Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » וועב בראוזערס / Web Browsers

וועב בראוזערס / Web Browsers

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 38 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13760
מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:32 pm#446702
וועב בראוזערס / Web Browsers
וועב בראוזערס זענען גאר סאפיסטיקירטע פראגראמען, און עס איז ממש ווי א אפערעיטינג סיסטעם פאר זיך, ממילא איז זייער ראטזאם צו אויספרובירן עטליכע פארן זיך זעצן אויף א דיפאולט בראוזער.

דא וויל איך ליסטן פארשידענע בראוזערס און זייער מעלות / חסרונות.

Chrome:
די מערסטע פאפולער, ארויסגעגעבן דורך גוגל.
מעלות: זייער שנעל, זייער אינטואיטיוו און ריין, שטארק מעינטעינד.
חסרונות: ציט גאר אסאך מעמארי, האט נישט אזויפיל פיטשערס ווי אנדערע, זערא פרייוועסי.
m https://www.google.com/chrome/ m

Brave:
ווערט ארויסגעגעבן דורך גאר אנגעזענע פריוואטקייט אקטיוויסטן.
מעלות: ארבעט גאר גאר שנעל, געבויט אויף קראום האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, ס'קומט מיט אן אריינגעבויטע אדווערטייזמענט בלאקירער וועלכע איז זייער עפעקטיוו (האט אן אפציע צו באקומען אדווערטייזמענט פאר געלט!), ציט ווייניגער מעמארי, ווערט אפדעיטעט אזוי שנעל ווי קראום.
ווי אויך האט עב אן אריינגעבויטע Tor בראוזער וואס מיינט אז מען איז באמת אנאנים, (און מיט דעם קען מען אויך ארומוואנדערן די טונקעלע / טיפע געוועב (dark / deep web)
חסרונות: עס האט נישט די "סינק" (sync), מיט גוגל פאר פעסווארדס און אנדערע גוגל סערוויסעס.
https://brave.com

Firefox:
די איינציגסטע עכטע אלטערנאטיווע פאר די קראום געבויטע בראוזערס.
מעלות: ארבעט רעלאטיוו שנעל, זייער 'סטעיבל', שטארק פרייוועסי פאקוסד, אריינגעבויטע עד בלאקיר, פולע 'סינק' מיט זייער אײגענע סערוויסעס, האט אסאך אינטערעסאנטע פיטשערס.
חסרונות: האט נישט אלע עקסטענשן'ס וואס קראום געבויטע בראוזערס האבן.
m https://www.mozilla.org/en-US/exp/firefox/new m

Edge (new Edge):
די דיפאולט בראוזער אויף ווינדאוס 10 דורך מייקראסאפט.
מעלות: געבויט אויף קראום האט עס 'כמעט' די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, אסאך אייגענע פיטשערס און זיי האלטן אינאיין צולייגן און אפדעיטן, ניצט 'אביסל' ווייניגער מעמארי ווי קראום, א 'שטיקל' עד בלאקיר נאר פאר געוויסע אדווערטייזמענטס און פאפ אפ'ס, פולע מייקראסאפט "סינק"
חסרונות: עס איז נישט אזוי פריוואט.
m https://www.microsoft.com/en-us/edge m

עד כאן זענען די מערסטע באקאנטע און בעסטע בראוזערס.
איך פערזענליך נוץ נישט קראום פשוט ווייל די אנדערע זענען סאך בעסער (איך נוץ ברעיוו וועגן די שנעלקייט און עד בלאקער און פייערפאקס פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן).

אויב איינער קען צולייגן זייער עקספיריענס / רעוויו / אנדערע בראוזערס, יישר כוח.
מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:45 pm#446706
Cốc Cốc browser
Cốc Cốc browser:
דאס איז א וויעטנאמעזער בראוזער מיט אסאך אייגענארטיגע פיטשערס.
מעלות: עס האט אן אייגענארטיגע דעזיין וועלכע אסאך האבן ליב, געבויט אויף קראום ממילא האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשן'ס,

"עס האט די מעגליכקייט צו דאונלאודן יעדע ווידיאו פון יעדע סייט מיט'ן אריגינעלע קוואליטעט און שנעלסטע ספיד"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

חסרונות: איך וואלט נישט אריינגעלאגט אין וויכטיגע סייט'ס ווי אימעיל און באנק אקאונטס! כאטש עס איז פון די גרעסטע בראוזערס אין וויעטנאם, און עס איז אויך "אפען סאורס" - דאס איז מיין אייגענע געפיל.

(די ווידיאו דאונלאודער ארבעט אויך אויף זייער מאבייל עפפ)
m https://coccoc.com/en m ‎
מאנטאג אפריל 27, 2020 8:49 pm#446859
א גרויסע ישר כח. די אינפארמאציע איז געווען שטארק הילפבאר. ספעציעל דער וויעטנאמער בראוזער.
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:42 am#446886
ביי מיר ארבעט נישט זום. וואו איך האלט מיט די שיעורים וואס מיין זוהן הי"ו לערנט פאר אויף פייערפאקס. נאר אויף גוגל קראום. אבער פייערפאקס איז מיין דיפאולט בראוזער...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:44 am#446888
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי מיר ארבעט נישט זום. וואו איך האלט מיט די שיעורים וואס מיין זוהן הי"ו לערנט פאר אויף פייערפאקס. נאר אויף גוגל קראום. אבער פייערפאקס איז מיין דיפאולט בראוזער...!
פארוואס ניצטו נישט די זום אפליקאציע?
ס'איז שנעלער און באקוועמער.
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:49 am#446890
אמת. זיי האלטן אין איין פראמפטן אז איך זאלל עס דאונלאודן. אויך קראום בעט אז איך זאלל עס מאכן פאר מיין דיפאולט בראוזער. אבער איך (זייענדיג א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע) האב אייביג געהאט פראבלעמען ווען איך האב דאונלאודעד עפעס מעידזשאר.
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:53 am#446891
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
berlbalaguleh האט געשריבן:אמת. זיי האלטן אין איין פראמפטן אז איך זאלל עס דאונלאודן. אויך קראום בעט אז איך זאלל עס מאכן פאר מיין דיפאולט בראוזער. אבער איך (זייענדיג א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע) האב אייביג געהאט פראבלעמען ווען איך האב דאונלאודעד עפעס מעידזשאר.
קראום אלס די דיפאולט בראוזער וואלט איך נישט געראטן.

אבער אויב ניצטו זום טעגליך, איז יא ראטזאם צו דאונלאודן און אינסטאלירן זייער אפליקאציע.
דינסטאג אפריל 28, 2020 2:08 am#446893
פאליטיקאנט: איך ווייס. איך האב שוין לאנג קראום אויף מיין דעסקטאפ. איך געדענק אז כ'האב געהאט א סאך פראבלעמען...!

ייש"כ פאר די עצה צו אינסטאללן די זום עפפ. איך גיי עס בלי"נ טון...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 8:21 am#446902
berlbalaguleh האט געשריבן:אמת. זיי האלטן אין איין פראמפטן אז איך זאלל עס דאונלאודן. אויך קראום בעט אז איך זאלל עס מאכן פאר מיין דיפאולט בראוזער. אבער איך (זייענדיג א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע) האב אייביג געהאט פראבלעמען ווען איך האב דאונלאודעד עפעס מעידזשאר.

אה, ווי מען פילט זיך ב'גדול'ט אז אלע גרויסע קאמפאניס בעטען זיך ביי מיר אז איך זאל זיי מאכען דער דיפאלט. אבער מען טאר נישט נאכגעבן לייכט, מען דארף עקשנ'ן ביזן סוף.
מיטוואך אפריל 29, 2020 9:56 am#447096
Tor Browser
m https://www.torproject.org m

די ארגינעלע פראגראם אנצוקומען צום טינקעלען געוועב און לויט ווי איך פארשטיי איז דאס נאכאלץ די פריוואטסטע בראוזער. זיי נוצן די פריוואטקייט קאנצעטרירטע DuckDuckGo אלץ די דיפאלט סוירטש ענדזשין, פארשטייט זיך אז עס האט נישט די זעלבע גוטע ריזאלטאטען ווי גוגל. פאר סעיווען פעסווארדס קען מען נוצן א פעסווארד מענעדזשער עקסטענשאן, אה, כ'האב נאכנישט געזאגט? מ'קען אינסטאלירן אלע add-on's פון mozilla די מאמע פון Firefox. א גרויסע חסרון מיט דעם בראוזער איז אז זיי האבן נישט קיין מאביל עפפ צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט טרעפען אן אופן עס צו בויען לויט זייערע פריוואטקייט סטאנדארטען.

אגב, כ'טראכט אז קאווע שטיבעל וואלט ווען געדארפט האבן א .onion וועבסייט צו אפהיטען די גענצליכע פריוואטקייט פאר חברים וואס ברויכען דאס.

ATUB @פאליטיקאנט ATUB open source איז אייגענטליך א גוטע זאך פאר פריוואטקייט ווייל יעדער קען אליינס לייענען די סאורס קאוד און באשליסען צו עס איז פריוואט און טרעפען באגס. אויכעט, פארוואס באהאלטסטו די אפיליעט קאוד אין דיין BRAVE לינק? נישטא וואס זיך צו שעמען, מ'ברויך בלויז זיין אפען דערוועגען.
מיטוואך אפריל 29, 2020 3:48 pm#447141
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
מונטסורי האט געשריבן:Tor Browser
https://www.torproject.org

די ארגינעלע פראגראם אנצוקומען צום טינקעלען געוועב און לויט ווי איך פארשטיי איז דאס נאכאלץ די פריוואטסטע בראוזער. זיי נוצן די פריוואטקייט קאנצעטרירטע DuckDuckGo אלץ די דיפאלט סוירטש ענדזשין, פארשטייט זיך אז עס האט נישט די זעלבע גוטע ריזאלטאטען ווי גוגל. פאר סעיווען פעסווארדס קען מען נוצן א פעסווארד מענעדזשער עקסטענשאן, אה, כ'האב נאכנישט געזאגט? מ'קען אינסטאלירן אלע add-on's פון mozilla די מאמע פון Firefox. א גרויסע חסרון מיט דעם בראוזער איז אז זיי האבן נישט קיין מאביל עפפ צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט טרעפען אן אופן עס צו בויען לויט זייערע פריוואטקייט סטאנדארטען.

אגב, כ'טראכט אז קאווע שטיבעל וואלט ווען געדארפט האבן א .onion וועבסייט צו אפהיטען די גענצליכע פריוואטקייט פאר חברים וואס ברויכען דאס.

@פאליטיקאנט open source איז אייגענטליך א גוטע זאך פאר פריוואטקייט ווייל יעדער קען אליינס לייענען די סאורס קאוד און באשליסען צו עס איז פריוואט און טרעפען באגס. אויכעט, פארוואס באהאלטסטו די אפיליעט קאוד אין דיין BRAVE לינק? נישטא וואס זיך צו שעמען, מ'ברויך בלויז זיין אפען דערוועגען.

לגבי די Tor בראוזער: עס איז נישט ניחא עס צו ניצן פארן טאג טעגליכע געברויך ווייל עס ארבעט גאר שטייט......
עס איז ווערט צו ניצן דא דארט ווען מ'זיכט אויפ'ן טונקעלער געוועב, (אבער ס'גארנישט דא דארט, סתם א העדס אפ)

און יא, זיי האבן אויך א מאבייל בראוזער
m https://play.google.com/store/apps/deta ... torbrowser m
פאר עפל איז דא די Onion בראוזער.

אפען סאורס איז זייער א גוטע זאך, און איך באנוץ מיך בעיקר מיט אזוינע פראגראמען.
איך האב נאר געזאגט אז מיט דעם אלעם האב איך א שטיקל נייגונג נישט אריינצולאגן מיט פריוואטע אינפארמאציע אין יענעם ספעציפישן בראוזער (coc coc) זייער מעין קאוד איז אפען סאורס,אבער כ'האב נישט געקענט טרעפן 'אלע' ארומיגע שטיקלעך זאלן זיין אינעם רעפאזיטארי.

איך האב אין פלאן צו שרייבן מער באריכות וועגן Tor און די טונקעלע געוועב.
און אויך וועגן פעסווארד מענעדשערס היינט אדער מארגן.
דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:12 pm#466113
פאליטיקאנט האט געשריבן:Cốc Cốc browser:
דאס איז א וויעטנאמעזער בראוזער מיט אסאך אייגענארטיגע פיטשערס.
מעלות: עס האט אן אייגענארטיגע דעזיין וועלכע אסאך האבן ליב, געבויט אויף קראום ממילא האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשן'ס,

"עס האט די מעגליכקייט צו דאונלאודן יעדע ווידיאו פון יעדע סייט מיט'ן אריגינעלע קוואליטעט און שנעלסטע ספיד"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

לעצטענס קען איך נישט דאונלאודען ווידיאו פון Torah anytime מיט די בראוזער. Any help?
דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:32 pm#466115
וואס קען מען טרעפן אויף די טונקעלע געוועב וואס מ’טרעפט נישט אויף די געהעריגע? טראמפ’ס טוויטער אקאונט?
פרייטאג יולי 30, 2021 4:19 am#478626
פאליטיקאנט האט געשריבן:
Brave:
ווערט ארויסגעגעבן דורך גאר אנגעזענע פריוואטקייט אקטיוויסטן.
מעלות: ארבעט גאר גאר שנעל, געבויט אויף קראום האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, ס'קומט מיט אן אריינגעבויטע אדווערטייזמענט בלאקירער וועלכע איז זייער עפעקטיוו (האט אן אפציע צו באקומען אדווערטייזמענט פאר געלט!), ציט ווייניגער מעמארי, ווערט אפדעיטעט אזוי שנעל ווי קראום.
ווי אויך האט עב אן אריינגעבויטע Tor בראוזער וואס מיינט אז מען איז באמת אנאנים, (און מיט דעם קען מען אויך ארומוואנדערן די טונקעלע / טיפע געוועב (dark / deep web)
חסרונות: עס האט נישט די "סינק" (sync), מיט גוגל פאר פעסווארדס און אנדערע גוגל סערוויסעס.
https://brave.com

אפשר קען איינער ברענגען די עצם פייל, מיין פילטער מאכט פראבלעמען
פרייטאג יולי 30, 2021 4:40 am#478629
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
די אינסולעישן פייל דארף אויך אינטערנעט.
דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:45 am#479287
יין שרף האט געשריבן:

???