Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • ווער איז יצחק שטערן?

קאווע שטיבל • ווער איז יצחק שטערן?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13526
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:09 pm#441109
ווער איז יצחק שטערן?
פין די לעצטע איסור קול קורא אויף ר' שמואל ניימאן פארט ארום דער נאמען יצחק שטערן אלץ דער וואס גייט ארום פעדלען פאר חתימות פין רבנים.

ווי אויך דערמאנט ליפא שמעלצער זיין נאמען און א שני וחמישי אלץ דער וואס איז ארום געגאנגען זאמלען חתימות קעגן אים.

שמע מינה אז ער איז דער למעשה'דיגע מנהיג פין היינטיגע יהדות החרדית, זייענדיג דער דיפ סטעיט כח אונטער די רבנים און זייערע קול קורא'ס איסורים חרמות. איז דאך ווערט מען זאל אים באשרייבן באריכות,

וואס איז ער?
מה טיבו?
א ת"ח א ע"ה?
א יאר שמים אדער א קל?
א רשע אדער א גוטער?
ועוד כאלה.
ווער עס האט אינפאָרמאַציע וועגן דער מענטש, און א בילד ווערט געבעטן צו שרייבן.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:22 pm#441110
א פובליק פיגור פארשטיי איך אז ס'איז פשוט אז מ'קען צונעמען אין פובליק.

א פריוואטע מענטש, אוודאי אז נישט.

וואס טוהט מען אבער מיט אזא באהאלטענע פובליק פיגור? אזא דיעפּ סטעיט סטיל מענטש. וואס דרייט אן דער פובליק אבער לעבט אזוי פריוואט?
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:25 pm#441111
.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:43 pm#441112
ער איז נישט פריוואט, ער איז פאבליק. אז נישט וועט מען אים מאכען פאבליק.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:45 pm#441113
קורקלענד האט געשריבן:א פובליק פיגור פארשטיי איך אז ס'איז פשוט אז מ'קען צונעמען אין פובליק.

א פריוואטע מענטש, אוודאי אז נישט.

וואס טוהט מען אבער מיט אזא באהאלטענע פובליק פיגור? אזא דיעפּ סטעיט סטיל מענטש. וואס דרייט אן דער פובליק אבער לעבט אזוי פריוואט?


וועט מען אים באהאלטענערהייט אויף ק"ש באשרייבן.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:45 pm#441114
אישתישבי האט געשריבן:ווי אויך דערמאנט ליפא שמעלצער זיין נאמען און א שני וחמישי אלץ דער וואס איז ארום געגאנגען זאמלען חתימות קעגן אים.


ער רעדט בעיקר פונעם סיריעל מחאה אנדרייער אשר פרידמאן אבער דערמאנט אויך זיין שוואגער יצחק שטערן
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:56 pm#441122
m https://twitter.com/hasidic1/status/832 ... 77472?s=09 m

ער דארף צו זיין אויף דער פיקטשער. קען איינער צו ווייזן ווער עס איז?
דינסטאג יאנואר 07, 2020 3:08 pm#441128
יצחק שטערן איז דער סוליימאני פין די א. ג. גייסטליכע פארטיי אין וויליאמסבורג.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 3:13 pm#441130
גדליה האט געשריבן:יצחק שטערן איז דער סוליימאני פין די א. ג. גייסטליכע פארטיי אין וויליאמסבורג.


פיל ארגער!
דינסטאג יאנואר 07, 2020 3:37 pm#441131
דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:04 pm#441132
DDyKi8kXgAYRAiy.jpg
ביי די גיוס אסיפה
דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:29 pm#441133
Re: ווער איז יצחק שטערן?
קאך_לעפל האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:יצחק שטערן איז דער סוליימאני פין די א. ג. גייסטליכע פארטיי אין וויליאמסבורג.


פיל ארגער!
ארגער ווי ארגער
דינסטאג יאנואר 07, 2020 5:34 pm#441136
Re: ווער איז יצחק שטערן?
גדליה האט געשריבן:יצחק שטערן איז דער סוליימאני פין די א. ג. גייסטליכע פארטיי אין וויליאמסבורג.
ברויך מען לאזן וויסן דעם פרעזידענט דערוועגן
דינסטאג יאנואר 07, 2020 11:11 pm#441153
ער איז נחומ'ס ארכי שונא
מיטוואך יאנואר 08, 2020 12:18 pm#441169
איך זעה אויך אז ער איז זייער נאנט מיט דער פירערשאפט פון דער זאלי פארטיי, ווען ער האט חתונה געמאכט איז געווען א שבע ברכות אין דער הויז פין דער אדמו"ר זאלונים.
מיטוואך יאנואר 08, 2020 12:56 pm#441172
אויך איז ער א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה פין רז"ל וומס"ג
מיטוואך יאנואר 08, 2020 4:14 pm#441174
ער איז געווען דער מנהל אין לאנדאנער סאטמאר ת"ת ארום תש"מ'ס/תש"נ'ס וואו ער האט געהאט א רעפוטאציע פאר א שרעקליכער שלעגער. בימים ההם איז ער געגאנגען א טשולנט טאפ. פאר צוויי דריי יאר צוריק איז ער געווען אין לאנדאן אויף א חתונה און א געוועזענער תלמוד האט זיך מיט אים בעגעגנט ביים חתונה און אים א געהאקט די זייטן.

באקומען אין אישי
מיטוואך יאנואר 08, 2020 4:15 pm#441175
האבן מיר דערווייל א שטיקעל בילד פין דער מענטש יצחק שטערן.

א שלעגער,
א מגיד שיעור

וואס איז מיט דער רעשט? איז ער א פיפיגער פיסק?
מיטוואך יאנואר 08, 2020 6:27 pm#441178
Re: ווער איז יצחק שטערן?
און לאנדאן איז ער באוויסט פאר דברים שהשתיקה יפה להם.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 08, 2020 9:41 pm#441181
איינער ווייסט פארוואס ער האט זיך אריבערגעצויגן פון לאנדאן אהער?
מיטוואך יאנואר 08, 2020 10:21 pm#441185
Re: ווער איז יצחק שטערן?
שמעי' האט געשריבן:און לאנדאן איז ער באוויסט פאר דברים שהשתיקה יפה להם.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
פארוואס נישט? עס קאסט דאך נישט קיין געלט צו זאגן.
מיטוואך יאנואר 08, 2020 10:22 pm#441186
Re: ווער איז יצחק שטערן?
קורקלענד האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ער האט זיך אריבערגעצויגן פון לאנדאן אהער?
אפיציעל צו ווערן מנהל אין ישיבה קטנה, אומאפיציעל הייסט עס אז מען האט אים אהערגעברענגט צו ארבעטן פאר די פארטיי.
מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:44 pm#441188
שמעי' האט געשריבן:און לאנדאן איז ער באוויסט פאר דברים שהשתיקה יפה להם.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk


לכאורה ווייל ער האט גערעדט ביים דאווענען, ווייל מען ווייסט אז שתיקה יפה בשעת התפילה.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:40 am#441189
יצחק שטערן
האט איינער זיין היים נאמבער אדער סעל נאמבער ווי איך קען אנקומען צו אים?
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:54 am#441191
אונטער חכם האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ער האט זיך אריבערגעצויגן פון לאנדאן אהער?
אפיציעל צו ווערן מנהל אין ישיבה קטנה, אומאפיציעל הייסט עס אז מען האט אים אהערגעברענגט צו ארבעטן פאר די פארטיי.

האט איינער נאך אומאפיציעלע סיבות?
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:36 am#441194
קול קורא האט געשריבן:האט איינער זיין היים נאמבער אדער סעל נאמבער ווי איך קען אנקומען צו אים?


אויף וואס ווילסטו ער זאל דיר ערלעדיגן א קול קורא?
מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:25 pm#441281
אונטער חכם האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ער האט זיך אריבערגעצויגן פון לאנדאן אהער?
אפיציעל צו ווערן מנהל אין ישיבה קטנה, אומאפיציעל הייסט עס אז מען האט אים אהערגעברענגט צו ארבעטן פאר די פארטיי.

ער איז געקומען קיין אמעריקא נאכען ווערן ארויסגעווארפען פון ת''ת וואס איז פארשטייט זיך געווען פאר איהם א גרויס בזיון.
זייענדיג אין לאנדאן האט ער געפענט א ישיבה קטנה פאר די גוטע בחור'לעך און א באזונדערע ישב''ק פאר די שוואכערע חברה מאכענדיג א דייטשע סעלעקציע צווישען 13 יעריגע תינוקת(!), רעדענדיג נאך היינט מיט די תלמידים פון דעמאלטס שפירט זיך נאך די אומגעהויערע וויייטאג וואס ליגט זיי אין הארץ ווערענדיג אפגעסטעמפעלט אלץ 2' קלאס א זעלטענע געפיללאזע שריט צו באגיין!.
מוצ"ש יאנואר 11, 2020 9:36 pm#441286
שטימט דא מיט רח"ד כ"ץ שיטה אז עס דא קראנקע וואס מעגען גיין צו ר' שמואל, און געזונטע וואס דארפען וויסן אז עס איז אסור.
זונטאג יאנואר 12, 2020 3:16 am#441313
איינער ווייסט וויפל ער רעכנט פאר א מער ערענסטע קול קורא דהיינו נישט נאר פון די סאטמארע דיינים? און ווי אויך צו ער קען ערלעדיגן פון די ליטווישע חדר אויך (נישט ר' מלכיאל קאטלער נאר די וואס גייען בכלל נישט מיט סאטמאר)?
זונטאג יאנואר 12, 2020 5:06 am#441317
.
זונטאג יאנואר 12, 2020 10:25 pm#441347
בן ישי האט געשריבן:איינער ווייסט וויפל ער רעכנט פאר א מער ערענסטע קול קורא דהיינו נישט נאר פון די סאטמארע דיינים? און ווי אויך צו ער קען ערלעדיגן פון די ליטווישע חדר אויך (נישט ר' מלכיאל קאטלער נאר די וואס גייען בכלל נישט מיט סאטמאר)?


לכוארה נישט ער ארבייט דאך מיט היימישע טעראר וואס רעדט אינגאנצען נישט צו רבנים פון די ברייטערע גאס [השווה;אפרים שטרן (ברודער); סקולענער רבי'ס יונגסטער'ס זון שמואל מרדכי (ערשטע קאזין)].
מאנטאג יאנואר 13, 2020 4:16 pm#441417
איך הער אז לאנדאן איז באקאנט אלץ מער תמימותדיג ראדיקאלע פלאץ טא פארוואס קומט ער אהער ? אדער גאר דארט איז שוין אן עולם התיקון?
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 11:23 pm#442382
איינער קען אפשר געבו א קלארע ביאגראפיע אויף דעם מענטש?!
זונטאג פעברואר 02, 2020 7:13 pm#442426
זעהט אויס אז עס איז נישטא מיט וואס אנצופילן אפאר שורות וועגן אים. א פלעינע פארביטערטע סאטמערע וואס אויף פרנסה איז ער געהייערט צו שטיפען די סאטמארער אגענדע אפילו עס איז אויף דער חשבון פין אידיש בלוט.

זאל דער אויבערשטער אים באצאלן, און זיך מרחם זיין אויף אים, ער זאל נישט קענען אויספירן די בייזוויליגע סאטמארע רשעות, ובית צדיקים יעמוד לעולם.
זונטאג פעברואר 02, 2020 8:58 pm#442429
אויב איינער קען טאקע ערלעדיגן ביי ר׳ יצחק שטערן א קול קורא קעגן מיר וועל איך אים זייער עפרישיעטען.

סאיז נישט שווער אים איבערצורעדן ווייז אים מיינע תגובות דא אין קאווע שטיבל ער וועט גלייך שפרינגן דערויף.

ווי אויך ווערט געזוכט ״מעטשערס״ זאלן מעטשן אלע נדבות.

מיט די געלט גייט מען בויען א ״סאציאליסטישע שול״ אינמיטן בארא פארק און וויפל ס׳בלייבט איבער וועט מען געבן פאר בערני סענדארס קאמפיין.

ייש״כ למפרע. תזכה למצות...
זונטאג פעברואר 02, 2020 11:15 pm#442434
א סאציאליסט מיט א תאוות הממון? נעה. א פאלשע סאציאליסט.
מאנטאג פעברואר 03, 2020 1:32 am#442441
ער מאכט חתונה דעי וואך, עריז ביזי יעצט.
מיטוואך פעברואר 05, 2020 9:41 pm#442582
ווי אלט איז ער?
בעצם איז ער א פריינטליכע מענטש?