דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:06 am#434360
די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב
אנאליז: זה לעומת זה עשה אלקים
א בליק איבער די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב
ווי אויך פון די דעמאקראטישע ליבעראלן און חצר אני שלום 45
ווי אויך פון די דעמאקראטישע ליבעראלן און חצר אני שלום 45
1#. פרעזידענט טראמפ האט אן אגענדע פון "אמעריקע ערשט", ער לאכט און פייפט אויף די גאנצע וועלט. ער טוט וואס איז גוט פאר אמעריקא, נישט פאר די וועלט.
לעומתו, האדמו"ר מבאבוב האט אן אגענדע פון באבוב און בני קהילתו ערשט, ער וועט זיך זארגן פאר זייערע געברויכן, און ס'גייט אים נישט אהן וואס די "וועלט" האלט.
2#. אין דער אלגעמיינע וועלט האט מען נישט ליב פרעזידענט טראמפ. "איך ארבעט פאר אמעריקע, נישט פאר די וועלט, וועגן דעם האט מען מיך פיינט", טענה'ט טראמפ.
לעומתו, אין דער אלגעמיינע גאס האט מען נישט ליב קהילת באבוב און זייער רבי. ס'איז זייער פשוט, זאגן באבובער חסידים: דער רב ארבעט פאר אונזער אינטערעסן, נישט פאר די וועלט, אוודאי גלייכט מען אים נישט.
3#. די ליבעראלע מידיא פירט אהן א פראפאגאנדע מאשין אראפצורייסן פרעזידענט טראמפ ווי נאר מעגליך, זיי הערן נישט אויף מיט די העצע קעגן אן אמעריקאנער פירער.
לעומתם, חצר אני שלום 45 פירט אהן מיט א מאסיווע פראפאגאנדע אפאראט, פארשלייערט אונטער מכון'ס און מערכת'ן, מיט צענדליגע פאשקווילן מיט שמוץ קעגן באבוב. זיי הערן נישט אויף מיט די העצע קעגן א קהילה קדושה בישראל.
4#. די לינקע מידיא טענה'ט כסדר אז פרעזידענט טראמפ האט נישט קיין שטיצע ביים פאלק. זיי קומען ארויס מיט שלעכטע אנקעטעס, אנווייזענדיג ווי קליין דער טראמפ באזע איז, ער קען זיכער נישט געווינען ביי די וואלן, שרייען זיי מיט שנאה.
לעומתם, חצר אני שלום 45 האלט אין איין פארפירן אז רוב קהילת באבוב האלט מיט זיי, און אז האדמו"ר מבאבוב שליט"א האט נישט קיין שום שטיצע ביים ציבור. אונז האבן באהאלטענע אנקעטעס, ווי דער רוב איז קלאר מיט אונז, ווייזן זיי אהן.
5#. עס קומט ענדליך אהן דעם וואל טאג. פרעזידענט טראמפ האלט אפ א מאסיווע זיג, שאקירענדיג זיינע פאליטישע שונאים, און צייגט דעם אמת ווער ס'האט די שטיצע פון פאלק און ווער נישט.
לעומתו, קהילת באבוב האלט אפ וואלן, און באבוב גייט ארויס א גרויסע זיגער, 70%-30%, מען זעהט קלאר אז באבובער רב שליט"א האט די שטיצע און הערצה פון רוב מנין ובנין פונעם באבובער קהילה.
6#. די ליבעראלן הערן אבער נישט אויף מיט זייערע מיאו'סע שטיק. זיי פרובירן אונטערצוגראבן דעם פרעזידענט ווי ווייט מעגליך, און שלעפן אים אין געריכט מיט אלע מיני טענות, ער גנב'ט פון די רעגירונג קאסע געלט צו בויען א וואנט וכו'.
לעומתם, חצר אני שלום 45 געבט נישט אויף דעם קאמף. מען לויפט אין די געריכטן (קודם די גוי'שע..) מיט בייזוויליגע טענות און מסירות קעגן באבוב. זיי גנבנ'ן נכסי ציבור וואס באלאנגט פאר אונז, זיי האבן נישט די רעכט זיך צו רופן באבוב וכדו', העצן זיי.
7#. דער העכסטע געריכט געבט גערעכט פארן פרעזידענט, ער מעג נוצן פעדעראלע געלטער פאר זיינע פראיעקטן, זיי ווארפן ארויס אלע טענות פון די דעמאקראטן וכת דילהון, זאגנדיג אז דער פרעזידענט איז דער פולשטענדיגער בעה"ב.
לעומתם, דער בי"ד געבט ארויס דעם פסק דין לטובת באבוב, זיי זענען די ריכטיגע יורשים אויף די נכסי הקהלה, און דער נאמען באבוב איז אויסשליסליך פאר זיי, עס איז דא איין באבובער מנהיג ולאורו נסע ונלך.
8#. זינט טראמפ איז ערוועלט געווארן און די דעמקראטן האבן געהאט א ביטערן פארלוסט, קענען זיי נישט קומען צו זיך, זיי שרייען און שעלטן אז ער איז נישט קיין לעגיטימע פירער, מיט זינלאזע און פאלשע טענות, רוסלאנד האט אים געהאלפן, ער איז אונטערגעקויפט דורך פוטין, אבי נישט אראפצושלינגען דעם געווינס.
לעומתם, זינט באבוב האט געווינען די ד"ת, פירן די אנשי אני שלום א מערכה אראפצורייסן די גאנצע זאך, עס איז נישט געווען קיין לעגיטימע פסק, די דיינים זענען געווען אונטערגעקויפט מיט שוחד, זעלטענרייך האט געהאלפן, זיי בונטעווען און קענען נישט אראפשלינגען דעם געווינס בשום אופן.
9#. אנשטאט זיך צו לערנען פון זייער דורכפאל און אנגיין מיטן לעבן, גייען די ליבעראלן ארום מיט האס און שנאה אויף יעדער וואס איז א טראמפ שטיצער, זיי אטאקירן מענטשן מיט אלע געמיינע לשונות, און טוען גארנישט צו פארבעסערן דער מצב פון זייערע שטיצער. זיי זוכן נאר אראפצוקלאפן טראמפ, נישט זיך אליינס אויפצובויען.
לעומתם, אנשטאט זיך צו לערנען פון זייערע דורכפעלער און אנגיין מיטן לעבן, גייען די אנשי 45 ארום מיט האס און שנאה לכל אשר בשם באבוב יכונה, זיי אטאקירן און זידלען מיט די ערגסטע לשונות, מען זוכט מיט אלע מיטלען אונטערצוברענגען דעם צד שכנגד ווי איידער זיך אליין בויען און פארבעסערן די מצב פון זייער קהילה.
10#. זינט טראמפ האט איבערגענומען די לייצעס, האט ער פולשטענדיג פארבעסערט די צושטאנד אין אמעריקא, געשאפן מער דשאבס, און געשניטן רעגולאציעס, ער זוכט נישט נאכצוטאנצן וועלט פירער, נאר טוט וואס איז ריכטיג און צו דער זאך, ער ווערט נישט נתפעל וואס יענער טראכט.
לעומתו, זינט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה, האט ער דראמאטיש פארבעסערט דעם צושטאנד פון די קהלה, אויפגעשטעלט א נעץ פון מוסדות מיט איבערגעגעבענע מחנכים, געבויט צענדליגע נייע בנינים, און געשאפן גרויסע סכומים פאר די צדקה קאסעס פון זיין קהילה. דער קרן התורה והתפלה איז נתרומם געווארן אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, ער מאנט כסדר פון זיינע חסידים זיך צו פארבעסערן ברוחניות, און פירט געטריי זיין קהלה בדרך שסלל אביו הקדוש זי"ע. ער טוט נישט נאך אנדערע מנהיגים, ער טוט וואס איז ריכטיג לפי צורך השעה, און די הצלחה זעהט זיך אהן על כל צעד ושעל.
צום שלוס:
ווי פאסיג איז צוצולייגן דעם מאמר השגור בפי אנשי טראמפ:
The Silent Majority Stands With Trump!
וגם לדידן ייאמר:
The Silent Majority Stands With Bobov!

