Under maintenance
הויפט זייט » מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!

מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13671
זונטאג מערץ 29, 2020 1:24 am#444533
מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!
שוין א לאנגע צייט וואס כ'האב נישט געשריבן, און דאסמאל האב איך ווייטער נישט קיין גוטע נייעס צו דערציילן, אבער השקט לא אוכל און מיין וויי-געשריי זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.

מיר זענען אלע געשלאגן געווארן מיט א ביטערע מגיפה. יא, יעדער רעדט פונעם קאראנע ווירוס, און דערפאר פעלט נישט אויס איבערצוקייען אלעס ארום דעם.
מיר זענען אויך אלע געשלאגן געווארן מיט פארדארבענע מנהיגים. יא, יעדער רעדט שוין פון דעם פאר יארן, און לכאורה פעלט עס אויך נישט אויס איבערצוקייען.

אבער ס'איז נישט אמת.

מיר דארפן יא שרייען, שרייען בקול רם ובגרון ניחר: מיר האבן פארדארבענע מנהיגים, מושחתים, עקלדיגע פארשוינען וואס ווען נישט זיי ווערן געבוירן מיטן ריכטיגן לעצטן נאמען, וואלטן זיי ניטאמאל געזעצן אין די בעק פון סמעדריש, ווייל זיי גלייבן קוים אין א גאט. זיי וואלטן געווען אינעם ביזנעס וועלט און דארטן אנגעטון כלערליי השחתה.

פון וואו ווייס איך דאס?
ווייל דאס זע איך יעצט אויך!

רבי'ס וואס קעירן זילטש, אבער זילטש, איבער זייערע אייגענע סטאדע בהמות [סארי, ס'איז נישט קיין מאטעפארע נאר פאקט], און ווען ס'פעלט אויס פאר די פארענטשעס וועט מען לאכן אין פנים פון מענטשהייט, טרעטן אויף שו"ע, צערייסן די תורה אליינס, און קריגן א לב-אבן צו קענען אומגליקליך מאכן הונדערטער מענטשן אין איין שאס - אבי "איך האב געהאט פולע פארענטשעס".

און יא, איך רעד פון אזעלכע מושחתים ווי די טייטלביימער וואס האבן געזען אז הרגנ'ען דעם ברודערס ארמיי איז נישט גענוג בלוט אויף זייער האנט, און מ'דארף אויך אייגענע. איך רעד פון דעם מונקאטשער צדיק וואס נאכן פיקסן זיין צובראכענעם רוקן קען ער יעצט צוברעכן און קראנק מאכן זיין אייגענעם עולם ("כל הפושט יד" זאגט ער אויפן קליפ... כי כי כי, א קלוגער איז ער. קען לאכן פון מיין תורה וואס ווארנט אן "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם"), די הייליגע האגער'ס וואס געוויסע פון זיי האבן זיך טאקע אויך באוויזן קראנק צו מאכן דערמיט (אפשר איז קושן די האנט א גרעסערע מצוה ווי תרי"ג מצוות הכתובות בתורה), און אויך דער צדיק פון באבוב 48, וואס זיי אלע האבן באשלאסן צו פייפן די וועלט און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון אלע וואס האבן געווארנט ח"ו זיך נישט צאמצוקומען פורים אין גרעסערע צאמקומען, וזכה אותו צדיק פון באבוב אנצוברענגען דעם קרענק אין א טויטליכע דאזע פאר זיין עולם, באלד דערנאך.


אין די צייט וואס באבוב האט א טראדיציאנאלע מנהג פון באשאפן מופתים אדאנק דעם רבי'נס רומפלען, וועט אצינד ווערן אפגעצייכנט מיט שאנדע, לעולמי עד, די צייט וואס דער מושחת האט מיט זיין טיש-און-רומפלען באוויזן אנצוברענגען א פחד און טעראר פון קאראנע אין זיין אייגענע עדה, אויף אן אומגלויבליכן מאסנשטאבליכן פארנעם.

אין די צייט וואס דער פארדארבענער פארשוין איז געווען פארנומען נאכצומאכן דעם טאטן זיינעם, האט ער פארגעסן די ערשטע צוויי פון זיין טאטנ'ס עשרת הדיברות: זיין א מענטש, און זיין מער אויפגעקלערט און שכל'דיג ווי געווענליכע אדמורי"ם. אט דער צדיק פון 48 האט אנגעמאכט א שטינק און האט באשלאסן צו טון אזא טיפשות'דיגע זאך ווי פירן א צושטופטע טיש אין ברען פון א טויטליכע ווירוס, און האט טאקע באוויזן אנצוברענגען א מאסע קראנקע חסידים וואס שטארבן אים אויס טאג טעגליך.

פרעגט איר מיר, פארוואס איז מר. הלבערשטאם ארגער פון די אנדערע חיות וואס האבן געפירט טיש? איז אזוי: קודם כל, אויב זיין עדה איז מער אנגעשטעקט געווארן און האבן מער טויטע, וזכה אותו צדיק במקחו הטוב, זאל ער כאפן די מערסטע קלעפ.

אבער אין אן ערנסטע נאטיץ: פונקט דו?! צווישן אלע רבי'ס, זאלסטו זיך אויפפירן אזוי אומראציאנאל?!

אבער דאס געמיינסטע איז נאך, אז אין די צייט וואס דער מונקאטשער האט געריסקט זיין אייגענעם לעבן מיטן געבן די הענט פאר זיינע שווענץ [קיין קרעדיט דערפאר], און צוויי וויזניצע רבי'ס זענען אפילו זעלבסט קראנק געווארן פארן זיך לאזן קושן, און אפילו דער קרית יואל'ער מגיד איז זעלבסט קראנק געווארן - מעגליך צוליב'ן טיש, איז דער צדיק פון 48 געווען גענוג פארזיכטיג נישט צו געבן פאר קיינעם די האנט ח"ו. דער קליפ פון פורים ווייזט ווי ער לאזט קיינעם נישט געבן די האנט, מחמת החשש.

אבער דו אוממענטש, אויב דו פארשטייסט שוין יא מער פון די אנדערע רבי'ס, וואו איז דיין מענטשליכקייט צו דיינע אייגענע חסידים? וויאזוי האסטו זיי געקענט לאזן קומען און זיך שטופן אויף די פארענטשעס און זיך אנשטעקן איינער דעם צוויייטן???!!!


אין דיין תורה שטייט נישט "מה דעלך סאני לחברך לא תעביד"?! פון "ואהבת לרעך כמוך - זה כלל גדול בתורה" האסטו שוין פארגעסן?! אדער צוליב דעם וואס עס איז א כלל גדול בתורה, האסטו שוין אויטאמאטיש קיין שייכות דערמיט!!

וויפיל השחתה קען ליגן אין א מענטש, וואס ווייסט זיך אפצוהיטן פון עפעס טויטליך, אבער שיקט זיין אייגענע עולם צום טויט אנע געוויסנביסן!

ס'איינציגסטע וואס ס'האט מיר געקענט ארויפברענגען אויפן זכרון, איז די טרויעריגע קאפיטל געשיכטע פון געוויסע רבי'ס וואס זענען אנטלאפן ביים קריג, איבערלאזנדיג זייער עדה בלוטיגן צום טויט, ה"י.


אה, גאט אין הימל: פארוואס האסטו אונז אזוי געשטראפט מיטן באשאפן אזאנע מושחתים אז זיי זאלן גאר זיין אונזערע פירערס?
אה, ליבער פאטער: פארוואס דארף איך מיך ארומדרייען צוויי וואכן אין שאק, פארוואס איך בין טייל פון א געמיינדע וואס שיסט זיך זעלבסט אין די פיס?
אה, גאטעניו זיסער: ווען וועלן אונזערע טייערע ברידער און שוועסטער זען אז זיי דינען רבי'ס, וואס עצביהם כסף וזהב, פה להם ולא ידברו, עינים להם ולא יראו, אזנים להם ולא ישמעו. זיי זענען פארנומען מיט קוויטלעך און געלט, אבער זיי האבן נישט קיין מויל צו העלפן זייערע אייגענע חסידים, זיי האבן נישט קיין אויגן צו זען וואס פאסירט איבערן גארער וועלט, און זיי האבן נישט קיין אויערן צו הערן דאס וויי געשריי פון מענטשן וואס שטארבן א ביטערע אסכרה טויט, און זענען פארנומען דאס אנצושיקן פאר זייערע אייגענע מענטשן!

אוי, באשעפער זיסער, איך שפיר לעצטנס ווי כ'גיי באלד אראפ פון זינען.
וויאזוי קענען מיר זיין אזוי נאריש? וויאזוי קען דער אזויגערופענער עם נבון וחכם זיך אויפפירן אזוי נאריש, מושחת'דיג, אומראציאנאל?
פארוואס הער איך נישט קיין מאסן חסידים וואס זאלן זיך הייבן די קעפ און זען וויאזוי זייערע מנהיגים קעירן פון זיי אבסעלוט נאדא, כלום, אפס מוחלט! און נאכמער פון דעם, זענען די חסידים קאנאנען-פלייש פארן רבי'נס הייליגע רומפלען!


וויאזוי קען א רבי אנברענגען דעם טויט פאר אזויפיל אייגענע חסידים!
איך שריי! איינער הערט דארט?!
כ'קען א געוואלד מיט חסידים וואס ליגן אין בעט חרוב קראנק, אין קריטיקל קאנדישאן, ווען אפילו זייערע נענטסטע פאמיליע מיטגלידער זענען נישט נעבן זייער בעט, און אזוי ראנגלען זיי זיך מיטן מלאך המות פון אט דעם גרויזאמען מיתת חניקה.
פרובירט נאר אריינצוקריכן אין זייער מח:
יא, איך בין געגאנגען צום רב'ס טיש, כ'האב זיך פארלאזט אז דער רב'ס כח/זכות אבות/הייליגע טיש/יום פורים-'כ'פורים/ וועט מיר האלטן געזונט און שטארק. אבער צום סוף, בין איך מיט דריי פיס אין קבר, און דער רב?... וועט וויייטער זיין רב אן אפגעבן א דעמן דין וחשבון פאר קיינעם אויפן וועלט.


אבער לאז שוין די מנהיגים אונזערע אין א זייט, וואו זענען מיר???
למען ה', אונזער לאכן האט אונז שוין ערגעץ געברענגט? אונזער אויבער'חכמי'שקייט האט עפעס געהאלפן?
די פחד'דיגע פאקט אז אונזער קליינער קרעמל היימישע אידן אין אמעריקע, פארמאגן די זעלבע מאס טויטע ווי "גאנץ מדינת ישראל", צי דארף דאס נישט אויפוועקן מוחות?!
ווי לאנג גייען מיר בלייבן סטופיד אויבער-חכמים וואס הרג'נען זיך אליינס אויס?


איך האב אפאר מינוט צוריק געזאגט קאפיטל פ"ד, טאקע פאר א באבובע חסיד וואס ראנגלט זיך מיטן מלאך המות, א יונגערמאנטשיק ניטאמאל א בן שלושים וואס האט א שטוב מיט פיצלעך, ווען די פסוקים זענען אויפגעקומען, און טרערן האב זיך אויסגעמישט מיט די ווערטער:
גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וּדְרוֹר קֵן לָהּ, אֲשֶׁר שָׁתָה אֶפְרֹחֶיהָ אֶת מִזְבְּחוֹתֶיךָ ה' צְבָאוֹת מַלְכִּי וֵאלֹקי... ה' אֱלֹקים צְבָאוֹת שִׁמְעָה תְפִלָּתִי, הַאֲזִינָה אֱלֹקי יַעֲקֹב סֶלָה:

און איך טראכט צו מיר, גם ציפור מצאה בית, אבער די קליינע פייגלעך וואס ער האט איבערגעלאזט אין שטוב, און ווייסן ניטאמאל צו זייער טאטע וועט עס אדורכמאכן, אה, גאטעניו, הער שוין דיינע קינדערלעך'ס געוויין!
ה' אלקים צבאות שמעה תפילתי! הער וואס איך בעט דיר, אלמעכטיגער פאטער. די טייערע קרבנות זענען דאך נישט שולדיג אז זיי הייסן נישט האגער, טייטלבוים צי האלבערשטאם, און ווייסן נישט אז אלעס איז נאר א געים ביי אט די מערדער וואס זענען ליידער ביים שיסל און פאר'דביקענען זיך ביים רומפלען.

זיי זענען פשוט'ע טייערע לעכטיגע אידישע קינדער, זיי ווילן דיך דינען און ווילן און זענען וואוילע אידן.
געב זיי לעבן און זיי וועלן ווייטער דינען גאט ב"ה אן קיין חכמות.


און וואס וועט זיין מיט די מושחתים און מערדער וואס זענען אונזערע מנהיגים?
געב שכל פאר דיינע טייערע קינדערלעך זיך אויסצורייסן פון זייער נעץ.
זאלן זיי ענדליך פארשטיין אז פון אט די אוממענטשן וועלן זיי קיינמאל נישט זען קיין גוטס, און זיי וועלן זיך אומקערן צו דינען דיר, און נאר דיר.


למען יעמוד לדראון עולם, אויפן שאנד סלופ פון כלל ישראל:
2020-03-28.jpg



ולע"נ דער לעצטער קדוש, פון באבוב:
2020-03-28 (1).jpg







אבער ענק, טייערע רבי'ס, וויל איך נאר פרעגן איין פראגע:
מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה"?!
זונטאג מערץ 29, 2020 2:32 am#444541
Re: מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי הע
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פרענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל
זונטאג מערץ 29, 2020 4:19 am#444548
פורים אין באבוב
זונטאג מערץ 29, 2020 4:23 am#444549
פון דעם ארטיקל קען מען ווען ארויסהאבן אז די איינציגסטע קהילה וואס האט געפראוועט פורים איז באבוב, אבער די מציאות איז אז כמעט יעדע הויף האט געהעריג געפראוועט דעם פורים ווייל מען האט נישט געוואוסט וואוהין די סיטואציע וועט אונז טראגן.
זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 am#444550
ער דערמאנט אלע פון זיי. זעהט נאר אויס אז דער שרייבער איז זייער באקאנט ספעציעל מיט באבוב.
זונטאג מערץ 29, 2020 4:46 am#444551
מאך זיכער האט געשריבן:פון דעם ארטיקל קען מען ווען ארויסהאבן אז די איינציגסטע קהילה וואס האט געפראוועט פורים איז באבוב, אבער די מציאות איז אז כמעט יעדע הויף האט געהעריג געפראוועט דעם פורים ווייל מען האט נישט געוואוסט וואוהין די סיטואציע וועט אונז טראגן.

פורים האט מען שוין זייער גיט געוויסט ווי מ'שטייט
זונטאג מערץ 29, 2020 7:29 am#444553
דער לעקציע איז נישט אז די מנהיגים זענען פארדארבן, נאר אז עס איז נישט דא קיין מנהיגים. האט איינער פון זיי גערעדט מיט אן עפידאמאלאדזשיסט איידער דאס מאכן דער טיש? ווייסט איינער פון זיי וואס איז דאס אן עפידאמאלאדזשיסט? מ׳האט, אויפ׳ן בעסטן פאל, געפרעגט א הצלהמאן, מיט א יוקטן און א וואלקי טאלקי און א רייסערישע שטימע, און על פיו ישק. די רעגירונג האט נישט געהייסן פארמאכן, האבען זיי נישט פארמאכט. איי, אפילו ווען די רעגירונג הייסט יא, האסטו נאר געפאלגט בכפייה? שוין, וואס ווייסט דער רעגירונג.
אכלל, דאס איז נישט קיין פירערס, נאר נאכשלעפערס. פונקט ווי די חסידים זענען נישט שולדיג, אזוי אויך איז דער רבי נישט שולדיג.
און מיר דארפן מיר זיך אויסלערנן וואס מיינט פירערשאפט, ווייל ביי אונז אידען וויסען מיר נישט דערפון, היינטיגע צייטן. און די גוים ווייסן שוין אויך נישט.
זונטאג מערץ 29, 2020 9:13 am#444555
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פון דעם ארטיקל קען מען ווען ארויסהאבן אז די איינציגסטע קהילה וואס האט געפראוועט פורים איז באבוב, אבער די מציאות איז אז כמעט יעדע הויף האט געהעריג געפראוועט דעם פורים ווייל מען האט נישט געוואוסט וואוהין די סיטואציע וועט אונז טראגן.

פורים האט מען שוין זייער גיט געוויסט ווי מ'שטייט

איך האב פורים שוין געוויסט. ועל עולם, האב איך זיך געדרייט צווישן מענטשן, נישט נאר איך נאר כמעט גאנץ כלל ישראל. איך גלויב נישט אז איר גייט זיין אויפריכטיג מיט וואס איך גיי אצינד פרעגן, אבער איך גיי סייווי פרעגן..... זענט איר (המלוכה והממשלה) ארויסגעגאנגען פורים ציווישן מענטשן? זענט איר געגאנגען אפזיצן מיט משפחות? זענט איר נישט געגאנגען באזוכן אייערע זיידעס און באבעס? האט וואו האט איר געהערט די מגילה? געדאווענט אין שטיב? ביטע זיין אויפריכטיג.
זונטאג מערץ 29, 2020 9:56 am#444559
ענדליך!
זונטאג מערץ 29, 2020 10:05 am#444560
אצינד נאך וואס יעדער זעהט שוין די טויטע ליגן אויף אלע גאסן, און די מגיפה איז אין פולן שוואונג, דארף מען שוין נישט אז ר' חיים זאל זאגן כדאי מ'זאל פאלגן. ביז אהער האבן זיי געשפילט פאליטיק. סתם רוצחים.
זונטאג מערץ 29, 2020 10:10 am#444561
מאך זיכער האט געשריבן:פון דעם ארטיקל קען מען ווען ארויסהאבן אז די איינציגסטע קהילה וואס האט געפראוועט פורים איז באבוב, אבער די מציאות איז אז כמעט יעדע הויף האט געהעריג געפראוועט דעם פורים ווייל מען האט נישט געוואוסט וואוהין די סיטואציע וועט אונז טראגן.

אין באבוב האט מען די ערשטע געהייסן זיך אכטונג געבן. שבת פאר פורים האט מען אויסגערופן אז קיינער זאל נישט געבן די האנט איינער פארן צווייטן. א צעטל האט געהאנגען אז זקנים וחשובים זאלן בכלל נישט קומען בקהל עם דורכאויס די ימי הפורים.

מ'האט פשוט נישט געוואוסט אז ס'קען אויך שאטן פאר אינגע. אבער אויב האט איינער געטון, איז עס יא געווען באבוב.
זונטאג מערץ 29, 2020 10:21 am#444562
פון די שרייבער קוקט אויס ער האט עפעס קעגן באבוב פורים האט יעדע רבי געפירט טיש און די ערשטע רבי צו פארמאכן מוסדות און געהייסען די חסידים אכטונג צו געבן איז געווען די באבובע רבי שליט"א וואס ער האט פארשטאנען די שווערע מצב פון די ערשטע מינוט איז זעה איך נישט פארוואס ער כאפט אן באבוב
זונטאג מערץ 29, 2020 11:55 am#444568
זעהט אויס דער שרייבער באדערט מער באבוב ווי קאראנא.

יעדער קען זיין א חכם שפעטער, און שעלטען די רוחות פארוואס האט קיינער נישט געוויסט פריער.

די שאלה איז ווער איז א חכם יעצט ווען מען ווייסט. מונקאטש איז אפען עד היום הזה, און דער שרייבער שעלט דער רבי פין פורים נאך......
זונטאג מערץ 29, 2020 12:09 pm#444570
איך האב געמיינט דאס גייט זיין אן ארטיקל אנטקעגן טראמפ. ער האט געברענגט די גלייכגילטיג צוגאנג צו די מגיפה ַַַַ פורים האט די עולם נאך נישט געוויסט ווי ביטער ס'איז.
זונטאג מערץ 29, 2020 1:40 pm#444581
בעל דרשן האט געשריבן:פון די שרייבער קוקט אויס ער האט עפעס קעגן באבוב פורים האט יעדע רבי געפירט טיש און די ערשטע רבי צו פארמאכן מוסדות און געהייסען די חסידים אכטונג צו געבן איז געווען די באבובע רבי שליט"א וואס ער האט פארשטאנען די שווערע מצב פון די ערשטע מינוט איז זעה איך נישט פארוואס ער כאפט אן באבוב


תיקו!

יעצט וואס? נעם נעמען פון צענדליגע רבנים ואדמורי"ם און לייג זייער נעמען אנשטאטס באבוב.

יעצט ביסטו צופרידן?

ס'מוז זיין עפעס א הסתרה בתוך הסתרה, ומגלגלין חב ע"י חייב. ביים קריג ווען מ'האט געדארפט גיין האבן זיי געלאזט בלייבן. יעצט ווען מ'דארף בלייבן, האבן זיי געלאזט גיין.

מה הועילו חכמי"ם בתקנתם...?!

נ.ב. די חברה האבן אין די לעצטיגע צענדליגע יארן נאך קיינמאל נישט געטוהן קיין טובה פאר א יוד..
זונטאג מערץ 29, 2020 4:23 pm#444604
זיי וועקן זיך אויף אין בני ברק, האפענטליך נישט צו שפעט
זונטאג מערץ 29, 2020 7:08 pm#444626
אקעי, רבותי, ענק האבן געכאפט דעם עכטן גנב.

וויבאלד באבוב 48 איז נישט געווען דער איינציגסטער, און אפשר אפילו געווען דער ערשטער צו אינפארסירן געוויסע געזונטהייט רעגולאציעס [נאכן אריינברענגען א מגיפה אין זיין צאן קדשים], איז אלעס וואס מיר האבן געזאגט דברים בטלים לא שרירים ולא קיימים ואינם חלים כלל וכלל.


חברה, ווען גייט מען זיך אויפוועקן? שוין נאכן ווייטאגליכן ארטיקל זאל מען נאך זוכן וואו קען מען פארענטפערן א מושחת???
(און אגב, כ'האב דאך יא מסביר געווען על מה יצא הקצף אויפן צדיק פון 48, וואס האט אינפארסירט די געזונטהייט תקנות כלפי זיך - און נישט צוגערירט קיין חסידים'ס הענט, אבער געלאזט זיין סטאדע ווערן אנגעשטעקט אויף א שרעקליכן פארנעם, פון וואס זיינע חסידים שטארבן נאך אלס טאג איין טאג אויס ה"י).

אבער לאז געמאך, מצדי זאל מען טאקע פראקן אין אלע אנדערע צדיקים (וואס כ'האב גראדע אויך דערמאנט אויבן). די מושחתים האבן נישט געווארט צו הערן פונקטליך וואס גייט פאר, און האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון א צל צלו של ספק פון א סכנה, ווען מיין תורה שרייבט ונשמרתם מאוד לנפשותיכם און נישט אז מ'דארף זיך ווייקן ביי א טיש.


מענטשן כאפן נישט, און פארענטפערן די דאזיגע מושחתים מיט אזעלכע פוילע תירוצים ווי אז זיי האבן נישט געוואוסט, זיי האבן געהערט כך וכך, זיי האבן געמיינט אז נאר עלטערע, זיי האבן געמיינט דאס און געמיינט יענץ, און זיי זענען אומשולדיג.

לאמיך ענק עפעס מודיע זיין: פורים האט שוין יעדער געוואוסט אז ס'איז דא א צד סכנה, און אין ארץ ישראל האבן די מער-אדורכגעטראכטע רבנים שוין געהאט ארויסגעגעבן איסורים זיך צו פארזאמלען ברבים, און רעספעקטפולע ראשי ישיבות האבן מבטל געווען דאס זיך צאמקומען ביי זיי אינדערהיים אום פורים (א זאך וואס איז ביי זיי גאר שטארק אנגענומען, און אנדערש ווי אלע אנדערע ימים טובים איז עס פון די איינציגסטע מאמענטן וואס די ראשי ישיבות "פירן" פאר זייערע תלמידים ומעריצים).

אוודאי איז געווען א מעגליכקייט צו טראכטן אז ס'איז גארנישט, און מטורפים און אויבער-חכמים שבמחנינו האבן אייביג ליב צו חוזק מאכן פון "איבערגעטריבענע" גאס-אנווייזונגען. אוודאי קען מען טראכטן אז ס'איז נאר פאר אלטע לייט, ס'איז נישט אזוי אנשטעקיג, ס'איז נישט אזוי מסוכן, ס'איז נישט דאס און נישט יענץ.


אבער...
דא קומט א גרויסער אבער!
אויב א מנהיג וואלט געשפירט אן איבערגעגעבנקייט צו זיין עדה, ווען ער וואלט געפילט אז טויזנטער מענטשן הענגען אן זייער פיזישער לעבן אין זיינע הענט, און על פיו ישק אפילו נאר א "מעגליכקייט" פון א טויטער בקהילתו, ווען ער וואלט פארשטאנען אז זיין ווארט קען "אפשר אפשר אפשר" אויסמאכן דאס לעבן פון א חסיד זיינעם, ווען ער וואלט געהאט אן אחריות און עכטער ליבשאפט צו זיינע חסידים, און ווען ער וואלט דאס אדורכגעטון בכובד-ראש אזוי הייליג און טייער ווי ביים דן זיין וועלכע פילטער די כלים פון זיינע חסידים דארפן האבן, און ווען ער וואלט צוגעגאנגען דערצו מיט א הרגשה אז ער פסק'נט מעגליך דיני נפשות, דעמאלט וואלט נישט געווען מעגליך אז די מושחתים זאלן פירן טיש פורים.

א ראי' האט איר, טאקע פון די ליטווישע מער-אדורכגעטראכטע רבנים אין ארץ ישראל, וואס האבן שוין ארויסגעגעבן איסורים דערוועגן [נישט אלע, אבער אסאך. דאס מיינט אז ווער ס'האט געוואלט און האט געשפירט א ריכטיגן אחריות האט געקענט מאכן די ריכטיגע באשלוסן].

אני הקטן והצעיר, האב איך געהאט געהערט בעפאר פורים אז דער צדיק פון באבוב פלאנט צו פירן טיש כאילו לא היה (פונקט אים האב איך געהערט, הגם אנדערע זענען פונקט אזוי פארדארבן) און דאס בלוט איז מיר ארויף אין פנים, וויסנדיג אז ער לייגט זיין עדה אין א צד סכנה, און טאקע אין א ריכטיגער סכנת נפשות.


שיין זעעמיר אויס אז איך דארף יעצט שפירן אז דאס וואס דער שיכור וואס רומפעלט האט נישט פארשטאנען דאס וואס אזא פשוטער איד ווי איך האב פארשטאנען.

ניין, ס'איז נישט קיין גאונות מצדי, און ס'איז נישט אי-ידיעה מצדו, ס'איז פשוטע פארנאכלעסיגקייט און נישט קעירן אויף זיין אייגענע סטאדע, ווייל ווען ס'קומט צו פירן טיש פאלן אוועק אלע זייטיגע חשבונות ווי "אפשר איז עס מסוכן" - ווילאנג די סכנה קומט נישט שמייסן אין פנים אין פארעם פון איבער פופציג אנגעשטעקטע באלד דערנאך, און מיט א גאלאפירנדע פארזעצונג פון הונדערטער אנגעשטעקטע און עטליכע טויטע רח"ל.


אויב מיר פארשטייען ניטאמאל, אז אונזערע מנהיגים דארפן טראגן דעם געוואלדיגן אחריות פון דיני נפשות, מיט פיל א גרעסערע כובד-ראש, דאן שטייען מיר פיל ערגער ווי די יעצטיגע ביטערע מצב פונעם קאראנע מגיפה.

די מגיפה וועט זיך נאך אפשטעלן דאס יאר בעז"ה, אבער אונזער טפשות און בלינדערהייט נאכגיין וואס יעדער ט"ב/ה"ש/האגער גרעפצט, ווענדט זיך נאר אין אונזער אנערקענונג אז מ'דארף טוישן דעם מצב.
זונטאג מערץ 29, 2020 8:05 pm#444628
וועלכע מוסד אין ארץ ישראל האט זיך פארמאכט פאר באבוב?

וועלכע בית המדרש אין ארץ ישראל האט פארמאכט פאר באבוב?

מרן הגר"ח האט היינט צום ערשטן מאל מסכים געווען צו פארמאכן בתי מדרשים.

די ליטווישע אין ארץ ישראל זענען 4 וואכן שפעטער ווי אמעריקע.

און ארץ ישראל איז די געזעץ געווען שטרענגער ווי דא, און זיי האבן געהאט קעיסעס פריער, נאר די רעגירונג האט גענומען גאר שטרענגע שריט ס'זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל.
זונטאג מערץ 29, 2020 8:14 pm#444631
ATUB @ארי נוהם ATUB געב א קוק אויפן ווידעא קליפ צו וואס דו באציהסט זיך, פון באבוב 48 ווי ער וויל נישט געבן זיין האנט, וועסטו זעהן אז דער פענסטערס פון הונטער עם זענען נאך די אלטע, בשעת היי יאר פורים איז שוין געווען נייע פענסטער, אשר על כן פאלט דיין גאנצע פשעטל אראפ, היות עס איז נישט פון דאס יאר.
זונטאג מערץ 29, 2020 10:05 pm#444639
קורקלענד האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פון דעם ארטיקל קען מען ווען ארויסהאבן אז די איינציגסטע קהילה וואס האט געפראוועט פורים איז באבוב, אבער די מציאות איז אז כמעט יעדע הויף האט געהעריג געפראוועט דעם פורים ווייל מען האט נישט געוואוסט וואוהין די סיטואציע וועט אונז טראגן.

פורים האט מען שוין זייער גיט געוויסט ווי מ'שטייט

איך האב פורים שוין געוואוסט. ועל כולם, האב איך זיך געדרייט צווישן מענטשן, נישט נאר איך נאר כמעט גאנץ כלל ישראל. איך גלויב נישט אז איר גייט זיין אויפריכטיג מיט וואס איך גיי אצינד פרעגן, אבער איך גיי סייווי פרעגן..... זענט איר (המלוכה והממשלה) ארויסגעגאנגען פורים ציווישן מענטשן? זענט איר געגאנגען אפזיצן מיט משפחות? זענט איר נישט געגאנגען באזוכן אייערע זיידעס און באבעס? האט וואו האט איר געהערט די מגילה? געדאווענט אין שטיב? ביטע זיין אויפריכטיג.

מ'האט דעם קשיא נאכנישט געענטפערט
זונטאג מערץ 29, 2020 10:07 pm#444640
איסר האטלקי האט געשריבן:מרן הגר"ח האט היינט צום ערשטן מאל מסכים געווען צו פארמאכן בתי מדרשים.

די ליטווישע אין ארץ ישראל זענען 4 וואכן שפעטער ווי אמעריקע.

און ארץ ישראל איז די געזעץ געווען שטרענגער ווי דא, און זיי האבן געהאט קעיסעס פריער, נאר די רעגירונג האט גענומען גאר שטרענגע שריט ס'זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל.

קודם הייסט ער נישט מרן, ווייל קיינער האט עהם נישט מכתיר געווען, און לאמיר זען מ'זאל עהם אזוי אראפרייסן דא, פאר'ן טון א טובה און ענדליך '''מסכים זיין''' ווען ס'פאלן טויטע ווי פליגן - אין ישראל נאך פאר ערגעץ אנדערש.
זונטאג מערץ 29, 2020 11:04 pm#444645
גראדע איז באבוב-48 געווען דער ערשטער שוהל, חדר, ישיבה, און מקווה וועלכער האט זיך פארשלאסן באצייטנס. פאר יעדן איינעם. אנדערע מוסדות האבן נאך אנגעפיהרט ביז א וואך שפעטער.
מאנטאג מערץ 30, 2020 10:00 am#444660
כרפס האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:מרן הגר"ח האט היינט צום ערשטן מאל מסכים געווען צו פארמאכן בתי מדרשים.

די ליטווישע אין ארץ ישראל זענען 4 וואכן שפעטער ווי אמעריקע.

און ארץ ישראל איז די געזעץ געווען שטרענגער ווי דא, און זיי האבן געהאט קעיסעס פריער, נאר די רעגירונג האט גענומען גאר שטרענגע שריט ס'זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל.

קודם הייסט ער נישט מרן, ווייל קיינער האט עהם נישט מכתיר געווען, און לאמיר זען מ'זאל עהם אזוי אראפרייסן דא, פאר'ן טון א טובה און ענדליך '''מסכים זיין''' ווען ס'פאלן טויטע ווי פליגן - אין ישראל נאך פאר ערגעץ אנדערש.

למען האמת, האט ארץ ישראל א קלענערע טויט ראטע ווי אנדערע מדינות. אנגעשטעקט האבען זיי פיל, אבער טויטע ווייניגער. איך ווייס נישט פארוואס.

איך גלויב נישט אין די גאנצע ר׳ חיים ביזנעס. ער האט עפעס געמורמל׳ט פאר איינעם, און פון דעם מאכט מען א תורה שלימה. ער וואלט אפשר געמעגט וויסען אז שטירן זענען מפרסם זיין ווערטער ווי א פסק הלכה, אבער צו זאגען אז ער האלט אפן ישיבות מיט שולן איז מעגליך א טעות מעיקרא.
נישט אז איך ווייס, נאר אז א ת״ח דארף מען אנדערש באהאנדלן.
מאנטאג מערץ 30, 2020 12:00 pm#444664
Re: מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי הע
אפשר ברענגט איינער עטליכע בילדער פון די טעאטערס אין ניו יארק וואס זענען נאך געווען פול געהעריג מיטוואך נאַכט, און דאנערשטאג נאכט האט מען זיי געדארפט צווינגען צו פארמאכן.

מען דארף זיין א שטארקער מנהיג צו קענען אויסרופן פלוצלונג, דאס לעבן שטעלט זיך אפ, אפילו אונזערע מנהיגים אין די גאווערמענט וואס האבן צוגעשטעלט א גאנצע אינפראסטרוקטור, מיט צענדליגער אגענטורן, מיט בודזשעטן פון מיליאנען דאלארן האבן עס נאכנישט געהאט מצליח געווען צו טון ביז דאנערשטאג נאך פורים, יעצט וואסערע טענות קענט איר האָבן צו מענטשן וואס סיי זיי זענען נישט קיין מנהיגים, און סיי זיי האבן נישט קיין עפידיאמאלאגיסטן וואס זיצן ביי זיי אויף פעיראל.
מאנטאג מערץ 30, 2020 1:09 pm#444665
מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!
ווי איז רבי גרשון אדלשטיין נעלם געווארן? ער האט דאך געדארפט איבערנעמען הרב שטיינמאן נישט רבי חיים קנייבסקי, רבי גרשון פארשטייט בעסער ווי רבי חיים צי מנהיגות, רבי חיים ווייסט ניטאמאל צי בית שמש איז אין א״י אדער אפשר גאר אין אמעריקע.. רבי חיים וואלט געדארפט בלייבען וואס ער איז אלץ געווען א שקדן און א בקי בכל חדרי תורה, דאס מנהיגות האט אים נאר פארשעמט!


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 30, 2020 6:06 pm#444681
ר' בנציון באבובער האט זיך אמאל אויסגעדריקט :
"איך קען הרגענען מענטשען אויף 48 סטריט און איך וועל נישט פארלירן אפילו איין חסיד"
מאנטאג מערץ 30, 2020 6:53 pm#444685
מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!
מ׳קען נאך אפשר טענה׳ן נאך טיפער אז אויב אונז זע׳מיר שוין מער באחרית הימים איז דאך דעמאלטס (סוף סוטה) פני הדור כפני הכלב, און ביי א מגיפה [מלאך המות בא לעיר] טרעפן מיר (ב״ק ס:) אז די כלבים דארפן דאס צו וויסן ע״ש.

‏אגב, שירת הכלב איז (סוף פרק שירה סופ״ו) בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה׳ אלקינו ע״ש. ״נברכה לפני״ איז גימטריא איינס מער ווי ״סאַרס קאָוו 2״ מיט די אותיות און ווערטער (מ׳רעכענט נישט די נומער אלס ווארט אדער אות). לרמז אז די כלבים ווייסן בעצם פריער [״לפני״] פון די מגיפה.

l viewtopic.php?f=54&t=13644 l
דינסטאג מערץ 31, 2020 8:08 pm#444759
Re: מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי הע
חוקר ודורש האט געשריבן:ווי איז רבי גרשון אדלשטיין נעלם געווארן? ער האט דאך געדארפט איבערנעמען הרב שטיינמאן נישט רבי חיים קנייבסקי, רבי גרשון פארשטייט בעסער ווי רבי חיים צי מנהיגות, רבי חיים ווייסט ניטאמאל צי בית שמש איז אין א״י אדער אפשר גאר אין אמעריקע.. רבי חיים וואלט געדארפט בלייבען וואס ער איז אלץ געווען א שקדן און א בקי בכל חדרי תורה, דאס מנהיגות האט אים נאר פארשעמט!


Sent from my iPhone using Tapatalk

בילד

דאס שרייבט דער זשורנאליסט יאיר שרקי: תהליך פנים חרדי מעניין בצל הקורונה: הרב אדלשטיין (ועוד ראשי ישיבות) תופס לפחות זמנית את ההנהגה, בזמן שקולו של הרב קניבסקי שהורה לתלמודי התורה והישיבות לא לסגור נעלם, ונשאר בעיקר בגזרת הברכות והסגולות (אם תרצו: אחרי תור זהב קצר של המיסטיקה, שובה של הרציונליזציה הליטאית הקלאסית).

א צווייטע שרייבער אהרן רבינוביץ שרייבט: היורש הטבעי של הרב שטיינמן לאחר פטירתו היה הרב אדלשטיין. בדרך לא דרך ובנסיבות כאלה ואחרות הדבר נמנע ממנו ומהציבור. כעת, בחסות המשבר הגדול ביותר במאה השנים האחרונות, יוצא הרב אדלשטיין, אט אט, מתחת לצל הגדול של הרב קנייבסקי.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מערץ 31, 2020 10:38 pm#444765
דרייט זיך ארום א קליפ פון דעם פארשעיר צדיק ראטענבערג ווי ער שרייט אז צושפארען די בתי מדרשים איז גורם די אבידות

ער האלט זיך ביי זיינס און לאזט דוקא יא אפען דעם ביהמ״ד

א מין מושחת!
מיטוואך אפריל 01, 2020 5:07 am#444787
יוסל ניימאן איז דאך געשטארבן אנשטאט אים, וויל ער ווייזן אז ער לעבט...
מיטוואך אפריל 01, 2020 7:07 am#444789
אפשר אביסל צו שפעט זיך דערמאנט, אבער דאך עפעס.

כ"ק האדמו"ר מתוא"י: "אסור לעבור על ההוראות ואין להתחכם" • האזינו

כ”ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק בדברי חיזוק ואזהרה לאור המצב: "אומרים שאסור להתפלל בציבור בגלל סכנה - אז אסור לעבור על הוראה זו ולא לחשוב להחמיר על עצמו. יש להישאר בבית לבד בפרט כשיש שעת סכנה גם לגבי התפילות וגם לעניין המקווה"

m https://www.jdn.co.il/breakingnews/1304797/ m
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:09 pm#444946
כלבאשבוע האט געשריבן:דרייט זיך ארום א קליפ פון דעם פארשעיר צדיק ראטענבערג ווי ער שרייט אז צושפארען די בתי מדרשים איז גורם די אבידות

ער האלט זיך ביי זיינס און לאזט דוקא יא אפען דעם ביהמ״ד

א מין מושחת!


זאג אים אז זיין 15 מינוט פון פורסם האט זיך שוין פון לאנג געענדיגט.

ער פארפירט אין זיין באקאנטע "פון פייער און וואסער דרשה" אז די אלע בתי מדרשים וואס האבן יא פארשפארט איז געקומען פון טעראר.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:59 pm#444994
דולה ומשקה האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:דרייט זיך ארום א קליפ פון דעם פארשעיר צדיק ראטענבערג ווי ער שרייט אז צושפארען די בתי מדרשים איז גורם די אבידות

ער האלט זיך ביי זיינס און לאזט דוקא יא אפען דעם ביהמ״ד

א מין מושחת!


זאג אים אז זיין 15 מינוט פון פורסם האט זיך שוין פון לאנג געענדיגט.

ער פארפירט אין זיין באקאנטע "פון פייער און וואסער דרשה" אז די אלע בתי מדרשים וואס האבן יא פארשפארט איז געקומען פון טעראר.

איינער קען ארויפברענגן דעם דרשה במילואה?
מאנטאג אפריל 06, 2020 11:39 pm#445516
איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא, אבער וואס מיינע אויגן זעען אין די לעצטע פאר טעג גרוילט מיר ביז גאר, אזש איך האב מיר גענומען די פעדער אין די האנט אפצושרייבן מיינע אבזערוואציעס פון די גאנצע סאמוטאכע, איבערהויפט נאך אזא ביליגע און וויסטע אטאקע אויף אונזערע גדולי ומנהיגי העדה שליט"א, ספעציעל פון דעם "אין ארי נוהם אלא מקופה של תבן", שטרוי קייט ער איבער, ער שרייט און בונטעוועט ווי כאילו ער איז אזא מיצר בצרתן של ישראל, וויל איך אביסל אויפדעקן זיינע מאטיוון.

איך דארף נאר מקדים זיין, איך פרוביר נישט אויפצוקלערן דעם ווילדן לייב, איך גיי נישט טוישן זיין מיינונג סייווי, איך באצי מיר פשוט צום היגן עולם וואס ליינט אזוי תמימות'דיג זיינע ווערטער, סזאל נישט זיין א בחינה פון מדשתקי שמע מינה דניחא להו. ער איז נישט ווערד איך זאל אפילו אראפברענגען זיינע מיאוס'ע ווערטער, דער זעלבער סיבה פארוואס איך האב נישט געענטפערט אויף זיינע דברי חירוף וגידוף אויף צדיקי וקדושי עליון זי"ע אין א פריערדיגן אשכול, ווייל זיין כעס פאנגט זיך נישט אהן אויף די היינטיגע מנהיגים אזויווי ער וויל פארקויפן, אים פארדריסט נאך די פארצייטישע צדיקים אשר בזכותם אנו חיים, איך קען ליידער די סארט, מען דארף זיך מרחק זיין פון זיי כמטחוי אש.

ולגופו של ענין: די ביליגע געמיינע רייד אויף די צדיקי הדור שליט"א איז לעכערליך ביז גאר, ובפרט וואס דו האסט דיר פונקט ארויפגעכאפט אויפן באבובער רב שליט"א, וואס האט געטון מער שריט ווי סיי וועלכע מנהיג און איינגעפירט די שטרענגסטע מאסנאמען מבעוד מועד. ראשית, ווייל דער גאנצע קאראנע קריזיס איז געווען אזוי אומקלאר, אפילו די גרעסטע דאקטורים און רעגירונג עקספערטן האבן דאס נישט פאראויס געזעהן ווי שווער סוועט אפעקטירן די באפעלקערונג, און ווען מען האט שוין אנגעפאנגען איינצוזעהן די זאך, איז שוין געווען גאנץ שפעט און א גרויס עולם איז שוין געווען אנגעשטעקט. דו ווילסט מיר איינרעדן אז פורים האט מען געהאט אן אהנונג ווי דאס גייט אנקומען? קיינער פון די באאמטע האבן נישט פארלאנגט קיין דראסטישע שריט ווי זיך איינשפארן א.ד.ג. נאר געוויסע באווארונונגען. די וועלט האט געלאכט און יעדער איז אנגעגאנגען ווי נארמאל.

אפילו הכי האט עס באבוב יא גענומען ערנסט, אנדערש פון רוב קהילות בישראל, און מען האט געבעטן אויסצופאלגן די רעגירונג אנווייזונגען. אזויווי איינער האט דא דערמאנט, האט די באבובער קהילה ארויסגעגעבן אנווייזונגען פאר פורים "לפי המצב" צו טון וואס מען קען, און מען האט געטון וואס איז שייך זיך צו באהיטן, לויט ווי מען האט "דעמאלסט" פארשטאנען.

איך וויל באמת וויסן, דו גרויסע "העלד" וואס האט שוין "געוויסט" פאר פורים אז די מצב איז געפערליך און מענטשן גייען שטארבן ל"ע, פארוואס האסטו נישט אויפגעמאכט דיין גרויסן גרימצארן און געשריגן דעמאלסט, רבותי די רבנים מאכן א טעות, מען טאר זיי נישט פאלגן, יעדער זאל בלייבן אין די הייזער פורים וכדו'? ווי ביסטו געווען אויף קאווע שטיבל דעמאלסט? אה, ווייל ביסט א חכם לאחר המעשה, דו האסט אן אגענדע דא צו באשמוצן ערליכע אידן כדרכך. נאך מער, האסטו אוועקגעגעבן פון דיינע באקוועמליכקייטן דעם פורים צו נעמען די זאך אין די האנט? האסט דיר נישט געדרייט צווישן עולם אין ביהמ"ד, נישט געגאנגען צו משפחה געבן משלוח מנות, ביסט טאקע געווען איינגעשפארט? נאר די רבנים, "זיי" מעגן זיך נישט פירן ווי דער עולם כמנהגו נוהג?

והשנית, פונקט לאזטו אויס דיין כעס אויף די אדמורי"ם וואס פירן זייערע קהילות מיט געטריישאפט, האסט אבער פארגעסן צו באשולדיגן די רעגירונג וואס זיי האלטן נאך ביז היינט אפן די פארקס מיט די ביטשעס, די פאבליק טראנספארטאציע איז אפן געהעריג, מענטשן שטייען געפאקט אין טעאטער וכדו', דאס פאדערט נישט קיין וויי געשריי? ווי איז דיין ווייטאג אויף די אלגעמיינע גאס? זיי טוען טאקע "כל מה שביכולתם" אפצושטעלן די עפעדימיע? וועסטו מיר זאגן, מוזט פארשטיין, די זאכן זענען נויטיג און פעלט אויס פאר די באפעלקערונג, מען קען זיך נישט קיין עצה געבן אהן דעם.

דא קום איך אהן צו די נעקסטע נקודה. ער וויל דא פארבלענדן די אויגן, ווי כאילו די רבי'ס קענען זיך נישט נאכגעבן זייער תאוה פון די געפאקטע פארענטשעס "פאר זייערע אינטערעסן", וויל איך דיר מודיע זיין אז פורים אין באבוב און אין פילע אנדערע חצרות איז א מורא'דיגע געהויבענע אטמאספערע ווי אידן פועלן ישועות און ס'איז א צייט זיך אויסצובעטן אלעס גוטס. שטעל דיר פאר מען זאגט פארן ציבור אז היי יאר איז נישטא קיין מעמדים און טישן, מען גייט זיך איינשפארן צוליב די מגיפה, וואלט איינער עס אנקוקט זאכליך? דער עולם וואלט געמאכט א וויי געשריי, רצוננו לראות את מלכנו, פארוואס דארף מען זיין אזוי עקסטרעם? דאס איז א זאך וואס איז נויטיג פארן "ציבור" מער ווי די רבי'ס אליין, אלזא פארוואס איז דאס אנדערש פון די פארקס וואס מען "דארף" ניייטיג האבן? זענען די רוחניות'דיגע באדערפענישן ווייניגער? און איך רעד וויאזוי מען וואלט עס אנגעקוקט "דעמאלסט", ווען מען האט נישט געוויסט וואס מען ווייסט יעצט. די רבי'ס וואלטן גערן מסכים געווען מוותר צו זיין אויף דעם (אזויווי זיי טוען יעצט) אויב זיי וואלטן געוויסט אז דאס קען שאטן אפילו פאר איין אידיש נפש. אבער וואס קען מען טוען, דער לייב האט דאך א תאוה צו ברומען און באשמוצן, מוז מען דאס אויסדרייען אויף די מנהיגים, לחרפתנו.

ווילאנג דער מצב האט נישט אויסגעזעהן קריטיש, איז קיינער נישט איינגעפאלן צו נעמען אזעלכע מיטלען, יא "קיינער", נישט דא און נישט אין ארץ ישראל. פארקערט, מאנכע האבן נאך ארונטעגעריסן באבוב פאר זייערע שטרענגע שריט, זיי האבן בעצם יום הפורים אהיימגעטראגן די בחורים פון ישיבת קדושת ציון אין בת ים קיין ניו יארק, נישט געלאזט קיין זקנים אריינקומען אין ביהמ"ד, געשיקט אנוויזונגען אין די פאסט, זיי האבן זיך אדורכגערעדט מיט די גרעסטע דאקטורים (נישט עפידימיעלאגיסטן וואס האבן דעמאלסט "נישט" רעקאמאנדירט זיך אפצושפארן) וואס צו טון פאר די געזונט פונעם ציבור, און מען האט געמאכט די החלטה פאר די ציבור'ס אינטערעסן. ווער האט פארמאכט אלע מוסדות און בתי מדרשים "די ערשטע"? ווער האט שטרענג ליארעמט קעגן דעם פארשפרייטונג אויב נישט די באבובער קהילה? שעמסט דיר נישט צו באשמוצן דעם געמיינדע?

גיי מיר ווייטער. דו האסט פרעכערהייט דערקלערט אז באבובער רבי שליט"א האט זיך אליינס יא באהיטן און נישט געגעבן די הענט פורים. דאס איז א שקר מוחלט!! איך אליין בין צוגעגאנגען עטליכע מאל דורכאויס פורים און "געגעבן די האנט"!! צענדליגער אידן זענען במשך די טרינק סעודה צוגעגאנגען נעמען א ברכה פונעם רב!! און יא, מען האט אנגעזאגט "פארן עולם" נישט צו געבן די הענט, אבער די רב האט דייקא יא געוואלט אנווינטשן און געגעבן די האנט, נישט קוקנדיג אויף די ריזיקעס. דיין גאנצע בנין איז געבויט אויף א שקר גס.

פירכא שניה. האסט א העזה צו באשולדיגן באבובער רב שליט"א און אנדערע גדולי ישראל אויף די נפטרים פון זייערע קהילות, ווי כאילו זיי האבן דאס גורם געווען. לאמיר דיר מגלה זיין, ווער נאך ווייטאגט און וויינט אויף אזעלכע פארלוסטן אויב נישט די מנהיג פון די קהילה? ווער דארף זיך קימערן מיט די יתומים צו שאפן זייערע באדערפענישן? ווער גייט אריין אינעם קוויטל שטוב און לייגט אראפ דעם פעקעלע צרות יעדן עת מצוא? ווער דארף הערן און מיטפילן זייער פיין אויב נישט זייער רבי'ן? די מנהיגים בלייבן מיט דעם שווערן לאסט אויף אייביג!! זיי וויינען מיט. זי זענען די טאטעס פון די צובראכענע קינדער. היעלה על הדעת אז זיי ווילן ח"ו אומגליקן און צרות אין זייער קהילה? שעמסט דיר נישט מיט דיינע גרויליגע באשולדיגונגען וואס שטימען נישט מיטן שכל און מיט די טרוקענע מציאות?

ואגב, פון באבוב זענען ווייט נישט דא אזויפיל קרבנות ווי אין אנדערע קהילות. די לעצטע מאל איך האב געקוקט אין דער איד איז דא "צענדליגע" נפטרים פון די סאטמארער קהילה, באבוב האט בס"ה 3 נפטרים, איין יונגערמאן מיט צוויי זקנים (ליידער אויך אסאך ה"י), באבוב 45 האט ליידער פינף, ספינקא מיט סטוטשין און פאפא האבן פיל מער, ווער רעדט נאך פון ליובאוויטש רחמנא לישתזבן. דאס איז א משחית וואס איז נישט מבחין אין קהילות אדער פארטייען. ס'איז שטוינענד צו זעהן ווי מען קען זיך דערקייקלען צו אזא דרגה, און נאך באשולדיגן די מנהיגי ישראל שליט"א וואס זענען די רועי הצאן אין די שווערע זמנים.

ווילסט הערן "ארי נוהם" ווער ס'וויינט און שפירט מיט בצרתן של ישראל? זאלסטו הערן די בכיות נוראות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נעכטן אויף די נאכט בדרשה לבני קהילתו, זאלסטו הערן די יאמערליכע רייד וואס צוגייט דאס הארץ ווען מען הערט דאס, אשרינו אז מיר האבן אזעלכע מנהיגים וועלכע לייגן אלעס אין א זייט און זענען מחזק עדת צאן מרעיתם אין די פינסטערע טעג. כלל ישראל איז ב"ה נישט אליין, מיר זענען נישט אונטער ברומעדיגע לייבן וואס העצן און באשמירן וואס זייער הארץ באגערט, זיי זענען נישט קיין חיות טורפות וואס זוכן נאר דאס ערגסטע, און שטעלן אהן א פנים כאילו "זיי" פארטרעטן דאס פאלק.

אונז ווייסן ווער אונזערע מנהיגים זענען, און ווער די אונטעררייסערס זענען, אשרינו שלא שם חלקנו כהם.
דינסטאג אפריל 07, 2020 5:18 am#445533
שוין, אנשטאט זאגן גערעכט אונזערע מנהיגים האבן געפעילט אין די מיסיע קומסטו גאר זיי ריינוואשן, וואס ביסטעך סותר? פון איין זייט האט בנציון באבובער געוואטשט און פון די צווייטע זייט האט ער דיר געגעבן די האנט?

קען זיין אז זיי וואלטן ווען נישט געדארפט אזוי אבאכט געבן ווי יעצט אבער אנטשולדיגט מיר, קוק ווי זיי האבן עס איגנארירט ביז יעצט, אהרן ט"ב האט נאר געוויינט ווייל די מצב האט אים פערזענליך אנגעטראפן אין שטוב.

די רבנים האבן געסאקט אין די קריזיס, שלינג עס אראפ.
דינסטאג אפריל 07, 2020 5:30 am#445534
הנוי והנצח האט געשריבן:...מענטשן שטייען געפאקט אין טעאטער וכדו', .......

טרעף מיר ביטע א אפענע טעאטער
דינסטאג אפריל 07, 2020 6:30 am#445535
כ'האלט נישט ביים פירן קיין דיסקוסיע איבערן נושא האשכול, וויבאלד אין מיינע אויגן איז אן עוולה בכלל דן צו זיין אין א זאך וואס האט געקאסט אידיש בלוט, און ווי כ'האב געזאגט אז די זעלבע רבנים וואס פארשטייען ווי ווייט זיי "מוזן" גיין קעגן סיי וואספארא טעכנאלאגיע, זאלן נישט פרובירן צו גיין עטוואס ארויס מער פארזיכטיג ביים מצות עשה פון "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם". אלע תירוצים זענען טאקע נאר דאס, תירוצים, אבער די קשיא בלייבט א ברענעדיגער און ליידער א מצב פון "מ'שטארבט יא פון א קשיא".

כ'וועל זיך נאר באציען צו איין שקר גס וואס ער [און אנדערע פריער] האבן געזאגט, אז קיינער האט נישט גענומען קיין מיטלען זיך צו היטן שוין אום פורים. ווי ער שרייבט:
הנוי והנצח האט געשריבן:ווילאנג דער מצב האט נישט אויסגעזעהן קריטיש, איז קיינער נישט איינגעפאלן צו נעמען אזעלכע מיטלען, יא "קיינער", נישט דא און נישט אין ארץ ישראל.

אלזא, הרב פרבשטיין, ראש ישיבת חברון, האט מבטל געווען היי יאר דאס צוזאמקומען פורים כמנהגם מקדמת דנא, טאקע צוליב די קאראנע ווירוס. ער איז אויך נישט געווען דער איינציגסטער. און געוויסע רבנים האבן אויך ארויסגעגעבן הוראות וויפיל מענטשן זאלן זיך צאמקומען אין איין מנין.


וכבר אמרו חז"ל על כגון דא, שעדות שבטלה מקצתה בטלה כולה.

ובפרט ווען הנוי והנצח האט אן אור אלטע אגענדע זיך אנצונעמען יעדעס מאל פאר רבנים בכלל און בפרט פארן הייליגן צדיק הדור רשכבה"ג מרן ה'סיסטעם שליט"א, און שוין אפגערעדט אז ער איז א שוואנץ פון באבוב 48.

און טאקע מתוך כך זכרהו, אז דער פאררוקטער נוי ונצח אז שוין אמאל אויסגעשטאנען א שארפע אטאקע מצדי, טאקע איבער זיין באבובער אומגלויבליכער שוואנצאנעס (אגב, ליינטס אדורך יענעם אשכול מיט זיין נארישע שוואנצאנעס אין באבוב 48. ההנאה מובטחת!), און ב"ה יעצט האט ער אויסגעגעבן זיין אלטע ווייטאג.
זאל עס אים זיין צום געזונט...
דינסטאג אפריל 07, 2020 11:00 am#445540
אמת אז אין ארץ ישראל האט מען טאקע גענומען שריט עטליכע טעג פריער, ווייל דארט איז עס געווען מער פארשפרייט ווי אין ניו יארק אין יענע טעג.

אבער אודי לי מיהת, אז אין אמעריקע האט האדמו"ר מבאבוב גענומען די ערשטע שריט!! שבת זכור האט מען שוין אויסגערופן אין שול נישט צו געבן די האנט און זקנים זאלן בלייבן אין שטוב. יעדער האט דאן געלאכט פון זיי, אבער צום סוף איז ער גערעכט געווען.

ווילסט אים נישט געבן קרעדיט פארן זיין די ערשטע צו טון צו די זאך אין אמעריקע? געב נישט. אבער רייס נישט אראפ א ניק פאר'ן זאגן אן אויפריכטיגע הערה.

הצלחה.
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:40 pm#445771
Re: מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי הע
איסר האטלקי האט געשריבן:אמת אז אין ארץ ישראל האט מען טאקע גענומען שריט עטליכע טעג פריער, ווייל דארט איז עס געווען מער פארשפרייט ווי אין ניו יארק אין יענע טעג.

אבער אודי לי מיהת, אז אין אמעריקע האט האדמו"ר מבאבוב גענומען די ערשטע שריט!! שבת זכור האט מען שוין אויסגערופן אין שול נישט צו געבן די האנט און זקנים זאלן בלייבן אין שטוב. יעדער האט דאן געלאכט פון זיי, אבער צום סוף איז ער גערעכט געווען.

ווילסט אים נישט געבן קרעדיט פארן זיין די ערשטע צו טון צו די זאך אין אמעריקע? געב נישט. אבער רייס נישט אראפ א ניק פאר'ן זאגן אן אויפריכטיגע הערה.

הצלחה.
אין אר''י איז עס נישט געווען מער פארשפרייט, די רעגירונג האט עס פשוט גענומען ערנסטער גענוג פרי.

הוא הדבר אשר דברנו, די רבנים זענען נישט אחראי אויף אונזער געזונט, די רעגירונג איז.
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:47 pm#445773
אויב זענען רבנים טאקע נישט פאראנטווארטליך אויף אונזער געזונט, טאָ פארוואזשע לאזן זיי נישט עסן פיש און פלייש באנעזאם?