כרפסס'דא וואס ווילן נישט פארשטיין, פארוואס יודען זענען העכער פון די אנדערע נאציאנען און באטיטלען עס ראסיזם. אבער דאס איז א פאקט וואס דער וואס האט באשאפן דאס גאנצע באשאף, האט באשלאסן דעם פאקט.
איינער האט טענות צו עהם? איינער קען עהם באזיגן?
כ'מיין אז אסאך וויכוחים צווישן מיינונגען צווישן אונז אזוי גערופענע אפענע קעפ, גייט אויף דעם פראגע, און ס'נישט קיין ספק בכלל, נאר סתם אויסגעווארפענע רייד.
דאס איז נאר לשיטת פון די וואס גלייבן. איינשטיין למשל, ווי אויך רוב קלוגע געלערענטע מענטשען האבן עס נישט אדאפטירט אז די אידן זענען די ״עם הנבחר״ און שרייבט קלאר אין א באוואוסטע בריוו אז ער האלט די אידישע רעליגע איז גארנישט מעהר ווי אלע אנדערע רעליגיעס און ער האלט נישט אז די אידן זענען העכער אדער חשובער פון אנדערע פעלקער.
נישט אז סאיז עפעס א argument of authority נאר מיין פוינט איז אז מ׳קען גארנישט נוצן און אינפארסירן ״ווייל איך און אסאך אנדערע מענטשען גלייבן דערינען״
סאיז פונקט ווי איינער זאל זאגן בלעים נישט מיך- בלעים מיין רעליגיע.
און וויאזוי דזשארזש קארלין זאגט״
“בלעים מיך נישט אז איך האב געהארגעט דעם קינד ווען איך האב ארויסגעבעקט פון מיין דרייוועי! בלעים גאט”
און פונקט ווי די אפריקאנער און מוסלימענער וואס מאכן א ברית מילה אויף צוועלף יעריגע מיידלעך- מיט די גרעסטע מאס רשעות- זיי גלייבן אויך באמונה שלימה אז זייער גאט האט זיי געהייסן דאס טוהן.
מ׳קען גארנישט אינפארסירן אדער בארעכטיגן ווייל איך גלייב אין עפעס א פארצייטישע טעקסט!
ווייל איין שיינעם טאג קען איינער קומען זאגן אז זיי האבן באקומען א נבואה/באפעל פון גאט אז מ׳דארף הארגענען אלע אידן- דאס איז געשעהן אסאך מאל אין היסטאריע- יעדער רעדט אין נאמען פון גאט ליידער אפילו די פאליטשאנס וואס גלייבן נישט בעצם אין גאט און קיין ארגענייזט רעליגיע שטעלן זיך אויך פאר אלטס גאטס פארכטיגע מענטשען...