Under maintenance
הויפט זייט » דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17

דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13644
דינסטאג מערץ 24, 2020 10:34 am#444203
דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
@דער וועקער 17 פאַרמעסט זיך מיט אונזער היימישער קאָוויד 19. די טועמיה פון וועקער 17 האט אוועקגענומען דער באצאל־וואנט פון מיין ארטיקל איבער דער ווירוס אין אונזער פירערשאַפט און און איר קענט לייענען דאס ארטיקל מרישא ועד גמירא חינם אין כסף. דא קענט איר מעיר ומאיר זיין איבער דעם נושא.
דינסטאג מערץ 24, 2020 10:58 am#444205
Re: דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
אייזן, גאונות, טיף, און שניידענדיג (עז יוּזשוּעל).

דאס גיבט ליידער א נייע פשט אין (ב״ק נב.) כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא. והיינו, ווייל ווי באקאנט איז דאך סומא חשיב כמת (נדרים סד:). און אין די פאל קען עס ליידער זיין פשוטו כמשמעו - אז דאס סמיות פון די עיני העדה איז ממש חשובים כמת, ס׳קען גורם זיין מיתה, פאר׳ן ציבור חלילה.

l viewtopic.php?p=444186#p444186 l
דינסטאג מערץ 24, 2020 10:58 am#444206
דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
ולגופו של ענין קען מען אפשר זאגן אז לכאורה די ענליכע פחד וואס האט געטריבען רעגירונגען (בכלל, וטראמפ בפרט) אנצונעמען זיכערהייטס מאסנאמען נאר אין די לעצטע מינוט (ווען עס איז אפשר שוין אפילו געווען צו שפעט), דאס האט אויך געטריבען די רביס וכו׳ זיך נישט אזוי זיך צו טוהן צו מאכן און דאס אננעמען ערענסט. דהיינו, מ׳קען טענה׳ן אז די רעגירונגען האבן זיך נישט געוואלט אזוי צו טוהן מאכן דערפון ביז ס׳האט זיי געפאטשט אין פנים, מכח דאס פחד פון צושטערן דעם סאציאלן סדר און די (בעיקר עקאנאמישע) שטארקע נאכווייען דערפון. ענליך קען מען זאגן איז געווען די (נישט בארעכטיגטע) געדאנקענגאנג פון די רבנים. זיי האבן נישט געוואלט צושטערן די סאציאלן ארדער פון חרדים, וואס איז געקניפט און געבינדן מיט גאר נאנטע סאציאלע באציאונגן (וממילא קאנפארמיטי וכל המסתעף וכו׳). זיי ווילן דאס נישט צושטערן, ווייל מ׳האט מורא פאר די נאכווייען וואס קענען ארויסקומען דערפון פונ׳ם צושטערטן חרדי׳שן סאציאלע ארדער [ווייל מ׳קען טענה׳ן אז חרדי׳שקייט קען נאר האבן א קיום דורך סאציאלע נאָרמס מאָרס וכו׳, מער ווי סתם א סאסייעטי, וכבר נשנית הרבה פעמים בהשטיבל], ביז זיי זענען ממש געצוואונגן דערצו.

דאס פארענטפערט אבער נישט פארוואס זיי האבן נישט געקענט כאטש מער דערמאנען און לייגן א דגוש וועגן בעיסיק היידזשין און געזונט. (אפשר האבן זיי דאס אויך אנגעקוקט ווי א ״צושטערונג״ פונ׳ם אלגעמיינעם אנגענומענעם סאציאלן חרדי׳שן הלוך-ילך און ארדער, ״ותוצאותיו מי ישורנה״...)

און דאס זאגן ״תורה מגיני ומצלי; דער אייבערשטער וכו׳״ איז מיר אויך געווען וואונדערליך, וויבאלד א חלק פון קאַמאַן קאָלדס איז פון וויירוסעס פון די זעלבע משפחה [קאראנע] ווי די יעצטיגע סאַרס-קאָוו 2 וויירוס. איז קען לכאורה קאָוויד-19 אויך אריינגיין אין גדר צנים וואס אויף דעם זאגט די גמרא (ב״מ קז:) אז דאס איז נישט בידי שמים; מ׳דארף טוהן לגמרי מענטשליכע גשמיות׳דיגע פעולות זיך צו ראטעווען דערפון (ועיין ג״כ בב״ק ס: לענין מגיפה). (דאס ווערט אנגערירט אינ׳ם ארטיקל.) נאר וואס דען? אזוי ווי מ׳האט פריער דערמאנט איז די ווארט נישט דא א תורה׳דיגע/רעליגיעזע פערספעקטיוו וואס האט געטריבן די פירערשאפט, אזוי ווייט ווי א סאציאלן פערספעקטיוו וכנ״ל.
דינסטאג מערץ 24, 2020 4:28 pm#444228
זיער שטארק ארויסגעברענגט. איך גלייך די אויסדרוק "די מיניסטער פון תורה"...

די מצב איז שוין יעצט אביסל בעסער ווי די טעג וואס די ארטיקל איז געשריבן (פשוט ווייל די מציאות האט געקלאפט אין פנים), אבער איין נקודה וואס דו שרייבסט וואס איז לדעתי די מערסטע וויכטיג נאך יעצט, איז א בילד פונעם רבי'ן דאווענען ביחידות אד"ג. (איך האלט נישט מיין אטעם)
דינסטאג מערץ 24, 2020 4:37 pm#444230
איך האב א מנהג צו ליינען די וועקער ארטיקלען אין א הארטע קאפיע, וועלן מיר מוזן צואווארטן ביז זשעף בעזאס וועט מיר ברענגען מיינע פעקלעך.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 8:20 pm#444378
ר' קטלא שניידט שטיקער. ליידער יעדעס ווארט אמת, און ווערט נאר מער און מער אמת פון טאג צו טאג. עס איז נישט קיין ספק אז די אישי הציבור וואס זענען אין די פורים טעג און נאכדעם ווייטער אנגעגאנגען מיט'ן פראגראם כאילו לא היה האבן בלוט אויף די הענט.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:54 pm#444392
לא דם ולא יער.

נישט קיין בלוט נישט קיין שטותים.

מען האט נישט געהייסען מצד קיינעם נישט זיך צוזאמען קומען, פין ווי דארף איינער וויסען אז עס איז סכנה?

די און קטלא ווייסען דאך יא דער אמת אז דער רבי פליט נישט אין הימעל. איז פין ווי דארף דער רבי וויסען נישט צו מאכען קיין טיש פורים?

רובא דרובא רבי'ס און מנהיגים שטעלען זיך הונדרעט פראצענט צו צו אלע תקנות פין די ממשלה, דער גאנצער עקעלדיגער ארטיקעל פין קטלא ווי ער שימפט אויף די רבנים און אויף כלל ישראל מאכט מיר עקלען דער גאנצע קטלא, אפילו איך האב אמאהל ליב געהאט זיינע שרייבעכצער.

דער עקסטרעמער בליק פין אונזערע אויפגעקלערטער קעגען כאילו א "היימישער" שיטה אז מען דארף עובר זיין איז א עקל.
זונטאג מערץ 29, 2020 1:14 pm#444577
דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
מי אני האט געשריבן:ולגופו של ענין קען מען אפשר זאגן אז לכאורה די ענליכע פחד וואס האט געטריבען רעגירונגען (בכלל, וטראמפ בפרט) אנצונעמען זיכערהייטס מאסנאמען נאר אין די לעצטע מינוט (ווען עס איז אפשר שוין אפילו געווען צו שפעט), דאס האט אויך געטריבען די רביס וכו׳ זיך נישט אזוי זיך צו טוהן צו מאכן און דאס אננעמען ערענסט. דהיינו, מ׳קען טענה׳ן אז די רעגירונגען האבן זיך נישט געוואלט אזוי צו טוהן מאכן דערפון ביז ס׳האט זיי געפאטשט אין פנים, מכח דאס פחד פון צושטערן דעם סאציאלן סדר און די (בעיקר עקאנאמישע) שטארקע נאכווייען דערפון. ענליך קען מען זאגן איז געווען די (נישט בארעכטיגטע) געדאנקענגאנג פון די רבנים. זיי האבן נישט געוואלט צושטערן די סאציאלן ארדער פון חרדים, וואס איז געקניפט און געבינדן מיט גאר נאנטע סאציאלע באציאונגן (וממילא קאנפארמיטי וכל המסתעף וכו׳). זיי ווילן דאס נישט צושטערן, ווייל מ׳האט מורא פאר די נאכווייען וואס קענען ארויסקומען דערפון פונ׳ם צושטערטן חרדי׳שן סאציאלע ארדער [ווייל מ׳קען טענה׳ן אז חרדי׳שקייט קען נאר האבן א קיום דורך סאציאלע נאָרמס מאָרס וכו׳, מער ווי סתם א סאסייעטי, וכבר נשנית הרבה פעמים בהשטיבל], ביז זיי זענען ממש געצוואונגן דערצו.

‏דא איז דר. טרוֺי קאמפּבּעל מסביר פארוואס יונגערע מאכן זיך נישט אזוי צו טוהן פון סאציאלע דיסטענסינג און טוהן פארוואסערען די מצב. דאס איז נישט וויבאלד זיי האלטן בעצם נישט פונ׳ם הארבקייט פונ׳ם פראבלעם פּער סע, נאר (פשוט) וויבאלד זיי קענען נישט דערהייבן די לעזונגען צום פראבלעם און דאס טרייבט זיי אוועקצומאכן די פראבלעם מעיקרא. והיינו טעמא בקאָוויד-19 והיינו טעמא דרעפּובליקאנער בגלאָגאל ווארעמונג/קלימאט טויש וכו׳. די פענאמענאן רופט ער סאַלוּשאן עווערזשאָן.

דאס פארענטפערט אויך פארוואס (געוויסע) חרדים לאכן מער אפ (אדער האבן אפגעלאכט) פון סכנת קאָוויד-19. נישט אזוי ווייט ווייל זיי לייקענען אינ׳ם סכנה פון די מחלה, נאר זיי קענען נישט דערהייבן די לעזונג דערצו, וואס דאס איז אפצוהאקן/מינימיזירן סאציאלע באציאונגען, וואס דאס איז א חלק פון זייער קאָר אידענטיטעט וכנ״ל.
זונטאג מערץ 29, 2020 2:45 pm#444587
קטלא קניא ס'איז פלאי פלאים! שטארקע רייד ווי ווייטאגליך און ציפעדיג דאס איז נאר, איך זיך שוין לאנג וועלכע ברכה איך זאל מאכן אויף דיינס א ווערק, ס'איז ווערד א ברכת הנהנין וברכת השבח וגם ברכת המצות, אבער יעצט האב איך געמאכט ברוך שמסר עולמו לשומרים, און די גאנצע פינסטערנישט וואס נעמט ארום גאטס וועלטל, פון דעסטוועגן דאך לא השבית לנו גואל, און ס'דא וואס שרייבן אין שרייען ארויס דעם אמת נאקעט אזוי ווי עס איז.

גאר גוט ארויסגעברענגט דאס עם (אויבער)חכם דיגע מהלך המחשבה וואס נעמט ארום בגדול החל ובקטן לא כילה.

דערציילט מיר א ידיד אז ער האט געטראפן א בעלזא יונגערמאן (פליז נישט נעמען פערזענליך נאר מעשה שהיה כך היה וה"ה לשאר), פרעגט ער אים נו היתכן? אזא דורכפאל? דער רב האט פון אנהייב געזאגט מען מעג נישט פארמאכן קיינע ת"ת ישיבה תינוקות של בית רבן וכו' וגו', ענטפערט אים יענער ליידער איז דא אזא זאך אז פון הימעל באהאלט מען פון די צדיקים, און אזוי האט בעלזא רב ז"ל געזאגט אז פארן קריג האט מען באהאלטן פון די צדיקים, ווען מ'איז זיי געקומען פרעגן צו מ'זאל ארויפארן קיין אר"י כידוע האבן זיי געזאגט אז ס'וועט גוט זיין וכו', זאגט אים מיין ידיד אקעי כ'פארשטיי די לימוד זכות וואס דו זאגסט, אבער הלכה למעשה פאר מיר מיינט עס אז איך קען מיר אויף זיי בשום אופן נישט פארלאזן, ווייל מ'באהאלט פון זיי פון הימעל, און אן אנדערש מאל ווען איך זעה אויפן אינטערנעט אז מ'ווארענט אויף עפעס, דארף איך בעסער אויספאלגן, און נישט ווארטן אז די רבי זאל געוואר ווערען וואס שטייט דארט און מסכים זיין, בעסער געזאגט איינעמן א שטיל שווייגעניש און איך וועל פארשטיין שתיקה כהודאה און ביז יעצט האט מען פון אים באהאלטן.

אז מ'רעדט שוין יא, קענען מיר יעצט האבן א שטיקל בליק ווי אזוי ס'האט אויסגעזעהן תרצ"ז און פוילן ווען מ'איז געגאנגען פרעגן דעת תורה, און די אלע האבען געהויבן די אויגן אז ח"ו די רשע וועט נישט האבן קיין שליטה, און מ'וועט נישט ארויסזאגן מיט די מויל וועט גארנישט געשעהן וכו' פלוצלינג האט אויסגעבראכן א קריג ל"ע און זיי האבן אלע איינגענומען אזא מין שווייגענישט אדער בכלל פארשווינדען פון די ארענע קיין וכו'.

און דאס וויל איך צולייגן אלס תוספת נקודה (וואס בעצם האסטו נאך נישט געקענט האבן געשריבן און דעם דאטום פון דיין ארטיקל יום ב' ויק"פ) צו די טענה היתכן פארוואס זענען די מנהיגים אליין נישט פארנומען צו ווארענען פארוואס זעט מען נישט קיין בילדער אז זיי דאווענען ביחידות אא"וו, פארשטיי איך אויך נישט פארוואס הערט מען נישט פון זיי גארנישט קיין חיזוק? פארוואס שיקן זיי נישט ארויס טעגליך קיין קליפס פון חיזוק אדער עכ"פ אויף א טעלעפאן ליין, דערעוילעם איז צושמעטערט, מענטשן זיינען צוקנאקט און צובראכן צו מכח געזונט אדער פרנסה און מ'זיצט אינדערהיים מיט אלע קינדער, אבער די אלע האבן איינגענומען א מין שטילקייט שא שטיל מ'הערט מער נישט פון זיי, האבן זיי שוין געעפנט קרנות פאר משפחות וואס האבן נישט? רופן זיי אהן די צובראכענע משפחות? רעדן זיי צום ציבור מ'זאל זיך מחזק זיין? ווי און אויף וועם האבן זיי אונז איבערגעלאזט??? זיי האבן זייער מקוואות און מנינים אין דערהיים ואני את נפשי הצלתי און דער עולם זאל זיך אויפהענגען... דאס דערמאנט כנ"ל אביסל ביים קריג, פארדעם עה בעזהי"ת וועט נישט שאטן פאר קיין שום יוד, און אלעס וועט זיין און דערארדענונג און פלוצלינג ווען די צרה איז דא, ששש שא שטיל, והוא רחום יכפר.
זונטאג מערץ 29, 2020 6:15 pm#444614
והאיש, איר זענען גערעכט מיט יעדער ווארט. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט קייטן צו מאכן א פארגלייך מיט די רבי'ס פאר דער שואה אבער ס'שרייט ארויס פון יעדן פרישן קבר און פון דער קדיש פון יעדן פרישן יתום. אומגלויבליך און שוידערליך.
דינסטאג מערץ 31, 2020 8:41 am#444725
דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
דינסטאג מערץ 31, 2020 10:55 am#444729
געליינט דעם ארטיקל, הנאה געהאט פון דעם רעיון. אבער מיט די פאקטן וויל איך מיך דינגען.

אויב קרעדיט, וואלט איך געגעבן פאר די אדמורי"ם פון קארלין, גור, און באבוב.

גור און קארלין און באבוב האבן אלע פון זיי געגעבן פאקטישע הוראות פאר די חסידים פון די פריע שטאפלען. איינער מער אין איינער ווייניגער. אבער די דריי זענען געווען די ערשטע.

לגבי אנטווערפן איז נאריש צו געבן אזויפיל קרעדיט פאר הרב שיף, ווען פאקטיש האט מען פארשלאסן דעם שטאט נאך פאר סיי וועלכע אנדערע געגנט אויף דער וועלט. ער איז געלאפן פאראויס, ווייל דארט איז מען פשוט געווען שטרענגער אסאך פריער. און אפי' נאך זיינע אנווייזונגען האט מען אפן געלאזט אלע בתי מדרשים בצנעה וכדו'...
מיטוואך אפריל 01, 2020 10:13 am#444801
Re: דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
והאיש משה האט געשריבן:
און דאס וויל איך צולייגן אלס תוספת נקודה (וואס בעצם האסטו נאך נישט געקענט האבן געשריבן און דעם דאטום פון דיין ארטיקל יום ב' ויק"פ) צו די טענה היתכן פארוואס זענען די מנהיגים אליין נישט פארנומען צו ווארענען פארוואס זעט מען נישט קיין בילדער אז זיי דאווענען ביחידות אא"וו, פארשטיי איך אויך נישט פארוואס הערט מען נישט פון זיי גארנישט קיין חיזוק? פארוואס שיקן זיי נישט ארויס טעגליך קיין קליפס פון חיזוק אדער עכ"פ אויף א טעלעפאן ליין, דערעוילעם איז צושמעטערט, מענטשן זיינען צוקנאקט און צובראכן צו מכח געזונט אדער פרנסה און מ'זיצט אינדערהיים מיט אלע קינדער, אבער די אלע האבן איינגענומען א מין שטילקייט שא שטיל מ'הערט מער נישט פון זיי, האבן זיי שוין געעפנט קרנות פאר משפחות וואס האבן נישט? רופן זיי אהן די צובראכענע משפחות? רעדן זיי צום ציבור מ'זאל זיך מחזק זיין? ווי און אויף וועם האבן זיי אונז איבערגעלאזט??? זיי האבן זייער מקוואות און מנינים אין דערהיים ואני את נפשי הצלתי און דער עולם זאל זיך אויפהענגען... דאס דערמאנט כנ"ל אביסל ביים קריג, פארדעם עה בעזהי"ת וועט נישט שאטן פאר קיין שום יוד, און אלעס וועט זיין און דערארדענונג און פלוצלינג ווען די צרה איז דא, ששש שא שטיל, והוא רחום יכפר.


איך כאפ נישט די טענה, ווילסט זיי זאלן ארויסקומען מיט קליפס און בילדער פאר די סמארטפאונס וואס זיי האבן גע'אסר'ט? רוב רבי'ס האבן יא אדרעסירט זייערע מענטשן דורך די האטליין'ס, און אויף די פראפאגאנדע מיטלען שרייט מען אז די רבי'ס זענען מורא'דיג פארנומען זיך צו זארגן אויף די משפחות פון די נעדרים , און אויף די וואס האבן פארלוירן די פרנסות אין אלגעמיין.

בכלל זעהט אויס אז די היימישע עסטעבלישמענט האט מחליט געווען יא געהעריג ארויסצוקומען אז דער מצב איז געפערליך שוין פון דינסטאג ויק''פ ווען מען האט אנגעהויבן צו הערן פון מענטשן אויף רעספירעיטארס, כאטש די גרעסערע שוטים און קלענערע רבנים האבן געמוזט ווארטן אויף טעגליכע מתים צו כאפן וואס עס גייט פאר.
זונטאג אפריל 05, 2020 10:18 am#445285
דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
זונטאג אפריל 05, 2020 10:39 am#445287
דער ארטיקל איז זייער שיין (קינצלעריש) געשריבן און עס ברענגט ארויס עטליכע ריכטיגע נקודות איבער אונזער פירערשאפט. מיט דעם אלעם האלט איך אז אפשטעמפלען גאנץ כלל ישראל ווי זיי קעירן נישט איז אומריכטיג און אומ'יושר'דיג. עס איז אבער יא וויכטיג פאר מענטשן צו וויסן אז דעת תורה האט גארנישט מיט דעת מעדיצין און גארנישט מיט קיין שום אנדערן דעת. דעת תורה איז בלויז דעת תורה.
דינסטאג מאי 12, 2020 7:17 pm#448487
Re: דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
קטלא קניא האט געשריבן:והאיש, איר זענען גערעכט מיט יעדער ווארט. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט קייטן צו מאכן א פארגלייך מיט די רבי'ס פאר דער שואה אבער ס'שרייט ארויס פון יעדן פרישן קבר און פון דער קדיש פון יעדן פרישן יתום. אומגלויבליך און שוידערליך.
ווי קען מען ליינען מער וועגן די אויפפירונג פון די אזויגערופענע מנהיגים געפארן קריג?????
דינסטאג מאי 12, 2020 8:05 pm#448489
Re: דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
פאליטיקאנט האט געשריבן:
קטלא קניא האט געשריבן:והאיש, איר זענען גערעכט מיט יעדער ווארט. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט קייטן צו מאכן א פארגלייך מיט די רבי'ס פאר דער שואה אבער ס'שרייט ארויס פון יעדן פרישן קבר און פון דער קדיש פון יעדן פרישן יתום. אומגלויבליך און שוידערליך.
ווי קען מען ליינען מער וועגן די אויפפירונג פון די אזויגערופענע מנהיגים געפארן קריג?????

אין יד ושם. זיי האבן שוין דאקומענטירט מיליאנען אידן הי"ד.
דינסטאג מאי 12, 2020 8:56 pm#448495
Re: דער ווירוס אין אונזער פירערשאפט - וועקער 17
אויב מ'קען צושטעלן דירעקטע לינקס?

איך האב פארברענגט שעות אין יד ושם לערנענדיג אין א"י, איך האב קיינמאל נישט געהערט ווערן די פרט.
מיטוואך מאי 13, 2020 8:59 am#448521
ס'איז א פארצווייגעטער נושא מיט שטארקע ארגומענטן לכאן ולכאן און איר וועט מוזן ליינען און נאכגיין לינקס לירד לעומקו. דא אויף ק"ש האט מען עס שוין אויך בארעדט.

איך שטעל דא אפאר לינקס און אויך אויך א פייל וואס אין די ארטיקלען זענען דא נאך אסאך מראה מקומות ועיי"ש. משום מה געפון איך נישט אויף גור.

זוך אויך "ההנהגה החסידית" פון מנדל פיקאז. פאר דעם חסידישן זייט (אדער אפאלאגיא) זוך מאמרים און איך מיין אויך א בוך פון אסתר פרבשטיין.

אוודאי דארף מען אויך דערמאנען הרב יששכר שלמה טייכטאל און זיי ספר אם הבנים שמחה.

סאטמאר
http://dapimholocaust.haifa.ac.il/images/28_hebrew/Final_Keren-Kratz_Hebrew_Vol_28-2015.pdf

בעלז
m https://tinyurl.com/yc9bbakn m

m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%94 m

ליובאוויטש
m https://www.haaretz.co.il/literature/study/1.1453837 m