כרפס האט געשריבן:ווען איינער פרעגט קשיות, און מ'רעגט זיך אויף עהם פאר'ן פרעגן, שמעקט עס נישט גוט..
כרפס, קיינער האט נישט קיין אישו אז דו פרעגסט, אבער אז א נייע ניק זעצט זיך ארויף אויף קאווע שטיבל און הייבט אן פרעגן קושיות אויף א ספעציפישער ארטיקל און גרינטעוועט דורך יעדע זאך וואס עס איז אים אומפארשטענדליך באגלייט מיט אן הנחה קדומה אז דער שרייבער און דער באשריבענער זענען שקרנים דאן פארגיייט דאס אפעטיט פון אים ענטפערן, און עס הייבט ברעמען מיט נייגער וואס זיינע מאטיוון זענען.
רוב פון דיינע קשיות זענען אינעם ארטיקל, דו קענסט עס דורכליינען א צווייטן מאל וועסטו קלארער ווערן, טעכנישע חלקים ווי 'פון וואו האט ער השגות/ספרי חב"ד/קלארינעט' וועסטו מוזן אליינס אויספיגערן, נישט ווייל איך קען דיר נישט ענטפערן, נאר ווייל מיין טאג באשטייט נישט פון קוקן אויף קאווע שטיבל אויב איינער רופט מיר.
איך זעה אז אין גענעראל פעלט אסאך בעיסיק אינפארמאציע אויף לב טהור פאר אונזער געמיינדע, און עס וועט זיין זייער שווער צו פארענטפערן יעדנס פריוואטע שאלות, אבער לאמיר נעמען א ביישפיל, די סקרינשאטס פון די ספרים, דו מיינסט טאקע אז זיי האבן עס נישט ספעציעל אונטערגעלייגט? דו ווילסט זען דעם בריוו פון סקווערע דיין פאללאק קעגן העלבראנץ נאך ווען ער האט געוואוינט אין מאנסי, אז ער טאר נישט פרעדיגן קעגן פירוש רש"י?
לב טהור איז א קולט וואס האט זיך יעדע פאר חדשים געטוישט, איינמאל עקסטרעם, און איינמאל מער עקסטרעם, און טיילמאל איז עס צוריקגעפאלן, אבער איינע פון די הויפט זאכן וואס זיי האבן אלס אויסגעארבעט איז אז די חסידישע גאס זאל נישט געוואויר ווערן פון זייערע זאכן, ווייל זיי האבן געקריגן געלט פון היימישע אידן פון לאנדאן, מאנטשעסטער, וויליאמסבורג, מאנטריאל און טאהש!
עוז והדר פלעגט ביי זיי פרינטן גמרות א שטיק צייט, און אויך האבן עטליכע פון זיי פארקויפט קאקאין אין גואטאמאללא, זיי האבן זיך אלס מסדר געווען בכדי אז זיי זאלן נישט ברויכן צוקומען צו שטיצע פון קהילות, אבער פון יחידים האבן זיי אלס גענומען, א שליח מיטן נאמען אליהו קאין פלעגט ארומגיין יארן אין וויליאמסבורג נאכגעלט, ווייל ער איז געווען אין גלות לויטן קולט (היינט איז ער אינדרויסן פונעם קולט און איר קענט אים אלע גיין פרעגן, ער איז טויט משוגע אבער אויב כאפט איר א שפראך מיט אים וועט איר אסאך דערשנאפן פון אים).
נאכאמאל, טעכנישע שאלות פרובירט אליין צו געוואויר ווערן ווייל עס איז נישט ביכולתי צו פגע'ן א מענטש וועם כ'האב באשריבן... ער האט בסך הכל מסכים געווען מיר צו לאזן אים באשרייבן ווייל ער האט געוואלט אויפטרייבן געלט פאר זיין קאמפיין צו ראטעווען זיין קינד (וואס ווען דער וועקער איז געגאנגען צום דרוק איז שוין נישט געווען אינטערסאנט צו לייגן דעם לינק ווייל ער שפארט שוין דעם קאמפיין).
הצלחה און א דאנק פאר אלע קאמענטירער (אויך כרפס, כ'בין נישט ברוגז... כ'האב נישט אזויפיל צייט).