דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:16 pm#443125
"פאַק דיך!" האט דער הייליגער רבי ר' זושא געשריגן
אין קובץ "שערי ציון" פון תלמידי וחסידי באבוב האב איך דעם חודש געלייענט א מעשה נורא. אמאל האט מען געזען א גרופע סאלדאטן לויפן מיט א בהלה. האט מען זיי געפרעגט פארוואס זיי לויפן אזוי דערשראקן. האבן זיי געענטפערט אז זיי האבן געשלאגן א איד, איז פלוצים געקומען א ראבינער און האט צו זיי געשריגן מיט א לשון וואס זיי האבן בכלל נישט ערווארטעט פון א איד, און זיכער נישט פון א ראבינער. "פאַק דיך!" האט ער געשריגן, אָן א פּינטל אין דעם פ'.
"פאַק דיך!"
פון שאק און שרעק זענען זיי געלאפן פון דארטן.
די אידן זענען געוואויר געווארן אז דער ראבינער איז נישט געווען קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי ר' זושא. האבן זיי געפרעגט דעם רבי'ן מיט וואונדער, פון וואנעט עס קומט צו אים אזא לשון וואס אפילו די אנשטענדיגע גוים נוצן נישט ברבים. האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, "'פאַק דיך' האב איך געזאגט? נע! 'פַחדְךָ' האב איך געזאגט! ובכן תן פחדך!
זינט די מעשה האבן די גוים גערופן דעם רבי'ן, "דער פאַק דיך."
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.