"אחינו היקרים, באליבטע ברידער פון פארשעי, דזערזי, און בלומינגבורגעראנטש והגלילות!
מיר גייען אייך נישט פארלאזן אין ענקער שעת השמד!
און אונזערע עסקנים ערלעדיגן שוין יעצט, לויטן רוף פון גדולי ומאורי ישראל שבארץ ישראל,
אויפ'ן היינטיגע טאג, מאנטאג זאת חנוכה תש"פ,
ל
עצרת מחאה והסברה רבתי,
למחות על רצון שלטון הכופרים בארצכם, אשר בשאט נפש מעביר את מיטב בנינו לתוך 'כור ההיתוך'
ברצותו להזיק נפשות צעירי עמך בית ישראל, און בעיקר מטרת המחאה,
לעורר תבל ומלואה לנוכח גזירת ההשתקה שגזרו אותם עסקנים רשעים שרבים חללים הפילו,
בסיום המעמד ייערך גם סיום מסכת נדה שנלמדה ע"י בחור בעל מסי"נ שלמד כל המסכתא בהיותו בהמיליטערישע תפיסה,
און פון היינט אהן און ווייטער די אלע ארגוני ההצלה, ווי צ.ב.ש. 'מרכז ההצלה' וועלן אויפשטעלן לאקאלא ביורא'ס אין ענקער געגענד,
און מיר וועלן ביי שטייערן שעות אויפן פראנט פאר זייערע געטרייע וואלונטירן וואס אויף א יעדע צופאל פון קאמפליקאצייעס וואס וועלן זיך מאכן ח"ו,
וועלן זיי מיט געטריישאפט אויספיהלן אייערע אפליקאציעס און וועלן דאס בכובד ראש אריינלייגן אין די גרויסע העפטע,
וואס אי"ה סוף יאהר וועט ערשינען א
יאהר-ביכל וואס מיט דעם וועט מען אויפווייזן קליפ און קלאהר
אז די גאנצע גזירה הלזו באתנו נאר וועגן די רשעות פון זייערע קאלעגע'ס וואס האבן פארלוירן זייערע בושה און פאררופן זיך מיט'ן הייליגע נאמען 'עסקנים'
וואס בלויז וועגן די פאר דאלער וואס דער גארווערנער ימש"ו שמירט אריין אין זייערע טיפע טאשן
און מיט מכלומרשטע תירוצים פון 'יבנה וחכמיה' א.א.וו., האבן זיי געכאפט די מאכט אויף די געפערליכע פראנט,
וואס אחר גביית עדות מעסקנים נאמנים, ניכרים דברי אמת אז כמעט אין בית אשר אין שם מת...
און אזוי ווי אותו זקן, מרן ראש הישבה זצללה"ה האט שוין פאראויס-געזעהן צוריק אין יארע זיבן און פופציג,
אז דארך דעם וואס מ'איז נישט מוחה אויף די פריקת עול פון די עסקנים וואס האבן געלאזט דאס גאנצע 'חינוך' פעלט אין די הענט פונעם גארווערמענט,
און איצטער זעהט מען די ווייטע בליק פונעם 'ראששיבהזכרונולחייהעולםהבא' איז ליידער געוועהן גערעכט...
אבער, אחינו היקרים, לא עוד תשבו בגולה בידיים אזוקות,
און לויט'ן רוף פון שר צבא השמים, ראש גולת כתריאל, לוחם מלחמות המלכים,
הלא הוא רבינו הגדול והקדוש וכו' שליט"א
וועלן אלע ארגאניזאציעס און אפילו מיט'ן 'מרכז עזרה וייעוץ' האבן מיר אפגעשמועסט אז זיי גייען שיקן זייערע איבערגעגעבענע וואלונטירן
אויסצולערנען ענקערע קינדער וויאזוי זיך משוגע צו מאכן און זיך דער'פטר'ן פון אט די געפערליכע גזירה נוראה.
און מיט דעם וועט די ארגענזאציע ארויסווייזן די הכרת הטוב פאר די 'נפש-אחת-קאמפיין'-ביי-שטייער'ס
און ישיב לכם כגמולכם הטוב שגמלתם עמנו בעת צרתנו שלא מכבר נתגלתה כפעייק ניוז.
לפחות אין די פאר יאהר האבן מיר זיך געלערנט תכסיסי מלחמה און זיך געלערנט אקטן ווי א שעת השמד
און פון אונזערע עקספיריענס וועלן מיר אייך מיט טיילן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן וואלף,
אחינו היקרים, ימינינו פרושה לשלומכם ולעזרת מצריכם, ושמאלנו מחטטת בתוך כיסיכם.
איש בל יעדר