Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט

קאווע שטיבל • פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13312
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 4:17 pm#435529
פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט
פריוואטע ישיבות זענען א נגע צרעת פאר כלל ישראל.

גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגן אריין שווערע הארעוואניע פאר צען יאר. קומט די פריוואטע ישיבות ווי א גאסט צו שלחן עורך, פירט זיך זיין סעלעקציע ווי א נאצי מיט אידישע שעפעלעך, און עסט אויף די גאנצע יום טוב סעודה און לאזט דעם בעל בית אן א כזית מצה. ער איז נאך א בא בטענה, אויב איך נעם יעדן גיי איך נישט האבן קיין בחורים און איך וועל דארפן פארמאכן. האלו, פארמאך אייער ישיבה אייערנעכטן, דו selfish איד! ווילסט זיין א משפיע? גיי ארבייט אין א ישיבה וואס האט מוסד.

איך גיי נישט דא ארום שמועסן איבער די געוואלדיגע עוולות וואס זיי באגייען צו נעבעכדיגע נישט רייכע עלטערן פון די בינונים בחורים און די אויסגעשפראכענע גיאות פון זייער באנעמונג מיט די מענטשהייט. יעדער וואס איז נאר אמאל געקומען אין בארירונג מיט די ראשי ישיבות און זייער געהילפן ווייסט וואספארא אומ-מענטשן זיי זענען.

רח"ל זיי זענען כאפערס אזויווי ביי די קאנטאניסטן. כלל ישראל האט גארנישט קיין הנאה פון זיי. איך דאווען יעדען טאג אז די אלע פריוואטע ישיבות זאל מיט באשעפערס הילף אונטערגיין.

ווען די מוסדות האבן שכל ווארפן זיי ארויס יעדע קינד פון זייער חדר/שולע וואס באלאנגט צו א משפחה וואס די טאטע נעמט ארויס זיין בחור'ל פון זייער ישיבה קטנה אן א רשות צעטל פון די רב/רבי. זיי קענען מארגען -אין איין טאג- טוישן די גאנצע ישיבה וועלט און צוריקברענגען ישרות און גראדקייט ביי כלל ישראל.

איך שרייב לאור די נייעס וועגן רב גיפס ישיבה.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:19 pm#435530
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך שרייב לאור די נייעס וועגען רב גיפס ישיבה.


דו שקרן, די שרייבסט עס לאור וואס ר' זלמן לייב טייטלבוים האט עס דערמאנט ביי זיין ספיעטש כ"ו אב. דו און ער זענען טאטאל נישט גערעכטץ קודם וואס האט א ת"ת מיט א ישיבה איינגעלייגט, ביז נאך world world 2 איז עס קיינמאל נישט געגאנגען צוזאמען, איינער קען פירן א ת"ת און איינער קען פירן א ישיבה, און אויב דער וואס פילט אז ער קען פירן א ישיבה וויל נישט זיין קיין פערד פאר רז"ל א.ד.ג. אז ער זאל אים איינטיילן ווי אזוי צו פירן די ישיבה, מעג ער עפענען אן אייגענע ישיבה. דאס איז לגבי דער ראש ישיבה.

יעצט לגבי די עלטערן, די מציאות איז אז א תלמוד תורה פון א חסידות און א ישיבה פון א חסידות, וויבאלד זיי האבן אן אדזשענדע צו בויען די פארטיי (חסידות), איז די מטרה פון חינוך הבנים לתועלת די קינדער שוואכער, ווי א מוסד וואס איז געבויט נאר פאר דעם. און אויב אין חדר איז נישט אנגעגאנגען פאר די טאטע צו שיקן אין די נאציאנאלע מוסד, מאיזה סיבה שהוא, אלס בחור מעג ער אים לכתחילה ארויסנעמען פון די קהילה ישיבה, ווייל דאס איז די תועלת פין זיין בחור.

די אלע עלטערן וואס נעמען ארויס קומט עס, צו ווייל די בחור אדער די טאטע פארשטייט אז דארט וואו ער האט געלערנט ביז יעצט איז נישט זיין תועלת, וואספארא רעכט קען מען אים אפהאלטן, ווייל רז"ל זוכט צו בויען זיין פארטיי, נאכמער, אסאך פון די עלטערן וואלטן געוואלט אז די ת"ת זאל אויך ליגן אין נוטראלע הענט, וואס קען ער טוען אז ר' זלמן לייב האט זיך עס געכאפט און ער האט די מאנאפאלי.

יאסל ראקאווער האט געשריבן:גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגען אריין שווערע האראוואניע פאר צען יאר.

אז דו קויפסט דיין גראסערי ארדער אין איין גראסערי און אין יענע גראסערי פארקויפט איין פראדוקט מיט א שוואכערע קוואלעטי פון א צווייטע גראסערי מעגסטו נישט גיין צו א 2'טע גראסערי עס קויפן?

יאסל ראקאווער האט געשריבן:רח"ל זיי זענען כאפערס אזויווי ביי די קאנטאניסטן. כלל ישראל האט גארנישט קיין הנאה פון זיי. איך דאווען יעדען טאג אז די אלע פריוואטע ישיבות זאל מיט באשעפערס הילף אונטערגיין.


ענדערש דאווען אז פארטיי'אישע מוסדות זאלן אונטערגיין, וועלן זיך עפענען נוטראלע מוסדות מיט איין מטרה מחנך צו זיין קינדער בלויז צום אידשען רעליגיע, אן תערובות מיט סאטמארישקייט א.ד.ג. ווער עס וועט פילן אז ער קען פירן א ת"ת וועט פירן א ת"ת, ווער עס וועט קענען פירן א מיידל שולע וועט פירן א מיידל שולע, און ווער עס קען פירן א ישיבה וועט פירן א ישיבה.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:31 pm#435531
די מציאות איז אז די פריוואטע ישיבות ציען ארויס די גוטע בחורים פון די קהלישע ישיבות, דאס מאכט אז די מוסדות זאלן בלייבן מיט א גרעסערע פראצענט שוואכערע בחורים ווי אין חדר און זיי מוזן ווארפן צו קענען בלייבן א גוטע ישיבה.

ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.


דיסקלעמער, כ'האב נאכנישט געהערט קיין שום כ"ו אב דרשה. איך האלט שוין אזוי א לאנגע צייט.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:34 pm#435532
איסר האטלקי האט געשריבן:דיסקלעמער, כ'האב נאכנישט געהערט קיין שום כ"ו אב דרשה. איך האלט שוין אזוי א לאנגע צייט.


יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך שרייב לאור די נייעס וועגען רב גיפס ישיבה.


איך האב טאקע געהאט א חשש אז דו מיט @יאסל ראקאווער זענען די זעלבע ניק. דאס איז אמאל זיכער ביידע זענען זאליס.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:37 pm#435533
שטארק געענטפערט!

איך געדענק נאך ווען מ'האט געקענט פירן א נארמאלע דיסקאסיע דאהי.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:38 pm#435534
איסר האטלקי האט געשריבן:ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.



איך ווייס נישט ווען עס מיינט ביי דיר "די צייטן פון פריוואטע ישיבות"? פריווטע ישיבות גייט שוין אן פון רב און שמואל (צחות: לפי זה איז רב גיפס א המשך פון שמואל'ס ישיבה און נהרדעא.)
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:43 pm#435535
איסר האטלקי האט געשריבן:
ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.


איז אפשר זאלן די גרויסע פארמאכן זייערע ישיבות, וועט קומען דער וואס קען יא און עס פירן. און גראדע איז דא גענוג פריוואטע ישיבות וואס נעמען אריין ביניני בחורים
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:58 pm#435537
גלייב מיר באמונה, איך ווייס נישט אז ר' זלמן לייב האט גערעדט אדער וואס ער רעדט. קוים וואס איך ווייס אז ס'איז געווען כ"ו אב. פערצופאל האט מיר א ארבייטער געזאגט ער גייט צום ציון און איך האב אים געבעטן צו זאגן א קאפיטל.

יעצט צום ענין, פארשטייסט אליין אז אזא געלונגענע משפיע ווי צום ביישפיל רב גיפס וועט נישט האבן קיין אייגענע ישיבה און די מוסד וועט האבן קוואליטעט בחורים און ער וועט זוכן אויסצוגעבן זיינע כוחות וועט ער זיך טרעפן ארבייט אין א מוסד.

די סך הכל איז, אדער עפן מוסדות אדער ארבייט אין א מוסד, אויב ביסטו דא פאר די כלל.

איך האב נישט קיין טענות אויף עלטערן וואס ווילן יעצט, וויאזוי די מציאות איז אויסגעשטעלט, די בעסטע פאר זייער קינדער. אבער די רבנים וואס האבן מוסדות איז נישט דיין גארבידזש קען. זיי דארפען נאר אראפשטעלן די פוס און זיך נישט לאזן טרעטן אויף זיך.

ס'האט גארנישט מיט קיין פארטיי. ס'איז א fact of life

אז די תוצאה וועט זיין אז אזוינע משפיעים ווי ר' משה ווייס וועלן עפענען א חדרים, איז דאך ממש א נס. מיר דארפן מער מוסדות ווי וואסער צו טרינקען.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 6:19 pm#435538
לאמיר זאגן הרב גיפס פילט ער קען אויפטוען אויף בחורים, און קיין א מוסד וויל אים נישט נעמען פאר ראש ישיבה ווייל זיי האלטן נישט פון זיין מהלך, מעג ער נישט עפענען א ישיבה? איינער וואס האט א גראסערי מוז אויך האבן א קלאודינג סטאר? פארוואס מוז אלעס געהערן צו די פארטייען? זיי האבן שוין גענוג.

ווען דער סאטמאר רב ז"ל איז געקומען קיין אמעריקא און אנגעהויבן צו בונטעווען מיט עפענען מוסדות, אי מען געקומען צום צעהלימער רב אז אסאך אידן נעמען ארויס פון צעהלים צו סאטמאר, האט ער געזאגט, איך האב געפענט מוסדות ווייל איך האב געהאלטן אז עס פעהלט, אז עס איז דא איינער וואס קען בעסער פארוואס נישט?

2) קענסט מיר זאגן איין גרויסע חסידות ישיבה די לעצטע 50 יאר וואס האט אויסגעגעבן כוחות אז יעדע בחור זאל שטייגען לויט זיינע כשרונות? זיי ארבעטן אויף איין זאך, אז די סיסטעם זאל פארן, אויב עס פעלט אויס א בעסערע מגי"ש אז די סיסטעם זאל פארן בעסער וועלן זיי עס טוען, און אויב די סיסטעם פארט גוט אן דעם, הא קעירס.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 7:56 pm#435544
יאסל ראקאווער זאגט דברים של טעם. מיין פראבלעם איז אבער אז כ'זעה וויפיל די חסידות מוסדות ומנהיגיהם זענען זיך משתלט אויפן ציבור און נוצן זייערע מוסדות צו באצווינגן די עלטערן. כ'קען נישט אנהייבן צו טראכטן וויאזוי עס וואלט אויסגעזעהן ווען זיי האבן ווען די פולקאמע קאנטראל אויף אלעס און אלעמען.

וואס איז די solution? ווער ווייסט?


.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 7:57 pm#435545
הרב גיפס איז געווען איינגעשטעלט אין מוסדות, צום לעצט אין ספינקא כולל און ער וועט עניטיים טרעפן א זשאב אין אנדערע ישיבות, אויב וויל ער.

יעדער מעג עפענען א ישיבה, און א ישיבה וואס איז געאייגנט פאר בינונים באדערט נישט פאר קיינעם. הגרז"ל (אויב האט ער עפעס געזאגט) האט נישט געמיינט א ישיבה ווי גיפס אדער ר' יאסל מאיער וואס נעמען אן בינונים.

אויב האט רז"ל געמיינט איינעם איז עס אלכסנדר, נייפעסט, דושינקסיא, וכו'. די ישיבות טוען גארנישט פאר די בחורים, זיי כאפן די מצוינים און לאזן זיי בחור'ן ביי זיי אין ישיבה און אזוי קענען זיי מאכן אפאר דאלער און טון שיינע שידוכים און איינוועגס לאזן אפאר בינונים אויפן גאס אדאנק זיי.

ווער עס וויל אויפטון האט אלץ פלאץ, פונקט ווי אלכסנדר האט מצליח געווען קען יעדער. אז איינער איז נישט מצליח מיינט אז ער אדער טויג ער נישט אדער האט ער נישט קיין מזל.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:24 pm#435547
יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מוז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגל, מיט א נארישע טענה פון הכרת הטוב, צוברעכן די ישיבה, איז טענות של הבל. אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות, וואס גייט אים אן ווער עס טוט אויף פאר אידישקייט, ער צי א צווייטער? פארוואס מוז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארקער איד ערגעץ אנדערש, וואס גייט אים אן? נאר וואס דען, די מטרה איז צו קענען אייסאלעיטן די חסידים פאר זיין קולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעורים ווען די מוח איז נאך נישט רייף, אז מען גייט לערנען ערגעץ אנדערש הייבט מען אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, ר' זלמן לייב האט עס קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:45 pm#435548
גראדע האלט איך דער @קאלקיולעטער און הוגה זאגען ריכטיג. די עצה איז פשוט; עפן א חדר אויך.

מ'מיז קויפן אלעס פון איין גראסעריי? זיכער נישט. אבער איך מוז דיך נישט פארקויפן קיין ברויט אויב קויפסטו די מילך ערגעץ אנדערש. און זיכער דארף איך נישט דעליווערן א פעקל ברויט און דיר געבן גוטע סערוויס ווען די מילך גייסטו צו בינגאו. דיין רבי'שע אייניקלעך וויל אויך א גוטע ישיבה. און ווי פארגרעבט ער איז, גיט ער עפעס פאר די כלל. די פריוואטע ישיבות געבן אונז גארנישט.

גראדע קען מען נישט האבן קיין טענה צו א selfish שיינע איד מיט אפאר טאלער וואס וויל האלטן א ישיבה פאר מצוינים. וואס דען? ער איז נישט קיין צדקה, ס'איז גראדע אן עבירה צו געבן צדקה פאר פריוואטע ישיבות. זיי זענען leaches. זייגען די בלוט ביי אונז. שלעפן אוועק די קוואליטעט מחנכים און זייער סעלעקציע צווישען די בחורים איז בגדר שפיכת דמים.

איין זאך - האב נישט קיין טענה אויף א מוסד וואס פארלאנגט ישיבה קטנה בחורים צו בלייבען ביי זיי. ס'שמעקט דיר נישט? (ווייל דו ווילסט נישט ווערן פארנאטישט, חסידים פון די רבי, ווילסט א טיפערע חינוך, שטערקערע לימודים, אדער וכו' וכו') נעם דיר אלע דיינע זיסע קינדערלעך און עפן א מוסד. עס נישט ביי מיר און נאכדעם שפיי מיר אין פנים. דיין נייע מוסד קען מען מסדר זיין אנטי רבי, טיפע שיעורים וכו'ץ

נויט ברעכט אייזן.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:02 pm#435549
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איין זאך - האב נישט קיין טענה אויף א מוסד וואס פארלאנגט ישיבה קטנה בחורים צו בלייבען ביי זיי. שמעק דיך נישט? (ווייל די ווילסט נישט ווערן פארנאטישט, חסידים פון די רבי, ווילסט א טיפערע חינוך, שטערקערע לימודים, אדער וכו' וכו') נעם דיר אלע דיינע זיסע קינדערלעך און עפען א מוסד. עס נישט ביי מיר און נאכדעם שפיי מיר אין פנים. דיין נייע מוסד קען מען מסדר זיין אנטי רבי, טיפע שיעורים וכו'

ניין ניין האסט א טעות, איך זיך נישט אנטי רבי, טיפע שעורים, איך וויל פשוטע מוסד פון פשוט אידישקייט אן קיין הוספות מיט אנדזשענדעס, און מאיזה סיבה שהוא, האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז די מאנאפאלי פון מוסדות החינוך פון קליינע קינדער ליגט אין די האנט פון די חסידות'ן, צו ווייל די מאזשארעטי ווילן זיין פערדן און געהערן צו א חסידות, צו עני אנדערע סיבה, און עס ביטער שווער צו עפענען א פריוואטע מוסד. אבער א ישיבה איז נאך גרינגער דארף מען עס מחזק זיין. אויב דו ביסט א פארטייאישע מענטש, דו געהערסט צו עני פארטיי, איז זיך נישט דא וואס צו טענה'ן, און איך פארשטיי דיר אז דו האסט טענה עס איז א "נגע צרעת פאר כלל ישראל" ווייל דו פילסט דיין פארטיי ווערט אינטערגעהאקט מיט דעם, נאר אויב דו געהערסט נישט אין ערגעץ, ביסט א איד אזויווי די חסיד'ישע אידן פון פאר'ן בעש"ט'ס צייטן, איז זייער גרינג צו פארשטיין אז א תלמוד תורה מיט ישיבה גייט נישט צוזאם.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:03 pm#435550
calculator האט געשריבן:יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מיז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגעל, מיט א נארישע טענה פון א הכרת הטוב, צוברעכען די ישיבה, איז טענות של הבל, אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות וואס גייט אים אן ווער עס טיט אויף פאר אידישקייט ער צו א צווייטער, פארוואס מיז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארעקער איד ערגעטס אנדערש וואס גייט אים אן? נאר וואס דען די מטרה איז צו קענען אייסילעיטן די חסידים פאר זיין קאולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעירים, ווען די מוח איז נאך נישט רייף, איז אז מען גייט לערנען ערגעטץ אנדערש הייבט אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זלמן לייב האט קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.

די מציאות איז אז מ'קען נישט האבן א ישיבה נאר פון גארבעדזש און די מציאות איז די גוטע בחורים נעמט מען ארויס. דאס מיינט אז סאטמאר מוז ווארפן מער פון די שוואכע ווייל די גוטע גייען ארויס.

די פריוואטע ישיבות נעמען אריין אסאך ווייניגער בינונים ווי די מוסדות ישיבות. זאלן די פריוואטע ראשי ישיבות אויך ארייננעמען אזויפיל בינונים און נאכדעם וועט מען דן זיין איבער די מצוינים.

אפשר מיינסטו צו פרעגן פארוואס ער פארמאכט נישט די ישיבה אינגאנצן? א גוטע קשיא. אפשר ווייל נאכדעם וועסטו שרייעו אז ער האט משנה געווען ממסורת אבותיו. אבער ווילאנג ער האט א ישיבה קען ער נישט בלייבן נאר מיט די בינונים און שוואכע בחורים.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:08 pm#435551
אויב איז דיין ציל מיר צו לאזן וויסן אז רז"ל איז נישט צעלימער רב זצ"ל, איז א שאד די טינט ווייל דאס ווייס איך אויך. סך הכל איז ער אזוי ווי אנדערע רבנים פון יענעם דור וואס האבן יא מקנא געווען אז סאטמאר רב עפנט א ישיבה...

לויט ווי איך פארשטיי פון דיר האט רז"ל געזאגט אז ווען מ'לערנט אין אנדערע ישיבות באקומט מען פרעמדע השקפות, דאס איז נישט קיין חידוש, דאס האט שוין געזאגט אנדערע רבנים פאר אים און אלס סאטמאר רבי מעג ער ווארענען אז אנדערע ישיבות פרעדיגן נישט די סאטמארער שיטה. האדמו"ר מהר"א האט לעצטנס אויך געגעבן א דרשה פאר בחורים קעגן פארן לערנען אין ארץ ישראל.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:11 pm#435552
איסר האטלקי האט געשריבן:די מציאות איז אז מ'קען נישט האבן א ישיבה נאר פון גארבעדזש און די מציאות איז די גוטע בחורים נעמט מען ארויס. דאס מיינט אז סאטמאר מוז ווארפן מער פון די שוואכע ווייל די גוטע גייען ארויס.

די פריוואטע ישיבות נעמען אריין אסאך ווייניגער בינונים ווי די מוסדות ישיבות. זאלן די פריוואטע ראשי ישיבות אויך ארייננעמען אזויפיל בינונים און נאכדעם וועט מען דן זיין איבער די מצוינים.

אפשר מיינסטו צו פרעגן פארוואס ער פארמאכט נישט די ישיבה אינגאנצן? א גוטע קשיא. אפשר ווייל נאכדעם וועסטו :lol: שרייען אז ער האט משנה געווען ממסורת אבותיו. אבער ווילאנג ער האט א ישיבה קען ער נישט בלייבן נאר מיט די בינונים און שוואכע בחורים.



און די מציאות ביסטו גערעכט, אבער דאס טאקע מיינ'עך ווייל די מיזט האבן א ישיבה ווייל מסורת אבות (בויען פארטיי), וועגן דעם קען מען טאקע האבן א שטארקע טענה, אבער אין דשענערל אידישקייט איז נישט דא אזא טענה.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:18 pm#435553
אבער טאמער פארמאכט ער זיין ישיבה, האסטו ווייטער נישט געלעזט דעם פראבלעם פון בינונים. ווער וועט נעמען דעם בינוני אויב נישט די מוסדות?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:24 pm#435554
איסר האטלקי האט געשריבן:אבער טאמער פארמאכט ער זיין ישיבה, האסטו ווייטער נישט געלעזט דעם פראבלעם פון בינונים. ווער וועט נעמען דעם בינוני אויב נישט די מוסדות?


וואס הייסט, ר' זלמן לייב איז די פארטרעטער פונעם אייבערשטען? אויב ער קען נישט זאל ער זאגן פארן אייבערשטען נעם דו קעהר, פונקט ווי הרב גיפס האט יעצט געטוען פאר זיין סיבה.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:25 pm#435555
איסר האטלקי האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פון דיר האט רז"ל געזאגט אז ווען מ'לערנט אין אנדערע ישיבות באקומט מען פרעמדע השקפות, דאס איז נישט קיין חידוש, דאס האט שוין געזאגט אנדערע רבנים פאר אים און אלס סאטמאר רבי מעג ער ווארענען אז אנדערע ישיבות פרעדיגן נישט די סאטמארער שיטה. האדמו"ר מהר"א האט לעצטנס אויך געגעבן א דרשה פאר בחורים קעגן פארן לערנען אין ארץ ישראל.


ר' זלמן לייב האט געזאגט 2 זאכן, איינס עס איז נישט קיין הכרת הטוב, מען צוברעכט די ישיבה, 2, ווייל מען באקומט שלעכטע השקפות. דארפסט פארשטיין דאס וואס מען רופט אן און אנדערע חסידות'ן אז מען ווערט שוואכער צו די חסידות רופט מען אן אין סאטמאר (בפרט ביי רז"ל) שוואכע השקפות.

בקיצור די פוינט איז פונקט ווי איך האב געזאגט פריער, ביסטו א מענטש וואס דיינע קאפ לויפט מיט די סאסייעטי, און מיט דיין חסידות, דאס איז ביי דיר אידישקייט, מען דארף זיין אייסעלעיטעט צו א חסידות, ביסטו א בא בטענה. ביי מיר איז דאס נישט קיין אידישקייט, ביי מיר איז עס אן אביזרייהו דע"ז, קוק איך אן די קליינע ישיבות פאר א שטיקל רעטונגס מיטל.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:29 pm#435556
לויט איין סאורס האט ער יא דערמאנט ביים דרשה עפעס וועגן צוברעכן די ישיבה...
calculator האט געשריבן:יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מיז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגעל, מיט א נארישע טענה פון א הכרת הטוב, צוברעכען די ישיבה, איז טענות של הבל, אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות וואס גייט אים אן ווער עס טיט אויף פאר אידישקייט ער צו א צווייטער, פארוואס מיז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארעקער איד ערגעטס אנדערש וואס גייט אים אן? נאר וואס דען די מטרה איז צו קענען אייסילעיטן די חסידים פאר זיין קאולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעירים, ווען די מוח איז נאך נישט רייף, איז אז מען גייט לערנען ערגעטץ אנדערש הייבט אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זלמן לייב האט קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.

ער מעג צולייגן וויפיל סיבות ער וויל, ווילאנג האסט נאכנישט פארענטפער דעם פראבלעם וואס ער האט.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:30 pm#435557
לאמיר דיך קלאר שטעלן, איך האב דא איין פארטיי. די פארטיי איז די average פארטיי.

Average בחור
Average טאטע

די עוורעדזש פארטיי'ס בלוט גיסט זיך אויף די גאסען. און די ביסט ביזי טראכטען וויאזוי די קענסט מאכען זיכער אז זאלי,ארי,פאָרטי פייוו, פאָרטי עיט, כאפט נישט אלעס.

@calculator טענה'עט אז ער וויל א מוסד פון אידישקייט און דאס קען נאר די פריוואטע ישיבות ברענגען. לאמיר דיר עפעס זאגען אזא אידישקייט קענסטו האבן מיין פיאות מיט דעם. א אידישקייט געבויט אויף אידיש בלוט? די בעל שם טוב וואלט זיך געלייגט ביי די טיר פון נייפעסט ישיבה און ער וואלט געשריגען אויף מיין טויטע גוף קענסטו דא אריינטרעטען.

בקיצור איך וועל קוקען אויב איינער מאכט א נייע פוינט. ביז דער ווייל קוקט אויס אז די סאטמאר, וויזניצע רבי'ס וכו' קענען פאררעכטען די פראבלעם איבער נאכט. לאמיר האפן אז זיי וועלען זיך נישט לאזן טרעטען מער.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:46 pm#435560
א. הכרת הטוב איז בכלל נישט אין פלאץ, אי ווייל ער קען עס נישט מאנען, יענער דארף מעגליך האבען דער מדה, אבער עס איז נישט זיין רעכט, אי ווייל הכרת הטוב מיינט נישט צוריק געבן די טובה וואס מ'האט באקומען, ועי' להלן אות ב'.

ב. א מענטש וואס פארשטייט נישט די תועלת פון ישיבות ווי אלכסנדר, ווייסט נישט וואס לערנען מיינט. א בחור א מצוין וואס דרייט זיך אין קווינס ישיבה, וועט נישט קענען לערנען. ער וועט אפשר זיין א מתמיד און אסאך טייטלען אויף א אידיש ספר. אבער עכט לערנען פון א רבי דארף א מסגרת ארום זיך, און די קאמפאני ישיבות שטעלן דאס נישט צו. א בחור וואס קען גיין קיין אלכסנדר און ער בלייבט אין קרית יואל צו קווינס, איז עס א פשע.

ג. דער קולטור הייסט איינער פון צוויי זאכען, אדער א מצויין ישיבה אדער א קאמפאני פאבריק. עלטערן האלטען נישט ביים שיקן א בחור צו א ישיבה וואס פאסט טאקע פאר איהם. דאס איז די עכטע, נישט מצויינים ישיבות. און דאס איז די פירות פון א פארקאקטע שידוכים סיסטעם.

ד. למעשה, א סאטמארער וואס גייט צו די פרעמד, צו מיר אדער בריסק, לעיקוואד אדער ר' דוד סאלאווייטשיק, וועט טוישן זיינע השקפות. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער דאס איז נישט טיש מיט מנהגים׳לעך וואס סקווער און בעלזא האבען מורא. ברגע מ'זעט אז דער פרעמדע וועלט איז נישט קאלט צו אידישקייט, עס איז נישט קיין קלות זייערע אז זיי זענען נישט קיין סאטמארע, איז עס צרות.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:58 pm#435562
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ביז דער ווייל קוקט אויס אז די סאטמאר, וויזניצע רבי'ס וכו' קענען פאררעכטען די פראבלעם איבער נאכט. לאמיר האפן אז זיי וועלען זיך נישט לאזן טרעטען מער.


איך בין מסכים 100% אז די פריוואטע ישיבות טוען א גרויסע עוולה. אבער איך האלט ס'וואלט געווען א גרויזאמער אקט אויב די רבי'ס וואלטן געטון וואס דו שלאגסט פאר. ארויסווארפן קינדער פון חדר ווייל זייער עלטערע ברודער גייט אין אן אנדערע ישיבה?

לדעתי מעג מען נישט ארויפלייגן נאך גזירות אויף די עלטערן. א טאטע דארף טון וואס ער זעט די בעסטע פאר זיין קינד, און דו קענסט נישט האבן קיין טענות אויף אים.

וואס מען דארף טון, איז נישט געבן קיין געלט און חיזוק פאר אזעלכע מוסדות, און יא שטיצן זיין אזא חדר ווי באר ישעי' אין מאנסי. אז ס'זאל קענען אנגיין, און ס'זאל ווערן נאך אזעלכע מוסדות, און אפשר מיט די צייט ווערן אנגעקוקט ווי א נארמאלע מוסדות אז איך זאל קענען שיקן מיינע קינדער דארט.

אין א"י זענען דא אסאך כלל חסידי מוסדות, און איך מיין ס'איז גאנץ גוט.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 10:01 pm#435563
ניין איך האלט נישט אז א ישיבה דארף זיין פאר בלויז מצוינים, איך האלט נישט אז אויך פאר שוואכע, שוואכע זאלן גיין ארבעטן, אבער נאר פאר מצוינים אויך נישט, אבער דאס שאפט נאך נישט קיין טענה אויף א טאטע צו א בחור וואס זוכט עפעס מער פאר זיין קינד זאל נישט מעגן אהין שיקן, סוף כל סוף דארט ווי זיין קינד איז יעצט, איז מען פארנומען אדער מיטן רבי'ן שליט"א'ס חתונה, קומען אין קעמפ, אדער צו בארעדן דעם ברידער פונעם רבי'ן שליט"א, אדער זיך צו גרייטן צו א פראטעסט אנטקעגן גיוס, אדער א כינוס אין א סטעדיום. קען זיין אין פריוואטע ישיבות אויך אבער די קולטור איז נישט דאס.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:10 am#435577
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. הכרת הטוב איז בכלל נישט אין פלאץ, אי ווייל ער קען עס נישט מאנען, יענער דארף מעגליך האבען דער מדה, אבער עס איז נישט זיין רעכט, אי ווייל הכרת הטוב מיינט נישט צוריק געבן די טובה וואס מ'האט באקומען, ועי' להלן אות ב'.

ב. א מענטש וואס פארשטייט נישט די תועלת פון ישיבות ווי אלכסנדר, ווייסט נישט וואס לערנען מיינט. א בחור א מצוין וואס דרייט זיך אין קווינס ישיבה, וועט נישט קענען לערנען. ער וועט אפשר זיין א מתמיד און אסאך טייטלען אויף א אידיש ספר. אבער עכט לערנען פון א רבי דארף א מסגרת ארום זיך, און די קאמפאני ישיבות שטעלן דאס נישט צו. א בחור וואס קען גיין קיין אלכסנדר און ער בלייבט אין קרית יואל צו קווינס, איז עס א פשע.

ג. דער קולטור הייסט איינער פון צוויי זאכען, אדער א מצויין ישיבה אדער א קאמפאני פאבריק. עלטערן האלטען נישט ביים שיקן א בחור צו א ישיבה וואס פאסט טאקע פאר איהם. דאס איז די עכטע, נישט מצויינים ישיבות. און דאס איז די פירות פון א פארקאקטע שידוכים סיסטעם.

ד. למעשה, א סאטמארער וואס גייט צו די פרעמד, צו מיר אדער בריסק, לעיקוואד אדער ר' דוד סאלאווייטשיק, וועט טוישן זיינע השקפות. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער דאס איז נישט טיש מיט מנהגים׳לעך וואס סקווער און בעלזא האבען מורא. ברגע מ'זעט אז דער פרעמדע וועלט איז נישט קאלט צו אידישקייט, עס איז נישט קיין קלות זייערע אז זיי זענען נישט קיין סאטמארע, איז עס צרות.

איך מיין אז די ביסט נישט באהאווענט און די קאמפאני ישיבות,איך האב געלערענט און ביידע, מיין קאמפאני ישיבה האט געהאט אסאך שטערקערע ת״ח ווי אלעקסאנדער,די חילוק איז געווען און די מצב ארום און ארום,
און די קאמפאני ישיבה זענען געווען די זעלבע פראצענט פון געזונטע לערנערס, ווי און אין אלעקסאנדער, און אלעקסאנדער האבען זיך דיע פראצענט באטיטעלט אלץ למדנים, און אין די קאמפאני האבען דיע פראצענט געלערנט און פארשטאנען לערנען אן די לופט פון ארום,איך פערזענדליך זעע נישט קיין מעליותא און דיע לופט פון ארום און ארום,סדויערט אפאר יאר לענגער נאכען חתונה צו לאנדען און מציאות, די בחורים זענען צו געוואונט אז זיי זענען עפעס ספעציעל, סאיז זיי שווערער אנצופאנגען א נארמאלע לעבן, אויפציען קינדער,און לעבן א רואיגע משפחה לעבן.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 10:00 am#435578
גראדע בין איך א תלמיד פון די אלכסאנדער וכת דיליה ישיבות אין איך האב א שטארקע מיינונג דערויף. אבער איך גיי זיך נישט אריינלאזן און די טעמע. עמער אנעמען אז די ישיבות איז גאר וויכטיג און קאמפאני ישיבות קענען דאס נישט replacen

רבי אלכסנדר עפען דיר א מוסד און זיי מחנך קינדער. קום נישט צו יענעם ווי א זונה. יענער פלעגט זיי, איז זיי מחנך פון די דייעפערס און די קומסט זיך וועלען און די לאזט איבער א mess? ווי איז יושר? די מוסדות הערט נישט אויף מיט די פראדוקציע יאר נאך יאר און פאר צוואנציג יאר, יאר נאך יאר, טיילען די קליינע ישיבות מכות פאר אונז צוריק. גענוג געווען.

זאגט די הייליגע חזקוני פאריגע וואך אין די סדרה, ויענך ירעבך ויאכילך את המן. קיינער וויל נישט גיין פון עסען פיצא צו עסן מן, עפעס א ווילד פרעמדע פראטעין. קודם דארף מען זיין הונגעריק. נאכדעם זעט ווי אסאך בעסער מן איז.

אז די זונישע ישיבות וועלן נישט האבן א ברייטער פעלד פון ווי צו כאפן בחורים, וועלן זיך די עמך אידן מסדר זיין מוסדות ווי מ'לערנט א חינוך וואס זיי געפעלט והכל כל מקומו יבא בשלום. ס'גייט זיין ביטער שווער אבער ס'איז א long term solution
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 10:09 am#435579
זייער א וויכטיקער און רעלאווענטער שמועס. א יישר כוח פארן פותח.
לגופו של ענין.
עס איז א פליכט אויף יעדע טאטע און מאמע צו טוהן דאס בעסטע פאר זייער קינד ברוחניות ובגשמיות עד שידם מגעת. ממילא אויב די פריוואטע ישיבות, (דאס ערשטע ישיבה אהן א חדר דוכצאך איז געווען בית מאיר/בלאזוב, נאך דעם איז געקומען אלקסנדר, נובומינסק, און היינט איז דא געלצעהלער וכו׳),שטעלען צו חינוך צו תורה/לומדות און יראת שמים מער ווי די עסטעבלישט חדר-מוסדות׳ער, איז ער מחיוב פאר זיין קינד איהם אהין צו שיקען.
והנה, ס׳איז פשוט לכל אז קאמפאטישען ברענגט א פארדינס פארן קאנסומער, ווייל דער סופלייער זוכט זיך צו איזולירן און זיך איידענטיפייען אינעם מארקעט. ממילא קומט אויס אז די פריוואטע ישיבות מיט זייער סטעף שטעלן צו א בעסערער פראדוקט, און אפט מאהל אויך בגשמיות; א ישיבה מיט א קעמפ אזוי ווי למשל אין בית מאיר, נייפעסט, און נאוואמינסק.
לפי״ז, איז די עצה א פשוטער, די מוסדות זאלען אויך אריינגיין אינעם ביזנעס פון חינוך אמיתי, און פראוויידען אן אפגרעידעד חינוך מיט מחנכים בעלי השגה און תלמידי חכמים אויפן קאליבער פון הרב גיפס שליט״א. דער פראבלעם איז נאר אז די מוסדות האבן אויך אנדערע מאטיוון, און זייערער סטעף בדרך כלל איז שוואך און אויסגעברענט, ומכמה סיבות.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 10:49 am#435580
Re: פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט
וואס האט א חדר מיט א ישיבה קטנה? פארוואס באלאנגט דער בחור צום סיסטעם לעולם? דער חדר טוט זיינס, דער ישיבה קטנה טוט זיינס, און דער ישיבה גדולה טוט זיינס.

דער פותח האשכול וויל טענה׳ן אז אפילו ווען דער מצויינים ישיבה איז געמאכט אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, זענען זיי נישט גערעכט. אויף דעם האב איך געשריבען מיינס. איך האב אויך געהערט די קרענקן פון אלכסנדר פון איהר בוגרים, און עס איז מעגליך אמת. אבער דער כלל אז א בחור וואס זוכט מער מעג עס באקומען איז ביי מיר ריכטיג.

דער בחור באלאנגט נישט צו קיינעם, און דער סיסטעם פון האלטען א בחור אין איין באקס ביז צום חתונה איז נישט קיין חיוב (מ׳קען ארום שמועסן צו עס איז בכלל געזונט אדער ריכטיג) אז דער וואס טוט אנדערש טוט אן עוולה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:11 am#435582
דער בחור באלאנגט נישט צו די מקווה אין די מקווה באלאנגט נישט צום בחור.

די אידען וואס פירען מוסדות באלאנגען נישט צו אונז. זיי מעגן זיין א פיצעלע סעלפיש און אראפ לייגען די פיס. פארשטייט זיך לטובת הכלל און פאר די "עוורעדזש פארטי" פאר וועם איך לאבי דא.

אדער ניצט די מיך אדער נישט. אביוז מיך נישט פאר ווען די דארפסטו מיך און נאכדעם שיקסטו מיר בארען קלאפען.

פארשטייט זיך ס'איז דא א יוצא מן הכלל, און פאר דעם וועט דאך די רבי שליט"א געבן individual consideration

אבער די סיסטעמאטישע פארכאפונג איז נישט יושר. און די מנהלים המוסדות קענען טון צי די זאך און דאס אפשטעלן איבערנאכט. לטובת זייערע מוסדות און לטובת הכלל.

און דאס האט משה געזאגט פאר די בני גד ובני ראובן. ווילסט זיצען מעבר לירדן? כל הכבוד. קום האלט מלחמה מיט אונז.

Commitment goes two ways
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:34 am#435584
Re: פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט
דיין וועג פון טענה׳ן איז זייער נישט ארנטליך. נאך איידער דו האסט זיך אויפגעוויזען, איז יענער שוין א זונה ישיבה מיט א פארכאפונג. יעצט ווער וויל פארטיידיגען א זונה?

מ׳קען פונקט אזוי פיהרען דער שמועס די פארקערטע וועג, ווי א גראבע יונג א רעבע, מיט א גאנצע שטאב וואס עגזיסטירט פאר זיין פרעסעריי אריין צו שטופען קינדער אין דער סיסטעם אז ער זאל האבען פלייש פאר זיין פיקטשער וועדינגס.

און עס קומען א פאר תלמידי חכמים און זען איין ווי די בעלי כשרונות ווערען פארלוירען אין די פלייש געשעפטן, טון זיי אפראטעווען די חברה צו קענען לערנען ריכטיג און נישט באלאנגען פאר קיינעם שפעטער.

קומט א ראקאווער און רייסט אונטער די תלמידי חכמים אז די מענטשען פרעסערס די רעבעס זאלען ווייטער אנפיהרען מיט זייער שטיק.

ווער וויל פארטיידיגען א קאניבאל?

בערך אזוי האסטו גערעדט. דאס איז נישט ארנטליך און נישט אויסגעהאלטען.

דער בחור ביי די פערצען דארף טון די בעסטע פאר זיך, נישט יענעם. דער חדר האט געטון זיינס און דאס זאגט נישט אז פון יעצט מוז ער נאכגעבען יעדער זאך וואס די חדר איינגעשטעלטע פארלאנגען פאר זייער וואוילזיין. עס האט נישט קיין שייכות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:59 am#435587
@יאסל ראקאווער, דא איז דא 3 נקודות,
1) צו א ישיבה פון נאר מציונים איז אויסגעהאלטן.
2) בחורים דרייען זיך אין די גאסן.
3) און צו א טאטע וואס האט געשוקט זיין קינד אין א מוסד אלץ אינגעל, צו ער מיז בלייבן דארט אלץ בחור.
אויף די ערשטע זאך קען מען דיבעיטן, עס איז דא סברות לכאן און סברות לכאן. אויף די 2 זאך קען מען דן זיין וואס איז די סיבה, און וואס איז די בעסטע לעזונג. אבער דאס אז ער מיז שיקן זיין בחור ווי ער האט געלערנט אלץ אינגעל, קען נאר האלטן איינער וואס איז משועבד צו די קאמפעני. איך האב דיר שוין געזאגט פון טאג וואס עס האט זיך געפענט ישיבות מיט תלמוד תורה'ס ביי אידן מימות ר' יהושע בן גמלא, איז עס קיינמאל נישט געגאנגען צוזאמען, אז די האסט א פראבלעם אז עס וואלגערט זיך נשמות און עס גיסן זיך אידיש בלוט אויף די גאסען, קענסטו נאך נישט שאפען נייע געזעצן צו אינזער תורה. אז די ווילסט קענסטו מוחה זיין פארוואס מען נעמט נאר אן מציונים ,קענסט עפענען א ישיבה, אבער פארדריי נישט קיין קאפ.
נאכדערצו ביים עפענען דען "אשכול" איז דיין עיקר טענה געווען, וואס זלמן לייב האט געזאגט, הכרת הטוב, מען צובערעכט זיין ישיבה.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגן אריין שווערע הארעוואניע פאר צען יאר. קומט די פריוואטע ישיבות ווי א גאסט צו שלחן עורך, פירט זיך זיין סעלעקציע ווי א נאצי מיט אידישע שעפעלעך, און עסט אויף די גאנצע יום טוב סעודה און לאזט דעם בעל בית אן א כזית מצה. ער איז נאך א בא בטענה, אויב איך נעם יעדן גיי איך נישט האבן קיין בחורים און איך וועל דארפן פארמאכן. האלו, פארמאך אייער ישיבה אייערנעכטן, דו selfish איד! ווילסט זיין א משפיע? גיי ארבייט אין א ישיבה וואס האט מוסד.

אז די ווילסט רעדן וואס מען קען טוען וועגן בחורים וואס וואלגערן זיך אין די גאסן, און ווער איז שילדיג פארמאך די אשכול, און עפען א ניי אשכול געוואלד, אידיש בלוט גיסט זיך אין די מאסן אדער "ישיבות למציונים - א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט" און מען וועט דיבעיטן, יא, ניין.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:12 pm#435588
ליטוואק זאגט זייער גוט;

די בחור/טאטע דארף טון די בעסטע פאר זיך
די ראשי ישיבה/משפיעים די בעסטע פאר זיך
און די רבי/מנהל די בעסטע פאר זיך

איז וויבאלד די רבי/מנהל טוט למעשה מערסטע פאר די כלל (יא, פאר זייער אייגענע חשבונות) און ער האט קאנטראל דורך קאנטראלירן די טראפיק.. בעט איך אים שטעל אפ די שפיכת דמים וואס גייט יעצט פאר און ס'וועט זיין בעסער פאר דיר און פאר די עמך כולם צדיקים.

קיינער זאגט נישט דא אז די long term effect וועט נישט ברענגען גוטע רעזולטאטן, אי"ה ס'וועלן וואקסן מוסדות פון די ישיבות און מ'וועט האבן א choice פאר חינוך ווייל די גביר וואס וויל למעשה עפעס מער וועט ווערן אריינגעצווינגען צו טון צו די זאך. נויט ברעכט אייזען.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:17 pm#435589
calculator האט געשריבן:@יאסל ראקאווער, דא איז דא 3 נקודות,
1) צו א ישיבה פון נאר מציונים איז אויסגעהאלטן.
2) בחורים דרייען זיך אין די גאסן.
3) און צו א טאטע וואס האט געשוקט זיין קינד אין א מוסד אלץ אינגעל, צו ער מיז בלייבן דארט אלץ בחור.
אויף די ערשטע זאך קען מען דיבעיטן, עס איז דא סברות לכאן און סברות לכאן. אויף די 2 זאך קען מען דן זיין וואס איז די סיבה, און וואס איז די בעסטע לעזונג. אבער דאס אז ער מיז שיקן זיין בחור ווי ער האט געלערנט אלץ אינגעל, קען נאר האלטן איינער וואס איז משועבד צו די קאמפעני. איך האב דיר שוין געזאגט פון טאג וואס עס האט זיך געפענט ישיבות מיט תלמוד תורה'ס ביי אידן מימות ר' יהושע בן גמלא, איז עס קיינמאל נישט געגאנגען צוזאמען, אז די האסט א פראבלעם אז עס וואלגערט זיך נשמות און עס גיסן זיך אידיש בלוט אויף די גאסען, קענסטו נאך נישט שאפען נייע געזעצן צו אינזער תורה. אז די ווילסט קענסטו מוחה זיין פארוואס מען נעמט נאר אן מציונים ,קענסט עפענען א ישיבה, אבער פארדריי נישט קיין קאפ.
נאכדערצו ביים עפענען דען "אשכול" איז דיין עיקר טענה געווען, וואס זלמן לייב האט געזאגט, הכרת הטוב, מען צובערעכט זיין ישיבה.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגן אריין שווערע הארעוואניע פאר צען יאר. קומט די פריוואטע ישיבות ווי א גאסט צו שלחן עורך, פירט זיך זיין סעלעקציע ווי א נאצי מיט אידישע שעפעלעך, און עסט אויף די גאנצע יום טוב סעודה און לאזט דעם בעל בית אן א כזית מצה. ער איז נאך א בא בטענה, אויב איך נעם יעדן גיי איך נישט האבן קיין בחורים און איך וועל דארפן פארמאכן. האלו, פארמאך אייער ישיבה אייערנעכטן, דו selfish איד! ווילסט זיין א משפיע? גיי ארבייט אין א ישיבה וואס האט מוסד.

אז די ווילסט רעדן וואס מען קען טוען וועגן בחורים וואס וואלגערן זיך אין די גאסן, און ווער איז שילדיג פארמאך די אשכול, און עפען א ניי אשכול געוואלד, אידיש בלוט גיסט זיך אין די מאסן אדער "ישיבות למציונים - א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט" און מען וועט דיבעיטן, יא, ניין.


ס'וועט יעדער מודה זיין אז תקנות ר' יהושע בן גמלא פון חדרים נעמט היינט אריין כאטש בחורים ביז די 14-15

א דרייצען יעריגע בחור איז א בעבי לכל דבר.

ישיבה גדולות איז אזוי ווי א קאלידזש, ס'איז נישט קיין שום פראבלעם! די פריוואטע ישיבות זענען מערסטענס ישיבה קטנות. פון דעם רעדט מען דא אוודאי.

קען אפילו זיין אז בעצם ישיבות איז א גוטע זאך, נאר נישט ווי די מציאות האט זיך אויסגעשטעלט. צופיל פון יעדע גוטע זאך איז נישט גוט. ס'איז געווארן א בלוט באד. די מוסדות און די עמך אידן ליידען זיך אן פון עס אויף אַ שרעקליכע פארנעם.

אמאל דארף מען קוקען אויף די ענפער פון דריי קשיות צוזאמען מיט א eagle eye view און מ'קען קומען צו די החלטה אז די מציאות טויגט נישט. ס'איז בלוטיג, ס'איז א צרעת. ס'איז א אוכל ואינו עושה. נישט נאר דאס, ס'איז א אוכל וחובל ואינו עושה.

און לאמיר נאכאמאל ענדיגן, די מנהלי המוסדות מיט די רבי'ס קענען דאס פארעכטן איבערנאכט! און ס'וועט זיכער בעסער זיין פאר זיי.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:37 pm#435590
calculator האט געשריבן:אז די ווילסט רעדן וואס מען קען טוען וועגן בחורים וואס וואלגערן זיך אין די גאסן, און ווער איז שילדיג פארמאך די אשכול, און עפען א ניי אשכול געוואלד, אידיש בלוט גיסט זיך אין די מאסן אדער "ישיבות למציונים - א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט" און מען וועט דיבעיטן, יא, ניין.

וויפיל פריוואטע ישיבות זענען נישט געאייגנט פאר מצויינים?

זאג מיר נישט גיפס, ווייל ער האט אויך געזוכט נאר מצויינים, נאר ס'איז אים נישט געלונגען...
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:51 pm#435591
די פראגע איז אבער פארוואס קענען נישט די אדמו״ר׳ישע מוסדות אופהייבן די ניווא פון זייער ישיבה חינוך סזאל א קאנסידירעישן פאר עלטערן ווייטער ממשיך צו זיין אינעם מוסד פונעם חדר?
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:09 pm#435592
תורה ומדע האט געשריבן:די פראגע איז אבער פארוואס קענען נישט די אדמו״ר׳ישע מוסדות אופהייבן די ניווא פון זייער ישיבה חינוך סזאל א קאנסידירעישן פאר עלטערן ווייטער ממשיך צו זיין אינעם מוסד פונעם חדר?


מוסדות, פריוואטע און קהלישע זענען היינט הונדערט מאל בעסער ווי צען יאר צוריק. נישט אז איך אינדעפעציר זיך מיט די טויש, אבער זיי ארבייטען שווער צו ווערן בעסער.ַלפי זייער השגות.

ישיבות וואס באלאנגען צו מוסדות ווערן אויך בעסער. אלעס טוישט זיך לטובה לויט זייער השגות. געפעלט נישט פאר מיר און דיר? לאמיר עפענען מוסדות. מ'קען זיי נישט ניצען צו טוישען פעימפערס און נאכדעם זיך אויסדרייען די ריקען צו זיי. איך מיין צו זאגען אונז קען מען יא. זיי דארפן זיך אבער נישט לאזן..

ס'איז פשוט אינו מן היושב אז זיי לאזן זיך טרעטען אזוי.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:37 pm#435594
פארוואס האבען זיי זיך געטוישט? וואס האט זיי צו דעם געשטופט?
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 2:29 pm#435595
נאכדעם וואס מען האט חתונה קימט מען צירוק צום מוסדות ווי א שיינער יוד. ר' יוד ביסט אוועקגעגאנגען לערנען אין א צווייטע פלאץ גיי דיר פון דאנעט

ראקאווער הינדרעט פערסענט!!!
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 2:41 pm#435596
קאצקע ציקער האט געשריבן:נאכדעם וואס מען האט חתונה קימט מען צירוק צום מוסדות ווי א שיינער יוד. ר' יוד ביסט אוועקגעגאנגען לערנען אין א צווייטע פלאץ גיי דיר פון דאנעט

ראקאווער הינדרעט פערסענט!!!



זיי האבן די מאנאפעלי, דער יחיד קען גארנישט טוען, יעדער טראכט פון זיך, וואס ער קען הנאה האבן פון עפעס בעסער, הן גשמיות, הן רחניות, האט ער הנאה, און ווי נישט, מיז ער אנקומען צו זיי. וואס קען ער טוען ער האט חתונה געהאט קיין KJ און זיין ווייב וויל בלייבן וואוינען אין קרית יואל, און ער דארף שלאגן כפרות ווי זאל ער גיין?


גוט שבת @ראקאווער, גוט שבת @איסר, !i'll see you next week
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:42 pm#435597
און דער יחיד מיינט אויך נאר זיך.

קיינער איז נישטא פארן אויבערשטן, סך הכל האט דער מוסד מער מעגליכקייטן.
מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 10:54 pm#435602
.
מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 11:17 pm#435603
לעיקוואד האט געשריבן:.

:roll:

אז מען וויל שוין יא הערן דברי חכמים... ענדיגט זיך עס מיט א קענסעל.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 6:01 am#435611
וואס איז די מעשה יעצט מיט הרב גיפס ישיבה?
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:58 pm#435674
Re: פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט
אז מען רעדט שוין פון די חורבן פון פרוואטי ישיבות העלעך דערציילען, עפעס וואס כ׳האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט, מען האט געפאקט און איינע פון די טאפ פריוואטע ישיבת דאהי און נאי יארק א גרופע בחורים מיט סמארט פאנס, און מען האט עס פארשוויגן אונגאנצען, משום די הנהלה האט נישט געוואלט אז די גאס זאל שמועסן אז ס׳זענען דא טעלעפאנען ביי זיי און ישיבה.....
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:14 am#435679
איך קום נישט פון ענקער געגענד און איך פארשטיי נישט גענוי די גאנצע דעבאטע

אבער איין שאלת תם וויל איך פרעגן, אויב זאגסטו אז ביז די 15 זיכער איז דאך נאך די חדר יאהרן ווייל זיי זענען ממש בעייביס
און מצד שני דיין פראבלעם איז פארוואס זיי האבן נישט קיין חדר.
סאו, וואס איז די פראבלעם האט ער א חדר פון 13-14-15 יעריגע בעייביס.

אדער האסטו זיך שטארק אנגענומען פארן פעמפערס טשעינדזשער
אדער האב איך פארפאסט דיין פונקט דא.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:14 am#435680
נקודת-אמת האט געשריבן:איך קום נישט פון ענקער געגענד און איך פארשטיי נישט גענוי די גאנצע דעבאטע

אבער איין שאלת תם וויל איך פרעגן, אויב זאגסטו אז ביז די 15 זיכער איז דאך נאך די חדר יאהרן ווייל זיי זענען ממש בעייביס
און מצד שני דיין פראבלעם איז פארוואס זיי האבן נישט קיין חדר.
סאו, וואס איז די פראבלעם האט ער א חדר פון 13-14-15 יעריגע בעייביס.

אדער האסטו זיך שטארק אנגענומען פארן פעמפערס טשעינדזשער
אדער האב איך פארפאסט דיין פונקט דא.


יא, ביסט גערעכט. ס'איז א פרייע וועלט.

אבער.. די מנהל פון די תלמיד תורה דארף נישט שטיין גליכגילטיג ווען טאטעס נעמען ארויס זייער עלטערע מציון פעמפערס פון זייער חדר/ישיבה (און לייגט זיי אריין אין די ישיבות וואס זייען אן חרבנות ביי די 13-14 יעריגע קינדער היינט און אונזער געגענט! ווי וואוינסטו?) און לאזט איבער די אינגערע פעמפערס ביי זיי.

אדער לאז אלע פעמפערס ביי אונז אדער נעם אלע דיינע פעמפערס.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:26 am#435683
איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיין פראבלעם, עס איז אומפארשטענדליך אז א טאטע זאל ווילן שיקן איין קינד דא און א צווייטער דארט?

יעדער לפי זיינע כשרונות.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:55 pm#435692
ווי געזאגט פריער, דער פראבלעם איז אז די מוסדות ישיבות דארפען האנדלען מיט אלע סוגים תלמידים וועלכער גרעדואירן זייער סיסטעם. וביניהם קינדער מיט התנהגות/ביהעיביאר פראבלעמען, לערנען און עברי דעפיציטן, און קינדער מיט א חוסר יראת שמים און מידות טובות אין זייערע שטובער. חוץ מזה איז אפטמאהל דא א גרויסע פראצענט עלטערן וועלכער קענען ל״ע נישט דעקן די מינימאלע הוצאות פון שכר לימוד וויפיעל עס קאסט מחנך זיין זייער קינד. ממילא, פון א כלל ישראל פרעספעקטיוו, וואלט אפשר געווען מער געראטען אז די ישיבות וועלכער נעמען אהן נאר די בעלי כשרון אדער די בינונים פון גבירישע שטובער נישט צו עגזיסטירען בכלל. אזוי וועט זיין מער געלדט אין די מוסדות הוותיקים, און סוועט זיין א בעסערע מיזוג פון בחורים אין יעדער כיתה.
למעשה איז אבער געווארען א פרייער מארקעט סיסטעם אין די ישיבה וועלט, ממילא איז דער וועלכער שטעלט צו א בעסערער פראדוקט ברוחניות ובגשמיות ידו על העליונה. ווער דערלייגט? די מוסדות וועלכער שוויצן פארן ציבור אין אלע אנדערע הינזיכטן.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:46 pm#435694
מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיין פראבלעם, עס איז אומפארשטענדליך אז א טאטע זאל ווילן שיקן איין קינד דא און א צווייטער דארט?

יעדער לפי זיינע כשרונות.


איך האב שוין געזעהן פון אנהייב @יוסף ראקאווער זאל זיין געזונט און שטארק, איז א פאטריאט פאר איינע פון די חסידות'ן (איך מיין א זאלי), מילא האלט ער אז גאנץ אידישקייט איז דאס וואס די חסידות'ן פארקויפן. אויב אזוי, אויב עס איז דיר גוט געווען די חסידות אלץ אינגעל דארפסטו בלייבן דארט ביז דיין טויט, און די ביזט זיי שילדיג, דיך און דיין קינדער לעולמי עד.
איך זאג דיר, ווען זיי וועלן פארטיג ווערן מיט די פריוואטע ישיבות, וועלן זיי גיין צו די פריוואטע כוללים, און דערנאך צו די פריוואטע בתי מדרשים, און דערנאך צו די פריוואטע בתי חיים. ווילאנג זיי וועלן האבן א חשש אז ערגעץ ווי קענסטו אפשר באקומען אביסל "ביטחון עצמי", און אנהייבן טראכטן אליינס, וועלן זיי דיר דערגיין דיין יארן. יעדעס מאל מיט אן אנדערע שלייער. (הכרת הטוב, צובערכסט די ישיבה, שלעכטע השקפות, רבי ז"ל האט דוקא געוואלט מען זאל דאווענען ביי אינזערע שולן, און קויפן אין אינזער בוטשער. וכהנה, וכהנה)