Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 19 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13412
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 8:42 pm#437764
מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון
אין די קומענדיגע וואכן גייט מאטאראלע ארויסגעבן א פליפּ פאון וואס איז באמת א סמארטפאון. היינט זענען די פיקטשערס ארויסגערינען, און ס'זעהט אויס ווי די געהעריגע חסידישע פליפּ פאון
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 8:43 pm#437765
.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 9:18 pm#437767
וואס איז שלעכט מיט די פליפ סעמסאנג גאלאקסי?
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 10:50 pm#437771
Re: מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון
דער אייבערשטער שיקט די רפואה פאר די מכה! מיין יונגל איז אהיים געקומען פון חדר מיט א שומרים קארטל, דארט איז דא א פיקטשער פון אזא פליפ פאון, מיט חזיר פיסלעך. די מעסעדזש איז, אויב האסטו אזא פאון, האסטו א כשר'ע חזיר פיסל!
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 2:02 pm#437786
Re: מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון
סעמסאנג פלאנט אויך ארויסצוגעבן אזא סארט טעלעפאון.
flip1.jpg
flip4.jpg
flip4.jpg (9.25 KiB) געזען געווארן 1544 מאל
flip2.jpg
flip2.jpg (6.8 KiB) געזען געווארן 1544 מאל
זונטאג נאוועמבער 03, 2019 4:09 pm#437822
חתם סופר האט געשריבן:אין די קומענדיגע וואכן גייט מאטאראלע ארויסגעבן א פליפּ פאון וואס איז באמת א סמארטפאון. היינט זענען די פיקטשערס ארויסגערינען, און ס'זעהט אויס ווי די געהעריגע חסידישע פליפּ פאון

עס גייט ארבעטן פאר ווערייזען אויכעט ?
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:19 am#438436
ס'איז דא!!!

m https://youtu.be/UCv7qwuLpHs m
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:40 am#438438
סקוקט אויס ווי א שיינע דזשאב געמאכט, באט איך זעה נישט וואס די פארלאנג זאל זיין פארדעם.
פאר טעבליטס וואלט אפשר געווען אינטערסאנט אז מזאלעס קענען פאלדען ( אפשר אפילו קענען פאלדן צוויי מאל...) און אריינלייגן אין טאש.
אונז קענען אפשר בענעפיטן פון דעם אז אין ביהמ"ד העט מען קענען קוקן די זייגער אויף די פראנט סקרין אן דעם וואס סזאל פליען שטיינער.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 4:39 pm#438468
קיל צו זען א 'חיים' מיט א קאפל, ריפארטן פאר א רעספעקטפולע טשענעל.

דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:23 pm#438481
חתם סופר האט געשריבן:אין די קומענדיגע וואכן גייט מאטאראלע ארויסגעבן א פליפּ פאון וואס איז באמת א סמארטפאון. היינט זענען די פיקטשערס ארויסגערינען, און ס'זעהט אויס ווי די געהעריגע חסידישע פליפּ פאון

חת"ם סופר: לויט ווי מיר ווערן אינפארמירט האט כ"ק מרן הגאון הקדוש מהר"א מקר"י שליט"א, וועלכער איז ב"ה עומד בראש מערכות ישראל שוין דערהערט דעם וויי געשריי פון שלומי אמוני ישראל וועלכע בלוטיגן אויף די שרעקליכע פירצות און נסיונות הדור וועלכע ווערן ליידער נתרבה פון טאג צו טאג אין אונזער ביטערע תקופה פון עיקבתא דמשיחא. און ער האט שוין געהאט אן אסיפה מיט אן ענגע צאל פון יחידי סגולה. מיט הרב ש.ב. מרגליות שליט"א בראשם. און זיי האבן דן געווען בכובד ראש. און זיי זענען ארויס געקומען מיט אן החלטה אז מ'גייט ארבעטן אויף אלע פראנטן. הרב ש.ב. מרגליות שליט"א וועט שרייבן א פאר פייער'דיגע ארטיקלען אין ..."דער בלאט"...אויך וועט מען ארויסהענגען קול קורא'ס אין אלע (ערליכע) בתי מדרשים. באשרייבן מיט אלע פרטים און רעדן בגנות פון די נייע אביזרייהו דיצה"ר. אויך וועט דער בית דין צדק פון קהילתנו הקדושה גוזר זיין א תענית ציבור. און באסעס וועללן נאכדעם פיהרן דעם עולם צו די הויפטקווארטירן פון די געמיינע קאמפעני, מאטאראלא...!

ס'צירקולירן שמועות אז ליידער איז יד ..."ישראל"... באמצע. אז איינס פון די ..."חטאים"...פון נתן יהוא שר"י איז אז ער איז א שטילער שותף אין די געמיינע מאטאראלא קאמפעני...וה' יהיה בעזרינו להעביר את רוח הטומאה מן העולם...!