Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » "עלען" - וועקער 16

"עלען" - וועקער 16

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13368
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 6:07 pm#436623
"עלען" - וועקער 16
אין וועקער נומער 16 האט אונז אברהם בן-ברוך אהערגעשטעלט א גאונישע פיקציע-ווערק, מיט'ן נאמען "עלען". די דערציילונג נעמט אונז צו די העכסטע קארידארן פון וויסנשאפט, א וויסנשאפטליכער ערדציטערניש וואס צעטרייסלט יעדן טראכטנדן מענטש, און איז זיך מתבונן אין ערנסטע פילאזאפישע פראגעס. די ווערק איז פיקציע במיטבה, און מיר באקומען אפילו א רמז איבער אן אויפשאקלונג אינעם פראפעסאר'ס וועלט-באנעם.

קאמענטארן זענען וועלקאם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:13 am#436661
דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 4:42 pm#436693
מוראדיגע ארטיקל
אויך די איי איז זשיניעס.
אין עליך וועקער.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:29 pm#436832
כוכב האט געשריבן:אויך די איי איז זשיניעס.
אין עליך וועקער.

לגבי די די איי ארטיקל האב איך געטראכט א שטיקל רמז(?) (פון א ריין ״אגדה׳שען" פערספעקטיוו) אז א ביצה כשירה מוז זיין ראשה אחד כד וראשה אחד חד (עיין ביו״ד ריש סימן פו). די געדאנק פון די ארטיקל איז (ווי נישט) א טוויסט איבער דעם ענין פון גילגול. איז דאס דער רמז אין די ״איי״ אז ס׳איז סיי כד ועגול, דהיינו רמז על גילגול, און סיי ״חד״, לרמז אז ככלות הכל זענען אלע קאנשיסנעסעס פון אלע מענטשן איינס [חד].

ועוד יותר, אין בכורות ח. זאגט די גמרא אז א תרנגולת איז מטיל אן איי צו 21 טעג (ועיין ביו״ד סימן נז סעיף חי). 21 איז די סקווער רוט פון מספר ״אמת״ (ועיין בחת״ס בתורת משה להגש״פ). דער מהר״ל זאגט אין נתיבות עולם (נתיב האמת פ״ב) אז אמת ווייזט אויף איינס ואין שני לו ע״ש. ולפי״ז איז דאס אויך די רמז דא בבחינת איי, וואס ביי א תרנגולת איז עס איינמאל אין 21 טעג, וואס דאס איז די סקווער רוט פון ״אמת״, וואס איז מרמז צו איינס וכהמהר״ל, ובענינינו אז אלע קאנשיסנעסעס זענען איינס.
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:47 pm#437313
יעצט איז אין די נייעס אז א פאר סייענטיסטן האבען געווינען א נאבעל פרייז פאר זייער ארבעט צו אויפדעקן לעבן אין אנדערע פלאנעטן

m https://www.nbcnews.com/mach/science/ho ... cna1064171 m
דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 5:40 pm#439793
Re: "עלען" - וועקער 16
כוכב האט געשריבן:מוראדיגע ארטיקל
אויך די איי איז זשיניעס.
אין עליך וועקער.

l viewtopic.php?p=439791#p439791 l
פרייטאג יולי 24, 2020 5:02 pm#455099
Re: "עלען" - וועקער 16
איך האב געהאט געקלערט לגבי דאס אז די גאנצע סאליפּסיסטישע געדאנק פון די ארטיקל לגבי גילגול קען טאקע זיין נאך א רמז אין דאס געדאנק פון אן ״איי״. דהיינו, אין או״ח סימן שיט לגבי בורר זאגט דער טו״ז אין ס״ק יב און דער מ״א אין ס״ק טז אז דער חלבון וחלמון פונעם איי ווערן בעצם גערעכענט ווי מין אחד ע״ש. ולענינינו קען זיין אז דאס איז די רמז אז הגם זיי זעהן אויס ווי צוויי אנדערע סארטן דברים נפרדים זענע זיי אבער באמת מין אחד ובענין גילגול.