Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין

גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13360
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:36 pm#436426
גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
די בארימטע וואוילטעטיגע פערלס ארגאניזאציע, וועלכע האט זיך שוין בארימט געמאכט מיט אירע פריוון אריין צו ברענגען קאממע"ן קאו"ר ביים היימישען ציבור, און צו קעמפען קעגען מאסטער וועלכער פראבירט אויך צו טוהן די זעלבע זאך, פירט אצינד דורך א דראמאטישע און גרויסארטיגע קאמפיין צו שאפען געלד פאר זייערע וואוילטעטיגע אקציעס.
אין א גאר פאבליצירטע "כלל ישראל" קאמפיין טוהט די פערלס ארגאנזיאציע פאררופען א ריזן אקציע צו שאפן גרויסע געלטער, וועלכע וועלען העלפען אויסברייטערען די אקטיוויטעטן פון פערל"ס.
פערל"ס האט אין די פארגאנגענהייט ארויסגערופן אויפברויז פון אינערהאלב די מער קאנסערוואטיווע פליגעל אין די סאטמארע פארטיי, ווען פארשידענע גדולי ישראל זענען ארויסגעטרעטן קעגען זייערע פעולות, טענה'נדיג אז זיי זענען משתף פעולה מיט אונזערע ארכי שונאים, די יעניגע וואס ווילען איינפירען מ'זאל אויסלערנען קינדער ווי אזוי צו רעכענען נאמבערס, און שרייבען אויף די ענגלישע שפראך, מיט די לאטיינישע בוכשטאבן.
די רעכטע עלעמענטען האבן ארויסגעברענגט אין מערערע פליג בלעטלעך אז פערל"ס שטעלט אן א דאפעלטען פנים: פון איין זייט זאגען זיי אז זיי ארבעטען צו באקעמפען די פריוון אויסצולערנען נאמבערס און עי בי סי פאר די חרדי'שע אינגעלעך. פין די אנדערע זייט אבער, לויטן די אומשטעטיגטע קלאגעס, טוען זיי אקטיוו מיט ארבעטען מיט די צד שכנגד, און זיי פארהאנדלען און מאכען פשרות, אזוי ארום אז ביז א קורצע צייט וועלען מעגליך די קינדערלעך יא זיין באהאווענט אין נומבערס און עי בי סי'ס.
אבער ממש לעצטענס איז פערל"ס געווארן אטאקירט פין די מער צענטער-לינקע פליגלען אינערהאלב די חרדי'שע-חסידישע פארטייען.
די רעדע איז איבער די אפעקטיוויטעט פון די פערל"ס ארגאנזיאציע. מאנכע זאגען אז דאס געלט וואס גייט געשאפען ווערן פון די היימישע ערליכע אידנטום, אידען וואס מוטשען זיך צו לייגען ברויט אויפ'ן טיש, און צאלן שווערע טויזענטער חודש'לעך צו קענען וואוינען נעבן די יאפיס פון סאוט וויליאמסבורג, וועט אינגאנצען נישט גיין פאר די וואוילטעטיגע אקציעס פון עהרליכע עסקנים צו באקעמפען פרעמדע לימודים, נאר פאר היימישע עסקנים פון איינע פון די סאטמערע קרייזען, וועלכע איז נאנט פארבינדען מיט פערל"ס.
שמועות קורסירען אז די פילע מיליאנען וואס ווערן אין די איצטיגע טעג געשאפען, וועט גיין אויף וויכטיגע צוועקען, צאלען גראסערי ביללס, שכר לימוד ביללס, וכדו', פון חשוב'ע עסקנים וואס געבען זיך אוועק בלב ונפש פאר די קאמפיין.
די זארג איז אז די עסקנים וועלען נעמען דאס רוב פון די געלט, אלץ שכר בטילה פאר'ן אנפירען מיט די גרויסארטיגע קאמפיין, און מען וועט נישט האבען די נויטיגע פאנדען צו קענען מבטל זיין די עי בי סי'ס און נאמבערס ווי אויך די פלוס און מייניס צייכען, פון אונזערע לימודים אין די חדרים.
די וואס זענען באהאווענט אין די דין ודברים, ווערען געבעטן צו קומען ארויסגעבען וואס זיי ווייסען.
די פרשה האלט זיך אינמיטען אנטוויקלען. פרטים יבואו
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:37 pm#436427
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
IMG_5630.JPG



Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:59 pm#436428
@גדליה, וואס לאזט'דיך אריין אין די נארישע פאליטיק, דו האלטסט דאך אינמיטן פירן העכסט וויכטיגע טעמה'ס, דיין מעכטיגע קאמפיין איבער צו נעמען די United states. און ווער רעד נאך פון די סיפור וואס ברענגט ארויס נייגער ביי יעדן ליינער, פון אינזער "צדיק" און "רשע"
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:03 pm#436430
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
וויאזוי ווייסטו אז מען שארט געלט דארט? אויב אלע קהלות און מוסדות האבן געפילט פאר וויכטיג אז זייערע אנ"ש זאלן זיך אנשליסן אין דעם קאמפיין, גלייב איך אז זיי זעהן די נחיצות הענין, און זיי שטייען פון די נאנט און האלטן מיט די פילע פעולות פון פערל"ס.

יעדער ווייסט די געוואלדיגע אויפטוען וואס זיי האבן געמאכט פאר די היימישע מוסדות. אין אזא קריטישע צייט ווען דער חינוך פון אונזערע קינדער ברענט, איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט נארישע פאליטיק און לשה"ר, נאר מיטן כח האחדות וועט מען זיגן.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:56 pm#436433
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
הנוי והנצח האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו אז מען שארט געלט דארט? אויב אלע קהלות און מוסדות האבן געפילט פאר וויכטיג אז זייערע אנ"ש זאלן זיך אנשליסן אין דעם קאמפיין, גלייב איך אז זיי זעהן די נחיצות הענין, און זיי שטייען פון די נאנט און האלטן מיט די פילע פעולות פון פערל"ס.

יעדער ווייסט די געוואלדיגע אויפטוען וואס זיי האבן געמאכט פאר די היימישע מוסדות. אין אזא קריטישע צייט ווען דער חינוך פון אונזערע קינדער ברענט, איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט נארישע פאליטיק און לשה"ר, נאר מיטן כח האחדות וועט מען זיגן.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

איך ווייס גארנישט, איך לייג עס ארויף אז מען זאל נזהר זיין און זיך נאכפרעגן די ווארהייט פון די קאמפיין
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:12 pm#436435
אזויווי די עסטאבלישמענט האט נישט אינדארסירט גדליה, האט ער זיך באראטן אז ס'איז געקומען די צייט ארויסצוברענגען די עכטע קארופציע וואס טוהט זיך אפ אינערהאלב די היימישע עסטאבלישמענט. ס'איז באקאנט אז גדליה איז א ריזיגע גלויבער אין חסידישע דיעפּ סטעיט קאָנספּיראַציע. ער האט אפי'איינמאל ארויפגעלייגט א אָפּ-עד דערוועגן אויף די אפיקורסישע קאווע שטיבל וועבזייטל.

אין א פרישע פריוו האט ער זיך גענומען צו די באקאנטע עסטאבלישמענט פערלס ארגענעזאציע. לעצטענס איז פערלס ארויסגעקומען מיט אזא סטעיטמענט אז היי יאר, אנדערש ווי אלע אנדערע יארן וועט מען נישט קענען מכפר זיין די עבירות דורך כופר נפשַ וואו התאחדות האט אלע יארן מחייב געווען, נאר אט די יאר וועט זיין עפעס א אויסנאם 'אינטערנעט' קאמפיין. און נאר דורך די אינטערנעט וועט מען קענען גיבן דער ביי יעריגער כופר נפש...

גדליה מיט זיין געשליפן צינגל האט ווידער ארויסגעברענגט זייער שטארק די דורך געפוילטע אקטיוויטעטן אינערהאלב אונזער עסקנישער סיסטעם!

אנקעטער זענען ווידער שטארק מסופק וואספארא אפעקט די לעצטיגע פראוואקאציעס זיינע וועלן האבן אויפן קאמפיין, ס'וועט נאך געדויערן עטליכע וואכן ביז מ'וועט עס אנהייבן זעהן אין די נומערן...
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:12 pm#436436
הנוי והנצח האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו אז מען שארט געלט דארט? אויב אלע קהלות און מוסדות האבן געפילט פאר וויכטיג אז זייערע אנ"ש זאלן זיך אנשליסן אין דעם קאמפיין, גלייב איך אז זיי זעהן די נחיצות הענין, און זיי שטייען פון די נאנט און האלטן מיט די פילע פעולות פון פערל"ס.

יעדער ווייסט די געוואלדיגע אויפטוען וואס זיי האבן געמאכט פאר די היימישע מוסדות. אין אזא קריטישע צייט ווען דער חינוך פון אונזערע קינדער ברענט, איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט נארישע פאליטיק און לשה"ר, נאר מיטן כח האחדות וועט מען זיגן.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

ווי עס קוקט אויס איז איצט פארהאנען צוויי צוגאנגען אינערהאלב דאס חרדי'ש אידענטום.
איין צוגאנג איז אז מיר זאלען געטרויען די קהילות און מוסדות, מיט די חשבון, ווי איהר זענט פיין מסביר בטוב טעם ודעת, אז אונזערע מוסדות האבען א פיינעם גוטען טרעק רעקארד, מיט'ן טוהן וואס איז די בעסטע פאר די קינדער און די עלטערן, און אז די מוסדות שטיצען די קאמפיין, אדער עכ"פ א גרויס חלק מוסדות שטיצען עס, ברויכען מיר זיך פארלאזען בלינדערהייט!
ווידעראום אנדערע טענה'נען אז ניין, די מוסדות זענען נישט באגלייבט, אן דעם וואס א אומאפהענגישע ארגאן זאל האלטען א איבערזיכט און זאגען פאר'ן ציבור פונקט ווי די געלד גייט, וואס מען טוהט, און אויב מען מאכט פשרות.
די אינטערסאנטע זאך איז, אז די טענות הערט מען סיי פון רעכטען לאגער און סיי פון לינקען לאגער. דער קרעמניצער, הרב וויינבערגער פון עיר הבירה נייטרע יצ"ו, און דער קרית יואל'ער רבי, ווי אויך דער שפאטיווקער זז"ג, זענען אלע ביי די זעלבע מיינונג: פערל'"ס טאר נישט זיין די אויסשליסליכע אויטאריטעט איבער די פרשה. ,
דאס איז א גאר וויכטיגע אנטוויקלונג אין די אומאנגענעמע פרשה, וואס דראעט צו צערייסען דאס יהדות החרדית אין אזא קריטישע צייט.
דער פאקט אז די פערל"ס עסקנים געבען נישט ארויס קיינע ציפערען, און קיינע קלארע באריכטען, געבט צו צי די פארדאכטן, ווארום זיי כאפען נישט אז מיר לעבען שוין היינט אין שנת תש20 ווען מענטשען ערווארטען מיטצוהאלטען וואס גייט פאר פון די אינערליכע קוליסען.
ימים ידברו.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:16 pm#436437
קורקלענד האט געשריבן:אזויווי די עסטאבלישמענט האט נישט אינדארסירט גדליה, האט ער זיך באראטן אז ס'איז געקומען די צייט ארויסצוברענגען די עכטע קארופציע וואס טוהט זיך אפ אינערהאלב די היימישע עסטאבלישמענט. ס'איז באקאנט אז גדליה איז א ריזיגע גלויבער אין חסידישע דיעפּ סטעיט קאָנספּיראַציע. ער האט אפי'איינמאל ארויפגעלייגט א אָפּ-עד דערוועגן אויף די אפיקורסישע קאווע שטיבל וועבזייטל.

אין א פרישע פריוו האט ער זיך גענומען צו די באקאנטע עסטאבלישמענט פערלס ארגענעזאציע. לעצטענס איז פערלס ארויסגעקומען מיט אזא סטעיטמענט אז היי יאר, אנדערש ווי אלע אנדערע יארן וועט מען נישט קענען מכפר זיין די עבירות דורך כופר נפשַ וואו התאחדות האט אלע יארן מחייב געווען, נאר אט די יאר וועט זיין עפעס א אויסנאם 'אינטערנעט' קאמפיין. און נאר דורך די אינטערנעט וועט מען קענען גיבן דער ביי יעריגער כופר נפש...

גדליה מיט זיין געשליפן צינגל האט ווידער ארויסגעברענגט זייער שטארק די דורך געפוילטע אקטיוויטעטן אינערהאלב אונזער עסקנישער סיסטעם!

אנקעטער זענען ווידער שטארק מסופק וואספארא אפעקט די לעצטיגע פראוואקאציעס זיינע וועלן האבן אויפן קאמפיין, ס'וועט נאך געדויערן עטליכע וואכן ביז מ'וועט עס אנהייבן זעהן אין די נומערן...

די אנטי גדליה קרעפטען שארפען זיך די ציין, ציטערנדיג אז מיר וועלען אויפדעקען זייער קארופציע...
ליהוי ידיע אז אדערווייל האבען מיר נישט קיין קלארע אינפארמאציע, אזוי לאנג ווי דער שופר-בלאזער האט נישט געבלאזען די תקיעה גדולה. מיר געבען איבער די טריקענע אינפארמאציע וואס די גאס שמועסט.
אבער דער פאקט אז די עסטעבלישמענט ציטערט אין די הויזען, ווייזט אז רוב מנין ובנין פון די מענטשהייט וויל א נייע פירערשאפט. נאך מער, דאס ווייזט אז די עסטעבלישמענט ציטערט דייקא פון די גדליה קאנדידאטור. פארוואס? לאז איך יעדען פריוואט באשליסען.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:07 pm#436443
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
גדליה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אזויווי די עסטאבלישמענט האט נישט אינדארסירט גדליה, האט ער זיך באראטן אז ס'איז געקומען די צייט ארויסצוברענגען די עכטע קארופציע וואס טוהט זיך אפ אינערהאלב די היימישע עסטאבלישמענט. ס'איז באקאנט אז גדליה איז א ריזיגע גלויבער אין חסידישע דיעפּ סטעיט קאָנספּיראַציע. ער האט אפי'איינמאל ארויפגעלייגט א אָפּ-עד דערוועגן אויף די אפיקורסישע קאווע שטיבל וועבזייטל.

אין א פרישע פריוו האט ער זיך גענומען צו די באקאנטע עסטאבלישמענט פערלס ארגענעזאציע. לעצטענס איז פערלס ארויסגעקומען מיט אזא סטעיטמענט אז היי יאר, אנדערש ווי אלע אנדערע יארן וועט מען נישט קענען מכפר זיין די עבירות דורך כופר נפשַ וואו התאחדות האט אלע יארן מחייב געווען, נאר אט די יאר וועט זיין עפעס א אויסנאם 'אינטערנעט' קאמפיין. און נאר דורך די אינטערנעט וועט מען קענען גיבן דער ביי יעריגער כופר נפש...

גדליה מיט זיין געשליפן צינגל האט ווידער ארויסגעברענגט זייער שטארק די דורך געפוילטע אקטיוויטעטן אינערהאלב אונזער עסקנישער סיסטעם!

אנקעטער זענען ווידער שטארק מסופק וואספארא אפעקט די לעצטיגע פראוואקאציעס זיינע וועלן האבן אויפן קאמפיין, ס'וועט נאך געדויערן עטליכע וואכן ביז מ'וועט עס אנהייבן זעהן אין די נומערן...

די אנטי גדליה קרעפטען שארפען זיך די ציין, ציטערנדיג אז מיר וועלען אויפדעקען זייער קארופציע...
ליהוי ידיע אז אדערווייל האבען מיר נישט קיין קלארע אינפארמאציע, אזוי לאנג ווי דער שופר-בלאזער האט נישט געבלאזען די תקיעה גדולה. מיר געבען איבער די טריקענע אינפארמאציע וואס די גאס שמועסט.
אבער דער פאקט אז די עסטעבלישמענט ציטערט אין די הויזען, ווייזט אז רוב מנין ובנין פון די מענטשהייט וויל א נייע פירערשאפט. נאך מער, דאס ווייזט אז די עסטעבלישמענט ציטערט דייקא פון די גדליה קאנדידאטור. פארוואס? לאז איך יעדען פריוואט באשליסען.
דא איז נישט קיין רעדע פון אנטי גדליה קרעפטן וכדו', מען זוכט נישט קיינעם אונטערצוברענגען, מען האט פשוט געוואלט ארויסברענגען אז אין אזא צייט דארף מען נישט זיין פארנומען מיט "קאנסיפיראציע טעאריעס" קעגן א מוסד וואס איז געשטיצט און געפירט דורך מנהיגי ישראל פון אלע קהילות, אין יעדע מערכה וואס כלל ישראל האט געפירט מאז היתה לגוי זענען אייביג געווען די "חכמים" וואס האבן געזוכט אריינצוברענגען ספיקות ביים המון אז די מנהיגים האבן זייטיגע אינטערעסן און מיינען נישט די טובה פונעם ציבור.

וואס האט זיך אויסגעלאזט פון די אלע "מערערים" ווייסט יעדער, דער עולם איז נישט געפאלן פאר זיי און נאכגעגאנגען (יא, בלינדערהייט...) די הדרכה פון די גדולי ישראל, און אזוי האט מען ממשיך געווען די מסורה און כלל ישראל האט געהאט א קיום.

צו דיינע טענות זענען וואהר איז נישט קיין נפקא מינה, אויב עס האבן זיך גענומען די מיה עסקנים וועלכע ליגן שוין אין די מערכה א לענגערע תקופה, און קעמפן ציין און נעגל פאר אונזערע קינדער, און האבן זיך אונטערגעגארטעלט בהמלצת הרבנים שליט"א צו באשיצן די חינוך אין ניו יארק, דארף מען זיי שטיצן בגוף ובממון עד הסוף, בפרט אז זיי זענען שוין מוחזק אין זייערע פעולות פון פריער, מען ווייסט וואס זיי טוען און וועמען זיי רעפרעזענטירן, איז א חוב פאר יעדן צו טון כל מה שביכלתו לטובת די קאמפיין.

אין אזא קריטישע צייט ווען דער עתיד פונעם חינוך ליגט אויפן וואגשאל, דארף מען זעהן זיך צוזאמצונעמען באחדות, און נישט פירן קיין ביליגע מערכות וואס ברענגען סייווי גארנישט. אויב דער היימישער עולם איז צוטיילט, געבט דאס כח פארן צד שכנגד אויסצופירן זייערע בייזוויליגע פלענער, היו לא תהיה.

אויב דו ביסט טאקע אזוי באזארגט אויפן עסטאבלישמענט אז זיי טוען נישט ריכטיג, זאלסטו אליין שטיין אויפן פראנט און קעמפן פארן חינוך מיט דיין מהלך, לאמיר זעהן צו דו וועסט מצליח זיין. סתם קריטיקירן אהן קיין לעזונגען וועט דיר גארנישט ברענגען, ס'וועט נאר אפשוואכן די מערכה און קאליע מאכן די פעולות פון די געטרייע עסקנים. הצלחה וברכה בכל מעשי ידיכם.




Sent from my SM-G930P using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 7:20 pm#436447
געלד דארף מען אריינלייגן אינעם פושקע אויב מען איז זיכער עס איז ריכטיג
על הצד אז דא ווערט געטון פארברעכערישע אקט, פארוואס זאל מען דאס שטיצן? און שפעטער דערפון ליידן.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 8:58 pm#436449
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
איש את רעהו האט געשריבן:געלד דארף מען אריינלייגן אינעם פושקע אויב מען איז זיכער עס איז ריכטיג
על הצד אז דא ווערט געטון פארברעכערישע אקט, פארוואס זאל מען דאס שטיצן? און שפעטער דערפון ליידן.
"פארברעכעריש"? דו האסט קראנטע באווייזן אזוי צו זאגן? לויט זייער Track record זענען זיי ווייט פון פארברעכעריש. דו האסט א פראבלעם אין נאמנות? איז פארוואס האבן גדולי ישראל נישט קיין פראבלעם מיט דעם? גאנץ אידישקייט האסטו אפגעפרעגט, דו קענסט נישט געבן קיין געלט פאר קיינעם ווייל אפשר זענען זיי פארברעכעריש....

" מען וועט שפעטער ליידן"? נישטא פון וואס צו לאכן. וואס מיינסטו גייט געשעהן, מען גייט גיין מסר'ן די רעגירונג מיט די געלטער? ס'איז נישטא קיין מער פארזיכערטע אינוועסטמענט פון דעם.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:06 am#436467
הנוי והנצח האט געשריבן:
צו דיינע טענות זענען וואהר איז נישט קיין נפקא מינה,

קמשמע לן אז ס'איז יא א נפקא מינה.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:44 am#436469
איש את רעהו האט געשריבן:געלד דארף מען אריינלייגן אינעם פושקע אויב מען איז זיכער עס איז ריכטיג
על הצד אז דא ווערט געטון פארברעכערישע אקט, פארוואס זאל מען דאס שטיצן? און שפעטער דערפון ליידן.

ליידן פון וואס? גייסט גיין אין גיהנום פאר'ן פאלגן דעת תורה פון רוב גדולי ישראל?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:46 am#436470
די פאראדאקס פין פערלס איז, אז זיי זאגן זיי דארפען געלט אויף לויערס צו פייטן די די עי פי, ווען רוב מוסדות קימו וקבלו צו לערנען לימודי חול, אלא מאי? מוז דאך זיין אז זיי גייען פאר די מוסדות וואס לאזן זיך נישט און ווילען נישט לערנען קיין לימודי חול, און זיי זאגן דאך אז פערלס פארטרעט זיי נישט, אלזא איז דא גרויסע קשיא, פאר וועמען גייט פערלעס נעמען לויערס?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:47 am#436471
איסר האטלקי האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:געלד דארף מען אריינלייגן אינעם פושקע אויב מען איז זיכער עס איז ריכטיג
על הצד אז דא ווערט געטון פארברעכערישע אקט, פארוואס זאל מען דאס שטיצן? און שפעטער דערפון ליידן.

ליידן פון וואס? גייסט גיין אין גיהנום פאר'ן פאלגן דעת תורה פון רוב גדולי ישראל?


וועלכע גדולי ישראל האבן דעת תורה? איך ווייס אז טאמער מען פאלגט נישט דער גערער רבי, האט מען א דין מבזה תלמיד חכם, שמע מינה אז א תלמיד חכם איז ער, אבער די אנדערע? וואס עפעס?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:16 am#436472
מיר ווילן מער נישט זיין קעלבער!
ברוקלין – דער פראבלעם פון נישט לערנען געהעריג ענגליש האט אלעמאל עקזעסטירט, אבער דער עולם גולם האט איינגענומען א שווייגעניש, און מ'האט קיינמאל נישט צופול גערעדט איבער דעם. ביז איינמאל אין מיטן העלן טאג איז אויפגעשטאנען אן אפגעפארן יונג, עמיצער וואס איז אויסשליסליך אויסן זיך אפצורעכענען מיטן סיסטעם, וואס ער באשולדיגט פאר זיינע פערזענליכע דורכפעלער אין לעבן, און ער האט אנגעהויבן מאכן א טומל איבער די ערציאונג אין אונזערע מוסדות.

דורכאויס אלע גענעראציעס האבן אידישע קינדער אלעמאל געוויסט, אז דאס חינוך און דאס צוקנופט פון אונזערע טייערע קינדער - איז דאס שווארץ אפעל פון אויג, און מ'טאר דערצו אויף קיין שום פאל נישט צורירן. מען דארף זיך צוהאלטן צו די הייליגע מסורה אפגעזען פון אלע שטערונגן וואס דער שטן רוקט נאכאנאנד אונטער. די פארשאלטענע משכלים האבן אלעמאל געזוכט אריינצושטעקן זייערע טמא'נע נעגל אינעם חינוך פון די קינדער, מיטן אויסרייד אז זיי זארגן זיך אנגעבליך צו פארבעסערן די צוקנופט פון אונזערע קינדער. אידן האבן זאגאר אלעמאל געוויסט אז די משכלים מיינען נישט אונזער גוטס. זיי זארגן זיך גאנץ קנאפע פאר אונזער טובה פון אונזערע קינדער – זייער אויסשליסליכסטער ציל איז בלויז אונטערצוברענגן דעם כלל ישראל.

דער שטאט ניו יארק איז צום באדויערערן א ליבעראלער שטאט – דער בירגערמייסטער ביל דיבלאזיא הי''ה זעלבסט איז א ראדיקאלער לינקער אקטיוויסט. די ליבעראלן וועלכע לעכצן נאך וואס מער מאכט און קאנטראל אויף די מענטשהייט - זענען גאר שטארק קאנצעטרירט אויף ערציאונג. זיי זענען נישט אזוי אינטערעסירט אז מ'זאל לערנען מיט די קינדער געאָגראַפיע, היסטאריע, אדער אמעריקאנע אנטשויאונגען – זיי ווילן מער ווייניגער אז מ'זאל לערנען מיט די קינדער וואס מער איבער חזירים און חזירות, און איבער די קלימאט - אז דער וועלט קומט צו אן ענדע, און בלויז א דאנק זייערע טעטיקייטן גייט די וועלט נישט אונטער גיין. זייער אויסשליסליכסטער ציל איז בלויז אז די קינדער זאלן אויסוואקסן גענוי ווי זיי, ליבעראלן. אזוי אז ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי שטימען פאר די דעמאקראטישע פארטיי און זיכער מאכן אז די ליבעראלן דעראבערן זיך וואס מער מאכט און קאנטראל אויף די אלגעמיינער מענטשהייט.

דערפאר האבן די משכילים אצינד געפונען אן אפענעם אויער ביים בירגערמייסטער ווען די רעדע איז ערציאונג. דער בירגערמייסטער וועלכער איז זעלבסט א ראדיקאלער לינקער אקטיוויסט - זעט פאר זיך אצינד א גאלדענעם געלעגנהייט צו באשאפן נאך פעטענציאלע ליבעראלן וועלכע וועלן ענווענטועל שטימען פאר די דעמאקראטישע פארטיי.

אנשטאט מען זאל זיך צוהאלטן צו די הייליגע מסורה ווי ביז היינט, און באקעמפן די רשעים און די משכלים ימ''ש מיטן גאנצן קראפט, זוכן גאר מאנכע איינצוגיין אויף קאָמפּראָמיסן מיט די משכלים און די ליבעראלן. זיי כאפן נישט אז דער גאנצער ציל פון די משכילים און די ליבעראלן איז בלויז אויסצורייסן אידישקייט – זיי מיינען גארנישט צו פארבעסערן די ערציאונג פון אונזערע קינדער. דער ניגון וואס זיי זינגן, איז בלויז דער שפאלט פון די טיר פון וואו זיי זוכן זיך ביסלעכווייז אריינצודרונגען אין אונזער הייליגער חינוך.

דער ווירקליכער אורזאך פארוואס די אנגעבליכע עסקנים זוכן איינצוגיין אויף קאָמפּראָמיסן מיט די משכילים און די ליבעראלן – איז אויך בלויז זיך צו דעראבערן וואס מער מאכט און רייכטום. זיי ווילן נישט אז די געלט קראנען פון די רעגירונג זאל חלילה פארשטאפט ווערן, ווארום אזוי ארום זענען זיי נישט אזוי שטארק אנגעוויזן אויף די פינאנציאלע שטיצע פון די עלטערן - און זיי קענען געוועלטיגן אויף די מענטשהייט מיט אן אייזענעם פויסט. די גאנצע אנגעבליכע חינוך מערכה איז בלויז מאכט און געלט, און יעדער ערליכער איד דארף אוועק שטיין פון דעם ווי פון אפפאל, און זיך נישט לאזן פארפירן פון די היסטעריע וואס די מאכט-אויסגעהונגערטע עסקנים און געלט פרעסער דרייען אן.

ווי שיין וואלט ווען געווען, ווען די אנגעבליכע עסקנים זאלן זיין אויפריכטיג מיט אונז און דורכפירן א אפענעם רעפערענדום. זיי זאלן ארויסשטעלן א באריכט גענוי ווי פול געלט זיי באקומען פון די רעגירונג פער קינד, און גענוי ווי הויך זייערע געשוואלנע געהאלטער זענען, און שטעלן א אויסוואל פאר די עלטערן - צו זיי ווילן דעקן דעם דעפעציט, אדער צו זיי ווילן אז מ'זאל נאכקומען די פאדערונג פון די משכילים און די ליבעראלן און איינפירן ענדערונגן אינעם חינוך. און ערשט דאן, און בלויז דאן, זאלן זיי פאסן באשלוסן איבער די צוקנופט פון אונזערע קינדער. עס איז שוין די העכסטע צייט אז דאס דיקטאטורשאפט פון די פארטיי-קאמיסארן וועלכע רופן זיך מיטן שיין-קלונגענעם נאמען רבנים, און די מאכט מאכט-אויסגעהונגערטע און געלט-גייציגע פארשוינען וואס רופן זיך עסקנים, זאל קומען צו אן ענדע. מיר זענען שוין צו לאנג קעלבער...
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:24 pm#436473
דער בירגערמייסטער איז טאקע א לינקער, אבער דער גאנצע מעשה האט גארנישט מיט אים, פונקט פארקערט, אים אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס מען לערנט ביי אונז אין די חדרים.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:40 pm#436474
קאך_לעפל האט געשריבן:
ווי שיין וואלט ווען געווען, ווען די אנגעבליכע עסקנים זאלן זיין אויפריכטיג מיט אונז און דורכפירן א אפענעם רעפערענדום. זיי זאלן ארויסשטעלן א באריכט גענוי ווי פול געלט זיי באקומען פון די רעגירונג פער קינד, און גענוי ווי הויך זייערע געשוואלנע געהאלטער זענען, און שטעלן א אויסוואל פאר די עלטערן - צו זיי ווילן דעקן דעם דעפעציט, אדער צו זיי ווילן אז מ'זאל נאכקומען די פאדערונג פון די משכילים און די ליבעראלן און איינפירן ענדערונגן אינעם חינוך. און ערשט דאן, און בלויז דאן, זאלן זיי פאסן באשלוסן איבער די צוקנופט פון אונזערע קינדער. עס איז שוין די העכסטע צייט אז דאס דיקטאטורשאפט פון די פארטיי-קאמיסארן וועלכע רופן זיך מיטן שיין-קלונגענעם נאמען רבנים, און די מאכט מאכט-אויסגעהונגערטע און געלט-גייציגע פארשוינען וואס רופן זיך עסקנים, זאל קומען צו אן ענדע. מיר זענען שוין צו לאנג קעלבער...



ווי גוט זאגסטו, און הלוואי וואלט אזוי געווען, עס איז דא איבער גענוג אין כלל ישראל אויסצוהאלטן אלע מוסדות.
נאר איין חילוק איז ווען די געלט קומט פון די גאווערמענט, לאנטש פראגרעם, וואטשערס, וכדו' בלייבט נאך איבער פון די געלט רייך צו מאכען די אדמורי"ם מיט די אדמינסטראטן. אבער אז די געלט וועט קומען פון אחינו בני ישראל, וועט עס זיין לשם שמים וויפיל עס פעהלט אויס צו אויסהאלטן די בתי חינוך.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 2:12 pm#436476
נעה. זיי נעמען אייביג ערשט פאר זיך, דערנאך פאר די מלמדים. נישט קיין חילוק פין ווי דער געלט קומט.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 4:57 pm#436482
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
אישתישבי האט געשריבן:דער בירגערמייסטער איז טאקע א לינקער, אבער דער גאנצע מעשה האט גארנישט מיט אים, פונקט פארקערט, אים אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס מען לערנט ביי אונז אין די חדרים.
ער איז גערעכט, די בלאזיא איז טאקע א ראדיקאלע לינקער, אבער ווען ס'איז געקומען צו אונזער חינוך האט ער זיך נישט אריינגעמישט (א דאנק די עסקנים וואס האבן געהאט א השפעה אויף אים) און פארקערט, ווען יאפעד האט אנגעפאנגען בונטעווען אויף די רעגירונג הלמאי מען מאכט נישט קיין אינספעקשאנס אויף די מוסדות, האט די בלאזיא איגנארירט און פרובירט עס אראפצולייגן אונטערן טיש, און מאסטער אליין באקלאגט זיך אויף די בלאזיא "that he is stonewalling", עכ"פ ער איז נישטא זיך אריינצומישן אין אונזערע געשעפטן, און אפילו אויב זיין עדויקעישאן דעפט. וועט עפעס טון, קומט עס פשוט אדאנק די אויסטערלישע דרוק וואס די מוסרים לייגן.

ומכאן התשובה פאר די אלע העצערס קעגן די "געלט גייציגע" עסקנים, אז די בלאזיא האט הכרת הטוב פאר די היימישע ציבור, צוליב דעם וואס ער האט נאנטע קשרים מיט די עסקנים וואס קענען אים פון זיינע יארן אלס קאונסילמאן פון בארא פארק, און זיי האבן א גוטע השפעה אויף אים צו בענעפעטירן דעם היימישן ציבור.

קאך לעפל איז גערעכט מיט זייו פאליטישע אנאליז לגבי די ליבעראלן און די בלאזיא וואס זיי זוכן ארויפצוצווינגען זייער גרויליגע לעבנסשטייגער אויף די יונגווארג, אבער זיין העצע קעגן די עסקנים און רבנים איז פשוט קינדעריש, און גראבט אונטער די נאמנות וואס אונז האבן פאר די מנהיגי ישראל. נישט אלעס איז פערפעקט, ס'קען אלעמאל זיין חסרונות אין יעדע מערכה, אבער הצד השוה שבהם אז זיי מיינען אונזער גוטס און טוען פאר אונזערע דורות. מאסטער ושותפיו ווינטשן זיך פאר אזא פירוד אינעם היימישן לאגער, דאס מאכט שטערקער זיין גאנצע מלחמה.

די נקודה איז, רעדן און האקן בריש גלי אויף יעדן איז זייער גרינג, אבער טון למעשה פאר אונזער קינדער טוען נאר זיי, און ווילאנג זיי זענען די עומדים בראש המערכה דארפן אונז שטיין צו די האנט, מיט א פאראייניגטע כח, ובכח הרבים נעשה ונצליח.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:15 pm#436484
הנוי כ'נעם אן דיין מוסר רייד.

כ'האב עטליכע פראגעס.

וויפול געלט באקומען די מוסדות פון די רעגירונג פער קינד?
וויפול איז די געהאלט פון די אלע הויכע איינגעשטעלטע אין די מוסדות?
וויפול (אויב מ'מעג פרעגן הויך) גנב'עט מען?

דאס זענען די פאדאמענטלע פראגס וואס דער ציבור דארף צו וויסן, איידער מ'גיבט איבער דאס עתיד פון אונזערע קינדער פאר זיי אין די הענד.

מיר די עלטערן ווילן וויסן צו עס איז פארהאן א מעגליכקייט צו דעקען דעם דעפעציט אן די שטיצע פון די רעגירונג, אז יא? פילייכט לוינט זיך נישט איינצושטעלן ענדערונגן אינעם חינוך...

נישט אזוי?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:44 pm#436486
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
די עתיד איז סייווי אין זייער הענט. די אלע שאלות זענען געווארפען זאמד, ווייל קיין אנדערע עסקנים האט מען נישט. היצקעפ זענען גארנישט ווערט. טאמער א צווייטער גרופע עסקנים קומען מיט אן אחריות און א פארטיגע זאך, ממילא. יעצט איז עס בלויז היצקעפ, און די טענה פון געלט אויף די אנדערע זייט טוישט דאס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:59 pm#436490
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
איך האב געהאט ערנסטע ספיקות אויב פערלס איז א גניבה שטיק אדער טאקע לש''ש. נאר יעצט אז נישט יעדער שטיצט זיי און מען האקט קעגן זיי ווייס איך אז זיי זענען יא לש''ש.



Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:12 pm#436491
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די עתיד איז סייווי אין זייער הענט. די אלע שאלות זענען געווארפען זאמד, ווייל קיין אנדערע עסקנים האט מען נישט. היצקעפ זענען גארנישט ווערט. טאמער א צווייטער גרופע עסקנים קומען מיט אן אחריות און א פארטיגע זאך, ממילא. יעצט איז עס בלויז היצקעפ, און די טענה פון געלט אויף די אנדערע זייט טוישט דאס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

"די עתיד איז סייווי אין זייער הענט"

ס'ארא מין גערעדעכץ. די עתיד ליגט אין די הענט פון יעדען יחיד באזונדער.
ווער זענען די היצקעפ פון וואס איר רעדט?
אפשר מיינט איר מר. ווידער פון ראקלענד קאונטי וואס פירט זיך אויף ווי א וואנזיניגע ברי' פארנט פון די קעמרע?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:13 pm#436492
גראף האט געשריבן:איך האב געהאט ערנסטע ספיקות אויב פערלס איז א גניבה שטיק אדער טאקע לש''ש. נאר יעצט אז נישט יעדער שטיצט זיי און מען האקט קעגן זיי ווייס איך אז זיי זענען יא לש''ש.



Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אויך דאס אז מ'האקט קעגען גדליה איז א ראי' אז גדליה מייינט לשם שמים.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:19 pm#436493
ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז דער פאקט אז פערל"ס איז א גוטע פיינע ארגאניזציע איז אינגאנצען נישט קיין סתירה מיט די פארלאנג פון טייל מענטשען צו פארשטיין ווי אזוי די פינאנצן ווערען געפירט.
ס'איז אינגאנצען נישט קיין סתירה. אדרבה טאקע ווייל מיר אנערקענען די וויכטיגקייט פון אזא ארגאנזאציע איז קריטיש וויכטיג מיטצוטיילן יעדען איינעם, צו זיין האנעסט און אויפריכטיג און נישט פארקויפען לאקשען פאר מענטשען.
אז דו מאכסט עפעס פשרות, ברויך מען דאס זאגען קלאר, נישט דרייען מיט די צינג.
אז דו מאכסט א געלט אקציע, ברויכען מיר ווייסען ווי דאס געלט גייט.
ווייטער די געלט פראגראמען, לויט טייל מענטשען איז דאס א וויכטיגע חלק אין די פאזעל, און מ'ברויך דאס קלארשטעלען.
איינער קען מסביר זיין פארוואס די פארלאנגען זענען עפעס א סתירה מיט די קאמף צו ראטעווען אונדזערע קינדער?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:24 pm#436494
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
איין זאך צו פרעגן וואו די געלט גייט און עפעס אנדערעש פאר פאליטיק.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:50 pm#436499
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
איך מיין עס איז היבש אומ׳אחריותדיג צו פאדערן אז די האנדלעריי זאל זיין לעין השמש. יעדער פארשטייט אז רעגירונגס זאכען זענען האקל און נישט אלס זאגט מען אויס. עס איז א שלעכטס מטעם די זעלבסט באקרוינטע אנאנימער אנדרייערס צו פארדרייען דער עולם א קאפ ביז די עסקנים זאגען ארויס דער אמת, וואס דעמאלס וועט זיין צרות מהצד שכנגד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:45 pm#436503
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין עס איז היבש אומ׳אחריותדיג צו פאדערן אז די האנדלעריי זאל זיין לעין השמש. יעדער פארשטייט אז רעגירונגס זאכען זענען האקל און נישט אלס זאגט מען אויס. עס איז א שלעכטס מטעם די זעלבסט באקרוינטע אנאנימער אנדרייערס צו פארדרייען דער עולם א קאפ ביז די עסקנים זאגען ארויס דער אמת, וואס דעמאלס וועט זיין צרות מהצד שכנגד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק איז הונדערט פראצענט גערעכט! פון פאלגן די עסקנים האט מען נאך קיינמאל נישט פארלוירן!

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:03 pm#436505
דער נוי ונצח וויל מיר איינרעדן אז אידישקייט שטייט די בעסטע וואס ס'שייך נאר אדאנק אונזערע אנגעפּאַשעטע רבנים ועסקנים, און אז אלע אידישלעכע פראבלעמען וואס מיר גייען אדורך איז נאר אדאנק אנדערע... ס'לייגט זיך עפעס נישט אזוי על הדעת...

דערפאר טאקע שרייבט ער אז מ'דארף זיין בלינד צו קענען גלייבן...
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:26 pm#436506
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
די שאלה איז פון וועלכע עסקנים מען רעדט.

אויב זענען דא עפעס ערליכע עסקנים ביי כלל ישראל, איז עס די וואס שטייען בראש פון פיערל'ס.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 12:00 am#436507
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
קורקלענד האט געשריבן:דער נוי ונצח וויל מיר איינרעדן אז אידישקייט שטייט די בעסטע וואס ס'שייך נאר אדאנק אונזערע אנגעפּאַשעטע רבנים ועסקנים, און אז אלע אידישלעכע פראבלעמען וואס מיר גייען אדורך איז נאר אדאנק אנדערע... ס'לייגט זיך עפעס נישט אזוי על הדעת...

דערפאר טאקע שרייבט ער אז מ'דארף זיין בלינד צו קענען גלייבן...
אין אנדערע ווערטער, דו מיינסט צו זאגן אז אונזערע עסקנים און רבנים, זיי זענען די גורם פאר אלע פראבלעמען אין כלל ישראל? ס'געשעהט נישט פון אינדרויסן?

איך זאג נישט אז אידישקייט האלט די בעסטע, מען קען אייביג מתקן זיין און אויפטון, אבער דו האסט מיר נאכנישט געברענגט קיין שום ראיה ווי מען זעהט אז עסקנים נוצן נישט די געלטער לטובת הכלל, האסט מיר נאכנישט מסביר געווען פארוואס די רבנים מיינען נישט אונזער טובה. דו זאגסט נאך די אלע שמועות און לשה"ר פון די גאס אהן קיין קראנטע באווייזן, פשוט ווייל ס'נעמט אויס בעסער ביים היגן עולם.

און איך זוך דיר נישט "איינצורעדן" צו פאלגן די עסקנים. דו קענסט גלייבן און האקן וואס דו ווילסט, די מציאות הדברים איז אז זיי טוען די מערסטע וואס איז שייך צו באשיצן אונזער ציבור מיט אונזערע אינטערעסן.

צו זיי זענען נקיים מכל, ניין, זיי זענען נאר מענטשן, אבער זייער כוונה איז לש"ש, זיי זענען דא בלויז וויבאלד ס'איז דא א גזירה אויפן ערליכן חינוך, נישט פאר קיין אנדערע צוועק.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:29 am#436510
הנוי והנצח האט געשריבן:איך זאג נישט אז אידישקייט האלט די בעסטע, מען קען אייביג מתקן זיין און אויפטון, אבער דו האסט מיר נאכנישט געברענגט קיין שום ראיה ווי מען זעהט אז עסקנים נוצן נישט די געלטער לטובת הכלל, האסט מיר נאכנישט מסביר געווען פארוואס די רבנים מיינען נישט אונזער טובה. דו זאגסט נאך די אלע שמועות און לשה"ר פון די גאס אהן קיין קראנטע באווייזן, פשוט ווייל ס'נעמט אויס בעסער ביים היגן עולם.

און איך זוך דיר נישט "איינצורעדן" צו פאלגן די עסקנים. דו קענסט גלייבן און האקן וואס דו ווילסט, די מציאות הדברים איז אז זיי טוען די מערסטע וואס איז שייך צו באשיצן אונזער ציבור מיט אונזערע אינטערעסן.

צו זיי זענען נקיים מכל, ניין, זיי זענען נאר מענטשן, אבער זייער כוונה איז לש"ש, זיי זענען דא בלויז וויבאלד ס'איז דא א גזירה אויפן ערליכן חינוך, נישט פאר קיין אנדערע צוועק.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

ציוואס דאַרף איך ברענגען א ראי'? די תורה זאגט המוציא מחברו עליו הראי', מערסטנס טייל האב איך געזען אז די גאנצע ויצעקו איז סך הכל פאר אביסלע מער אפענקייט און טראנספארענסי אז די עולם פארשטיין וואס ס'פאסירט דא. רוב פון די טענות זענען מעסיגע און עומד על הדעת. ווידער איז גארנישט געקומען פון די צד העסקנים וואס זאל אדרעסירן די זארגענישן פונעם המון עם.

האסטו געהערט וואס דוד אלעווסקי האט גע'טענה'ט? איז דא דעראויף א תשובה? פארוואס נישט?

יעדע פובליק קאמפעני אדער אלוועלטלעכע ארגענעזאציע היינט פובליצירט זייערע פינאנציעלע ביכער און קארפארעט גאווערנענס פאליסיס, פארוואס טוהן עס נישט אונזערע ארגענעזאציעס און מוסדות? איז עס אויסשליסליך נכסי עסקנים ורבנים? וואס איז מיט די איבעריגע חלק פון כלל ישראל?

וו
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:40 am#436519
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
איך בין די לעצטע דוגל צו זיין אין פאלגן עסקנים. איך זאג נאר אז די רודערערס זענען קיינמאל נישט בעסער ווי די עסקנים אויף וועמען זיי רודערן.

אין די פאל איז נישט מעגליך טראנספארענסי צו יעדער שמויגער, והוא דבר פשוט עד למאד. קודם פאדער פון כולל שומרי החומות א פונקטליכע חשבון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:55 am#436522
פערלס וויל אריין ברענגן ענדערונגן אינעם חינוך. דאס איז זייער א האקעלע טעמע.

מיין פראגע איז: איידער מיר לייגן אריין די צוקניפט פון די חינוך פון אונזערע קינדער אין די הענט פון די אנגבעליכע ערליכע לשם שמים עסקנים, לאמיר ערשט זעהן צו עס איז נישט פארהאן קיין אלטערנעטיוו. פילייכט קען מען מען דאס פארמיידן, פארוואס קענען נישט די א.ג. ערליכע עסקנים אויסזאגן דאס געהיימעניש וויפול די רעגירונג צאהלט פער קינד, און דורכפירן א רעפעראנדום צו די עלטערן זענען גרייט צו באצאהלן דעם דעפיציט? וואס איז די קאווער אפ דא? אז די מערהייט פון די עלטערן וועלן האלטן אז דער מוסד קען נישט עקזעסטירן אן קיין הילף פון די רעגירונג, דאן פיין קום נאך די פאדערונגען פון די רעגירונג, און לאנג לעבן זאל פערלס. אבער אויב די עלטערן זענען גרייט צו צאלן דעם דעפעציט - פאר די צוקניפט פון די חינוך פון אונזערע קינדער, טא פארוואס איינפירן ענדערונגן אינעם חינוך? מען באהאלט פונעם ציבור קריטישע אינפארמאציע און מען פארלאנגט בלינדע גלייב, גיוואלד, פארוואס?

נאך מער זאל מען נעמען די מיליאנען וועלכע וועלן אריינקומען פאר פערלס, און מיט דעם דעקען דעם דעפעציט...
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:02 am#436525
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
וואס האט דאס מיט פערלס? זיי רעדן עפעס פון פראגראמן? מ׳רעדט דא פון מינערן די פראבלעם פון דער רעגירונג׳ס אריינמישען אין די מוסדות, און ביזדערווייל זענען זיי די איינציגסטע וואס טון אין דעם. קיין צווייטע איז נישט דא, נאר פוסטע רודערערס, און אנאנימע פאשקעוויל שרייבערס און זייפנים מובהקים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:09 am#436526
גייט פערלס נאכגעבן פאר די רעגירונג? גייען זיי איינפירן געוויסע ענדערונגן אינעם ביז איצטיגער חינוך?

כ'האב מיך באצויגן צו די ערשטע תגיבה וואס דער אשכול עפענער האט געשריבן.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:13 am#436533
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
@קאך לעפל
איז דא בכלל א אפציע דא אין נ.י. צו קענען זאגן פאר די רעגירונג האלט דיר דיין געלט און מישט זיך נישט אריין? כ'מיין אז ס'איז דא א התחייבות וואס די גאווערמענט האט זיכער צו מאכן אז א יעדער קינד באקומט א עדוקעישען. אויב אזוי וואס איז שייך דיין פונקט פון זיך אליינס קאווערען און נישט דארפן האבן פערלס פאר די לימודים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 4:57 pm#436551
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין עס איז היבש אומ׳אחריותדיג צו פאדערן אז די האנדלעריי זאל זיין לעין השמש. יעדער פארשטייט אז רעגירונגס זאכען זענען האקל און נישט אלס זאגט מען אויס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון טון במחשך ביז לעין השמש איז א מהלך רב,
מען וואלט געקענט באווארענען אז גענוג היימישע רבנים זאלן מיטהאלטן די מעשים בסתר, צו מונע זיין דעם פובליק אויספלאץ, דאס אז עס האט פאסירט אזא שטורעם איז נישט צוליב ווייל מען האט עס נישט געטין צום זון שיין, נאר עס האט ניטאמאל די לבנה שיין געהאט דו זכיי' צו זעהן.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:05 pm#436552
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
עס איז נישט דא קיין שערוריה, נאר לאנגווייליגע כולל יונגעלייט און פראפעסיטנעל פאשקעוויל דרוקערס וואס דארפען געלט צו קויפען אויף יו"ט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:17 pm#436555
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין שערוריה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'שוין איינמאל דא
אויב רעדסטו פון דרוקער און פאשקעוויל שרייבער דאס איז דערווייל דא לרוב מצד די אפיציעלע עסקנים.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:32 pm#436556
איך ווייס נישט גענוי די פרטים פון די פערלס מערכה און סיבת האוסרים והמתירים

אבער פון איין זאך שטיי איך אין א זייט און איך בין זייער צופרידן.

עטליכע יאהר צוריק האבן די עסקנים אין ארץ הקודש זיך צאם געזעצט מיט'ן רעגירונג וועגן די פראבלעם העומד על הפרק (גזירת הגיוס)
געברענגט מיט זיך גרויסע אדוואקאטן וואס פארשטייען און טועהן אין די עניינים פון נוסחאות ולשונות הגעזעצן,
און מ'האט ארויסגעברענגט א געזעץ וואס האט מינימאליזירט די אפעקט פונעם גיוס פראבלעמען
וואס האט געזאלט זיין אויף 80 פראצענט פון חרדישע ציבור אין ארץ הקודש
צו נישטיגע נאמבערס פון אפגעפארענע בחורים וכדומה.

איז געזעצן על סיר הבשר אין וויליאמסבורג א מנהיג קהילה וואס איז נישט געוועהן צופרידן פון די מהלכים,
און ער מיט זיינע ווארט-זאגערס האבן געטוהן אלטס וואס מעגליך אראפ-צו-רייסן די עסקנים נאמנים וואס האבן זיך מוסר נפש געוועהן צו ראטעווען.
און ווען מ'האט עם געשיקט מעסעדזעס אז דאס זענען זאכן וואס מ'קען נישט מאכן א גערודער פון, און אויב ס'וועט ווערן שיחת היום וועלן אלע בעניפיטן צונישט ווערן,
האט ער צאם-גערופן א כינוס, און א נאמען געגעבן פאר אט די פארשטענדליכע בקשה נישט צו מאכן א גערודער בכדי צו קענען אנגיין מיט די פעולות-הצלה.
האט ער א נאמען געגעבן: "גזירת ההשתקה", אויף אט די אלע קריטיש-וויכטיגע פעולות וואס ווערן געטוהן אונטער די קוליסן.

אבער, ר' יקותיאל טראכט און גאט לאכט.
איצטער ווען אפאר מוסרים מחוצפים האבן געקומען צורירן דאס הייליגן בונדלעך שיסל (נישט יענעם'ס, וואס פארשטייטזיך יענער האט נישט רעכט צו טוהן קיין זיז כלשהוא)
און ס'קומען אפאר ערנסטע וואוילע (וואס זיי זענען דיירעקט נישט מיין קאווע גלעזל) עקסטרעמע מענטשן,
קומען מיט אט דאס זעלביגע טענות וואס דער אליינס האט געטענה'ט פאר עסקני ארץ ישראל מיט נישט מעהר ווי 4 יאהר צוריק,
און וואס ענטפערט ער זיי, אט דאס וואס אונזערע עסקנים האבן איהם יענטסמאהל געשיקט מסביר צו זיין און זיך בעטן זאל ער אויפהערן צו צו שטערן זייערע פעולות
און איך קען נישט פארגעסן ווי ער האט מיט פאתוס געלאזט דיבורים אז אלץ איז וועגן די רעגירונגס געלטער און ווען נישט דעם וואלט מען געקענט אמת'דיג לוחם זיין
(וואס אין ארץ ישראל מיט'ן גזירת הגיוס וואס א יעדער וואס קען די פרטים ווייסט אז ס'האט גארנישט מיט דעם משא"כ של עתה האט דיירעקט יא א שטארקע שייכות צום גארוועמענטס שטיצע...)

איך האב רחמנות אויף די טייערע פערלס עסקנים וואס זענען דא אריינגעפאלן אינדערמיט
ווייל איך גלייב אז כוונתם לטובה און רצונם להטיב עם ישראל (משא"כ מתנגדיהם בין איך נישט אזוי פארזיכערט אויף זייערע מאטיוון)

אבער אויב האט ער נאך א טראפעלע אמת'דיג'קייט אין זיך, זאל ער זיך אויפשטעלן ביי זיין 'כל נדרי דרשה' היי יאהר
און קלאפן "חטאתי עויתי ופשעתי" אז איך האב מערער געוועהן קעגן ערליכע עסקנים
און אפשר בשלי באה עלינו הצרה הזאת, און אשרי הדור שהנשיא שלו חוטא ושב ומביא קרבן.

נ.ב.
געווענליך שרייב איך נישט אזוי שארף, בפרט נישט אויף א יחיד
אבער איך קען נישט פארשווייגן אזוינע היפאקריטן.

במחשבה שניה,
נאך די ליסקא'ר רב'ס זוהן'ס טוויט וועגן יציאתם מכלל ישראל
קלער איך נאר וויאזוי האבן זיי מיט אזעלכע טענות אנגעפילט די בארקעלעייס סטעדיאם
ולאלוקים פתרונים...
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:15 pm#436559
עס קומען אריין באריכטען אז פון ק"ק סאטמער וומסבג, ווי אויך פון ק"ק פאפא וומסבג, קומען אריין גרויסע סכומים.
די אנדערע קהילות זענען דערווייל היפש אונטערשטעליג.
מיסטעריעזע נדבות פון צענדליגע טויזנטער דאלערס אויפאמאל קומען אויך אריין פון צייט צו צייט.
פרטים יבואו.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:43 pm#436561
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
גדליה האט געשריבן:עס קומען אריין באריכטען אז פון ק"ק סאטמער וומסבג, ווי אויך פון ק"ק פאפא וומסבג, קומען אריין גרויסע סכומים.
די אנדערע קהילות זענען דערווייל היפש אונטערשטעליג.
מיסטעריעזע נדבות פון צענדליגע טויזנטער דאלערס אויפאמאל קומען אויך אריין פון צייט צו צייט.
פרטים יבואו.
נישט ממש אקוראט. איך האב יעצט געקוקט אויפן וועבזייטל, סאטמאר וומס"ב האט טאקע די מערסטע געלט אריינגעברענגט (278 טויזנט), אבער קהל שערי ציון באבוב איז שוין אנגעקומען די נענטסע צום ציל, מיט 31 פראצענט, מיטן שאפן 78 טויזנט דאלער, סאטמאר האלט ביי 27 פראצענט, פאפא איז ווייט אונטערשטעליג ביי 39 טויזנט דאלער, און Telepower b.p. האלט ביי 65 טויזנט.

דערנאך קומען סקווירא, קלויזענבערג, סאטמאר קרית יואל אין די געגנט פון 20 ביז 30 טויזנט דאלער.

אגב לויט ווי מען הערט האט באבוב 45 אויך געשאפן גרויסע סכומים, אבער על פי בקשת האדמו"ר שליט"א האט מען אראפגענומען זייער פעידזש פונעם זייטל, נישט צו שאפן דורך די אינטערנעט, ממילא ווייסט מען נישט פונקטליך ווי ס'האלט.



Sent from my SM-G930P using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 3:22 am#436592
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל
קאך_לעפל האט געשריבן:הנוי כ'נעם אן דיין מוסר רייד.

כ'האב עטליכע פראגעס.

וויפול געלט באקומען די מוסדות פון די רעגירונג פער קינד?
וויפול איז די געהאלט פון די אלע הויכע איינגעשטעלטע אין די מוסדות?
וויפול (אויב מ'מעג פרעגן הויך) גנב'עט מען?

דאס זענען די פאדאמענטלע פראגס וואס דער ציבור דארף צו וויסן, איידער מ'גיבט איבער דאס עתיד פון אונזערע קינדער פאר זיי אין די הענד.

מיר די עלטערן ווילן וויסן צו עס איז פארהאן א מעגליכקייט צו דעקען דעם דעפעציט אן די שטיצע פון די רעגירונג, אז יא? פילייכט לוינט זיך נישט איינצושטעלן ענדערונגן אינעם חינוך...

נישט אזוי?


לאמיר דיך קלאר מאכן אפאר נקודות על ראשון ראשון:

די אלע מערערים דא זענען אנגעבליך באזארגט ווי דאס געלט גייט, צו קען מען געטרויען די עסקנים וכדו'. איך וויל דיר נאר שטעלן איין פראגע: ווען דו גייסט אריין אין א געשעפט צו קויפן א היט אדער א שטריימל, ביסטו פארנומען שטעלן פראגעס פונעם סוחר פארוואס ס'קאסט אזויפיל, ווי דאס געלט גייט? ניין, דו ביסט מסכים צו געבן וויפיל ער פארלאנגט ווייל דו ווילסט דעם פראדוקט. איי, דער פיפיגער סוחר איז א פשוטע גנב, דער שטריימל קאסט ניטאמאל האלב פונעם פרייז? דו מאכסט אבער נישט קיין עסק, ווייל דו ווייסט אז דאס איז די מארקעט פרייז און דער עיקר אז דו האסט א שיינעם שטריימל.

לדידן, ווען ס'קומט צו די חינוך פון אונזערע קינדער, ווילסטו דאס בעסטע פאר זיי. דו שיקסט זיי אין די מוסדות און דו צאלסט אריין די קאסטן. פארוואס האסטו פונקט דא טענות מיט חשבונות וויפיל יעדער באקומט און וויפיל מען גנב'ט? איז נישט די חינוך פון דיינע קינדער פונקט אזוי וויכטיג אויסצוגעבן פאר זיי ווי דיין שטריימל און שיינע קאר? פונקט דא געטרויסטו נישט דיינע אייגענע היימישע ברודער וואס געבן זיך אפ מיט אזא געטריישאפט פאר די וואוילזיין פון דיין קינד? אז זיי פראדוסן דיר א סערוויס, ברויכסטו זיי צו צאלן וויפיל זיי פארלאנגען, און דו וואלסט זיי געדארפט געטרויען מער ווי די פיפיגע געלט גייציגע סוחרים. און אדרבה, דא וואלסטו זיך געדארפט קאסטן די מערסטע, ווייל זייער סערוויס איז די וויכטיגסטע וואס קען זיין: חינוך הבנים.

לאמיר צולייגן נאך א נקודה. מאנכע טעהנ'ן דא אז מען איז נישט "טראנספארענט" מיטן עולם. וויל איך פרעגן, ווען דו צאלסט שטייער פאר די רעגירונג, פרעגסטו אויך ווי דו געלט גייט, און ווי איז די טראנספערעסי? אפילו דו ווייסט אז ס'איז פול מיט קארופציע און זיי נוצן נישט דאס געלט כשורה, ביסטו שטיל. פארוואס? ווייל דו פארשטייסט אז דו ביסט א בירגער פון דעם לאנד, און דו פארדינסט פון די פארשידענע רעגירונג בענעפיטן און פראגראמען, קומט זיך זאלסט געבן דיין חלק אינעם שיסל.

די זעלבע איז שייך דא, אונז אלע באלאנגען אין דעם קערפערשאפט וואס הייסט כלל ישראל, און ווען ס'שטייען היימישע עסקנים בהדרכת גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן און קעמפן פאר כלל ישראל, קומט זיך אז אונז זאלן געבן אונזער חלק, און אנטייל נעמען אין דעם קאמפיין פון כלל ישראל. ווייל דו ביסט א חלק פונעם כלל, כי עצמי ובשרי אתה.

ווער קעמפט די לעצטע פאר יאר פאר אונזער חינוך? פאר וועמען ווענדסטו זיך פאר הילף מיט רעגירונג פראגראמען? ווער נעמט זיך אהן פאר אונזערע רעכטן אין די קארידארן פון די רעגירונג? דער ענטפער ווייסט יעדער. אז דו געניסט פון זייערע בענעפיטן ווען דו דארפסט עס, איז נישט מער ווי יושר אז דו זאלסט צושטייער געבן פאר די קאסע אויפצוהאלטן זייערע פעולות.

צוליב דעם איז נאריש און לעכערליך צו באשולדיגן די עסקנים אין נישט זיין טרענספערנט, זיי זענען דא פאר איין צוועק און נישט מער, אונז צו באשיצן. קיין אנדערע אגענדע האבן זיי נישט. נו, פארוואס זאלסטו זיי נישט געטרויען מער ווי די קארופטירטע רעגירונג און ביזנעס פרעסער? חוץ מזה וואס זיי זענען אונטערן אויפזיכט פון אלע גדולי ומנהיגי הקהילות, איז נישט מסתבר אז זיי זענען דא מיט בייזוויליגע כוונות.

דער גאנצע "שערורי' " איז בסך הכל א זייפן בלאז, געפירט דורך אפאר ליידיגייערס, זייער פראבלעם איז נישט געלט, ס'איז פשוט א ציל ברעט צו קענען האקן קעגן די עסקנים, כדרכם ביי יעדע מערכה אונטערצוהאקן וויפיל ס'איז שייך. בעסער זאלסטו אנפאנגען א מערכה קעגן די שטריימל סוחרים און די אנדערע מייקרי השער, וואס זיי זענען די אמת'ע גנבים, דאס וועט פיל מער בענעפעטירן דעם ציבור.

און לגבי דעם וואס דו האסט מורא פון "ענדערונגען אינעם חינוך", וויל איך דיר מגלה זיין, אז זיי האבן גארנישט משנה געווען לרעה, זיי האבן געטון עפעס וואס אלע ערליכע מנהיגי ישראל האבן שוין לאנג געוואלט, צו מאכן אייגענע ענגלישע ביכער געשריבן דורך היימישע מענטשן, כדי נישט צו זיין אויסגעשטעלט צו די השפעה פון די גויש'ע גאס. פארקערט גאר, די ביז יעצטיגע ביכער זענען געווען מלא טומאה וזוהמא, מען האט פשוט נישט געהאט קיין ברירה, און מען האט געדארפט צענזורירן.

וויבאלד די רעגירונג האט געוואלט אריינברענגען נייע מהלכים מיט קאמאן קאור, האבן די עסקנים מחליט געווען אז זיי וועלן אדאפטירן "געוויסע" מהלכים פון דארט, און עס צופאסן פאר אונזער ציבור, דהיינו מען זאל לייגן מער געוויכט אויף גרונטליך אנאלאזירן די לימודים, וואס ברענגט מער תוצאות און פאדערט ווייניגער צייט. די אנדערע חלקים, ווי למשל די טעסטס פון קאמאן קאור, האט מען נישט גענומען בכלל, ווייל עס איז נישט צוגעפאסט פאר אונז. דאס איז די אויפטוה פון די נייע ביכער.

אנדערש ווי מאנכע מיינען, איז די נייע קאמאן קאור שינויים שוין געווען אין קראפט אין די היימישע מוסדות לאנג פאר די גזירת החינוך, און לאנג פאר פערל"ס האט עקזיסטירט. ווען נישט די שינויים, וואלט די רעגירונג פארלאנגט אז מען זאל לערנען זייערע ביכער און פיל מער שעות.

נאך דארף מען אנמערקן, אז די רעגירונג צאלט בכלל נישט מער פאר קאמאן קאור ביכער ווי אנדערע ביכער, און די מוסדות פארדינען נישט אויף דעם. ס'איז א פשוטע שקר אז פערל"ס פארדינט פון די רעגירונג אויף יעדן תלמיד, זיי באקומען נאר הנחות אויף ביכער אזויווי ס'איז געווען ביז יעצט. וממילא פאלט אוועק דיין טענה צו קענען מיר דעקן די בודשזעט אליין אהן די רעגירונג, די תירוץ איז ניין, מען דארף די געלטער אזויווי מען האט געדארפט ביז היינט, אבער די סטעיט פארלאנגט נישט מער שינויים וועגן דעם. ס'גייט נישט געשעהן קיין שום ענדערונגען אינעם חינוך צוליב נעמען געלט פון די רעגירונג, עכ"פ אויף ביזדערווייל.

אינטערסאנט מען איז אזוי באזארגט אויף "ענדערונגען אינעם חינוך", בשעת מען האקט אויף די רבנים און עסקנים אז זיי גנבנ'ן געלט, אויב איז חינוך הבנים דאס וויכטיגסטע ביי דיר דארפסטו זיין גרייט צו שפענדן די מערסטע און זיך לאזן קאסטן, ווי פריער דערמאנט. אלא מאי חינוך איז נישט גענוג וויכטיג צו עפענען דיינע טאשן, איז קום מיר נישט פארדרייען אז דו ביסט באזארגט אויף שינויים אין דעם הינזיכט. ס'איז לאכעדיג די היפאקריטיע.
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 8:02 am#436594
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
ק/פ

מען שטייט שוין אט אט ביים עפענונג פונעם גרויסן כלל ישראל קאמפיין, ווען געוויסע תמימות'דיגע אידן וואס מיינען באמת לשם שמים ולטובת הענין וועלן באלד קומען צו אייך בעטן געלט פאר פעירלס, איז כדי אז איר זאלט וויסן די פאקטן איידער איר געבט געלט פארן כלל ישראל קאמפיין.
א. פעירלס ווערט באצאלט יעדעס יאר פער קינד פון יעדע מוסד (חוץ די ארונים, וואס האבן זיך לעצטענס ארויסגעצויגן), די הכנסות זענען ריזיג גרויס היפש מער ווי 2 מיליאן דאללער א יאר, און עס דעקט אלע הוצאות פון פעירלס.
ב. דער קאמפיין איז אנגעטראגן געווארן פאר פעירלס, די אנפירער פון פעירלס האבן נישט געזען דעם נויט אין די געלט ווייל עס איז דא גענונג, זיי זענען נישט געלאפן זוכן קיין נייע הכנסות, אייזיק דאסקאל איז זיי עס געקומען אפרערירן און פעירלס האט אנגענומען דעם אפער.
ג. דער דיעל צווישן פעירלס און אייזיק דאסקאל איז אז פעירלס באקומען 60 פראצענט פון די הכנסות און דארף גארנישט דעקן די הוצאות, אייזיק דאסקאל באקומט 40 פראצענט פון אלע הכנסות און ער דארף דעקן אלע הוצאות פונעם קאמפיין.
ד. די הוצאות פונעם קאמפיין זענען בערך צווישן 200,000 און 300,000 דאללער, דאס מיינט למשל אז אויב דער קאמפיין איז מצליח צו ברענגען 3 מיליאן דאללער, גייט אייזיק דאסקאל אהיים מיט בערך 900,000 ריווח.
ה. די אינפארמאציע איז נישט קיין סודות ס'איז באוויסט ביי יעדן וואס האט שייכות מיטן קאמפיין, אדרבא פרעגט אייך אליינס נאך.
ו. די רבי'ס און רבנים זענען נישט אינפארמירט איבער דעם ספעציפישן געלט קאמפיין, קיינער האט נישט קיין שליטה אויף די פינאנציעלע חשבונות פון הוצאות והכנסות פון פעירלס, רבי דוד אלעווסקי האט אויפגעברענגט די נושא ביים מיטונג ביים מונקאטשע רבי אינדערהיים, מען האט אים אבער פארווישט.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 8:26 am#436597
איר שרייבט:

וויבאלד די רעגירונג האט געוואלט אריינברענגען נייע מהלכים מיט קאמאן קאור, האבן די עסקנים מחליט געווען אז זיי וועלן אדאפטירן "געוויסע" מהלכים פון דארט, און עס צופאסן פאר אונזער ציבור, דהיינו מען זאל לייגן מער געוויכט אויף גרונטליך אנאלאזירן די לימודים, וואס ברענגט מער תוצאות און פאדערט ווייניגער צייט. די אנדערע חלקים, ווי למשל די טעסטס פון קאמאן קאור, האט מען נישט גענומען בכלל, ווייל עס איז נישט צוגעפאסט פאר אונז. דאס איז די אויפטוה פון די נייע ביכער.

די עסקנים האבן מחליט געווען צו טאן מיט אונזערע קינדער וואס זיי ווילן, אן די צושטימונג פון די עלטערן....
פארוואס האבן די עסקנים מסירות נפש נישט צו זיין אויפריכטיג? פארוואס זאלן זיי נישט קלארשטעלן אז דאס איז דער אויסשליסליכסטער וועג אנגעבליך צו ראטעווען דעם חינוך? פילייכט אז מ'זאגט פאר די רעגירונג האלטס ענק מיט ענקערע געלט און מיר וועלן מחנך זיין די קינדער ווי אזוי מיר פארשטייען וואלטן די הייליגע עסקנים נישט געדארפט אדאפטירן "געוויסע" מהלכים פון דארט, און עס צופאסן פאר אונזער ציבור...

טוה א קוק פערלס דארף געלט פאר לאבעאיסטן? בסדר איך פארשטיי! אבער "אדאפטירן "געוויסע" מהלכים פון דארט, און עס צופאסן פאר אונזער ציבור" אן זיין אויפריכטיג מיט די עלטערן דאס איז א פארברעך....
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:31 am#436600
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין שערוריה, נאר לאנגווייליגע כולל יונגעלייט און פראפעסיטנעל פאשקעוויל דרוקערס וואס דארפען געלט צו קויפען אויף יו"ט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דעטס איט רוב מאל איז בכלל נישט דא קיין אמת'ע פאליטיק ס"ה אביסל מיינונג פארשידענהייטן אבער וויבאלד די כולל יונגעלייט לייגן יך אריין דערין ווערט עס אטאמאטיש צוויי צדדים און יעדער האט שוין א מיינונג ווי ער שטייט איין וואס באמת איז עס גארנישט
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:37 pm#436606
הנוי והנצח, דו דרש'נסט נישט צום ריכטיגען אוידיענץ. די אלע חברה דא זענען סתם לצים; איינער לצ'וועט פאר'ן סאטמאר'ן רב פון קרית יואל, און דער אנדערער פאר זיין ברודער. איינער פאר די חסידים, און איינער פאר כלל ישראל.

דו מיינסט עס נעבעך ערענסט. א בעל כשרון וואס איז בטעות געבוירן געווארן אין באבוב. בלית ברירה האסטו זיך דערווארבן א לעבן אין ראטעווען דעם אי-חינוך, בהדרכת אלע גדולי ומאורי דורינו שליט"א.

די לאנגע דרשות דיינע, זענען ענדערש געאייגענט פאר די וועלכע האבן מיטגעהאלטן די היסטארישע נסיעות, וועלכע וועלן בלייבן איינגעקריצט אין די נעזער פון כלל ישראל.
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 1:07 pm#436607
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
קאך, איך פארשטיי דיר נישט, ווען האבען די מוסדות אונז אינפארמירט וועגען זייער קוריקולום? אלס איז דאך א סוד. פארוואס איז יעצט, ווען מיר ווייסען לכאורה די מערסטע, גאר די פראבלעם?

און אז דו גלויבסט מיר נישט, וועל איך דיר פרעגן, ווער גיבט השגחה אויף די קאך אין דיין קינד׳ס חדר? ווער איז דער משגיח דארט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk