Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

קאווע שטיבל • אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13250
דינסטאג יולי 30, 2019 3:52 pm#433984
אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט גערעדט דערפון אז נאך יארן וואס התאחה"ר האט נישט געהאט קיין נשיא זינט די פטירה פון הב"מ זצ"ל איז לעצטענס אדמו"ר מהרז"ל געווארן געקרוינט אלס נשיא פון התאחדות הרבנים
כאטש עס איז נישט געווען א אפעציעלע מעלדונג מטעם התאחה"ר אבער ביים לעצטן *ריזיגן* פראטעסט (קעגן?) האבן אפאר דרשנים (רח"י האלבערשטאם פון מאנסי און אנדרע) דערמאנט אים מיט׳ן טיטול נשיא התאחדות הרבנים בפניו און קיינער האט נישט פאראכטן דעם טעות, נישט די הנהגה און נישט מהרז"ל אליין איז דאך שתיקה כהודאה.
מזל טוב נשיא, מיר זענן שוין נישט נשיאלאז, עס וועט צוריק זיין א הנהגה, יאריך ימים על ממלכתו
דינסטאג יולי 30, 2019 6:40 pm#433993
Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
היסטאריקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט גערעדט דערפון אז נאך יארן וואס התאחה"ר האט נישט געהאט קיין נשיא זינט די פטירה פון הב"מ זצ"ל איז לעצטענס אדמו"ר מהרז"ל געווארן געקרוינט אלס נשיא פון התאחדות הרבנים
כאטש עס איז נישט געווען א אפעציעלע מעלדונג מטעם התאחה"ר אבער ביים לעצטן *ריזיגן* פראטעסט (קעגן?) האבן אפאר דרשנים (רח"י האלבערשטאם פון מאנסי און אנדרע) דערמאנט אים מיט׳ן טיטול נשיא התאחדות הרבנים בפניו און קיינער האט נישט פאראכטן דעם טעות, נישט די הנהגה און נישט מהרז"ל אליין איז דאך שתיקה כהודאה.
מזל טוב נשיא, מיר זענן שוין נישט נשיאלאז, עס וועט צוריק זיין א הנהגה, יאריך ימים על ממלכתו
ווי אזוי ווערט מען נשיא, דורך וואלן, איז בכלל געווען א צד שכנגד מיט א רוב, אדער פשוט ווי א מלך וואס גייט אריבער פון טאטען צו זוהן??
דינסטאג יולי 30, 2019 6:51 pm#433995
Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען נשיא, דורך וואלן, איז בכלל געווען א צד שכנגד מיט א רוב, אדער פשוט ווי א מלך וואס גייט אריבער פון טאטען צו זוהן??




אויב ס'איז נישטא א פלניא גזלנא דרשה גענוג שנעל, (סארי איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווי שנעל).
דינסטאג יולי 30, 2019 6:56 pm#433996
וואס באדייט די נשיאות? וואס איז זיין תפקיד? וואספארא אחריות טראגט די שטעלע? וואס איז די כח?
דינסטאג יולי 30, 2019 8:52 pm#434011
קורקלענד: די זעלבע וואס די רעביסטווע. מ'דארף קענען שיין שמייכלען צו די (באהאלטענע) קעמערעס. און רוב מאל זיך איינהאלטן פון אויספלאצן מיט א געלעכטער בשעת'ן טיילן שיריים און אנדערע געלעגנהייטן ווען מ'דארף אנשטעללן אן ערנסטן פנים...!

דער הייליגער ריזשינער האט פאראויסגעזאגט א סאך זאכן וואס וועללן זיין בעיקבתא דמשיחא. איינס פון די זאכן וואס ער האט געזעהן ברוח קדשו. אז ס'וועט זיין א נשיא פון א רבנישע ארגאניזאציע וואס קען נישט לערנען....או. קעי. ער קען נאכזאגן שיינע תורות פון דברי יואל און
ברך משה. אפילו פון ייטב לב און ישמח משה אויך. (מ'האט איהם געקויפט איינס אויף אידיש...)
דינסטאג יולי 30, 2019 8:54 pm#434013
נ.ב.: ווער ס'וועט ווייזן מיין חידוש פאר מהר"א שליט"א וועטציך קויפן עולם הבא...!

איך מיין אז ער ליינט עס אליין דא אויף קאווע שטיבל...לאל...!
מיטוואך יולי 31, 2019 9:13 am#434036
Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
קורקלענד האט געשריבן:וואס באדייט די נשיאות? וואס איז זיין תפקיד? וואספארא אחריות טראגט די שטעלע? וואס איז די כח?
נאכ׳ן מסביר זיין וואס איז התאחדות הרבנים (און אין וועךכע שפראך ערשיינט די ווארט ׳התאחדות׳), וועט מען קלערן וואס מיינט דער נישא דערפון. איך קלער אז עס האט עפעס מיט two piece knits, איך ווייס נאר נישט וואס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 31, 2019 9:55 am#434038
עפעס האבן זיי געהאט מיט די 'טאָ פּיס פּאָנדילאו'......
מיטוואך יולי 31, 2019 10:06 am#434040
Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
קורקלענד האט געשריבן:עפעס האבן זיי געהאט מיט די 'טאָ פּיס פּאָנדילאו'......
אויך מיט שמאלע געפאסטע קליידער
מיטוואך יולי 31, 2019 10:37 am#434042
אונטער חכם האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען נשיא, דורך וואלן, איז בכלל געווען א צד שכנגד מיט א רוב, אדער פשוט ווי א מלך וואס גייט אריבער פון טאטען צו זוהן??


נישט געווען גארנישט, סתם דרשנים האבן אים געגעבן אזא טיטול, אזוי ווי עס שטערט נישט קיינעם האט מען נישט מוחה געווען
פון זיין טאטןהאט ער עס נישט באקומען ווייל ער האט צוויי עלטערע ברידערס


אויב ס'איז נישטא א פלניא גזלנא דרשה גענוג שנעל, (סארי איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווי שנעל).

די פלניא גזלנא דרשה איז געווען ע" פ הוראת הדומ"צ שליט"א
היינט קיקט ער נישט אפילו אהין

""
מיטוואך יולי 31, 2019 11:14 am#434043
מזל טוב ר' זלמן לייב, מזל טוב
דיעראייבערשטער זאל דיר געבן אריכות ימים ושנים טובים!

ממש נישט צום גלויבן, אפילו משה רבינו'ס הנהגה איז נישט געווען אויף אזא פארנעם, אויסער די הנהגה אויף 10'דליגער קהילות, מוסדות, קעמפ'ס, כשרות, סידור קדושין, איבער די גארער וועלט, נשיא כולל שומרי החומות, חינוך הטהור און א"י, גענעראל פון די מלחמה מיט מדינת ישראל, פארנעמט ער נאך אן הנהגה אויף אלע רבנים פון אמעריקא און קאנאדא. ממש אין בדומה לו.
איך האלט אז מען וועט אים אנטראגען די רבנות אויף עדה החרדית נאך ר' יצחק טוביה'ס 120 וועט ער עס אויך אנעמען.
מיטוואך יולי 31, 2019 11:47 am#434046
די נשיאות איז אויך גילטיג אויף די 'וקנאדא' חלק? אויב יא זענען אונזערע ברודער אין מאנטריאל געהאלפן געווארן נאך אפאר שווערע יאר נישט האבן קיין נשיא
חסדי ה' כי לא תמנו
מיטוואך יולי 31, 2019 1:43 pm#434052
דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה
מיטוואך יולי 31, 2019 1:46 pm#434053
און ווידעראמאל, איינער האט גע'דמיונ'ט און ס'איז געווארן א פאקט...
מיטוואך יולי 31, 2019 2:05 pm#434056
לך לך האט געשריבן:דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה

דין שומרי החומות לחוד ודין בוני החומות לחוד ודוק
מיטוואך יולי 31, 2019 2:29 pm#434058
איסר האטלקי האט געשריבן:און ווידעראמאל, איינער האט גע'דמיונ'ט און ס'איז געווארן א פאקט...


זאלי
מיטוואך יולי 31, 2019 2:31 pm#434059
לך לך האט געשריבן:דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה

די גאר וויכטיגע אשכול רעדט פון התאחדות הרבנים. דארט רעדט מען פון שומרי החומות. וואס דארף זיין די קשיא?
מיטוואך יולי 31, 2019 2:42 pm#434060
כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת אז מהרז''ל איז דעקלערט געווארן אלס נשיא פון די מעכטיגע סאכדעס הרבנים דארה''ב וקאנאדא, אויב יא, איז קלאר אז מ'דארף דער רבי זלמענען שוין אומפוטשען!!! מ'דארף זאפארט אראפברענגן פון וואשינגטאן קיין וויליאמפעסט די דריי אנגעזענע זקנים ר' זלמן נאדלער, ר' אליהו קאממינקס, און הרב הצדיק ר' אדם שיף. ווי אויך די פיר פערדן-טרייבער פון די אַפּאָקאַליפּסיע, די אנטיסמיטקע אילהאן אמאר שר''י, אלעקסאנדריע אָקאַסיאָ-קאָרטעז, ראשידא טאליב, און איאנא פרעסלי, אז זיי זאלן מיט זייער מעכטיקייט אומפוטשען דעם רבי זלמנען. פארוואס? צוליב ראסזים. ס'איז דייטליך אז רבי זלמן שליסט בלויז אויס מעקסיקא פון זיין מעכטיגע סאכדעס נשיאות, צוליב פינסטערע ראסזים, דערפאר מוז ער זאפארט אומפוטש ווערן...
מיטוואך יולי 31, 2019 2:53 pm#434062
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה

די גאר וויכטיגע אשכול רעדט פון התאחדות הרבנים. דארט רעדט מען פון שומרי החומות. וואס דארף זיין די קשיא?
טעות
מיטוואך יולי 31, 2019 4:32 pm#434071
calculator האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:און ווידעראמאל, איינער האט גע'דמיונ'ט און ס'איז געווארן א פאקט...


זאלי

א ראיה אז ס'איז אמת אדער שקר?!
מיטוואך יולי 31, 2019 7:40 pm#434079
ס'איז דא א ווערטל: פארוואס הייסט אן עם הארץ א גראבער יונג? ווייל ער קען נישט קיין דין. נישט ח"ו מהרז"ל שליט"א. ער קען גאנץ קיצור שולחן ערוך אויף אידיש טייטש. דעם גרויסן שו"ע האט מען נאכנישט איבערגעזעצט אויף אידיש. ווען די ערשטע באנד וועט ארויסקומען האט ער א דין קדימה...!
מיטוואך יולי 31, 2019 8:17 pm#434080
באלד שטייט @לאקש אויף פון זיין טיפע שלאף און זיך נעמען שפייען אויף יעדן, ביזט אן ארוני, שטאפסט דיך אן מיט די בלאט א.ד.ג.
מיטוואך יולי 31, 2019 8:22 pm#434081
ביי א מיטינג צווישען די חברי הרבנים אינערהאלב סאכדעס איז מען געקומען צו א פה אחת אפשטיצונג אז די פאסיגסטע קאנדידאט איז טאקע דער סאטמערע רבי רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט״א
הרב טייטעלבוים איז שוין א וואונדער אין די עולם התורה לאנגע יארן
אלץ יונגערמאן האט א קהילה אין ב״פ עצי חיים סיגוט אים אויפגענומען אלץ רב
נאכדעם איז ער געווען א לאנגיעריגע ישיבה קטנה מגי״ש
נאכדעם האט מען עם אויפגענומען אויף די חשובע פאזיציע פון סאטמאר ירושלימע רב און דערמיט פארנומען א שטעלע אייניג צו הגה״ק רבי משה אריה
יא אין גאנטץ סאטמאר האט מען געזוכט א ממלא מקום פאר רבי משה ארי׳ און מ׳האט נישט געפינען א בעסערע קאנדידאט ווי רב טייטלבוים
איטליכע יאר שפעטער האט דער דעמאלטסטדיגע סאטמערע רבי געזוכט איינעם אז ער זאל אים ארויסהעלפן פירן די קהילה אין וויליאמסבורג
וועם האט ער געקליבן? יא! איר האט צוגעטראפן. דער רבי האט אויסגעקליבען פון גאנץ סאטמאר דעם זעלבן רב טייטלבוים
און ווען די סאטמערע רבי איז אוועק, א רבי פון צענדליגע טויזענטע חסידים, וועם האט מען אפירגעזוכט?
ווידער רב טייטלבוים. עים האט מען ממנה געווען אלטץ רבי פון די ריזיגע סאטמער קהילה. פון אלע סאטמערע אידן אין די גאנצע וועלט, אלע רבנים דיינים ראשי ישיבה איז ער געווען דער מובחר צו ערזעצן די הויכראנגיקע שטעלע.
פרעג איך אייך, איז ער דען נישט ראוי צו דינען אלץ נשיא פון וואטעווער דקאנאדא?
מיטוואך יולי 31, 2019 8:59 pm#434082
גדליה: און וואס זאלל דער עלטערער ברודער טון...? דרייוון א יעללאו קעב אדער זיין א חבר אין א רוסיש אידישע קאר סערוויס...?! שוין. א קליין בעסמעדערש'ל אין א בעיסמענט ערגעץ אין פלעטבוש...! דאס איז שוין בהסכמת הרב משה גבאי שליט"א...! דאס דערמאנט מיך די מעשה מיט דעם רבי און זיין בעל עגלה...אוי. כ'האב נישט קיין נערוון עס איבער צו דערציילן יעצט...!
מיטוואך יולי 31, 2019 9:06 pm#434084
און וועגן איין ברודער דארף גאנץ סאטמער ליידן?
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 12:40 am#434088
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה: און וואס זאלל דער עלטערער ברודער טון...? דרייוון א יעללאו קעב אדער זיין א חבר אין א רוסיש אידישע קאר סערוויס...?! שוין. א קליין בעסמעדערש'ל אין א בעיסמענט ערגעץ אין פלעטבוש...! דאס איז שוין בהסכמת הרב משה גבאי שליט"א...! דאס דערמאנט מיך די מעשה מיט דעם רבי און זיין בעל עגלה...אוי. כ'האב נישט קיין נערוון עס איבער צו דערציילן יעצט...!


דער ברידער פון וועם די רעדסט האט זיך גאנץ פיין מסדר געווען, טאקע נישט ווי ער האט גע'חלומ'ט פאר צוואנציג יאר צוריק אבער ער'ז אקעי
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 6:07 am#434091
Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
עס איז געוואלדיג צו ליינען ווי מ׳קען שפילען מיט דער נאראטיוו און אלע פאקטן שטימען א מחיה. דער וואס פארשטייט די נקודה, פארשטייט שוין וויאזוי אויסצוקומען מיט אנדערע, און וועט האבען א גליקליכע לעבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:05 am#434093
ב.ד.וו. אז מען רעדט דא פון התאחדות, איז דא א ליסטע פון אלע רבנים וואס זענען חבר נשיאות דארט?
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:40 am#434095
אישתישבי ולכל מאן דבעי למידע: איכ'ל דיר געבן א טיילווייזע ליסט...דער הייליגער קא-פישער. דער הייליגער אראדער. דער הוידו נאנאש'ער. דער העטיעש פעטיעש'ער.דער האטיאש לאיאש'ער.דער שאראש פאטאק'ער. דער סאראקראד'ער. דער סאראש גאטיאש'ער....ועוד...! אה...וועל כולם...איצא שייגעץ...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 12:54 pm#434104
דאס אויפנאמע פון רבי זלמענען פאר נשיא איז דער קליגסטער און ערליכסטער שריט וואס הרב איצא אומגליק איז נאר אמאל באגאנגן אין זיין גאנץ לעבן. שטעלט אייך ווען פאר ווען ער נעמט ווען אויף א תלמוד חכם אלס נשיא? ווי פארשעמט און דערנידערט וואלט דער תלמוד חכם ווען געווארן מיטן דינען אויף אזא שאנדפולע פאזיציע...

דער אויפנאמע פון הרב איצא אומגליק, ווערט אויסטערליש גראטולירט און באגריסט, ביי איטליכער וואס פארמאגט נאך ג-ט אין הארצן, און א געפיל פאר כבוד התורה... אשריך רבי איצא...
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 3:22 pm#434114
קאך לעפל איר זענט נאך שטעקן אין דער פינצטערער מיטל אלטער ווי איצא גליק פיהרט התאחדות
דאס מאכט האט זיך שוין געביטן עטליכע מאל
גראדע האלט איך אז רבי זלמן לייב וועט זיך גוט פארשטיין מיטן ציגאר רויכערער פון דעם שטאט סערדאהאלי וואס געפינט זיך אין עיר הבירה נייטרע.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 3:43 pm#434115
גדליה האט געשריבן:גראדע האלט איך אז רבי זלמן לייב וועט זיך גוט פארשטיין מיטן ציגאר רויכערער פון דעם שטאט סערדאהאלי וואס געפינט זיך אין עיר הבירה נייטרע.


גיב אבאך אויף כבוד התורה
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:51 pm#434135
גדליה האט געשריבן:קאך לעפל איר זענט נאך שטעקן אין דער פינצטערער מיטל אלטער ווי איצא גליק פיהרט התאחדות
דאס מאכט האט זיך שוין געביטן עטליכע מאל
גראדע האלט איך אז רבי זלמן לייב וועט זיך גוט פארשטיין מיטן ציגאר רויכערער פון דעם שטאט סערדאהאלי וואס געפינט זיך אין עיר הבירה נייטרע.

גדליה: איך געדענק נאך ווען דער (נ)יש קדוש וטהור דער הייליגער סערדאהעלער איז נאך ארומגעלאפן אין די גאסן מיט די קליינע פיאה'לעך וואס זיינע וואננא-בי-סטייליש עלטערן האבן איהם געמאכט. און דעם צונאמען וואס די חברים האבן איהם גערופן...! (און עטץ נאראנים האבן געמיינט אז ער איז א קדוש מרחם אמו..., הא?!).

(דער בעל עגלה זאגט שוין אויס צופיהל סודות פון חדר...!)
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:18 pm#434138
berlbalaguleh האט געשריבן:(דער בעל עגלה זאגט שוין אויס צופיהל סודות פון חדר...!)

אדרבה, גיב ארויס נאך סחורה.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:25 pm#434140
רביה"ק זי"ע: גלייב מיר ס'איז דא ב"ה גענוג און נאך סחורה. נאר איך הייס נישט נחום. אבער דער העיליגער סערדאהעלער ווערט היינט ביי די פשוטי עם ותמימי לב פאררעכנט פאר'ן העיליגסטן איד אין דעם דור פון די וועלכע טוישן נישט די ר"ת גאטשעס משבת לשבת. קא משמע לן לאזט ער מיך הערן א ער איז נישט אייביג געווען אזא קדוש וטהור. ספעציעל ביי זיינע עלטערן וועלכע זענען געווען וואננא-בי-סטייליש. ער האט אלס יונגל געהאט גאנץ קורצע פיאה'לעך און געגאנגען אנגעטון גאנץ מאדערן...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:20 pm#434149
Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
העי!! @בערל אויב ער איז גארנישט דעמאלסט קען איך נישט מער טראגן שבת אין ב.פ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:27 pm#434151
נישט דעם סערדאהעלער האביך געמיינט, ער איז דאך דער עכטער. חוץ דעם איז ער דאך א סאך עלטער פון מיר, נישט פון מיין דור.

איך רעד דא פון הרב הצדיק הקדוש והטהור ר' הילל וויינבערגער שליט"א...! א דו וועסט נאכפארשן וועסטו זעהן אז ער האלטציך אויך פאר א סערדאהעלער רב...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:37 pm#434153
Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים
אה ניחמטי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:43 pm#434156
גראף: ניחמתני כתיב...! שוין איז דאך גוט. די שמאכדעס רעכנטציך מער מיט די דיעות פון הילל וויינבערגער ווי מיט דעם עכטן גאון וצדיק...!
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:52 am#434379
the brother from monroe say that even 5 ppl will not come when they call for a protest maybe he is not interested to be nusy
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:30 pm#434403
Nusy who?
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:37 am#434445
איך אויך האט געשריבן:Nusy who?

read the title
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:56 am#434447
yerushalmi האט געשריבן:the brother from monroe say that even 5 ppl will not come when they call for a protest maybe he is not interested to be nusy


אין קורצן איז אזוי:

لماذا لا تكتب في اليديشية؟ هذا هو النظام الأساسي حيث جميع المناقشات في

כ'וועל שפעטער מער עקלערן.
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:24 am#434448
דער הייליגער ריזשינער האט אמאל געזאגט אז פאר ביאת המשיח וועט זיין עטליכע אינטרעסאנטע זאכן. 1) די וועגענער וועללן פארן אן פערד. 2( דאס געלט וועט נישט האבן קיין ווערד. 3) די מענטשן וועללן זיך שערן די בערד. 4) ס'וועט זיין עשירים אן געלט. 5) רבנים וואס קענען נישט לערנען...!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 9:54 am#434508
קאך_לעפל האט געשריבן:
yerushalmi האט געשריבן:the brother from monroe say that even 5 ppl will not come when they call for a protest maybe he is not interested to be nusy


אין קורצן איז אזוי:

لماذا لا تكتب في اليديشية؟ هذا هو النظام الأساسي حيث جميع المناقشات في

כ'וועל שפעטער מער עקלערן.

nu waiting
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 10:31 am#434509
ఇది యిడ్డిష్ ఫోరమ్

יעצט פארשטייסטו שוין?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 10:58 am#434511
berlbalaguleh האט געשריבן:דער הייליגער ריזשינער האט אמאל געזאגט אז פאר ביאת המשיח וועט זיין עטליכע אינטרעסאנטע זאכן. 1) די וועגענער וועללן פארן אן פערד. 2( דאס געלט וועט נישט האבן קיין ווערד. 3) די מענטשן וועללן זיך שערן די בערד. 4) ס'וועט זיין עשירים אן געלט. 5) רבנים וואס קענען נישט לערנען...!

די לעצטע צוויי גראמען נישט...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 1:53 pm#434527
מאך זיכער: ס'מוז נישט גראמען. די עיקר איז אז ס'איז אמת...!
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 3:51 am#434589
הלוואי זאל כאטש די צווייטע ווערן מקוים ביי מיר...
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:20 am#434597
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ఇది యిడ్డిష్ ఫోరమ్

יעצט פארשטייסטו שוין?

איך האב געשריבן זייער פשוט אז זיין ברודער איז נישט אינטרסירט לויט זיינע דרשות