Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » קאווע שטיבל • זוכר נמחקות (אייוועלט)

קאווע שטיבל • זוכר נמחקות (אייוועלט)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
53 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 210 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13333
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:43 pm#435884
זוכר נמחקות (אייוועלט)
אני הגבר, מתון ברבי מתון, מגולי אייוועלט הבירה, ראו עיני בשבט הביקורת, חושך ולא אור.

איך בין נישט קיין גרויסער אינטערנעט זיצער און שרייבער. אבער ווען איך האב זיך אנגעקלאפט אין אייוועלט מלפני כמה חדשים שמחתי מאוד כפי רגע, נעמליך א ווינקל וואו מען שעירט אינפארמאציע און געדאנקן אויף א היימישען פארנעם ערגעץ אויף די גרויסע קאלטע אינטערנעט, עס האט זיך געפילט איינגענעם און ווארעם ווי א גענוצטע פאר שטיוול.

בעיקר איז מיר יעצט שטארק נוגע דער אפטיילונג פון נייע ישובים, איך בין מער נישט אליין, כ'דארף שוין נישט אנקומען מער צו קיין מקוה נייעס און שמועות פורחות באויר. נאר מען קען אליין מיטהאלטן חדשים לבקרים מהנעשה והנשמע ביותרת הפרטים.

אך דא עקא ווי נאר איך האב אנגעהויבן צו שרייבן אומשולדיגע תגובותלעך דא און דארט, אן קיין שום אגענדע אדער פאליטישע מאטיוו, האט מיר אפגעווארט א ביטערער אנטוישונג. נעמליך גאנצעטע תגובות זענען מיר כסדר פארשוואונדן געווארן ווי דער ערד וואלט עס איינגעשלונגן ולא נודע כי באו אל קרבנה, בין לילה היה ובין לילה אבד.

איך גלייב אז יעדע שרייבער קען זיך אידענטיציפירן מיט די הארץ וויי און ערגערונג וואס דאס ברענגט.

אשר על כן, וויבאלד דא איז - כפי השמועה, פיל לייכטער מיט צענזור ענינים וועל איך מיר ערלויבן צו עפענען דיזן אשכול וואס וועט דינען פאר דעם צוועק פון פאראייביגן געמעקטע תגובות און אשכולות איידער עס פארט ארונטער בתהום הנשיה.

ויהי רצון שלא ניגע לריק ולא נלד לבהלה.
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 5:53 pm#435885
אט איז וואס איך האב רעאגירט צו קאמענטארן אויף א נ.י. טיימס ארטיקל איבער חסידים אין טשעסטער.

m https://www.nytimes.com/2019/08/14/nyre ... wsuit.html m

נישט ליינען די קאמענטארן!

הצצתי ונפגעתי! איך וואלגער זיך אין בעט שוין צוויי שעה און קען נישט איינשלאפן פאר עגמת נפש.

ווען מיר וואלטן געהאט רבנים מיט א ברייטן לאנג טערמיניגן בליק וואלט זיי געשריגן געוואלד און מטכס עצה געווען יומם ולילה. אבער ליידער איז דאס נישט עפעס מיט וואס אונזער דור איז געבענטשט. מיר האבן פלענטי ערליכע עובדי השם און גאנץ וואזשנע תלמידי חכמים כבודם הגדול במקומם מונח. אבער מנהיגי ישראל? מנהיגי הדור? איינער וואס פלאנירט און זארגט זיך פאר צוואנציג יאר ארום? קען זיין, איך ווייס נישט פון אזא מציאות. 

רבותי, יעצט איז עס בלויז קאמענטארן. גרינג צו אוועקמאכן. מען וועט גיין אין קאורט און אפשר געווינען. מען וועט וואוטען בכח הרבים. אבער רבותי! מיר זיצן אויף א פולווער פאס! מי יודע מה יולד יום.

די פראבלעם איז אז פיל קאמענטארן זענען גערעכט. אויב עווערעזש זשאו שמאו האט 1.8 קינדער און ביידע עלטערן ארבעטן, האלטן זיך אליין אויס און צאלן טעקס. און לעומת זה עווערעדזש יאנקל פעפער האט 8 קינדער נאר טאטע ארבעט און צאלט כמעט נישט קיין טעקס ווייל אפילו ער איז א מיטל קלאס פארדינער קען ער נישט דעקן דעם חודש מיט זיין אייגענע געהאלט אן גאווערמענט הילף. מיינט אז זשאו האלט אויס יאנקלען. פלעין און סימפל. נישטא קיין צוויי וועגן דערין.

אפילו יאנקל איז למעשה טאקע ארים און בארעכטיגט לפי די גיידליינס. וויל דער שטייער צאלער דאס נישט אויסהאלטן. ער פארשטייט אויב מאכט זיך א סינגעל מאמע, א הענדיקעפט אדער אנדערע אויסנאם פעלער. דאס איז ערווארטעט אז ס'וועט זיך מאכן א מינימאלע פראצענט אין א סאסייעטי, סבר וקיבל, מארגן קען איך זיין א נצרך, גלגל החוזר בעולם, א סעפטי נעץ פאר שלימזלים איז יעדער מסכים.

אבער אויב קומען מענטשן און מאכן דערפון א וועג פון לעבן, לכתחילה אוועקשטעלן א לעבן ווי דער רעגירונג, דהיינו שטייער צאלער זענען א חלק פונעם פלאן זיך צו דעקן, ברענגט דאס בייז בלוט און מיט רעכט, מאי חזי דדמא דידך סומא טפי? פארוואס דארף זשאו פארשווארצט ווערן און צאלן שטייער צו קאווערן יאנקל?

די פשוטע עצה איז טוישן אונזער וועג אז נישט האבן אזויפיל קינדער און ביידע עלטערן זאלן ארבעטן. דער עולם זאל קענען זיין בדרך כלל סעלף סופישענט. 

וועלן זיין מענטשן וואס וועלן שרייען דאס איז א הלכה פראבלעם. פיין. לו יהא כדבריך.

אויב וויל מען יא האבן אסאך קינדער, אפשר דארף מען פארבעסערן די עדיוקעשאן אז א עווערעזש סינגל פארדינער זאל קענען מאכן לכל הפחות 150 אלפים א יאר צו קענען זיך דעקן בדוחק אן אנקומען צו די גאווערמענט. 

טענהן די עסקנים אז ניין. עדיוקעשן העלפט נישט פאר פרנסה, פיין דאס אויך נישט.

איז וואס איז דעמאלס יא די עצה?

מוז מען אסר'ן בחרם חמור דער עולם זאל נישט נעמען קיין רעגירונג געלט ויעבור עלנו מה. די קהלות זאלן צושטעלן ביליגע דירות. די עשירים זאלן סובסידירן שכר לימוד. מען זאל מאכן פאלקס קיכן פאר די וואס דארפן. און אידישע שפיטעלער פאר חולי ישראל. דער עולם זאל לעבן בדחקות אבער מיט אן אמת. מען דארף צוריקגיין צו די אמאליגע קהלה לעבן. אז מען וויל זיין אנדערש און אפגעטיילט פונעם גוי, אדרבא! אבער נעם נישט זייער געלט אויך נישט!

מען קען נישטמפארלאנגען פונעם גוי בכח החוק ער זאל סובסידירן דיין לעבנס שטייגער עס איז נישט תורהדיג און נישט מענטשליך און הערט זיך אבסורד.

אדרבא, זאגט איר א עצה. איני אומר קבלי דעתי. אבער סאמטינג העז טו גיוו. מען קען נישט אנכאפן דעם שטעקן פון אלע זייטן.

אנטיסעמיטן איז אלץ געווען, ריכטיג, אמאל איז אבער געווען האס און בלבולים און שקרים, אידאך שקר אין לו רגלים. איז עס לסופו ארויפגעשווימען. האט די וועלט לסוף איינגעזען אז דער איד פארברויכט נישט קיין בלוט און מצות און אז אידישע באנקירן פירן נישט די וועלט. אבער דא איז די ערשטע מאל אין היסטאריע ווי אונזערע קעגנער זאגן דברים של טעם! אנפארטשנעטלי האבן זיי א טענה נכונה. אויב זייערע קאמענטארן ווערן געדולדעט אינעם ליבעראלן טיימס זענען מיר אין א טיפן גרוב.

מאכט עס נישט אוועק מיט תנחומין של הבל. אמר רבי יוחנן מאי קרא אשרי אדם מפחד תמיד? אקמצא ובר קמצא חרבה ירושלים וכו. מען ברויך מפחד זיין וואס דא וועט זיין. וואס קען ארויסקומען. לא עת לחשות. עפעס מוז געטון ווערן איידער עס ווערט צו שפעט. חוץ פון די חילול השם כי נורא הוא.

ויהיו נא אמרנו לרצון לפני אדון כל.
מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2019 10:17 pm#435890
מיט וואס האלט דשאו אויס יאנקל? דזשאו שיקט אין פובליק סקול, און דארט גייט זיין טעקסעס. דער מיטל קלאס איד וואס ארבעט באקומט נישט קיין פראגראמען און נוצט אויך נישט די פובליק סקול. ווייטער דער ארימער איד איז פונקט ווי דער ארימער גוי.

אויב די איינציגע עבירה איז האבן צופיל קינדער, פארוואס אויף די מאסן אמעריקאנער טשייניז האט קיינער קיין טענות? די כינעזער האבן אפי' ווייניגער עשירים ווי אידן.
מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2019 11:16 pm#435894
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
איסר האטלקי האט געשריבן:מיט וואס האלט דשאו אויס יאנקל? דזשאו שיקט אין פובליק סקול, און דארט גייט זיין טעקסעס. דער מיטל קלאס איד וואס ארבעט באקומט נישט קיין פראגראמען און נוצט אויך נישט די פובליק סקול. ווייטער דער ארימער איד איז פונקט ווי דער ארימער גוי.

אויב די איינציגע עבירה איז האבן צופיל קינדער, פארוואס אויף די מאסן אמעריקאנער טשייניז האט קיינער קיין טענות? די כינעזער האבן אפי' ווייניגער עשירים ווי אידן.

זייער פשוט. יענקל באקומט א יאר ווערט פון 100 אלפים פראגראמען (ניין, עס איז נישט קיין גוזמא), דזשאו'ס פאבליק סקאל פאר זיינע 1.8 קינדער איז ווערט 20,000.

דזשו צאלט 25000 טעקס א יאר, און יענקל באקומט א ריפאמד פון 12 אלפים...

הא?
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 12:05 am#435896
מיין טענה איז, אז די לעבן וואס מיר פירן קען נישט ווערן אויסגעהאלטן דורך אן עוועריזש פארדינער אן רעגירונג הילף.

לדוגמה, די מידיען אינקאם אין נ.י. סיטי איז 75 אלפים. העכער ווי רוב אמעריקע. ביי אונז וואו נאר די טאטע קען בדרך כלל ארבעטן, קען זיך א משפחה פון זיבן קינדער אויסהאלטן דערפון אן קיין שום רעגירונגס הילף? אבסעלוטלי ניין!

דאס מיינט אז מיר פארלאזן זיך אויף דעם לכתחילה, נישט בדיעבד. עס איז א חלק פונעם פלאן.

דאס איז שוין אן קוקן אויפן פאקט אז אסאך אידן מאכן לכתחילה ווייניגער, ווי כלי קודש וכו. אדער אז עס איז דא א געוויסע פראצענט וואס נעמען פון רעגירונג הילף אומבארעכטיגט. דאס זענען פרטים וואס מען קען פארענפערן. איך רעד אויב אלעס גייט צו נארמאל לויט די בעסטע אומשטענדן.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:31 am#435903
וועלכע רעגירונגס הילף באקומט מען מיט אן אינקאם פון 75,000 דאלער?

איך וויל וויסן ווייל דאס איז בערך מיין אינקאם, טעקסעס איז עטליכע אלפים אבער ניטאמאל מעדיקעיד באקום איך. וואס קען איך באקומען?

איך מיין אז ארום 80 פראצענט היימישע אידן פון 25 יאר און ארויף פארדינען פון 60 אלפים און ארויף (טאקע ווייניג פאר א משפחה), און זיי זענען נישט בארעכטיגט פאר קיין שום גאווערמענט בענעפיטן.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:04 am#435904
איסר האטלקי האט געשריבן:וועלכע רעגירונגס הילף באקומט מען מיט אן אינקאם פון 75,000 דאלער?

איך וויל וויסן ווייל דאס איז בערך מיין אינקאם, טעקסעס איז עטליכע אלפים אבער ניטאמאל מעדיקעיד באקום איך. וואס קען איך באקומען?

איך מיין אז ארום 80 פראצענט היימישע אידן פון 25 יאר און ארויף פארדינען פון 60 אלפים און ארויף (טאקע ווייניג פאר א משפחה), און זיי זענען נישט בארעכטיגט פאר קיין שום גאווערמענט בענעפיטן.

טשיילד העלט פלאס קען מען האבן אפילו מען פארדינט 200,000 א יאר.

אבער די אמת איז אז יעדער צאלט עפעס טעקסעס ווי סעילס טעקס און פעיראל טעקס, טאללס
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:10 am#435905
נו, דאס נעמט דאך דער גוי אויך.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:13 am#435906
מתון מתון האט געשריבן:אשר על כן, וויבאלד דא איז - כפי השמועה, פיל לייכטער מיט צענזור ענינים וועל איך מיר ערלויבן צו עפענען דיזן אשכול וואס וועט דינען פאר דעם צוועק פון פאראייביגן געמעקטע תגובות און אשכולות איידער עס פארט ארונטער בתהום הנשיה.

די אשכול האט שטארקע טשענסעס צו ווערן די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 9:12 am#435907
שמעון וואלף האט געשריבן:טשיילד העלט פלאס קען מען האבן אפילו מען פארדינט 200,000 א יאר.

נאר אויב מ'האט אויך אכט קינדער, אויב מ'האט ווייניגער קינדער זענען די אינקאם גיידליינס אסאך נידעריקער.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:05 am#435912
שמעון וואלף האט געשריבן:טשיילד העלט פלאס קען מען האבן אפילו מען פארדינט 200,000 א יאר.

נאר אויב מ'האט 8 קינדער אדער מער.

----
אופס, יעצט געזען אז קורקלענד זאגט דאס זעלבע.
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:56 am#435970
מוסדות לעבן אויף די גאווערנמענט, אוודאי אויך אויף נדבנים און שכר לימוד.

און דאס איז ווייל אונז קענען נישט באצאלן פאר די מוסדות.

פאבליק סקול איז געמאכט אז אפילו דער יחיד וואס האט נישט אויף שכר לימוד זאל קענען שיקען אין סקול, נישט אז א רבים זאל קענען שיקען פאר ביליג אדער גארנישט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:27 pm#436136
אן אשכול וואס גייט בקרוב פארמאכט ווערן. (א ענליכע אשכול מיט עטליכע דפים איז אראפ עטליכע טעג צוריק)
אז איינער קען מאכן סקרינשאטס אדער קאפי ענד פעיסט.

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=40481 m
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:48 am#437847
א קליינע אומשולדיגע תגובה'לע אין די דזשערסי סיטי אשכול איז אראפ אין אן אויגנבליק.



געהערט עס עפענט זיך א נייע מוסד אין ז"ס מיט'ן נאמען "יודעי שמך" ע"י המתנגדים לקאמאן קאור.
ווי אויך זענען דא פון די מתנגדי הוואקסינים שחושבים ג"כ מן ז"ס.
אפשר וועט עס זיין א טובה פאר די שטאט בכלליות, כידוע זענען א גרויס חלק פון די מענטשן בטבע זעלבסשטענדיג און אקטיוויסטן מיט אן איבערפלוס פון ענערגיע און צייט. אויב וועלן די טיפן זען א יתרון אין ז"ס קען עס ברענגען אן אינפלוקס פון היי ענערזשי תושבים וואס וועלן העלפן ברענגען ז"ס אויף די מאפע. און עס פאראויסשטופן אין כמה תחומים.
עט דיס פוינט איז עס הכל רווח.

דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:52 am#437884
היינט איבערגעלייגט א מער צוריקגעהאלטענע תגובה. עס איז געווען עטליכע שעה, דער עולם האט מעיר געווען כדרכה של תורה. אבער אלעס איז אראפ.
וואס פונקטליך איז דער פראבלעם? למי פיתרונים?


איך האב נעכטן געלייגט א נייעסל אז עס עפענט זיך א מוסד'ל אין זרס'י סיטי הבירה מיטן נאמען יודעי שמך. וואס וועט זיך גענצליך מתנזר זיין פון גאווערמענט פאנדינג. לשמחת לב מתנגדי קאמאן קאור.
אויך איז עס אויפן טיש ביי געוויסע אנטי וואקסינאציע טיפן צו גרינדן מוסדות בעיר הנ"ל מחמת די גאווערמענט איז לייכטער דארט מיט וואקסינאציעס.
איך האב צוגעלייגט מיין מיינונג אז עס קען זיין א גינסטיגע דריי און א שטויס אויף פאראויס פארן שטעטל. אבער אזויווי מען האט מיר ארונטערגענומען די תגובה אשים קנצי למילין.
ויהי רצון אז דאס זאל יא בלייבן אויפן אויבערפלאך. וכאשר אבדתי אבדתי.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 1:51 pm#438454
איך האב גע'עפענט אן אשכול אויף אוצר החכמה יענער ערב שבת נאכמיטאג, מיט'ן טיטל 'גבולי בחירה חפשית והשתלשלותה'. די קעפל איז אביסל פראוואקאטיוו, אבער די אינהאלט איז געווען פשוט נארמאל מעורר געווען א פאר הערות אויף חז"ל אין אן ערליכער אופן. איך וואלט עס געקענט זאגען הויך אין ביהמ"ד דאהי. מ'האט עס פארמעקט כלא היה. איך האב געשיקט א בקשה צו זיי, אבער זיי האבען מיר נישט גע'ענטפערט.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:14 pm#438480
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גע'עפענט אן אשכול אויף אוצר החכמה יענער ערב שבת נאכמיטאג, מיט'ן טיטל 'גבולי בחירה חפשית והשתלשלותה'. די קעפל איז אביסל פראוואקאטיוו, אבער די אינהאלט איז געווען פשוט נארמאל מעורר געווען א פאר הערות אויף חז"ל אין אן ערליכער אופן. איך וואלט עס געקענט זאגען הויך אין ביהמ"ד דאהי. מ'האט עס פארמעקט כלא היה. איך האב געשיקט א בקשה צו זיי, אבער זיי האבען מיר נישט גע'ענטפערט.

לייג עס דערווייל דא ארויף, ביטע.
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 12:28 am#438493
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 10:17 am#438504
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גע'עפענט אן אשכול אויף אוצר החכמה יענער ערב שבת נאכמיטאג, מיט'ן טיטל 'גבולי בחירה חפשית והשתלשלותה'. די קעפל איז אביסל פראוואקאטיוו, אבער די אינהאלט איז געווען פשוט נארמאל מעורר געווען א פאר הערות אויף חז"ל אין אן ערליכער אופן. איך וואלט עס געקענט זאגען הויך אין ביהמ"ד דאהי. מ'האט עס פארמעקט כלא היה. איך האב געשיקט א בקשה צו זיי, אבער זיי האבען מיר נישט גע'ענטפערט.

לייג עס דערווייל דא ארויף, ביטע.

בזכותך האב איך עס דא ארויף געלייגט. זאג דו מיר צו אוצה"ח קען עס דערהויבען.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 11:50 am#438584
לכאורה טאקע נאר דעם קעפל וואס שטערט זיי.

אפשר איז עס אביסל מער ווי פראוואקאטיוו, שטעל זיך פאר ווען איינער זאל רעדן פון די "גבולי הידיעה" און ברענגען מאמרי חז"ל אז די רבוש"ע האט געוואלט טוהן עפעס אבער מעשי בני אדם האבן מקלקל געווען... בקיצור, א ודאי איז די מאמרי חז"ל וואס דו ברענגסט ווערד אויסצושמועסן, אבער שרייבן "גבולי הבחירה" איז שוין א שטיקל "מסקנה" אויך.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:58 pm#438602
א. באגרעניצן גאט און באגרעניצן די מענטשהייט איז אביסל אנדערש.

ב. עי' הקדמה לספר עמוד העבודה להרב ברוך מקאסוב וואס טייטשט 'הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו', אז מ'וואלט בעסער געדארפט באגרעניצן גאט'ס מעגליכקייטען מיט'ן נישט אננעמן ידיעה און בלייבען מיט בחירה, ווי איידער האלטען גאט אלסוויסענדיג, און באגרעניצען דער מענטשהייט און איהר בחירה, ווייל המאור שבה יחזירנו למוטב. אלזא אפשר וואלטען זיי געלאזט דיין אשכול דארט.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 4:08 pm#438609
א. דאס באגרעניצט נישט בלויז דעם מענטש, נאר די פסוק ובחרת בחיים.

ב. א שיינע מראה מקום. שרייב עס אלץ אן הקדמה צום אשכול, אפשר וואלט אוצר החכמה אפגעמאכט אז עס איז נישט קאנטראווערסיאל.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:13 am#440481
דערווייל איז עס נאך דארט
אפדעיט: שוין אראפגענומען


געהערט פון אסאך ת"ח אז נאך זשערסי סיטי האבן זיי נאך געוואקלט אביסל איבער דעם חיוב פון זיך לערנען זעלבסט שוץ. כאטש אין גמרא טרעפט מען שוין די בעסיק יסודותפון זעלבסט שוץ, פיזיש און מיט ווערטער. צב"ש אויב איינער גייט נעבן א אינו בן ברית וואס האט א שווערד זאל מען גיין צו זיין לינקע זייט כדי מיט די רעכטע האנט זאל מען עם קענען גרינג אנטוואפענען, אויב גייט מען מיט א שטעקן וכו. די גמרא זאגט אז יעקב האט שוין גאר אזוי געטון מיט עשיו ווען ער האט געזאגט אילכה לאתי לרגל המלאכה וכו. עיין שם דברים נפלאים.
עכ"פ ביי אונז איז דאך א דור פון חומרות יתירות און פון זהירות המגונה אויף וואס דער חכם האט שוין געזאגט מתכלית הזהירות שלא תרבה להיזהר. האבן זיי אויך נישט געוואלט ארויסקומען מיט א רוף אז דער עולם זאל זיך לערנען זעלבסט שוץ, מען האט דאך מורא פון די נערים המנוערים מדעת וריח תורה וואס וועלן מבאיש ריח זיין. שטייען די עלטערע חכמים שטיל, או לדור ששופט את שופטיו.
עכ"פ וויינען זיי יעצט און קלאפען על חטא אסל אשמים אנחנו! ווען מען טוט ווען תיכף צו דיר זאך וואלט דאך זייער מעגליך רעב יאסל ניימאן לרפו"ש געווען דא מיט אונז. א ת"ח עצום האט היינט געוויינט צו מיר בקול און נאכגעזאגט לשון בלשון פון סימן שכ"ח אז השואל מגונה והנשאל, דער דיין איז א שופך דמים! ווייל ער וואלט געדארפט זיכער מאכן אז מען ווייסט נאך פארן פרעגן!!!! ער כליפעט צו מיר און הייבט אויף זיינע מאגערע צארטע הענט און שאקעלט מיטן קאפ טרויעריג ידיים דמים מילאו.
רבותי אויב קומען גויים אפילו על עסקי קש ותבן מעג מען חוזר זיין מיט די כלי זין אום שבת.
בפיקוח נפשות אין הולכין אחר הרוב! ווער עס וויל נישט זיין קיין מגונה און קיין שופך דמים יחוש על נפשו ועל נפש ביתו און נעמען א קלאס אין סעלף דעפענס. אין לנו אלא דברי חז"ל.
די מערסטע אידישליך און ווירקזאם איז "קרב מגע" עס איז נישט קיין קאמפעטיטיוו ארט אדער ספארט און ווירקזאם אויפן גאס במקום סכנה, עס איז נישט קיין שפיל ווייל עס ארבעט, עס לערנט דעם מענטש וויאזוי צו טון די מאקסימום שאדן אין די קורצטע צייט, אן קיין פענסי מעשיות, אויב עס איז די בעסטע טשאנס צו בלייבן לעבן. געאייגענט פאר איינפאכע מענטשן וואס פארברענגן נישט קיין יארן מיט באדי בילדינג וכו.
איך פארשטיי עס איז דא נאך. איך בין נישט קיין עקספערט, אבער עפעס איז יעדער מחוייב צו טון כאשר ציונו חז"ל. והלועג על דברי סופרים נידון בצואה רותחות רח"ל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 3:10 pm#440505
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
איז דא איין עקספערט וואס וואלט געלאזט נוצן קרב מגע ווען דו שטייסט אין א סעיף דיסטענס פונעם רוצח?
אדער טראכט דער שוטה אז ר' יאסל ניימאן וואלט זיך ווען געקענט שלאגן מיטן גוי, בעת וואס לויפן האט ער נישט געקענט?

קען זיין אין אנדערע פעלער וואלט סעלף דעפענס געקענט העלפן, אבער דא מיין איך האט דער יונגערמאן גליק עס געהענדלט די בעסטע וואס איז מעגליך.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 5:30 pm#440512
אונטער חכם האט געשריבן:איז דא איין עקספערט וואס וואלט געלאזט נוצן קרב מגע ווען דו שטייסט אין א סעיף דיסטענס פונעם רוצח?
אדער טראכט דער שוטה אז ר' יאסל ניימאן וואלט זיך ווען געקענט שלאגן מיטן גוי, בעת וואס לויפן האט ער נישט געקענט?

קען זיין אין אנדערע פעלער וואלט סעלף דעפענס געקענט העלפן, אבער דא מיין איך האט דער יונגערמאן גליק עס געהענדלט די בעסטע וואס איז מעגליך.


וואס פארא מין שאלה.. קרב מגע איז דאך פאר דעם געמאכט.

BTW איז דען דא איין עקספערט וואס וואלט געזאגט פאר דעם אינגערמאן גליק (וואס איז נישט געלערנט) ער זאל טוהן וואס ער האט געטוהן ווען ער איז אין א סעיף דיסטענס?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 5:39 pm#440514
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:איז דא איין עקספערט וואס וואלט געלאזט נוצן קרב מגע ווען דו שטייסט אין א סעיף דיסטענס פונעם רוצח?
אדער טראכט דער שוטה אז ר' יאסל ניימאן וואלט זיך ווען געקענט שלאגן מיטן גוי, בעת וואס לויפן האט ער נישט געקענט?

קען זיין אין אנדערע פעלער וואלט סעלף דעפענס געקענט העלפן, אבער דא מיין איך האט דער יונגערמאן גליק עס געהענדלט די בעסטע וואס איז מעגליך.


וואס פארא מין שאלה.. קרב מגע איז דאך פאר דעם געמאכט.

BTW איז דען דא איין עקספערט וואס וואלט געזאגט פאר דעם אינגערמאן גליק (וואס איז נישט געלערנט) ער זאל טוהן וואס ער האט געטוהן ווען ער איז אין א סעיף דיסטענס?
קרב מגע איז געמאכט ווען דער רוצח שטייט נעבן דיר און דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 8:26 pm#440515
אונטער חכם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:איז דא איין עקספערט וואס וואלט געלאזט נוצן קרב מגע ווען דו שטייסט אין א סעיף דיסטענס פונעם רוצח?
אדער טראכט דער שוטה אז ר' יאסל ניימאן וואלט זיך ווען געקענט שלאגן מיטן גוי, בעת וואס לויפן האט ער נישט געקענט?

קען זיין אין אנדערע פעלער וואלט סעלף דעפענס געקענט העלפן, אבער דא מיין איך האט דער יונגערמאן גליק עס געהענדלט די בעסטע וואס איז מעגליך.


וואס פארא מין שאלה.. קרב מגע איז דאך פאר דעם געמאכט.

BTW איז דען דא איין עקספערט וואס וואלט געזאגט פאר דעם אינגערמאן גליק (וואס איז נישט געלערנט) ער זאל טוהן וואס ער האט געטוהן ווען ער איז אין א סעיף דיסטענס?
קרב מגע איז געמאכט ווען דער רוצח שטייט נעבן דיר און דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה.


שוין, אז דו זאגסט אזוי, ווער בין איך זיך דינגען דערויף..
זונטאג יאנואר 05, 2020 3:13 am#440980
פארמעקט געווארן אין ווייניגער ווי א מינוט.


אקטיוויסטן ארגאנאזירן א מארש אקעגן אנטיסעמיטיזם היינט אין מאנהעטן.
עס איז שווער צו רעקאמאנדירן א כולל אינגערמאן אהינצוגיין. אבער אפשר איז כדי צו שיקן די בני בית אדער עלטערע אינגעלייט וואס עסקן עם הנשים און פילן אז פאר זיי איז עס נישט קיין פראבלעם.
די פאקט איז רובם ככולם פון די אטאקעס זענען געווען אויף חסידישע אידן. אז פרעמדע קומען און ווילן ווייזן סופפארט איז עס א געוואלדיגע זאך און מען דארף דאס מכיר טובה זיין. נישט דא קיין גרעסערע דרכי שלום ווי דעם. אז זיי וועלן קומען און מיר וועלן זיי לאזן אליין ווי א גולם אין מארק, איז כאילו מיר ווייזן זיי דעם רוקן כלאמר "שרייטס און זינגטס מיר ווילן מיט אייך נישט קענען" קען עס ח"ו שיקן די מעסעזש פון שקילא טיבותיך ושדיא אחיזרי. היל"ת.
בנוסף לזה, חוץ חילול השם איז שוין היינט פשוט אז די פייער פון אנטיסעמיטיזם קאסט בלוט. אויפרידערן דעת הקהל איז א ווירקזאמע מיטל וואס האלט דעם ענין אויפן סדר היום און לייגט דרוק אויף פאליטישאנס. דאס איז א פאקט אין אמעריקאנער פאליטיק.
ובזה יצאתי ידי חובתי והנראה לפענ"ד כתבתי.

11 אזייגער אין פאלי סקווער. ולה' הישועה!
זונטאג יאנואר 05, 2020 12:31 pm#440988
דאס איז עס. מיין אקאונט איז פארמאכט.
פארן שרייבן מיט די גרעסטע זהירות איבער א מארש ווי דער באקאנטער פרומער אגודה עסקן ר' יוסל ראפפארט און נאך אנדערע עסקנים זענען זיך משתתף.
Mind boggling!!

Screenshot_20200105-112704.jpg
זונטאג יאנואר 05, 2020 2:44 pm#440995
מתון מתון האט געשריבן:פארמעקט געווארן אין ווייניגער ווי א מינוט.


אקטיוויסטן ארגאנאזירן א מארש אקעגן אנטיסעמיטיזם היינט אין מאנהעטן.
עס איז שווער צו רעקאמאנדירן א כולל אינגערמאן אהינצוגיין. אבער אפשר איז כדי צו שיקן די בני בית אדער עלטערע אינגעלייט וואס עסקן עם הנשים און פילן אז פאר זיי איז עס נישט קיין פראבלעם.
די פאקט איז רובם ככולם פון די אטאקעס זענען געווען אויף חסידישע אידן. אז פרעמדע קומען און ווילן ווייזן סופפארט איז עס א געוואלדיגע זאך און מען דארף דאס מכיר טובה זיין. נישט דא קיין גרעסערע דרכי שלום ווי דעם. אז זיי וועלן קומען און מיר וועלן זיי לאזן אליין ווי א גולם אין מארק, איז כאילו מיר ווייזן זיי דעם רוקן כלאמר "שרייטס און זינגטס מיר ווילן מיט אייך נישט קענען" קען עס ח"ו שיקן די מעסעזש פון שקילא טיבותיך ושדיא אחיזרי. היל"ת.
בנוסף לזה, חוץ חילול השם איז שוין היינט פשוט אז די פייער פון אנטיסעמיטיזם קאסט בלוט. אויפרידערן דעת הקהל איז א ווירקזאמע מיטל וואס האלט דעם ענין אויפן סדר היום און לייגט דרוק אויף פאליטישאנס. דאס איז א פאקט אין אמעריקאנער פאליטיק.
ובזה יצאתי ידי חובתי והנראה לפענ"ד כתבתי.

11 אזייגער אין פאלי סקווער. ולה' הישועה!

איך פרוביר צי טרעפן דו חייבי כריתות אין דו תגובה. איך בין זיכער אז סאיז דא, אייוועלט איז ערענסטע מענטשען. זיי וואלטן עס נישט סתם אזוי פארמעקט.
זונטאג יאנואר 05, 2020 3:47 pm#440997
נו פארשטיי אליין, מען האט דיך נישט אויסגעשפארט וועגן דיין תגובה, מען האט דיך חוסם געווען פארן גיין זיך באקלאגן דערוועגען אויף קאווע שטיבעל.
מאנטאג יאנואר 06, 2020 12:37 pm#441054
לכאורה נאך א אשכול וואס איז אויפן וועג צו פארמאכט ווערן
m https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p2071893 m
זונטאג אפריל 03, 2022 10:49 am#497405
סאיז אן עקל וואס סגייט דארט פאר.
סזיצן מענער און שטיפן אויף אייוועלט (אקעגן הוראת הרבנים), און רעדן וויאזוי מדארף אסרן פאר פרויען אינטערנעט, דרייוון און טעקסט…
די מיסאזשעני און סעקסיזם דארט איז ביזן דאך, און זאל זיך איינער וואגן צו שרייבן איין ווארט אקעגן דעם, ווערט עס גלייך אויסגעמעקט.
זונטאג אפריל 03, 2022 10:56 am#497407
לשם יחוד האט געשריבן:סאיז אן עקל וואס סגייט דארט פאר.
סזיצן מענער און שטיפן אויף אייוועלט (אקעגן הוראת הרבנים), און רעדן וויאזוי מדארף אסרן פאר פרויען אינטערנעט, דרייוון און טעקסט…
די מיסאזשעני און סעקסיזם דארט איז ביזן דאך, און זאל זיך איינער וואגן צו שרייבן איין ווארט אקעגן דעם, ווערט עס גלייך אויסגעמעקט.


און פרויען דרייוון ווייניגער ווי מענער און מאכן מער עקסידענטן, וואס א חילוק וואס אמת'ע דאטא צייגט. :קראנק
זונטאג אפריל 03, 2022 12:21 pm#497418
בת קול האט געשריבן:
לשם יחוד האט געשריבן:סאיז אן עקל וואס סגייט דארט פאר.
סזיצן מענער און שטיפן אויף אייוועלט (אקעגן הוראת הרבנים), און רעדן וויאזוי מדארף אסרן פאר פרויען אינטערנעט, דרייוון און טעקסט…
די מיסאזשעני און סעקסיזם דארט איז ביזן דאך, און זאל זיך איינער וואגן צו שרייבן איין ווארט אקעגן דעם, ווערט עס גלייך אויסגעמעקט.


און פרויען דרייוון ווייניגער ווי מענער און מאכן מער עקסידענטן, וואס א חילוק וואס אמת'ע דאטא צייגט. :קראנק

עפעס א טיפש שרייבט דארט אז 'פרויען דרייוון' וועט נאר מאכן די פראבלעם פון קדושה ערגער, ווייטער אהן קוקן אויף דאטא פון ליטווישע שטעט ווי למשל לעיקוואד אדער פאסעיק וכדומה
זונטאג אפריל 03, 2022 1:29 pm#497420
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
ווי האט יענער פרוי דרייווערין געזאגט פאר א חניאקישן היטשער וועלכע האט זיך כמעט געהרג'ט נישט קוקנדיג ווי ער גייט: "א מזל כ'האב דיך נישט געהרג'ט. אז יא וואלטן די רבנים געזאגט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב די פרויען'ס צניעות''...

(מקור: דוד ליכנטשטיין, העדליינס.)
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 4:24 pm#497759
אין אייוועלט איז יעצט געווען א מחיקה גדולה אין די אשכול פון די קאר סערוויס. ס'איז געווען דארט אפאר ערשט-האנטיגע מעשיות פון קאר-סערוויס, האר פון קאפ וואלטן זיך געקענט אויפשטעלן, אבער זיי האבן פארשטאנען אז די מעלה פון באהאלטן דעם אמת, וועגט איבער די מעלה פון ארויסקומען קלאר וואס עס קומט פאר (וואס דאס זעט מען נישט מיט די ביז יעצטיגע מעשיות). דעריבער האבן זיי באשלאסן צו מעקן.

האט איינער אפשר געסעיווט וואס דארט איז געשטאנען? - אדרבה, זאל מען הערן!
דאנערשטאג אפריל 07, 2022 4:36 pm#497761
כהאב עס געלייגט אין די אנדערע אשכול.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:55 am#507337
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
ווער עס ליינט די כ''ו אב אשכול אויף אייוועלט איז זיכער אז היי יאר איז עפעס געווען ממש אזוי גוט צוגעשטעלט אז יעדער איז ארויס צופרידן, ממש למעלה מדרך הטבע.

איין ניק דארט האט גוט ארויסגעברענגט דעם מצב.
בילד
דינסטאג אוגוסט 30, 2022 7:55 am#507690
איינער ווייסט וואס איז דארט פארגעגאנגען ?

viewtopic.php?p=3781410#p3781410

אחראי האט געשריבן:
מודעה ואזהרה

עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו רעדן דא פון די נושא

מיר ווייסן אז איר האט באמת פארשטאנען

ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב

החותמים: המנהלים, הטובים, האחראים והעקסנים
דינסטאג אוגוסט 30, 2022 8:38 am#507695
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז דארט פארגעגאנגען ?

viewtopic.php?p=3781410#p3781410

אחראי האט געשריבן:
מודעה ואזהרה

עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו רעדן דא פון די נושא

מיר ווייסן אז איר האט באמת פארשטאנען

ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב

החותמים: המנהלים, הטובים, האחראים והעקסנים


איך האב עס נישט געזען, נאר הערצו מיין אנאליז.

1) ער ענדיגט צו מיט ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב.
2) נעכטן האט מען געוואוט אז די טיטל גאב”ד עדה החרדית גייט נישט געטראגן ווערן דורך א לעבעדיגע מענטש פאר די נעקסטע יאר.
3) די סיבות דערצו קען מען נישט מסביר זיין אן נכשל ווערן מיט מחלוקת ולשון הרע ורכילות.
4) רעדן פון מחלוקת וכו’ איז נישט ערלויבט אויף אייוועלט.

יעצט נעם צאם די אלע יסודות, און זאג מיר וואס דו האלסט איז געשטאנען דארט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:18 pm#508581
היינט איז געווען א קריטישע זוכעריי אין מאנסי ווי א 4 יעריג קינד איז געווען פארלוירן פאר עטליכע שעה.
חברים האט איבערגעדרייט א שטאט. עס איז געווען אסאך פאליציי, למעשה האט מען געטראפן די קינד אין א אנדערע חדר נאכדעם וואס ער איז ארויף אויף א ראנג באס.

איך האלט אינמיטן ליינען די אשכול אויף איי וועלט איבער די נייעס און אופס. אינמיטן ליינען ווער איך אויסגעשפארט און איך זעה די אשכול איז געפלויגן צוליב דעם וואס עס איז געווארן א שמועס אז חברים מאכט א מצב צו ווייזן אז זיי האבן פאוער אין שטאט אלס די חביבים פייט.
m https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p3808554 m
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 1:37 pm#509091
B20949FA-4A4F-4270-B65E-72FB8386114E.jpeg
זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:40 am#509214
unbelievable
דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:00 pm#510648
היינט איז פאר א קורצע צייט געווען אזא ארטיקל אויף אייוועלט. איך האב געמאכט קאפי פעיסט אלטס חשש אז עס וועט פליען, (הגם עס איז נישט אזוי שלעכט) וכך הוה.

***


"פארוואס איז נאכנישט דא קיין "חוב קדוש" צו גיין שטימען אין אמעריקע?"

עס איז אלעמען באקאנט דעתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע וואס איז געשטאנען ווי א לייב אנטקעגן די נסיון הדור פון ציונות, און אויסגערופן זיין דעת תורה אז עס איז אסור צו גיין צו די בחירות אין מדינת ישראל, און ס'איז גאר ממש ביהרג ואל יעבור. און ב"ה ביזן היינטיגן טאג האלטן זיך טויזענטער אידן פעלזן פעסט, און פאלגן אויס הוראותיו הקדושים און שטייען אינגאנצן אפגעטיילט פון די מדינה הטמאה, און נעמען נישט אנטייל און זייער בחירות הטמאות.

מען קען זיך אבער נישט פארהוילן פונעם פאקט אז טייל מנהיגים פון אמאל און היינט האבן יא געהאלטן אז מען מעג גיין צו די בחירות און ביי זייער קהילות פאלגט מען וואס מען הייסט ביי זיי, און מען גייט יא שטימען. אינטערסאנט איז אבער אז ביי די אלע פלעצער איז עס נישט סתם אזא היתר, מען מעג גיין, נאר עס איז זאגאר א "חוב קדוש" צו גיין!

אין די באקאנטע בריוו וואס בעלזא רב זי"ע מיטן טשעבינער רב האבן גע'חתמ'עט אז מען קען יא גיין צו די בחירות, שרייבן זיי נישט סתם עפעס א היתר בחירות, נאר זיי ברענגען ארויס קלאר אז עס איז א "חיוב"!! עס איז גאר א "מצוה" צו גיין שטימען.

אין טייל חסיד'ישע חצירות איז עס ממש א געהעריגע "מצוה". די רבי אליין איז מעורר איבער דעם, ער גייט ארויס מיט א געהעריגע באגלייטונג פון חסידים צום שטים בודקע, און בשעת מעשה זינגט מען "לעשות נחת רוח" פונקט ווי ווען מען שעפט מים שלנו..!

וואס איז פשט דערפון? וואס איז פשט פון אזא מצוה? וועל איך אייך ערקלערן; היות יענע גדולים ורבנים האלטן נישט אז עס איז אן איסור זיך משתתף צו זיין אין די בחירות (איך גיי בכלל נישט אריין דא אינעם דעליקאטן מחלוקת פון די סיבות הדברים פארוואס דער האלט אזוי און דער האלט פארקערט, איך בין נישט ראוי צו רעדן דערפון, און נישט איך פארשטיי עס. און איך רעד בכלל נישט אריין דערין, כמובן) אבער איין מאל עס איז נישטא קיין איסור, איז עס "אטאמאטיש" א מצוה און א חוב קדוש! אויב גייט מען נישט צו די בחירות, וועלן ווערן אריינגעוועלט פרייע ציונים רח"ל וואס זוכן דאך נאר אויסצורייסן יעדע זכר פון תורת משה, זיי וועלן איינשטעלן געזעצן אנטקעגן ערליכע חינוך, זיי וועלן פארמערן חילול שבת, פריצות אויפן גאס, וכדומה, און פראבירן צו מאכן געזעצן וואס זאל שווער מאכן פאר א ערליכע איד צו לעבן אין ארץ ישראל. עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויב האלט מען נישט פון קיין איסור בחירות דאן ווערט עס אטאמאטיש א מצוה און א חוב קדוש.

און טאקע אין ארץ ישראל אין די פלעצער ווי מען גייט צו די בחירות, איז עס אינגאנצן אנדערש ווי ביי אונז. עס איז נישט אזא אפשענעל זאך וואס נאר דער וואס הערט אויס שמעון ראלניצקי אויף קול מבשר, אדער ליגט אין פאליטיק, און האט אויך פונקט איבריג צייט און נערוון גייט שטימען. נאר "יעדער איינער ממש" גייט ארויס שטימען! חתנים און כלות ביום חופתם מאכן אויך צייט צו גיין שטימען! מען קוקט עס אהן ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה ומנהג קדוש. יעדע קהילה האט א געהעריגע אפיס מיט ליסטעס, און מען גייט אדורך נאמען ביי נאמען צו זען אויב ער האט שוין געוועלט.

און דא קומט אריין מיין גרויסע תמיה... וואס איז טאקע געשען מיט אמעריקע? איך האב געכאפט א שמועס מיט איינע פון די עסקנים וואס איז עוסק אין פראבירן צו ברענגען די עולם צו שטימען. ער זאגט מיר ווי ער ארבייט ממש אליין מיט א קליינע גרופע מיטהעלפער, עס איז א ליצנות פון א אפעראציע אנטקעגן די מעכטיגע אימפעריע וואס אזא ארגעניזאציע וואלט געדארפט צו זיין.

טייל וועלן טענה'ן אז אההה.. אין מדינת ישראל ווי די שנאת עם הארץ לתלמיד חכם איז אזוי גרויס, און די פרייע זוכן נאר ווי זיי קענען אונטערברענגען דאס יהדות החרדית, איז פארשטענדליך פארוואס עס איז אזא חוב, אבער דא אין אמעריקע לעבט מען דאך אין א מלכות של חסד, און ממילא איז נישט אזוי וויכטיג צו שטימען ווי אין מדינת ישראל.
אבער איך מיין אז די עולם האט זיך שוין אויפגעוועקט צום ביטערן פאקט, אז די עשיו שונא ליעקב ברענט ליידער אויך דא אויף גאר א געפערליכן פארנעם. מען לעבט דא אין די שמוציגע ליבעראלע ניו יארק, ווי די ארומיגע גוים זוכן ליידער אויסצורייסן יעדעס ביסל נארמאלקייט און מענטשליכקייט. פאמיליע לעבן איז ביי זיי אראפגעקוקט, קדושה איז ביי זיי מיאוס. און אונזער ווירבלדיגע הייליגע חינוך און לעכטיגע פירות וואס שיינען זיי אין פנים שטייט ביי זיי ווי א דארן אין אויג, און זיי זוכן כל מיני תחבולות צו צוברעכן דעם הייליגן מויער וואס נעמט ארום אונזער הייליגע שטיבער. וואס דארף מען מער ווי דערמאנען די שרעקליכע גזירת החינוך וואס זיי האבן ליידער אדורכגעפירט אנטקעגן אונזער הייליגע מסורה און תורה הקדושה.

דערפאר שטיי איך און איך שטוין!!! פארוואס האט מען נאכנישט איינגעזען אז, עס איז א חוב קדוש צו גיין שטימען!!! יא!! אין אמעריקע!!! ביי די קהילות וואס אין ארץ ישראל איז עס א חוב, איז דאך דא זיכער דא דעם זעלבן חיוב. נאר אפילו אין סאטמאר, וואס אין ארץ ישראל איז עס אסור, איז עס דאך אין אמעריקע מותר, און אז עס איז מותר, איז עס דאך א חוב קדוש!! וויי געוואלד!!

אין די פאריגע עלעקשאנס האט אונזער לאנג יעריגע פריינט פון וויליאמסבורג באקומען א נישטיגע 6000 וואלן! און האט שמאל פארלוירן צו אן ארכי-ליבעראלע קאנדידאט וואס האסט אפן אונזער לעבנסשטייגער און קאמיוניטי. זי האט שוין געלאזט פאלן שענדליכע ווערטער אין שטיצע פון די נייע חינוך רעגולאציעס און פון די טרויעריג-בארימטע ניו יארק טיימס ארטיקל, און ארבייט געהעריג לטובת אלע שמוציגע ליבעראלע אגענדעס.

זענען אונז ביים זינען? וויליאמסבורג קען נאר ארויסברענגען נישטיגע 6000 שטימעס? די פאלעטישנס לאכן אונז אין פנים, זיי האבן נישט קיין שום סיבה זיך צו רעכענען מיט אונז, אונז גייען ממילא נישט ארויס שטימען, טא וואס האבן זיי צו פארלירן..? די נידריגע ליבעראלן שטעלן זיי צו אסאך מער שטימעס!

רבותי!!! מען דארף זיך נעמען אין די הענט אריין! יעדער איינער העכער 18 זאל זאפארט זיך רעגיסטרירן צו שטימען (איך מיין אז עס איז שוין צו שפעט זיך צו רעגיסטרירן פאר די קומענדיגע וואלן, אבער לייגטס עס נישט אפ, שרייבט ענק שוין איין!!) און די אלע וואס זענען יא רעגיסטרירט, לאמיר "אלע" ארויסגיין שטימען אין די מאסן!!! איש בל יעדר!!! בנערינו ובזקנינו נלך!!! לקדש שם שמים! אונז ווילן אז די פאליטישאנס זאלן זיך רעכענען מיט אונזערע ווירדן. זיי זאלן איינשטעלן געזעצן וואס רעספעקטירן אונזער תורה און לעבנסשטייגער. מען דארף אנקוקן די שטימען ווי סיי וועלכע אנדערע הייליגע מצוה וואס מען גייט מקיים זיין. זאג א פייערדיגע "לשם יחוד" פאר דעם, און מיט א ברען גיי אויספילן די בעלעט מיט די קאנדידאטן וואס די קהילות האבן אינדארסירט.

"איך האב נישט קיין נערוון" אדער "איך בין פארנומען" זענען בכלל נישט קיין גוטע תירוצים!!! וואלסטו דאס אויך געזאגט פאר סיי וועלכע אנדערע מצוה? "כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין כפרות שלאגן"... "כ'בין צו פארנומען צו דאווענען מנחה"...? פונקט דא ווען מען רעדט פון אונזער גאנצע עקזיסטענץ צו קענען פראקטיצירן אונזער הייליגע תורה אומגעשטערט, מיינען טייל אז די סארט תירוצים זענען מאסגעבנד. אתמהה!!!

(ומכאן הקריאה יוצאת פאר די וואס האבן א ווארט ביי אונזערע אדמורי"ם ורבנים, אז זיי זאלן זען צו מאכן די רבנים באוויסטזיניג צו די נייע מציאות. אונז לעבן שוין מער נישט אין די אלטע מלכות של חסד פון אמאל ווי די דעמאקראטן האבן רעספעקטירט אונזער רעליגיע און לעבנסשטייגער, און עס איז געווען גענוג פאר די חדרים אהיימצישיקן א צעטיל אז ווער עס האט אביסל איבריג צייט זאלן זען צו שטימען אלס הכרת הטוב וכדומה. מיר לעבן אין א שעת השמד, שטימען איז שוין היינט א חוב קדוש! און אז די רבנים וועלן טאקע רעדן איבער די חיוב פון גיין שטימען, וועט עס האבן א שטארקע אפקלאנג, און די עולם וועט טאקע פאלגן אין די מאסן לעשות רצון צדיקי ומאורי דורינו).

לאמיר אלע מיט א פאראייניגטן כח ארויסגיין מקיים זיין די הייליגע מצוה פון שטימען!!!
דינסטאג אקטאבער 25, 2022 6:04 pm#510650
עצי שיטים: ייש"כ. ס'איז דא איין פסוק אין שיר השירים..."כרמי שלי לא נטרתי"...!

מ'איז ביזי מיט הפגנות און מחאות איבער דעם חורבן אין אידישקייט וואס די ציונים (וואו זענען זיי?) מאכן אן אין מדינת ישראל. אבער דעם זעלבן חורבן וואס די גרועים שבאומות וויללן אהערשטעללן דא אין אמעריקע פון דעים מאכט מען זיך נישט וויסנדיג...!

ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז די (הייליגע) איי-וועלט האט אויסגעמעקט דעם ארטיקל. ווייל ס'זאגט דעם אמת אין פנים אריין פון די (קארופטיר'טע) עסטאבלישמענט...!

איך האב נאר מורא אז קאווע שטיבל זאלל נישט נאכגיין אין זייערע פיסטריט. ווייל ס'זענען דא סימנים אויפ'ן האריזאנט אז מ'רוקט זיך אין יענע ריכטונג. יא. (דערווייל). מיט תירוצים ותירוצים שונים. אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב מ'קרומט מיט די נאז איבער געוויסע שרייבערס' אידעאלאגיע מעקט מען.

אמת. איי-וועלט האט זיך אויך אנגעהויבן מיט גוטע כוונות. ווען א פאר איידעלע יונגעלייט האבן שוין נישט געקענט פארנעמען די שענאניגענס און בזיונות און לשון הרע און רכילות פון הייד פארק האבן זיך אפגעטיילט און געמאכט א נייע וועבסייט. נאר דארט איז צוערשט געווען א פריי פעלד. בעסער געזאגט. הפקירות האט געהערשט דארט. דאס ניבול פה איז געווען שרעקליך. (איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין קיין פרטים.) ביז מ'האט אנגעהויבן איינצוימען די הפקירות. מ'איז אבער געגאנגען צו ווייט. ווען מ'האט אנגעהויבן מעקן תגובות און מאמרים פון שרייבערס ווייל ס'האט נישט געשטימט אידעאלאגיש מיט די אפיציעלע (קארופטירטע) ליניע...!
דינסטאג אקטאבער 25, 2022 6:35 pm#510651
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב נאר מורא אז קאווע שטיבל זאלל נישט נאכגיין אין זייערע פיסטריט. ווייל ס'זענען דא סימנים אויפ'ן האריזאנט אז מ'רוקט זיך אין יענע ריכטונג. יא. (דערווייל). מיט תירוצים ותירוצים שונים. אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב מ'קרומט מיט די נאז איבער געוויסע שרייבערס' אידעאלאגיע מעקט מען.


אז מ'קרומט אביסל ווייניגער איז נישטא וואס מורא צו האבן...
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 5:38 pm#510770
היינט איז געווען א גאנצע שמועס אין די אשכול פין ירושלים איבער די נעכטיגע פראגראם און ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
און ס'איז שוין נישט דא קיין זכר...
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 7:43 pm#510776
ר' ד.א.נ.מ.: פראגראמען זענען וואס די ישיבות הק' און דער היימישער עולם נעמט אין אמעריקע. פאגראמען זענען ראיאטן. וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין רוסלאנד. און זענען פארגעקומען נעכטן אין ירושלים עיה"ק אקעגן אמעריקאנער בחורים. לאמיר נישט אויסמישן די צוויי...!
מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 6:50 am#511075
בל"ס אז דער אשכול איבער די 12'טע קלאס גייט פליען. כאפט אריין עס איז היבש אינטרעסאנט.

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=58279 m