חוקר ודורש האט געשריבן:דער רעדאקציע פונעם וועקער האט געשריבען אנהייב דעם אשכול אז די נייע וועקער אנטשפרעכט גאלדענע ווערק פון @גראדעמעכלע, @געוואלדיג, @רויטע וואנצעס, @חקרן.
נאכן זיך איינהאנדעלען דעם וועקער, חיפשתי ולא מצאתי קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע ניקס, נאר די ניקס וואס האבן נעמען פון מענטשן למשל @יידל, @העניך, @ראובן, ווערן געברענגט בשמם.
איז לויט ווי איך פארשטיי וויל דער רעדאקציע נאר אריינלייגן ניקס פון מענטשן נעמען, משום איזה סיבה, אבער @חתן בחור און @קטלא קניא זענען יא אריין בשמם פרעגט זיך די שאלה מאי שנא אלו מאלו?
פארוואס זאל פון @חקרן ווערן ״ח. איינהארן״, מיך איז שוין אריין א מחשבה אין קאפ אז אפשר איז דאס גאר מרת איינהארן פון די קינדליין (וואס שרייבט דעם בארימטע ר׳ שמחה׳לע ענטפערט קאלם), ביז חקרן הופיע און אונז מודיע געווען דא אויף קאווע שטיבל אז ער איז דאס, און גראדעמעכלע האט אונז מודיע געווען אז ער האט געשריבען דעם הערליכע ארטיקל וועגן תגלחת נשים.
און אפי׳ מאיזה סיבה וויל די רעדאקציע דאס דווקא אזוי, פארוואס קען מען נישט שרייבען דערנאך אז דאס איז חקרן פון קאווע שטיבל, פארוואס זאלן אונז נישט וויסן וואס רויטע וואנצעס וכו׳ האט געשריבען?.
אזוי אויך איז דא א בריוו אנהייב וועקער פון איינעם ״חיים דאווידאוויטש פון מאנסי״, דאס בין איך חוקר ודורש, פארוואס אויפמאכן א פאלטשע נאמען, דער בריוו איז ארויסגענימען פון וואס איך האב געשריבען אויף קאווע שטיבל.
א דאנק פארן מיך אויסהערן.
לדעתי קען נישט אן אויסגאבע זיין פול מיט מאדנע ניק-סטיל נעמען. ניקס לחוד ופסעוודאנימען לחוד. ATUB @קטלא קניא ATUB איז א לאנג-יעריגער נאמען וואס ווערט שוין גענוצט פאר קנאפע צוואנציג יאר, איז עס נישט אנדערש ווי נעמען פון באקאנטע קלאסיקער, ווי "שלום עליכם".
אין אלגעמיין פרוביר איך צוצופאסן א נאמען וואס האט א געוויסע ענליכקייט צו ק"ש ניק. "חתן בחור" איז א ניק, אבער "ח. בחור" זעט זיך שוין מער ווי א נאמען, דוגמת ר'
אליהו בחור. "חקרן" איז געווארן "ח. איינהארן" -- "ח." צוליב דעם ערשטן אות פון חקרן, און "איינהארן", צוליב די איבעריגע אותיות, "קרן", א הארן.
געווענליך לאז איך די שרייבער זיך אליין אידענטיפירן. ATUB @רויטע וואנצעס ATUB האט זיך שוין כמה פעמים אידענטיפיצירט אלס "אליהו אדמדם" אינעם וועקער. ATUB @געוואלדיג ATUB האט געשריבן דעם
אינטערוויו מיט'ן ארטיסט באריס דובראוו.
אויסדערוועלטע שיינע ק"ש קאמענטארן אויף ארטיקלען אינעם וועקער גייען אריין אלס בריוו -- ס'איז דאך א שאד אז די וועקער לייענער וואס זענען נישט אויף ק"ש זאלן נישט נהנה זיין. איינער פון די שיינע בריוו איז טאקע פון ATUB @חוקר ודורש ATUB , און כ'האב צוגעפאסט א נאמען וואס האט קלאנגען פונעם ניק: "חוקר" און "חיים" פאנגען זיך אן מיט א ח', און "ודורש" און "דאווידאוויטש" פאנגען זיך אן מיט די ד' און ו' קלאנגען.
א דאנק פאר'ן פרעגן, און להווי ידוע אז דיינע דברי חיזוק ועידוד סיי דא אין ק"ש און סיי אין אימעיל זענען כמים קרים על נפש עייפה.