Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • חידה-וואס האבן די אלע מענטשען אין קאממען???

קאווע שטיבל • חידה-וואס האבן די אלע מענטשען אין קאממען???

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
139 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13237
דינסטאג יולי 23, 2019 3:33 pm#433574
ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: (ריכטיג פארוואס טראכסטו יהודא לעווין איז נישט קיין ESFP?),

ער איז זייער באררינג און נערווירנד, מיט אפגעריסענע פארשימלטע וויצן. ער איז שרעקליך מאריך יעדע מאל ער ברענגט ארויס א נקודה וכו' וכו'. ס'איז מיר זייער שווער איהם אפצולערנען אלץ ענטערטעינער.


קען זיין. מיר קוקט ער אויס ווי ער האט אלע סימני ESFP. קען זיין אז ער איז מאריך איז ער א ENFP (ר׳ בערל בעלעגלה, קלויזנבורגער רב זצ״ל׳ס טייפ)
דינסטאג יולי 23, 2019 3:35 pm#433575
יאפ! שטימט מיטן קלויזנבורגער רב זצ"ל, להבדיל.
דינסטאג יולי 23, 2019 3:35 pm#433576
איך האב יעצט גענומען די טעסט, זעה איך אז ס׳ווייזט אז איך בין א INFP
שבת אחים אפשר קענסטו צאמשטעלן א ליסט פון אלע מיינע infp קאלעגעס, אנגעהויבן מיט דיין קינד
דינסטאג יולי 23, 2019 3:41 pm#433577
ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מנשה לוסטיג דארף צוגעלייגט ווערן (לכאורה) צו די ערשטע ליסט.

איך גיי ענק פרעגן א אנדערע שאלה. אולי וועט איר כאפן.

וואס האבן די אלע מענטשען אין קאממען?

ליסטע נומבער 2

1)לעצטע ליובאביטשער רבי הרה״צ ר׳ מנחם מענדל שניאורסהאן זצ״ל
2)הרה״צ ר׳ מאטעלע האגער מ׳וויזניץ זצ״ל
3) די היינטיגע בעלזער רב ר׳ יששכר דב רוקח

@ריכטיג

INTJ


ליסטע 1 קען איך נישט אלע נעמען, אבער אויב מיינסטו טאקע דעם MBTI, דאן איז די ענטפער (לויט די וואס איך קען יא) ESFP (הגם יהודה לעווין בין איך מסופק). א זייטיגע נקודה: איך אלץ INTP ווען איך פראביר צו האלטן א שמועס מיט א ESFP ( טאקע עטליכע פון דיין ליסטע + מיין כנגדו..., און אויב מען מעג סטיריאטייפן: רוב ירושלים און רוב וויליאמסבורג און רוב סטעמפארד היל-לאנדאן) איז דאס א שרעקליכע דורכפאל, זיי נעמען מיר נישט סיריעס, און לדעתי לייגן זיי פשוט נישט צו קיין צענט קאפ צו וואס איך זאג...


סתם ווען דו רעדסט מיט זיי אדער נאר ווען דו רעדסט וועגן די MBTI?

סתם אזוי אן אינטולעקטואלע שמועס.



ווענדט זיך צו דער ESFP איז קלוג אדער נישט. אויב דער ESFP איז קלוג. קען ער איבערדרייען די וועלט מיט זיין שפראך, און זיין
charm א שטייגער ווי רבי יואליש. להבדיל פרעזידענט קענעדי, רעיגען, קלינטאן. עלוויס פרעזלי, דזשוסטין ביבער, מערלין מאנרא,
האורד שולץ וכו׳

די esfp פאפיולאציע אין די וועלט איז דאכצעך קוים צעהן פראצענט פארוואס מיינסטו אז א יעדער צווייטער ביי די היימישע איז א ESFP?

סקען מעגליך זיין אז אידן האבן א העכערע ראטע פון Esfp’s ווי די געווענטלכע פאפולאציע. די ספאנישע און שווארצע האבן זייער זייער א הויכע ראטע פון ESFP. בכלל רוב מענטשען זענען sensors אין די וועלט (בערך אכציג פראצענט).
דינסטאג יולי 23, 2019 3:43 pm#433578
גדליה האט געשריבן:איך האב יעצט גענומען די טעסט, זעה איך אז ס׳ווייזט אז איך בין א INFP
שבת אחים אפשר קענסטו צאמשטעלן א ליסט פון אלע מיינע infp קאלעגעס, אנגעהויבן מיט דיין קינד


אי״ה

בן אדם איז א INFP

לעצטענס זעהט מען אים נישטא.

הרה״צ רבי יודלע האראוויץ און דער קאסובער להבדיל זענען INFP’S
דינסטאג יולי 23, 2019 3:48 pm#433579
רבי ריכטיג? ר׳ נחמן בערסלובער איז געוועהן א ESFP?
דינסטאג יולי 23, 2019 3:53 pm#433580
שבת אחים האט געשריבן:
די esfp פאפיולאציע אין די וועלט איז דאכצעך קוים צעהן פראצענט פארוואס מיינסטו אז א יעדער צווייטער ביי די היימישע איז א ESFP?

די טיפיקל היימישע פלוידערייען אין מקוה און אין קאווע שטיבל (די עכטע) זענען עכטע ESFP גערעדעכטס. די צוגאנג און די עטיטוד פון חרדים אין ביזנעס איז אויך אויף דעם נוסח, פסק'נען אפ זאכן לויטן שמעק, מיט אן אויבערפלעכליכע ווערטל וכו' וכו'.
דינסטאג יולי 23, 2019 3:56 pm#433581
שבת אחים האט געשריבן:רבי ריכטיג? ר׳ נחמן בערסלובער איז געוועהן א ESFP?

די ברסלב'ער דא וועלן מיר צורייסן, אבער לענ"ד דער מענטש וואס ווערט מתואר אין חיי מוהר"ן און אין שיחות מוהר"ן איז נישט דער זעלבער פערסאנאליטעט וואס האט געזאגט די תורות פון ליקוטי מוהר"ן. אלזא, ווייס איך נישט.
דינסטאג יולי 23, 2019 3:59 pm#433582
ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
די esfp פאפיולאציע אין די וועלט איז דאכצעך קוים צעהן פראצענט פארוואס מיינסטו אז א יעדער צווייטער ביי די היימישע איז א ESFP?

די טיפיקל היימישע פלוידערייען אין מקוה און אין קאווע שטיבל (די עכטע) זענען עכטע ESFP גערעדעכטס. די צוגאנג און די עטיטוד פון חרדים אין ביזנעס איז אויך אויף דעם נוסח, פסק'נען אפ זאכן לויטן שמעק, מיט אן אויבערפלעכליכע ווערטל וכו' וכו'.


איך הער.

ESFP זענען גראדע זייער ארענטליך אין ביזנעס. זיי זענען געווענטליך זייער אמתדיגע מענטשען. אבער זיי קענען אפשטופן אסאך זאכן אויב ס׳שמעקט זיי פונקט אזוי. און נישט באצאלן אין צייט ווייל זיי זענען פארשלעפט און פארנומען מיט שטותים און הבלים. אבער באופן כללי דארף
א נארמאלע געווענטליכע ESFP זיין ארענטליך. אבער קיינמאל נישט אין צייט- זיי ווערן פאררשלעפט, און שנעל Distracted פון יעדע קלייניקייט ווייל זיי זענען שטארקע extroverts
דינסטאג יולי 23, 2019 4:14 pm#433583
שבת אחים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:They can be easily hurt and strongly dislike conflict.

ווען די האסט אויף די ליסטע ר' יואל מסאטמאר און איצא גליק, האסטו מיר פארלוירען.


איצא גליק איז מעגליך אז ער איז טאקע א ESTP (טראמפ׳ס טייפ) וואס איז גאנץ ענדליך מיינוס די געפיהלן און די גוטע הארץ.

סאטמארער רב איז זיכער געוועהן א ESFP.
Esfp קענען יא אריינגיין אין קאנפליקט אויב עפעס ברענט זיי און זיי האלטן אז סאיז ריכטיג. סתם אזוי טאקע נישט. אבער אויב זיי האלטן אז עפעס איז א אומרעכט גייען זיי שוין איינמאל אריין אין קאנפליקט. זיי טוהן אלעס מיט אסאך passion, און אויב זיי גייען שוין יא אין קאנפליקט איז ״קולות וברקים״ און זיי זאגן איבער א גאנצע צייט די זעלבע זאך און האלטן זיך ביי זייערס-טיפיקל סאטמערער רב!


מיט ציונות איז ער אזוי געוועהן. איבער מיט קלויזנבורגער רב איז ער געווען אין קאנפליקט שטילערהייט, און אזוי מיט אסאך.

סאטמאר האט קאנפליקט אין איר ד.נ.א. אדאנק ר' יואל, קענסט זעהן א פייט אין סאטמארער בתי מדרשים און עס איז א נארמאלע זאך.

אפילו זיין כח הדבור ווייס איך אויך נישט אויב עס איז געוועהן אזוי געוואלדיג, ער איז געוועהן העכסט כאריזמאטיש, און א גאון, און אויך פארביטערט.

און די אליין ר' שבת, איך קען דיר, איך וויל דיר נישט באליידיגן, אבער די באלאנגסט אויף דער ליסטע אזוי ווי טראמפ.
דינסטאג יולי 23, 2019 4:27 pm#433584
איך בין נישט אויף די ליסטע פון טראמפ. זיי נישט באליידיגט: לערן דיך קודם אויס וויאזוי ס'ארבעט, און וואס פארא מין מענטש איך און טראמפ זענען.

טראמפ'ס דריטע פונקציע איז T (טראכטן), מיינס איז F (געפיהלן).

ביידע האבן ביידע פונקציעס; סיי פון טראכטן און סיי פון געפיהלן. ווען א מענטש מאכט decisions, אויב איז ער F וועט ער מאכן רוב פון זיינע החלטות געבעיסט אויף געפיהלן, ווידער דער ׳טראכטער׳ גייט קודם טראכטן פון זיך, און די געפיהלן איז secondary און אסאך שוואכער ביי זיי.

טראמפ איז אין די קאטעגאריע פון מענטשן וואס דרייען איבער אן קיין געפיהלן, איך בין א אנדרייער מיט געפיהלן וואס רינען איבער...


דריטע ליסטע:
ESTP
1)טראמפ
2)ר' מענדלע וויזניצער- מרכז
3)הרה"צ ר' אליזער זאב האגער מירושלים/לעיקוואד/טשעסטער/נדבורנה/ מאונט סיני
4)הרב אהרן האגער וויזניץ מאנטריאל

ווער נאך?

כ'דארף מיך דערמאנען. שפעטער.

ס'איז א גאנץ אנדערע כאראקטער פון די ESFP. נישט קיין פארגלייך. נאר אביסל נאנט מיט געוויסע זאכן.
דינסטאג יולי 23, 2019 4:58 pm#433585
סאטמאר רב איז געווען א מלאך אלקי בדמות אדם! למעלה מדרך הטבע נישט מעגליך אים צו אפשאצן מיט נידריגע מאיער-בריגס ווייסעך וואס טמנע גוים האבן אויפגעמאכט. טפוי א מין אשכול.
דינסטאג יולי 23, 2019 7:07 pm#433586
אישתישבי

אלע וואס קענען די מאיער בריגס און קענען די סאטמערער רב וועלן מודה זיין אז ער איז געוועהן א ESFP!

נישטא קיין שום שאלה שבעולם אויף דעם! ער איז געוועהן די אפּיטאַמי epitome פון א ESFP.
דינסטאג יולי 23, 2019 7:15 pm#433587
וואס איז קורקלענד?

נישט לאנג צוריק האב איך געליינט רעי דעליא'ס ביכל. בתוך דבריו האט ער דארט געשריבן אז די מאיערס בריגס סיסטעם האט איהם אסאך געהאלפן אין ביזנעס און פערזענליך. ער שרייבט דארט אז ער פארלאנגט פון אלע ארבייטער די טעסט. ווי אויך האט ער עס געמאכט אויף אלע זיינע קינדער. ער שרייבט אז אין ביזנעס איז ער אויפגעקומען אז מ'טאר קיינמאל נישט פארמירן א טיעם וואס באשטייען פון די זעלבע טיפּ. נאר אדרבה ס'מוז זיין פארקערט.

איך האב דעמאלס געמאכט די טעסט, ס'מיר געווען שווער צו ענטפערן אויף אלעס, ווייל אסאך זאכן האבן זיך ביי מיר געטוישט מיט די יארןַ איך האב געהאט אין פלאן עס איבער צו מאכן מיט אפאר נאענטע לעבנס חברים. אבער אזויווי אלעס אנדערש איז דערפון געבליבן א בוקמארק, און מ'האט פארגעסן דערפון. אצינד אז שבת האט עס צוריק ארויפגעברענגט וועט מען נאכאמאל דורכטאן.
דינסטאג יולי 23, 2019 8:10 pm#433592
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:Why the Myers-Briggs test is totally meaningless


איך האב נישט קיין נערווען צו טייפן אויף די מינוט. אבער זיי זענען הונדערט פראצענט ראנג! טויזנט פראצענט!

די מאיערס בריגס איז אזוי אמת פונקט ווי אסאך מענטשען האבן אנדערע קאליר האר בלאנדע,
שווארצע, רויטע, האר. מענטשען האבן געוויסע כאראקטארן און במשך פון די לעצטע הונדערט יאהר האט מען עס אידענדיפיצירט און מקען עס למחצה ולשליש אויפווייזן סייענטיפיש ווי איך וועל באלד שרייבן בלי נדר באריכות.

ווער ס׳זאגט אז סאיז נישט אמת איז בלינד! פשוט בלינד!

סקען זיין אז סאיז דא א וועבזייטל וואס מאכט געלט דערפון- קמאן? פאר דעם איז עס נישט אמת?

פוסטע מעשיות! דו מיינסט דער יוטוב קליפ וואס זאגט אז מאירס-בריגס איז נישט אמת מאכט נישט קיין געלט פון זיין קליפ???
ברענג וויקיפידיע בלעטער ביטע. נישט קיין יוטוב בול קרעפ. דאנקע שיינע.
דינסטאג יולי 23, 2019 8:16 pm#433593
קורקלענד האט געשריבן:וואס איז קורקלענד?

נישט לאנג צוריק האב איך געליינט רעי דעליא'ס ביכל. בתוך דבריו האט ער דארט געשריבן אז די מאיערס בריגס סיסטעם האט איהם אסאך געהאלפן אין ביזנעס און פערזענליך. ער שרייבט דארט אז ער פארלאנגט פון אלע ארבייטער די טעסט. ווי אויך האט ער עס געמאכט אויף אלע זיינע קינדער. ער שרייבט אז אין ביזנעס איז ער אויפגעקומען אז מ'טאר קיינמאל נישט פארמירן א טיעם וואס באשטייען פון די זעלבע טיפּ. נאר אדרבה ס'מוז זיין פארקערט.

איך האב דעמאלס געמאכט די טעסט, ס'מיר געווען שווער צו ענטפערן אויף אלעס, ווייל אסאך זאכן האבן זיך ביי מיר געטוישט מיט די יארןַ איך האב געהאט אין פלאן עס איבער צו מאכן מיט אפאר נאענטע לעבנס חברים. אבער אזויווי אלעס אנדערש איז דערפון געבליבן א בוקמארק, און מ'האט פארגעסן דערפון. אצינד אז שבת האט עס צוריק ארויפגעברענגט וועט מען נאכאמאל דורכטאן.


וואס ביסטו טאקע?

INTJ?

בערך 100 פון די Fortune 500 companies נוצן די מאיערס-בריגס טעסט פאר זייערע ארבייטער! אויב איז יענער א ESFP באלאנגט ער אין א צווייטע פליגל ווי א INTJ....
דינסטאג יולי 23, 2019 8:28 pm#433594
עס איז דא איינער גרין וואס טיילט איין מענטשען אין קאלירען, ער איז א בלוי א גרין א געל, דענאך האט ער א יו ווי, דאס איז דער פראבלעם מענטש.

אזעלכע שטותים איז די אלע טיילעכצער. עס איז דא א בוך הייסט עס די עס עם, וואס קומט ארויס יעדעס יאר, איך בין זיכער דער עולם ווייסט פין דעם, עס ווערט דיקער יעדעס יאר, און דער סארט פראבלעמען און חילוקים וואס איז דא איז אין להם סוף, און אפילו טעראפיסטען וועלען זאגען אז כמעט קיינער פיט נישט אריין אין דיאגנאזיע פין דער בוך, ווייל יעדער איז געמישט.

מען וועט רעדן מיט מענטשן וואס גלייבן אין די האראסקאפען, מזלות, וואס טיילען אויך איין מענטשען מיט זייערע טיפען און סארטען, און זיי וועלען זיך שווערען פונקט ווי ר' שבת אז מען איז פשוט בלינד ווען מען זעהט נישט ַ

און דער סארט אי עס גאגא וואטעווער, איז נאר דא צען פראצענט ווייל זיי האבן אביסעל מער דעפענירט א טיפ, אבער יעדער מענטש איז א יחיד מיט זיינע מיקסען פין געפילען און רצונות און מהות, אזוי אז דער וועלט באשטייט פין זיבען ביליאן סארט מענטשען.

עס איז דאך טאקע דא א מעלה פין קוקען און דער בריגס תורה, ווייל עס לערנט דער מענטש צו פארשטיין א צווייטער, יעדער איז געבויט אנדערש. אבער בויען בנינים מיט דעם איז נאריש.
דינסטאג יולי 23, 2019 8:46 pm#433595
שבת אחים האט געשריבן:ברענג וויקיפידיע בלעטער ביטע, דאנקע שיינע.

האסט זיך אזוי שוין באדאנקט, דא האסטו.
דינסטאג יולי 23, 2019 9:25 pm#433596
אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא איינער גרין וואס טיילט איין מענטשען אין קאלירען, ער איז א בלוי א גרין א געל, דענאך האט ער א יו ווי, דאס איז דער פראבלעם מענטש.


שטייטלעך מיין פריינד.
סאיז דא אזא זאך ווי א מענטש וואס איז געוונטליך שטיל און א אנדערע מענטש וואס איז געווענטליך אייביג הויך?

סאיז דא אזא זאך ווי extroverts and introverts? אדער סאיז א אויפגעמאכטע זאך???
דינסטאג יולי 23, 2019 9:31 pm#433597
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ברענג וויקיפידיע בלעטער ביטע, דאנקע שיינע.

האסט זיך אזוי שוין באדאנקט, דא האסטו.


די קריטיק האב איך שוין געהערט און געליינט. און טאקע פון זייער קריטיק זעהט מען אז זיי זענען נישט גערעכט. ווי איך וועל שפעטער שרייבן.

בעסיקלי שרייבן זיי אז ס׳פעלט עווידענס.

די מאיער-בריגס איז נישט עפעס א איין וועבזייטל וואס מאכט געלט! סאיז universal! סאיז געבעיסט אויף די ארבעט פון החכם מכל אדם קארל יונג, פון די גרויסע תלמידים פון שאפענהויער. סאיז באשטעטיגט געווארן דורך צענדליגער טויזנטער פסכיאטערס און intellectuals פון די גרעסטע קארפען קעפ אויף די וועלט! בעיסט אן צענדליגער טויזנטער אבזערוואציעס פון צענדליגער יאהרן לאנג.

יעדע טעאריע האט קריטיק! עוואלוציע האט נאך די מערסטע קריטיק! מיינט נאך גארנישט.
דינסטאג יולי 23, 2019 9:48 pm#433598
שבת די אנגיראם אינטערסירט דיר נישט?
דינסטאג יולי 23, 2019 9:51 pm#433599
אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא איינער גרין וואס טיילט איין מענטשען אין קאלירען, ער איז א בלוי א גרין א געל, דענאך האט ער א יו ווי, דאס איז דער פראבלעם מענטש.

אזעלכע שטותים איז די אלע טיילעכצער. עס איז דא א בוך הייסט עס די עס עם, וואס קומט ארויס יעדעס יאר, איך בין זיכער דער עולם ווייסט פין דעם, עס ווערט דיקער יעדעס יאר, און דער סארט פראבלעמען און חילוקים וואס איז דא איז אין להם סוף, און אפילו טעראפיסטען וועלען זאגען אז כמעט קיינער פיט נישט אריין אין דיאגנאזיע פין דער בוך, ווייל יעדער איז געמישט.

מען וועט רעדן מיט מענטשן וואס גלייבן אין די האראסקאפען, מזלות, וואס טיילען אויך איין מענטשען מיט זייערע טיפען און סארטען, און זיי וועלען זיך שווערען פונקט ווי ר' שבת אז מען איז פשוט בלינד ווען מען זעהט נישט ַ

און דער סארט אי עס גאגא וואטעווער, איז נאר דא צען פראצענט ווייל זיי האבן אביסעל מער דעפענירט א טיפ, אבער יעדער מענטש איז א יחיד מיט זיינע מיקסען פין געפילען און רצונות און מהות, אזוי אז דער וועלט באשטייט פין זיבען ביליאן סארט מענטשען.

עס איז דאך טאקע דא א מעלה פין קוקען און דער בריגס תורה, ווייל עס לערנט דער מענטש צו פארשטיין א צווייטער, יעדער איז געבויט אנדערש. אבער בויען בנינים מיט דעם איז נאריש.

קענסט אוועק מאכן א זאך אינגאנצן, אדער מערערע זאכן למחצה, לשליש ולרביע. אבער אוועקמאכן אלעס אינגאנצן.... אויף דעם ווער איך שוין סקעפטיש.

הרב גרין, איז א אינגערמאן וואס האט גוט דרינגלעך אדורך געטוהן די סוביעקט פון נפשיות'דיגע פראבלעמען. און אויף די אקסלען פון פריערדיגע האט ער אויסגעשטעלט זייער א שיינע מהלך. די שאלה איז נישט צו 'דאס איז די מהלך' אדער נישט. ווייל ס'איז באמת דא מער ווי איין 'אמת'ע' (עפעקטיוו) מהלך. זיין מהלך האט גע'ארבעט פאר זייער אסאך מענטשן, ווי אויך איז דא מענטשן וואס האבן זיך נישט קאנעקטעט דערמיט. ער איז נישט די איינציגסטע, אדער די אויסטרעפער פון אזא מהלך, הרב מרדכי וויינבערגער האט אויך א ענליכע מהלך און ביכל. די רמב''ם האט אויך אזא מין צוגאנג פון קאטעגאריזירן נפשיות'דיגע טבעים אין פיר קאטעגאריעס.

חוץ פון דעם וואס ס'איז דא מענטשן וואס מאכן עס אוועק ווייל זיי האבן נישט געכאפט די מהלך, זענען אויך פיל מענטשן וואס רייסן איהם אראפּ פשוט אין גראד ווייל זיי זעהן זיך אלס יו.ווי. ס'איז ראָטזאַם אז איר זאלט זיך זעלבסט איבערטראכטן צו אייער קריטיק קומט נישט פון יענע פערספעקטיוו.....

די די.עס.עם. ביכל איז אויך נישט אוועקצומאכן. אדער בעסער זייער א שטארקע זאך. אבער ווי נישט איז טאקע דא א חלק וואס מ'קען אוועקמאכן. אבער אינגאנצען אוועקצומאכן? ווידער ס'דא אזעלכע וואס טרעפן זיך אין א דיאגנאזיז וואס ס'מאכט זיי פילן אומבאקוועם,מאכן זיי ענדערש אוועק ס'גאנצע ביכל און פטור אן עסק.....
דינסטאג יולי 23, 2019 10:12 pm#433601
קאצקע ציקער האט געשריבן:שבת די אנגיראם אינטערסירט דיר נישט?


נישט ממש. סאיז אמת גראדע אבער סאיז סתם אויבערפלעכליכע באקסעס אזוי ווי די Big five וכודומה. ווידער מאיערס בריגס קריכט אריין אין די טיפעניש פון די מענטש׳ס נשמה. סאיז די actual functions פון א מענטש׳ס כאראקטער און וויאזוי א מענטש איז געווייערט. אלע אנדערע באקסעס קען זיין אמת אבער צו פארשטיין די ״תורת הנפש״ דארף מען זיכער אנהייבן מיט די מאיערס-בריגס.
דינסטאג יולי 23, 2019 10:30 pm#433602
איך האלט יעצט אינמיטן א ״בירדעי פארטי״ קען איך נישט שרייבן קיין לאנגע דרשות. כהאב אבער זייער ליעב די נושא. און איך בין גרייט ענק צוביסלעך מסביר זיין וויאזוי ס׳ארבעט. און פארוואס ס׳איז הונדערט פראצענט אמת ויציב!
איך האב ב״ה מצליח אויפצווייזן פאר צענדליגער מענטשען די ווארהייט דערפון אריינגערעכענט מיין טאטע און מאמע און חלק פון מיין משפחה. זיי פלעגן אויך זיך קוילערן פאר געלעכטער! היינט רופט מיך מיין שוועסטער זאגן דו ווייסט כהאב נעכטן ביי א חתונה געטראפן אזא ESFP וואס דו וואלסט נישט געגלייבט ווען דו זעהסט עס... ממש מיט צוויי יאהר צוריק האבן זיי אלע געחוזקט פון מיר! היינט זעהן זיי עס אליינס מיט זייער אייגענע חושים...

צו אלע סקעפטיקער וואס גלייבן נישט דערינען. איך רעספעקט ענק! זייער גוט טוהן ענק! די רבי דזשאורזש קארלין ז״ל (וויפל רביס האט ער?) האט געזאגט:

Don’t just teach your children to read
Teach them to question what they read
Teach them to question everything

אבער פאר ענק רעדן טוט׳ס א טובה מאכטס אביסלע ריסערוטש פאר ענק אליינס.
דינסטאג יולי 23, 2019 10:47 pm#433604
קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא איינער גרין וואס טיילט איין מענטשען אין קאלירען, ער איז א בלוי א גרין א געל, דענאך האט ער א יו ווי, דאס איז דער פראבלעם מענטש.

אזעלכע שטותים איז די אלע טיילעכצער. עס איז דא א בוך הייסט עס די עס עם, וואס קומט ארויס יעדעס יאר, איך בין זיכער דער עולם ווייסט פין דעם, עס ווערט דיקער יעדעס יאר, און דער סארט פראבלעמען און חילוקים וואס איז דא איז אין להם סוף, און אפילו טעראפיסטען וועלען זאגען אז כמעט קיינער פיט נישט אריין אין דיאגנאזיע פין דער בוך, ווייל יעדער איז געמישט.

מען וועט רעדן מיט מענטשן וואס גלייבן אין די האראסקאפען, מזלות, וואס טיילען אויך איין מענטשען מיט זייערע טיפען און סארטען, און זיי וועלען זיך שווערען פונקט ווי ר' שבת אז מען איז פשוט בלינד ווען מען זעהט נישט ַ

און דער סארט אי עס גאגא וואטעווער, איז נאר דא צען פראצענט ווייל זיי האבן אביסעל מער דעפענירט א טיפ, אבער יעדער מענטש איז א יחיד מיט זיינע מיקסען פין געפילען און רצונות און מהות, אזוי אז דער וועלט באשטייט פין זיבען ביליאן סארט מענטשען.

עס איז דאך טאקע דא א מעלה פין קוקען און דער בריגס תורה, ווייל עס לערנט דער מענטש צו פארשטיין א צווייטער, יעדער איז געבויט אנדערש. אבער בויען בנינים מיט דעם איז נאריש.

קענסט אוועק מאכן א זאך אינגאנצן, אדער מערערע זאכן למחצה, לשליש ולרביע. אבער אוועקמאכן אלעס אינגאנצן.... אויף דעם ווער איך שוין סקעפטיש.

הרב גרין, איז א אינגערמאן וואס האט גוט דרינגלעך אדורך געטוהן די סוביעקט פון נפשיות'דיגע פראבלעמען. און אויף די אקסלען פון פריערדיגע האט ער אויסגעשטעלט זייער א שיינע מהלך. די שאלה איז נישט צו 'דאס איז די מהלך' אדער נישט. ווייל ס'איז באמת דא מער ווי איין 'אמת'ע' (עפעקטיוו) מהלך. זיין מהלך האט גע'ארבעט פאר זייער אסאך מענטשן, ווי אויך איז דא מענטשן וואס האבן זיך נישט קאנעקטעט דערמיט. ער איז נישט די איינציגסטע, אדער די אויסטרעפער פון אזא מהלך, הרב מרדכי וויינבערגער האט אויך א ענליכע מהלך און ביכל. די רמב''ם האט אויך אזא מין צוגאנג פון קאטעגאריזירן נפשיות'דיגע טבעים אין פיר קאטעגאריעס.

חוץ פון דעם וואס ס'איז דא מענטשן וואס מאכן עס אוועק ווייל זיי האבן נישט געכאפט די מהלך, זענען אויך פיל מענטשן וואס רייסן איהם אראפּ פשוט אין גראד ווייל זיי זעהן זיך אלס יו.ווי. ס'איז ראָטזאַם אז איר זאלט זיך זעלבסט איבערטראכטן צו אייער קריטיק קומט נישט פון יענע פערספעקטיוו.....

די די.עס.עם. ביכל איז אויך נישט אוועקצומאכן. אדער בעסער זייער א שטארקע זאך. אבער ווי נישט איז טאקע דא א חלק וואס מ'קען אוועקמאכן. אבער אינגאנצען אוועקצומאכן? ווידער ס'דא אזעלכע וואס טרעפן זיך אין א דיאגנאזיז וואס ס'מאכט זיי פילן אומבאקוועם,מאכן זיי ענדערש אוועק ס'גאנצע ביכל און פטור אן עסק.....


האסט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער.

איך מאך נישט אוועק די די עס עם, פארקערט, משם ראי'.

ליין איבער און שרייב איבער.

און בכלל, ברענגסט א ראי'פין רמב"ם וואס מאכט אויך קאטעגאריעס. כאילו דער רמב"ם איז דער גרויסע דאקטער. ווען דער רמב"ם פראקטיצירט היינט צו זיינע שיטות וואלט מען אים נישט אנגעקוקט. אקעי, אין ווילי און לעיקוואד וואלט מען זיך באסמאקעוועט, באט יו געט דע פאונט.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:02 pm#433605
שבת אחים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:They can be easily hurt and strongly dislike conflict.

ווען די האסט אויף די ליסטע ר' יואל מסאטמאר און איצא גליק, האסטו מיר פארלוירען.


איצא גליק איז מעגליך אז ער איז טאקע א ESTP (טראמפ׳ס טייפ) וואס איז גאנץ ענדליך מיינוס די געפיהלן און די גוטע הארץ.

סאטמארער רב איז זיכער געוועהן א ESFP.
Esfp קענען יא אריינגיין אין קאנפליקט אויב עפעס ברענט זיי און זיי האלטן אז סאיז ריכטיג. סתם אזוי טאקע נישט. אבער אויב זיי האלטן אז עפעס איז א אומרעכט גייען זיי שוין איינמאל אריין אין קאנפליקט. זיי טוהן אלעס מיט אסאך passion, און אויב זיי גייען שוין יא אין קאנפליקט איז ״קולות וברקים״ און זיי זאגן איבער א גאנצע צייט די זעלבע זאך און האלטן זיך ביי זייערס-טיפיקל סאטמערער רב!


מיט ציונות איז ער אזוי געוועהן. איבער מיט קלויזנבורגער רב איז ער געווען אין קאנפליקט שטילערהייט, און אזוי מיט אסאך.

סאטמאר האט קאנפליקט אין איר ד.נ.א. אדאנק ר' יואל, קענסט זעהן א פייט אין סאטמארער בתי מדרשים און עס איז א נארמאלע זאך.

אפילו זיין כח הדבור ווייס איך אויך נישט אויב עס איז געוועהן אזוי געוואלדיג, ער איז געוועהן העכסט כאריזמאטיש, און א גאון, און אויך פארביטערט.

און די אליין ר' שבת, איך קען דיר, איך וויל דיר נישט באליידיגן, אבער די באלאנגסט אויף דער ליסטע אזוי ווי טראמפ.


איך בין נישט אויף די ליסטע פון טראמפ. זיי נישט באליידיגט: לערן דיך קודם אויס וויאזוי ס׳ארבעט. און וואס פארא מין מענטש איך און טראמפ זענען.

טראמפס דריטע פונקציע איז T (טראכטן) מיינס איז F (געפיהלן).

ביידע האבן ביידע פונקציעס; סיי פון טראכטן און סיי פון געפיהלן. ווען א מענשט מאכט decisions
אויב איז ער F וועט ער מאכן רוב פון זיינע החלטות געבעיסט אויף געפיהלן ווידער דער ׳טראכטער׳ גייט קודם טראכטן פון זיך און די געפיהלן איז secondary און אסאך שוואכער ביי זיי.

טראמפ איז אין די קאטאגאריע פון מענטשען וואס דרייען איבער אן קיין געפיהלן איך בין א אנדרייער מיט געפיהלן וואס רינען איבער...
דריטע ליסטע:
ESTP
1)טראמפ
2)ר׳ מענדלע וויזניצער- מרכז
3)הרה״צ ר׳ אליזער זאב האגער מירושלים/לעיקוואד/טשעסטער/נדבורנה/ מאונט סיני
4)הרב אהרן האגער וויזניץ מאנטריאל

ווער נאך?

כדארף מיך דערמאנען. שפעטער.

סאיז א גאנץ אנדערע כאראקטער פון די ESFP. נישט קיין פארגלייך. נאר אביסל נאנט מיט געוויסע זאכן.


ווען די לייגסט אראפ געפיל ווערסעס חשבון, כאילו טראמפ איז נישט דן מיט געפיל, און די יא, און דאס איז דער חילוק צווישן דער און טראמפ.

איך ווייס נאך נישט וויפיל געפיל די האסט, נעם דער סאקאפטי טעסט, וועסטו האבן מער ידיעה אין דעם, ד.ה. א צווייטער מוז עס נעמען. פרעג מענדיל האגער וועט ער אויך זאגן אז ער האט געפיל. און ב. ד. וו. עס קען זיין ער האט טאקע, מען מוז זיין גאר נאנט צו א מענטש צו פארשטיין זיין תכונת הנפש. א מענטש אן געפיל קען רעדן וועגן זיינע געפילען און נישט האבן קיין מושג אז ער האט אפילו נישט קיין געפילען, וועגן געפילען איז א געפיל זאך, און איינער וואס האט עס נישט, וועט גאר שווער מוזן ארבעטען צו קענען פארשטיין וואס ער האט נישט.

נארסאסיסטען זענען זעלטען מודה אז זיי זענען נארסאסיסטען, פארקערט, זיי ווייזן אהן אויף מענטשן, וואס זענען קלארע עמפאטען, אז זיי זענען גאר די נארסאסיסטען.

בכלל, האסט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז די ביסט טראמפ, נאר געשריבן אז די באלאנגסט נישט אויף דער ליסטע, אזוי ווי טראמפ באלאנגט נישט.

אלזא, די גאנצע קאטאגאריע תורות איז מופרך, ווייל יעדער איינער איז אנדעריש, אפילו אינטראווערטס קענען האבן געוויסע עקסטראווירטע שטריכן, וכן להיפוך.

וקל וחומר מיט דער סטופיד כלל פין גרין מיט יו ווי, כאילו נעמען יעדער מיט א מער מעורב'דיגע מהות, און אריין לייגן אין א כלל, אזוי אז מען קען רעדן וועגן "זיי" און לאכן און מאכן ווערטליך, און כלומרשט העלפען, ווייל מען האט עס דיאגנאזירט.

נאר דער די עס עם איז וויכטיג, ווייל עס מאכן כללים פין פראבלעמען, און פין דעם קען דער טעראפיסט פארשטיין וויאזוי צו פארעכטין. און אפילו דאס, איז אויך נישט אלעס, מענטשן האבן געמישטע פראבלעמען, והראי', עס ווערט יעדעס יאר גרעסער און דיקער.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:06 pm#433606
אישת! איך רעד נישט אריין אין די חלק וואס דו קריגסט זיך מיט קורקלענד. ווייל איך קען נישט דעם האב גרין און זיינע methods.

אבער וועגן דעם רמב"ם מאכסטו א גראבע טעות! זיי נישט ברוגז!

פון אלע טריליאנען חיות און באשעפענישן וואס האבן אמאל געלעבט אויף די פלאנעט איז דער רמב"ם געוועהן לכאורה פון די TOP 200 קלוגסטע מענטשן אויף די וועלט!

אמת אז איינער וואס קען היינט פירסט-עיד איז לכאורה א גרעסערע דאקטער ווי דער רמב"ם, אבער די זעלבע איז אמת אז איינער וואס קומט היינט ארויס פון קאלעדזש האט מעהר knowledge ווי איינשטיין האט געהאט!

יפתח בדורו כשמואל בדורו!

דו פארשטייסט בכלל נישט וואס ס'מיינט צו פרעגן אזעלכע "באמבע קשיות" ווי דער רמב"ם האט געפרעגט פאר מ'האט געוואוסט אז די זוהן שטייט אויף איין פלאץ און די ערד דרייט זיך ארום איר.

אזא קאפ ווי דער רמב"ם וואלט היינט געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשן אויף דער וועלט!

דער רמב"ם איז no doubt געוועהן פון די TOP 100 גרעסטע פילאסאפן וואס די וועלט האט אמאל געזעהן...

פארשטייט זיך אז זיינע ווערטער זענען נישט תורה מסיני, אבער איינער האט געדארפט פרעגן די שאלות קודם און דערנאך איז געקומען שפינוזה און געבויט אויפ'ן רמב"ם. איינער האט באיינפלוסט די אלע קלוגע מענטשן נאך דעם רמב"ם!!!

ער האט נישט פארשטאנען קיין סייענס און פיזיקס ווי היינט. אבער ער האט געארבעט מיט וואס ס'איז געוועהן עוועלעיבל אין זייט צייט. די היינטיגע טעכנאלאגיע איז דאך נישט געוועהן דעמאלטס!

ס'וואלט נישט געוועהן קיין איינשטיין, מייקל פאראדעי ווען נישט אייזיק נוטאן!

ס'וואלט נישט געוועהן קיין ניטשע און וויטגענשטיין ווען נישט שאפענהויער!

ס'וואלט נישט געוועהן קיין שאפענהויער ווען נישט די רבי פון אלע רבי'ס Immanuel Kant.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:13 pm#433608
ווען נישט די אהבת ישראל וואלט נישט געווען קיין מענדעלע!
דינסטאג יולי 23, 2019 11:13 pm#433609
אישיתישבי דיין לעצטע תגובה וועל איך ליינען שפעטער אדער מארגן. און וועל דיר בל״נ ענטפערן.

גוטע נאכט.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:14 pm#433610
גדליה האט געשריבן:ווען נישט די אהבת ישראל וואלט נישט געווען קיין מענדעלע!


:lol:

הלוואי וואלט מענדלע געגעאנגען אין די וועגן פון די ״אהבת ישראל״.

גראדע איך האלט אז מענדלע׳ס זוהן ר׳ חיים מאיר איז גאנץ א לייטישע מענטש. סקען זיין אז ער גייט זיין א געלונגע רבי. ווער ווייסט?
דינסטאג יולי 23, 2019 11:15 pm#433612
דאס איז זיכער:

ס׳וואלט נישט געוועהן קיין ברוך שפינוזה ווען נישט די רמב״ם!
דינסטאג יולי 23, 2019 11:18 pm#433613
אויך וואלט נישט געווען קיין בית יוסף.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:21 pm#433614
בּ.ד.וו. פערזענליך בין איך נישט איינער וואס גרין'ס מהלך האט זיך געטראפן ביי מיר דאס פלאץ. אזויפיל האב איך אבער יא אנערקענט אז זיין מהלך איז עפעקטיוו פאר אסאך מענטשן. און פון מיינע אבזערוואציעס איבער איהם, איז ער נישט איינער וואס טראכט אלס אליין אויס. זיינע שיטות און מעטאדן זענען געבויעט אויף אנדערע גרויסע עסטאבלישט יסודות, ויש על מה לסמוך, פאר דער וואס ס'ארבעט.

בנוגע א ראי'פון די רמב''ם האט שבת זייער גוט גענטפערט. די רמב''ם איז געווען איינער פון די גרעסטע טראכטערס און פיליזאפן אין די וועלט'ס היסטאריע. זיינע שיטות זענען געווען געבויעט אויף די פריערדיגע (נישט אייביג היימישע) ריזן, און די שפעטערדיגע ריזן (אויך נישט אייביג היימישע) האבן געבויט אויף די רמב''ם.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:27 pm#433616
שבת אחים האט געשריבן:אישת! איך רעדט נישט אריין אין די חלק וואס דו קריגסט זיך מיט קורקלענד. ווייל איך קען נישט דעם האב גרין און זיינע methods.

אבער וועגן די רמב״ם מאכסטו א גראבע טעות! זיי נישט ברוגז!

פון אלע טריליאנען חיות און באשעפנישן וואס האבן אמאל געלעבט אויף די פלאנעט איז די רמב״ם געוועהן לכאורה פון די TOP 200 קלוגסטע מענטשן אויף די וועלט!

אמת אז איינער וואס קען היינט פירסט-עיד איז לכאורה א גרעסערע דאקטער ווי די רמב״ם.

אבער די זעלבע איז אמת אז איינער וואס קומט היינט ארויס פון קאלעדזש האט מעהר knowledge ווי איינשטיין האט געהאט!

יפתח בדורו כשמואל בדורו!

דו פארשטייסט בכלל נישט וואס ס׳מיינט צו פרעגן אזעלכע ״באמבע קשיות״ ווי די רמב״ם האט געפרעגט פאר מ׳האט געוואוסט אז די זוהן שטייט אויף איין פלאץ און די ערד דרייט זיך ארום איר.

אזא קאפ ווי דער רמב״ם וואלט היינט געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען אויף די וועלט!

די רמב״ם איז no doubt געוועהן פון די TOP 100 גרעסטע פילאסאפען וואס די וועלט האט אמאל געזעהן...

פארשטייט זיך אז זיינע ווערטער זענען נישט תורה מסיני, מ׳דארף נישט אננעמען זיינע ווערטער איז הייליג. אבער איינער האט געדארפט פרעגן דע שאלות קודם און דערנאך איז געקומען שפינוזה און געבויט אויף די רמב״ם, איינער האט באיינפלוסט די אלע קלוגע מענטשען נאך די רמב״ם!!!

ער האט נישט פארשטאנען קיין סייענס און פיזיקס ווי היינט. אבער ער האט געארבעט מיט וואס סאיז געוועהן עוועלעיבעל אין זייט צייט. די היינטיגע טעכנאלאגיע איז דאך נישט געוועהן דעמאלטס?

ס׳וואלט נישט געוועהן קיין איינשטיין, מייקל פאראדעי ווען נישט אייזיק נוטאן!

ס׳וואלט נישט געוועהן קיין ניטשע און וויטגענשטיין ווען נישט שאפענהויער!

ס׳וואלט נישט געוועהן קיין שאפענהויער ווען נישט די רבי פון אלע רבי׳ס Immanuel Kant.


ר' שבת,

ביסט נישט גרינטלעך.

אלעס וואס די זאגסט וועגן דער רמבם קען זיין אמת (עס מוז נישט זיין, אבער קען זיין), עס האט גארנישט מיט מיינע ווערטער.

ווען דער רמב"ם איז היינט דא, און פראקטיצירט זיין דאקטעריי, פארשטייט זיך לויט וואס ער האט געוויסט דעמאלטס, (ווען ער פראקטיצירט לויט היינטיגע דאקטעריי איז ער נישט דער רמב"ם), וואלט אים קיינער נישט געניצט ַַַ

ממילא איז נישט קיין ראי' פין אים, ווייל ער מאכט קאטעגאריעס, אז עס איז ריכטיג צו מאכן.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:27 pm#433617
שבת אחים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:וואס איז קורקלענד?

נישט לאנג צוריק האב איך געליינט רעי דעליא'ס ביכל. בתוך דבריו האט ער דארט געשריבן אז די מאיערס בריגס סיסטעם האט איהם אסאך געהאלפן אין ביזנעס און פערזענליך. ער שרייבט דארט אז ער פארלאנגט פון אלע ארבייטער די טעסט. ווי אויך האט ער עס געמאכט אויף אלע זיינע קינדער. ער שרייבט אז אין ביזנעס איז ער אויפגעקומען אז מ'טאר קיינמאל נישט פארמירן א טיעם וואס באשטייען פון די זעלבע טיפּ. נאר אדרבה ס'מוז זיין פארקערט.

איך האב דעמאלס געמאכט די טעסט, ס'מיר געווען שווער צו ענטפערן אויף אלעס, ווייל אסאך זאכן האבן זיך ביי מיר געטוישט מיט די יארןַ איך האב געהאט אין פלאן עס איבער צו מאכן מיט אפאר נאענטע לעבנס חברים. אבער אזויווי אלעס אנדערש איז דערפון געבליבן א בוקמארק, און מ'האט פארגעסן דערפון. אצינד אז שבת האט עס צוריק ארויפגעברענגט וועט מען נאכאמאל דורכטאן.


וואס ביסטו טאקע?

INTJ?

בערך 100 פון די Fortune 500 companies נוצן די מאיערס-בריגס טעסט פאר זייערע ארבייטער! אויב איז יענער א ESFP באלאנגט ער אין א צווייטע פליגל ווי א INTJ....

טי. זיכער. דזשעי. זיכער. ציווישן אי. און איי. בינעך זייער מסופק, לכאורה נוטע מער צו אי. די אנדערע בינעך אין א ספק.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:31 pm#433618
די פראבלעם מיט די מיני טעסטס איז אז ס׳איז דיך גארנישט מגלה איבער דעם מענטש וואס דו האסט נישט געוויסט פריער.
איך קען אויך מאכען אזא ווינדערליכע טעסט.
לדוגמא, האסטו ליב צו פארברענגען מיט חברים? ענטפער פון איינס ביז צען.
(אויב דו ענטפערסט צען): דו ביסט זייער א סאושעל מענטש, און דיין נאטור גלוסט צו פארברענגען מיט אנדערע מענטשען. דו שפירסט זיך באקוועם צווישען אנדערע.
(אויב דו ענטפערסט איינס): דו ביסט מער א צוריקגעצויגענע און אינערליכע מענטש, וואס גלייכט צו פארברענגען צייט מיט זיך אליינס.

און בינגא! כ׳האב צוגעטראפן צו די מענטש׳ס נאטור.

שוין, זייטס מיר אלע געזונט און שטארק, און געדענקסט אלע אז ווען נישט קאסטנער וואלטן אונז אלע געווען גויים.
דינסטאג יולי 23, 2019 11:33 pm#433620
חכם איינער. די רעזולטאטן קומען מיט אינפארמאציע וויאזוי זיך איבערצוקומען די מצב. און קענען גובר זיין אויף די חסרונות און מאקסימיזירן די מעלות..
דינסטאג יולי 23, 2019 11:40 pm#433621
דאס קענען מיר אויכעט ב״ה
פרעגט אייך נאך ביי אונזערע הונדרעטער צופרידענע קליענטן
מיטוואך יולי 24, 2019 12:06 am#433624
גדליה האט געשריבן:די פראבלעם מיט די מיני טעסטס איז אז ס׳איז דיך גארנישט מגלה איבער דעם מענטש וואס דו האסט נישט געוויסט פריער.
איך קען אויך מאכען אזא ווינדערליכע טעסט.
לדוגמא, האסטו ליב צו פארברענגען מיט חברים? ענטפער פון איינס ביז צען.
(אויב דו ענטפערסט צען): דו ביסט זייער א סאושעל מענטש, און דיין נאטור גלוסט צו פארברענגען מיט אנדערע מענטשען. דו שפירסט זיך באקוועם צווישען אנדערע.
(אויב דו ענטפערסט איינס): דו ביסט מער א צוריקגעצויגענע און אינערליכע מענטש, וואס גלייכט צו פארברענגען צייט מיט זיך אליינס.

און בינגא! כ׳האב צוגעטראפן צו די מענטש׳ס נאטור.

שוין, זייטס מיר אלע געזונט און שטארק, און געדענקסט אלע אז ווען נישט קאסטנער וואלטן אונז אלע געווען גויים.


וואס עפעס? יעדע זאך וואס א מענטש טוט איז געבעיסט אויף דעם. אלע החלטות, אלע געפיהלן, אלעס!!!

מיליאנען פעדערן האבן זיך שוין צובראכן די לעצטע הונדערט יאהר איבער די סוגיא! דאס האט געהאלפן פאר צענדליגער מיליאנען מענטשען און פסכיאטערס. ווען דו וואלסט נאר געהאט א ניקל פאר יעדע איינציגער ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן וועגן די מייערס-בריגס אויף די וועלט זאג איך דיר צו אז אלע וויזניצער רבי׳ס גייען דיר אנהייבן צו שיקן דעם בעכער!

נעם דיך ליינען!

אנצוקומען צו פארשטיין פונקטליך וויאזוי די מענטשהייט ארבעט דארף מען עס קודם אידענטיפיצירן און דערנאך קען מען דן זיין דעריבער.

אונז דארפן זיין גליקליך צו לעבן אין אזעלכע צייטן נאך אזעלכע חכמים ווי, פרויד, קארל יונג און מאיערס בריגס וכו׳ זיי האבן געטוהן א גרויסע טובה פאר די וועלט און פאר די מענטשהייט.
מיטוואך יולי 24, 2019 1:27 am#433628
לכאורה דארף מען צולייגן צו די ערשטע- ליסטע פון ESFP’S

די זינגער יואלי ווייס מיט זיין געוועזנע ווייב די זינגערטע ריקי רויז.

און לכאורה שלומי גאמבא אויך.
מיטוואך יולי 24, 2019 3:17 am#433630
אישתישבי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אישת! איך רעדט נישט אריין אין די חלק וואס דו קריגסט זיך מיט קורקלענד. ווייל איך קען נישט דעם האב גרין און זיינע methods.

אבער וועגן די רמב״ם מאכסטו א גראבע טעות! זיי נישט ברוגז!

פון אלע טריליאנען חיות און באשעפנישן וואס האבן אמאל געלעבט אויף די פלאנעט איז די רמב״ם געוועהן לכאורה פון די TOP 200 קלוגסטע מענטשן אויף די וועלט!

אמת אז איינער וואס קען היינט פירסט-עיד איז לכאורה א גרעסערע דאקטער ווי די רמב״ם.

אבער די זעלבע איז אמת אז איינער וואס קומט היינט ארויס פון קאלעדזש האט מעהר knowledge ווי איינשטיין האט געהאט!

יפתח בדורו כשמואל בדורו!

דו פארשטייסט בכלל נישט וואס ס׳מיינט צו פרעגן אזעלכע ״באמבע קשיות״ ווי די רמב״ם האט געפרעגט פאר מ׳האט געוואוסט אז די זוהן שטייט אויף איין פלאץ און די ערד דרייט זיך ארום איר.

אזא קאפ ווי דער רמב״ם וואלט היינט געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען אויף די וועלט!

די רמב״ם איז no doubt געוועהן פון די TOP 100 גרעסטע פילאסאפען וואס די וועלט האט אמאל געזעהן...

פארשטייט זיך אז זיינע ווערטער זענען נישט תורה מסיני, מ׳דארף נישט אננעמען זיינע ווערטער איז הייליג. אבער איינער האט געדארפט פרעגן דע שאלות קודם און דערנאך איז געקומען שפינוזה און געבויט אויף די רמב״ם, איינער האט באיינפלוסט די אלע קלוגע מענטשען נאך די רמב״ם!!!

ער האט נישט פארשטאנען קיין סייענס און פיזיקס ווי היינט. אבער ער האט געארבעט מיט וואס סאיז געוועהן עוועלעיבעל אין זייט צייט. די היינטיגע טעכנאלאגיע איז דאך נישט געוועהן דעמאלטס?

ס׳וואלט נישט געוועהן קיין איינשטיין, מייקל פאראדעי ווען נישט אייזיק נוטאן!

ס׳וואלט נישט געוועהן קיין ניטשע און וויטגענשטיין ווען נישט שאפענהויער!

ס׳וואלט נישט געוועהן קיין שאפענהויער ווען נישט די רבי פון אלע רבי׳ס Immanuel Kant.


ר' שבת,

ביסט נישט גרינטלעך.

אלעס וואס די זאגסט וועגן דער רמבם קען זיין אמת (עס מוז נישט זיין, אבער קען זיין), עס האט גארנישט מיט מיינע ווערטער.

ווען דער רמב"ם איז היינט דא, און פראקטיצירט זיין דאקטעריי, פארשטייט זיך לויט וואס ער האט געוויסט דעמאלטס, (ווען ער פראקטיצירט לויט היינטיגע דאקטעריי איז ער נישט דער רמב"ם), וואלט אים קיינער נישט געניצט ַַַ

ממילא איז נישט קיין ראי' פין אים, ווייל ער מאכט קאטעגאריעס, אז עס איז ריכטיג צו מאכן.


אמת!

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דעם! מקען נישט ברענגן קיין ראי׳ פון די רמב״ם אדער אנעמען ערנסט אלעס וואס ער האט געזאגט פונקט ווי מקען נישט היינט ברענגן קיין ראיות פון אריסטו. (כהאב עס טאקע קלאר געשריבן די פרידערדיגע תגובה) אבער למעשה אריסטו און די רמב״ם און נאך אפאר הונדערט קלוגע מענטשען האבן פארמירט די היינטיגע מאדערענע ציוויליזרטע וועלט אלזא אויב איינער גייט דא שרייבן אז אריסטו איז געוועהן א נער גיי איך ״מוחה״ זיין ברבים ביי שאלשידעס ממש פונקט ווי ר׳ מאטעלע...

כהאב געמיינט דו מאכסט אים אוועק סתם אזוי.

יא! ווען דו ביסט גערעכט ביסטו דאך גערעכט...
מיטוואך יולי 24, 2019 9:09 pm#433658
ווען די לייגסט אראפ געפיל ווערסעס חשבון, כאילו טראמפ איז נישט דן מיט געפיל, און די יא, און דאס איז דער חילוק צווישן דער און טראמפ.

איך ווייס נאך נישט וויפיל געפיל די האסט, נעם דער סאקאפטי טעסט, וועסטו האבן מער ידיעה אין דעם, ד.ה. א צווייטער מוז עס נעמען. פרעג מענדיל האגער וועט ער אויך זאגן אז ער האט געפיל. און ב. ד. וו. עס קען זיין ער האט טאקע, מען מוז זיין גאר נאנט צו א מענטש צו פארשטיין זיין תכונת הנפש. א מענטש אן געפיל קען רעדן וועגן זיינע געפילען און נישט האבן קיין מושג אז ער האט אפילו נישט קיין געפילען, וועגן געפילען איז א געפיל זאך, און איינער וואס האט עס נישט, וועט גאר שווער מוזן ארבעטען צו קענען פארשטיין וואס ער האט נישט.

נארסאסיסטען זענען זעלטען מודה אז זיי זענען נארסאסיסטען, פארקערט, זיי ווייזן אהן אויף מענטשן, וואס זענען קלארע עמפאטען, אז זיי זענען גאר די נארסאסיסטען.

בכלל, האסט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז די ביסט טראמפ, נאר געשריבן אז די באלאנגסט נישט אויף דער ליסטע, אזוי ווי טראמפ באלאנגט נישט.

אלזא, די גאנצע קאטאגאריע תורות איז מופרך, ווייל יעדער איינער איז אנדעריש, אפילו אינטראווערטס קענען האבן געוויסע עקסטראווירטע שטריכן, וכן להיפוך.

וקל וחומר מיט דער סטופיד כלל פין גרין מיט יו ווי, כאילו נעמען יעדער מיט א מער מעורב'דיגע מהות, און אריין לייגן אין א כלל, אזוי אז מען קען רעדן וועגן "זיי" און לאכן און מאכן ווערטליך, און כלומרשט העלפען, ווייל מען האט עס דיאגנאזירט.

נאר דער די עס עם איז וויכטיג, ווייל עס מאכן כללים פין פראבלעמען, און פין דעם קען דער טעראפיסט פארשטיין וויאזוי צו פארעכטין. און אפילו דאס, איז אויך נישט אלעס, מענטשן האבן געמישטע פראבלעמען, והראי', עס ווערט יעדעס יאר גרעסער און דיקער.
[oe]

יעצט לייען איך די תגובה די ערשטע מאל.

אזויפיל שטותים צורעדן...

און איך בין נאך דער בעל מגזם...

האסט נישט קיין אהנונג וואס דו רעדסט... זעראו! האסט נישט געמאכט די מינדעסטע ריסערוטש אויף די מאיערס-בריגס.

איך האב נישט קיין פראבלעם צוהאלטן א דיאלאג מיט א מענטש וואס האט אביסל געטוהן אין דעם. מיט איינער וואס ריספאונד און ענטפערט געהעריג ווען מ׳רעדט צו אים. אבער איינער וואס שרייעט זיך אפ זיינס. און ווען מפרעגט אים נארמאלע קשיות ווי סאיז דא אזא זאך ווי שטילע און הויכע מענטשען, ענטפערט ער נישט!

בקיצור סאיז נישטא מיט וועמען צוגיין צום טיש.

איך בין באבע בר בר חנה :lol:

אז ער נישטא צוהערן דעם אמת איז נישט! ער ליינט אפילו נישט גרונטליך וואס איך שרייב למשל שרייבסט אז כאילו טראמפ טראכט נישט מיט געפיהלן... קוק וואס איך האב געשריבן ביידע האבן ביידע פונקציעס סיי דער T און סיי דער F. סאיז נאר וועלכע איז גובר...
מיטוואך יולי 24, 2019 9:20 pm#433659
די גרעסטע ראיות אז סאיז נישט אמת איז וועגן איינער גרין וואס לייגט מענטשען אריין אין קאטאגאריעס פון קאליר... מאכט ער א גזירה שוה אז דעס איז אויך נישט אמת...

און וועגן איינער האט ארויסגעגעבן א ביכל...

און יענע ביכל פרעגט שוין אפ אלע פריערדיגע! ער מאכט ממש ״אש און פארך״ פון מאיערס בריגס און קארל יונג...

:lol:
מיטוואך יולי 24, 2019 10:38 pm#433660
לשיטת הסקעפטיקער וויל איך וויסן וויאזוי איז מעגליך אז איך האב ארויפגעלייגט צוויי ליסט׳ס פון מענטשען און ריכטיג האט פונקטליך צוגעטראפן?
וויאזוי???

Magic? רוח הקודש?

איך האב קיינמאל נישט גערעדט מיט ריכטיג וועגן די מענטשען און זייער טיפ. וויאזוי קען זיין אז אונז ביידע זענען אויפגעקומען מיט די זעלבע טייפ צווישן 16 טייפס.

און איך קען שפילן די געים מיט סיי וועמען. לייגסט ארויף איינער וואס האט געלערנט די מייערס בריגס און דערנאך לייגסט ארויף באוואוסטע מענטשען ווי Shakespeare, Gandhi, Benjamin Franklin, Isaac newton Abraham Lincoln ואדער סיי וועלכע רבי, סעלעבערטי און איר קענט זעהן אז 99 פראצענט גייען מיר ביידע צוטרעפן די זעלבע פיר אותיות!

וויאזוי איז עס מעגליך?

בכלל ווי אזוי איז מעגליך צו וויסן יענעמס כאראקטאר הונדערטער יאהרן נאך זיין טויט???

סאיז פשוט. סאיז דא געוויסע כאראקטארן צווישן מענטשען און געוויסע פונקציעס וויאזוי די מענטש׳ס כאראקטאר ארבעט און במשך די לעצטע הונדערט יאהר האבן געלערנטע מענטשען דאס געגעבן פארשידנע נעמען און עס אריינגעלייגט אין אותיות. יעדער קען זיך עס אויסלערנען. און ווען ער וועט עס קענען גייט איר עס זעהן אויף טריט און שריט. איך זעה עס א גאנצן צייט. קלאר. נישט נאר איך יעדער וואס האט עס דורכגעטוהן...
דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:45 am#433664
איך קען נישט גלייבן אז איך האב אויסגעלאזט אין די ערשטע ליסטע פון ESFP’S

הרב רבי יואל ראטה מברסלב.

און זיין רבי דער מוהרא״ש ז״ל.

לויט מיין השערה איז ר׳ נחמן מברסלב אויך געוועהן א ESFP

און לכאורה דער קראנקער העלבראנץ ז״ל אויך (סאיז אויך דא קראנקע ESFPS- אסאך פון זיי זענען... :lol: )
דאנערשטאג יולי 25, 2019 2:59 am#433665
און ווער קען גלייבן אז איך האב פארגעסן דעם בדחן יואלי לעבאוויטש מיט זיין טאטען דער ניקלישבורגער רבי.

אוי ניקלישבורג! הרב יונגרייז פון וואודרבארן! ער איז זיכער א מיליאן פראצענט א ESFP!

הבדחן יענקל מיללער באלאנגט צו ליסטע נומבער 2 פון ESTP-טראמפס טייפ.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:05 am#433666
נאך איינס פאר היינט ביינאכט.

ר׳ ישעילע קערעסטירער ז״ל- ESFP

דער ריבניצער איז געוועהן א INFP (גדלי פון ק״ש טייפ :ביי )
דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:14 am#433668
דער ר׳ יוסי ווערצבערגער וואס איז לעצטענס אוועק נעבעך יונגערהייט. ער פלעגט זיין נאנט מיט הרב יונגרייז ניקלישבורג איז אויך געוועהן א ESFP

ווער האט אים געקענט?
דאנערשטאג יולי 25, 2019 7:48 am#433670
איך צו צוריק, ביסט יא ענדלעך צו טראמפ. ער מיט זיינע טוויטס, און די דא. באלט קומט נאך צען טוויטס.

העי, איך האב א שאלה צו דיר, וויבאלד איך רעד שטותים און עס איז נישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש....

זיי מאכן דער הייליגער בריגס קאטעגאריע, מיסודו של קארל יאנג (אויך א שקר, אבער שוין), מיט 97 שאלות, וויאזוי טוסטו עס? אַ, הייסט עס אפשר ביסטו יא א בעל דמיון צו א בעל מגזם? און ווען איינער מאכט דיר אוועק שעלט איר מיט קללות און ווייס איך וואס, עד כדי כך אז די ענדעלסט גאר דער ניקלסבורגער, כידוע, אז דער וואס קריטיקירט אים, טוט ער גענוי וואס שבת אחים פין ק"ש טוט!!!!

דיין איגנארענץַ איז מורא'דיג.

ביסט א esfp אױב דער קאטעגאריע מיינט א מענטש וואס איז זייער סענסיטיוו און סעלף סענטערס, און האט נישט קיין פראבלעם צו ניצען אסאסינעשען פין אנדערע נאר גערעכט צו מאכן זיין גאות. ווי אויך, איינער וואס זיין סעלף אדמערעישען הענגט אויף א האר, און ווען איינער וואגט זיך נאר דאס צו בלאזען ווערט ער צושאקעלט און ווערט מלא כעס וחימה און ווערט אדיקטירט יענעם אוועק צו מאכען מיט דער תכלית צו לאזן זיין פראגילע קאנפידענס אויף אירע שוואכע יסודות.

אםַ סארי אױב איך שרייב ווערטער דא וואס איך וויל נישט, אבער צומאל ווען דיין איגנארענץַ קומט ארויס, ווייל מען האט קריטיקירט דיך אדער דיינע סילי קאממענטס, מוז מען עס ארויסברענגן ַַ.