Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » נפתלי מאסטער

נפתלי מאסטער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13271
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 8:32 pm#434560
נפתלי מאסטער
ניו יארק ווירבעלט איבער די עדיוקשען ראגאלאציעס, מיר ווייסן אז גאר א גרויסע חלק פון אנדרייען די סטעיט שטייט אינטער דעם איינעם אינגערמאן מיט נאמען נפתלי מאסטער וואס ער איז אויפגעוואקסען אין א חסידישע שטוב (דאכט'ס זיך בעלזא) און ער האט געפענט אן ארגענזאציע בשם יאפפעד וואס עס גייט שוין אן די לעצטע 6-7 יאר בלויז פאר דעם אויפציווייזען לעיני השרים אז חסידישע עדיוקעשען איז נישט אויס געהאלטן.

ווייסט איינער מער איבער זיין פּערזענלעכקייט?
פון ווי ער קומט?
איז זיין געבורטס נאמען אויך "מאסטער"? (איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אזא נאמען)
איז ער איז א שומר תורה?
וואס ברענט אים אינזער עדיוקעשען, ער איז דאך שוין סיי ווי נישט ביי אונז?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 8:56 pm#434565
איך ווייס נישט ווער דאס איז אדער וואסארא רעליגיע ער גלייבט אבער א גרויסער זכות מוז ער האבן. ער איז פון די איינציגסטע עסקנים וואס ארבעטן כולו לש"ש פאר די וואוילזיין פון אונזערע דורות, און ווי חז"ל זאגן שוין מגלגלין זכות ע"י זכאי.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 9:56 pm#434575
ער איז פון א בעלזא משפחה פון בארא פארק, און האט 17-18 געשוויסטער, פון אלע סארטן געקנעטן.
דאכט זיך אז די מערכה האט ער אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט זיך געגעט, און האט געהאט חילוקי דעות מיט זיין עקס איבער זיינע קינדערס עדוקעישאן.
זעהט אויס אז די איינציגסטע וועג אויסצופירן, איז געווען אריינצושלעפן אלע מוסדות אין די בלאטע.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 10:32 pm#434577
בת קול האט געשריבן:ער איז פון א בעלזא משפחה פון בארא פארק, און האט 17-18 געשוויסטער, פון אלע סארטן געקנעטן.
די מערכה האט ער אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט זיך געגעט, און האט געהאט חילוקי דעות מיט זיין עקס איבער זיינע קינדערס עדוקעישאן.
זעהט אויס אז די איינציגסטע וועג אויסצופירן, איז געווען אריינצושלעפן אלע מוסדות אין די בלאטע.

דו מישסט אויס, ער האט א אנדערע ברודער וואס האט זיך גע'גט און איז אפגעפארן , יענער לעבט זיך זיין לעבן פריוואט און טשעפעט קיינעם נישט.

נפתלי חתן דינן איז יעצט חתונה געהאט מיט זיין ערשטע פרוי מרים, זיי האבן איין אינגעלע צום גוטן.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 10:38 pm#434578
.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 11:32 pm#434580
Re: נפתלי מאסטער
ביבער האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דאס איז אדער וואסארא רעליגיע ער גלייבט אבער א גרויסער זכות מוז ער האבן. ער איז פון די איינציגסטע עסקנים וואס ארבעטן כולו לש"ש פאר די וואוילזיין פון אונזערע דורות, און ווי חז"ל זאגן שוין מגלגלין זכות ע"י זכאי.
ער ארבעט נישט לשם שמים , וועגן דאס איז זיין פרנסה , ער פאנדרעיזט געלט אין ער לעבט פון דעם

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 11:35 pm#434581
Re: נפתלי מאסטער
calculator האט געשריבן:ניו יארק ווירבעלט איבער די עדיוקשען ראגאלאציעס, מיר ווייסן אז גאר א גרויסע חלק פון אנדרייען די סטעיט שטייט אינטער דעם איינעם אינגערמאן מיט נאמען נפתלי מאסטער וואס ער איז אויפגעוואקסען אין א חסידישע שטוב (דאכט'ס זיך בעלזא) און ער האט געפענט אן ארגענזאציע בשם יאפפעד וואס עס גייט שוין אן די לעצטע 6-7 יאר בלויז פאר דעם אויפציווייזען לעיני השרים אז חסידישע עדיוקעשען איז נישט אויס געהאלטן.

ווייסט איינער מער איבער זיין פּערזענלעכקייט?
פון ווי ער קומט?
איז זיין געבורטס נאמען אויך "מאסטער"? (איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אזא נאמען)
איז ער איז א שומר תורה?
וואס ברענט אים אינזער עדיוקעשען, ער איז דאך שוין סיי ווי נישט ביי אונז?

ער איז קלאר נישט א שומר תורה , ער האלט נישט גארנישט , וויבאלד ער האט זיך געטראפן פריי און געזען וואספאר א לוזער ער איז , בלעימט ער זיין עדעקושעיאן, גיי זאג אים אז טויזענטער קאליזש געלערענטע זענען לוזערס און טויזענטער חסידישע אידן זענען מיליאנערן אן קאליזש ,עס האט גארנישט מיט עדעקושעין

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:23 am#434582
moneyminded האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דאס איז אדער וואסארא רעליגיע ער גלייבט אבער א גרויסער זכות מוז ער האבן. ער איז פון די איינציגסטע עסקנים וואס ארבעטן כולו לש"ש פאר די וואוילזיין פון אונזערע דורות, און ווי חז"ל זאגן שוין מגלגלין זכות ע"י זכאי.
ער ארבעט נישט לשם שמים , וועגן דאס איז זיין פרנסה , ער פאנדרעיזט געלט אין ער לעבט פון דעם

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

א נייע דעפיניציע פון לשם שמים. הייסט עס אז אלע רביס, רבנים, ראשי ישיבות, דיינים, מגידי שיעורים, מלמדים, מנהלי המוסדות, הכל בכל זענען נישט לשם שמים ווייל אלע האבן זיי פרנסה פון דעם?
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:54 am#434584
פארוואס ער טוט עס ווייס איך נישט, אבער עס איז דא א טעות װאס אסאך האבן. ווען איינער הערט אויף ל"ע צו האלטען תורה ומצוות, איז ער נישט אויס חרדי. ער זעהט זיך נאך אלץ א חלק פין די סיסטעם, און וויל נאך אלץ פיקסען דער סיסטעם, אזוי ווי אסאך חרדים.

איז ממילא, פונקט ווי אסאך פין אונז האבן נישט ליב דער סיסטעם, זה בכה וזה בזו, נאר אונז זענען לימיטעד מיט וואס מען קען טוהן ווייל אפילו זאגן הויך דיין אפאזיציע ברענגט בזיונות וכו', און ער, היות ער איז שוין נישט משועבד צו די סאציאלע פרעשור, טוט ער וואס ער קען צו פיקסן דער סיסטעם.
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 8:12 am#434590
ער איז קלאר נישט קיין שומר תוומ״צ, און אסאך ערגער פון דעם. סאיז אבער א פלא אז איין מענש קען מאכן אזא גערודער. סאיז מסתבר אז ער האט צוהעלפערס.
למעשה, דארפן די מוסדות אפגרעידן די ענגליש דיפארטמענטס, און עלטערן וועלכער ווילן זייערע קינדער זאלען זיין סוקסעספול דארפן רעדן ענגליש מיט זיי אין שטוב פון קליין קינדוויייז אן. רעדן ענגליש איז 60% פונעם פראבלעם. א ראי׳, אין קראון הייטס ליובאוויטש, אדער אין לייקוואוד, ווי מען רעדט נאר ענגליש און סאיז כמעט נישטא קיין עדוקעישן, גיבן זיך דער עולם א בעסרן עצה. נ״מ וואלט געווען געדארפט פרעדיגן צו רעדן ענגליש מיט קינדער וואלט ער מער אויפגעטוהן. נאר וואס דען, מיט דעם ענין קען ער גארנישט מסר׳ן פאר די רעגירונג.
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 8:17 am#434591
קלאר אז מר.ַ מאסטער האט קוואליפיקאציעס וואס ער וואלט געקענט טון מער פראפיטעבעל ארבייט. ער ארבייט פאר אונזער יוגענט לשם מצווה פאר בובקעס. זיין פונדרעיזינג איז שוואכע מעשות.

איז ער עקסטרעם? אוודאי. Change קומט נאר פון די עקסטרעמע.ַביידע פון רעכט און פון לינקס.
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 8:34 am#434592
מאסטער איז יעצט אויף זיין זיווג שני. זיין ערשטע זיווג איז געווען (א בתש"ק) פון לעיקוואד און עס האט זיך נישט געהאלטן ביז סוף שבע ברכות. זיין צווייטע זיווג איז, דוכט זיך, אן אייניקעל פון הרב יאנקלעוויטש ז"ל א תלמיד פון ח"ח און א מגיד שיעור אין YU.
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:19 am#434596
פערינא האט געשריבן:קלאר אז מר.ַ מאסטער האט קוואליפיקאציעס וואס ער וואלט געקענט טון מער פראפיטעבעל ארבייט. ער ארבייט פאר אונזער יוגענט לשם מצווה פאר בובקעס. זיין פונדרעיזינג איז שוואכע מעשות.
איז ער עקסטרעם? אוודאי. Change קומט נאר פון די עקסטרעמע.ַביידע פון רעכט און פון לינקס.

נאכן אים אויסהערן מערערע מאל בין איך זייער מסופק אין זיין "קוואליפיקאציעס" אוואו דו ריפסט דאס.
ער קימט מיר דארך וואו נישט די קליגסטע קיד-אן-די-בלאק

דו קענסט מיר ווייזען עני average 18 יעריגע בחור וואס ווייסט נישט וואס די ווארט psychology מיינט?!?
ער האט נעבעך נישט געקענט ברענגען פרנסה ווייל מען האט נישט געלערענט מיט אים וואס photosynthesis מיינט!

זעה וואו ער ברענגט ארויס וואו די היימישע קאלעדש אדמישען האט גראד געכאפט אז ער איז היפש אימוויסענט און אינטערשטעליג
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:42 am#434599
moneyminded האט געשריבן:ער ארבעט נישט לשם שמים , וועגן דאס איז זיין פרנסה , ער פאנדרעיזט געלט אין ער לעבט פון דעם

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

דאס איז זיכער אז ער מיינט דאס מיט א מורא'דיגע ערנטסקייט, 6 יאר צירוק ווען קיינער האט נישט געוויסט פון אים איז פארנומען געווען צו מאכען אינטערוויאס און לויפן צו די מידיא, און ער האט געהאט 10'דליגע דורכפעלער און ער איז פראבירט נאכאמאל און נאכאמאל. ער ווייסט גאנץ גוט אז ער האט צו טוען מיט אן עם קשה, נאר צו ער מיינט'ס לשם שמים ווייס איך נישט, עס קוקט נישט אויס אז ער האט אזוי ליב דעם אויבערשטען, אז ער איז גרייט צו ספענדען געלט און פירן מערכות פאר'ן אויבערשטען'ס כבוד. אבער עס קומט אים קרעדיט די גאנצע צייט האט ער נישט געפירט קיין פראזענליכע מערכה מיט קיינעם, אפילו אין דערצייט וואס דער צולאזטער בנציון ווידער האלט אים אין איין באשמוצען האלט ער זיך מיט א רואיגקייט און ער ווערט נישט פארלוירן צוריק צופארן פאר בנציון, ער איז נאר פארנומען מיט די עדיקעשען.

איך האלט מען דארף אים אנלאדענען דא אין קאפי רום, און ער אליין זאל דערציילן זיין היסטורי, און דערציילן איבער די מערכה
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:46 am#434600
תורה ומדע האט געשריבן:ער איז קלאר נישט קיין שומר תוומ״צ, און אסאך ערגער פון דעם. סאיז אבער א פלא אז איין מענש קען מאכן אזא גערודער. סאיז מסתבר אז ער האט צוהעלפערס.
למעשה, דארפן די מוסדות אפגרעידן די ענגליש דיפארטמענטס, און עלטערן וועלכער ווילן זייערע קינדער זאלען זיין סוקסעספול דארפן רעדן ענגליש מיט זיי אין שטוב פון קליין קינדוויייז אן. רעדן ענגליש איז 60% פונעם פראבלעם. א ראי׳, אין קראון הייטס ליובאוויטש, אדער אין לייקוואוד, ווי מען רעדט נאר ענגליש און סאיז כמעט נישטא קיין עדוקעישן, גיבן זיך דער עולם א בעסרן עצה. נ״מ וואלט געווען געדארפט פרעדיגן צו רעדן ענגליש מיט קינדער וואלט ער מער אויפגעטוהן. נאר וואס דען, מיט דעם ענין קען ער גארנישט מסר׳ן פאר די רעגירונג.

אין קראונס הייטס איז פארהן איינס אדער מער ליובאוויטשע מוסדות, כ'געדענק נישט אויב ס'איז איין מוסד אדער מער, ווי מ'רעדט בלויז אידיש און מ'לרענט בכלל נישט קיין ענגליש מיט די קינדער.

צו זאגן אז די לעיקוואודער זענען מער מצליח מיט פרנסה, אמממ... איך בין נישט זיכער. די פלעטבוש'ע ווענד זיך ווער. די פרומערע גייען טאקע עווענטועל קיין לעיקוואוד וואו זיי בלוטיגן פאר א דאלער און באקוקן רעיסיט'ס פון בינגאו ווס. עווערגרין.

די רייכערע גייען קיין ארץ ישראל און ווערן סופארטירט דורך זייערע עלטערן, זיי ווערן געווענליך גאונים איבערנאכט, שיסן ארויס ספרים מיט גליונות און עפענען בית הוראה'ס.

די מאדערענערע גייען עפי"ר אין קאלעדזש.
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:48 am#434604
הקטן האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:קלאר אז מר.ַ מאסטער האט קוואליפיקאציעס וואס ער וואלט געקענט טון מער פראפיטעבעל ארבייט. ער ארבייט פאר אונזער יוגענט לשם מצווה פאר בובקעס. זיין פונדרעיזינג איז שוואכע מעשות.
איז ער עקסטרעם? אוודאי. Change קומט נאר פון די עקסטרעמע.ַביידע פון רעכט און פון לינקס.

נאכן אים אויסהערן מערערע מאל בין איך זייער מסופק אין זיין "קוואליפיקאציעס" אוואו דו ריפסט דאס.
ער קימט מיר דארך וואו נישט די קליגסטע קיד-אן-די-בלאק

דו קענסט מיר ווייזען עני average 18 יעריגע בחור וואס ווייסט נישט וואס די ווארט psychology מיינט?!?
ער האט נעבעך נישט געקענט ברענגען פרנסה ווייל מען האט נישט געלערענט מיט אים וואס photosynthesis מיינט!

זעה וואו ער ברענגט ארויס וואו די היימישע קאלעדש אדמישען האט גראד געכאפט אז ער איז היפש אימוויסענט און אינטערשטעליג

כדרכך בקודש איז דיין תגובה פול מיט פריסופאזישאנס, דעפינישאן'ס און פאלאסיס וואס מדארף דערצו הלל'ס געדולד און דער ישיבה בחור'ס צייט צו ענטפערן און אויסקלארן מיט בלעטער פון זינלאזע טענהרייען אבער אזויפיל יא, דער עוורידזש בחור ווייסט נישט וואס פסיכאלאגיע מיינט פון א אקאדעמישן פערספעקטיוו און דאס ווער מאסטער האט מסתמא געמיינט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:20 pm#434610
איסר האטלקי האט געשריבן:

די ליטווישע און די קראון הייטסער, (און אויך דאס מיאריטעט פון בארא פארקער נישט-הונגארישער קינדער ווי א שטייגער באבוב, חתן סופר, סטאלין וכד׳) קענען בוחר מרצונם אינעם לעבנסשטייגער פון תורה מתוך הדחק. האועבער, אויב זיי ווילען קענען זיי גרינגערהייט אריינגיין אינעם וואוירקפארס, אדער אפילו גיין אין קאללעדז׳ אויב זיי שטרענגען זיך אן, ווייל ענגליש איז דאס ערשטער שפראך זייערער.
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:39 pm#434612
ביבער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:קלאר אז מר.ַ מאסטער האט קוואליפיקאציעס וואס ער וואלט געקענט טון מער פראפיטעבעל ארבייט. ער ארבייט פאר אונזער יוגענט לשם מצווה פאר בובקעס. זיין פונדרעיזינג איז שוואכע מעשות.
איז ער עקסטרעם? אוודאי. Change קומט נאר פון די עקסטרעמע.ַביידע פון רעכט און פון לינקס.

נאכן אים אויסהערן מערערע מאל בין איך זייער מסופק אין זיין "קוואליפיקאציעס" אוואו דו ריפסט דאס.
ער קימט מיר דארך וואו נישט די קליגסטע קיד-אן-די-בלאק

דו קענסט מיר ווייזען עני average 18 יעריגע בחור וואס ווייסט נישט וואס די ווארט psychology מיינט?!?
ער האט נעבעך נישט געקענט ברענגען פרנסה ווייל מען האט נישט געלערענט מיט אים וואס photosynthesis מיינט!

זעה וואו ער ברענגט ארויס וואו די היימישע קאלעדש אדמישען האט גראד געכאפט אז ער איז היפש אימוויסענט און אינטערשטעליג

כדרכך בקודש איז דיין תגובה פול מיט פריסופאזישאנס, דעפינישאן'ס און פאלאסיס וואס מדארף דערצו הלל'ס געדולד און דער ישיבה בחור'ס צייט צו ענטפערן און אויסקלארן מיט בלעטער פון זינלאזע טענהרייען אבער אזויפיל יא, דער עוורידזש בחור ווייסט נישט וואס פסיכאלאגיע מיינט פון א אקאדעמישן פערספעקטיוו און דאס ווער מאסטער האט מסתמא געמיינט.

איך זעה ס'איז דיר אויך שווער צי גלייבן אז ער האט פשוט כמשמעו נישט געוויסט פין די ווארט psychology
ס'דא דא די קליפ און יעדער קען הערן ער רעדט נישט פין קיין "אקאדעמישן פערספעקטיוו"

נישט געוויסט וואס דאס מיינט א high school diploma
נישט געקענט קיין BASIC math
אפגרעד אז ער האט נישט געוויסט וואס דאס מיינט שרייבן אן asseay
ער האט גע struggled immensely און מכון לפרנסה!!!

דא האסטו
אן אייפאכע קליין קעפעל
דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:43 am#434760
בקיצור,
דער גוטע קאפ וואס איז גענוג קלוג, ער קען זיך דורך ספראווען דורך גיין צו קאלעדזש שפעטער, אבער דער שוואכע קאפ, ער בלייבט א שוטה א דפוק, און פין אים דארף גארנישט ווערען.

דער מאסטער איז א מוסטער וואס געשעהט מיט א שוואכע קאפ. ער בלייבט איבער אונז צו רודף'ן פאר א לאנגע צייט.
דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:06 pm#434766
אישתישבי האט געשריבן:... דער שוואכע קאפ, ער בלייבט א שוטה א דפוק, און פין אים דארף גארנישט ווערען.

ווער מיינסטו איז דער גוי'אישער טראק דרייווער?
דער וואס שניידט מיין גראז האט גראדע יא באקומען א גאנצע טאג לימודי חול, ער איז נישט געווארן קיין דאקטער

איינער וואס איז חאטש אביסל קלוג פארשטייט וואס דא גייט פאר, און בלעימט זיך
איינער וואס איז אבער א פעסטע דפוק בלעימט די סיסטעם!

שוטה, נישט א יעדער וואס האט באקומען א ישיבה עדיוקעשען struggled immensely און א מכון לפרנסה!!!
רוב געבן זיך גרינג אן עצה!
זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:42 pm#434964
היסאריע איבער די מאסטער חברה מאן
דער היסטערי פין מאסטער איז פשוט. (נישט פשוט)

ער איז בנשק"ל, גאנץ שיינע יחוס, זיין טאטע גראדע א יוד א תלמיד חכם, רופט זיך יאברובער רבי, (רבי פייביש מאסטער פין ב"פ האט א שוהל פאר זיך) אבער איז גאר א שווערע שטוב, מחמת כמה סיבות, קומט פין א גרויסע משפחה, וואס דער גרעסטער חלק זענען ערליכע יודן יראים ושלמים, צווישן זיי איז דא אפי' גאר ערליכע יונגעלייט, (עס איז ליידער דא נאך איינער אין די משפחה, וואס האט ליידער געגלישט פין די וועג, אבער האט זיך עפעס עפעס עטוואס זיך צוריק געכאפט, האלבוועגנ'ס, אבער לעבט מער פאר זיך, ווי מען האט שוין געשריבן פריער'ט).

עכ"פ ער האט געלערנט אין בעלזער חדר אין ישיבה קטנה וישיבה גדולה, אבער איז שוין אלס בחור געוועהן א אויבער חכם, - נישט יעדער האט געוויסט -, אבער ער איז שוין געוועהן אנגעפירקלט מיט אפיקורסות אין קרימע דיעות, נישט געגלייבט ליידער אין די הייליגע תורה, אין און די גרויסע באשעפער, ר"ל, עפ"ל, ממש כפשוטו וכמשמעו, חתונה געהאט גלייך געג'ט, אין זיך געדרייט ביי די אלע נישט גוטע.... ביזט ביזט ער האט געזעהן ווי ער איז אנגעקומען, גאר נידריג, ליידיג אין פוסט.

זייער'דיג מורא'דיג אנגעגעסן אויף די ערליכע יודן וואס ער קומט דאך פין די ערליכע חדר, אין זעהר'דיג ווי ווייט ער איז פארקראכן, איז ער אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה, זיך צו אינזיקעווען אויף די ערליכע מוסדות, כאילו זיי זענען שולדיג אין זיין אינטערגאנג, אין אלעס ארום ארום, וואס וועגן דעם קען ער גארנישט, אין אזוי האט ער זיך געטראפן א וועג צו בארואיגן זיין געוויסן בין, כאילו ער גייט אין די גוטע ריכטיגע וועג, אין אזוי גייט ער ארויס א מלחמה חרמה אקעגן די ערליכע יודן... שפילן שפילט כאילו ער איז ערליך, קאנסטערסיוו וכדו', אבער א פארפוילטע שטיק, לאכט אפ פין אלע הייליגע זאכן, שומר שבת זערא.. גארנישט..

דא וואס שרייבן דא אז ער מאכט עס לשם שמים חחהחהחה... שוין לאנג נישט געלאכט.. מיט וואס מיינט ער לשם שמים, ווען זיין געוויסן בין איז זייער גרויס, האט ער א תאוות ניצחון אין נישט מער, איך גלייב אז די שרייבערס האט דא גאר געשריבן א גוטע וויץ, אין דזשאוק...

אבער איך בעט נאך אלס ביים רבש"ע יתמו חטאים ולא חוטאים ער זאל זוכה צו תשובה שלימה אין זיין אמת'דיגע פינטעל די נקודה הפנימית זאל זיך אויפוועקן, אין צוריק קערן צו תורה אין אידישקייט, לתפארת בית אבותיו הקדושים, וילמדו התועים בינה וכו' איז די גאו"ש בב"א
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:15 pm#434987
נפתלי האט זיך לעצטנס געגראבן זיין אייגענעם גרוב מיט דעם וואס ער האט זיך מתחבר געווען מיט אפיקורסישע רבנים פון ריפארם און קאנסערוואטיוו דשודאאיזם וועלכער זענען אופיציעל כופר בתורת משה. איך זעה נישט ווי אזוי ער וועט קענען יעצט מצדיק זיין זיינע מאטיוון. די חברה זענען שוין באלד צוויי הונדערט יאהר די גרעסטע שונאים פארן ארטאדאקסישער אידנטום, און זיי טוען זייער ווועהניג וועגן חינוך פונעם אינגען דור ביי זייערע אייגענע קאממיוניטיס. ריכטיג ברענגען עס ארויס הרב איתן קאברי אינעם ״משפחה״ די וואך. ווי קען מנסטער טענ׳ן אז ער מיינט לתועלת פון ארטאדאקסישער קינדער ווען די איינציגע רעליגעזער דענקער וועלכער שטיצן איהם זענען די ריפארם און קאנסערוואטיוו וועלכער זענען דירעקט אוועק פונעם ארטאדאקסי, און כל כולם, זייער גאנצער מ.א., איז נאר לעקור את הכל?
m https://mishpacha.com/textbook-case/ m
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:31 am#434997
היות דער קעפל פונעם אשכול איז איבער נפתלי מאסטער, וועל איך צוערשט שרייבן איבער אים, איך וועל נאכדעם אדרעסירן אין קורצן די אנדערע נושאים וואס מען האט דא גערעדט.
-

ווי טייל האבן שוין געשריבן דא קומט ער פון א ערליכע, חשוב'ע אבער שווערע שטוב פון בארא פארק, קיינמאל נישט מצליח געווען אין חדר און ישיבה און בלעימט היינט די גאנצע וועלט.

אויך, ווי שוין געשריבן, איז ער יא געווען חתונה געהאט, אויך צו א בתש"ק, אבער זיך תיכף אפגעטיילט, טאקע ווייל ער האט זייער קלאר געמאכט פאר זיין פרוי אז ער איז נישט גרייט צו האלטן תורה ומצוות, און נאכדעם האט ער געפאדערט עטליכע צענדליגער אלפים פאר א גט, סתם אזוי, ווייל ער קען (ער מיינט דאך לשם שמים, ממילא האט ער געמעגט...)

ערגעץ ווי האט ער מחליט געווען אז אלע מוסדות זענען שולדיג אין זיין דורכפאל און אין זיינע צרות, האט ער זיך גענומען בונטעווען קעגן די מוסדות וועגן עדיוקעישן.

יעצט, לגבי די קלעים אז ער מיינט לשם שמים (אויסער וואס איך האב שוין דערמאנט אז איינער וואס מיינט לשם שמים פאדערט נישט עטליכע צענדליגער אלפים פון א איד אן ארעמאן פאר גט, ווען בס"ה איז עס געשעהן פאר דעם ווייל ער האט חתונה געהאט מיט א פרוי מיט'ן חשבון צו פירן א אידיש לעבן און לאחר המעשה האט ער איר דערציילט אז ער האלט נישט ביי דעם.), איז אזוי. ווען ער האט אנגעהויבן מיט דעם קאמפיין זיינעם איז ער ארום געגאנגען צו געוויסע עדיוקעיטעד היימישע אידן און גערעדט מיט זיי וועגן דעם. איך קען פערזענליך איינעם פון זיי און יענער האט מיר דערציילט אז מאסטער איז געווען ביי אים און ער האט אים מסביר געווען זייער שיין אז דאס וועט קיינמאל נישט פאסירן דורך פייטן פון דרויסן און עס קען נאר פאסירן דורך אייגענע, ווען מען טוט עס פון אינעווייניג. אויב ווילסטו אויפטון, קענסטו עס נאר טון פון אינעווייניג. ווען מען שלאגט זיך פון דרויסן ווערט דער גאנצער עולם נאר שטארקער און מען נעמט זיך צאם עס אפצושלאגן און דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען.

מאסטער האט יענעם געענטפערט: "איך וועל עס יא באווייזן".

עכ"פ, ער האט עס זייער קלאר געמאכט אז ער מיינט נישט לשם שמים, נאר לשם נצחון.

און ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן, פילע זענען פארווייטאגט אויפן סיסטעם, אריינגערעכנט אני הקטן, איך האב נאך נישט געהערט קיין שום הסבר אויף דעם וויאזוי מיר זענען פארקראכן צו ווי מען האלט היינט. דער סאטמאר רב זצ"ל האט איינגעשטעלט אן ענגליש דעפארטמענט אין די מוסדות, און ער האט קלאר יא געהאלטן אז מען דארף קענען כתב ולשון, און וויאזוי עס איז געווארן אזוי אז עס איז פרום און ערליך נישט צו קענען האב איך נישט קיין השגה, און אפילו די מוסדות וואס האבן יא ענגליש, אפילו די וואס זענען לגמרי נישט אפיליאירט מיט סאטמאר נעמען באמת נישט ערנסט די לימודי חול, און עס איז באמת אן עוולה.

ווען מען זאל לערנען אין די מוסדות אפילו נאר כתב ולשון, אבער אויף אן אמת, דארף מען נישט אויף דעם אזויפיל צייט, און מען קען נאך צולערנען חשבון און אפילו נאך עטליכע זאכן וועלכע זענען דירעקט נישט מנגד, און קענען אפילו צומאל העלפן, אידישקייט, וואלטן אונזערע תלמידים טאקע געהאט א גוטן העד סטארט אין די עולם הפרנסה. פארוואס מען טוט עס נישט ווייס איך נישט, און ווי געזאגט, האב איך נאך נישט באקומען קיין שום הסבר אויף דעם.

מיט דעם אלעם, צו גיין און פייטן אויף דעם אויף אזא אופן ווי ער טוט קומט קלאר נישט פון קיין לשם שמים און אפילו אויב עס וועט אויפטון אז די ענגליש זאל בעסער ווערן איז עס נישט קיין שום זכות פאר אים. בפרט ווען ער האט שוין ארויסגעוויזן זיינע אמת'ע קאלירן און זיך צאמגעשטעלט מיט די רעפארם חברה וועלכע (כ'ווייס נישט, אפשר מיינען זיי אויך לשם שמים...) יעדער בר דעת ווייסט דאך ווער און וואס זיי זענען און וואס זיי ווילן.

ער אליינס איז היינט גענצליך אומרעליגיעז און איז נישט קיין שומר תורה ומצוות. ער איז פשוט'ער שונא הדת, נישט אנדערש פון סיי וועלכען פון די באקאנטע (יו נעים דעם: פון די איזראעילישע ציונים, ביז די אמאליגע משכילים, נעאלאגן, רעפארמער, צו די פריערדיגע פראנקיסטן, צו די נאך פריערדיגע קראים, צדוקים, בייתוסים אדער נוצרים) וועלכע האבן פשוט געוואלט אויסרייסן אידישקייט צוליב שנאה.

להערה בעלמא, איך קען אסאך ליובאוויטשער וועלכע זענען פונקט אזוי ברוגז אויף דעם 'סיסטעם' אין ליובאוויטש ווי מיר זענען אויף אונזערן סיסטעם. יענעמ'ס גראז איז אייביג גרינגער און ביי יעדן דאכצעך אז ביי יענעם לאכצעך.

צום שלוס, בין איך מכבד דעם מחלל שבת און אוכל נבילות וטריפות, דעם עדיוקירטן מאסטער, ער זאל ווייזן ווי ערליך ער איז און צוריק געבן פאר זיין געוועזענעם פרוי און שווער די צוגערויבטע צענדליגער טויזענטער וואס ער האט באקומען אויף צו געבן א גט.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:26 am#435001
איינער פון די קרענקן מיט וואס מיר זענען באשאנקן איז דער רייץ צו שטעלן יעדער שטיק נייעס אלס גוט, און יענער איז גאר דער שלעכטער וואס גייט מיאוס פארלירען, אזוי ווי די אלע פעירי טעילס. און דא איז א שטארקע משל דערצו.
דער מאסטער האט באוויזען א געוואלדיגע געלונגענקייט אין זיין ארבעט. עס איז מאדנע אז אזא איינער זאל דאס קענען טון, אבער געטון האט ער. ער האלט זיך צום ציל, ער ווערט נישט באזייטיגט פון אנדערע זאכען, ער טוט אין די ריכטיגער פלעצער, נישט סתם אין דער וועלט אריין. און ביזדערווייל גייט עס פאראויס. קליינער שטרויכלונגען אויפ'ן וועג, אבער די אויסקוק איז פאראויס. רבותי, לאז זיך נישט פון זינלאזע ארטיקלען פון דמיונות, דאס זיך צושטעלן צו רעפארמער וועט זיין פלאן גארנישט שאטען, עס איז טאקע צרות ווי א בארג.
איך האב נישט קיין עצות, איך ווייס נישט וואס צו טון, אבער איהם אנקוקן ווי אן אפגעריסענע גארנישט איז נישט אין פלאץ. אפשר לגבי אנדערע זאכען איז ער א גרויסע לוזער, אבער דא האט ער עפעס כוחות מיט זיך, און ער גייט נישט אוועק צו שנעל.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:07 am#435006
איר האלט אז די רע-בנים פון אן אנדערע ריליגעזע דאמינאציע וועללען העלפען זיין מיסיע?
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:54 am#435007
תורה ומדע האט געשריבן:איר האלט אז די רע-בנים פון אן אנדערע ריליגעזע דאמינאציע וועללען העלפען זיין מיסיע?

לדעתי וועט עס נישט אויסמאכען. דער באלל איז יעצט ביי די היימישע, מ'דארף טרעפן אן עכטע לעזונג, נישט סתם בארעדן יענעמ'ס. די זאכען וועלען קיינעם נישט העלפן און זיי זענען מסיח דעת פון די עכטע פראבלעם. דער מאסטער האט באוויזען א קענטעניס, זייט'ס נישט נאריש מיט זיך צוכאפען צו מינדערוויכטיגע פרטים.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:07 am#435008
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

אוודאי דארף מען טרעפן א לעזונג. דאס איז נישט קיין פראגע. האועבער ווי וועט ער קענען כופה זיין די דיעות כוזבות פון די רעפארמער אויף אן אנדערע רעליגיע? סאיז דא אן איסור פון אלע רבנים פון דאהי פון פריערדיגע יאהרען, ובתוכם הגאון הגדול רבי יאשע בער פון באסטאן זצ״ל, אז אן ארטאדאקסישער רב מעג נישט זיצן ביים זעלבן פארום מיט די פרייע רעבייס. נו, וועט א דשאדזש בכלל קוקען אויף דעם? קען דען להבדיל א פראטעסטאנער כופה זיין זיין חינוך וועליו סיסטעם אויף א קאטאליק?
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:58 am#435011
Re: נפתלי מאסטער
וואס האט דער דזשאדזש אדער גאווערנער מיט א פסק פון סיי וועמען?

איך פארשטיי עכט נישט אין וועלכע וועלט דו לעבסט.

מאסטער האלט אינמיטן א קאמפיין אז דער רעגירונג זאל ארויף צווינגען אן עדיוקעישען אויף פרומע אידען. וואס מער שותפים ער האט, וואס שווערער וועט עס זיין צו מאכען א שטילע אפמאך. אז ער האט קאנסערוואטיווע ראבייס, איז זיין קאאליציע געווארען ברייטער. דער ראביי איז דער זעלבע באנדיט ווי איהם און דערזעלבע סכנה ווי איהםץ דער סעקרעטאר פון עדיוקעישען וועט נישט קענען צו שנעל זיך נישט וויסענדיג מאכען פון דער גאנצע מעשה.

ווי קומט ר׳ יאשע בער׳ס נאמען דא אריין? וואס האט ער דא צו זאגען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:42 pm#435013
מאסטער'ס גאנצע פראָגרעס באשטייט פון ארויפצווינגן א ריזיגע קאפּוויי אויף אונזערע גייסטישע פירער און עסקנים וואס זיצן ביים שיסל.

זיין פּראַקטישע פּראָגרעס לעת עתה איז גאָרנישט. נישט קיין בעסערע ענגליש, נישט מער שעות, און נישט קיין ברייטערע קאריקולום. דערווייל האט ער גארנישט למעשה'דיג אויפגעטון!!

ווען ער וועט באמת מצליח זיין וועט מען ווייטער שמועסן. דערווייל האט ער לכאורה מער קליא געמאכט ווי אויפגעטון לטובת זיין פורמאַלע אגענדע....
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:48 pm#435014
הדד בן בדד האט געשריבן: ווען ער האט אנגעהויבן מיט דעם קאמפיין זיינעם איז ער ארום געגאנגען צו געוויסע עדיוקעיטעד היימישע אידן און גערעדט מיט זיי וועגן דעם. איך קען פערזענליך איינעם פון זיי און יענער האט מיר דערציילט אז מאסטער איז געווען ביי אים און ער האט אים מסביר געווען זייער שיין אז דאס וועט קיינמאל נישט פאסירן דורך פייטן פון דרויסן און עס קען נאר פאסירן דורך אייגענע, ווען מען טוט עס פון אינעווייניג. אויב ווילסטו אויפטון, קענסטו עס נאר טון פון אינעווייניג. ווען מען שלאגט זיך פון דרויסן ווערט דער גאנצער עולם נאר שטארקער און מען נעמט זיך צאם עס אפצושלאגן און דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען.

מאסטער האט יענעם געענטפערט: "איך וועל עס יא באווייזן".

איז ער דען נישט מיט דעם גערעכט, שטעל דיך פאר, איינער אן געלט קומט צו אינזער לידערס, אהרן אדער זלמן לייב טייטלבוים וכדו' אז ער וויל פארבעסערן די לימודי חול, וואלטן מען אים דען אויסגעהערט? ניטאמאל וואלט מען עס דיסקאסירט, און אויב זאל ער נאר פראבירען צו מאכן נויס איבער דעם וואלט מען אים מחרים געווען און געווארפן אויף אים פאַשקעווילען. און אזוי איז אין יעדע הינזיכט, חוץ אויב די קהילה\חסידות גייט אויך האבן א טובה פון דעם. למעשה יעצט, אפילו מען זאל אים פייטען, גייט די לימוד חול ווערן אסאך בעסער. די איינציגסטע וועג מיט וואס מען קען טוען אימפראוומענטס אין אינזער קאמיונעטי איז נאר פון אינדרויסען.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:14 pm#435015
גיין סטרעיט צו אהרן און זלמן לייב איז די איינציגסטע וועג עפעס דורכצופירן? ס'איז אזויווי איינער זאל גיין סטרעיט צום פרעזידענט. קען מען דען צוקומען? און אז יא, וועט מען דען אויסהערן? נאר וואס דען א אינערליכע קאמפיין דויערט צייט. מ'הייבט אן דורך איבערעדן דורכשניטלעכע מענטשן און שפעטער אנדערע וואס זענען מער, מ'נעמט צוזיך קלענערע דיינים ורבנים, און זיי שפאנען איין גרעסערע, ביז דער אהרן און זלמן לייב הייבן עס אן פילן..... און דאן גייט מען צו זיי אריין...

אזויווי שוין פריער ערווענט מאָסטער איז נישט דאָ צו לעזן אונזערע פראבלעמען, ער איז דאָ בּלויז אונז צומאכן פראבלעמען!
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:38 pm#435018
אז מ'וויל פארשטיין בעסער, לאמיר נעמען נפתלי מאסטער אנטקעגן נחום ראזענבערג. ביידער ווילען מאכען קאפוויי פאר די מענטשהייט, ביידער האבען נישט קיין עכטע ערנסטע ציל דא. נחום ראזענבערג האט געמאכט טראבל פאר מענטשן, אבער עס האט זיך גארנישט עמטליך געטוישט צוליעב איהם. פארוואס? ווייל ער האלט זיך נישט צום ציל, ער ווערט פארנומען מיט פערזענליכע קעמפן, ער האט נישט געמאכט א ציל און די טריטען וואס עס נעמט אנצוקומען אהין. און דעריבער איז נישט געווען קיין איין טאג אין זיין מערכה וואו מ'האט געקענט מיינען אז ער האלט עפעס נענטער. זיין בילד אין צייטונג איז נישט געווען די פראבלעם, דאס חושד זיין יעדער פרומע איד אלס א מאנס איז געווען די סכנה. און אין דעם איז ער אין ערגעץ נישט אנגעקומען

לעומת זה, מאסטער איז נישט אריין געפאלען אין די פראבלעם. יא, ער האט נאך נישט געזיגט. אבער דאס איז א תנחומין של הבל. גארנישט פאסירט איבערנאכט, און ער איז נענטער ווי ווייטער צו זיין ציל. ער האלט די ליכט אפען, מ'קען גארנישט טון אונטער די קוליסען, און מ'קען איהם נישט פארדריין א קאפ מיט שטותים, ער לאזט זיך נישט. וואס וועט זיין צום סוף? אויפ'ן ערגסטן פאל, וועט מען מוזען פארלאזען נ.י. סטעיט, און טרעפן א מער רעליגיעזער סטעיט צו וואוינען. אויפ'ן בעסטן פאל, וועלען זיי מאכען שטאטןטען וואס וועט פאדערן עפעס מער ווי היינט, אבער קאפוויי וועט אייביג זיין.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:44 pm#435019
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אבער קאפוויי וועט אייביג זיין.

אפשר איז דאס גאר די ציל
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:37 pm#435021
Re: נפתלי מאסטער
@ליטוואק אויב דו פארגלייכסט מאסטער מיט נחום דעמאלסט מיינט עס אז ער גייט אויספירן זייער זייער אסאך. דער פאקט אז מען וויל נישט האבן קיין מגע ומשא מיט נחום מאכט נישט אוואק דער גאנצע מהפיכה וואס נחום האט יא אויף געטון. און מאסטער קען זיין אין חרם אבער ווער ווייסט וויפיל ער קען נאך אויספירן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:01 pm#435023
גראף האט געשריבן:@ליטוואק אויב דו פארגלייכסט מאסטער מיט נחום דעמאלסט מיינט עס אז ער גייט אויספירן זייער זייער אסאך. דער פאקט אז מען וויל נישט האבן קיין מגע ומשא מיט נחום מאכט נישט אוואק דער גאנצע מהפיכה וואס נחום האט יא אויף געטון. און מאסטער קען זיין אין חרם אבער ווער ווייסט וויפיל ער קען נאך אויספירן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ליין איבער, איך האב געוואלט פונאנדערטיילען צווישען די צוויי. נחום האט נישט געמאכט קיין טויש, ער האט נאר וויי געטון געוויסע יחידים (און דאס איז טאמער מ'גלויבט אז ער האט עפעס צוטון מיט וועבערמאן, איך בין בכלל נישט זיכער אין דעם) אבער דער סיסטעם איז פונקט ווי די אלטע צייטען לגבי זיין עניינים.
מאסטער איז אנדערש, נישט ווייל ער איז ערליכער, נאר ווייל עס זעט אויס ער האט א יועץ מיט מער שכל ווי איהם. און דאס איז די פראבלעם.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:27 pm#435024
קורקלענד האט געשריבן:גיין סטרעיט צו אהרן און זלמן לייב איז די איינציגסטע וועג עפעס דורכצופירן? ס'איז אזויווי איינער זאל גיין סטרעיט צום פרעזידענט. קען מען דען צוקומען? און אז יא, וועט מען דען אויסהערן? נאר וואס דען א אינערליכע קאמפיין דויערט צייט. מ'הייבט אן דורך איבערעדן דורכשניטלעכע מענטשן און שפעטער אנדערע וואס זענען מער, מ'נעמט צוזיך קלענערע דיינים ורבנים, און זיי שפאנען איין גרעסערע, ביז דער אהרן און זלמן לייב הייבן עס אן פילן..... און דאן גייט מען צו זיי אריין...

אזוי הייסט עס, צו אסר'ן שיעורים ושירים, אדער צו אסר'ן עופות ארבעט עס, אבער עפעס אנדערש נישט, לדוגמא, אין סיטי, אז די מוסדות זאלן זיין אפען זומער ווי ווינטער, וואס דאס איז נישט קיין קאנטערווערסול נושא, וואס יעדער מענטש וואס האט נישט קיין שייכות מיט די אדמיניסטראציע פון א מוסד פארשטייט, אז ס'פעהלט אויס, און יארן וואס מען שלאגט זיך שוין אויפדעם, און.... ווילסט מיר זאגן אז לימידי חול וואלט מען געקענט מאכען שינוים? אין סאטמאר(זלמן לייב) זיכער נישט
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:50 pm#435025
טאקע מורינו ורבינו נחום איז א גרויסע ראיה. נחום ראזענבורג שרייט אז מען מאלעסט קינדער, און מען דארף לערנען מיט די קינדער די דיוועלפמענט פון די באדי , אפילו ער זאל זיך ווען האלטן צום ציל, ווי @ליטוואק זאגט, וואלט ער אויך גארנישט געקענט אויפטוען, ווייל פארוואס יא קיינער זיכט נישט איבריגע קאפוויי, כ"ש ווען עס קומט צי קאנטערווערסול נושאים. איז אויף מאלעסטן ממש, וואס ער מסר'ט צו די פאליציי האט ער אביסל אויפגעטוען, אבער רעדן צו די קינדער וועגן דעם, ווילאנג עס וועט נישט זיין אזא געזעץ, וועט ער קיינמאל נישט באזיגען אפילו א משהו, איי מען קען ראטעווען קינדער, אבער הא קערס.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:08 pm#435026
Re: נפתלי מאסטער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:@ליטוואק אויב דו פארגלייכסט מאסטער מיט נחום דעמאלסט מיינט עס אז ער גייט אויספירן זייער זייער אסאך. דער פאקט אז מען וויל נישט האבן קיין מגע ומשא מיט נחום מאכט נישט אוואק דער גאנצע מהפיכה וואס נחום האט יא אויף געטון. און מאסטער קען זיין אין חרם אבער ווער ווייסט וויפיל ער קען נאך אויספירן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ליין איבער, איך האב געוואלט פונאנדערטיילען צווישען די צוויי. נחום האט נישט געמאכט קיין טויש, ער האט נאר וויי געטון געוויסע יחידים (און דאס איז טאמער מ'גלויבט אז ער האט עפעס צוטון מיט וועבערמאן, איך בין בכלל נישט זיכער אין דעם) אבער דער סיסטעם איז פונקט ווי די אלטע צייטען לגבי זיין עניינים.
מאסטער איז אנדערש, נישט ווייל ער איז ערליכער, נאר ווייל עס זעט אויס ער האט א יועץ מיט מער שכל ווי איהם. און דאס איז די פראבלעם.
איך האב געלייענט און איך זאג אז נחום האט דווקא יא אויף געטון. אפשר נישט אפציעל ביי די רבנים אבער עס איז זיכער אז ביי מענטשען פריוואט און אפילו ביי מוסדות איז מען מער פארזיכטיג.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:47 pm#435027
ATUB @גראף ATUB איז גערעכט. נחום האט אויפגעטון פיל מער ווי מאָסטער, למעשה איז היינט דאָ מער אויפמערקזאמקייט אויף ניום'ס נושאים, און זאכן ווערן פיל מער קעיר גענומען. מ'לאזט שוין נישט קיין מאלעסטעישאן ווי אמאל. ווידער אבער דער מאסטער האט גאָרנישט אויפגעטון.

וואלט ווען מאָסטער ענדערש געמאכט א האַטליין און כסדר גע'פּרעדיגט מיט מעשיות אויף דער מוסד און יענער מוסד, דער מנהל אדער יענער וואלט עס לכאורה מער אויפגעטון ווי זיין איצטיגע מהלך. ס'וואלט לכאורה אויך נישט געמאכט א ריזיגע נפקא מינה, אבער ער וואלט לכאורה געמאכט קליינע פארשריט, ווייל מנהלים וכו' זוכן נישט קיין פּאָבּליציטעט.

לימודי חול איז אויך נישט אזא ציענדע נושא ווי די אדולטרי פון נחום וואס די עולם האט אזוי געגליסטעוועט צו הערן מיט אינטערעסע, ממילא וואלט ער נישט געהאט צופיל אויסהערער. אבער ער וואלט געקענט טרעפן אנדערע קריאטיווע אופנים צו מאכן פובליסיטי. אבער איינמאל ער האט זיך גענומען די געצייג צו גיין אין מלחמה האט ער פארברענט כמעט יעדע שאַנס פון פּראָגרעס. ס'ווערט אצינד א 'הייליגע' קריג, און מיט פאַנאַטישע רעליגיעזע קען מען נישט געווינען! ער האט פארלוירן! ער קען מאכן קאָפּ וויי, אסאך קאָפּ וויי, אבער טוישן וועט זיך בדרך הטבע גאָרנישט!
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:10 pm#435028
קורקלענד זאגט אז יעצט וועט זיך גארנישט טוישן
מיר ווייסן דאך אלע אז ביז יעצט האט זיך אויך גארנישט געטוישט טא האט מאסטער גארנישט געטוישט
אבער איין זאך איז יא זיכער
נעקסטע מאל עפעס א אוי טי די סטראשעט אז ער גייט מאכען א טומעל זאל מען פרובירען דורכקומען מיט אים באצייטנס
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:17 pm#435029
למעשה נאכן דורכלייענען אביסעל די אשכול און מיטהאלטן די נייעס ווי יעדער איינער קוקט מיך אויס אז מאסטער איז טאקע א עקזעמפל פין א יונגערמאן וואס האט געדארפט א סעקולאר עדיוקעשין. ער איז נישט קיין טיפש אבער אויך נישט קיין גאון וואס קען זיך אלץ אליין אויסלערנען און אז ער האט געשפענדט א פאר יאר אין סקול קען ער אפילו א לייטישע ענגליש און קען זיך אפילו שרייבען מיט פאליטיקאנטן און רעפארם ראבייטעס. א גדולה.
נידערמאן איז ביזי אז אונז האבען חכמים מיט עשירים און אז א חסידישע יונגערמאן כאפט אויפן ווינק וואס א צווייטע נעמט צוואנציג יאר סקול.
למעשה זענען דא גענוג יונגעלייט ואס זענען נישט די געוואגטע ריעל עסטעיט פליפערס און נישט קיין גאונישע קאפ וואס קען זיך אריינדרייען למשל אלץ קאמפיוטער טעקנישען און פון אט די מענטשען רעדט מאסטער. אזעלעכע וואס מיט די נויטיגע כלים קענען זיי זיך לייטיש אוועקשטעלען
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:21 pm#435030
גדליה האט געשריבן:קורקלענד זאגט אז יעצט וועט זיך גארנישט טוישן
מיר ווייסן דאך אלע אז ביז יעצט האט זיך אויך גארנישט געטוישט טא האט מאסטער גארנישט געטוישט
אבער איין זאך איז יא זיכער
נעקסטע מאל עפעס א אוי טי די סטראשעט אז ער גייט מאכען א טומעל זאל מען פרובירען דורכקומען מיט אים באצייטנס

ציוואס דאַרף מען זיך רעכענען מיט אט''ד'ס וואס סטראשן, זיי האבן נישט ליעב אונזער מהלך, זאלן זיי גיין געזונטערהייט, אבער ציוואס זאלן זיי זיין משלחת וחוזרת?
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:25 pm#435031
גדליה האט געשריבן:למעשה נאכן דורכלייענען אביסעל די אשכול און מיטהאלטן די נייעס ווי יעדער איינער קוקט מיך אויס אז מאסטער איז טאקע א עקזעמפל פין א יונגערמאן וואס האט געדארפט א סעקולאר עדיוקעשין. ער איז נישט קיין טיפש אבער אויך נישט קיין גאון וואס קען זיך אלץ אליין אויסלערנען און אז ער האט געשפענדט א פאר יאר אין סקול קען ער אפילו א לייטישע ענגליש און קען זיך אפילו שרייבען מיט פאליטיקאנטן און רעפארם ראבייטעס. א גדולה.
נידערמאן איז ביזי אז אונז האבען חכמים מיט עשירים און אז א חסידישע יונגערמאן כאפט אויפן ווינק וואס א צווייטע נעמט צוואנציג יאר סקול.
למעשה זענען דא גענוג יונגעלייט ואס זענען נישט די געוואגטע ריעל עסטעיט פליפערס און נישט קיין גאונישע קאפ וואס קען זיך אריינדרייען למשל אלץ קאמפיוטער טעקנישען און פון אט די מענטשען רעדט מאסטער. אזעלעכע וואס מיט די נויטיגע כלים קענען זיי זיך לייטיש אוועקשטעלען

מ'קען זייער גרינג ווערן א קאמפיוטער טעכניקער. ס'איז א פשוטע קורס, און מ'דארף נישט זיין צופיל קליגער ווי מאָסטער. מאָסטער אליינס וואלט עס לכאורה אויך געקענט מאכן אלס קאמפיוטער טעכניקער.

זעהסט דאך אז מאָסטער, אפי' ער האט נישט געהאט קיין סעקולארע עדיוקאציע האט זיך שיין ערווארבן אלס א הויעך שטודירטע גראַדואירטע פערשוין. זעהסטו דאך קלאָר אז אפי' מיט אונזער שוואכע עדיוקאציע איז עס נישט קיין בכיה לדורות. מ'קען אייביג צוריק גיין אין חדר און זיך לערנען געהעריג.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:40 pm#435032
מקען מקען....
אוודאי קען מען.
איך קען א איד וואס קען מאטעמאטיק בעסער ווי אסאך פראפעסארן. אשר על כן זאל מען פארמאכן אלע קלאסן אין מאטעמאטיק?
כולי עלמא מודי אז אויב דו האסט געלערענט די בעיסיקס אלץ קינד וועט דיך זיין גרינגער אלץ עדאלט.
יא סאיז דא וואס קענען אנקומען אויף די אייגענע האנט און סאיז דא וואס נישט!
די "עוורעטש" יונגערמאן וועט בענעפעטירן
ביי עוורעטש מיין איך נישט אז אוועראלל בענעפעטירט מען כאטש דאס איז אויך אמת. נאר איך מיין טאקע דעם עוורעטש יונגערמאן וואס די בעיסיקס סקילס איז ביי עים די חילוק צווישען הימעל און ערד.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:55 pm#435035
עס איז דא מענטשן וואס מישען אויס פאקטן און שיטות, זיי זען נישט די חילוק צווישען זיי. יא קורקלאנד, מ'דארף אויסקומען מיט א.ט.ד. ווייל אז נישט איז צרות. עס איז נישט ריכטיג? איז וואס? מ'דארף נאכאלס אויסקומען.

א יונגערמאן 'קען' נעמן א קורס. זייער פיין. למעשה איז אז מ'דארף קענען ענגליש אנצוהויבען די אלע זאכען, און לערנען ESL איז נישט אין פלאץ ווען דאס איז נאר איין טריט אין די ריכטונג פון מאכען פרנסה. טאמער דאס איז די לעזונג, זע'יר אויף צרות.

פערזענליך ווייס איך נישט וואס טוט זיך ביי ענק, איך דענק אז צו גרויס א פערצענט פון די ציבור לעבט פון פוסטע געשעפטען, פון סאפיסטיקירטע שנארעריי ביז 'ארגאניזאציעס' וואס עגזיסטירען פאר די ארבעטאערס, און פון מענטשן וואס זייער אויפטו איז צוצולייגען צו די אויסגאבע פון אנדערע, אזוי ווי די אלע וואס פארקויפען אומוויכטיגע חתונה געצייג, און פראפעסיאנעלער שרייבערס פאר מצבות וכדו'. די אלע וואס מאכען מוזיק ווידיאוס פון די מוזיקאנטען ביז די טעכנישענס און די זינגערס. טון עפעס וואס איז עוסק בישובו של עולם איז א קליינער פערצענט פון די מיטל פארדינערס, און דאס איז טאקע צוליעב דעם אז ענק זענען געצוואונגען צו זוכען נייע קוועלער פאר פרנסה ווען נארמאלערע זענען אויסגעשפארט פון ענק.
דאהי אין לעיקוואד זענען דא פיהל ווייניגער פון די סארט מענטשן, און די וואס לעבען פון די רעגירונג זענען אדער די קליינע פערצענט ליידיגייערס, אדער כולל יונגעלייט. אז דער מאן פארדינט נישט גענוג, גייט די פרוי אויך ארבעטן. אבער פראפעסיאנעלער ציונים שלאגערס עגזיסטירט נישט. און דאס איז נישט ווייל עס איז דא מער לימודי חול אין ישיבה קטנה, אדער ווייל מ'איז קלוגער. דאס איז נאר ווייל מ'קען ענגליש.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:22 pm#435037
קורקלענד האט געשריבן:מ'קען זייער גרינג ווערן א קאמפיוטער טעכניקער. ס'איז א פשוטע קורס

כ'האב געמיינט אז ס'איז אין קעגנזאץ צו אונזער רעליגיע...
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:25 pm#435038
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס מישען אויס פאקטן און שיטות, זיי זען נישט די חילוק צווישען זיי. יא קורקלאנד, מ'דארף אויסקומען מיט א.ט.ד. ווייל אז נישט איז צרות. עס איז נישט ריכטיג? איז וואס? מ'דארף נאכאלס אויסקומען.

א יונגערמאן 'קען' נעמן א קורס. זייער פיין. למעשה איז אז מ'דארף קענען ענגליש אנצוהויבען די אלע זאכען, און לערנען ESL איז נישט אין פלאץ ווען דאס איז נאר איין טריט אין די ריכטונג פון מאכען פרנסה. טאמער דאס איז די לעזונג, זע'יר אויף צרות.

פערזענליך ווייס איך נישט וואס טוט זיך ביי ענק, איך דענק אז צו גרויס א פערצענט פון די ציבור לעבט פון פוסטע געשעפטען, פון סאפיסטיקירטע שנארעריי ביז 'ארגאניזאציעס' וואס עגזיסטירען פאר די ארבעטאערס, און פון מענטשן וואס זייער אויפטו איז צוצולייגען צו די אויסגאבע פון אנדערע, אזוי ווי די אלע וואס פארקויפען אומוויכטיגע חתונה געצייג, און פראפעסיאנעלער שרייבערס פאר מצבות וכדו'. די אלע וואס מאכען מוזיק ווידיאוס פון די מוזיקאנטען ביז די טעכנישענס און די זינגערס. טון עפעס וואס איז עוסק בישובו של עולם איז א קליינער פערצענט פון די מיטל פארדינערס, און דאס איז טאקע צוליעב דעם אז ענק זענען געצוואונגען צו זוכען נייע קוועלער פאר פרנסה ווען נארמאלערע זענען אויסגעשפארט פון ענק.
דאהי אין לעיקוואד זענען דא פיהל ווייניגער פון די סארט מענטשן, און די וואס לעבען פון די רעגירונג זענען אדער די קליינע פערצענט ליידיגייערס, אדער כולל יונגעלייט. אז דער מאן פארדינט נישט גענוג, גייט די פרוי אויך ארבעטן. אבער פראפעסיאנעלער ציונים שלאגערס עגזיסטירט נישט. און דאס איז נישט ווייל עס איז דא מער לימודי חול אין ישיבה קטנה, אדער ווייל מ'איז קלוגער. דאס איז נאר ווייל מ'קען ענגליש.

און זיי קענען ענגליש ווייל אין זייער שטוב האט מען גערעדט ענגליש נישט ווייל מ'האט זיי עס אויסגעלערנט.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:59 pm#435040
Re: נפתלי מאסטער
גערעכט, עס איז פונקט אזוי נאכגעלאזען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 7:23 pm#435042
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס מישען אויס פאקטן און שיטות, זיי זען נישט די חילוק צווישען זיי. יא קורקלאנד, מ'דארף אויסקומען מיט א.ט.ד. ווייל אז נישט איז צרות. עס איז נישט ריכטיג? איז וואס? מ'דארף נאכאלס אויסקומען.

א יונגערמאן 'קען' נעמן א קורס. זייער פיין. למעשה איז אז מ'דארף קענען ענגליש אנצוהויבען די אלע זאכען, און לערנען ESL איז נישט אין פלאץ ווען דאס איז נאר איין טריט אין די ריכטונג פון מאכען פרנסה. טאמער דאס איז די לעזונג, זע'יר אויף צרות.

פערזענליך ווייס איך נישט וואס טוט זיך ביי ענק, איך דענק אז צו גרויס א פערצענט פון די ציבור לעבט פון פוסטע געשעפטען, פון סאפיסטיקירטע שנארעריי ביז 'ארגאניזאציעס' וואס עגזיסטירען פאר די ארבעטאערס, און פון מענטשן וואס זייער אויפטו איז צוצולייגען צו די אויסגאבע פון אנדערע, אזוי ווי די אלע וואס פארקויפען אומוויכטיגע חתונה געצייג, און פראפעסיאנעלער שרייבערס פאר מצבות וכדו'. די אלע וואס מאכען מוזיק ווידיאוס פון די מוזיקאנטען ביז די טעכנישענס און די זינגערס. טון עפעס וואס איז עוסק בישובו של עולם איז א קליינער פערצענט פון די מיטל פארדינערס, און דאס איז טאקע צוליעב דעם אז ענק זענען געצוואונגען צו זוכען נייע קוועלער פאר פרנסה ווען נארמאלערע זענען אויסגעשפארט פון ענק.
דאהי אין לעיקוואד זענען דא פיהל ווייניגער פון די סארט מענטשן, און די וואס לעבען פון די רעגירונג זענען אדער די קליינע פערצענט ליידיגייערס, אדער כולל יונגעלייט. אז דער מאן פארדינט נישט גענוג, גייט די פרוי אויך ארבעטן. אבער פראפעסיאנעלער ציונים שלאגערס עגזיסטירט נישט. און דאס איז נישט ווייל עס איז דא מער לימודי חול אין ישיבה קטנה, אדער ווייל מ'איז קלוגער. דאס איז נאר ווייל מ'קען ענגליש.

איך זעה אינגאנצן אן אנדערע בּילד ווי אייך. אייער בּליק איז זייער דיסטארטעד פון ריאליטעט. איך ליידן אייך איין אויף א באזוך און איך וועל אייך געבן א טוּר איר זאלט זעהן באמת וואס גייט דאָ פאר.
מוצ"ש מאי 09, 2020 11:50 pm#448196
Re: נפתלי מאסטער
m https://nypost.com/2020/05/09/internal- ... iphone_nyp m

Sent from my SM-G950U using Tapatalk