Under maintenance
הויפט זייט » עמטליכער טיילונג אין גור

עמטליכער טיילונג אין גור

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13397
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 9:48 am#437359
עמטליכער טיילונג אין גור
נאך די געלונגענע ערשטע טעג ביי האדמו"ר רבי שאול אלתר מגור שליט"א ווען טויזנטער חסידי גור האבן זיך באטייליגט ביי די תפילות און עריכת השולחנות וועט אויסגערופן ווערן היינט נאכט אין גור אז ווער עס טרעט אריין צו אים ווערט אויסגעשלאסן פון די קהילה און מוסדות.

די לאנג יעריגע אנגעצויגנקייט האט געפלאצט, דער גורער קען מער נישט דערליידן זיין סוקסעס. די סיבה צום יעצטיגן אנגעצויגנקייט איז געווען 'פרשת בערלינער' ווען האדמו"ר הגר"ש שליט"א האט זיך אנגענומען פאר בערלינער און קעגן גור לגבי די מיידל קעמפ.

ווי עס קוקט אויס וועלן די איבריגע קינדער פון פני מנחם זיך אננעמען פאר זייער ברודער רבי שאול, און ארויסגיין פון גור. דאס וועט זיין א שטארקע פאטש פארן גורער רבי'ן. אבער ער קוקט קיינמאל נישט אויף פאראויס, נאר וויאזוי זיין כעס ציט אים אויף די מינוט, ווי ס'האט זיך שוין ארויסגעשטעלט כמה פעמים.
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 9:49 am#437360
רעאקציע פון האדמו"ר הגר"ש שליט"א: מיר עפענען מוסדות!
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 11:20 am#437361
Re: עמטליכער טיילונג אין גור
עולם הפוך ראיתי. יעקב נעשה לבן ושאול נעשה דוד

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 11:35 am#437362
Re: עמטליכער טיילונג אין גור
וואו האט ר' שאול געפירט? וועלכע שטאט? בנין? ס'איז דא געלט/שטיצערס? וויפיל פראצענט פון דער עולם וועט גיין צו עם?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 11:58 am#437363
ער האט נאך נישט געפירט און ערגען קיין טישען, און דערווייל האלט דאס נאך נישט ביי דעם, עס איז נאך נישט געווען קיין טויזענטער'ס וכו' - מען וועט זעהן וואס וועט זיין שמחת תורה
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 2:11 pm#437365
ער פירט נישט טישן נאר א באטע יעדע שבת ביינאכט. ער רופט זיך ראש ישיבה נישט אדמו"ר. ער האט אבער טויזנטער אנגהענגער איבער די וועלט, צווישן זיי גרויסע מיליאנערן. רוב גורע עשירים פון בארא פארק וועלן אים ענדערש שטיצן ווי איידער גורער רבי, בעיקר יעצט נאכן טיילונג וואס האט קאלט געמאכט אסאך חסידים אין בארא פארק. איך ווייס פון לכה"פ 5 מולטי מיליאנערן וואס שטיצן נישט גור די לעצטע צוויי יאר און אלע פון זיי זענען גרייט פאר א טויש.

וויפיל פון זיי גייען שוין יעצט לויפן צו ר' שאול איז נישט קלאר, ער גייט מסתמא האבן שוואכע יארן, אבער לאחר מאה ועשרים פון גורער רבי איז ער די ערשטע אפציע פאר טויזנטער גורע חסידים איבער די וועלט.
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 2:25 pm#437366
איסר האטלקי האט געשריבן:וויפיל פון זיי גייען שוין יעצט לויפן צו ר' שאול איז נישט קלאר, ער גייט מסתמא האבן שוואכע יארן, אבער לאחר מאה ועשרים פון גורער רבי איז ער די ערשטע אפציע פאר טויזנטער גורע חסידים איבער די וועלט.


ווען עס פאסירט א טיילונג גייט עס שוין נישט אזוי, ווער עס גייט אויף איין זייט ווערט ברוגז אויף די אנדערע זייט, און לאחר מאה ועשרים וועט כמעט קיינער נישט אריבערגיין.

וואו פירט ער? ס'דא בנינים?
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 4:37 pm#437367
איין ביהמ"ד'ל אויף רחוב חנה
מוצ"ש אקטאבער 19, 2019 9:01 pm#437370
עס איז נישט צו גלייבן אז אזוי פיל טיילונגען געשעהן אלע סוף סוכות.

דער וועלט זאגט, ווייל מען האלט נאך א וואך נישט ארבעטען.
זונטאג אקטאבער 20, 2019 1:49 am#437374
Re: עמטליכער טיילונג אין גור
אישתישבי האט געשריבן:עס איז נישט צו גלייבן אז אזוי פיל טיילונגען געשעהן אלע סוף סוכות.

דער וועלט זאגט, ווייל מען האלט נאך א וואך נישט ארבעטען.
נאך אן אקטאבער רעוואלוציע, ווי די באלשעוויק רעוואלוציע איז באקאנט. און דער סטאק מארקעט האט שוין אויך עטליכע מאל געקראכט אין אקטאבער. זעט אויס ס'איז א זמן פון חיתום הדין

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 20, 2019 9:07 am#437375
אישתישבי האט געשריבן:עס איז נישט צו גלייבן אז אזוי פיל טיילונגען געשעהן אלע סוף סוכות.

דער וועלט זאגט, ווייל מען האלט נאך א וואך נישט ארבעטען.


קוק אריין אין עירין קדישין אויף שמחת תורה וועסטו זעהן א הסבר פונעם הייליגע רוזינער זצ"ל פארוואס אזויפיל מחלוקת'ן ביי כלל ישראל צופלאקערן זיך פונקט שמיני עצרת ושמח"ת.
זונטאג אקטאבער 20, 2019 9:11 am#437376
יעדער האט געווארט צו הערן וואס די איבריגע ברידערס פון ר' שאול (אדמו"ר מגור תורה) וועלן טון. ר' דניאל האט געלאזט אויסרופן אין זיין שטיבל אז ער וועט גיין דאווענען שמחת תורה צו ר' שאול, נישט אין גור ווי יעדעס יאר. די אנדערע צוויי וואס וואוינען נישט אין ירושלים גייען זיין ביי הקפות שניות ביי ר' שאול.

יעדער פון די ברודערס האט עקסטערע הונדערטער מעריצים אין גור אליין. דאס גייט לכאורה ברענגען מאמענטום פאר ר' שאול.
דינסטאג אקטאבער 22, 2019 3:09 pm#437388
גייענדיג היינט אין ירושלים האט מיר דורכגעשפרייזט א גורער בחור, ער האט אויסגעקוקט צו זיין אן ערנסטער און איידעלער בחור.
ווען ער איז מיר אריבער האט ער מיר געגעבן א שריי אריין אין מיין פנים: על כל יהודי לדעת כי ר' שאול אלתר הוא רשע מרושע!!!

דיסקלעימער; דער בחור האט אויסגעקוט היפש מבושם.
דינסטאג אקטאבער 22, 2019 6:34 pm#437389
איך גלייב דיר אויפן ווארט. 100 פראצענט!
דינסטאג אקטאבער 22, 2019 8:26 pm#437390
אישתישבי האט געשריבן:עס איז נישט צו גלייבן אז אזוי פיל טיילונגען געשעהן אלע סוף סוכות.

דער וועלט זאגט, ווייל מען האלט נאך א וואך נישט ארבעטען.

דער איזביצער איז אויך אוועק אום שמחת תורה, היסטאריע חזר'ט זיך איבער.
דינסטאג אקטאבער 22, 2019 8:53 pm#437392
דער מעשה מיט דער קאצקער ווען ער איז ארויסגעקומען און געטוהן געשריגן פארשידענס (אויסגעלאשן לייכטער וכו') איז געשעהן שמחת תורה און דעמאלס איז געווארען דער טיילונג.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 9:13 am#437401
לעצטע נייעס:

נאך געהויבענע הקפות שניות ביי מרן הגר"ש, וויל יעצט גור מאכן א פשרה. די פשרה איז אז ר' שאול זאל נישט אריינלאזן ביי זיך קיין מורדים וואס רעדן קעגן גור און גורע רבי, און גור וועט נישט ארויסווארפן קיין קינדער פון די מוסדות.

דאס ווערט פארגעשלאגן דורך גור, 3 טעג נאכן אויסרופן אין גרויסן בית המדרש און אויך אין אלע שטיבלעך אז זיי וועלן יא ווארפן קינדער פון די מוסדות. ר' שאול האט נאכנישט געענטפערט אויף דעם.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 9:22 am#437403
איסר האטלקי האט געשריבן:לעצטע נייעס:

נאך געהויבענע הקפות שניות ביי מרן הגר"ש, וויל יעצט גור מאכן א פשרה. די פשרה איז אז ר' שאול זאל נישט אריינלאזן ביי זיך קיין מורדים וואס רעדן קעגן גור און גורע רבי, און גור וועט נישט ארויסווארפן קיין קינדער פון די מוסדות.

דאס ווערט פארגעשלאגן דורך גור, 3 טעג נאכן אויסרופן אין גרויסן בית המדרש און אויך אין אלע שטיבלעך אז זיי וועלן יא ווארפן קינדער פון די מוסדות. ר' שאוול האט נאכנישט געענטפערט אויף דעם.

לדעתי איז דאס א פראבע צו מאכן די וועלט ווייניגער פרא-שאול (אין די אנגייענדע לעצטע תקופה, איבער 90% נייטראלע פארשטיין נישט די גערע סיסטעם מהלכים)
ביטע זיי מגדיר 'מורדים' אויב ביז היינט דאס גאנצע א.ג. מרידה האט באשטאנען נאר מיט דעם אז מ'דרייט זיך ביי ר' שאול?
ד.ה. די גערע ועדה פאדערט פון עם אזוי:
קענסט עפענען א שטיבל, אבער טארסט נישט אריינלאזן דארטן דיינע יונגע-לייט.

איינער וואס ווייסט פון עפעס אנדערע סארט מורדים אין גער זאל ביטע אריינקומען קלאהר.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 9:30 am#437404
די פשרה קומט נישט פון גור, נאר פון די ברידערס פון ר' שאול, בני הפני מנחם. גור האט מסכים געווען דערצו נאר נישט ר' שאול.

ס'איז נישט אז מ'וועט נישט אריינלאזן מורדים, נאר מ'וועט נישט לאזן בארעדן גורע רבי אדער זייער דרך הלימוד וכדו'. און בארימטע קעגנער צו גור וועלן נישט קענען קומען צו ר' שאול.

אין בילד, א שטורעמישע זיצונג נעכטן אסרו חג אין ירושלים, צווישן די 4 קינדער פון פני מנחם, בראשם פון ר' שאול.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:05 am#437407
m https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 5490900933 m

כמה הערות בקצרה על פרשת גור
א. התחלת הנהגתו של ראש ישיבת שפת-אמת הגר"ש אלתר שליט"א בשמחת תורה תש"פ פעיה"ק ירושלים, לשמחת לב כל אוהבי החסידות ואוהבי התורה, יש בה הד היסטורי לפרישתו הידועה של מרן רבינו הקדוש בעל מי השילוח מאיזביצ'א בשמחת-תורה שנת ת"ר מחצר קאצק בפולין. כמו אז, גם כיום הסיבה העיקרית לפרישה ולהרמת נס המרד היא שאין דרך היהדות, התורה והחסידות בהשלטת אימה ופחד, טרור ואלימות. כבר אז הבין ברוח-קדשו האיז'ביצער, שבמקום שיש חילול ה' ופגיעה בנשמות ישראל, אין חולקין כבוד לרב, ואפילו יהא הוא השרף מקאצק, שאין עוררין על קדושתו ועל עומק חכמתו. וכמו בימים ההם כן בזמן הזה, המכתב הראשון שהוציא הגר"ש היה המחאה על האלימות האכזרית שהופעלה בשם הרבי נגד העסקן ברלינר, שכל חטאו היה שביקש ללכת לדון בדין-תורה על סכסוך כספי בינו לבין עסקני החסידות. ובמקום שאין איש, בשעה שכל גדולי הדור, אדמורי"ם ורבנים וראשי-ישיבות, שותקים כבר שנים על האלימות השיטתית בחצר גור, ייזכר הגר"ש (ויחד איתו הדיין הגר"מ שפרן) לדורות כמי שקיים את הפסוק 'ולא תגורו מפני איש', וכדרכה של תורה מילא את חובתו ויצא למחות בחריפות.
ב. שורשיה של חסידות גור, מקורה בחבורת האריות של חסידי פרשיסחא בפולין במאה ה-18. חבורה זו עוררה בראשית התהוותה התנגדות רבה בשל האנרכיזם הרוחני ופורץ-הגבולות שלהם, ובשלב מסויים תוכנן חרם חריף נגדם מטעם גדולי הדור (באירוע שידוע כ'אוסטילה חתונה'), אך היא הצליחה להתקבל ללב המיינסטרים החסידי והרבני ולזכות למעמד נחשק בעיקר בזכות הלמדנות העצומה שלה שסחפה אחריה את מיטב הכשרונות והעילויים הצעירים מכל רחבי פולין, עד שאפילו נכדו של גדול-הדור הגאון רבי עקיבא אייגר, 'רבי לייבל'ה' כפי שכונה בחיבה, הצטרף לחבורה זו. גדלותם בתורה, מלבד שיעור קומתם הרוחני והחסידי, הכריחה אפילו אליטה רבנית כ'בית בריסק' להתייחס בהערכה אליהם, ולצטט מחידושיהם בתורה; ומאידך גיסא הם זכו לתמיכתה הנדיבה של הפטרונית תמר'ל ברגסון, האישה היהודית הכי עשירה בפולין בימים ההם, שנכדה הלוא הוא הפילוסוף זוכה פרס הנובל הנרי ברגסון.
המצב בחסידות גור בימינו, צאצאית ישירה כביכול לחבורה מפוארת זו, שהידרדרה עד כדי להיות חסידות של עמי-ארצות, חסידות שבהוראת הרבי ביטלו בה את לימוד העיון בישיבות (כנראה מחמת פרנויה משיעור קומתו התורני של הגר"ש וניסיון לדחוק את השפעתו) – אינה פחות מאבסורד שלא ייאמן בכל קנה מידה היסטורי, סוציולוגי, תורני וחסידי. מכתבו השני והמחזק של הגר"ש המופנה לבחור גוראי שסבל רדיפות והשפלות מחמת רצונו לעבור לישיבה ('מקום תורה אמיתי') בה לומדים בעיון, ייזכר לדורות כמסמך חשוב ומרתק.
ג. לכל נמוכי-השכל והדעת שסופרים ומונים כמה ספודיקים היו בהקפות אצל הגר"ש צריך לומר, החסידות אינה דיר בהמות והיא אינה נמדדת כמו עדרי בקר לפי ספודיקים. השאלה היא בכלל לא כמה חסידים הסתופפו בצילו, וכמה עוד יפרשו לחצרו החדשה, אלא איכותם ומהותם של המסתופפים בצילו. חשוב לזכור שכל חסידות גור, על ריבוא רבבותיה, התחילה בקבוצה קטנה מאוד של כמה צעירים בודדים בפולין, ששיעור קומתו של כל אחד מהם, שווה ערך לעשרת אלפים ספודיקים, אם לא יותר. למיטב ידיעתי והכרותי, בסביבתו של הגר"ש מסתופפים מסלתה ושמנה של חסידות גור, הן במובן התורני (רבנים, דיינים, תלמידי חכמים, יודעי ספר), והן במובן הכלכלי (נגידים, גבירים, בעלי-בתים חשובים), כך שזהו המבחן האמיתי והמעניין שתוצאותיו עוד ישפיעו לטווח ארוך. תבינו לבד מי אלה הנותרים באימפריה השוקעת.
ד. כעת כשהפרשה התפוצצה במלוא עוזה ופותחת מהדורות חדשות, מותר לי לטפוח על השכם בכך שהייתי הראשון שכתב על הסיפור בהרחבה כאן בפייסבוק כבר לפני כמה חודשים (אִיגֶרֶת לְיָדִיד מִשֶּׁכְּבָר הַיָּמִים בִּדְבַר הַשַּׁעֲרוּרִיָּה הַנּוֹרָא בחצה"ק גּוּר), ואף נזרקה בדבריי מעין נבואה לגבי העיתוי של הפרישה בדומה למרד האיז'ביצאי.
וזו הזדמנות לומר כמה מילים על התקשורת החרדית באופן כללי. מלבד קומץ של עיתונאים (מענדי גרוזמן, Eli Bitan, ישראל פריי, Ariela Sternbach ואולי עוד כמה בודדים), אפשר לומר כי התקשורת החרדית חוטאת לתפקידה, ובאופן שיטתי שותקת מול עוולות ופשעים המתרחשים בציבור החרדי, ובעיקר בפרשיות שנוגעות לממסד ולעסקונה השולטת. פרשיות ושחיתויות מושתקות, כתבות מצונזרות, ודיווחי יח"צ נמכרים בעד שלמונים לכל המרבה במחיר. בראש התופעה המגונה והפסולה עומדים עיתונאים כדוגמת י"כ ודומיו, שאין מכבודי אפילו להתייחס אליהם, אבל לא רק. זהו הקו הראשי והמנחה בעיתונות החרדית ובאתרי האינטרנט החרדיים, המשתווה בצורתו ופעילותו לעיתונות בצפון קוריאה ודיקטטורות אחרות. לעיתונות הכללית, המזמינה עיתונאים מסוג זה לראיונות ופאנלים, יש יד בדבר ושותפות לפשע.
ה. כמה אנקדוטות קצרות: ר' יעקב אלתר המכונה אדמו"ר מגור, למד בצעירותו אצל מו"ר ראש הישיבה הרב קופלמאן זי"ע בישיבת וילרייק בבלגיה. ישנה אפילו תמונה מפורסמת שלו בתור ילד עם אביו בביקור אצל הרב קופלמאן. מאידך, בילדותי לקחני אבי שיחי' פעם אחת לטיש של האדמו"ר הפני מנחם מגור, אביו של הגר"ש. אני רק זוכר מאותו אירוע, שתוך כדי 'אמירת התורה' שיחק הפני-מנחם וגלגל את גביע הקידוש בידיו. שאלתי אז את אבי לפשר מעשיו, אך כיום אפשר אולי לומר שהגביע מסמל כידוע במסורת החסידית את ההנהגה, ורימז בקדשו לסתרי תהפוכות האדמורו"ת, כאותו גביע ששיחק בו יוסף עם אחיו. כשהתבגרתי קצת ויגעתי בתורתו של מפענח הצפונות רבינו הגאון שר התורה מרוגוטשוב זי"ע, התוודע לי שהגר"ש אלתר הוא מהיחידי סגולה בדורינו שבקיאים ועוסקים במעיינות תורתו, ואכשר דרא שזכינו להתרוממות קרנו והתגלות אור תורתו בישראל.
ו. לבסוף, מן החובה לומר ולצעוק בראש כל חוצות: על ראש פשעיה של חסידות גור בימינו ייזכר לדורות העיוות המיני שלה בענייני היסוד והקדושה, ההגנה על פדופילים ומשחיתי נעורים (בימים אלה מתנהל המשפט סביב מלכה לייפער, שפגעה בבנות רבות באוסטרליה, וזוכה כמובן להגנה מטעם שר הבריאות ונציג חסידות גור יעקב ליצמן). זכור נזכור לעד את חברינו הקדוש ישראל קרול הי"ד, שנעקד על מזבח הקדושה בישיבות גור, וסומם בכדורים פסיכיאטריים, כפי שהעיד וסיפר בראיון ל Yair Ettinger ב'הארץ' כמה חודשים לפני מותו.
לפני כמה חודשים פרסמתי איגרת אש קודש בעניין זה לחברים מקשיבים, ויה"ר שכשם שזכינו לראות בהתחלת מפלת ממלכת הרשע כן נזכה לקיום הייעוד וּבְכֵן תֵּן כָּבוד ה' לְעַמֶּךָ תְּהִלָּה לִירֵאֶיךָ וְתִקְוָה טובָה לְדורְשֶׁיךָ וּפִתְחון פֶּה לַמְיַחֲלִים לָךְ. וּבְכֵן צַדִּיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ וִישָׁרִים יַעֲלזוּ. וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ. וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה. כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ בב"א
הק'
אבישלום פון שילוח
ישיבת שער השמים פעיה"ק ירושלים
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:24 am#437413
איך ווייס נישט מער ווי איך ליין דא אויף קאוועשטיבעל וועגן די סומאטוכע, אבער לכאורה פאר ר' שאול איז די פלאן גאר א פיינעם, טאמער מ'האלט עס ריכטיג. מיט פארביסענע חברה קען מען קיינמאל נישט בויען א ווערטשאפט, די עיקר דארף זיין נארמאלע באזעסענע מענטשן. די סבה וואס לעיקוואד האט קיינמאל נישט געהאט קיין עמטליכע געלונגענע רעוואלוציע איז דייקא ווייל די אלע שרייערס זענען פארביסענע נעגאטיווע מענטשן.

נאר ר' שאול דארף חושד זיין אז די אנדערע וועלן טענה'ן אויף יעדעם אז ער איז א פארביסענע.

די שאלה איז נאר אויף זיי, פארוואס ווילען זיי נישט פטור ווערן פון די חברה? וואס האבען זיי פון האלטען מענטשען אין די קהלה וואס ווילען נישט זיין דארט?

עכ"פ די גאנצע מעשה איז א געבענטשטע זאך. יעדער חסידות מוז זיך צוטיילען עטליכע מאל, קיין שום רבי קען נישט אנהאלטען אזעלכע ריזיגע עולמס, און די מענטשן ליידען דערפון. דערנאך קענען זיי טענה'ן אז די ציבור קומט פאר די יחיד, ווען זיי האבען נישט מסביר געווען פארוואס א ציבור דארף זיין אזוי גרויס. סאטמאר מעג זיך נאך א פאר מאל צוטיילען, באבוב נאכאמאל, גער נאך א פאר מאל, בעלזא מוז זיך צוטיילען אויף שטיקער, די אלע זאכען זענען צו גרויס. אזוי איז גוט פאר'ן יחיד און די רבים.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 12:08 pm#437425
ר' שאול קומט קיין אמעריקע קומענדיגע וואך. שבת פרשת נח וועט געפראוועט ווערן ברוב עם אין בארא פארק. פרטים יבואו.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 12:41 pm#437426
נארוואס באשטעטיגט:

ר' שאול עפנט צום נייעם זמן א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין ירושלים וואו מ'וועט לערנען געהעריג בעיון פונקט ווי אין גור פאר 15 יאר צוריק.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 1:30 pm#437428
צפור בודד האט געשריבן:https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=1193056407554045&id=100005490900933

כמה הערות בקצרה על פרשת גור
א. התחלת הנהגתו של ראש ישיבת שפת-אמת הגר"ש אלתר שליט"א בשמחת תורה תש"פ פעיה"ק ירושלים, לשמחת לב כל אוהבי החסידות ואוהבי התורה, יש בה הד היסטורי לפרישתו הידועה של מרן רבינו הקדוש בעל מי השילוח מאיזביצ'א בשמחת-תורה שנת ת"ר מחצר קאצק בפולין. כמו אז, גם כיום הסיבה העיקרית לפרישה ולהרמת נס המרד היא שאין דרך היהדות, התורה והחסידות בהשלטת אימה ופחד, טרור ואלימות. כבר אז הבין ברוח-קדשו האיז'ביצער, שבמקום שיש חילול ה' ופגיעה בנשמות ישראל, אין חולקין כבוד לרב, ואפילו יהא הוא השרף מקאצק, שאין עוררין על קדושתו ועל עומק חכמתו. וכמו בימים ההם כן בזמן הזה, המכתב הראשון שהוציא הגר"ש היה המחאה על האלימות האכזרית שהופעלה בשם הרבי נגד העסקן ברלינר, שכל חטאו היה שביקש ללכת לדון בדין-תורה על סכסוך כספי בינו לבין עסקני החסידות. ובמקום שאין איש, בשעה שכל גדולי הדור, אדמורי"ם ורבנים וראשי-ישיבות, שותקים כבר שנים על האלימות השיטתית בחצר גור, ייזכר הגר"ש (ויחד איתו הדיין הגר"מ שפרן) לדורות כמי שקיים את הפסוק 'ולא תגורו מפני איש', וכדרכה של תורה מילא את חובתו ויצא למחות בחריפות.
ב. שורשיה של חסידות גור, מקורה בחבורת האריות של חסידי פרשיסחא בפולין במאה ה-18. חבורה זו עוררה בראשית התהוותה התנגדות רבה בשל האנרכיזם הרוחני ופורץ-הגבולות שלהם, ובשלב מסויים תוכנן חרם חריף נגדם מטעם גדולי הדור (באירוע שידוע כ'אוסטילה חתונה'), אך היא הצליחה להתקבל ללב המיינסטרים החסידי והרבני ולזכות למעמד נחשק בעיקר בזכות הלמדנות העצומה שלה שסחפה אחריה את מיטב הכשרונות והעילויים הצעירים מכל רחבי פולין, עד שאפילו נכדו של גדול-הדור הגאון רבי עקיבא אייגר, 'רבי לייבל'ה' כפי שכונה בחיבה, הצטרף לחבורה זו. גדלותם בתורה, מלבד שיעור קומתם הרוחני והחסידי, הכריחה אפילו אליטה רבנית כ'בית בריסק' להתייחס בהערכה אליהם, ולצטט מחידושיהם בתורה; ומאידך גיסא הם זכו לתמיכתה הנדיבה של הפטרונית תמר'ל ברגסון, האישה היהודית הכי עשירה בפולין בימים ההם, שנכדה הלוא הוא הפילוסוף זוכה פרס הנובל הנרי ברגסון.
המצב בחסידות גור בימינו, צאצאית ישירה כביכול לחבורה מפוארת זו, שהידרדרה עד כדי להיות חסידות של עמי-ארצות, חסידות שבהוראת הרבי ביטלו בה את לימוד העיון בישיבות (כנראה מחמת פרנויה משיעור קומתו התורני של הגר"ש וניסיון לדחוק את השפעתו) – אינה פחות מאבסורד שלא ייאמן בכל קנה מידה היסטורי, סוציולוגי, תורני וחסידי. מכתבו השני והמחזק של הגר"ש המופנה לבחור גוראי שסבל רדיפות והשפלות מחמת רצונו לעבור לישיבה ('מקום תורה אמיתי') בה לומדים בעיון, ייזכר לדורות כמסמך חשוב ומרתק.
ג. לכל נמוכי-השכל והדעת שסופרים ומונים כמה ספודיקים היו בהקפות אצל הגר"ש צריך לומר, החסידות אינה דיר בהמות והיא אינה נמדדת כמו עדרי בקר לפי ספודיקים. השאלה היא בכלל לא כמה חסידים הסתופפו בצילו, וכמה עוד יפרשו לחצרו החדשה, אלא איכותם ומהותם של המסתופפים בצילו. חשוב לזכור שכל חסידות גור, על ריבוא רבבותיה, התחילה בקבוצה קטנה מאוד של כמה צעירים בודדים בפולין, ששיעור קומתו של כל אחד מהם, שווה ערך לעשרת אלפים ספודיקים, אם לא יותר. למיטב ידיעתי והכרותי, בסביבתו של הגר"ש מסתופפים מסלתה ושמנה של חסידות גור, הן במובן התורני (רבנים, דיינים, תלמידי חכמים, יודעי ספר), והן במובן הכלכלי (נגידים, גבירים, בעלי-בתים חשובים), כך שזהו המבחן האמיתי והמעניין שתוצאותיו עוד ישפיעו לטווח ארוך. תבינו לבד מי אלה הנותרים באימפריה השוקעת.
ד. כעת כשהפרשה התפוצצה במלוא עוזה ופותחת מהדורות חדשות, מותר לי לטפוח על השכם בכך שהייתי הראשון שכתב על הסיפור בהרחבה כאן בפייסבוק כבר לפני כמה חודשים (אִיגֶרֶת לְיָדִיד מִשֶּׁכְּבָר הַיָּמִים בִּדְבַר הַשַּׁעֲרוּרִיָּה הַנּוֹרָא בחצה"ק גּוּר), ואף נזרקה בדבריי מעין נבואה לגבי העיתוי של הפרישה בדומה למרד האיז'ביצאי.
וזו הזדמנות לומר כמה מילים על התקשורת החרדית באופן כללי. מלבד קומץ של עיתונאים (מענדי גרוזמן, Eli Bitan, ישראל פריי, Ariela Sternbach ואולי עוד כמה בודדים), אפשר לומר כי התקשורת החרדית חוטאת לתפקידה, ובאופן שיטתי שותקת מול עוולות ופשעים המתרחשים בציבור החרדי, ובעיקר בפרשיות שנוגעות לממסד ולעסקונה השולטת. פרשיות ושחיתויות מושתקות, כתבות מצונזרות, ודיווחי יח"צ נמכרים בעד שלמונים לכל המרבה במחיר. בראש התופעה המגונה והפסולה עומדים עיתונאים כדוגמת י"כ ודומיו, שאין מכבודי אפילו להתייחס אליהם, אבל לא רק. זהו הקו הראשי והמנחה בעיתונות החרדית ובאתרי האינטרנט החרדיים, המשתווה בצורתו ופעילותו לעיתונות בצפון קוריאה ודיקטטורות אחרות. לעיתונות הכללית, המזמינה עיתונאים מסוג זה לראיונות ופאנלים, יש יד בדבר ושותפות לפשע.
ה. כמה אנקדוטות קצרות: ר' יעקב אלתר המכונה אדמו"ר מגור, למד בצעירותו אצל מו"ר ראש הישיבה הרב קופלמאן זי"ע בישיבת וילרייק בבלגיה. ישנה אפילו תמונה מפורסמת שלו בתור ילד עם אביו בביקור אצל הרב קופלמאן. מאידך, בילדותי לקחני אבי שיחי' פעם אחת לטיש של האדמו"ר הפני מנחם מגור, אביו של הגר"ש. אני רק זוכר מאותו אירוע, שתוך כדי 'אמירת התורה' שיחק הפני-מנחם וגלגל את גביע הקידוש בידיו. שאלתי אז את אבי לפשר מעשיו, אך כיום אפשר אולי לומר שהגביע מסמל כידוע במסורת החסידית את ההנהגה, ורימז בקדשו לסתרי תהפוכות האדמורו"ת, כאותו גביע ששיחק בו יוסף עם אחיו. כשהתבגרתי קצת ויגעתי בתורתו של מפענח הצפונות רבינו הגאון שר התורה מרוגוטשוב זי"ע, התוודע לי שהגר"ש אלתר הוא מהיחידי סגולה בדורינו שבקיאים ועוסקים במעיינות תורתו, ואכשר דרא שזכינו להתרוממות קרנו והתגלות אור תורתו בישראל.
ו. לבסוף, מן החובה לומר ולצעוק בראש כל חוצות: על ראש פשעיה של חסידות גור בימינו ייזכר לדורות העיוות המיני שלה בענייני היסוד והקדושה, ההגנה על פדופילים ומשחיתי נעורים (בימים אלה מתנהל המשפט סביב מלכה לייפער, שפגעה בבנות רבות באוסטרליה, וזוכה כמובן להגנה מטעם שר הבריאות ונציג חסידות גור יעקב ליצמן). זכור נזכור לעד את חברינו הקדוש ישראל קרול הי"ד, שנעקד על מזבח הקדושה בישיבות גור, וסומם בכדורים פסיכיאטריים, כפי שהעיד וסיפר בראיון ל Yair Ettinger ב'הארץ' כמה חודשים לפני מותו.
לפני כמה חודשים פרסמתי איגרת אש קודש בעניין זה לחברים מקשיבים, ויה"ר שכשם שזכינו לראות בהתחלת מפלת ממלכת הרשע כן נזכה לקיום הייעוד וּבְכֵן תֵּן כָּבוד ה' לְעַמֶּךָ תְּהִלָּה לִירֵאֶיךָ וְתִקְוָה טובָה לְדורְשֶׁיךָ וּפִתְחון פֶּה לַמְיַחֲלִים לָךְ. וּבְכֵן צַדִּיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ וִישָׁרִים יַעֲלזוּ. וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ. וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה. כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ בב"א
הק'
אבישלום פון שילוח
ישיבת שער השמים פעיה"ק ירושלים


סתם צו וויסן ווער איז דער שרייבער,
מרדכי יוסף פויגל/ אבישלום פון שילוח...
דא האט איר before and after
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 1:31 pm#437429
איסר האטלקי האט געשריבן:נארוואס באשטעטיגט:

ר' שאול עפנט צום נייעם זמן א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין ירושלים וואו מ'וועט לערנען געהעריג בעיון פונקט ווי אין גור פאר 15 יאר צוריק.


"נא לעקוב אחרי פרטים בהמשך" גייט ארויף אויף די עלטערן וואס ווילען שיקען זייערע קינדער דארט?

אדער, ס'גייט ארויף אויף די וואס האבן א רצון מיט צוהאלטן מהנעשה ונשמע בגור?
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 4:11 pm#437432
ווי פונקטליך קלאפט אויס די נמ?
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 5:02 pm#437436
די קינדער פון דעם רבין רבי פנחס מנחם זצ״ל קענען נאך זיין ריזיגע אדמורים דאהי אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. סאיז א ריזיגע טובה פארן ציבור. וברם זכור אותו האיש לטוב, ור׳ מרדכי האגער זצ״ל שמו.
מיטוואך אקטאבער 23, 2019 6:00 pm#437438
איך אויך האט געשריבן:ווי פונקטליך קלאפט אויס די נמ?


די קעפל.

צו וויסען וועמענ'ס עצם די בשורה טובה גייט מדשן זיין...
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 4:48 am#437448
אינטערסאנט פונקט יעצט האט די וואך באשריבן גור
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 10:31 am#437450
רעקארדינג פון ר׳ שאול וועגן דעם פילוג, שארפע אויסדרוקן אבער א קלארקייט אינעם צומישעניש

m https://twitter.com/YakiAdamker/status/ ... 96640?s=20 m
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 12:11 pm#437451
איסר האטלקי האט געשריבן:נארוואס באשטעטיגט:

ר' שאול עפנט צום נייעם זמן א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין ירושלים וואו מ'וועט לערנען געהעריג בעיון פונקט ווי אין גור פאר 15 יאר צוריק.


אפיציעל איז די ישיבה אונטער הרב שרייבער, ר׳ שאול איז פארשטייטציך דער רוקענביין און ממש יעצט אין די מינוטען, געבט ער א דרשה ביים מעמד פתיחת הישיבה
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 3:44 pm#437456
דראמאטישע אנטוויקלונג (אויב אמת)
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 3:45 pm#437457
ר' שאול איז מבטיח אז ער וועט שטיין אונטער יעדעס קינד וואס ווערט געווארפן צוליב אים!
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 3:47 pm#437458
פתיחת הישיבה
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 3:51 pm#437459
כלבאשבוע האט געשריבן:אפיציעל איז די ישיבה אונטער הרב שרייבער, ר׳ שאול איז פארשטייטציך דער רוקענביין און ממש יעצט אין די מינוטען, געבט ער א דרשה ביים מעמד פתיחת הישיבה

נעכטן האט געהייסן אז די ישיבה וועט זיין אונטער ר' דניאל אלתר, ברודער פון ר' שאול - כמנהג אדמור"י גור לדורותיהם נישט צו פירן אליין די מוסדות און זיך נישט אריינמישן, א זאך וואס די רבי האט געטוישט עטליכע יאר צוריק. למעשה האט ר' דניאל זיך ארויסגעצויגן דערפון און לעת עתה נעמט ער נישט קיין צד צווישן ביידע זייטן.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 4:40 pm#437464
מארגן אין 'מקור ראשון'
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 4:43 pm#437465
אין די יעצטיגע מינוטן קומט פאר א אסיפה אין שטוב פון ר' שאול, אינאיינעם מיט שליחים פון האדמו"ר מגור.

אין די זעלבע צייט האט וואלא ארויסגעגעבן א רעדקאדירונג פון אן אינטערוויו מיט ר' שאול וואו ער האקט אויפן רבי'ן א שעה צייט. דאס מיינט אז ער גייט זיך איין טאג אפטיילן, די שאלה איז אויב יעצט אדער נעקסטע יאר...
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 4:49 pm#437466
Re: עמטליכער טיילונג אין גור
איסר האטלקי האט געשריבן:מארגן אין 'מקור ראשון'
כמעט אזויפיל שטריימלעך ווי ספאדיקעס.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 5:27 pm#437471
אסיפה איז פארטיג. קיין רעזולטאטן. ר' שאול וויל זיך איבערטראכטן.

כ'האב שוין געמיינט אז ס'קומט א הסכם פון ראטאציע....
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 6:58 pm#437474
איסר האטלקי האט געשריבן:מורינו ראש הישיבה שליט"א

וועמענ'ס מקום האט ער ממלא געווען, הרב שטיינמאן אדער ר' שמואל אויבערבאך?
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 7:00 pm#437475
צפור בודד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:מארגן אין 'מקור ראשון'
כמעט אזויפיל שטריימלעך ווי ספאדיקעס.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

די וועלכע גייען אן דעם ספאדיק זיי זענען די עכטע סחורה, די וועלכע האבן נאך אן דעם ספאדיק זענען נאר פארווע חברה...
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 12:23 pm#437497
Re: עמטליכער טיילונג אין גור
איסר האטלקי האט געשריבן:מארגן אין 'מקור ראשון'
IMG_5983.JPG



m https://www.makorrishon.co.il/judaism/179209/ m


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 4:18 pm#437510
זיי שרייבן דארט אז ס'דערשטע מאל אין 160 יאר וואס א חסידות צוטיילט זיך בשעת די רבי איז געזונט און שטארק. זעהט אויס אז זיי ווייסן נישט פון קארלסבורג...
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 5:33 pm#437511
גראדע האבן זיי געמיינט אז ער איז נוטה למות.

דער חוזה האט געמאכט א טיילונג פין דער ר"ר מיילע בשעת ער איז געוועהן געזונט און שטארק.
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 5:35 pm#437512
Re: עמטליכער טיילונג אין גור
אישתישבי האט געשריבן:גראדע האבן זיי געמיינט אז ער איז נוטה למות.

דער חוזה האט געמאכט א טיילונג פין דער ר"ר מיילע בשעת ער איז געוועהן געזונט און שטארק.
דער חוזה האט זיך אפגעטיילט אלס א מחלוקת אדער סתם געווארן א רבי? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מוצ"ש אקטאבער 26, 2019 7:55 pm#437514
אישתישבי האט געשריבן:גראדע האבן זיי געמיינט אז ער איז נוטה למות.

דער חוזה האט געמאכט א טיילונג פין דער ר"ר מיילע בשעת ער איז געוועהן געזונט און שטארק.

מאכסט לכאורה א טעות, דער חוזה האט זיך נישט אפגעטיילט פון דער רבי ר' אלימלך. מסתמא האסטו געמיינט צו זאגן פשיסחא פון לובלין. למעשה זאגט רעדט דער שרייבער פון די לעצטע 160 יאר זייט די קאצק איזביצא טיילונג.
מוצ"ש אקטאבער 26, 2019 8:23 pm#437515
דער רבי פון לובלין האט גע'עפענט זיין קרעמל בחיי דער רבי ר' מיילע, און דער צווייטע האט מוחה געווען און איהם פארשיקט פון זיין געגענט. ווי די מעשה גייט מיט די דזשעלינע שלישקעס און דער חלום פון לך לך מארצך, מיט אברהם אבינו מיט סטראקעס. ר' בונם האט אויך אזוי געטון צום רבי פון לובלין. און אלע זענען געווען געזונט און שטארק.
מוצ"ש אקטאבער 26, 2019 8:29 pm#437516
ווי פונקטליך ליגט מיין טעות?

דער חוזה האט אנגעהויבען פירען רעביסטעווע ווען דער ר"ר מיילעך האט געלעבט, און דער ר"ר מיילעך האט נישט מסכים געוועהן. עס איז טאקע נישט באשריבן אסאך, אבער דאך א פאקט וואס איך האב געהערט ביי מלוה מלכה'ס פין פארצייטישע אידן.

לויט ווי איך האב געהערט האט דער חוזה איבערגעבעטן דער ר"ר מיילעך און געטענה'ט אז ער לערנט נאר אויס דאס וואס דער ר"ר מיילעך האט געלערנט, און ער האט עס אנגענומען. און דער סיבה פארוואס דער חוזה האט בכלל דאס געטוהן, איז געוועהן ווייל דער ר"ר איז געווארען עלטער, איז ער שטארק נתפרסם געווארען, און עס איז געקומען א גאר גרויסע עולם, וואס האט נישט פארשטאנען דער תורה פין דער ר"ר מיילעך, און האבן גארנישט קונה געוועהן דארט, האט ער אנגעהויבן אין פירען.

הגם עס זענען מיטגעגאנגען מיט אים גרויסער תלמידים, ווי ר' דוד'ל לעלובער.

איך האט אמאהל געזעהן א מעשה ערגעץ אין א מעשה ביכל וואס שרייבט א גאנצע מעשה ווי דער ר"ר מיילעך איז אליין געפארען רעדן וועגן דעם צו געוויסע גרויסע תלמידים.

קען זיין עס איז דא מער צו דעם וואס מען פארציילט נישט.
מוצ"ש אקטאבער 26, 2019 8:30 pm#437517
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער רבי פון לובלין האט גע'עפענט זיין קרעמל בחיי דער רבי ר' מיילע, און דער צווייטע האט מוחה געווען און איהם פארשיקט פון זיין געגענט. ווי די מעשה גייט מיט די דזשעלינע שלישקעס און דער חלום פון לך לך מארצך, מיט אברהם אבינו מיט סטראקעס. ר' בונם האט אויך אזוי געטון צום רבי פון לובלין. און אלע זענען געווען געזונט און שטארק.


דער איד הקדוש מיינט איר אוודאי.
מוצ"ש אקטאבער 26, 2019 8:45 pm#437521
ווי האט נאר דער רבי געזאגט, קלו וקלו דברי אלקים חיים. דער רבי פון לובלין האט אנגעהויבן פירן בחייו פונעם רבי ר' מיילעך, פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט, מסתמא ווי אישתישבי זאגט. יארן שפעטער האט דער יוד הקדוש זיך נישט געטראפן דאס פלאץ צווישן די פשוטע אידן אין לובלין, האט ער געמאכט א חבורה פון מבקשים, אריינגערעכנט ר' בונים, דער קאצקער, דער רי"ם, און נאך ביי זיך אין פערשיסחע איבערלאזנדיג דעם ראפשיצן רב איינער אליין. פארשטייט זיך אז ס'איז אלץ געווען תחת דגלו פונעם רבין פון לובלין, און זיי פלעגן צוזאמען פארן קיין לובלין. יארן שפעטער ווען דער קאצקער איז געווארן דיפרעסט און זיך איינגעשפארט האט דער איזביצער אפגעפוצט מיט'ן עולם איבערלאזנדיג קוים מנין. למעשה זענען די אלע דריי געשעהענישן געווען אנדערע סארט זאכן אינגאנצן, און די נייע ראש ישיבה מאוומענט איז מער אויפ'ן גאנג פונעם איזביצער'ס מרידה ווי מ'קומט אפיציעל ארויס קעגן דעם רבין פערזענליך, אבער הצד השווה שבהן אז ס'נתרבה געווארן חכמת הפאליטיק אויפ'ן וועלט, ויאכלו חסידים וישבעו.