Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 153 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1360
זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:17 pm#31813
פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
אין א מבול פון נעגאטיווע דעקונג אויף חרדים אלל אווער די פרעס, קען צומאל אריינפאלן א שיין פאזיטיוו ארטיקל אדער סעגמענט, א שטייגער ווי "אפרע וויינפרי" איבער חסידים, און כ'שוין געמערקט דא דארט אינעם די פרעס פאזיטיוויטעטן לגבי חרדים.

די וואך האב "דער בלאט" באריכטעט איבער א שיינעם ארטיקל אינעם "ניו יארק טיימ'ס" איבער די ענין פון צוואת רבי יהודא החסיד אז מ'זאל נישט אפשניידן קיין לעבעדיגע פרוכט ביימער, זיי באריכטן זייער שיין אז א פרוכט איז א באשעפעניש, און מ'טאר נישט ברוטאל אפהאקן זייערע לעבנ'ס, זיי ברענגען צו אינטערוויאוס מיט א איד וואס האט פארדרייט זיינע טרעפ ארויף צו זיין הויז כדי אויסצומיידן א פרוכט בוים... הפנים ס'איז דא געוויסע זאכן אין אידישקייט וואס שמעקט פארן א גוי אויך, זיי זעען אז חרדים זענען נישט נאר גוט ביים שעכטן די הינער ערב יום כיפור, זיי האבן א געפיל פאר נאטור אויך...

אט האט איר א לינק:
m http://www.nytimes.com/2012/07/31/nyreg ... trees.html m


אז איר טרעפט נאך פאזיטיווע ארטיקלען, אדרבה ברענגט זיי צו דא.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:35 pm#31822
דא איז דא אן אשכול איבער דעם
איך האב נישט געליינט דער ארטיקל אין די טיימס אבער פון די תגובות קוקוט אויס אז דער ארטיקל איז היבש ציניש געשריבן און בכלל נישט אזוי פאזאטיוו
זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:35 pm#31823
שוין געווע א אשכול דערוועגן דא:

l viewtopic.php?f=4&t=1302 l

====

נפתלי האקט.

שני ניקים נתכוונו בסגנון אחד
זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:23 pm#31838
שכח פארן אויפמערקזאם מאכן, כ'וועל מגיב זיין דארטן.
כ'האב מכוון געווען אז דער אשכול קען זיין דא צו לייגן נאך לינקס פון פאזיטיווע ארטיקלען.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:26 pm#31840
קאנצעפט האט געשריבן:כ'האב מכוון געווען אז דער אשכול קען זיין דא צו לייגן נאך לינקס פון פאזיטיווע ארטיקלען.

אזוי האב איך טאקע פארשטאנען פונעם קעפל
בכל אופן וועט מען טאקע ניצן די אשכול פאר פאזאטיווע ארטיקלען וואס כ'גלייב שווער אז ס'וועט זיך מאכן אזאנס
זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:40 pm#31844
קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן... אבער איך האב געהאלטן בשעתו אז דער ארטיקל (לינק צוגעלייגט) איז היבש פאזיטיוו. אטליעסט דעקט ער וואס אונז האמיר צו זאגן אויך.
m http://www.nytimes.com/2011/04/21/nyreg ... wanted=all m
זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:32 pm#31854
קאנצעפט האט געשריבן:קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן... אבער איך האב געהאלטן בשעתו אז דער ארטיקל (לינק צוגעלייגט) איז היבש פאזיטיוו. אטליעסט דעקט ער וואס אונז האמיר צו זאגן אויך.


קארל האט ערגעץ געשריבן וועגן די ארטיקל ער האט געהלטן אז עס איז א מוראדיגע חילול ה'
זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:03 pm#31901
קאנצעפט האט געשריבן:קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן... אבער איך האב געהאלטן בשעתו אז דער ארטיקל (לינק צוגעלייגט) איז היבש פאזיטיוו. אטליעסט דעקט ער וואס אונז האמיר צו זאגן אויך.
http://www.nytimes.com/2011/04/21/nyreg ... wanted=all


ביסטו פון הימל געפאלן?

אפשר גיבסטו צו פארשטיין?
זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:09 pm#31906
No_name האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן:קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן


ביסטו פון הימל געפאלן?



מעשה לסתור?
זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:20 pm#31917
לאדיך אפ האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן:קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן... אבער איך האב געהאלטן בשעתו אז דער ארטיקל (לינק צוגעלייגט) איז היבש פאזיטיוו. אטליעסט דעקט ער וואס אונז האמיר צו זאגן אויך.


קארל האט ערגעץ געשריבן וועגן די ארטיקל ער האט געהלטן אז עס איז א מוראדיגע חילול ה'


טא, קארל האט געשריבן...

וויפיל איך האב אפגעליינט דעם ניו יארק טיימס ארטיקל, איז עס געשריבן היפש פאזיטיוו און ער דעקט וואספארא שיינע מצוה עס איז און וויפיל מסירת נפש מען האט פאר די מצוה.

איי די קאמענטארן זענען עטוואס נעגאטיוו, דאס הייסט דען אז דער ניו יארק טיימס ארטיקל איז נעגאטיוו?

און קאנצעפט: א הערליכער "קאנצעפט" פאר אן אשכול, אין א צייט וואס יעדער אין די ליבעראל-אידישע מידיא איז פארנומען צו קלאגן אז די אלגעמיינע מידיא דעקט אונז נעגאטיוו!
זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:24 pm#31920
עס עפעס,
האסט נישט יורד געווען לעומק כוונת לאדיך אפ. קארל האט נישט געשריבן איבער דעם "טיימס" באריכט איבער השחתת אילני פירות, נאר איבער דעם "טיימס" ארטיקל איבער דער "ארימקייט" פון קרית יואל.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:44 pm#31944
בי בי סי באשרייבט די אידישע צוגאנג צו א שידוך און חתונה
זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:50 pm#31947
זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:53 pm#31950
איבער חתונות האב איך גראדע געמיינט די דאזיגע לינק
m http://www.bbc.co.uk/programmes/b011crqs m
זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:00 pm#31954
m http://www.bbc.co.uk/programmes/b011crq m
לאדיך אפ האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן:קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן... אבער איך האב געהאלטן בשעתו אז דער ארטיקל (לינק צוגעלייגט) איז היבש פאזיטיוו. אטליעסט דעקט ער וואס אונז האמיר צו זאגן אויך.


קארל האט ערגעץ געשריבן וועגן די ארטיקל ער האט געהלטן אז עס איז א מוראדיגע חילול ה'


הערליכער ארטיקל פון קארל. קען זיין די פאקטן זענען א חילול ה' אבער איך רעד פונעם צוגאנג פונעם שרייבער פון טיימס ער ברענגט בסך הכל די סטאטיסטיקס און שרייבט אלע צדדים. פשוט א נארמאלער דזשורנאליסט!
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 7:34 pm#32249
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 12:46 pm#33379
m http://www.nytimes.com/2012/08/05/world ... spain.html m

דער ניו יארק טיימס: סאטמארער ראטעווען די עקאנאמיע אין שפאניע...

א גאר אינטערעסאנטע ארטיקל איבער הוט פאבריקן אין שפאניע.

ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי זיי פארזיגלען יעדן פרומען איד אלס "סאטמארער".
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 12:59 pm#33381
שוין באשריבען דא
l viewtopic.php?f=4&t=1352 l
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:40 pm#64707
רחל ראזמארין, א שרייבערין אין "פארבס", שרייבט איבער איר גלוסטעניש און נאסטאלגיע צוצוקוקן דאס חסידיש לעבן:
m http://blogs.forward.com/sisterhood-blo ... r-hasidim/ m
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:55 pm#64712
זעהר שיין... דאס צו וואס זי גלוסט אזוי שטארק, דווקא פון דארט איז פעלדמאן אנטלאפן.
האט זי דאס געשריבן אין פארבס אדער פארווערדס?
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:29 am#64735
זר זהב האט געשריבן: האט זי דאס געשריבן אין פארבס אדער פארווערדס?

פארווארד, אבוויעסלי.
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:32 am#64737
איז דאס נישט פאזיטיווקייט ''אין די גויאישע מידיע'' אזוי ווי דער קעפל לויטעט..
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 5:18 pm#69744
די לעצטע צוויי וואכן איז געוועהן אין רוב לאקאלע ניו יארקע צייטונגען באריכטן איבער די פאזיטיווע ערשיינונג אז אין די חסידישע געמיינדע האט א מיידל זיך געגעבן קוראזש און געקומען ״פארווארד״ און דאדורך זאגט זיך פאר נייע צייטן ווי מען דעקט אויף אלע שטויביגע קארפעטס
מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:39 pm#78392
נישט ממש פאזיטיוו אויף אידישקייט, אבער אזא פעסטע ארטיקעל וואס לויבט אויס B&H איבער בעסט ביי ברענגט אומדירעקט ארויס אז חסידישע אידן האבן נישט זייער לעבן ווי א צוריקהאלט צו מצליח זיין

וואס בעסטביי קען זיך לערנען פון בי ענד עיטש
מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:50 pm#78394
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער נישט אזוי העפפי ווען די מידיע רעדט ווי סוקסעספיל אונז זעמיר אין ביזנעס, דאס לייגט אריין - אומדירעקט - א אימעדש אין אלע גוישע קעפ אז אונז זעמיר די רייכע בירגער, און זיי די צווייטע קלאס.
אונז האמיר גענוג און נאך מעלות אויסער דעם, אויב ווילען זיי טאקע ווארפען א גיטע ליכט אויף אונז דארפען זיי נישט גיין ביז דארט, עס איז דא גענוג שטאף ביז דארט.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:28 am#163523
בהמשך די פאזיטיווע אקט פון א איד וואס זיין אקסעל האט געדינט אלץ אן אונטערהאלטער פאר זיי מידע שכן אויפן באן.

האבעך געזען ווי א שווארצער רעאגירט אויף זיין פעיסבוק אקאונט, אז דער איד האט עס נישט געטון פאר גוטסקייט, נאר

"דער אלטער ווייסער קרעקער האט געקטנט אין די הויזן פון פחד פונעם שווארצן ברודער אזש ער האט נישט געקענט געבן א ריר מיט א מוקסעל".
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:32 am#163527
הצילנו נא מיד אחי...
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:24 pm#171442
דענווער פרייע פרעסע שרייבט נישט אקעגען אידן! פארוואס?
דערווער פרייע פרעסע שרייבט נישט אקעגען אידן!
פארוואס?
ליינט די מעשה, פארציילט דורך ר' בערל וויין.
m http://attorneysdefendingisrael.blogspo ... ashem.html m

מ'זעהט פון דעם ווי גוט ס'איז צו זיין מענטשלעך.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:20 am#172653
איך פרוביר מיר פארצושטעלן וואספארא סומאטאכע עס וואלט געווען ווען מהר"א קומט אהיים פון פאלם ספרינגס צו א קראצמעך בוים ביי זיך אין דיינונג רום....
פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:24 am#173047
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך פרוביר מיר פארצושטעלן וואספארא סומאטאכע עס וואלט געווען ווען מהר"א קומט אהיים פון פאלם ספרינגס צו א קראצמעך בוים ביי זיך אין דיינונג רום....

די ערשטע זאך וואלט ער גערופן וויטריאל צו אינוועסטיגעיטן אויב די זאלי'ס אדער בני יואל האבן זיך נישט איינגעבראכן ביי איהם. ווייל דאס אז די פוילישע גוי'טע האט עס געקויפט וואלט איהם נישט איינגעפאלן אין ווילדסטן חלום. :lol: :roll: :twisted: :P :o
זונטאג יאנואר 12, 2014 10:46 pm#175903
א פריקיש עקסידענט איז געשען היינט אין ברוקלין ביי א קאר וואש א ארבייטער איז אומגעקומען. דארט איז דא א בילד פון א איד לכאורה הצלה. איינער באמערקט עס און שרייבט א קאמענט (עפעס א שוטה לאכט דארט ווי א טיפש)

carwash13n-2-web.jpg
carwash13n-2-web.jpg (36.51 KiB) געזען געווארן 4514 מאל



m http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1577166 m
דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:07 am#176186
דער (פינטעל) איד האט געשריבן: (עפעס א שוטה לאכט דארט ווי א טיפש)

נו ווי דען נישט, א שוטה קען נאר לאכן ווי א טיפש... אלע קאמענטס דארטן באטיטלען אים אלס א טיפש.
פון וואו האט ער דען געזאלט וויסן אז מען פאטאגראפירט אים יעצט לפרסמו בחוצות אמעריקע?

אנדערש ווי געווענליך, זעהט מען אפאר נישט-אידן (גענוג אומראסיסטיש?) קאמענטירן לטובת הצלה, עס שפירט אזוי גוט פאר א טשעינדזש צו הערן א גוט ווארט אויף די אידן, באמת כמים קרים על נפש עייפה.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:27 pm#176944
25,000 מייל? קארגע חזירים.
פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:47 am#177101
“I was just happy to be able to make a kiddush Hashem.”
פארוואס נישט ''I was just happy to be able to help another person?
פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:16 pm#177156
עיין ערך רעליגיע און מאראל.
דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:35 pm#178255
זע מיין פסק הלכה דא אין ק"ש
פרייטאג מערץ 21, 2014 9:33 am#191767
די רעסטוראנט וואס האט נישט קיין קעש רעדזשיסטער

m http://www.people.com/people/mobile/art ... 36,00.html m
פרייטאג מערץ 28, 2014 9:26 am#193217
א גוטער ארטיקל איבער א היימישן טוי געשעפט אויף לי עוו. און וויאזוי א היימישער אינגערמאן האט גרויסע חלומות צו ווערן דער נעקסטער וואלמארט:

m http://forward.com/articles/195021/his- ... story/?p=1 m
פרייטאג מערץ 28, 2014 10:59 am#193227
בן תמליון האט געשריבן:א גוטער ארטיקל איבער א היימישן טוי געשעפט אויף לי עוו. און וויאזוי א היימישער אינגערמאן האט גרויסע חלומות צו ווערן דער נעקסטער וואלמארט:

http://forward.com/articles/195021/his- ... story/?p=1


האסט פארגעסן דעם נאמען פונעם אשכול?
ס'הייסט נישט "פאזיטיווע ליכט אויף חסידים אין די יודישע מידיא...
פרייטאג מאי 23, 2014 7:44 am#202013
Understanding The Style of Hasidic Judaism
m http://live.huffingtonpost.com/r/segmen ... 3d930004aa m

בהמשך צום StlyesULike פילם
דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:23 pm#206911
פארווערטס פארטיידיגט וויליאמסבורג חסידים
m http://blogs.forward.com/forward-thinki ... _feed=true m


כדאי צו לייענען די פאזעטיווע קאמענטס דארט
דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:21 pm#207024
גוטע ארטיקעל דער דר. קלײן איז א ריכטיגע סעלף העיטינג זשו און ער שטעלט דער דר. אין פלאץ.
דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:26 pm#207027
א שיינער ארטיקעל! עס קומט אסאך קרעדיט פאר ATUB @שלום דין ATUB פאר'ן עס אפשרייבן, און שטעלן דעם אנטיסעמיט אין פלאץ.
דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:41 pm#207032
מיסטער דין פליז זאג עפעס כ׳װיל דיר געבן א לײק און א האג.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:46 am#222775
ס'נישט דא קיין אשכול דעדיקעיטעד פאר די סקול דיסטריקט אין מאנסי?

א שיינע ארטיקל וואס פארענטפערט אביסל די מצב אין מאנסי, אז די חסידים זענען נישט אזוי שולדיג ווי די מידיע מאכט זיי אויס צו זיין.
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:58 pm#223396
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'נישט דא קיין אשכול דעדיקעיטעד פאר די סקול דיסטריקט אין מאנסי?

א שיינע ארטיקל וואס פארענטפערט אביסל די מצב אין מאנסי, אז די חסידים זענען נישט אזוי שולדיג ווי די מידיע מאכט זיי אויס צו זיין.


די פרעסטיזשפולע וועכנטליכע ראדיאו פראגראם "דיס אמעריקען לייף" מעלדט אז איר פראגראם מארגן גייט קאווערן די איסט רעמעפאו סקול דיסטריקט באורד סומעטאכע. די פראגראם איז באקאנט פאר איר זיך אריינטוהן אין א נושא מיט א סקעפטישע ברילן און פאר איר ציענדע אופן הסיפור.

m http://m.thisamericanlife.org/radio-arc ... 4.facebook m
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:28 pm#223893
יוסי געשטעטנער איז ציטירט אנהויב פון די צוויי-חלקים אינוועסטיגעשאן.

ס'גרעסטע חידוש פאר מיר איז געווען אז די חסידים אין מאנסי פלעגן האבן אן אפמאך מיט די סקול דיסטריקט צו קוקן די אנדערע וועג בנוגע די אומעקזיסטירנדע עדיוקעשאן ביי חסידים.

פארשטייט זיך אז היטלער, קרעמעטאריומס, אושוויץ און טרעבלינקע ווערט ערווענט אלס א געצייג צו שטיל מאכן דעם צד שכנגד.

די היבש געמיינע ווערטער פון די חסידישע סקול בארד'ס אטורני איז נישט ארויסגע'בליפט אין די אנליין ווערסיע. נישט הערן אין די אנוועזנהייט פון אומפארהייראטע קינדער.
m http://m.thisamericanlife.org/radio-arc ... e-majority m
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:39 pm#223895
איך אלץ חסיד האב אייביג גהאלטען אויף די זייט פון די חסידים אין מאנסי.

ביז.... איך האב געהערט די אינטערוויא...

א נייע מין תירוץ פון יוסי ג. מיר גלייכען נישט די געזעץ. וועגן דעם פאלגען מיר עס נישט. און ווער עס האט טענות אויף אונז זאלן טוישען די ״דעמן״ געזעץ!