פארומס › קאווע שטיבל • כלליות'דיגער פראבלעם

קאווע שטיבל • כלליות'דיגער פראבלעם

297 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1343
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג מאי 8, 2014 10:12 pm#199708
איך האב פארלוירן די אפשען פון אפלאודען בילדער פון מיין געלערי.. וואס טו איך דא??? ווען איך דריק Choose File קומט ארויף: קעמרע, קעמקארדער, וואויס ריקארדער און דעטס איט! @Java @גבאי @אנאנים @אנאנים @אנאנים
דאנערשטאג מאי 8, 2014 11:03 pm#199716
לאליפאפ
איך האב פארלוירן די אפשען פון אפלאודען בילדער פון מיין געלערי.. וואס טו איך דא??? ווען איך דריק Choose File קומט ארויף: קעמרע, קעמקארדער, וואויס ריקארדער און דעטס איט! @Java @גבאי @אנאנים @אנאנים @אנאנים

נאך איינער האט דעם פראבלעם?? פארוואס ענפערט נישט קיינער? דארף איך אריינטעגן אויך @אנאנים? איך וויל שרייבן אבער איך וויל אויך קענען צולייגן עטעטשמענטס!
דאנערשטאג מאי 8, 2014 11:43 pm#199719
ביי מיר קומט אויך ארויף א פערטע אפציע, documents. און פון דארט קענסטו אנקומען צו די געלערי. האסט נישט די אפשען ביי דיר?
פרייטאג מאי 9, 2014 8:38 am#199754
שכוח שמעקי, יעצט באמערקט!
פרייטאג מאי 9, 2014 11:10 am#199780
דיין לייק אפציע האסטו אויך פארלוירן? LOL
זונטאג מאי 11, 2014 12:12 am#199855
שמעקעדיג
דיין לייק אפציע האסטו אויך פארלוירן? LOL

נאדיר צוויי. קאמפענזעישן...
מאנטאג מאי 19, 2014 4:31 pm#201140
שאלה - אין אישי ווען איז א תגובה ארויסגייענדע פאסט און ווען געשיקטע הודעה?
ארויסגייענדע פאסט מיינט אז עס איז נאכנישט געווארן דעליווערט?
מאנטאג מאי 19, 2014 4:36 pm#201141
it means that he didnt read it yet
מאנטאג מאי 19, 2014 6:07 pm#201158
קען איינער מסביר זיין די באדייט פון די מאדנע צורות (א circle מיט ליינס) אויף דיר רעכטע זייט פון די אשכולות ליסטע? ס'זענען דא רויטע און שווארצע, אזעלכע וואס ריקן זיך און עטליכע האבן א רויטע שטערן.

וואס ווייזט עס?

כ'האב אמאל געליינט אז דאס ווייסט אויב ס'איז דא א נייע תגובה אדער אויב איינער ליינען יעצט דעם אשכול, אבער כ'בין נישט קלאר.
מאנטאג מאי 19, 2014 6:37 pm#201168
רויטע: א אשכול וואס האט באקומען א נייע תגובה זייט דו האסט לעצט באזיכט אונעם אשכול.

שווארץ: א געליינטע אשכול.

רויטע שטערן: א אשכול מיט דיין תגובה.

עס רוקט זיך: נאך א געוויסע מספר תגובות אונעם אשכול, הייבט עס אן פארן.
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:34 pm#230009
לעצטענס האב איך פראבלעמען ווען איך פרוביר צו עפענען YouTube ווידיאוס אויף ק"ש. איך קליק און קליק אויפ'ן ווידיאו אבער ס'עפענט זיך נישט, ווי כאילו נישט אים מיינט מען.
איז עס מיין פראבלעם, האט נאך איינער דעם פראבלעם, אדער טעג האט זאגאר אינפעלטרירט מיין סעלפאון? 😮
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:26 am#230017
ס'סאונדט ענדערש א פראבלעם מיט דיין יו-טוב עפפ ווי א פראבלעם פון די ק"ש סיסטעם.
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:31 am#230018
נאך איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז ער האט דעם פראבלעם.
וואס הייסט איך האב א פראבלעם מיט מיין יוטיוב עפפ?
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:33 am#230019
איך האב א פראבלעם אז ביי א יו-טוב קליפ ווען איך דרוק דער פלעי קנעפל קומט ארויף
Webpage not available

The webpage at <a class="postlink" href="https://..............">https://..............</a>. might be temporarily down or it may have moved permanently to a new web address.

וואס איך טו געווענליך, איך ק/פ דער קאוד צום סוף און שפיל עס אויפן עפפ...

איינער ווייסט וויזוי מען פיקסט דעס
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:19 am#231629
דו דיליטס דיין היסטערי?
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:51 am#231665
אפטעמיסט
נאך איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז ער האט דעם פראבלעם.
וואס הייסט איך האב א פראבלעם מיט מיין יוטיוב עפפ?

גם אני בחלומי.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:21 pm#231720
[ציטאט אראפגענומען]

יא איך אויך, אבער נאר אויף מיין פאון.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 7:25 pm#231811
טויש א בראוזער.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 7:50 pm#231817
איז פאראן אן עפפ וואס וועט אראפרוקן מיין אוטאמאטישע לעכטיגקייט סעטינג אויף מיין פאון?
קלארער, איך וויל automatic brightness איך וויל נישט דארפן טוישן מעניועלי עטליכע מאל א טאג, אבער די אטאמאטישע ליכטיגקייט איז צו לעכטיג פאר מיר, איך וויל אן אטאמאטיק ברייטנעס וואס וועט אייביג זיין דרייסיג ביז פערציג פראצענט טונקעלער ווי מיין אטאמאטיק ברייטנעס איז איצט.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:40 pm#237477
עמבעדעד ווידיאס אומקליקבאר
ווער קען דא געבן א האנט?

ביז היינט פלעג איך קענען געהעריג קליקן אויף עמבעדעד ווידיאס און עס האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען, לעיטלי קען איך נישט קליקן קיין עמבעדעד קליפ, עס איז כאילו עס וואלט דארט געליגן א בילד.. אומקליקבאר.

פראבלעם האב איך אויף מיין ענדרויד סעליולער דיווייס.

@געפילטע פיש @אנאנים
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:41 pm#237478
ביזט נישט אליינס. איך האב שוין אויפגעגעבן
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:46 pm#237479
איך מיין אז די קאווע שטיבל עפפ האט נישט די פראבלעם, פון אייגענע ערפארונג.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:51 pm#237480
נאנדעהלעס, אויב דרוקט מען דעם ''ציטיר קנעפל" קומט ארויף די לינק פונעם קליפ, און מ'קען דאס אריינפעיסטן אין יו-טוב.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:57 pm#237483
מאטי
נאנדעהלעס, אויב דרוקט מען דעם ''ציטיר קנעפל" קומט ארויף די לינק פונעם קליפ, און מ'קען דאס אריינפעיסטן אין יו-טוב.

ס'פארגייט שוין אינגאנצן דעם אפעטיט...


ביי דע וועי. איך האב אויך געהאט די פראבלעם אבער דאנק גאט ס'האטצעך אוסגעהיילט.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 8:17 pm#237487
איך האב אן אנדערן פראבלעם, בטעות האב איך געדרוקט צו פאראייביגן אז ס'זאל זיך עפענן מיט עפעס א צוקראכענע עפפ, נישט יו-טוב, און ס'עפנט זיך נישט קיין שום קליפ, ווי אזוי שטעלט מען צוריק צום דיפאלט?
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:31 pm#237495
Settings/apps.
go to the app you've selected as the default, scroll down to "clear default setting"
14168826303760.jpg
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:29 am#237529
איז עס בלויז ביי קראום בראוזער?
איך מיין אז אויפן לעצטן ווערסיע פון קראום איז דער באג פארראכטן. האט נישט מיט ק"ש לכאורה.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:16 am#237534
מאכט טאקע סענס. איך האב אויך געהאט דעם פראבלעם און יעצט איז עס שוין מסודר.
מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 7:05 pm#240675
14185153767040.jpg
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:13 pm#241183
וואס גייט פאר לעצטענס כאפט ק''ש אסאך קורצשלוסן צומאל פון לענגערע שעות ?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:30 pm#241188
ישמעאל הכהן
וואס גייט פאר לעצטענס כאפט ק''ש אסאך קורצשלוסן צומאל פון לענגערע שעות ?

I Second that
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:12 pm#241203
גם אני מצטרף
און בכלל איז עס לעצטנס געפערליך שטייט, אפילו ווען עס ארבעט שוין יא
אין פארגלייך צו אנדערע סייטס וועלכע לאודן זיך אין א בליץ-סעקונדע, נעמט קאווע שטיבל א לענגערע צייט בשעת מיין מייזל אויפן סקרין דרייט זיך און פרייט זיך
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:32 pm#241227
די היינטיגע פראבלעם איז פון אונזער hosting company. מיר אנטשולדיגן זיך פאר די אומבאקוועמליכקייט, און ארבעטן כסדר בעסער צו מאכן די סייט.

בתקוה להבנה.
📎 inmotion.PNG
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:44 pm#241229
Root
א נייער מנהל?
העלא!!!
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:18 pm#241237
דער איז גארנישט אזא נייער מנהל, Root קען ווען זיין דיין עלטער-זיידע. כאפ א טשיל פלעגט מען זאגן ביינונז. 😮 😂
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:27 pm#241239
גערעכט 😮
אפשר בין איך שוין צו אלט און כ'לייד שוין אויפן זכרון 😳
עכ"פ דאס איז זיכער אז מען הערט נישט פון אים און ממילא פארגעסט מען פון אים.
צוריק צום ענין, (כ'ציטער יואב וועט פארמעקן מיין תגובה), קען מען עפעס טון צו פארשנעלערן דעם סיסטעם?
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:42 am#241730
ק''ש איז קרעזי סלאו היינט.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:40 pm#243101
איך אויך האט געשריבן:ק''ש איז קרעזי סלאו היינט.

און היינט.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:51 pm#243396
ס'דא אסאך בובו'ס דא לעצטענס
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:54 pm#243399
יא. די האסטינג איז נישט גוט. כ'האב נאכגעקוקט און געזעהן אז יעדע דעצעמבער מאכט זיך נאכאמאל די זעלבע פראבלעמען. (קוקט אויף אונזער טוויטער פיעד)
מיר זענען אין פארבינדונג מיט די האוסטינג קאמפעני.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:34 am#243505
סאנטא שניידט איבער די קעיבלס מיט זיין שליטן?
מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:57 am#251701
איך ארבעט יעצט אויף א אשכול מיט אסאך לינקס; וואלט איינער געוויסט וויאזוי איך מאך אז א דרעפט זאל צוריק ווערן אזוי ווי ווען מ'הייבט אן א נייע תגובה?

כרגע; גראד ווען איך סעיוו א דרעפט מוז איך קאפי פעיסטן צוריק צו א נייע תגובה כדי עס צו קענען געהעריג עדיטן און צולייגן לינקס.

ווער עס האט א סעלושן זאל מיר פליז @טעגן.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 10:47 am#251705
ATUB @לאליפאפ ATUB
אינעם דרעפט פאלדער קליק אויף 'לאדען דעם דרעפט' אין עס איז צוריק אזויווי ווען מען הייבט אן,
2015-02-04_09.44.43564653891.jpg
2015-02-04_09.44.43564653891.jpg (42.78 KiB) געזען געווארן 2291 מאל
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:51 am#257224
פארוואס איז ק'ש דאון די לעצטע פאר נעכט???
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:54 am#257225
Hosting maintenance
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 12:05 pm#257226
מיר אפדעיטן איבער דעם אויף טוויטער.
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 12:09 pm#257227
פונקט אין אזא פארנומענע טאג ווי פורים?
זונטאג מערץ 08, 2015 7:04 pm#257503
לעצטנס ווארפט מיר דער שטיבל ארויס יעדער מאל איך באזוך דארף איך פון פריש אריינסיינען הגם איך האב געדרוקט די קנעפל ער זאל מיר געדענקען.
נאך איינער האט דער פראבלעם? עס איז דא דערפאר אן עצה?
זונטאג מערץ 08, 2015 7:13 pm#257507
אפילו ביזט א גאנצן צייט מיט די זעלבע אינטערנעט קאנעקשען?
זונטאג מערץ 08, 2015 7:19 pm#257509
יא.
עס מאכט א חילוק טאמער איז עס אן אנדערע קענעקשין?