Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • פסק'נען אן סמיכה?

קאווע שטיבל • פסק'נען אן סמיכה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13682
מיטוואך אפריל 01, 2020 9:17 pm#444855
פסק'נען אן סמיכה?
כ'האף אז ס'איז די ריכטיגע ארט ווי צו לייגן דעם אשכול, און אז די טעמע איז נאכנישט אויסגעאקערט, פונעם שטאנדפונקט וואס איך וויל שרייבן.

מיין ערשטע פראגע איז;
האט דער חזון איש, ר' חיים קאניעווסקי, א שטייגער באקומען עמטליך סמיכה? די אמת איז אז ניין. דעריבער וויל איך פארשטיין, פארוואס האט מען זיי אנגענומען אלץ פוסק, אין די צייט וואס כלל ישראל אלע דורות האבן במסורה גענומען א פסק נאר פון איינער וואס האט עמטליך באקומען סמיכה. און ספעציעל ווען ס'געווען גרויסע - גאר גרויסע דעמאלטס און היינט - וואס האבן מיט סמיכה גע'פסק'ט; ווי א שטייגער דער טשעבינער רב, הרב וואזנער, ר' חיים נאה, הרב אלישיב, און נאך.

?
מיטוואך אפריל 01, 2020 9:38 pm#444857
אויבן אויף קען מען ענפערן אז דער חזו"א ותלמידיו פסק'ענען טאקע נישט לקולא
מיטוואך אפריל 01, 2020 9:50 pm#444858
ווייל איך ווייס פון גאנץ גרויסע צדיקים נאכן קריג, וואס האבן דווקא געוואלט הערן די פסק פונעם טשעבינער רב, כאטש דער חזון איש האט מער איינגענומען מיט זיין פסק, און שפעטער אויך פון הרב אלישיב, אלץ דעם טעם, אז ער האט באקומען סמיכה במסורה.
מיטוואך אפריל 01, 2020 10:34 pm#444865
ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?
מיטוואך אפריל 01, 2020 10:48 pm#444870
ישעיה האט געשריבן:ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?

רב הענקין האט געהאלטן אז די פסקי ערוך השולחן איז מער ראוי לסמוך עליו ווי משנה ברורה, ווייל די ערוך השולחן איז למעשה געווען א רב העיר.
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:08 pm#444871
דאס איז אבער הכל מודים אז צו האלטן אז מנשה איז די בעסטע פילם און סקווירא רבי איז צדיק הדור און אח"ר איז א נחש, אויף דעם דארף מען נישט קיין סמיכה.
חד גדיא, חד גדיא.
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:21 pm#444872
יין שרף האט געשריבן:
ישעיה האט געשריבן:ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?

רב הענקין האט געהאלטן אז די פסקי ערוך השולחן איז מער ראוי לסמוך עליו ווי משנה ברורה, ווייל די ערוך השולחן איז למעשה געווען א רב העיר.

און איך האלט אז מיינע פסקים זענען מער ראוי לסמוך ווייל הלכה כבתראה.
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:26 pm#444874
ישעיה האט געשריבן:ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?

באמת ביי חסידים איז טאקע נישט דער משנה ברורה דער פוסק נאר דער שו''ע הרב. הגם מ'האט זייער מחשיב געווען דעם חפץ חיים, אזויווי מ'איז מחשיב דעם חזון איש, אבער ביז פסק הלכה במסורה.
הרב אלישיב איז אויך פונעם ליטווישן חדר, און דאך האבן אנשי מסורה גענוצט זיין פסק, קלאר נאר ווייל ער האט סמיכה. און נאכמער פון דעם, ס'דא א מעשה פון ר' שמעון שקאפ וואס האט אויך געהאט סמיכה, און ער האט אמאל געזאגט א פסק הלכה אנדערש ווי אנגענומען ביי חסידים, און ס'געווען אין א קור ארט ווי חסידישע רביים זענען געווען, און מ'האט אנגענומען ווי עהם, ווייל ער האט די כח פון פסק'נען.
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:34 pm#444877
וואס מיינט סמיכה? און ווי שטייט אז מ'דארף האבן סמיכה? אין וועלכן חלק אין שולחן ערוך ווערט אויסגעשמועסט הל' סמיכה? און ווען נוצט מען יא סמיכה און ווען נישט? און אויב א איד לערנט און ער ווייסט וואס ער האט צו טון מעג ער נישט נוצן זיינע ידיעת התורה לידע את המעשה אשר יעשון.
כרפס, כ'האב מורא דו רעדטסט פאר פייער און פאר וואסער.
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:44 pm#444878
יין שרף האט געשריבן:
ישעיה האט געשריבן:ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?

רב הענקין האט געהאלטן אז די פסקי ערוך השולחן איז מער ראוי לסמוך עליו ווי משנה ברורה, ווייל די ערוך השולחן איז למעשה געווען א רב העיר.

ס'קלאר אזוי, ווייל א רב האט א אחריות. און די זעלבע זאך מיט מסורה, וואס אויב זאל מען נאכלאזן פון דעם כלל, איז נישטא קיין פסק הלכה, נאר פופצן פסקים אין איין שאלה
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:48 pm#444881
כוכב האט געשריבן:וואס מיינט סמיכה? און ווי שטייט אז מ'דארף האבן סמיכה? אין וועלכן חלק אין שולחן ערוך ווערט אויסגעשמועסט הל' סמיכה? און ווען נוצט מען יא סמיכה און ווען נישט? און אויב א איד לערנט און ער ווייסט וואס ער האט צו טון מעג ער נישט נוצן זיינע ידיעת התורה לידע את המעשה אשר יעשון.
כרפס, כ'האב מורא דו רעדטסט פאר פייער און פאר וואסער.


עיין במס' סנהדרין, ומשם ברמב"ם, ושו"ע, אז ס'דא געהעריגע הלכות ווער ס'מעג פסק'ענען, און ווען ער קען פסק'ענען, און ווי וועם מ'פסקענט.

עכ"פ, מ'לערנט עס נישט אין כיתה ט' צוזאמען מיט אלו מציאות, אבער ס'איז א תורה שלימה פון אויווען ביז אראפ, בכלל נישט קיין סוד.
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:50 pm#444883
יין שרף האט געשריבן:
ישעיה האט געשריבן:ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?

רב הענקין האט געהאלטן אז די פסקי ערוך השולחן איז מער ראוי לסמוך עליו ווי משנה ברורה, ווייל די ערוך השולחן איז למעשה געווען א רב העיר.


אין אנדערע ווערטער, ס'איז דומה צו שימוש. אז איינער איז א שר התורה ביי זיך אינדערהיים פעלט עם די ברייטקייט פון הלכה למעשה אויף די גאס.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:03 am#444886
ר' משה פיינשטיין האט געהאט סמיכה? פון וועם?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:09 am#444887
כפי הנראה איז כרפס מכוון צו די טענה פון ר' עובדיה יוסף:
הגאון חזון איש, לא היה מורה הוראה. הוא היה מסוגר בביתו ולא היה אב בית דין שעליו מוטל להורות. הוא היה כותב ספרים. אם אין לך תפקיד, אתה משוחרר. אין לך בעיות, לכן בכל דבר אתה מחפש חומרות. יושב בתוך ירכתי ביתך וכותב מה שכותב
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:12 am#444888
שמעון וואלף האט געשריבן:ר' משה פיינשטיין האט געהאט סמיכה? פון וועם?

אוודאי! זיין טאטע און אויך זיין ראש ישיבה אין קוברין (הרב פרוסקין?) האבן עם מסמיך געווען לרבנות
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:26 am#444889
איך האב אן אנדערע פראגע, ווער האט מסמיך געווען דעם ערשטן מסמיך? משה רבינו'ס סמיכה איז אפגעהאקט געווארן ווען רבן גמליאל השישי איז אומגעברענגט געווארן.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:32 am#444891
ישעיה האט געשריבן:כפי הנראה איז כרפס מכוון צו די טענה פון ר' עובדיה יוסף:
הגאון חזון איש, לא היה מורה הוראה. הוא היה מסוגר בביתו ולא היה אב בית דין שעליו מוטל להורות. הוא היה כותב ספרים. אם אין לך תפקיד, אתה משוחרר. אין לך בעיות, לכן בכל דבר אתה מחפש חומרות. יושב בתוך ירכתי ביתך וכותב מה שכותב

כ'האב געהערט פון וואדריזש'ע רב זז"ג אז די חיי אדם איז אסאך מחמיר אין אורח חיים אבער אין חכמת אדם איז ער אסאך מקיל. די סיבה איז ווייל ווען די חיי אדם איז ארויסגעקומען איז ער געווען א סוחר און האט זיך נישט אפגעגעבן אין ענטפערן שאלות טעגליך. די חכמת אדן איז ארויסגעקומען שפעטער ווען ער איז שוין געווען מו"ץ ווילנא.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:25 am#444904
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב אן אנדערע פראגע

'אֵיך לא'
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:58 am#444916
כרפס און ישעיה זעהט עפעס אויס ווי ברוך און בערל (אדער וויזוי האט עס נאר געהייסען פורים זרח און שמערל...)

מ'האט שוין אמאל אויס געשמועס אביסל די נושא (אפשר מיט זעלבע מענטש אונטער אנאנדער ניק...?) כ'וועל צוצייכען די מראה מקומות, און דארט ווערט שוין אויסגעשמועסט אויך מראה מקומות צו די ענין פון סמיכה בש"ס ופוסקים:


ועי' כאן: l viewtopic.php?f=42&t=12830&start=75 l

והאיש משה האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:סמיכה נעמט מען נישט אליינס אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט וכו'

גראדע האב איך שלעכטע נייעס פאר דיר, נישט נאר כ'ווייס וואס סמיכה איז, נאר כ'האב אליין סמיכה (נישט די עפפ ;) והיינו טעמא פארשטיי איך גאר גוט וואס דאס איז וד"ל, און דאס גאנצע קטנות'דיגע געשרייבעכץ איבעלט מיר)

אויב עפעס מיינעך (כ'בין ספק קרוב לודאי) אז איר האט נישט קיין אנונג וואס סמיכה איז און פארוואס עס דינט, איר ווייסט אפשר ווי די הלכות פון סמיכה שטייט? כ'גלייב אז נישט, אבער כ'וועל אייך נישט אנצועהן עס איז א סוגיא און סנהדרין וע' ברמ"א יו"ד סי' רמ"ב בשם הריב"ש, לערן גוט דורך די סוגיא וועסטו זעהן אז מ'דארף נישט קיין שום סמיכה צו פסקנען, (אויב האט איר עפעס א גרעפץ פון א גדול[?] וואס האט נישט געוואלט אנעמען חזו"א קען איך עס מסביר זיין באריכות אבער ס'איז אין כאן מקומו להאריך, זיכער נישט און אזא חשוב'ע אשכול פון ר' מנדל הגר (וואס האט סמיכה :D און לשיטתך איז זיין פסק חשובע ווי די חזו"א.... :D )

(מדי דברי אויב ס'אינטרעסירט אייך איז דא פון ר' שמחה אסף א ספר באהלי יעקב וואס נעמט שיין ארום די ענין פון סמיכה והמסתעף)

אנשטולדיג פאר די לאנגע דרשה וואס דו רעדסט דיר אפ, כ'פארשטיי אז פאר איינער וואס האט קיין זיץ פלייש האט ליב צו כאפן א ידיעה'לע און געגאנגען ווייטער, אבער אורייתא דקא רתח בי...

כלל היוצא: שקד טייערע, ס'איז ראטזאם פאר איר שרייבט זאלט איר מער מדייק זיין... ברכה והצלחה.


ועי' עוד כאן: l viewtopic.php?f=42&t=12830&start=50 l

והאיש משה האט געשריבן:https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%92%D7%93%D7%95%D7%9C_%D7%94%D7%93%D7%95%D7%A8
מי נחשב גדול הדור?
רבי ישראל איסרלן (במאה ה-15) והרמ"א (במאה ה-16) כתבו לגבי גדול הדור שהוא צריך להיות מפורסם, אולם מעבר לכך כמעט ואין מקורות מדורות קודמים הדנים בשאלה מי נחשב גדול הדור.

בימינו מופיעות מספר דעות לגבי השאלה מי הוא גדול הדור. בקרב גורמים חרדים לאומיים מופיעות בעיקר שתי הגדרות:

מי שעסק באופן מיוחד בנושא הנדון, למשל הלכות ציבור.
מי שרוב תלמידי החכמים הגדולים נועצים בו ומסכימים שהוא גדול הדור[17].
לעומת זאת, בקרב חלק מהציבור הדתי לאומי נטען שהקביעה מיהו גדול הדור נעשית באופן לא ענייני. הרב חיים נבון כתב: "אין שום הגדרה ל"גדול הדור". וממילא אין גם שום חובה לציית דווקא ל"גדול הדור" ולא לרבנים אחרים. "גדול הדור" זהו בדרך כלל תואר חיבה שתלמידים מעניקים לרבותיהם, והאהבה מקלקלת את השורה"[22]. הרב יובל שרלו כתב: "הבעיה היותר סבוכה היא המסחור המשפיל בשאלה מיהו "גדול הדור" - אנו נחשפים למניפולציות מכוערות של מאבקי "גדול הדור", ובשל כך כלל אין הסכמה בשאלות אלו. לא זו בלבד, אלא שההנחה היא שמי שהוא מתיר עגונות הוא גדול הדור, והיא מבוססת על תשובה נודעת של הנודע ביהודה בדבר, ועל כן צריך ללכת אחרי הענק שבדור - ר' אברהם שפירא זצ"ל שהיה מתיר העגונות שבדור. ברם, כשר' צבי יהודה קוק זכר צדיק לברכה היה בחיים, והוא לא התיר עגונות, הטענה הייתה שהוא בקיא בשאלות כלל ישראליות יותר מאחרים כי הוא עוסק בדבר. אני חושב שעובדה זו בלבד מוכיחה את המניפולציות, ואת ביזוי גדולי התורה וביזוי ההלכה שבדבר"".[23]
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:45 am#444923
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב אן אנדערע פראגע, ווער האט מסמיך געווען דעם ערשטן מסמיך? משה רבינו'ס סמיכה איז אפגעהאקט געווארן ווען רבן גמליאל השישי איז אומגעברענגט געווארן.


סמיכה און התרת הוראה איז צוויי באזונדערע עניינים. סמיכה מיינט די כח פון אן אמאליגע בית דין אדער דיין וואס האט געקענט דן זיין דיני קנסות וכדומה, וואס דאס האבן מיר נישט היינט, טאקע ווייל ס'נפסק געווארן, און דאס איז געווען די סוגיא בזמן הבית יוסף, ווען מ'האט געוואלט צירוק שטעלען די סמיכה המקובל מדור דור דורך די שיטה אז מ'קען מסמיך זיין, אפילו ווען ס'נפסק געווארן די המשך הסמיכה, דורך די גדולים וואס נעמען זיך צוזאם און זענען מסמיך איינעם אלס גדול הדור.

משא"כ, התרת הוראה, די נידון דא אין אשכול, וואס איז נוגע צו א תלמיד חכם וואס זיצט ביי זיך צו ער קען פסק'ענען פשוט'ע געהעריגע הלכות, דאס איז נוגע די פראקטיש כח הפסק בכלל און האט גארנישט מיט סמיכה שלא נפסק מימות משה רבינו. חאטש ס'דא מענטשען וואס רופן אן התרת הוראה מיט'ן טיטול סמיכה, דאך איז דאס צוויי באזונדערע עניינים. די געדאנק אינטער התרת הוראה איז פשוט א פראקטישע געדאנק. אז א מענטש מעג קענען לערנען א געוואלד, דאך איז דא א פראקטישע סיסטעם ווי אזוי צו אוועק שטעלן אז דער תלמיד חכם ווייסט טאקע ווי אזוי צו פסק'ענען אין טאג טעגליכע לעבן, אפילו הלכות וואס שטייען נישט מפורש, דורך מדמה זיין מילתא למילתא. דאס איז די געדאנק פון די פארהער, צו זעהן ווי אזוי זיין קאפ ארבעט, חוץ פון דעם וואס מען וויל זעהן צו ער קען טאקע לערנען.

פונקט אזוי, איז וויכטיג צו נעמען שימוש, ווייל שימוש איז ווייטער פראקטישקייט ווי אזוי די ת"ח זאל נוצען זיין קאפ. און אפילו נאך התרת הוראה קען מען נאר ניצען די איינגעקויפטע מעלה פון א פראקטישע מורה הוראה, נאר במקום ווי מ'קען טאקע די נושא דורך און אדורך. למשל א יונגערמאן וואס האט באקומען הוראה דורך א פארהער אויף יורה דעה כנהוג וואס דאס ווייזט אז די קאפ לויפט ריכטיג, דאך קען ער נישט פסקענען חושן משפט נאר אויב ער האט דאס גוט דורך געלערנט.

עכ"פ, סמיכה פון אמאל, מיט היתר הוראה פון היינטיגע צייטן, זענען עניינים נפרדים. דאס איז טאקע די פלא וואס מ'האט תלמידי חכמים מופלגים וואס פסקענען שאלות אן התרת הוראה, שימוש, אדער האבן געזעצן אין א בית הוראה פאר א וויילע צוצוקוקען ווי אזוי פסק גייט צו פון א פראקטישע שטאנדפונקט, ספעציעל ביי שאלות וואס זענען נישט מפורש אזוי ווי רוב שאלות וואס זענען טאקע נישט מפורש.

#דעת תורה #מרנן ורבנן #צדיקי הדור
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:07 am#444926
צו די דעפענס פון ליטווישע גדולים וואס פירן אן די "דעת תורה" דורך לערען פלייסיג כל ימי חייהם, קען צו ניץ קומען די פאקט אז אין היסטוריה, בזמן הראשונים אדער אפילו בזמן הגמרא, איז די מרביץ תורה אדער תופס ישיבה אין שטאט געווען דער דעת תורה אין שטאט. אבער דאך זעהט אויס אז יענער כח קומט מחמת רעכט אדער רשות, דוגמת מורה הלכה בפני רבו.

אבער אפילו הכי מוז מען אן נעמען אז יענער האט געוויסט ווי אזוי צו פסקענען און האט געהאט קונה געווען פראקטישע מהלכים אין הוראה, ווייל לולי זאת וואס האט מען פון זיין סמכות עליונה ווען מ'נעמט אן אז תורה לא בשמים הוא.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:07 am#444929
דער גאנצע סמיכה איז געהאקטע רעטעך, היינט איז געווארען א גאנצע איינרעדעניש אז מוצ'ן האבן סמיכה אין וויאזוי צו קוקען שמאטעס מיט מסורות, בעת וואס עס איז גארנישט דא וואס די קענסט הערען פין איינעם וואס שטייט נישט בכתב.

אויף וואס דארף איינער ווי דער חזון איש סמיכה? איינער זאל אים פארהערן אויב ער קען יורה דעה?

סתם נארישע בלבולים.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:40 am#444930
סמיכה איז נישט צו זעען א קאליר, סמיכה איז צו ניצען שיקול הדעת ווען מ'מעג און ווען מ'מוז מקיל זיין, אדער גאר פארקערט, מחמיר זיין.

סמיכה איז ווי א טאטע פון א בוק אדער א טאטע מיט א הארץ. ווי א חסיד פון וויי יו, אדער א חסיד פון ישיבה לערענט בני יששכר.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:50 am#444931
וואלווי האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:וואס מיינט סמיכה? און ווי שטייט אז מ'דארף האבן סמיכה? אין וועלכן חלק אין שולחן ערוך ווערט אויסגעשמועסט הל' סמיכה? און ווען נוצט מען יא סמיכה און ווען נישט? און אויב א איד לערנט און ער ווייסט וואס ער האט צו טון מעג ער נישט נוצן זיינע ידיעת התורה לידע את המעשה אשר יעשון.
כרפס, כ'האב מורא דו רעדטסט פאר פייער און פאר וואסער.


עיין במס' סנהדרין, ומשם ברמב"ם, ושו"ע, אז ס'דא געהעריגע הלכות ווער ס'מעג פסק'ענען, און ווען ער קען פסק'ענען, און ווי וועם מ'פסקענט.

עכ"פ, מ'לערנט עס נישט אין כיתה ט' צוזאמען מיט אלו מציאות, אבער ס'איז א תורה שלימה פון אויווען ביז אראפ, בכלל נישט קיין סוד.



דו רעדטסט פון סמיכה בנוגע האבן א דין סנהדרין אבער ווי קומט עס דא אריין. דא גאנצע סאו קאלד שימוש אויף שמאטעס איז בעלושעס און מעיקר הדין קען א פרוי אליין פסקען.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:25 am#444936
Re: פסק'נען אן סמיכה?
דו מיינסט מסתם צו זאגן אז זי האט נאמנות. בנוגע פסק׳נען ברענגט די ש״ך אראפ מהתוס׳ אין יו״ד סימן קפח ס״ק ז אז דער מאן (אויב ער׳ז א חכם וואס קען פסק׳ענען) קען פסק׳ענען על דמי אשתו ע״ש.

‏ובנידון זו בכלל עיין להלן בסימן רמב סעיף יד ברמ"א.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:51 am#444940
אמירה רכה האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:וואס מיינט סמיכה? און ווי שטייט אז מ'דארף האבן סמיכה? אין וועלכן חלק אין שולחן ערוך ווערט אויסגעשמועסט הל' סמיכה? און ווען נוצט מען יא סמיכה און ווען נישט? און אויב א איד לערנט און ער ווייסט וואס ער האט צו טון מעג ער נישט נוצן זיינע ידיעת התורה לידע את המעשה אשר יעשון.
כרפס, כ'האב מורא דו רעדטסט פאר פייער און פאר וואסער.


עיין במס' סנהדרין, ומשם ברמב"ם, ושו"ע, אז ס'דא געהעריגע הלכות ווער ס'מעג פסק'ענען, און ווען ער קען פסק'ענען, און ווי וועם מ'פסקענט.

עכ"פ, מ'לערנט עס נישט אין כיתה ט' צוזאמען מיט אלו מציאות, אבער ס'איז א תורה שלימה פון אויווען ביז אראפ, בכלל נישט קיין סוד.



דו רעדטסט פון סמיכה בנוגע האבן א דין סנהדרין אבער ווי קומט עס דא אריין. דא גאנצע סאו קאלד שימוש אויף שמאטעס איז בעלושעס און מעיקר הדין קען א פרוי אליין פסקען.


איך האב נאר גענפערט לפי די תגובה ווי ס'שטייט בכלל עניני סמיכה.

זיי מוחל ליין איבער.

לעצם הענין פון הוראה האב איך טאקע געשריבן נאכדעם אז דאס איז נושא פון די אשכול און נישט סמיכה.

זיי נאכאמאל מוחל און ליין דאס אויך..
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:53 am#444941
יא, גערעכט, אבער לעצם העניין זעט אויס ווי כרפס איז בכלל נישט נחית צום עומק השמועס און ער ווייסט נישט וואס ער רעדט און זיין אישו איז אז רבי חיים קניבסקי האט נישט קיין היתר הוראה פון הערשל אויש און דער חזון איש האט נישט קיין סמיכה פון מיכל שטיינמעץ.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:00 pm#444943
יאסל ראקאווער האט געשריבן:סמיכה איז נישט צו זעען א קאליר, סמיכה איז צו ניצען שיקול הדעת ווען מ'מעג און ווען מ'מוז מקיל זיין, אדער גאר פארקערט, מחמיר זיין.

סמיכה איז ווי א טאטע פון א בוק אדער א טאטע מיט א הארץ. ווי א חסיד פון וויי יו, אדער א חסיד פון ישיבה לערענט בני יששכר.


אמן ואמן.

הוראה מיט שימוש איז אויך דומה אין סעקולאר וועלט.

למשל, אז איינער שטודירט מעדיצין, אקונטינג, וכו' פארדינט ער זיין דעגרי אין דעם לימוד, א בעטשלערס, מעסטערס, אדער דאקטעראט, וואס דאס פארדינט ער אויפ'ן עצם לימוד. אבער אויף הלכה למעשה דארף ער לייסענסינג דורך אינטערשיפ, וואס דאס איז דומה צו שימוש און דרכי הוראה, ווי די התרת הוראה איז בנוסף צום לימוד שולחן ערוך אליינס.

והכי נמי מסתברא, ופשוט הוא.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:04 pm#444945
אמירה רכה האט געשריבן:יא, גערעכט, אבער לעצם העניין זעט אויס ווי כרפס איז בכלל נישט נחית צום עומק השמועס און ער ווייסט נישט וואס ער רעדט און זיין אישו איז אז רבי חיים קניבסקי האט נישט קיין היתר הוראה פון הערשל אויש און דער חזון איש האט נישט קיין סמיכה פון מיכל שטיינמעץ.


Guess what, מ'קען זיין משה רבינו, אבער טאמער מ'איז נישט געזעצן ביי א דיין אדער אין א בית הוראה זיך צו לערנען ווי אזוי צו פסק'ענען הלכה למעשה, העלפט נישט מאכן א סיום אויף כל התורה כולה א יעדעס יאר.

מ'דארף נישט מער קיין ראי' ווי דאס וואס האט זיך אפגישפילט אין ב"ב מיט די שינוי הפסק די לעצטע פאר וואכן, וד"ל...
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:19 pm#444949
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ישעיה האט געשריבן:ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?

רב הענקין האט געהאלטן אז די פסקי ערוך השולחן איז מער ראוי לסמוך עליו ווי משנה ברורה, ווייל די ערוך השולחן איז למעשה געווען א רב העיר.

און איך האלט אז מיינע פסקים זענען מער ראוי לסמוך ווייל הלכה כבתראה.


ילמדנו רבנו הקדוש!

מיין טאכטער אין עלעמענטרי סקול איז נאך מער בתראה.

דארף איך איר פאלגען נישט אויפצומאכן א באטל אין שבת ווייל אין איר וועכענטליכע סקול צעטלעך שטייט אזוי...?

אפשר טאקע...
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:27 pm#444953
בשעת דער פולמוס איבער דער 'עירוב' אין בארא פארק, האב איך געזעהן אויף ביידע קול קורא'ס הן מצד המתירים ןהן מצד האוסרים אזעלעכע נעמען וואס האבן נישט קיין אנונג אין הלכה וכל שכן בהלכות עירוב, נאך מער פון דעם דיינים וואס קענען יא פסק'נען אויב דער גלעזל אינהאלט א רביעית וויין אדער וואס מען טוט אין א פאל אויב האט מען פארגעסן יעלה ויבא דעם דריטן טאג ראש חודש וכיוצ"ב, אבער לגבי עירובין זענען זיי אזוי רחון כמזרח ממערב, אויסער עפעס קינדערישע זכרונות אז א עירוב האט צוויי שטעקעלעך מיט א שטריק פון אויבן - און די סארט האבן זיך געלאזט הערען הללו אוסרים והללו מתירים.

דער יאקע רב, רבי חיים ישעיה קעניג זצ"ל האט דעמאלס געפרעגט אזא שאלה "פארוואס האט דער סקולען'ער רבי נישט אריינגעשיקט זיין סקעטש ווי אזוי דער נייע 'פרידאם טורעם' זאל אויס זעהן און געבויעט ווערן, אזוי ווי אנדערע טויזענטער האבן געטוהן".

הוא מותיב והוא מפרק: ווייל דער סקולענער רבי האט מיט דעם נישט קיין שייכות, נו, וה"ה מיטן עירוב, וואס ווייסט ער וועגן א עירוב צו זאגן, אויסגעשלאסן זיין מיינונג להיתר או לאיסור, לאו דוקא סקולען, נאר אויך ספינקא רבי'ס אדער אפילו די סאטמאר רבי'ס, וכל שכן די סארט וואס עפענען א גמרא בלויז מסיים צו זיין א מסכת..."

ער האט בכלליות'דיג אויסגע'משל'ט מיט דיע ווערטער ווי אזוי דער היינטיגע הלכה וועלט ווערט אויסגעפארעמט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:45 pm#444961
וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ישעיה האט געשריבן:ס'איז מיך שווער מאריך צו זיין בכתב, אבער דא קומט אריין דעם 'בא היטלר ובלבל את כל העולם', צדיקים פון אונגארן און גאליציע, פארוואס זאלן זיי דען רילעיטן צום גר"א סטייל פסק, אבער לאמיר נאר פרעגן אזוי: וואס איז מיט'ן משנה ברורה?

רב הענקין האט געהאלטן אז די פסקי ערוך השולחן איז מער ראוי לסמוך עליו ווי משנה ברורה, ווייל די ערוך השולחן איז למעשה געווען א רב העיר.

און איך האלט אז מיינע פסקים זענען מער ראוי לסמוך ווייל הלכה כבתראה.


ילמדנו רבנו הקדוש!

מיין טאכטער אין עלעמענטרי סקול איז נאך מער בתראה.

דארף איך איר פאלגען נישט אויפצומאכן א באטל אין שבת ווייל אין איר וועכענטליכע סקול צעטלעך שטייט אזוי...?

אפשר טאקע...

זיל בתר טעמא, די גאנצע טעם וואס הילכתא כבתראה איז ווייל ער האט שוין געזעהן וואס די פריערדיגע האבן געזאגט און מיט דעם אלעם איז ער זיך חולק. זאל דיין טאכטער נאר הערן מיין טעם להיתר וואלט זי שוין איינמאל מתיר געווען.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:02 pm#444964
וואלווי האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:וואס מיינט סמיכה? און ווי שטייט אז מ'דארף האבן סמיכה? אין וועלכן חלק אין שולחן ערוך ווערט אויסגעשמועסט הל' סמיכה? און ווען נוצט מען יא סמיכה און ווען נישט? און אויב א איד לערנט און ער ווייסט וואס ער האט צו טון מעג ער נישט נוצן זיינע ידיעת התורה לידע את המעשה אשר יעשון.
כרפס, כ'האב מורא דו רעדטסט פאר פייער און פאר וואסער.


עיין במס' סנהדרין, ומשם ברמב"ם, ושו"ע, אז ס'דא געהעריגע הלכות ווער ס'מעג פסק'ענען, און ווען ער קען פסק'ענען, און ווי וועם מ'פסקענט.

עכ"פ, מ'לערנט עס נישט אין כיתה ט' צוזאמען מיט אלו מציאות, אבער ס'איז א תורה שלימה פון אויווען ביז אראפ, בכלל נישט קיין סוד.

ווי איידער שיקן מראה מקומות אויב קענט איר זאגן בקיצור נמרץ וואס איז נוגע להלכה איבער סמיכה און פסקנן. ייש"כ
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:04 pm#444965
Re: פסק'נען אן סמיכה?
וואלווי האט געשריבן:Guess what, מ'קען זיין משה רבינו, אבער טאמער מ'איז נישט געזעצן ביי א דיין אדער אין א בית הוראה זיך צו לערנען ווי אזוי צו פסק'ענען הלכה למעשה, העלפט נישט מאכן א סיום אויף כל התורה כולה א יעדעס יאר.
פאר אינטרעסאנטקייט, דער רמ״א אין אנהויב הלכות שחיטה (יו״ד סימן א סעיף א) שרייבט (עפ״י הרשב״א) אויף א שוחט ״אבל אם לא נטל קבלה מעולם: כל מה ששחט טריפה גם כל הכלים שבישלו בהן מה ששחט צריכים הכשר״ ע״כ ע״ש באריכות.

הגם ביי אזא סארט ארבעט איז גרינגער צו פארשטיין ווייל דאס איז שוין אן אומנות/מלאכת יד, ווי איידער נאר סתם ידיעה וכו׳.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:05 pm#444966
יא קבלה פאר שחיטה איז א תקנת מנהיגי אשכנז
מ'דארף נישט האבן סמיכה צו פסקנ'ן שאלות פיריאד
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:25 pm#444967
נהורא נפישא האט געשריבן:יא קבלה פאר שחיטה איז א תקנת מנהיגי אשכנז
מ'דארף נישט האבן סמיכה צו פסקנ'ן שאלות פיריאד


וואס מיינסטו מיט די "ווארט" סמיכה? "סמיכת" בי"ד מדור דור? אדער סתם "הוראה" דהיינו פסקענען טאג טעגליכע שאלות?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:31 pm#444968
מי אני האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:Guess what, מ'קען זיין משה רבינו, אבער טאמער מ'איז נישט געזעצן ביי א דיין אדער אין א בית הוראה זיך צו לערנען ווי אזוי צו פסק'ענען הלכה למעשה, העלפט נישט מאכן א סיום אויף כל התורה כולה א יעדעס יאר.
פאר אינטרעסאנטקייט, דער רמ״א אין אנהויב הלכות שחיטה (יו״ד סימן א סעיף א) שרייבט (עפ״י הרשב״א) אויף א שוחט ״אבל אם לא נטל קבלה מעולם: כל מה ששחט טריפה גם כל הכלים שבישלו בהן מה ששחט צריכים הכשר״ ע״כ ע״ש באריכות.

הגם ביי אזא סארט ארבעט איז גרינגער צו פארשטיין ווייל דאס איז שוין אן אומנות/מלאכת יד, ווי איידער נאר סתם ידיעה וכו׳.


בפשטות איז דאס טאקע די טעם ביי קבלה פון שחיטה. ווייל בנוסף צו די לימוד הלכה, דארף מען האבן די אומנות אין די האנט. וועגען דעם באקריגט מען קבלה פון אן אנדערע שוחט דוקא.

ס'די זעלבע מיט הוראה. אז בנוסף צו קענען די לימוד, איז די עיקר כתב הוראה אויף שיקול הדעת, וואס דאס איז די אומנות פון הוראה.

אויף די עצם לימודים קען דער ראש כולל אויך עדות זאגען...
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:31 pm#444969
כפול
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:48 pm#444972
וואלווי האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:יא קבלה פאר שחיטה איז א תקנת מנהיגי אשכנז
מ'דארף נישט האבן סמיכה צו פסקנ'ן שאלות פיריאד


וואס מיינסטו מיט די "ווארט" סמיכה? "סמיכת" בי"ד מדור דור? אדער סתם "הוראה" דהיינו פסקענען טאג טעגליכע שאלות?

אפגערעדט אז סמיכה איז בטל געווארן און דערפאר איז באשרענקט געווארן די כח פון א ב"ד לגבי כמה עניינים קנסות וכו'
היתר הוראה איז געמאכט פאר א רבי צו געבן פאר א תלמיד כדי נישט אריינצוגיין בכלל המורה הלכה בפני רבו וואס עס זענען דא דערביי גאר הארבע דינים. איינער וואס איז נישט קיין תלמיד פון קיינעם אדער זיין רבי איז שוין נישט בין החיים איז נישט שייך.
תלמיד שלא הגיע להוראה איז ממבלי עולם ממילא איז פארשטענדליך אז רבנים זענען געשטאנען דערויף. אבער אויב ס'איז תורתו מכרזת עליו איז ער עד לעצמו.
אין רבנות זענען דא געוויסע פראקטיק וואס ס'איז נישט גענוג דאס לערנען פון אינעווייניג צבש"פ טריפות מראות דם וכדומה און מהאט דאס מסמיך געווען צו די הקורא והשונה ולא שימש ת"ח וכו' אבער דאס זענען מער פראקטישע זאכן וואס אויב איינער האט זיך דערלערנט אויף סיי וועלכע אופן קען ער אין זיי אויך אריינרעדן. און אז נישט לאז אויס וואס די ביסט נישט באקאנט. רוב רבנים היינט קענען אויך נישט פסקנן הלכות טריפות אין פראקטיק.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:56 pm#444973
נהורא נפישא האט געשריבן:אבער אויב ס'איז תורתו מכרזת עליו איז ער עד לעצמו.

וויאזוי קען איך צוקומען צו דעם מדריגה?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:58 pm#444974
וואס פאלט דיר ביי אז איך קען דיר געבן אנווייזונגען ?
בכלליות אז מ'זעט איינער איז אויסגעקאכט אין אלע נושאים און ווייסט וויאזוי מלערנט אפ.
מרעד פון חזון איש? קיינער האט אים נישט געקענט חושש זיין אז ער איז נישט שולט בכל מכמני התורה
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:02 pm#444975
אקעי, ביז יעצט האט מען גערעדט פונעם חזון איש, יעצט וויל איך רעדן פון מיר, ווען קען איך וואוסן אז איך האלט שוין ביי יענע מדריגה און מ'מוז אננעמען מיין דעה אלס דעת תורה?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:05 pm#444977
איך ווייס נישט פון קיין דעת תורה צוזאגן. איינער וואס קען לערנען ווייסט אז ער קען, נאר אסאך מאל איז דא איינער וואס רעד זיך איין אז ער קען אבער אזא איינעם קען מען שנעל איבערצייגן אז נישט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:06 pm#444978
פון וואו ווייסט איינער אז ער פארשטייט גוט צו מוזיק ?
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:08 pm#444979
מיין פראבלעם איז אז איך רעד מיך איין אז איך קען (עכ"פ אין די סוגיות וואס איך רעד מיך איין), אבער קיינער קען מיך נישט איבערצייגן אז איך קען נישט, און ווי מער מ'טענה'ט זיך מיט מיר אלס מער ווער איך איבערצייגט אז איך בין גערעכט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:10 pm#444980
אויב פרובירסטו צו זיין אבדזשעקטיוו דאן ביסטו אן אונס
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 2:43 pm#444983
בנוגע די שאלה פונעם פותח האשכול:
ברענגט ביטע קודם פרוף אז כלל ישראל במשך דורותיהם האט נאר אנגענומען א פסק פון אזא איינער וואס האט געהאט א געשריבן צעטל פון א צווייטן אז ער קען לערנען..
ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז ווען איינער איז געגאנגען צו אן אנדער שטאט אדער געוואלט פארקויפן זיינע ספרים דארט האט ער געברויכט א צעטל וואס זאל מעיד זיין אויף אים, אבער איינער וואס איז ידוע פאר א תלמיד חכם ווי שטייט מען ברויך פרעגן פאר זיין צעטעלע בעפארן אננעמען זיין פסק ? (מיר רעדן דאך נישט פון "סמיכה" וואס איז דאך נישטא היינט)
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:03 pm#444984
נהורא נפישא האט געשריבן:אויב פרובירסטו צו זיין אבדזשעקטיוו דאן ביסטו אן אונס

דאס ווייס איך אויך, די שאלה איז נאר וויאזוי איך קען וואוסן צו איך בין דער אונס צו מיינע בעלי פלוגתא זענען די אונסים (אדער מזידים...)
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:07 pm#444985
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:אויב פרובירסטו צו זיין אבדזשעקטיוו דאן ביסטו אן אונס

דאס ווייס איך אויך, די שאלה איז נאר וויאזוי איך קען וואוסן צו איך בין דער אונס צו מיינע בעלי פלוגתא זענען די אונסים (אדער מזידים...)

מוז נישט זיין אז מ'קען וויסן. און דאס איז נוגע אייביג ביי יעדע מיינונג. איך ווייס נישט פארוואס דאס איז געווארן א שמועס דוקא דא.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:45 pm#444992
ס'דא א יוד וואס הייסט - ירושלימער רב - ער זאל זיין געזונט און שטארק, ער איז דער רב מטעם החרדים אין ארץ הקודש בירושלים, און דאס הייסט א אוטאריטעט. ער האט סמיכה און ער איז אפציעל אויפגענומען געווארן.
אבער, צו נעמען א פסק פון איינעם וואס '''מ'האט'''' געקרוינט אלץ שר התורה מרן, איז לעכערליך דורכאויס. און כאטש וועסט זייער שטארק חוזק מאכן פון מיינע שורות, וועט עס נישט ריקן די אמת.

ס'איז א טפשות ארויפצוצווינגען א נאמען אויף איינעם, כאטש ער איז א ריזן ידען און מתמיד, אלץ פוסק הדור און שר התורה, אויסער אז מ'האט עהם דערפאר אויפגענומען און ער איז מוסמך מטעם חברים בבית דין צו מורי צדק אין די וועלט.
איך שרייב עס פאר נאך א סיבה, ווייל כ'בין אסאך אין לעיקוואוד, און דערנעבן - אין טאמס ריווער - האט מען געוואלט בויען א מקוה טהרה, דאס איז געווען א תוצאה פון וואס מ'האט זיך געוואלט פארנעמען א דבר טוב, נאך וואס ס'פארגעקומען שווערע אינצידענטן דארט.
און ווען מ'איז שוין געווען ווארעם פאר די זאך, קומט צוגיין אפאר ליטוואקעס, און זאגן; רעב חייעם האט געזאויגט.. אז ניט ריידן ביים דאווענען איז כאושעווער ווי א מיקווע מאכן...
און ס'בטל געווארן די פלאן פון א מקוה.
איז ער דער טאפ פוסק אז ער האט די לעצטע ווארט ביים כלל? און טאמער זאגט ער נישט פארמאכן ישיבות גייט מען גיין מיט'ן קאפ אין וואנט אריין?