זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:16 pm#434648
גיימער אהיים, אדער נעם אינז אהיים
מ'זעהט אז ווען די אידן זענען צוריק געקומען קיין ארץ ישראל בימי עזרא, נחמי' איז עס געווען מיט א מנין מצומצם, רוב אידן זענען געבליבן אין בבל, און זיך ארויסגעדרייט מיט כל מיני תירוצים, פארוואס נישט צוריק צו קומען קיין ארץ ישראל. מ'זעהט אין גמ' שוין א שמועס דערוועגן (יומא דף ט' ע"ב) ווי די גמ' איז מגנה די וואס זענען געבליבן וואוינען אין דעם באקוועמען בבל, ווי איידער זיך צו גיין מוטשענען און אנהייבן פון פריש, אויפצובויען א חרוב לאנד, אז צוליב וואס די בעסערע און חשובערע משפחות וואס האבן נישט עולה געווען מיט אלע אידן בימי עזרא, האט די בית המקדש נישט מאריך ימים געווען און איז אויך חרוב געווארן פונקט ווי די ערשטע, און ווען זיי וואלטן ווען יא ארויף געקומען דאן וואלט די בית המקדש קיינמאל נישט חרוב געווארן.
ווען מ'לערענט די גמ' פאר צוויי הינדערט יאר צוריק וואלט מען טאקע געקענט האבן שטארקע טענות אויף די בני בבל אז ווען נישט זייער זיך צוריק האלטן וואלטן מיר אלע נאכאלץ דארט געווען און געוואוינט דארט אהנע דאגות. אבער היינטצוטאג, קען א חו"ל'דיגער בכלל נישט האבן קיין טענות אויף די דעמאלטסדיגע בבל'שע ווייל אינז פירן זיך אויף אקוראט די זעלבע ווי זיי, אדער אין א וועג אפילו ערגער. זיי האבן כאטשיג געקענט טענה'ן אז ס'לאנד איז חרוב ונחרב קיין פרנסה איז נישט געווען דארט, און מאדאך אז מ'מעג אוועק פארן פון ארץ ישראל פאר פרנסה, איז מעג מען דאך זיכער בלייבן אינדרויסן פאר פרנסה, אבער היינצוטאגס אידאך נישטא דער תירץ, היינטצוטאגס איז ב"ה דא פון אלעם גוטן דארט, פרנסה אויף אלע פראנטן, פון טעכנאלאגיע ביז אגריקולטור, פון מעדיקל ביז דיאמאנטן, פון מיליטער ביז געזעץ, פון פינאנץ ביז עסן, קליידונג
וכו' וכו' א העכסט מאדערענעזירטע אקאנאמיע וואס ווערט נאר בעסער פון טאג צו טאג, קאמפאניס האלטן און איין געווינען פיעס פרייזעס פאר זייערע אויסטרעפונגן.
פאר אזא לאנד וואס מיר פארמאגן היינצוטאגס וואלטן ווען מיר אלע געברויכט ארויף 29פן אהין מיט די שנעלסטע פליגערס, נאר מיט וואס האלטן מיר זיך צוריק, און יא "מיר האלטן זיך צוריק" קיינער האלט אינז נישט צוריק נאר "מיר אליינס" מיט א פרישן אויסגעבאקענער תירוץ, אז אינז ווארטן אז דער באשעפער אליינס זאל אינז ארויסנעמען פונעם גלות, איר הערט א תירץ?! אינז ווארטן אויף גאט זאל אויסשטרעקן זיין האנט און אינז פשוט ארויסציען פון גלות! אזוי ווי מ'ציהט ארויס א פוילן מענטש פון בעט. זאג נאר ר' איד, ווען ס'קומט צו דיין פרנסה זאגסטו אויך אזוי, כ'ווארט אויף גאט ער זאל מיר דיפאזיטן מיינע וועידזשעס פאר די וואך, חודש, יאר?? ווען ס'קומט צו האבן קינדער, אדער זיך צו היילן, זאגסטו אויך אזוי, איז וואס איז דאס אנדערש?!
כ'מיין אז די גמ' אדער ערגעצוואו כ'קען מיך נישט דערמאנן, כ'האב עס פרובירט צו מגגל זיין אבער אן ערפאלג, ערגעץ ווערט געברענגט אזא שמועס צווישן די בני ארץ ישראל און די בני בבל, ווי די בני בבל ענטפערן אזעלעכע פוילע תירוצים פארוואס זיי זענען נישט ארויף געגאנגן מיט עזרא און נחמי'. עכ"פ היינט האלטן מיר שוין אריבער צוויי טויזענט יאר פון די עלי' בבית שני און היינט צו טאגס האבן מיר שוין נישט ב"ה די אלע תירוצים פון דאמאלטס און מיט דעם אלעם האט דער יצר הרע געפונען נייע תירוצים, אזאנע פרומע הייליגערע תירוצים, ווי כאילו אינז ווארטן אויף עפעס העכערס, עפעס הייליגערס, ווי עפעס סתם אהיים גיין קיין ארץ ישראל מיט פשוטע אל על פליגערס. אינז ווארטן אויף כנפי נשרים, אויף ניסים חוץ לדרך הטבע וואס גייט לכאורה קיינמאל נישט פאסירן, אויף עפעס אזאנע געדאנקן ווי ס'בית המקדש גייט אראפ לאנדען פון הימל, און קליידער גייען וואקסן אויף די ביימער, גאלד, זילבער און טייערע דיאמאנטן שטיינער גייען זיך וואלגערן אויף די שאסייען! אוודאי האט גאט באוויזן גרויסע ניסים צו אינז אבער אלעס איז בדרך הטבע. איי וואס איז דעמאלטס די נס? אז די טבע איז פינקט געשען אין יענע מינוט. ווי למשל קריעת ים סוף און נאך ניסים. און לאמיר אריין טראכטן פאר א רגע, איז דען נישט די נס פונעם אויפבוי פון ארץ ישראל אין די לעצטע הינדרעט יאר נאך אזא גרויסע נס ווי קריעת ים סוף?! איז דען נישט די נס פון קיבוץ גליות אזא גרויסע נס ווי יציאת מצרים?! אין מצרים זענען אידן מער ווייניגער געזעצן אויף איין פלאץ אנדערש ווי אונעם גלות ווי אידן זענען געווען אויסגעשפרייט אומעטום, אידן זענען ארויף קיין ארץ ישראל פונעם ווייטען ראסלאנד, פוילן אונגערען, אמעריקע פראנקרייך ועוד ועוד
אלזא מיינע ליבע ברידער הערט אויף חלום'ן און לאמיר טוהן צו דער זאך, ס'נישט גרינג אבער לאמיר כאטשיג בענקן דערפאר, לאמיר כאטשיג אמת'דיג ארויסקוקן דערצו, אנשטאט קויפן א הויז אין מיאמי ביעטש, לאמיר קויפן א הויז אין טברי' צו אין תל אביב, לאמיר אנהייבן עולה רגל זיין די ימים טובים לאמיר שטיצן אינזערע ברידער אין ארץ ישראל דורך איינקויפן פראדוקטן פון ארץ ישראל לאמיר כאטשיג טוהן די מינדעסטע השתדלות און ווייזן אז אינז ווילן טאקע יא צוריק אהיים גיין און אינז זוכן בכלל נישט קיין תירוצים. און דער רבוש"ע זאל שיקן א נס בדרך הטבע אינז זאלן זיך אהין ציען בקרוב ממש.
כ'בין באמת מקנא די אידן וואס וואוינען שוין דארט, עפעס א גרעסערע זכי' פון מיר האבן זיי אז זיי וואוינען שוין דארט, צו ווייל זיי האבן בוחר געווען זיך אהין צו ציען צו זיי זענען שוין דארט ווייל זייערע עלטערן האבן זיי מזכה געווען, ווי אזוי ס'זאל נישט זיין שטייען זיי שוין פאראויס, זיי האלטן מיט די ניסים וואס גאט טוט מיט אינז יום יומית פון די נאענט.
נפשי מאד נכספה לראות בזיו זהרך, שלום יהי לך ורב שלום לעוזריך. (רבנו אברהם החוזה, קינות קפיטל ל"ז)
יעצט שרייבענדיג דעם ארטיקל איז מיר פארענטפערט געווארן דעם מימרא פון רבי אלעזר בשם רבי חנינא, תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, שנאמר, וכל בניך למודי ד', ורב שלום בניך, אל תקרי בניך אלא בוניך. ס'טאקע פיין צו זיין א וואויל קינד, אבער ס'קומט אבער נישט צו צו א בויער איינער וואס בויעט איז מער ווי סתם א וואויל קינד.