים.

און אויב ברענגען א ראי', קען מען ברענגען א ראי' פין ארץ ישראל, ווי מען איז מחנך חרדים שוין מיום הווסדה נישט צו קענען קיין לימודי חול, און דאס עניות דארט איז גאר גרויס. ווען לימודי קודש וואלטען געברענגט פרנסה, וואלטען די חרדים אין ארץ ישראל געדארפט זיין די רייכסטע אויף די וועלט.
דינסטאג יולי 30, 2019 8:46 pm#434010
אישתישבי האט געשריבן:.און אויב ברענגען א ראי', קען מען ברענגען א ראי' פין ארץ ישראל, ווי מען איז מחנך חרדים שוין מיום הווסדה נישט צו קענען קיין לימודי חול, און דאס עניות דארט איז גאר גרויס. ווען לימודי קודש וואלטען געברענגט פרנסה, וואלטען די חרדים אין ארץ ישראל געדארפט זיין די רייכסטע אויף די וועלט.


אישתישבי, געווענליך פיר איך מיך נישט צו ענטפערן פאר דיר ווייל ר"ל דו פארשטייסט נישט קיין אידיש און נישט קיין ענגליש און מיט דיר איז אייביג טענו בחיטין והודו לו בשעורין און מען קומט אין ערגעץ נישט אן. אבער איך דארף עכט נישט ענטפערן נאר נאכאמאל אראפברענגען וואס איך האב געזאגט.

"אויב עדיוקעישן מאכט די לאנד בעסער, דאן וואלט כינע, יאפאן, אייראפע און נאך געדארפט זיין די רייכסטע און מערסטע פארגעשריטענסטע לענדער, אבער אין פאקט שטייגט אמעריקע זיי אלע איבער. אמעריקע בכלל ווערט פאררעכנט אלס פון די שוואכסטע ווען עס קומט צו עדיוקעישן.

אבער ווען מען קוקט זעהט מען אז די לאנד וואס האט די מערסטע אינדיווידועלע פרייהייט איז די מערסטע סוקסעספול און ווי ווייניגער אינדיווידועלע פרייהייט אלס ווייניגער סוקסעספול איז די לאנד.

You are proving my point. אונז לעב מיר אין א לאנד וואס האט די שוואכסטע עדיוקעישן און לכבוד דעם מוז מען אימפארטירן גוטע געלערנטע מענטשן פון ארימע לענדער. קומט מען צוריק צו די זעלבע קשיא. אויב מאכט עדיוקעישן רייך, דאן פארוואס איז אינדיע ארעם? אויב עם הארצות מאכט ארעם, פארוואס איז אמעריקע רייך, עד כדי כך אז עס איז מלאכתן נעשית על ידי אחרים?

נאר דער תירוץ איז, אז נישט עדיוקעישן מאכט רייך נאר אינדיווידועל פרידאם מאכט רייך. קומט אויס אז די וואס פייטן אוועקצונעמען אינדיווידועל פרידאם פון מענטשן, וואס אין דעם איז אריינגערעכנט צו קענען מחנך זיין די אייגענע קינדער, און זיי ווילן ארויפצווינגען די (נישט) עדיוקעישן פון די אמעריקאנער באנקראטירטן עדיוקעישן אויף מענטשן וואס ווילן נישט, זיי זענען די מענטשן וואס ווילן נאר פארארעמען דאס לאנד. די "טיפיקעל קאלעזש קינדער וואס זוכן א סעיף ספעיס און זענען פארפיעשעט" קענען גארנישט, און איך וויל דאס נישט פאר מיינע קינדער"

איך האב נישט געזאגט אז לערנען לימודי קודש מאכט רייך אדער לערנען לימודי חול מאכט ארעם. בקיצור נמרץ, איך האב געזאגט אז אינדיווידועל פרייהייט מאכט רייך און אינדיווידועל אפרעשן מאכט ארעם. און דו פראווסט מיין פוינט נאכאמאל מיט ארץ ישראל.

פיינעלי, פון דעם וואס דו שרייבסט "נישט פין אפאר היימישע באשוויק פליפערס" זעה איך אז דו לעבסט אין א פיצי באקס און דו קענסט דערפון נישט ארויסקריכן. עס זעהט אויס אז ביז ווען א יעדער אינגערמאן וועט נישט קומען צו דיר און אפגעבן דין וחשבון וואס ער טוט פאר פרנסה וועסטו אים לייגן אויפן חזקה אז ער איז "באשוויק פליפער" (נישט אז איך האלט אז עס איז עפעס ראנג דערמיט). דו ביזט א גרויסע רחמנות. דו האסט נישט קיין אנונג ווי פיל היימישע אינגעלייט האבן אויפגעטוהן אין אסאך תחומים ווי למשל, מעדיצין, טעכנאלאגיע, אגריקולטור, ביזנעס, פינאנץ, ריעל עסטעיט, פאליטיק, וכו. רוב פון די מענטשן גייען נישט ארום דערציילן וואס זיי טוען. דו ביזט אין דיין באקס ווייסטו נישט, איך ווייס אבער יא ווייל וויסן איז א חלק פון מיין פרנסה.
דינסטאג יולי 30, 2019 9:29 pm#434017
לאמיר פאר א מינוט אנעמען אז אין א''י איז הערשט א גרויסע ארעמקייט ציווישן די חרדים. א פאקט וואס איר שטעלט אראפ אן קיין שום אויפווייזן.

זענט איר טאקע קלאר אין דעם אז אויב ס'איז אמת האט עס דירעקט צוטון מיט מיט א שוואכע עדיוקאציע?

איז מעגלעך אז דאס וואס די רעגירונג האט פארדרייטע געזעצן צו באגרעניצן חרדים וואס האבן נישט געדינט אין די מיליטער, זאלן נישט קענען ארבייטן לעגאַל אויף די ביכער, וואס איז גורם אויף די ריזיגע ארעמקייט?

אדער מעגליך אז די חרידישע קאלטור דארט לאזט נישט ארבייטן, אפגעזען פון ווי געבּילדעט מ'איז?

אדער קען זיין אנדערע סיבות?

אדער אפשר איז בכלל נישט אזוי אמת אז ס'הערשט דארט מער א ארעמקייט ווי דא?
מיטוואך יולי 31, 2019 8:33 am#434031
יצמח
מעגסט דיך שעמען מיט דיין הקדמה פין געווענליך פירסט די דיך נישט צו ענטפערען ווייל וכו'.

מוזט נישט ענטפערן אויב די ווילסט נישט.

בכלל, זעהט אויס איך האב איך געטשעפעט אין דיין פריעדיגע גלגול, איז אזוי, א. נעם נישט איבער דיינע ווייטאגן פין אין גלגול צו די אנדערע. ב. רעד דיך נישט איין אז מיט דער הקדמה פין געווענליך וכו', קוקט מען ארויף אויף דיינע קלוגע ווערטער. די מאכסט דער נאר אהן נייע שונאים מיט דיין קלינערע ניק. והיה שלום.
מיטוואך יולי 31, 2019 8:41 am#434032
יצמח

און אויף דיין שטיקעל תורה,

א. עס איז נישט קיין מצוה אמעריקע זאל זיין רייך, מען דארף זעהן אז יעדער זאל קענען מצליח זיין. טאמער מיינט מקריב זיין דער עשירות פין אמעריקע ווייל יעדער יחיד זאל קענען מצליח זיין, זאל זיין אזוי. און בכלל ביסטו נישט גערעכט אז טאמער מען צווינגט עדיוקאציע ברענגט עס ארימקייט.

ב. צווינגן וואס מען זאל לערנען מיט קינדער, איז נישט קעגן דעמאקראטיע, פארקערט, עס צווינגט דעמאקראטיע. אויב וואלט מען געצווינגען צו לערנען לימודים פין דער קוראן, וואלט עס טאקע געווען קעגען דעמאקראטיע ַַ אבער סך הכל רעדט מען דא פין שפראך און מאטעמאטיק און נאך וויכטיגע לימודים.

ג. לאזן עלטערן אויפציען קינדער זאלען נישט קענען גארנישט, איז צולאזן אז די קינדער זאלען בלייבען סטאק מיט גארנישט, און דערנאך ווערען די קינדער עלטער און ווערען דער עול פין דער כלל. האבן זיי א רעכט צו צווינגן עדיוקאציע. (אהן רעדן וועגן דעם אז מען איז מחנך די קינדער צו לעבן אויף פראגראמען וכו').
מיטוואך יולי 31, 2019 8:47 am#434033
קורקלענד האט געשריבן:לאמיר פאר א מינוט אנעמען אז אין א''י איז הערשט א גרויסע ארעמקייט ציווישן די חרדים. א פאקט וואס איר שטעלט אראפ אן קיין שום אויפווייזן.

זענט איר טאקע קלאר אין דעם אז אויב ס'איז אמת האט עס דירעקט צוטון מיט מיט א שוואכע עדיוקאציע?

איז מעגלעך אז דאס וואס די רעגירונג האט פארדרייטע געזעצן צו באגרעניצן חרדים וואס האבן נישט געדינט אין די מיליטער, זאלן נישט קענען ארבייטן לעגאַל אויף די ביכער, וואס איז גורם אויף די ריזיגע ארעמקייט?

אדער מעגליך אז די חרידישע קאלטור דארט לאזט נישט ארבייטן, אפגעזען פון ווי געבּילדעט מ'איז?

אדער קען זיין אנדערע סיבות?

אדער אפשר איז בכלל נישט אזוי אמת אז ס'הערשט דארט מער א ארעמקייט ווי דא?


עס איז זיכער דא א שרעקליכע עניות דארט. פרעגט מענטשן פין דארט.

דער פראבלעם פין נישט קענען ארבעטען אויף די ביכער איז פראבלעם נומער איינס, און דערנאך איז דער פראבלעם אז עס איז נישטא וואס צו טוהן.

איינער וואס איך האב נאנטע קשר, און קען יא ארבעטן אויף די ביכער איז א באס דרייווער, און פארדינט אפאר פעניס, און קען גארנישט מער טוהן.

עס איז א דאבל פראבלעם.

און אלעס איז מיסודו פין דער קאפ אין וואנט מענטאליטי וואס קומט אריבער דא.

מען דארף נישט לערנען גארנישט ווייל מען גייט ממילא נישט ארבעטען, און מען דארף נישט ארבעטען ווייל מען קען נישט ארבעטען. מען דארף נאר האבן וואס מער קינדער צו באקומען וואס מער קינדער געלט.
מיטוואך יולי 31, 2019 9:03 am#434034
אישתישבי האט געשריבן:איינער וואס איך האב נאנטע קשר, און קען יא ארבעטן אויף די ביכער איז א באס דרייווער, און פארדינט אפאר פעניס, און קען גארנישט מער טוהן.

איך קען א גוי וואס האט געלערענט אין פאבליק-סקאל, אלץ אלץ וואס מען וויל לערנען מיט אינזער קינדער, און איז א באס-דרייווער! און פארדינט אפאר פעניס, און קען גארנישט מער טוהן.

אישתישבי האט געשריבן: מען דארף נאר האבן וואס מער קינדער צו באקומען וואס מער קינדער געלט.

פשוט רעכענען קענען זיי אויך נישט??
אויפהאלטן א קינד קאסט מן הסתם מער פין ווילפיל קינדער געלט מען באקימט, ניין?
מיטוואך יולי 31, 2019 9:37 am#434037
די שאלה "אויב צווינגען עדוקעישאן איז דעמאקראטיש", הערט זיך ווי די שאלה אויב צווינגען נישט צו גנבענען אדער הרגענען איז דעמאקראטיש.
דעמאקראטיע איז נישט א טיקעט צו לעבן א רשעותדיגע לעבן.

גנבענען איז א קריים קעגן הומאניטי
הרגענען איז א קריים קעגן הומאניטי
און עדוקעשינאל נעגלעגט איז פונקט אזא קריים ווי סיי וועלכע פארעם פון קינדער נעגלעגט.

איינמאל מהייבט אן פאדערן לערנען זאכן אנטקעגן תורה קענסטו רעדן איבער דיינע רעליגיעזע רעכטן
אבער פשוט נישט געבן א בעיסיק עדוקעישאן און א וועלטליכע וויסנשאפט, ווען סאיז אזוי גרינג אוועיליבל, איז א קריים קעגן הומאניטי.
מיטוואך יולי 31, 2019 10:05 am#434039
בת קול האט געשריבן:די שאלה "אויב צווינגען עדוקעישאן איז דעמאקראטיש", הערט זיך ווי די שאלה אויב צווינגען נישט צו גנבענען אדער הרגענען איז דעמאקראטיש.
דעמאקראטיע איז נישט א טיקעט צו לעבן א רשעותדיגע לעבן.

גנבענען איז א קריים קעגן הומאניטי
הרגענען איז א קריים קעגן הומאניטי
און עדוקעשינאל נעגלעגט איז פונקט אזא קריים ווי סיי וועלכע פארעם פון קינדער נעגלעגט.

איינמאל מהייבט אן פאדערן לערנען זאכן אנטקעגן תורה קענסטו רעדן איבער דיינע רעליגיעזע רעכטן
אבער פשוט נישט געבן א בעיסיק עדוקעישאן און א וועלטליכע וויסנשאפט, ווען סאיז אזוי גרינג אוועיליבל, איז א קריים קעגן הומאניטי.

איר זעהט באמת נישט קיין חילוק ציווישן גניבה-מארד און עדיוקאציע?
מיטוואך יולי 31, 2019 11:25 am#434044
בת קול האט געשריבן:די שאלה "אויב צווינגען עדוקעישאן איז דעמאקראטיש", הערט זיך ווי די שאלה אויב צווינגען נישט צו גנבענען אדער הרגענען איז דעמאקראטיש.
דעמאקראטיע איז נישט א טיקעט צו לעבן א רשעותדיגע לעבן.

גנבענען איז א קריים קעגן הומאניטי
הרגענען איז א קריים קעגן הומאניטי
און עדוקעשינאל נעגלעגט איז פונקט אזא קריים ווי סיי וועלכע פארעם פון קינדער נעגלעגט.

איינמאל מהייבט אן פאדערן לערנען זאכן אנטקעגן תורה קענסטו רעדן איבער דיינע רעליגיעזע רעכטן
אבער פשוט נישט געבן א בעיסיק עדוקעישאן און א וועלטליכע וויסנשאפט, ווען סאיז אזוי גרינג אוועיליבל, איז א קריים קעגן הומאניטי.

איר זעט באמת נישט די קיין חילוק ציווישן צווינגען דיין עדיוקאציע איבער מיין עדיוקאציע און גניבה-מארד ?

ווער דיפיינד וואס איז גניבה-מארד איז קלאר
ווער ביסטו צי דיפיינען וואס גיטע עדיוקאציע איז?!?
מיטוואך יולי 31, 2019 12:42 pm#434048
אלע פון די קריימס באראבעווען אומשילדיגע מענטשן, און די גאווערנמענט דארף אריינטרעטן זיי צו באהיטן.
מיטוואך יולי 31, 2019 1:11 pm#434050
גיי פשוט ווען א יעדער פון אונז זאל קענען א גוטע ענגליש און מעהט און גוט בעיסיק קאמפיוטערס, WORD, EXCEL, QUICKBOOKS, וויפיל אידן וואלטן גענומען פוד סטעמפס מיט סעקשען 8 ועוד ועוד. די אידן וואלטן געווען די ארויפגעקוקסטע ביי די גוים, א שיין פאלק אן קיין גניבות, ריטערן נישט צו home depot די עיר קאנדישען'ס נאך סוכות,
סוף סןף זענען מיר אן עם חכם ונבון, נאר וואסדען, יעדע אינגערמאן לעבט פון די גאווערמאנט ווי לאנג מען קען, אדער אפאר עשירים וואס קענען גוט דרייען א קאפ צו מאכן געלט און באשמיצן אינז אידן לעיני האומות.
מיטוואך יולי 31, 2019 2:00 pm#434054
calculator האט געשריבן:גיי פשוט ווען א יעדער פון אונז זאל קענען א גוטע ענגליש און מעהט און גוט בעיסיק קאמפיוטערס, WORD, EXCEL, QUICKBOOKS, וויפיל אידן וואלטן גענומען פוד סטעמפס מיט סעקשען 8 ועוד ועוד. די אידן וואלטן געווען די ארויפגעקוקסטע ביי די גוים, א שיין פאלק אן קיין גניבות, ריטערן נישט צו home depot די עיר קאנדישען'ס נאך סוכות,
סוף סןף זענען מיר אן עם חכם ונבון, נאר וואסדען, יעדע אינגערמאן לעבט פון די גאווערמאנט ווי לאנג מען קען, אדער אפאר עשירים וואס קענען גוט דרייען א קאפ צו מאכן געלט און באשמיצן אינז אידן לעיני האומות.

ס'קיקט אויס ביזט גוט און math and statistics
פעלט יעצט אויס צי זען אויב די נפקא מינה פין די עולם וואס קען נישט קיין בעסיק קאמפיאטערס איז אסך מער רעפעזנטירט ביי די וואס געניסען פין די שטאטישע פראגראמען

אויך גיי נאך וואו שווער איז פאר סיי ווער וואס וויל זיך אויסלערנען בעיסיק קאמפיוטערס אבער ער קען נישט פשוט ווייל ער האט געלערענט אין ישובה
גיוו-מי-עי=ברעק!
מיטוואך יולי 31, 2019 2:03 pm#434055
ס'מאכט נישט קיין חילוק ווי אלט מ'איז זוך צו קענען לערנען די אלע דערמאנטע זאכן. אני לעצמי האב זיך עס געלערנט זאך די חתונה לויט ווי ס'האט זיך פארלאנגט. איך האב זיך אויס געלערנט אקאונטינג, פינאנץ, בעיסיק אלגעברע, פראגראמינג ועוד. אין ישיבה האב איך איך זיך אומאפיציעל גראדע אויך געלערנט פלאמבינג, עלעקטריק, וואדוואורקינג.... ועוד, ועוד.....

ס'איז א ריזיגע חילוק פון צונעמען עפעס וואס איינער פארמאגט, אדער נישט געבן איינער עפעס וואס ער וועט זיך אליינס קענען נעמען ווען ער וויל.

אין אנדערע נייעס דארפן אפאר ניקס דא א בעיסיק עדיוקאציע אויף די פשוטע אפטייטש פון דער ווארט דעמאקראטיע און פרייהייט. איינמאל מ'צווינגט עפעס ארויף אויף איינעם איז עס שוין נישט קיין דעמאקראטיע. אָנלעס מ'גייט דורך א פאלשע עדיוקאציע?
מיטוואך יולי 31, 2019 2:16 pm#434057
עס איז די עלטערנס אחריות אנצוגרייטן א קינד ער זאל קענען שטיין אויף די אייגענע פיס אלץ אן ערוואקסענע.

עס איז זייער שיין אז דו בוסט זיך געגאנגען לערנען שפעטער, אבער אוודאי פארשטייסטו אז רוב מענטשן האבן נישט די צייט, געלט און מח, ווען זיי דארפן שוין שפייזן א פאמיליע, אויפצוכאפן וואס זיי האבן פארפעלט, און זענען געווען בארעכטיגט צו לערנען, אין די יונגע יארן.

קענסט עס אנרופן גניבה- מען גנבעט צייט, געלט, און וויסנשאפט פון אונזערע קינדער
קענסט עס אנרופן הרגענען- הרגעסט זייער פראדאקטיווער future, אויב זיי האבן נישט די מעגליכקייט דאס אלץ אויפצוכאפן שפעטער
אדער קענסטו עס אנרופן פשוטע child neglect- דו לייגט ארויס דיין קינד אויף הפקר אן די נויטיגע געצייג וואס ער דארף צו קענען לעבן זעלבסשטענדיג.