Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)

חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13660
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:05 pm#444372
חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)
צום שלוס פון אפהאלטן דעם אינטערוויו מיט פרידא וויזעל איז מיר איינגעפאלן א פלאן זיך נישט בלויז צו באגנוגען מיט הערן נאר אויך זען, כמאמר החכם אינו דומה שמועה לראי' און כ'האב געהאט גערעכנט פערזענליך מיטצוהאלטן א טור און ברענגען אן אריגינעלער באריכט דא פאר'ן ציבור, אבער מה נעשה אז פון הימל האט מען אנדערש געוואלט וקפץ עלינו רגזו של קאראנא וויירוס און אלע פלענער זענען זיך צערינען, איז אפשר, וועלן מיר דאס משלים זיין אין א קומענדיגער געלעגנהייט.

דערווייל עפען איך אויף דעם אשכול פאר הערות און הגהות אויף דעם אינטערוויו. קאמענטארן ווי קריטיק זענען וועלקאם.

כ'וויל באטאנען אז אין דעם ארטיקל איז אריין צענדליגער שעות פון ארבעט, סיי פארש ארבעט, צו אינטערוויואירן און דערנאך צו שרייבן און איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן פידבעק. אין מיין מיינונג בארירט עס זייער אסאך טעמעס און עפנט אויף א ברייטע טיר פאר ווייטערדיגע שמועסן איבער א רייע נושאים.

ס'איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז דער ארטיקעל איז געשריבן מיט א ציל ארומצונעמען אך ורק די וויכטיגע און אקטועלע טעמע פון "טוריזם" והמסתעף, אבער האט נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו בארירן זייטיגע נושאים ווי די ערשיינונג פון או.טי.די. במחנינו, אדער איבער די ראלע פון נשים אין היימישן לאגער. זיכער זאל עס אויף קיין שום פאל נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי א פערזענליכע לעבנס-געשיכטע פון סיי וועמען, ודי בזה.

איך וויל מיך באדאנקען פאר מרת וויזעל פאר'ן אוועקגעבן פיל צייט פאר דעם אינטערוויו. אויך וויל איך מיך באדאנקען פאר די וועקער שטאב וואס האט אזויפיל געהאלפן להשלמת הארטיקעל און צוגעשטעלט טייל פון די בילדער און דאקומענטן און געטון אלעס אין די וועלט אז די אינטערוויו זאל אויסקומען כלול בהדרו במלוא מובן המילה.

איך ענדיג מיט א לינק צום בלאג פון מרת וויזעל וואו זי שרייבט כסדר אריגינעלע קאמענטארן און אבזערוואציעס איבער'ן חרדישן לעבן. אט לעצטנס האט זי געשריבן אן אינטערעסאנטער ארטיקל איבער חסידישע קאלערינג ביכער און די ווערסיע פון וועלטס היסטאריע וואס יונגע קינדער אין דער חסידישער וועלט ווערן געלערנט.

דערווייל בין איך נאך א שעמעדיגער און איך בעט דעם עולם זאל מיך מקרב זיין און אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:30 pm#444375
היינט איז ארויס א טיווי שאו אויף חסידים, עס הייסט Unorthodox.

האט עס א שייכות צו די נקודה וואס איר באציט זיך ארויף אין אייער ארטיקל?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:38 pm#444376
מאך זיכער האט געשריבן:היינט איז ארויס א טיווי שאו אויף חסידים, עס הייסט Unorthodox.

האט עס א שייכות צו די נקודה וואס איר באציט זיך ארויף אין אייער ארטיקל?

ניין, נישט קיין דירעקטע שייכות. ווי איך זע אבער שרייבט זי היינט אן ארטיקל אויף איר בלאג איבער דבורה פעלדמאנ'ס בוך אויף וועלכע די נעטפליקס סעריע איז באזירט.
אויך מעלדט זי איבער א נייע פאדקעסט וואס צווישן די טעמעס וועט דיסקוסירט ווערן די נייע נעטפליקס דאקומענטור.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:54 pm#444377
צמח האט אוועקגעשטעלט א וואונדערבארער ווערק וואס נעמט א וויכטיגע און האקעלע נושא, און טוט יוסטיץ דערפאר אויף א הערליכן פארנעם. "א טור אין וויליאמסבורג" נעמט אונז אויף א ווירטואלן טור אין שטאט, דורך געבן א בליק וואספארא בליק א טוריסט באקומט ווען ער באזוכט אין שטאט, און גלייכצייטיג גיט דאס אונז פארשטיין די מאטיוון פון די טוריסטן, און די וואס פירן זיי ארום.

אלס א היימישע, פארשטייט פריידא וויזעל איבערצוגעבן א געזונטן בליק אויף אונזער לעבנסשטייגער, וואס איז אקוראט, היימיש, ווארעם, און אויפריכטיג. און דער ארטיקל האלט זיך וואונדערליך באלאנצירט צו רעדן וועגן אונז און אונזער לעבן.

באגלייט מיט אינטערעסאנטע בילדער, איז דער ארטיקל א חידוש און א יחיד במינו. געשריבן רייך און פראפעסיאנעל, און דער תוכן איז מחיה נפשות.
פרייטאג מערץ 27, 2020 3:44 am#444411
הערליך שיין דער ארטיקל, פון אלע אספעקטן. יישר כח ATUB @צמח ATUB .
פרייטאג מערץ 27, 2020 10:16 am#444419
אבטולמוס: ווען מ'טוט פארגלייכן דבורה פעלדמאן (נישט איהר עכטער נאמען. איהר עכטער נאמען איז שרה'לע בערקוביק.) מיט פרידא וויזעל, זעהט מען אז ס'איז גארנישט קיין פארגלייך. כאטש זיי האבן א סאך ענליכקייטן אין זייער בעקגראונד. זיי זענען ביידע וואס מ'רופט או.טי.די. אבער דארט ענדיגט זיך די פארגלייך. ווייל פרידא וויזעל קומט לכאורה פון א סטאבילע משפחה. זי האט נאר געוואלט א ביסל אראפנעמען די פארשלאסנקייט און אומזיסטע פרעשור מיט וואס זי איז אויפגעוואקסן אין די מאנראו'ער סאטמאר'ע ענווייראנמענט. אויך האט זי אויסגענוצט דעם טויש אין איהר לעבן צו פארבעסערן איהר וועלטליכע עדיוקעישן. און אלעס אן שנאה. אויך נוצט זי אויס איהר נייעם פערספעקטיוו אויפ'ן לעבן אויף א פראדוקטיוון אופן.

משא"כ ..."דעברא פעלדמאן"... איז ליידער אויפגעוואקסן אין אן אומסטאבילע משפחה אטמאספער. און זי האט זיך געוואלגערט, אזוי צו זאגן ביי די זיידע-באבע און אנדערע בני משפחה. און ס'שטערט זי אונטער'ן באוואוסטזיין די הצלחה פון אנדערע. ממילא טראגט זי א שטיקל קנאה/שנאה אין הארץ אויף די משפחה און זייער לעבנסשטייגער. דאס קענמען ארויסליינען פון אהר ערשטן בוך..."אנ-ארטהאדאקס"...וואו זי האט בייזוויליג פארדרייט פאקטן און געשריבן האלבע אמת'ן. אויך איז זי א גוטע ליגנערין. לויט די עדות'שאפט פון איהרע פריינט און באקאנטע...!

איך ווייס די אלע פרטים איבער איהר לעבנס ביאגראפיע ערשטהאנטיג.
פרייטאג מערץ 27, 2020 10:45 am#444424
איך האב נישט געקויפט די וועקער ווייל איך האב געזעען די אינטערוויא אויפען דעקיל.
סאינטרעסירט מיר אינגאנצען נישט וואס א מאנראוער ווייבעל וואס האט נישט געטראפען בעסער וואס צוטוהן נאר מאכען איהרע ברידער און שוועסטער פאר אן עטריקשין,האט צו פארקויפען.
איך האלט נישט אז סאיז עטיש צו מאכען מענטשענס פריוואטע לעבן שטייגער פאר אן עטריקשין, מרס וויזעל האסט אפגעלאזט אונזער לעבנס שטייגער, זיי מוחל גיי און קאלעדזש טרעף דיך א קארפארעט דזשאב, נישט מאך א פורים פון דיין ברידערס און שוועסטערס.
אזוי ווי איך האב שוין אפאר מאל באטאונט די וועקער איז כסדר פארנומען עווליאועטעין אונזער אזויגערופענע קאמיונוטי, סגייט שוין אויף די געהירען, און סאיז נישט פראדאקטיוו אויף קיין שום אופן.
פארקערט ברענג מענטשען וואס זענען און די קאממיונוטי מיט אינדעפענדינט מיינדס, וואס לעבן דא און נעמען די בעניפיטס, און לאזען וויזעל און די אנדערע קריטיקירער זיים פארנומען און זיך ספראווענען מיט די משוגעת׳ן.
פון איין זייט שטעלט מען זיך ארויס ווי עדזיקעטעיט און ליבראלע מענטשען וואס לאזען יעדעם לעבען זייער לעבנס שטייגער וויאזוי זיי ווילען, ביז סקומט צו א זאך וואס שטימט נישט מיט די ליבאראלע אגענדא, פלוצלינג גייט די גאנצע אגענדא און מיסט קאסטען, ממעג נעמען א קאממיונוטי און מאכען א טור פון זיי אן עטרעקשען, מענטשען זענען געווארען אויס מענטש ממעג זיי באטראכטען ווי אבזשעקטס, ווי איז פלוצלינג פארלוירען געגאנגען די הויעכע ניווא און די ווירדע פון די מענטשהייט, פלוצלינג פירט עטץ זיך אויף צו אונז אזוי ווי טראמפ צו מעקסיקאנע.
פארוואס מעג מען דאס יא ???????
די פאר ליבאראלען באן אונז וועלען נאר שרייבען אז טראמפ האט נישט געדילט גוט די ערשטע חודש מיט קאראנא אבער ווען דיבלאזיו האט געטוהן זיינע טעותים פארציילט נישט, וואס איז די פשט פארוואס קענען אונז נישט האבען אביסעל אינדעפענדינט טראכטערס ???
די תירוץ גייט זיין ווייל ............................. אבער ענק.................................איי פארשטייסט נישט מיין תירוץ, אה ווען די גייסטוך טויפען דיין מענטשליכע אינדיפענדינט קאפ און ווערען א נאכפאלגער פון ליבארליזעם דענסמאל העסטו פארשטיין.
אנטשולדיגט אבער איך האב אפגעלאזט חסידות איך לויף מער נישט נאך קיין מאוומענטס, נישט באבוב, פאפא, פיטסבורג, און נישט בערקלי,בערני, טראמפ.
מברויך אליין זיין א מענטש.
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:01 am#444429
אספקלריא: וואס וואלסטו געוואלט אז פרידא וויזעלל זאלל מאכן א פילם און ווייזן ווי שיין, איידל און אידעאליסטיש דער לעבנסשטייגער פון די חסידים איז. זי האט דאך אפגעלאזט אט דעם לייפסטייל...!
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:11 am#444431
זאל זי נישט שרייב אינגאנצען, האסטיך אפגעלאזט דאנק די אויבערשטער, די וועלט איז גרויס גיי זיי מצליח.
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:13 am#444432
אספקלריה האט געשריבן:איך האב נישט געקויפט די וועקער ווייל איך האב געזעען די אינטערוויא אויפען דעקיל.
סאינטרעסירט מיר אינגאנצען נישט וואס א מאנראוער ווייבעל וואס האט נישט געטראפען בעסער וואס צוטוהן נאר מאכען איהרע ברידער און שוועסטער פאר אן עטריקשין,האט צו פארקויפען.
איך האלט נישט אז סאיז עטיש צו מאכען מענטשענס פריוואטע לעבן שטייגער פאר אן עטריקשין, מרס וויזעל האסט אפגעלאזט אונזער לעבנס שטייגער, זיי מוחל גיי און קאלעדזש טרעף דיך א קארפארעט דזשאב, נישט מאך א פורים פון דיין ברידערס און שוועסטערס.
אזוי ווי איך האב שוין אפאר מאל באטאונט די וועקער איז כסדר פארנומען עווליאועטעין אונזער אזויגערופענע קאמיונוטי, סגייט שוין אויף די געהירען, און סאיז נישט פראדאקטיוו אויף קיין שום אופן.
פארקערט ברענג מענטשען וואס זענען און די קאממיונוטי מיט אינדעפענדינט מיינדס, וואס לעבן דא און נעמען די בעניפיטס, און לאזען וויזעל און די אנדערע קריטיקירער זיים פארנומען און זיך ספראווענען מיט די משוגעת׳ן.
פון איין זייט שטעלט מען זיך ארויס ווי עדזיקעטעיט און ליבראלע מענטשען וואס לאזען יעדעם לעבען זייער לעבנס שטייגער וויאזוי זיי ווילען, ביז סקומט צו א זאך וואס שטימט נישט מיט די ליבאראלע אגענדא, פלוצלינג גייט די גאנצע אגענדא און מיסט קאסטען, ממעג נעמען א קאממיונוטי און מאכען א טור פון זיי אן עטרעקשען, מענטשען זענען געווארען אויס מענטש ממעג זיי באטראכטען ווי אבזשעקטס, ווי איז פלוצלינג פארלוירען געגאנגען די הויעכע ניווא און די ווירדע פון די מענטשהייט, פלוצלינג פירט עטץ זיך אויף צו אונז אזוי ווי טראמפ צו מעקסיקאנע.
פארוואס מעג מען דאס יא ???????
די תירוץ גייט זיין ווייל ............................. אבער ענק.................................איי פארשטייסט נישט מיין תירוץ, אה ווען די גייסטוך טויפען דיין מענטשליכע אינדיפענדינט קאפ און ווערען א נאכפאלגער פון ליבארליזעם דענסמאל העסטו פארשטיין.
אנטשולדיגט אבער איך האב אפגעלאזט חסידות איך לויף מער נישט נאך קיין מאוומענטס, נישט באבוב, פאפא, פיטסבורג, און נישט בערקלי,בערני, טראמפ.
מברויך אליין זיין א מענטש.

אדאנק פאר'ן מיטטיילן אייער מיינונג.
מרת וויזעל בארירט אסאך פון די טענות בעקיפין און שלא בעקיפין, אפשר ווען איר וואלט יא געליינט דעם ארטיקעל וואלט איר צובאקומען נאך א דימענסיע צו דעם שמועס און ווי אפשר קען מען הערן אן ארגומענט אז ס'איז דייקא דא א מעלה אין געבן א קלארע און אויפריכטיגע בליק איבער אונזער געזעלשאפט פאר מענטשן פון דער פרעמד. עס ווערט אנגעוויזן אין ארטיקל, אז סאטמאר אליין האט פארשטאנען איבער די וויכטיגקייט פון אוטריעטש און דיקא יא זיך עפענען פאר א דרויסנדיגע באפעלקערונג און פלעגט אליין אראנדזשירן טורס מיט יארן צוריק.
אלנפאלס, כ'וואלט אייך דיקא יא איינגעלאדנט צו ליינען דעם ארטיקל וועלכע זוכט גראדע מערסטנס נישט צו עוואליועיטען אונזער קאמיוניטי נאר דוקא צו עוואליועיטען דער טוריזם פענאמען און דערנאך וואלט איך גערן געצויגן דעם שמועס ווייטער.
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:19 am#444433
איך האב נאר אפאר פראגעס צו דיר אספקלריא, דו האלטסט אז ס'איז אן עוולה פאר א נייגעריגע גוי צו טורן די חסיד'ישע געגנד? אויב נישט, דאן וואס טוען זייער טור גיידס שלעכט, סך הכל מאכן זיי א ביזנעס פון א לעגיטימע אונטערהאלטונג? און אויב עס יא אן עוולה, מיט וואס איז עס אנדערש פון די חסידישע חול המועד טריפס צו אמיש קאנטרי, אדער סיי וועלכע אנדערע גוי'אישע טוריזם ווי גיין באזוכן די בודדהיסטן אין טיילאנד, די הינדוס אין אינדיע, וכו' וכו'?
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:30 am#444435
רביה"ק זי"ע. אז דו דערמאנסט די אמיש, וואס אונזער היימישער עולם גייט באזוכן אום חוה"מ. האביך מיך דערמאנט פון אן אינטרעסאנטן עפיזאד בשייכות מיט די אמיש. איינער פון זיי האט זיך אמאל אפגערעדט צו א היימישן איד. אז דער עולם רעדט וועגן זיי אסאך מאל מיט חוזק אדער ביטול. . זאגנדיג..."עטץ מיינטץ אז אונז פארשטיי מיר נישט ענקער שפראך, אידיש"...! ווייל די אמיש האבן אן אריגינאלן דיאלעקט וועלכער איז זייער שטארק ענליך צו אידיש...!
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:42 am#444436
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נאר אפאר פראגעס צו דיר אספקלריא, דו האלטסט אז ס'איז אן עוולה פאר א נייגעריגע גוי צו טורן די חסיד'ישע געגנד? אויב נישט, דאן וואס טוען זייער טור גיידס שלעכט, סך הכל מאכן זיי א ביזנעס פון א לעגיטימע אונטערהאלטונג? און אויב עס יא אן עוולה, מיט וואס איז עס אנדערש פון די חסידישע חול המועד טריפס צו אמיש קאנטרי, אדער סיי וועלכע אנדערע גוי'אישע טוריזם ווי גיין באזוכן די בודדהיסטן אין טיילאנד, די הינדוס אין אינדיע, וכו' וכו'?

איך בין געגאנגען צו אמיש נאר צו די אפענע ביזנעסעס, פון זייער אייגענע מענטשען, צופארען מיט די האורס און באגי, איך האב אבער נישט געגאנגען צו די פריוואטע מענטשען דארטען טאקע מהאי טעמא, די פריוואטע מענטשען דארטען האבען נישט ליב ווען מבאדערט זיי.
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:51 am#444437
הערליכע ארטיקעל
פרייטאג מערץ 27, 2020 11:58 am#444439
צמח האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:אדאנק פאר'ן מיטטיילן אייער מיינונג.
מרת וויזעל בארירט אסאך פון די טענות בעקיפין און שלא בעקיפין, אפשר ווען איר וואלט יא געליינט דעם ארטיקעל וואלט איר צובאקומען נאך א דימענסיע צו דעם שמועס און ווי אפשר קען מען הערן אן ארגומענט אז ס'איז דייקא דא א מעלה אין געבן א קלארע און אויפריכטיגע בליק איבער אונזער געזעלשאפט פאר מענטשן פון דער פרעמד. עס ווערט אנגעוויזן אין ארטיקל, אז סאטמאר אליין האט פארשטאנען איבער די וויכטיגקייט פון אוטריעטש און דיקא יא זיך עפענען פאר א דרויסנדיגע באפעלקערונג און פלעגט אליין אראנדזשירן טורס מיט יארן צוריק.
אלנפאלס, כ'וואלט אייך דיקא יא איינגעלאדנט צו ליינען דעם ארטיקל וועלכע זוכט גראדע מערסטנס נישט צו עוואליועיטען אונזער קאמיוניטי נאר דוקא צו עוואליועיטען דער טוריזם פענאמען און דערנאך וואלט איך גערן געצויגן דעם שמועס ווייטער.

איך האב נאכקיינמאל נישט אראפגעלייגט אזא אינטרוואוי מיט אגוטע טעם, נישט פון כ״ץ און נישט פון שפירא, איך האלט נישט אז מקען אסאך לערנען פון זיי, ווייל זיי האבען גענומען אן אנדערע עפראוטש, פון וואס איך נעם, זיי האבען אפגעלאזט זייערע לעבנס שטייגער מיט אלע באקוועמליכקייטען און אנגעפאנגען א נייע לעבן, זייער אסאך פון זיי בפרט דיע וואס זענען נאך פארנומען מיט אונזער קאממיונוטי,זענען געווענטליך זייער פארווייטאגט,און סאיז א אומבאטעמטע געליינאכץ.
איך האב ליב צוהערן און זעען פרייליכע פראדאקטיוו מענטשען, און הערן זייער עפראוטש צום לעבן, סאיז גראדע דא פון דיע וואס האבען אפגעלאזט די קאממיונוטי וואס זענען נישט אזוי פארווייטאגט און גייען זייער וועג, מאכען נישט קיין נאוז,אבער דיע וואס זענען אבסעסד מיט אונז איז נישט קיין אינטרעסאנטע ליינאכץ, און די נושא איז נישט קיין נושא וואס פאראינטרעסירט מיר נישט עוואליוטען אונזער קאממיונוטי און נישט די טוריזום פאנאמענען.
פרייטאג מערץ 27, 2020 3:28 pm#444468
אספקלריה האט געשריבן:זאל זי נישט שרייב אינגאנצען, האסטיך אפגעלאזט דאנק די אויבערשטער, די וועלט איז גרויס גיי זיי מצליח.

אספקלריא: ענטפערט די גמרא. כסף שאני. ווען מ'קען נאך מאכן א פאר טאללער האטציך אלעס אויפגעהערט.אלע אידעאלאגיעס און אידעאלן שטעללן זיך אפ פאר געלט.

זי האלט אז זי וועט אריינכאפן א פאר טאללער. און ווערן פעימאוס אויך.
פרייטאג מערץ 27, 2020 4:31 pm#444475
בסך הכל האט זי עפעס וואס קיינער האט נישט.

די היימישע אידן פירן זיך אויף זייער אינטערסאנט און זיי קענען ציען אויגן, (אויב די האלטסט אנדערש דען פארוואס גייסטו חוה"מ קיין אמיש טאון?)

זי קומט פון דארט, און אזויווי יעדער איינער וויל הערן ערשטהאנטיג זאכן, אזוי ווילן די טוריסטן הערן איבער אונז ערשטהאנטיג.

זייער פארשטענדליך (קען זיין זי ברויך אכטונג געבן אויף קידוש ה'...)
פרייטאג מערץ 27, 2020 5:26 pm#444482
מיין טייערער אספקלריה, איך האב אייך זייער ליב אבער דיינע תגובות שפריצן פון העיט און איך זע נישט וואס דו ביזט בעסער פון סיי וועלכע או טי די וואס זענען "אנגעווייטאגט" כלשונך און ס'זעט נישט אויס ווי דו האסט די מינדעסטע עמפאטיע, רחמנות אדער מיטגעפיל אין ריכטונג פון איינער וואס גייט נישט פינקטליך אין דיין שפאן אדער טאנצט נישט לכה דודי גענוי לויט דיין ריטם.
ווילסט נישט קויף נישט ליין נישט אבער ס'איז דא א וועג וויאזוי מ'רעדט צו מענטשן און פון מענטשן אן די גרויליגע שנאה און אומטאלערענץ וואס שפריצט פון דיינע ווערטער, אן דעם וואס זאלסט אפילו נעמען די מי צו מאכן די אנשטעל כאילו מ'באהאנדלט א צווייטן מיט רעספעקט און מ'גיט אים כאטש דעם רשות הדיבור זיך צו ערקלערן און מסביר זיין.
מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:38 pm#444500
זייער אן אינפארמאטיווע אינטערוויו און זייער איידל באשריבן.

פריידא וויזל איז אריבער זייער אסאך אין לעבן וואס דאס האט פון איר געפאדערט בכדי צו בלייבן נארמאל און געזונט אפצולאזן די קאמיוניטי.

און צו דורכטאן איר האסטאריע און פארוואס זי האט אפגעלאזט קען מען ווידמען א צווייטער ארטיקל, דא זאל מען זיך באאציען צו וואס זי זאגט בנוגע טוריזם אין וויליאמסבורג.

אספקלריה, דו קענסט נישט הערן וואס זי זאגט ווייל זי איז OTD? די מושג פון קבל את האמת ממי שאומרו איז קיין ארטיקל ביי דיר?
זונטאג מערץ 29, 2020 1:30 pm#444579
כוכב האט געשריבן:מיין טייערער אספקלריה, איך האב אייך זייער ליב אבער דיינע תגובות שפריצן פון העיט און איך זע נישט וואס דו ביזט בעסער פון סיי וועלכע או טי די וואס זענען "אנגעווייטאגט" כלשונך און ס'זעט נישט אויס ווי דו האסט די מינדעסטע עמפאטיע, רחמנות אדער מיטגעפיל אין ריכטונג פון איינער וואס גייט נישט פינקטליך אין דיין שפאן אדער טאנצט נישט לכה דודי גענוי לויט דיין ריטם.
ווילסט נישט קויף נישט ליין נישט אבער ס'איז דא א וועג וויאזוי מ'רעדט צו מענטשן און פון מענטשן אן די גרויליגע שנאה און אומטאלערענץ וואס שפריצט פון דיינע ווערטער, אן דעם וואס זאלסט אפילו נעמען די מי צו מאכן די אנשטעל כאילו מ'באהאנדלט א צווייטן מיט רעספעקט און מ'גיט אים כאטש דעם רשות הדיבור זיך צו ערקלערן און מסביר זיין.

.
זונטאג מערץ 29, 2020 2:00 pm#444583
אספקלריא: דו האסט געוואלט עפעס זאגן...?! דער עולם ווארט צו הערן...!
זונטאג מערץ 29, 2020 2:06 pm#444584
שכח אספקלריה גוט געזאגט.

פאר די עולם וואס שטאלצירן זיך מיט זייער יידישקייט און טרעדישן דארף עס זיי נישט אנגיין אז מקומט טורן די היימישע גאסן,
צו ווייל זיי זענען שטאלץ מיט זייער לעבנסשטייגער אדער ווייל זיי קימערן זיך נישט וואס די גויישע גאס טראכט אויף זיי.
אבער רביצין וויזל מעג ווען אביסל טראכטן פון די עולם וואס איז פשוט סטאק דא און זיי קענען נישט אוועקגיין,
אבער זיי ווילן זיך פילן ווי א נארמאלע מענטש אין יעדןס אויגן,
און זיי פילן זיך אומבאקוועם ווען מענטשען קומען און באטראכטן זיי כאילו זיי זענען עפעס א מאדנע באשעפעניש
און ווערן פאררעכנט אלס אן אטראקציע.
איך האלט סאיז אן עוולה פון איר וואס זי איז אויך געווען צווישן אונז און זי ווייסט אויכעט וויזוי ספילט צו זיין אן outsider,
זיך נישט צו רעכענען מיט מענטשען ווי איר וואס האבן אבער נישט די גאטס אוועקצוגיין.

מיר זענען נארמאלע מענטשען פונקט ווי יעדעם און מיר ווילן זיך נישט פילן ווי מאנקיס אין א זו.
זונטאג מערץ 29, 2020 4:01 pm#444599
חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער 17)
א גוטן @אספקלריה שלומכם יסגה. איך הער וואס די זאגסט אז די גלייכסט נישט ווען מען טוט אזויפיל דורך דיין קאמיוניטי ובפרט דורך אזוי גערופענע OTD חברה, אזוי אויך קוועטשט דיר אז מען קומט באטראכטען אונזער לעבן. למעשה נישט קיין חילוק צו דאס איז יא אויסגעהאלטען צו נישט, גראדע זע איך נישט די גרויסע עטישע פראבלעם אין דעם, ווייל מיר דארפען וויסען אז יא מיר זענען אנדערש פון די מעריב וועלט און יא מיר זענען אונטערסאנט צו זעהן, און דאס אלעס מאכט אונז נישט פאר אויס נארמאלע מענטשען ניין מיר זענען העכסט נארמאל אבער גלייכצייטאג העכסט אונטערסאנט און אויב עס קומען קליינע גרופעס ווי מיט מרת וויזעל און זיי פירן זיך אויף מיט דרך ארץ נאר זיי קומען אנאליזען אונזער לעבנ׳ס שטייגער איז וואס, די פראבלעם איז מיט די גרויסע גראפעס וואס קומען אויסגעלאסען און מיט אנדערע אגענדעס ווי אויסגעשמיסט אינעם ארטיקל.

עכ״פ אפי׳ לאמיר זאגען אז דאס איז נישט עטיש אזוי ווי איר זאגט איז דאס נאכאלץ ווערד אן ארטיקל, די וועקער איז דא צו אנרירען ענינים וואס די אנדערע אויסגאבעס לאזען אויס. במילא געט די וועקער א מקום פאר די OTD חברה, און רעדן כסדר וועגן אונזער קאמיוניטי איז א העכסט נארמאלע זאך ובפרט וואס די ארטיקלען ברענגען ארויס אונזער מעלות אויך. קוק אויף די ארטיקל מיט הרב יששכר כ״ץ וואס עס שטייט אויפן דעקל ״חסידים ליגן אין אידישקייט יעדן מינוט פון זייער לעבן, זיי לעבן עס מער, זיי פראקטיצירן עס מער״. איך האב זייער הנאה געהאט פון יענעם ארטיקל קודם דאס עצם געבן דעם פלאטפארם פאר א פארלוירענעם קול, אזוי אויך די אלע נייע אינפארמאציע וואס איך בין געוואור געווארן וואס איך וואלט נישט געהערט פון א היימישע, און צום לעצט איז דאס זייער ווארים און איז נישט דא צו האקן נאר זאגען דברים כהווייתם. די זעלבע מיט מלך שפירא שטייט אויפן דעקל ״מדארף זייער שעצן די חסידים וועלכע טראגן זייער אידישקייט מיט שטאלץ״. האסטו דען נישט הנאה געהאט צו הערן וואס פראפעסער שפירא האט צו זאגען, די ארטיקלען מיט ״פרעמדע״ ווי פראפעסארן צו OTD חברה זענען נישט נאר צו הערן וואס זיי האבען צו זאגען וועגן אונז נאר בכלל צו כאפן אן אונטערסאנטע שמועס מיט זיי.

און למעשה ביסטו נישט אינגאנצען גערעכט ווייל די וועקער ברענגט אויך גרויסע חברה וואס זענען יא א חלק פון אונז, אזוי ווי וועקער 12 האט אונטערוויוט הרב מאיר שיללער וואס איז א הייסע חסיד מיט א אפענע קאפ וואס איז געווען איינגעשטעלט יארן לאנג אין YU. אזוי אויך האט וועקער 10 אונטערוויוט הרב יוסף יצחק יעקבסאן. און וועקער 8 מיט רבי בצלאל כהן. אזוי אויך האט די וועקער באשריבען גדולים שבמחנינו א שטייגער ווי הרב יצחק לעבאוויטש, הרב שטיינמאן הרב משה וואלפסאן ועוד.

און אפי׳ איר זענט נאכאלץ נישט צופרידען דארף דער וועקער טוהן וואס רוב ליינער ווילן, און זעהט אויס אז רוב עולם האט זייער הנאה פון די יעצטיגע מהלך, וויל איך טאקע באדאנקען @צמח פארן שיינעם ארטיקל יישר כוחכם.
זונטאג אפריל 05, 2020 1:41 am#445261
א הערליכן ארטיקל. זייער שיין געשריבן (סיי מיטן לשון און סיי פאזיטיוו) און זייער אינטערעסאנט אויף דער זעלבער צייט.

עס האט מיר געמאכט טראכטן פון דער צייט ווען איך בין געגאנגען מיט מיין משפחה באזוכן די אמיש אין פענסילוועניע. הגם זיי מאכן דאס אפיציעל פאר אן אטראקציע און עטליכע פון זיי לעבן פון טוריזם, בין איך זיכער אז פילע פון זיי שמעקט דאס בכלל נישט. זיי זענען שטילע שעמעוודיגע מענטשן און זיי האבן נישט ליב ווען מענטשן רוקן זיך אזוי אריין אין זייער לעבן און כאפן בילדער פון זיי. אבער פילע פון די טוריסטן האבן עפעס אזא בליק ווי די גאנצע קהלה זענען כאראקטערן פון א פילם וואס שפילן אפ וויאזוי מענטשן פלעגן אמאל אויסקוקן בלויז פאר די הנאה פון די טוריסטן.

ווי אויסגעדרוקט אינעם ארטיקל, מאכט דאס א גרויסער חילוק ווער דער טוריסט איז און וואס זיין מטרה איז. איך געדענק ווי איך בין אמאל געזיצן אין א געשעפט פון באנוצטע ספרים אין ירושלים. פלוצלינג זענען אריינגעקומען א גרופע אמעריקאנע טוריסטן אינעם געשעפט. אזוי ווי זיי האבן געמיינט אז איך קען נישט קיין ענגליש, האבן עטליכע פון זיי זיך ערלויבט חוזק צו מאכן פון מיר אונטער מיין רוקן און האבן פרובירט צו נעמען בילדער. איינער פון זיי איז אבער צוגעקומען צו מיר מיט רעספעקט, און האט אנגעפאנגען א שמועס מיט מיר. מיר האבן געשמועסט פאר א לאנגע צייט און זיך איבערצייגט אז מיר האבן אסאך אין קאמאן. ער האט אפילו געוואוינט נישט ווייט פון מיר אין אמעריקע. על כל פנים, מיר האבן ביידע הנאה געהאט פונעם שמועס, און מיר האבן זיך ביידע געלערנט וועגן אנדערע קולטורן.

טוריזם קען זיין א געמיינע זאך אבער עס קען אויך זיין א הערליכע זאך. אויב די טוריסטן פירן זיך אויף מיט רעספעקט, קענען ביידע צדדים זיך עפעס לערנען איינע פונעם אנדערן.
זונטאג אפריל 05, 2020 10:53 am#445288
איך האב געליינט די ארטיקל אום שבת. מצד אחד איז עס אינטרעסאנט צו ליינן פארוואס פרעמדע קומן זען די חסידישע לעבענסשטייגער. אז זיי זען נישט איין די קיוטנעס פון מעטשינג קינדער וכדו׳.

אבער איר פארענטפערן אז זי מעג וויי טון דער עולם, ווייל מ׳האט איר נישט צוגעשטעלט די געלעגענהייט צו ווערן א פראפעסאר פון גארנישט, ממילא דארף זי זיך נישט רעכענן מיט די געפילן פון יענעם, איז א ביטערליכע טפשות. א מין ענטייטעלמענט סינדראם, אז א גאנצע ציבור איז פאראנטווארטליך פאר איר חלומות, אז יעדער מוז האבען יעדער געלעגענהייט אין לעבן, און די גאנצע ציבור מוז צאלן די פרייז וואס זי האט מחליט געווען דערפאר, איז א געפערליכע גיאות.

באופן כללי, האלט איך אז ATUB @אספקלריה ATUB האט א פאוינט. דער וועקער דארף אויך דינען אלס א בליק אויף דערויסן און וויאזוי זיי קוקן אונז אן. דער יעצטיגע ווידער האט בכלל נישט קיין אויסוואל, כמעט יעדער ארטיקל לויפט אויף דער גאנג, ווי מ׳בעט זיך ביי א פרעמדן צו זאגען עפעס גוט אויף אונז. דאס איז אינטרעסאנט, אבער יעצט איז דאס די גאנצע זאך.
זונטאג אפריל 05, 2020 11:26 am#445296
ליטוואק, איך ווייס באמת נישט וואו דו האסט אזוי פארשטאנען און איך נעם די שולד אויף מיר אז כ'האב נישט גענוג קלאר געשריבן.
זי זאגט בכלל נישט אז זי מעג וויי טון דעם עולם ווייל דאס איז איר עדוקאציע. זי ענטפערט די שאלה פון היפאקריטסווע, צי מ'איז א היפאקריט פאר'ן פארלאזן א קאמיוניטי און דערנאך קומען מאכן א פרנסה, וואס איז בעצם א שאלה אפילו ווען איינער האט סיי וועלכע אנדערע ביזנעס, ווי צום ביישפיל זי וואלט געעפנט א בעקעריי, אויף דעם ענטפערט זי אז זי נוצט אירע ידיעות און איר עדוקאציע צו מאכן א פרנסה.
בנוגע "וויי טון דעם ציבור" (אביסל א שארפע וועג עס צו פרעימען, אבער שוין), דאס ווערט אויסגעשמועסט באורך וברוחב מער אין צווייטן האלב ארטיקל איבער די עטישקייט פון טוריזם און וועלכע טוריסטן מאכן פראבלעמען און וועלכע מאסנאמען זי נעמט אלץ אונטער אז עס זאל זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם.
זונטאג אפריל 05, 2020 11:37 am#445297
יא, אין די צווייטע האלב זאגט זי אז עס איז נישט קלאר ווי ווייט עס גייט, און אז פערציג יאר צוריק האט סאטמאר אויך אריין געלאזט טוריסטן, מיט נאך אזעלכע זינלאזע תירוצים.

אנטשולדיגט, אבער טאמער מענטשן זאגען אז עס טוט זיי וויי, מעג מען זיי גלויבן. איך האב נישט קיין טענה צום שרייבער פון די ארטיקל, און איך וואוין נישט אין ווסמב״ג, ממילא האב איך נישט קיין טענה צו מרס וויזעל אויך נישט. איך זאג נאר אז זי האט געטון גאר א שוואכער ארבעט זיך צו פארענטפערן.
זונטאג אפריל 05, 2020 11:57 am#445299
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, אין די צווייטע האלב זאגט זי אז עס איז נישט קלאר ווי ווייט עס גייט, און אז פערציג יאר צוריק האט סאטמאר אויך אריין געלאזט טוריסטן, מיט נאך אזעלכע זינלאזע תירוצים.

אנטשולדיגט, אבער טאמער מענטשן זאגען אז עס טוט זיי וויי, מעג מען זיי גלויבן. איך האב נישט קיין טענה צום שרייבער פון די ארטיקל, און איך וואוין נישט אין ווסמב״ג, ממילא האב איך נישט קיין טענה צו מרס וויזעל אויך נישט. איך זאג נאר אז זי האט געטון גאר א שוואכער ארבעט זיך צו פארענטפערן.

ווי ווייט איך פארשטיי פרובירט זי מחלק צו זיין צווישן די מאסן טוריסטן וואס קומען אן אויף די באסעס אן קיין שום רעספעקט צו דער קאמיוניטי, און אירע קליינע איידעלע רעספעקטפולע טורס. איך קען נישט די מציאות אין וויליאמסבורג, אבער עס איז מעגליך אז וואס באדערט בעיקר פארן עולם איז די גרויסע טורס. זיי קוקן נאר אלעס אן ווי איין גרויסע אינדוסטריע.
זונטאג אפריל 05, 2020 2:06 pm#445326
די בעלי בתים אויף זייער טענות איז זיי אליינס. טאמער זיי זאגען עס שטערט זיי, מעג מען זיי גלויבן.
זונטאג אפריל 05, 2020 2:24 pm#445333
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די בעלי בתים אויף זייער טענות איז זיי אליינס. טאמער זיי זאגען עס שטערט זיי, מעג מען זיי גלויבן.

וואספארא רעכטן פארמאגן זיי אויף די גאסן? עס דרייען זיך טויזענטע גויים דארט אויף די גאסן ואין פוצה פה ומצפצף.

די טוריסטן פון זייער זייט דארפן פרובירן צו זיין מענטשליך און פארשטענדליך צו זייערע סביבה. ווילאנג זיי פירן זיך אויף שיין און דרייען זיך נאר אין פובליק פלעצער, זעה איך נישט וואס זייער גרויסער חטא איז.
זונטאג אפריל 05, 2020 3:09 pm#445343
תחכמוני האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די בעלי בתים אויף זייער טענות איז זיי אליינס. טאמער זיי זאגען עס שטערט זיי, מעג מען זיי גלויבן.

וואספארא רעכטן פארמאגן זיי אויף די גאסן? עס דרייען זיך טויזענטע גויים דארט אויף די גאסן ואין פוצה פה ומצפצף.

די טוריסטן פון זייער זייט דארפן פרובירן צו זיין מענטשליך און פארשטענדליך צו זייערע סביבה. ווילאנג זיי פירן זיך אויף שיין און דרייען זיך נאר אין פובליק פלעצער, זעה איך נישט וואס זייער גרויסער חטא איז.

יא, זי באגנב׳ט זיי נישט. עס איז אבער עקעלדיג זיך צו באנוצן מיט א מענטש קעגן זיין ווילן, און דא יוצא זי א ציבור אויף דער אופן. א מענטש וואס פירט זיך נישט שיין אויף מיט אנדערע, איז נישט קיין גוטע מענטש. דאס אז זי איז נישט קיין גנב העלפט קיין זאך נישט.
זונטאג אפריל 05, 2020 3:13 pm#445345
מענטשן באזוכן די אמיש און מענשטן באזוכן פילע אנדערע קולטורן. עס איז בכלל נישט אנגעקוקט ווי מען באנוצט זיך מיט א מענטש. עס איז א מאדנע וועג פון אנקוקן א זאך. אויב איינער ווייזט אינטערעסע אין דיין קולטור דארף עס ווערן אנגעקוקט ווי א גוטע זאך און נישט ווי א געמיינע זאך. אויב איינער האט א פערזענליכן פראבלעם דערמיט, פארשטיי איך. אבער צו זאגן אז זי טוט א שרעקליכן עולה איז א גרויסער איבערגעטריבענקייט.
זונטאג אפריל 05, 2020 3:20 pm#445346
טאמער עס שטערט די אמיש, איז עס פשוט אומ-עטיש. נאר וויבאלד עס שטערט זיי נישט, אדרבא דאס איז זייער פרנסה, ממילא איז עס נישט קיין פראבלעם.
איך מיין מ׳דארף טייטשן א פאר טערמינן. ׳נוצן׳ מיינט נוצן use להשתמש. אז דער מענטש דינט א ציל אין דיין לעבן, האסטו אים גענוצט. אז יענער לאזט נישט, איז עס אומ-עטיש. עטיש איז מער א האקעלע ווארט, דאס מיינט א וועג פון לעבן וואס לאזט יעדער לעבן אייניג, און יעדער בלייבט בעלעבאס אויף זיך. אומ-עטיש איז ווען מ׳פיהרט זיך צו אנדערע אין א וועג וואס ווען יעדער טוט עס, קען די וועלט נישט ווייטער גיין. טאמער א מענטש קען נישט בעטן שיינערהייט, טו דאס נישט צו מיר, עס שטערט מיר, מיינט עס אז יעדער טוט וואס דער געזעץ לאזט אים, נישט קוקענדיג אויף וואס א צווייטע וויל. אזא לעבן איז חרבן, און עס איז נישט קיין וואונדער אז דער קרית יואל׳ער חינוך האט ארויסגעגעבן שלעגערס און וויזעלס, ווייל קיין עמטליכע חילוק זעי איך נישט.
זונטאג אפריל 05, 2020 3:32 pm#445353
קודם כל, דער פאקט אז געוויסע אמיש לעבן דערפון מיינט נישט אז זיי אלע גלייכן דאס. אין פאקט, האבן מיר עטליכע פון זיי געזאגט אז עס שטערט זיי יא.

בכלל דארפסטו קלארער מסביר זיין וואס עס מיינט זיך באנוצן מיט א מענטש. עס איז קלאר ווי דער טאג אז אויב איינעם שטערט אז איך גיי מיט א קעפ (cap) אויפן גאס, דאן דארף איך זיך נישט רעכענען מיט זיינע געפילן. עס איז אויך קלאר אז זיך שטעלן נעמען בילדער פון א פערזענליכן מענטש איז זייער נישט שיין און נישט מענטשליך. מיר רעדן דא פון קומען באטראכטן א סאסייעטי, באטראכטן זייערע הייזער און זייערע טאראסעס, באטראכטן זייער צייטונגען און בכלל זייער גאנצער הלוך ילך. איך מיין אז יעדער איז מסכים אז אויב איין גוי איז אינטערעסירט אין אונזער קולטור און ער קומט אהין ארומשפאצירן און אונז באטראכטן האט ער גארנישט שלעכט געטוהן. דאן פארוואס ווען פינף גויים קומען אראפ צוזאמען איז דאס שוין באטראכט ווי א שרעקליכן עולה?
זונטאג אפריל 05, 2020 4:19 pm#445364
אנטשולדיגט אבער דו רעדט ווי א קליין קינד.

עס איז דא איין קנה מידה, דער מענטש זעלבסט! טאמער דו פארשטייט דאס נישט, האסטו זעט זיך אויך באקומען דער קרית יואל׳ער חינוך פון מרס וויזעל. א מענטש איז בעלעבאס אויף זיך, א מאדנע גלויבונג, אבער אמת. ניטש דער געזעץ, נישט דער סאסייעטי, נישט דער כאסידעס, נאר דער מענטש. אז וויזעל רעדט זיך אפ וועגן מענטשן וואס גיין נישט אין שפרן און זייער רדיפות, וואלט זי זיך געמעגט אויסלערנען די נקודה.
זונטאג אפריל 05, 2020 4:56 pm#445376
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער דו רעדט ווי א קליין קינד.

קיין דברים של טעם האב איך נישט געהערט פון דיר, נאר פערזענליכע אטאקעס (וואס ווי דו ביזט מרמז קומט דאס פון דיין בעסערן ליטווישן חינוך). ווען דו ביזט גרייט צו האבן א ציוויליזירטע דיסקוסיע, קום צוריק.
זונטאג אפריל 05, 2020 5:21 pm#445378
דעם שבת האב איך געהאט אביסל צייט (אסאך צייט) האב איך דורכגעאקערט דעם ארטיקל, די אינטערעסאנטקייט פון דעם ארטיקל איז אז דו באקומסט עפעס וואס דו האסט בכלל נישט ערווארטעט, נישט נאר איז אספקלריה גרייזיג און געטריבן פון זיין אייגענע בייעס נאר דער ארטיקל גיט דיך א שטוינענדע ווערסיע פון א וויליאמסבורג וואס דו וואלסט בכלל נישט געקלערט אז עס עקזיסטירט.
נישט נאר וואס דו טרעפסט נישט קיין האס אדער אפילו ביקורות (כמעט) אויף אונזער לעבנסשטייגער, נאר ווי איראניש איז עס, אז דו באקומסט א נייטראלע וויליאמסבורג. א וויליאמסבורג וואס האט אויך א ריינע און סימפליסטישע זייט, אן די אנגעצויגנקייט, אן די רויעך, אן די קריטיק, וואס זאל זיך אומוויסנדיג מאכן פון די שארפע געלע און רויטע קאלירן, פון שרעקעדיגע התאחדות הרבנים צעטלעך איבער שמאלע געפאסטע קליידער, מיוסטשער קיור און בייק ליניעס.
ווען מיר זענען געוואוינט צו רעדן פון וויליאמסבורג (און וויזעל בארירט עס א טראפ אז די אינטעלעקטועלן פון חרדישן לאגער רעדן נאר פון פאליטיק אדער היסטאריע און נישט פון סאציאלאגיע ווי זי רופט עס) קומט עס פון א מענערישן קוק ווינקל וואס דרייט זיך ארום א הופער מיט א ראדני, א יצחק שטערן און א צימערמאן, א וויענער רב'ס לעדל, א גל פז און גריל אן לי, תקנות און חרמות, א שייטל און שפיצל, שייגעץ בייק און עירוב, יא סמארטפאן נישט סמארטפאן, סאטמאר און פאפא, איד און בלאט, מענצער און משה גבאי, וכו' וכו' וכו'.
וויזעל רעדט א כרחוק מזרח ממערב'דיגן שפראך. אויסער וואס זי טרעפט א נאראטיוו אז אונזער מערסט בולט'דיגע סאציאלאגישע נעגאטיוו, די טעכנאלאגיע תקנות מוז בכלל נישט באטראכט ווערן ווי א נעגאטיוו סיי ווי זי דערמאנט עס סוף שמועס אין א פאזיטיוון ליכט און סיי ווי זי דערציילט אז איר אייגענע זון האט א כשרע סמארטפאן., אבער מער פון דעם אז פלוצלונג באגעגנט מען א נייטראלע וויליאמסבורג כאילו וואס איז באשיצט פון דער געווענליכער קאכעדיג קעסל און ווי כאילו ס'עקזיסטירט אן אינערליכע וויליאמסבורג וואס איז ווי באשיצט אונטער'ן הייטל פון א טשערופאכע און ווי אלעס וואס דו האסט געמיינט אז וויליאמסבורג איז דערגרייכט נישט אהין. א שטאט מיט אומשולדיגע עלעמענטן. א פלאץ ווי א "פעקעלע" האט א כאראקטעריסטישע באדייט און ווי די טלית בייטלעך טוישן זיך סטיל, א שטאט וואס האט א גרויסע פאפולאציע פון שבת טאטעס און ווי אן איבערוויגנדע מערהייט פון קינדער גייען מעטשינג וואס דאס אלעס זענען קליינע ביישפילן פון סאציאלאגישע דעטאלן וואס פארעמען אונזער לעבנסשטייגער אבער ווי וויזעל טענה'ט ווערט עס קיינמאל נישט געשטעלט אונטערן פארגרעסערונגס גלאז.
דאס האט מיר געברענגט צו טראכטן א טעאריע אז עס קען זיין אז די שטאט איז פשוט איינגעטיילט צווישן צוויי זייטן פון דער מחיצה ווי די מענער לעבן אין א צימערמאן\יצחק שטערן וויליאמסבורג און די פרויען האבן היפש קנאפע שייכות מיט די גאנצע זאך און זיי וואוינען אין אן אנדערע וויליאמסבורג ווי די אלע זאכן קומען נישט אן. דוקא וויזעל, וואס ברענגט א פעמינען שטימע צום טיש וועט אונטערשטרייכן א געוויסע אינהאלט פון וויליאמסבורג וואס ווערט דורך אונז מייסטנס איגנארירט צום פארדאנקען די סעגעראציע צווישן זשענדערס אדער פארשטימט דורך די העכערע און מער מערקבארע קולות וואס פארנעמען אונזער לעבן.
זונטאג אפריל 05, 2020 6:09 pm#445382
צמח,

דעם שבת האב איך געהאט די געלעגנהייט צו ליינען דיין אינטערוויו מיט פרידא וויזעל, און ס'מיר געווען אן אמת'ע עונג שבת! איר הערליכע נייטראלע אפשאצונגען פון די וויליאמסבורגער איינוואוינער איז געווען א מחיה צו ליינען, ווי אויך די האקעלע און דקותדיגע אבזערוואציעס, א שטייגער ווי די גאניקעס וואס זענען געבויט פאר די סוכות, די פאדערצימערן פארן בית כיסא, און די "טעריטאריאליזם" פון די מלמדים ווען די זיסע 6 יעריגע שבת טאטעס מארשירן ארויס פון חדר ערב שבת.

די איינציגע שטאך איז געווען ווי ס'שטעלט זיך אויס אז זי איז גארנישט קיין שונא פאר אונזער לעבנסשטייגער, נאר משום איזה סיבה שהיא האט דאס מיט איר נפש נישט געשטימט. ס'וואלט מיר ווען געווען אסאך גרינגער ווען איך קען באטראכטען זי מיט אלע אט"דס למיניהם ווי פאלנע שונאים אונזערע. אלנפאלס, וועל איך מיר מיט דעם געדאנק שוין באספראווען א אנדערס מאל.
זונטאג אפריל 05, 2020 6:25 pm#445386
דער ארטיקל האט קיינמאל נישט געדארפט דינען ווי א סוף פסוק איבער די עטישקייט פון טוריזם און ליטוואק און תחכמוני האבן ביידע וואליד נקודות, (מיינוס די שארפע און ווילדע שפראך און די פערזענליכע דערנידערנדע אטאקעס. פארוואס קען מען נישט אויסשמועסן א נושא מיט ערוואקסנקייט?) כ'ווייס נישט פארוואס ליטוואס האט באשלאסן צו איגנארירן וואס וויזעל זאגט אז טוריזם, אין איר בעסטן פארעם איז גרויע עריע פון אן עטישן שטאנדפונקט, וואס איך מיין איז א שטארקע נקודה פון מודה זיין אל האמת אין דער צייט וואס די טבע פון א מענטש איז זיך צו בארעכטיגן מיט כל תצדקי שבעולם ואין אדם רואה נגעי עצמו און אז א מענטש האט די אביעקטיווקייט דאס צו זאגן איז עס עפעס וואס דארף אפלאדירט ווערן.
אין אנדערע ווערטער, וויזעל זוכט זיך בכלל נישט צו פארענטפערן (ס'איז שטארק יתכן אז זי קוקט אן אירע טורס ווי א בדיעבד און עפעס וואס זי טוט אגב דוחקה), זי טענה'ט נאר ווען עס וואלט בלויז געווען אירע טורס וואלט די גאנצע אישו נישט געווען די זעלבע אישו און קיינעם וואלט נישט איינגעפאלן צו ווארפן א טאנטרום.
זונטאג אפריל 05, 2020 7:00 pm#445390
גרויער עריע איז אן אויסרייד. און זי האט גענוצט די אויסרייד פון ׳מ׳האט מיר נישט געלאזט ווערן א פראפעסאר׳, וואס מאכט עס נאך נארישער.

איך האב נישט קיין עניין מיט דיר און נישט מיט תחכמוני. איך ווייס אז מרס וויזעל וועט דא קומען ליינען, און וויסען זאל זי אז די שפיצל האט זי קיינמאל נישט אויסגעטון. זי האט נאר קליפתו אכל ותוכו זרק.
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:01 am#445423
כוכב האט געשריבן:דעם שבת האב איך געהאט אביסל צייט (אסאך צייט) האב איך דורכגעאקערט דעם ארטיקל, די אינטערעסאנטקייט פון דעם ארטיקל איז אז דו באקומסט עפעס וואס דו האסט בכלל נישט ערווארטעט, נישט נאר איז אספקלריה גרייזיג און געטריבן פון זיין אייגענע בייעס נאר דער ארטיקל גיט דיך א שטוינענדע ווערסיע פון א וויליאמסבורג וואס דו וואלסט בכלל נישט געקלערט אז עס עקזיסטירט.
נישט נאר וואס דו טרעפסט נישט קיין האס אדער אפילו ביקורות (כמעט) אויף אונזער לעבנסשטייגער, נאר ווי איראניש איז עס, אז דו באקומסט א נייטראלע וויליאמסבורג. א וויליאמסבורג וואס האט אויך א ריינע און סימפליסטישע זייט, אן די אנגעצויגנקייט, אן די רויעך, אן די קריטיק, וואס זאל זיך אומוויסנדיג מאכן פון די שארפע געלע און רויטע קאלירן, פון שרעקעדיגע התאחדות הרבנים צעטלעך איבער שמאלע געפאסטע קליידער, מיוסטשער קיור און בייק ליניעס.
ווען מיר זענען געוואוינט צו רעדן פון וויליאמסבורג (און וויזעל בארירט עס א טראפ אז די אינטעלעקטועלן פון חרדישן לאגער רעדן נאר פון פאליטיק אדער היסטאריע און נישט פון סאציאלאגיע ווי זי רופט עס) קומט עס פון א מענערישן קוק ווינקל וואס דרייט זיך ארום א הופער מיט א ראדני, א יצחק שטערן און א צימערמאן, א וויענער רב'ס לעדל, א גל פז און גריל אן לי, תקנות און חרמות, א שייטל און שפיצל, שייגעץ בייק און עירוב, יא סמארטפאן נישט סמארטפאן, סאטמאר און פאפא, איד און בלאט, מענצער און משה גבאי, וכו' וכו' וכו'.
וויזעל רעדט א כרחוק מזרח ממערב'דיגן שפראך. אויסער וואס זי טרעפט א נאראטיוו אז אונזער מערסט בולט'דיגע סאציאלאגישע נעגאטיוו, די טעכנאלאגיע תקנות מוז בכלל נישט באטראכט ווערן ווי א נעגאטיוו סיי ווי זי דערמאנט עס סוף שמועס אין א פאזיטיוון ליכט און סיי ווי זי דערציילט אז איר אייגענע זון האט א כשרע סמארטפאן., אבער מער פון דעם אז פלוצלונג באגעגנט מען א נייטראלע וויליאמסבורג כאילו וואס איז באשיצט פון דער געווענליכער קאכעדיג קעסל און ווי כאילו ס'עקזיסטירט אן אינערליכע וויליאמסבורג וואס איז ווי באשיצט אונטער'ן הייטל פון א טשערופאכע און ווי אלעס וואס דו האסט געמיינט אז וויליאמסבורג איז דערגרייכט נישט אהין. א שטאט מיט אומשולדיגע עלעמענטן. א פלאץ ווי א "פעקעלע" האט א כאראקטעריסטישע באדייט און ווי די טלית בייטלעך טוישן זיך סטיל, א שטאט וואס האט א גרויסע@ פאפולאציע פון שבת טאטעס און ווי אן איבערוויגנדע מערהייט פון קינדער גייען מעטשינג וואס דאס אלעס זענען קליינע ביישפילן פון סאציאלאגישע דעטאלן וואס פארעמען אונזער לעבנסשטייגער אבער ווי וויזעל טענה'ט ווערט עס קיינמאל נישט געשטעלט אונטערן פארגרעסערונגס גלאז.
דאס האט מיר געברענגט צו טראכטן א טעאריע אז עס קען זיין אז די שטאט איז פשוט איינגעטיילט צווישן צוויי זייטן פון דער מחיצה ווי די מענער לעבן אין א צימערמאן\יצחק שטערן וויליאמסבורג און די פרויען האבן היפש קנאפע שייכות מיט די גאנצע זאך און זיי וואוינען אין אן אנדערע וויליאמסבורג ווי די אלע זאכן קומען נישט אן. דוקא וויזעל, וואס ברענגט א פעמינען שטימע צום טיש וועט אונטערשטרייכן א געוויסע אינהאלט פון וויליאמסבורג וואס ווערט דורך אונז מייסטנס איגנארירט צום פארדאנקען די סעגעראציע צווישן זשענדערס אדער פארשטימט דורך די העכערע און מער מערקבארע קולות וואס פארנעמען אונזער לעבן.

וואס פונקטליך איז די חידוש הארטיקעל, צו פארשטיין וויליאמסבורג, איך מיין איך פארשטיי ווילאמסבורג, איך ברויך נישט וויזלינענ׳ס בליק אויף ווילאמס,
וואס פארא בייעס ביסטו מיר חושד? איך האב חברים און די אטד געמיינדע, וואס פארא בייעס קען איך האבען.
איך שפיר אז סאיז א פארברעך און אוממראליש וואס זי טוהט, איך בין אויך אוועק פון א פלאץ וואו איך בין אויפגעוואקסען, סוועט מיר קיינמאל נישט אנפאלען אזא געדאנק זיי צו מאכען פאר אן אטראקציע, הגם סאיז דא וואס צו זעען.
מיין הרגשה זאגט מיר אז אנאליזען מענטשענס לעבנס שטייגער באופן אטרעקשעין איז א פארברעך און מענטשהייט, בכלל באטראכטען אנדערע מענטשען איז נישט מוראדיג קלאסיש, און נרכדערצו ווען מטוט עס אויף א אופן פון אטראקציע.
די אמיש איז דא א טייל פון זיי וואס זיי אליין האבען געמאכט א ביזנעס דערפון,אוי זיי נעמען דיר און זייערע פעלדער, אבער צוגיין צו פריוואטע אמיש מענטשען איז זעכיר נישט עטיש און מיינע אויגען,
קאן זיין אז הרב ATUB @כוכב ATUB זעעט נישט און דעם א עוולה איך מיין אבער אז איך ווער נאכנישט בייעס אויב איך זעע און דעם אן עוולה.
מאנטאג אפריל 06, 2020 12:28 am#445430
כוכב: די איינציגע לימוד (לימיט) זכות איז ..."כי כספו הוא"... זי מיינט צו מאכן געלט. ווען זי וואקסט ווען אויף אין א קיבוץ אדער אין האליוואוד וואלט זי געמאכט א דאקומענטערי וויאזוי ס'איז דארט. מיט אלע נעגאטיווע ערשיינונגען אין יענע סאסייעטי...!

משא"כ איהר פארטנערין, די אזוי-גערופענע דעברא פעלדמאן האט אן אקטיווע שנאה אויף איהר אייגענע משפחה און רעליגיע. און זי איז נאך א גוטע ליגנערין און א דעמאגאג אויך. נעבעך א פארלוירענע נשמה. נאר מ'דארף איהר איבערלייגן און גוט אריינשמייסן. זי פרעסט לאבסטער סענדוויטשעס אפצוטון פאר'ן באשעפער. וואס האט איהר געגעבן אזא אומסטאבילע ערציאונג...!
מאנטאג אפריל 06, 2020 5:51 pm#445491
נאכאמאל צו קלאר מאכן.

פריידא וויזעל'ס אינטערוויו איז באמת באלערנד און טיף באשריבן, איך לדוגמא, קען נישט וויליאמסבורג פון די נאנט און עס האט מיר זייער געוואונדערט וויאזוי א עקס קען אזוי שיין אראפלייגן א קאמיוניטי וואס האט איר געצאפט דאס בלוט.

זי וואלט ווען צודרייט געווארן טאמער וואלט זי געבליבן אין די קאמיוניטי, זי איז נישט פון דעם טייג געקנאטן, גיבט א קוק וואס זי איז, א משפיע, א רעדנערין, אן ארטיסט לתפארת, און א קלוגע פרוי, ווען זי בלייבט ווען אין די קאמיוניטי וואלט זי אין איר לעבן נישט מער מצליח געווען, אפשר וואלט זי איבערגעשטיגן אירע שוועגערינס מיט א בעסערע רעסעפי פון שטרודל, אבער זי וואלט געגאנגען אין קבר נאך אירע יארן מיט באגראבענע טאלאנטן וואס זי מעג נישט ארויסגעבן אין נאמען פון די קאמיוניטי.

און זי איז דירעקט נישט סוקסעספול ווי זי רעדט זיך אפ אז זי האט נישט קיין געלט, אבער נאכאלס ווערט זי נישט פארביסן אז זי קריגט נישט קיין סופארט פון די קאמיוניטי, דאס ווייזט ווי רעכטדענקנד זי איז.

דעריבער איז נישט פארהאן א סיבה ארונטערצורייסן איר אינטערוויו, ווייל עס איז ריין אמת, און עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס זי גייט ארום אין וויליאמסבורג, זי זאגט דאס קלאר, ווייל דאס איז א זאך וואס זי קען באמת פון אינסייד, דעריבער שפירט זי באקוועם עס ווייטער צו געבן.
מאנטאג אפריל 06, 2020 6:13 pm#445493
Re: חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער
כוכב האט געשריבן:דעם שבת האב איך געהאט אביסל צייט (אסאך צייט) האב איך דורכגעאקערט דעם ארטיקל, די אינטערעסאנטקייט פון דעם ארטיקל איז אז דו באקומסט עפעס וואס דו האסט בכלל נישט ערווארטעט, נישט נאר איז אספקלריה גרייזיג און געטריבן פון זיין אייגענע בייעס נאר דער ארטיקל גיט דיך א שטוינענדע ווערסיע פון א וויליאמסבורג וואס דו וואלסט בכלל נישט געקלערט אז עס עקזיסטירט.
נישט נאר וואס דו טרעפסט נישט קיין האס אדער אפילו ביקורות (כמעט) אויף אונזער לעבנסשטייגער, נאר ווי איראניש איז עס, אז דו באקומסט א נייטראלע וויליאמסבורג. א וויליאמסבורג וואס האט אויך א ריינע און סימפליסטישע זייט, אן די אנגעצויגנקייט, אן די רויעך, אן די קריטיק, וואס זאל זיך אומוויסנדיג מאכן פון די שארפע געלע און רויטע קאלירן, פון שרעקעדיגע התאחדות הרבנים צעטלעך איבער שמאלע געפאסטע קליידער, מיוסטשער קיור און בייק ליניעס.
ווען מיר זענען געוואוינט צו רעדן פון וויליאמסבורג (און וויזעל בארירט עס א טראפ אז די אינטעלעקטועלן פון חרדישן לאגער רעדן נאר פון פאליטיק אדער היסטאריע און נישט פון סאציאלאגיע ווי זי רופט עס) קומט עס פון א מענערישן קוק ווינקל וואס דרייט זיך ארום א הופער מיט א ראדני, א יצחק שטערן און א צימערמאן, א וויענער רב'ס לעדל, א גל פז און גריל אן לי, תקנות און חרמות, א שייטל און שפיצל, שייגעץ בייק און עירוב, יא סמארטפאן נישט סמארטפאן, סאטמאר און פאפא, איד און בלאט, מענצער און משה גבאי, וכו' וכו' וכו'.
וויזעל רעדט א כרחוק מזרח ממערב'דיגן שפראך. אויסער וואס זי טרעפט א נאראטיוו אז אונזער מערסט בולט'דיגע סאציאלאגישע נעגאטיוו, די טעכנאלאגיע תקנות מוז בכלל נישט באטראכט ווערן ווי א נעגאטיוו סיי ווי זי דערמאנט עס סוף שמועס אין א פאזיטיוון ליכט און סיי ווי זי דערציילט אז איר אייגענע זון האט א כשרע סמארטפאן., אבער מער פון דעם אז פלוצלונג באגעגנט מען א נייטראלע וויליאמסבורג כאילו וואס איז באשיצט פון דער געווענליכער קאכעדיג קעסל און ווי כאילו ס'עקזיסטירט אן אינערליכע וויליאמסבורג וואס איז ווי באשיצט אונטער'ן הייטל פון א טשערופאכע און ווי אלעס וואס דו האסט געמיינט אז וויליאמסבורג איז דערגרייכט נישט אהין. א שטאט מיט אומשולדיגע עלעמענטן. א פלאץ ווי א "פעקעלע" האט א כאראקטעריסטישע באדייט און ווי די טלית בייטלעך טוישן זיך סטיל, א שטאט וואס האט א גרויסע פאפולאציע פון שבת טאטעס און ווי אן איבערוויגנדע מערהייט פון קינדער גייען מעטשינג וואס דאס אלעס זענען קליינע ביישפילן פון סאציאלאגישע דעטאלן וואס פארעמען אונזער לעבנסשטייגער אבער ווי וויזעל טענה'ט ווערט עס קיינמאל נישט געשטעלט אונטערן פארגרעסערונגס גלאז.
דאס האט מיר געברענגט צו טראכטן א טעאריע אז עס קען זיין אז די שטאט איז פשוט איינגעטיילט צווישן צוויי זייטן פון דער מחיצה ווי די מענער לעבן אין א צימערמאן\יצחק שטערן וויליאמסבורג און די פרויען האבן היפש קנאפע שייכות מיט די גאנצע זאך און זיי וואוינען אין אן אנדערע וויליאמסבורג ווי די אלע זאכן קומען נישט אן. דוקא וויזעל, וואס ברענגט א פעמינען שטימע צום טיש וועט אונטערשטרייכן א געוויסע אינהאלט פון וויליאמסבורג וואס ווערט דורך אונז מייסטנס איגנארירט צום פארדאנקען די סעגעראציע צווישן זשענדערס אדער פארשטימט דורך די העכערע און מער מערקבארע קולות וואס פארנעמען אונזער לעבן.
טייערע ווערטער!

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 07, 2020 9:00 pm#445576
מאך זיכער האט געשריבן:נאכאמאל צו קלאר מאכן.

פריידא וויזעל'ס אינטערוויו איז באמת באלערנד און טיף באשריבן, איך לדוגמא, קען נישט וויליאמסבורג פון די נאנט און עס האט מיר זייער געוואונדערט וויאזוי א עקס קען אזוי שיין אראפלייגן א קאמיוניטי וואס האט איר געצאפט דאס בלוט.

זי וואלט ווען צודרייט געווארן טאמער וואלט זי געבליבן אין די קאמיוניטי, זי איז נישט פון דעם טייג געקנאטן, גיבט א קוק וואס זי איז, א משפיע, א רעדנערין, אן ארטיסט לתפארת, און א קלוגע פרוי, ווען זי בלייבט ווען אין די קאמיוניטי וואלט זי אין איר לעבן נישט מער מצליח געווען, אפשר וואלט זי איבערגעשטיגן אירע שוועגערינס מיט א בעסערע רעסעפי פון שטרודל, אבער זי וואלט געגאנגען אין קבר נאך אירע יארן מיט באגראבענע טאלאנטן וואס זי מעג נישט ארויסגעבן אין נאמען פון די קאמיוניטי.

און זי איז דירעקט נישט סוקסעספול ווי זי רעדט זיך אפ אז זי האט נישט קיין געלט, אבער נאכאלס ווערט זי נישט פארביסן אז זי קריגט נישט קיין סופארט פון די קאמיוניטי, דאס ווייזט ווי רעכטדענקנד זי איז.

דעריבער איז נישט פארהאן א סיבה ארונטערצורייסן איר אינטערוויו, ווייל עס איז ריין אמת, און עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס זי גייט ארום אין וויליאמסבורג, זי זאגט דאס קלאר, ווייל דאס איז א זאך וואס זי קען באמת פון אינסייד, דעריבער שפירט זי באקוועם עס ווייטער צו געבן.

איך רייס נישט קיינעם ארונטער, איך קען נישט די פרוי פערזענדליך,
סך הכל זאג איך, אז מיין געפיל זאגט מיר אז מאכען אן אטרעקשעין פון סיי מענטשענס סארט לעבן איז אומעטיש,און דאס וואס זי טוהט איז אומעטיש און מיינע אויגען,באטראכטען א מענטש און זיין מהלך החיים וואו אן אטראקציע, איז א געוויסע ווייעלעשין אוו פרייוועסי,וואלט זי געוואלט איך זאל ברענגען א טור פון קרית יואל יונגעלעך וועכענטליך, און ווייזען וויאזוי וויזעלס און אירע חברטעס לעבנשטייגער גייט צו?
צו זי האט געטוהן גוט מיט איבערלאזען די קאמיונוטי איז מיר נישט נוגע, זי קען זיך מאכען אירע חשבונות און דיסיזשענס, און קיין איינער האט נישט וואס אריינצורעדן ווען איינער מאכט זיך זיינע דיסיזשינס און לעבן.
דאס וואס די זאגסט אז א וויליאמסבורג ווייבעל ווייסט נאר פון שטרודעל, איז אוכט א שקר בעיני , סאיז דא ארטיסטטישע צווישען זיי, און אפילו איינער וואס האט טאלאנטען און כוחות קען לעבן גליקלעך און אונזער קאממיונוטי, איך פארשטיי אז אמאל מאכציך אז א מענטש צווישען די מענטשען וואס ער איז אויפגעוואקסען שפירט ער זיך נישט זיכער צו זיין גענוג שטארק אייגענארטיג, און סאיז גרינגער זיך ארויסגעבען ווען ממאפט אוועק פון די משפחה, געזעלשאפט.
אלנפאלנס דער אויבערשטער זאל איהר באקליגקען זי זאל האבען פרנסה בריווח.
אויב זי האט טאקע נישט קיין פרנסה וואלט איך מצדי יא מסכים געווען זי זאל מאכען אטראקציע פון מיין קאממיונוטי, אבער איך בין נישט זעכיר אז יעדער פון אונז איז מסכים זיך צו מאכען פאר אן אטראקציע פאר יענעמס פרנסה,
אבער מצדי זאל זי מאכען אסאך געלט, איך בין זעכיר אז זי איז א וואוילע מענטש, און מן הסתם האט זי זיך דורכגעגאנגען איהר אייגענע כוס התרעלה, סאיז נישט גרינג צו פארלאזען א געמיינדע, זאל די אויבערשטער איהר באגליקען
אויב זי ליינט דא מיינע ווערטער בעט איך איהר פערזענדליך איבער אויב האב איך געשריבען שארף, איך האב גארנישט קעגן אייך, איך האב נאר גערעדט פון די עצם רעיון פון די אטראקציע, אויב דאס איז עטיש.
זאל אייך דער אויבערשטער באגיסען מיט כל מילי דמיטב, און זאלסט האבען א לעכטיגע לעבן.
דינסטאג אפריל 07, 2020 11:55 pm#445596
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער דו רעדט ווי א קליין קינד.

עס איז דא איין קנה מידה, דער מענטש זעלבסט! טאמער דו פארשטייט דאס נישט, האסטו זעט זיך אויך באקומען דער קרית יואל׳ער חינוך פון מרס וויזעל. א מענטש איז בעלעבאס אויף זיך, א מאדנע גלויבונג, אבער אמת. ניטש דער געזעץ, נישט דער סאסייעטי, נישט דער כאסידעס, נאר דער מענטש. אז וויזעל רעדט זיך אפ וועגן מענטשן וואס גיין נישט אין שפרן און זייער רדיפות, וואלט זי זיך געמעגט אויסלערנען די נקודה.

ווער איז עס *דער מענטש זעלבסט*? ווער איז געשאנקען געווארן די רעכטן צו רעדן אין נאמען פון אלע וויליאמסבורגער איינוואוינער?
וויליאמסבורג איז נישט קיין רשות היחיד און אויך נישט קיין רשות היחידים. עס איז א רשות הרבים, און כל זמן מ'פיהרט זיך אויף לויט די עטישע כללים פון א רשות הרבים, קען קיינער נישט האבן קיין תרעומות.
מיטוואך אפריל 08, 2020 2:13 am#445611
קיין תרעומת קען קיינער נישט האבען, ווייל אזוי גייט עס און סוסייעטי, איך קען האבען א שכן וואס האט מיר פיינט שנאת מות על לא דבר, פשוט וועיל איך בין א חרידישע יוד,און איך קען נישט האבען קיין תרעומת,
און אמעריקא איז דא פרי ספיטש, יעדער קען רעדן וואס שמעקט עם, יא עטיש נישט עטיש, און קענסט נישט האבען קיין תרעומת.
מרעדט דא צו סאיז עטיש מצד די מענטש צוטוהן אזא זאך,
ווען א מענטש איז א כפוי טובה, אדער א מענטש האטדיך אויסגעשפילט קומט אריין די ווארט תרעומת, אבער ווען א מענטש טוט אזאך וואס מאכט דיר נערוועיז, וואס איז געזעצליך, און גארנישט קעגן דיר פערזענדליך, קענסטו אוודאי נישט האבען קיין תרעומת
אבל לא ע״ז אנו דנים,
אונז זענען דן צו דאס איז א עטישע זאך מצד דער מענטש,
אונז אלע קענען געוויסע איידעלע מענטשען, וואס האבען א סענסיטיווקייט, און וועלען נישט טוהן קיין זאכען וואס באדערען מענטשען,
ווי אוכט וועלען זיי אובאכט געבען נישט אריינצוגיין און אצווייטען מענטשענס לופט.
יא סאיז דא מענטשען וואס האבען נישט קיין פראבלעם צו באטראכטען אפענערהייט אנדערע מענטשען אדער אנדערע פאמיליעס אויפען גאס,אנדערע זענען אביסעל מער איידעלער, (אדער אפשר נישט) זיי קוקען ווען יענער זעט נישט
סאיז אבער דא געוויסע איידעלע מענטשען וואס קוקען נישט אויף אצווייטען בכלל, מגריבעלט נישט און יענעמס לעבן בכלל.
מיטוואך אפריל 08, 2020 4:06 am#445612
Re: חסידים אלס אטראקציע -אינטערוויו מיט פרידא וויזעל (וועקער
די טענה פון ווייעלעישען אוו פרייוועסי שיינט צו קומען פון איגנארענס.
אין די גאנצע וועלט ווערט טוריזם באטראכט ווי א פאזיטיווע זאך סיי פאר די טוריזם וואס קריגן א שאנס צו זעהן פון דער נאנט, פארשן און פארשטיין אן אנדערן קולטור און לעבנסשטייגער און סיי פאר די ארטיגע איינוואוינער וואס באקומען א שאנס צו צייגן זייערע הילוך החיים אויף א פאזיטיווע און אויפריכטיגע אופן און צו דער זייט גיבט עס אויך צו פארן עקאנאמיע.
אנדערש ווי מען לערנט אויס אין סאטמאר, געהערט די גאס פארן ציבור וואס דאס רעכנט אריין יעדער עובר ושב ווילאנג ער/זי טוט נישט עפעס קעגן די געזעץ. אויב איינער פיהלט אז ער האט באקומען אזא שוואכע חינוך אזש ווען א פרעמדער וועט אים באטראכטן די הלוך ילך אויפן גאס וועט ער האבן פון וואס צו שפעטן, קען ער מסתמא נעמען א לעקציע אויף עטיקס און זיך לערנען די בעיסיק דרך ארץ וסדר העולם.
ווארפן בייזע בליקן אויף א טוריסט וואס וויל בסך הכל זעהן און פארשטיין א צווייטע קולטור קען שאפן אומנויטיגע סטיריאוטייפס אויף א קאמיוניטי וואס וואלט געמעגט ארבעטן אויף צו ארויסשטעלן א בעסערע אימעדש פארן כלל.
הפנים, די גאס איז נישט פרייוועט, און דאס איז די שיינקייט דערפון, אז יעדער קען באטראכטן יעדעם אין זיך לערנען לטוב ולמוטב.
איך ווייס נישט ווי עטיש עס איז צו קריטיקירן אנדעם וואס מ'זאל בכלל אויסהערן א צווייטע צד, ספעציעל ווען ס'איז בנמצא גרינגערהייט.
מיטוואך אפריל 08, 2020 10:27 am#445621
מתוק מדבש האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער דו רעדט ווי א קליין קינד.

עס איז דא איין קנה מידה, דער מענטש זעלבסט! טאמער דו פארשטייט דאס נישט, האסטו זעט זיך אויך באקומען דער קרית יואל׳ער חינוך פון מרס וויזעל. א מענטש איז בעלעבאס אויף זיך, א מאדנע גלויבונג, אבער אמת. ניטש דער געזעץ, נישט דער סאסייעטי, נישט דער כאסידעס, נאר דער מענטש. אז וויזעל רעדט זיך אפ וועגן מענטשן וואס גיין נישט אין שפרן און זייער רדיפות, וואלט זי זיך געמעגט אויסלערנען די נקודה.

ווער איז עס *דער מענטש זעלבסט*? ווער איז געשאנקען געווארן די רעכטן צו רעדן אין נאמען פון אלע וויליאמסבורגער איינוואוינער?
וויליאמסבורג איז נישט קיין רשות היחיד און אויך נישט קיין רשות היחידים. עס איז א רשות הרבים, און כל זמן מ'פיהרט זיך אויף לויט די עטישע כללים פון א רשות הרבים, קען קיינער נישט האבן קיין תרעומות.

טאמער איינער ווערט געשטערט, טוסטו א נישט שיינע זאך צו יענער מענטש. קיינער רעדט טאקע נישט בשם א צווייטער, יעדער דעט פאר זיך, און יעדער וואס האט טענות איז נאך א טענה אויף מרס. וויזעל
מיטוואך אפריל 08, 2020 11:56 am#445625
מ'קען נישט זיין היפאקריטיש. אויב מעגסטו מאכן א שבת בעלל, רבי'שע חופות, הכנסת ספר תורה, פורים מאביל'ס וכדו' ווייל די גאס באלאנגט פאר יעדעם הגם וואס עס שטערט בלי ספק מענטשן אין די געגנט, דאן שטיי ווייט פון האבן טענות אויף עטליכע איידעלע אייראפעער וואס קומען אביסל באטראכטן דיין קולטור.