Under maintenance
הויפט זייט » ליפא שמעלצער נייע אלבום

ליפא שמעלצער נייע אלבום

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13563
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 2:04 pm#442282
ליפא שמעלצער נייע אלבום
אונז אלע געדענקן די אמאליגע שיינע סידיס פון ליפא׳לע, אנגעפילט מיט ניגונים וועלכע האבן געברענט התעוררות און שמחה.

די לעצטע סידי וואס ליפא האט ארויסגעגיבן איז געווען 5 יאר צוריק, און ער האט עס געמאכט אינאיינעם מיט מעט דאב, א די. דזעי. מוזיקאנט, און פארשטייט זיך אז די גאנצע סידי איז געווען די. דזשעי. מוזיק וואס האט נישט אזוי שטארק געצויגן אונז היימישע אידעלעך וועלכע זענען צוגעוואוינט צו א ווארימע ״אל תסתר״ אדער א הארציגע ״חמול חמול עלינו״ ״אוי אוי אוי אוי ובפרט על יושבי ארץ ישראל״ אדער א פרייליכע ״שלא שלא עשני גוי, זאגט א יעדע איד אזוי״ אדיר א לעבעדיגער ״שטיי אויף״ אא״וו.

בקיצור די לעצטע מאל ליפא האט ארויסגעגיבן אזא סטיל סידי איז געווען גאנצע זיבן יאר צוריק! און איצט האט דערגרייכט די צייט ווען די חברה האבן געמאלדן אז ליפא׳ס נייע סידי האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלן און עס איז ערווארטעט צו זיין פונקט ווי זיינע אמאליגע אלבומס.

דאס איז א היסטארישע דערגרייכונג, ספעציעל ווי יעדער האט מיטגעהאלטן די טוישונגען די לעצטע פאר יאר. און מיר ווארטן אומגעדולדיג צו הערן זיין פרישע חידושים און איידיעס.

איך האף נאר אז ער האט שכל און גייט זיך נישט פרובירן צו צופרידנשטעלן די פרומע כולל אינגערלייט וואס גייען סיי ווי נישט קויפן זיין סידי, און איך האף ער גייט האבן גוטע שטיק דערין וואס מען וועט קענען לאכן, הנאה האבן, ווערן אנגעווארעמט און אויפגעלייגט.

ווער עס האט מער פרטים זאל האלטן די עולם אפדעיטעד.

לחיים.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:30 pm#442297
קיינער איז נישט נייגעריג אין זיין פרישע סידי
קיין שיין קול האט ער נישט ער איז אראפ פון די מאפע...
פארפאלן מיט די צוריק קומען איז ער נאכאלץ אפגעפרעגט און אראפגעקוקט ביים היימישען אידנטום
מיר ערווארטן סידיס פון מרדכי ווערדיגער אברהם פריעד מאטי שטיינמעץ מאטי אילאוויטש אייזיק האניג יעקב שוועקי וכדומה נישט פון אים
ווען זיי קומען ארויס איז דא א חן אינעם אלבוים נישט ווי איז דיין בארד... וד"ל ליפא איז נישט באשאנקען געווארן מיט שכל פינטל.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:35 pm#442298
איך בין נייגעריג.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:35 pm#442299
דאס איז דאך די קונץ פון א בעל דרשן, צו רעדן און רעדן און גארנישט זאגן...
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:52 pm#442301
בעל דרשן האט געשריבן:קיינער איז נישט נייגעריג אין זיין פרישע סידי
קיין שיין קול האט ער נישט ער איז אראפ פון די מאפע...
פארפאלן מיט די צוריק קומען איז ער נאכאלץ אפגעפרעגט און אראפגעקוקט ביים היימישען אידנטום
מיר ערווארטן סידיס פון מרדכי ווערדיגער אברהם פריעד מאטי שטיינמעץ מאטי אילאוויטש אייזיק האניג יעקב שוועקי וכדומה נישט פון אים
ווען זיי קומען ארויס איז דא א חן אינעם אלבוים נישט ווי איז דיין בארד... וד"ל ליפא איז נישט באשאנקען געווארן מיט שכל פינטל.

קיינער? שקר!
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:57 pm#442302
מען דארף נישט שכל צו האבן טאלאנט.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:59 pm#442303
גם אני מצטרף לקבוצת הנייגעריגע, און איך קען קוים ווארטן צו לויפן קויפן זיין פרישע קאסעטע. איך האף אבער אז ס'וועט האבן די אלטע טעם מיט א פרישע טוויסט.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 12:23 am#442309
#גםאני
פרייטאג יאנואר 31, 2020 12:46 am#442311
אביסעל צו מסביר זיין מיינע ווערטער איך האב אויך זייער געווארט אויף די אלבוים און געווען נייגעריג ווי אלע אדער נאך מער ווי רוב עמך אידן
אבער נאכדעם ווי איינער האט מיר מסביר געווען אז עס איז כמעט אוממעגלעך אז ליפא זאל ערשיינען מיט א סידי אזוי ווי שמע צו לטובה ליפא בלייבט ליפא און ער וועט אייביג פרובירן צו זיין אנדערש ווי די ציבור
ער איז בעסער ווי אמאל קען זיין אבער משוגעתן טוישען זיך נישט פון איין טאג אויפן צווייטן
הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט און עס זאל קומען א סידי איינס אין די וועלט אבער זייער שווער פאראויס צו זאגן ער האט א חזקה אויף נארישע זאכן וואס ער טוט נאר צו אויפרידערן א וועלט וואס דאס וועסטי נישט זעען ביי מאטי שטיינמעץ און אפילו ביי אזעלכע זינגערס ווי שוועקי צו אוהד מאשקאוויטש
איך האף ענק פארשטייען מיינע ווערטער
רעד זיך נישט איין אז די זאלסט זיך נישט שפעטער דארפן אויסרעדן און פארענטפערן...
פרייטאג יאנואר 31, 2020 1:23 am#442314
איך רעד זיך נישט איין און איך וועל מיר נישט דארפן אויסרעדן, איך וועל ווארטן אויף די פראדוקט, און עס דזשאזשען דעמאלטס.
פרייטאג יאנואר 31, 2020 2:35 am#442319
קודם כל אני מתנצל ומוסר מודאה, דלהוי ידוע שמעשי שטן הצליח ובטעות לייקקתי לאיזה תגובה באשכולנו שאין הדעת סובלתו ואין רוח חכמים נוחה הימנה והשם הטוב יכפר...

בעל דרשן האט געשריבן:ער האט א חזקה אויף נארישע זאכן וואס ער טוט נאר צו אויפרידערן א וועלט וואס דאס וועסטי נישט זעען ביי מאטי שטיינמעץ און אפילו ביי אזעלכע זינגערס ווי שוועקי צו אוהד מאשקאוויטש
איך האף ענק פארשטייען מיינע ווערטער
רעד זיך נישט איין אז די זאלסט זיך נישט שפעטער דארפן אויסרעדן און פארענטפערן...


אז דו פארשטייסט נישט דער דיפערענץ פון א פלעין ווענילע סידי וואס פעטשט ארויף פסוקים אויף א ביט ווי אויף א סדום-בעטל, לאומת א סידי וואס איז א שטיק טאלאנט און ארטיסטישקייט איז נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש בכלל (איך רעד נישט פון "שטימע").
מאנטאג פעברואר 24, 2020 6:59 pm#443338
E066DBE0-27AD-4670-BDAF-DFA182B23AC7.jpeg
מאנטאג פעברואר 24, 2020 7:01 pm#443340
וואס זאגט די עולם צום קאווער? איך גלייך גראדע א שיינע שטיקל גראפיקס מיט א גוטע בילד פון אים, ענדערש ווי א פעינטינג, ווי למשל: א פשוטע איד, אדער מעומקא דליבא.

דאס איז טאקע זייער דיפערענט און קען זיין דאס האט ער געוואלט.
מאנטאג פעברואר 24, 2020 7:22 pm#443341
איך ווייס ״אל תסתכל בקנקן״ אבער מיט דעם אלעם, עס קוקט אויס מער ווי א היפי אלבום ווי אן אלבום פון ווארימע ניגונים. ואיבעית אימא, ער ווייזט פאר יעדן איינעם אז ער טוט וואס ער וויל, און פייפט אן די גאנצע וועלט. ״קיינער וועט מיר נישט זאגן וויאזוי צו מאכן אן אלבום״.
מאנטאג פעברואר 24, 2020 8:03 pm#443343
חתן בחור האט געשריבן:איך ווייס ״אל תסתכל בקנקן״ אבער מיט דעם אלעם, עס קוקט אויס מער ווי א היפי אלבום ווי אן אלבום פון ווארימע ניגונים. ואיבעית אימא, ער ווייזט פאר יעדן איינעם אז ער טוט וואס ער וויל, און פייפט אן די גאנצע וועלט. ״קיינער וועט מיר נישט זאגן וויאזוי צו מאכן אן אלבום״.


ארט קען ווערן אויסגעטייטשט ביי יעדן לויט זיין שורש נשמה.

אז עס איז געשריבן קען געבן א אימפרעשען ווי פארצייטיש.
עס קען אויך זיין מחמת חומרא ווייל עס איז דא פוסקים וואס אסר'ן צו ניצען אותיות מרובעות, ומהאי טעמא ניצט מען עס אויף אינוויטעישען'ס.
ווי אויך, קען עס געבען א דערהער פין חידושי תורה וואס ווערען געשריבן.
והרחב לבו יפרש יותר.
מאנטאג פעברואר 24, 2020 8:30 pm#443344
ער האט זיך געלערנט פעינטינג אין די לעצטע פאר יאר זעהט אויס ער לעבט יעצט אין די וועלט.
כבין נייגעריג צו ער האט עס געמאלן אויב יא טויג ער דאך יא צו עפעס.... :lol:
מאנטאג פעברואר 24, 2020 8:49 pm#443345
Re: ליפא שמעלצער נייע אלבום
יאך האב די עיקר הנאה פון דעם אז די דראט - דארט פון אונטן רעכטס - איז צוגעקלעפט מיט סקאטש טעיפ, ווארשיינלעך א זכר צו די באנענע וואס איז געווען צוגעקלעפט מיט טעיפ צום וואנט און האט זיך פארקויפט פאר 120 טויזנט דאלאר. דאס קומט צו ווייזן אז הגם עס איז לאו דווקא דא ארט אינעם תוכן, אבער אויב מען פעקעדזשד עס גוט, איז עס ווערט דאס געלט...
דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:57 am#443355
בעל דרשן האט געשריבן:קיינער איז נישט נייגעריג אין זיין פרישע סידי
קיין שיין קול האט ער נישט ער איז אראפ פון די מאפע...
פארפאלן מיט די צוריק קומען איז ער נאכאלץ אפגעפרעגט און אראפגעקוקט ביים היימישען אידנטום
מיר ערווארטן סידיס פון מרדכי ווערדיגער אברהם פריעד מאטי שטיינמעץ מאטי אילאוויטש אייזיק האניג יעקב שוועקי וכדומה נישט פון אים
ווען זיי קומען ארויס איז דא א חן אינעם אלבוים נישט ווי איז דיין בארד... וד"ל ליפא איז נישט באשאנקען געווארן מיט שכל פינטל.

געפעלט מיר ווי די רעכנסט אויס נעמען וואס כולי עלמא מודי אז אויף זיי ווארט מען יא... והא ראיה דו האסט עס אליין געזאגט
דינסטאג פעברואר 25, 2020 2:15 am#443356
בעל דרשן האט געשריבן:אביסעל צו מסביר זיין מיינע ווערטער איך האב אויך זייער געווארט אויף די אלבוים און געווען נייגעריג ווי אלע אדער נאך מער ווי רוב עמך אידן
אבער נאכדעם ווי איינער האט מיר מסביר געווען אז עס איז כמעט אוממעגלעך אז ליפא זאל ערשיינען מיט א סידי אזוי ווי שמע צו לטובה ליפא בלייבט ליפא און ער וועט אייביג פרובירן צו זיין אנדערש ווי די ציבור
ער איז בעסער ווי אמאל קען זיין אבער משוגעתן טוישען זיך נישט פון איין טאג אויפן צווייטן
הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט און עס זאל קומען א סידי איינס אין די וועלט אבער זייער שווער פאראויס צו זאגן ער האט א חזקה אויף נארישע זאכן וואס ער טוט נאר צו אויפרידערן א וועלט וואס דאס וועסטי נישט זעען ביי מאטי שטיינמעץ און אפילו ביי אזעלכע זינגערס ווי שוועקי צו אוהד מאשקאוויטש
איך האף ענק פארשטייען מיינע ווערטער
רעד זיך נישט איין אז די זאלסט זיך נישט שפעטער דארפן אויסרעדן און פארענטפערן...

מיינסט צו זאגן ער איז אזא סופערסטאר אז די וועלט ווערט אויפגערודערט ווען מ'הערט אז ער קומט ארויס מיט א אלבום...

יעדער האט זיין טעיסט, אבער דו מאכסט א טעות וואס אסאך מאכן; ווען מ'האלט אינאיין צוריקקוקן אויפן עבר קען מען נישט ענדזשויען וואס מ'האט יעצט, אוממעגליך!
צווייטנס, אויב האסטו אים ליב אזוי לאנג ווי ער שטעלט צו עפעס וואס דיר געפעלט, דעמאלטס הייבסטו נישט אן אים צו גלייכן, ווילאנג ער שטעלט צו וואס דיר געפעלט איז גוט און אז נישט איז ער גארנישט ווערט יא? האסט אלע רעכטן צו האבן א מיינונג, די פראבלעם איז דו פארגעסט אז דו ביזט נישט די איינציגסטער אויפן פלאנעט וואס הערט אים אויס, און מוזיק האלט אין איין איוואלוון (אפגערעדט אז די מוזיק פון די אמאליגע אלבום'ס קאסט פיל טייערער און ס'לוינט נישט היינט צו אינוועסטירן) מילא מ'דארף געבן פאר די צוהערערס וואס ס'איז היינט אנגענומען, ווי שטארק איך גלייך די אלטע סחורה איז עס נישט אין סטייל ווי ס'פלעגט זיין, איך פיר נישט זיינע חשבונות כ'גלייב ער האט פרובירט די בעסטע וואס ער קען צופרידנצושטעלן ווי ווייט מעגליך יעדעם איינעם, אבער קומען מיט העיט פאר א זאך איז בכלל אינדרויסן אפשר טרייסטו סתם צו בארוהיגן די עקסייטמענט אביסל.. כ'זעה אבער ווי די רייסט אים אראפ און דו זאגסט נאך ווי שטארק דו האסט געווארט פאר עס סא כ'בין נישט קלאר וואס דא טוט זיך
דינסטאג פעברואר 25, 2020 2:28 am#443357
חתן בחור האט געשריבן:ואיבעית אימא, ער ווייזט פאר יעדן איינעם אז ער טוט וואס ער וויל, און פייפט אן די גאנצע וועלט. ״קיינער וועט מיר נישט זאגן וויאזוי צו מאכן אן אלבום״.

דאס הייסט אן ארטיסט, אטאדאס. ווילסט הערן וואס איך האב צו פארקויפן, הער געזונטערהייט איך קען דיר מאכן טראכטן, איך קען רעדן פון הארץ, אדער קען איך גרעפצן אויך אויב ס'געפעלט מיר, מוזט נישט פארשטיין צו מיר, און פארדעם איז עס ארט און נישט ס'זאל מיר ברענגען רווחים אדער דזשאבס, דאס מיינט זינגען, אן אנדערע זאך אינגאנצן.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 3:52 pm#443379
ליפא שמעלצער נייע אלבום
קאמפאזיטארן אויפ׳ן נייעם אלבום: ליפא, הערשי וויינבערגער, חזקי ווייס (פארפאסער פונעם פאפולערן אלבום ׳לב אל הנשמה׳) און איין אלטע ניגון.

אראנדזשירער אויפ׳ן אלבום: יואלי דיקמאן, אלי לישינסקי, יהודה גאלילי, און דוד טויב.

דער אלבום איז ערווארטעט צו זיין אינדרויסן דעם דאנערשטאג אי״ה.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:23 pm#443386
עקעלדיגע קאווער פוי ווי איז די שכל דעס מיינט ער קומט ארויס מיט א חסידישע אלבוים????
דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:49 pm#443389
דו ביזט די די זעלבע בעל דרשן פון די פריעדיגע מעסעדזשעס, יא?

איך ווייס נישט פארוואס דו קומסט אפילו אריין אין די אשכול דא, עס איז נישט פאר דיר. עפעס העצע ליגט אין דיינע מעסעדזשעס דא.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:02 pm#443399
בעל דרשן האט געשריבן:עקעלדיגע קאווער פוי ווי איז די שכל דעס מיינט ער קומט ארויס מיט א חסידישע אלבוים????

פוי פוי פוי. די קאווער קען זיך אפילו נישט פארמעסטן מיט די גראפיקס פון א צעטל אין מאה שערים, זיינע ניגונים הערן זיך ווי דזיבירעש קעגן מיינע שבת זמירות. פוי!
מיטוואך פעברואר 26, 2020 12:08 am#443405
ליפא שמעלצער נייע אלבום
לדעתי, טאמער איז די אלבום אזוי ארטיסטיש ווי די קאווער איז דא אסאך טאלאנט צו ערווארטן דערפון און זיך דערקוויקן דערמיט.

איך האלט אז ס׳איז שטארק ארטיסטיש פון א מאדערן קוק-ווינקל; עס עוואקט א פילינג (לדעתי) פון נוצן פשוטע זאכן אויף אויסצופארמען עפעס מוזיקאליש; דורך פשטות צוצוקומען צו עפעס טראנסענדענט. עפעס וואס מ׳ערווארט פון א מוזיקאלישן ארטיסט (בפרט פון אזא קריעיטיוו טאלאנט ווי ליפא׳ס קאליבער; קריעיטיוו טאלאנט איז קריעיטיוו טאלאנט).

עס קען אויך זיין אז ער וויל מרמז זיין טאקע צו דעם אז פון מבוזה׳דיגע זאכן [מ׳האט אים מבזה געווען, דערווייטערט וכו׳] שטעלט מען דאך צאם ארט.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 9:18 pm#443435
Re: ליפא שמעלצער נייע אלבום
מיטוואך פעברואר 26, 2020 11:13 pm#443436
בעל דרשן האט געשריבן:עקעלדיגע קאווער פוי ווי איז די שכל דעס מיינט ער קומט ארויס מיט א חסידישע אלבוים????

צו מיר קוקט די קאווער אויס זייער חסידיש. עכט פארצייטישע האנט געמאלענע קונסט, אן קיין קאמפיוטער פראגראמען און טעכנאלאגישע עפפס אריינגעמישט. אשרי חלקו!
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 3:06 am#443440
Re: ליפא שמעלצער נייע אלבום
די דעקל קוקט אויס גענוי ווי די ארטס-ענד-קרעפטס וואס איך פלעג מאכן אין דעי-קעמפ ביי די 4 יאר אלט
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 12:43 pm#443450
יעצט זעה איך אל תתככל בקנקן אלא במה שבתוכו
די דעקל איז עקעלהאפטיג אבער די סידי קוקט אויס צו זיין גאר גאר שיין א שטייגער צו זיינע פריעדיגע סידיס
פארפאלן ליפא האט טאלאנט וואס קיינער האט נישט
די חתם סופר ניגון א שטארקע נקודה ברענגט ער ארויס
בך בטחו איז דאך א שטיק הארץ
מאמע מאמע גיב מיר א ציקערל... א ניגון מלא רגש
איך וועל עס בעזרת השם קויפן ווייל מיר מוזן אים מחשיב זיין און מחזק זיין אויף די דראסטישע טויש וואס ער האט געטון
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 1:38 pm#443451
א קיצור, עס איז געווען א שיינע build up פון דעם בעל דרשן. סוף מעשה במחשבה תחילה, אז צום סוף וועט אפילו דער קטיגור ווערן די סינגור, און אויך מודה זיין אז זה היום קיוינו לו, און דער קאסעטע איז איינס אין די וועלט, אשר על כן ברויכן מיר די נוטראלע צוקוקער אודאי לויפן קויפן. כ'בעט דיר הער אויף מיט די מאַניפּיאַליישאַן.
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 9:13 pm#443468
אן ארטיקל וואס איז פארשפרייט געווארן אויף סאציאלע מידיע, הגם איך עגרי נישט פונקט מיט אלעס איז עס נאך ווערט ארויפצושטעלן,

C/p

ליפא שמעלצער קומט היינט ארויס מיט זיין נייע
אלבום, און דו גייסט עס נישט ליב האבן.

היינט גייט מען הערן אויף אסאך גרופס גרויסע טענות קעגן ליפא שמעלצער'ס נייע אלבום. לכאורה בין איך סתם א שווארץ-קוקער, וויאזוי קען איז וויסן ווי גוט די אלבום גייט זיין?

אבער ניין! איך האלט דייקא פארקערט, ס'גייט זיין איינע פון זיינע בעסטע אלבומס, וואס איך זאג איז נאר וואס דער עולם גייט זאגן דערצו ווען ס'קומט ארויס.

פארוואס זאג איז אזוי? לאמיר צוריקגיין אביסל.

ליפא שמעלצער. א נאמען וואס איז ברייט באקאנט. און ווי ליפא אליינס האט געזאגט פאר איינע פון זיינע חברים שוין צוואנציג יאר צוריק "ווען מ'גייט זאגן די נאמען ליפא וועט יעדער גלייך וויסן אז מ'מיינט מיר"... ליפא איז א פייאניר. ליפא איז א מחדש. ליפא איז פאראויס פון זיין צייט.

אין די אידישע וועלט זענען רוב זינגערס נישט מער ווי "וואקאליסן" וואס קענען שיין אפזינגען א קאמפאזיציע וואס מ'לייגט זיי אראפ. אנדערש איז אבער ליפא, ליפא איז אן ארטיסט. ליפא איז אינוואלווד אין יעדע אספעקט פון א ניגון אויף זיין אלבום, בדרך כלל איז ער די קאמפאזיטאר אויך, אבער ווען נישט ווייסט ער פונקטליך וואס ער זוכט. ליפא האט טאקע דערפאר דער ערשטער געטראפן א רייע אינגעלייט וואס זענען שוין היינט ברייט בארימט – א שטייגער ווי יצחק פוקס - וואס איז פארדעם געווען א גרויסע גארנישט, נפתלי משה שניצלער און נאך. (ווער געדענקט ווען ליפא האט נביאות געזאגט אויף מאטי'ס סוקסעספולע קאריער אינעם ביכל פונעם "א פשוטע איד" אלבום ביי די "יענער" ניגון וואס מאטי האט איהם געגעבן נאך אלץ בחור...)

מיר אלץ צוהערער הערן נישט נאר וואס ער געבט אונז צו הערן, און טאקע מיט יעדע אלבום דעקט ליפא אויף נאך און נאך פון זיינע שטוינענדע טאלאנטן. אנגעהויבן פון די פשוטע פראקטישע אידישע ניגונים ווי "א גוט ווארט", ביז די טיפזיניגע גראמען פון "מעומקא דליבא". פון נשמה-דערווארימדיגע ניגונים ווי די קידוש לבנה ניגון, ביז אינטרעסאנטע קאמישע ניגונים ווי "רבותי מיר וועלן בענטשן"... מען קען נישט אנווייזן אויף צוויי פון ליפא'ס אלבומ'ס "די צוויי זענען ממש די זעלבע (כ'רעד נישט פון קאלעציעס) ווייל יעדע מאל קומט ער אריין מיט א נייע חידוש, א נייע פרישקייט און א נייע "טיעם".

און דאס איז די ערשטע נקודה: מענטשן רעכענען זיך אויף א געוויסע "ליפא" וואס זיי האבן זיך אויסגעבויעט אין קאפ. דער ווילהערן נאך א "א פשוטע איד", און דער אנדערע וויל הערן א "קעניינע הארע" 2.0 דוקא. איר כאפט נישט, ליפא גייט אונז נישט געבן נישט דאס און נישט דאס! ער געבט א פרישע ליפא! א נייע ווערסיע וואס מיר האבן נאכנישט טועם געווען! איינער וואס רעכנט זיך אויף א געוויסע ווערסיע פון ליפא וועט זיכער ווערן היפש דיסעפוינטעד, ווייל אין זיין קאפ גייט די פרישע זאך בכלל נישט זיין די "ליפא" וואס ער האט געווארט אויף!...

***

מיר האבן אלע מיטגעהאלטן ווי ליפא האט זיך געהאט זיינע סיזאנס, זיינע אפס און דאונס סיי אין מוזיק, און זיכער אין אידישקייט.

זייט די לעצטע אלבום איז שוין אריבער כמעט 5 גאנצע יאר. אינצווישן האבן מיר באקומען א סינגל דא און א סינגעל דארט, לעצטנס טאקע מער, אבער דאס איז די גאנצע. שוין באלד 5 יאר וואס מיר ווארטן אויף א נייע אלבום.

בפרט ווען ליפא איז "צוריקגעקומען" ווען א כוואליע פון "ליפא פענס" זענען ארויפגעשווימען, און א ים פון אלטע גוטע ניגונים זענען צוריק אריין אין צירקולאציע און איבער גענומעם די מארקעט ווי "אחרון אחרון חביב" און "השיבנו – די סבא קדישא". די מער ניגונים זענען אפירגעקומען איז די רייץ פאר א נייע אלבום גערעסער געווארן.

ווען ליפא'ס טאטע איז אוועק האבן מיר געהערט אז ער ארבעט אויף דריי אלבומס. איינס פאר זיין טאטע, א צווייטע פון טאלאנטן פון אנדערע מענטשן, (ער איז אויפגעקומען דערמיט פאר "כשרונות" אויף קול מבשר איז געווען א זאך...) און א געהעריגע. ערגעצוואו אינדערמיט האבן מיר באקומען דעם קליפ ווי ער רעקארדירט 10 ניגונים אין איין נאכט מיט יואלי דיקמאן, יעדע פאר טעג האבן מיר באקומען הבטחות אז ממש ממש בקרוב קומע עס, און די אפעטיט איז געווארן גרעסער איז גערעסער.

ער האט שוין זייט דעמאלטס שוין אינגאנצן אפגעלאזט די איידיע פון די "כשרונות" אלבום, נאכן שוין ארויסגעבן איין סינגל דערפון, און אפגעמאכט אריינלייגן די ניגונים פון זיין טאטע אין די נאמאלע אלבום. יעצט ווייסן מיר שוין עטוואס וואס זיך צו רעכענען אויף, יעצט דארף עס נאר קומען!...

מען ווארט און מען ווארט...

C/p

עפעס הערט מען אז ס'איז שוין ערנסט, עפעס קליפס זעהט מען ווי ער ריקארד שוין קווייער!! די געמיטער הייבן זיך דער עולם הייבט זיך אן רעכענען אויף די זעץ! אט קומט עס!

והוא הנותנת! דא איז טאקע דער פראבלעם...

מיר רעכענען זיך שוין אויף אזא מאסיווע זאך אז וואס ליפא זאל נאר טוהן קען ער נישט אנקומען צו אונזערע גרויסע ליכטיגע דמיונות. וואס ער זאל נאר טוהן וועט זיין שוואכער ווי וואס מיר ערווארטן. ס'איז נישט קיין כלל, ס'איז דא וואס רעכענען זיך יא ריכטיג און ערווארטן א דערגרייכבארע פראדוקט פון איהם, אבער דער ברייטן קהל איז כמעט נישט מעגליך צו צופרידן שטעלן.

וואס ס'גייט היינט פאסירן איז, אז רוב צוהערער, בפרט די יונגע ווי בחורים וכדו', וועלן ווערן היפש אנטוישט אויף א נעגעטיווע וועג, די ערשטע מאל זיי הערן די סידי. מ'גייט הערן א רייע קאממענטס און ס'וועלן ארומפארן סטעטוס פאוסטס ווי "אויב דעם האבן מיר געווארט?!?", אדער "דאס האט דיר גענומען אזוי לאנג?", אדער "ליפא, דו קענסט בעסער" וכו' וכו' פון מענטשן וואס קענען טרעפן פשט אינעם נייעס אלבום. "ס'איז אזא בארינג ניגון"... "ס'איז נישטא קיין שום טאלאנט"... ליפא פלעגט זיין בעסער...

ער גייט, ווי געווענליך, האבן ניגונים פון זיין הארץ ארויס, וואס א צווייטער קען נישט פארשטיין די ריכטיגע מעסידזש די ערשטע מאל ממש, און מענטשן גייען עס נישט ליב האבן. אפשר ווער אפילו קומען איין קאנטרעווערשל זאץ און מאנכע וועלן ווילד ווערן...

***

לא נביא אני, ולא בן נביא אני, אבער דאס איז וואס מיין הארץ זאגט מיר וועט זיך בפשטות אפשפילן – לויט ווי איך קען אונזער מארקעט...

איך האף כ'בין נישט גערעכט... איך האף אז דער עולם וועט יא אויסהערן דעם סידי מיט א ניכטער אויער... איך האף אז מ'וועט איהם יא געבן די ריכטיגע אפשאצונג און הנאה האבן שוין די ערשטע רגע...

חברה!! איך קען קוים ווארטן!...
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 9:21 pm#443470
דער שרייבער האט א אייוועלט שמעק, די נאיווקייט, נישט סיימאן קאועל איז דער ערפינדער פון ברענגען פרישע טאלאנט צו די מאסן, ס'איז ליפא ווס. כשרונות...
פרייטאג פעברואר 28, 2020 5:43 pm#443492
אוועילעבל אויף עמעזאן (מסתמא אויף עפל ספאטיפיי אויך):
m https://music.amazon.com/artists/B003P8BHX8 m
זונטאג מערץ 01, 2020 5:21 pm#443522
Re: ליפא שמעלצער נייע אלבום
סאיז געווען אויף גוגל פלעי מיוזיק אין יעצט קען איך עס נישט טרעפען
זונטאג מערץ 01, 2020 6:21 pm#443524
איסר האטלקי האט געשריבן:צו מיר קוקט די קאווער אויס זייער חסידיש. עכט פארצייטישע האנט געמאלענע קונסט, אן קיין קאמפיוטער פראגראמען און טעכנאלאגישע עפפס אריינגעמישט. אשרי חלקו!


בלויז פאר רעפערענץ... דאס איז די אלבום קאווער פון יום טוב ערליך׳ס ערשטע אלבום.

בילד
מאנטאג מערץ 02, 2020 6:11 am#443540
א הערליכע ארבעט
מאנטאג מערץ 02, 2020 11:04 am#443543
נאכן הערן די סידי עטליכע מאל קען איך זאגן פון מיין מיינונג אז ליפא האט דערליווערט א הערליכע אלבוים מלא תוכן מלא רגש " געוואלדיג " גאר גאר א שיינע ארבעט
די ערשטע מאל ביים הערן האב איך נישט פינקטליך פארשטאנען געוויסע נקודות וואס ער וויל ארויסברענגען אבער נאכן הערן עטליכע מאל הייב איך אן כאפן זיינע בליציגע חידושים!
די ניגון חתם סופר איז א שטיק הארץ ווי ער ענדיגט צו " ווער האט אוועקגענומען מיין חשק צו לערנען א שטיקעלע גמרא... " פאר די ניגון אליין האט זיך געלוינט צו ווארטן אזוי לאנג פאר די אלבוים
הזכירו איז א אלטע ניגון וואס מען זינגט אין סקווירא ליפא האט עס אראפגעלייגט מיט די גאנצע קנאק ער זינגט עס פאר זיין טאטע אבער יעדער קען עס זינגען און מיינען א צווייטען איך האב בשעתן הערן די ניגון געטראכט פון סקולענער רבי זצ"ל
ואין קל כביר פון חזקי' ווייס איז זייער ווארעם עס גייט לכאורה ווערן א היט..
גיב מיר אביסעלע משקה.... אוי איז דעס גוט אבער נאך ווי זיין זון זינגט אויך אביסעל די עפל פאלט נישט ווייט פון די בוים... וועלכע משקה זאל איך דיר געבן?... פון מיינע שענסטע ניגונים אויף די סידי
מאמע גיב מיר א ציקערל ווערטער זענען איבריג! עס האט מיר געקאסט עטליכע טרערן ביים הערן די ניגון האסט דאך אזוי סאך גיב מיר איין!
ניסוך המים פארשטיי איך נאכנישט די געדאנק אבער הערט זיך גוט א חידוש פון צאמשטעלן ניסוך מיט נוסך התפילה..
בן בנו א פיינע ניגון לעבעדיג יואלי דיקמאן מאכט א פיינע ארבעט
געוואלדיג י"ג עיקרים ווי ער פלעכט אריין אלע אני מאמין'ס איך האב הנאה געהאט פון די געדאנק...
פעפער האב איך ליב וויפעל איך האב צאמגעלאכט ביי די ניגון... ליפא האט א געשמאקע הומער
ירידה לצורך עלי' איז גוט אבער פון הערשי וואלט ער געקענט נעמען עפעס בעסער'ס


א ווארט צו ליפא: האסט אונז נישט אנטוישט ברענג ווייטער גוטע זאכן צום טיש די וועלט האט הנאה פון דיינע טאלאנטן און פון דיינע חידושים א דאנק פאר'ן ארויסגעבן אזא שיינע אלבוים
מאנטאג מערץ 02, 2020 11:20 am#443544
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:א קיצור, עס איז געווען א שיינע build up פון דעם בעל דרשן. סוף מעשה במחשבה תחילה, אז צום סוף וועט אפילו דער קטיגור ווערן די סינגור, און אויך מודה זיין אז זה היום קיוינו לו, און דער קאסעטע איז איינס אין די וועלט, אשר על כן ברויכן מיר די נוטראלע צוקוקער אודאי לויפן קויפן. כ'בעט דיר הער אויף מיט די מאַניפּיאַליישאַן.
מאנטאג מערץ 02, 2020 2:24 pm#443547
יהודי פשוט האט געשריבן:די דעקל קוקט אויס גענוי ווי די ארטס-ענד-קרעפטס וואס איך פלעג מאכן אין דעי-קעמפ ביי די 4 יאר אלט

וואס איז טאקע פשט ער האט געמאכט אזא נארישע און גרויליגע דעקל?
מאנטאג מערץ 02, 2020 2:58 pm#443549
Re: ליפא שמעלצער נייע אלבום
גרויליג דעקל? דיין אפיניון.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג מערץ 02, 2020 6:54 pm#443554
09A836BF-797E-426D-A703-AF2E80E183BB.jpeg
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:25 pm#443629
א גוטן, דא רעדט פלוניש'ל.

אין ליכט פון ליפא'ס נייעם טעיפ (כ'האב סתם געשריבן טעיפ, ווייל כ'האב געוואלט זיין דיפרענט) העמער אביסל אנאליזן.

כ'גיי נעכטן אין שול, טרעף איך דארט שמעונ'ען.

- "אה.. שמעון! סטיצעך?"

- "הודו השם!"

- "האסט געזען ליפא'ס געוואלדיג?"

- "וודאי!"

- "נו... וואס זאגסטע צו די קאווער? פארשטייסט דערצו?"

- "נע.. איך פארשטיי נישט צו דעם, אבער דאס איז מאדערן-ארט, דעי וואס פארשטייען דערצו האבן זיכער עונג / פארגעניגן דערפון"
איך ענדיג דעם געשפרעך איבערלאזנדיג עפעס א גרימאס.

טרעף איך דוד'ן.

- "גוט מארגן דוד!"

- "א גוט יאר פלוניש'ל"

- "וואסיז דיין מיינונג וועגן א מיטשקע בעראטשקע אויף די קאווער פון א סי-די?"

- דו רופסט דאס מיטשקע בעראטשקע?? ווייל דו פארשטייסט נישט צו דעם ווערט עס נאכנישט א מיעוס ארטיקל"

- "און דו פארשטייסט יא?"

- "דאס האב איך שוין נישט געזאגט, אבער ס'דא אזעלכע מינע מענטשן וואס גלייכן דאס"

- "קענסט אזא איינעם?"

- "גראדע יא, מיין שוואגער זושי"

(און גראדע קען איך דעי זושי. ער פלעגט גיין מיט ווייסע זאקן, היינט טראגט ער א קראך-הוט, ער האט געלט (...), ער ליבט מאדערן-ארט, ער האט אפילו נישט קיין אהנונג וואס 'גרין' מיינט. ער האט ליב מוזיק, און ווייסט צו זאגן אז ניסים בלעק איז א דזשעז-סינגער, און איעדע זינגער וואס ער האט ליב איז א פאפ-סינגער - למשל קארליבאך...)

סא אין קורצן, דו האסט ליב דעי געפאטשקעטע פירקלעריי 'נאר' ווייל עפעס א זינגער האט עס געמאלן.

כ'האב צו דיר צוויי פראגן:

איינס: וואס איז יא מיטשקע בעראטשקע?

צוויי: קענסטו מיר ווייזן א חילוק ציווישן דעם און די קונסט-ווערק וואס א כתה-א'-אינגל ערצייגט?

און איצט אן איבעראשונג!
פלוניש'ל איז יא אן ארטיסט!

און איך זאג דיר אז עס איז נישטא קיין שום קונסט אין דעם.
נישט.
עס ליגט נישט קיין רגע טאלאנט אין א שווארצע הונטערגרינד מיט בוכשטאבן געפארעמט אין א נאטינג-ספעשל שריפט.
כלום.

מאדערן-ארט האב איך ליב? שיינע-ארט האב איך ליב!
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 8:35 pm#443657
זונטאג מערץ 08, 2020 8:23 pm#443709
א געוואלדיגע און אפנהארציגע אינטערוויו מיט ליפא וואו ער עפנט אויף זיין הארץ און רעדט צום ציבור איבער זיינע דורכגענג אין די לעצטערע יארן.

m https://www.bhol.co.il/news/1086015 m
זונטאג מערץ 08, 2020 10:17 pm#443712
הוגה האט געשריבן:א געוואלדיגע און אפנהארציגע אינטערוויו מיט ליפא וואו ער עפנט אויף זיין הארץ און רעדט צום ציבור איבער זיינע דורכגענג אין די לעצטערע יארן.

https://www.bhol.co.il/news/1086015

זייער שיין,
כהאב הנאה אז ער האט נישט חרטה אויף זיינע אלטע סידיס נאר אז סהאט געהאט א שמץ של נקמה.
נישט אז די תוכן איז נישט גוט געווען
דינסטאג מערץ 10, 2020 6:46 pm#443741
Re: ליפא שמעלצער נייע אלבום
הוגה האט געשריבן:א געוואלדיגע און אפנהארציגע אינטערוויו מיט ליפא וואו ער עפנט אויף זיין הארץ און רעדט צום ציבור איבער זיינע דורכגענג אין די לעצטערע יארן.

https://www.bhol.co.il/news/1086015
עס טוט וויי די אויערן

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:01 am#458604
איך וואונדער מיר זייער פארוואס קול מבשר האט נישט געהאט קיין אינטערוויא מיט אים נאך זיין סידי? אמאל האב איך געוואוסט אז זיי וואטשן זייער שטארק וועם זיי ברענגן ארויף אויף זייער האטליין, אבער איך מיין אז היינט האבן שוין זיי בכלל נישט קיין גרענעצין. זיי האבן שוין ארויפגעברענגט אלע מיני זינגערס, פון מבד ביז אברהם פריעד, פון בערי וועבער ביז מיכאל שניצלער, און אפילו מיילעך קאהן און יואלי ווייס... איז נאך דא היינט וואס צו מורא האבן ארויםפצוברענגן ליפא אויף קול מבשר. (און זיין ברודער מאכט דאך גי אינטערוויאוס)

איך וואלט זייער געוואלט הערן א שמועס מיט אים, און איך גלייב אז אסאך אנדערע אויך. ער האט אסאך צו פארקויפן.
זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:59 pm#460656
Re: ליפא שמעלצער נייע אלבום
אינטערעסאנט, ליפא'ס סידי בדרך איז נישט צו געפונען אויב ספוטיפיי?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 18, 2020 7:42 pm#460681
טאמבל סאס האט געשריבן:אינטערעסאנט, ליפא'ס סידי בדרך איז נישט צו געפונען אויב ספוטיפיי?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אויף עפל מוזיק איז עס דא.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 5:47 am#460738
כ'האב געוואוסט ס'איז דא צובאקומען ערגעץ אנדערש. ס'איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט פארוואס נישט אויף ספאטיפיי?