Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » קאווע שטיבל • איך דארף לייען מאטריאל!

קאווע שטיבל • איך דארף לייען מאטריאל!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13777
מיטוואך אפריל 29, 2020 11:56 am#447115
איך דארף לייען מאטריאל!
איך ווער שוין משוגע מיט דער וויירוס ביזנעס, שוין באלד זעקס וואכן איינגעשפארט אין שטוב.

איך האב וואס צו טון מיט די צייט, אבער אויף זיך אפצורוען האב איך נישט. איך האב שוין דורכגעליינט אלס וואס איך האב ביי מיר אין שטוב, און איך דארף לייען מאטריאל. די פאר מינוט ליינען אין בעט איידער איך גיי שלאפן ברענגט מיר די רואיגקייט פאר אגאנצע טאג. דאס קען מען נישט טון אנליין, ובפרט אז דעמאלס שפרינגט מען פון נושא צו נושא און עס בארואיגט נישט און מ'שלאפט קיינמאל נישט איין.

איך בעט דא טאמער איינער קען מיר געבן עצות פון ביכער וואס איך קען דרוקן, לכתחלה אויף לשוה"ק אבער אידיש איז אויך גוט. מעשיות, פארשונגן, באשרייבונגן. עפעס וואס איך מעג דרוקן אויף createspace, וממילא נישט קיין נייע ביכער. אויף היברובוקס, אוצה"ח אדער סטיווען ספיעלבערג וכדו'.

פארשטייט זיך, טאמער איך דרוק, וועל איך עס לייגן אויף די געווידמעטע אשכול להחיות בהם נפש כל חי.
מיטוואך אפריל 29, 2020 11:59 am#447117
האסט פראבירט דעם קונטרס על הגאולה ועל התמורה?
מיטוואך אפריל 29, 2020 11:59 am#447118
וועלכע נושאים אינטערעסירן דיר בעיקר?
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:05 pm#447122
אסאך טעמים. דער עיקר איז, גוט געשריבען. מיינענדיג, אז עס איז ווערט ליינן א צווייטע מאל. א גוטע שרייבער האט א כח צו באהאלטן נואנסן אונטער זיין ווערטער, און ווען מ׳ליינט עס, כאפט מען גלייך אז עס ליגען דא זאכען.

קען זיין פיקציע, קען זיין היסטאריע, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, ווי אויך קאנטראווערסיאלע עניינים.

על הגאולה ועל התמורה איז דירעקט נישט אינטרעסאנט.
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:16 pm#447123
איך ליין יעצט די ביכער פון דר' מיכה גודמן: ''חלומו של הכוזרי'' און ''סודותיו של מורה נבוכים''. עס איז דערפרישענד, ציענד, אינטעלעקט-שארפ'ענד, און בענקל-הייב'ענד.

און ווי קען מען נישט דערמאנען, די ספרים, מאמרים און שיעורים, פון הרב דר' מיכאל אברהם: אזויווי איך האב געשריבן אין א צווייטע פלאץ, עס איז גאר באלערנד, פראוואצירנד, געפאקט מיט ידיעות, און געבט אייביג א צווייטע פרעספעקטיוו אויף איינגעווארצלטע מיינונגען.
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:22 pm#447125
גיי דא צו די ישראל'ישע לייברערי, קריעט אן אקאונט צו באקומען עקסעס צו JSTOR, דאן גיי דא קוק דיך ארום, תרביץ איז זייער אינטעסאנט, בית מקרא, ידיעות, לשוננו, סידרא וכו' וכו'.
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:29 pm#447126
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אסאך טעמים. דער עיקר איז, גוט געשריבען. מיינענדיג, אז עס איז ווערט ליינן א צווייטע מאל. א גוטע שרייבער האט א כח צו באהאלטן נואנסן אונטער זיין ווערטער, און ווען מ׳ליינט עס, כאפט מען גלייך אז עס ליגען דא זאכען.

קען זיין פיקציע, קען זיין היסטאריע, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, ווי אויך קאנטראווערסיאלע עניינים.

על הגאולה ועל התמורה איז דירעקט נישט אינטרעסאנט.


על הגאולה ועל התמורה איז דירעקט נישט אינטרעסאנט? אזוי? כ'האב גארנישט געוויסט. שכוח פארן מיטיילן די ווערדפולע אינפארמאציע! כ'וועל גיין צום ציון הק' אין קרית יואל מיטצוטיילן מיטן רבי'ן די קריטישע אינפארמאציע.
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:29 pm#447128
זאג! די ליכט שטראלן וועט דיר זיין אינטערעסאנט?
מיטוואך אפריל 29, 2020 2:37 pm#447132
גיי אויך פארציילן פאר דזשאן גרישאם אז זיין ביכער זענען מיר ווייניג אינטרעסאנט. ווי אויך פאר עניד בלייטון.

פאר די ערוואקסענע דא, איך האב זייער ליעב געהאט די ביכער פון שלום אש, ווי אויך חיים גראדע. דער בוך וועגן הרב מענדל פוטערפאס האט מיר פיין איבערגענומן, ווי אויך דער תערוך לפני שלחן אויף דער ערוך השלחן.

איך האב פאר מיר געדרוקט דער בוך 'דער חסידיזם און איהר פירער', און דאס דירעקט נישט ליעב געהאט. איך האב הנאה געהאט פון די זכרונות פון יחזקאל קאטיק וואס איך האב געדרוקט און איך האב יעצט לעבן מיין בעט, פאר א קריאה שניה, די 'מגילת ספר' פון הרב יעקב עמדין (באמת, ווען עס איז נישט דער יעב"ץ איז עס נישט אזוי אינטרעסאנט. אביעקטיוו איז עס נאר 'נו נו', אבער וויבאלד דער יעב"ץ איז אזא צענטראלע פיגור אין אונזער היסטאריא, איז עס העכסט אינטרעסאנט).

איך האב די בוך פון די דריי ברידער, אבער איך האב נאך נישט געהאט די תאווה דאס צו ליינן. איך האב אויף פי.די.ף. די זכרונות פון מנחם פרוש, און דאס וואלט מיר אפשר יא געווען אינטרעסאנט. נישט ווייל ער איז אזא גוטע שרייבער, און נישט ווייל איך גלויב אן עסקן'ס אייגענע זכרונות אויף זיין וואוילטעטיגקייטן. נאר ווייל דאס שפיגלט אפ דער בליק פון א צענטראלע עסקן אין אונזער געזעלשאפט. גראדע, מנשה לוסטיג'ס בוך איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט, כמו שכתבתי במקום אחר. על אף מיין שלעגעריי מיט אים דא אין שטיבל, איז ער א גאר א טאלאנטפולער שרייבער, און ער ברענגט ארויס א געוויסע אמת וואס אנדערע זוכן צו באהאלטן (מיינענדיג, אז ער זאגט וואס ער טראכט אויפ'ן אמת, נישט מיט א חשבון וויאזוי יענער וועט עס אננעמן. צו איך האלט ווי זיין מחשבה איז אן אנדערע זאך).

איז דאס גענוג א בליק אין מיין הארץ אז מ'ווייסט וואס איך דארף?

בקיצור, אדער:-
א. היסטאריש אינטרעסאנט
ב. געשריבען מיט א טיפער שפראך, אז די ווערטער ברענגן ארויס א פארשטאנד
ג. א ציענדיגע געשיכטע
ד. אן אמת ארויס געברענגט וואס איז נישט נראה בעליל
ה. א הינטערגרונד פאר אנדערע געשיכטערס
מיטוואך אפריל 29, 2020 2:39 pm#447133
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גיי אויך פארציילן פאר דזשאן גרישאם אז זיין ביכער זענען מיר ווייניג אינטרעסאנט. ווי אויך פאר עניד בלייטון.


ווער זענען זיי? די מלאכי חבלה?
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:05 pm#447161
איך גיי יעצט איבער די ווינדערליכע בלאג, פון תומר פרסיקו: ''לולאת האל-החוויה הדתית לסוגיה'' ער איז א ''בלעק-האול'' ער ציט דיר אריין און זיין ''גראוויטאציע'' אז לרגע הערסטו אויף צו עקזיסטירן. אבער פונקט פארקערט ווי געווענדליכע בלעק-האול'ס געט ער ארויס אזא ליכטיקייט אזא מתיקות.....

איר האט דארט אלעס: פון קבלה ''ניו עידזש'' און רוחניות, ביז תנ''ך מדעי היהדות און להבדיל בודוהיזם. ער איז אויך שטארק אקטיוו פאר רעליגיעזע פרייהייט (שטארק טעטיג קעגן קארופציע אין די רבנות הראשות) א טיף גלויביגער, וואס איז די חידוש? ער זאגט אז ער האט און אינדיע געזען די פרצוף פון גאט.

אינטעלעקטואלן: עס איז נישט קיין רעקאנמעדאציע ס'איז א מיז.
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:21 pm#447163
ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:27 pm#447164
.
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:35 pm#447171
די טרילאגיע פון יובל נח הררי: א אימפארשעמטע אטעאיסט, אבער פארפאלן! גאט האט עים באשאפען מיט א שכל הישר און מיט די מעגליכקייט פון צוזאמשטעלן פארשידענע דיסיפלינען צו מסביר'ן זיין קאמפלעצירטע וועלטל.

עבר-"קיצור תולדות האנושות"
הוה-"ההיסטוריה של המחר"
עתיד-''21 מחשבות על המאה ה-21''

זיינע ביכער זענען איבערגעזעצט געווארען אויך אויף ענגליש (און נאך 30 שפראכן).
מיטוואך אפריל 29, 2020 9:02 pm#447173
במדבר האט געשריבן:די טרילאגיע פון יובל נח הררי: א אימפארשעמטע אטעאיסט, אבער פארפאלן! גאט האט עים באשאפען מיט א שכל הישר און מיט די מעגליכקייט פון צוזאמשטעלן פארשידענע דיסיפלינען צו מסביר'ן זיין קאמפלעצירטע וועלטל.

עבר-"קיצור תולדות האנושות"
הוה-"ההיסטוריה של המחר"
עתיד-''21 מחשבות על המאה ה-21''

זיינע ביכער זענען איבערגעזעצט געווארען אויך אויף ענגליש (און נאך 30 שפראכן).

l viewtopic.php?f=19&t=11288 l
מיטוואך אפריל 29, 2020 9:27 pm#447174
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט

איך געדענק אין די ערשטע יארן פון קאוועשטיבעל האט מען געברענגט פון היידפארק א גאנצע סעריע מאמרים פון די זייט און פון די אנדערע זייט.

איך דארף נישט אנליין, דארט האב איך ליידער איבער גענוג. איך דארף פי.די.ף.ס צו קענען דרוקן און נעמן מיט מיר אין בעט.

און איך זוך נישט קיין גרויסע מאמרי תורה צו השקפה, איך זוך זיך אפצורוען. אויף אינטעלעקטואלע ארבעט קען איך ענדיגן איין מאל פאר אלעמאל דער מורה נבוכים.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:28 am#447206
רוב פון דיין אינטערעסע קען מען געפונען אין די פאלגענדע טעלעגראמס:
m https://t.me/booksinhebrew m


m https://t.me/booksinhebrewgroup m

אבער די חסרון איז אז זיי זענען עפי"ר קאפירייט סחורה און לכאורה קענסטו דאס נישט דרוקן אויף לעגיטימע אינטערנעט דרוקערייען.

מיין עצה: האנדל זיך איין א ebook reader וואס שטיצט פדף'ס, און דו וועסט פותר זיין דעם דרוקן פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:38 am#447208
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אסאך טעמים. דער עיקר איז, גוט געשריבען. מיינענדיג, אז עס איז ווערט ליינן א צווייטע מאל. א גוטע שרייבער האט א כח צו באהאלטן נואנסן אונטער זיין ווערטער, און ווען מ׳ליינט עס, כאפט מען גלייך אז עס ליגען דא זאכען.

קען זיין פיקציע, קען זיין היסטאריע, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, ווי אויך קאנטראווערסיאלע עניינים.


דער בוך "בכל ביתי נאמן הוא" אויף הרה"ח רש"ז גוראריה ע"ה פארמאגט די אלע מעלות, ליובאוויטשע מעשיות, קאנטראווערסיע, היסטאריע, אביסל היימישע פאליטיק, און אפילו ליטווישע אנאקדאטן (זיינע זמנים אין ליטווישע ישיבות, זיין באזוך ביי הרב שך, זיין שייכות מיט ר' משה פיינשטיין, ועוד), און איז זייער גוט געשריבן. אבער עס איז out of print, און - כמיטב ידיעתי - נישט אוועיליבל אויף פי די עף. זוך אויף ווער עס קען דיר דאס פארבארגן.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:29 pm#447213
ריכטיג האט געשריבן:מיין עצה: האנדל זיך איין א ebook reader וואס שטיצט פדף'ס, און דו וועסט פותר זיין דעם דרוקן פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל.

א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?
ריכטיג האט געשריבן:דער בוך "בכל ביתי נאמן הוא" אויף הרה"ח רש"ז גוראריה ע"ה פארמאגט די אלע מעלות, ליובאוויטשע מעשיות, קאנטראווערסיע, היסטאריע, אביסל היימישע פאליטיק, און אפילו ליטווישע אנאקדאטן (זיינע זמנים אין ליטווישע ישיבות, זיין באזוך ביי הרב שך, זיין שייכות מיט ר' משה פיינשטיין, ועוד), און איז זייער גוט געשריבן. אבער עס איז out of print, און - כמיטב ידיעתי - נישט אוועיליבל אויף פי די עף. זוך אויף ווער עס קען דיר דאס פארבארגן.

דאס זעט שוין אויס גוט. איך גיי טאקע פרעגן א חב"ד חסיד וואס איך קען וואס האט מיר שוין געבארגט פארשידענע זאכן, כולל דער אויבענדערמאנטע בוך אויף ר' מנדל פוטרפס.

פון אלע וואס באזוכן דא, האט קיינער נישט קיין מיינונג אויף דער סטיווען ספילברג לייברערי? וואס איז דארט אינטרעסאנט און וואס איז לאנגווייליג? איך האב געטראפן דארט אסאך אומאינטרעסאנטע זאכן, ממילא האב איך נישט די כח דורכצובלעטערן. דאס וואס איך האב יא הנאה געהאט, האב איך שוין געדרוקט פאר זיך און געלייגט דא
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:56 pm#447215
ריכטיג האט געשריבן:מיין עצה: האנדל זיך איין א ebook reader וואס שטיצט פדף'ס, און דו וועסט פותר זיין דעם דרוקן פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל.

וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:01 pm#447216
ריכטיג האט געשריבן:רוב פון דיין אינטערעסע קען מען געפונען אין די פאלגענדע טעלעגראמס:
https://t.me/booksinhebrew


https://t.me/booksinhebrewgroup


וואי! יישר כח! מר @ריכטיג עס איז ווירקליך א פאר'שיכור'ענדע ''אוצר הספרים''.
אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:19 pm#447218
שלום וברכה הרב @ליטוואק פון בודאפעסט, דו זוכסט עפעס גוט צו ליינען, איז לאמיר פראבירן.

האסט דאך אזוי שיין פארענטפערט הרב קוק ז"ל אינעם וועקער, איז נאדע אן ארטיקל איבער הרב קוק׳ס צוגאנג צו לימודי חול אין זיין ישיבה, נאך אין יפו.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab037e5ce5c/1%20%2813%29.pdf

און אז מען רעדט שוין פון הרב קוק וואס האט באקומען סמיכה פונעם ערוך השולחן נאדע א שיינע אקאדעמישע ארבעט איבערן ערוך השולחן.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab03a8ab921/GoldshteinElazar.pdf

און אז מען רעדט שוין פון די פרומע ציוניסטען, נאדע א שיינע ארטיקל איבער א מזרחי׳סטישע בחור פון ישיבת עתניאל וואס איז געגאנגען טועם זיין א טעם אין לערנען אין די מיר.. אין ער שרייבט די חילוקים פון די צוויי ישיבות.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab03ba731f4/%D7%9E%D7%A2%D7%AA%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%9C%20%D7%9C%D7%9E%D7%99%D7%A8%20%D7%95%D7%91%D7%97%D7%96%D7%A8%D7%94%20-%20%D7%94%D7%9C%D7%9C%20%D7%A0%D7%92%D7%9F.pdf

און אז מען רעדט שוין פון לימודי חול נאדע א שיינע ארטיקל פון הרב גדליה אהרן רבינוביץ רבינוביץ, ווי אזוי משלב צו זיין תורה מיט מדע.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab0399297f3/Vol%2012%20Rabinowitz.pdf

און די ביסט דאך א ליטוואק נאדע נאך אן ארטיקל פון הרב רבינוביץ איבער די יסודות׳דיגע חילוקים פון חסידים אין מתנגדים.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab03b1355b0/Vol%205%20Rabinowitz.pdf

און אז די וואונסט אין בודאפעסט נאדע א שיינע ספר׳ל פון הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד איבערן אונגארישע טיילונג.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab040e037bc/Hebrewbooks_org_44189.pdf

און אז מען דערמאנט דעם טיילונג האסטו נאך אן ארטיקל פון פראפ׳ בני בראון איבער דעם.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab043947250/As_Swords_in_the_Body_of_the_Nation_Eas.pdf
און אז מען דערמאנט די מחלוקת פון די משכילים מיט די שמרנים, נאדע אן ארטיקל פון הרב יחיאל גולדהבר איבער וואס די גדולי ישראל אין אשכנז האבן געהאט צו זאגן איבערן אסיפה פון די משכילים אין בראונשווייג.

ביידע ארטיקלען פון הרב רבינוביץ קומען פון די חקירה וועבסייט וואס האט אן א שיעור גוטע ארטיקלען.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:42 pm#447220
ריכטיג האט געשריבן:רוב פון דיין אינטערעסע קען מען געפונען אין די פאלגענדע טעלעגראמס:
https://t.me/booksinhebrew


https://t.me/booksinhebrewgroup

אבער די חסרון איז אז זיי זענען עפי"ר קאפירייט סחורה און לכאורה קענסטו דאס נישט דרוקן אויף לעגיטימע אינטערנעט דרוקערייען.

מיין עצה: האנדל זיך איין א ebook reader וואס שטיצט פדף'ס, און דו וועסט פותר זיין דעם דרוקן פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל.

דאס איז א פראבלעם פאר שבת
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:51 pm#447223
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט

קענסט עס פליז אהער לינקן
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:10 pm#447242
במדבר האט געשריבן:
אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.


א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - זיי שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', דאס איז דאך א חוזק פון יאשקע ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 5:36 pm#447254
FREE DOWNLOAD - ENTIRE ARTSCROLL DIGITAL LIBRARY!

m https://t.co/5SqhD4mFdR m
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:11 pm#447258
cictim האט געשריבן:FREE DOWNLOAD - ENTIRE ARTSCROLL DIGITAL LIBRARY!

https://t.co/5SqhD4mFdR

ייש"כ, אבער נישט ממש. דאס איז נאר א טרייעל, צו פראבירן פאר דרייסיג טעג, און מ'דארף אן עפפ דערפאר. דאס קען מען נישט דרוקן.
פרייטאג מאי 01, 2020 12:21 pm#447388
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מיין עצה: האנדל זיך איין א ebook reader וואס שטיצט פדף'ס, און דו וועסט פותר זיין דעם דרוקן פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל.

א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

db electronics אין לעיקוואד פלעגט צו פארקויפן גע'כשר'טע איבוקס אן ווייפיי, אפשר האבן זיי נאך, פראביר, לכאורה דעליווערן זיי אין די איצטיגע טעג. א געווענליכע גוטע איבוק קומט מיט ווייפיי, אדער דיסעיבל עס אליינס, אדער האלט דיך איין.

אויפן דערמאנטע גרופע רעקאמאנדירן די ישראלים דארט אז onyx boox וואס איז פון ענדרויד 5 און העכער איז זייער גוט פאר בוכער אין עברית. איך גלויב אז ס'איז דא נאך וואס זענען גוט, יעדע איינע האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, צב"ש אויב לייענסטו א סך אין בעט דאן זוך אזאנס וואס ארבעט מיט e-ink און פארמאגט אויך glowlight. וכו' וכו'.
פרייטאג מאי 01, 2020 12:39 pm#447391
איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק
מוצ"ש מאי 02, 2020 11:10 pm#447431
כהאב געליינט דעם שבת א שיינע ארטיקל ווי איינער אינטערוויוט צוויי מזרחי׳סטישע בחורים וואס האבן זיך געביטען צו די חרדישע וועלט, און א ריספאנס צו זייער טענות דורך הרב יעקב מדן פון ישיבת הר עציון.
אזוי אויך האב איך געליינט פונעם זעלבען שרייבער ווי ער אינטערוויוט די אנפירער פון די קראים באוועגונג אין א״י.
מאנטאג מאי 04, 2020 11:33 pm#447727
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק


כ'האב עס אויך געליינט אויף שבת. ס'איז געוועהן גאנץ אינטרעסאנט. די פסעוודאנים איז מאדנע. @אמת וצדק, קיפ איט קאמינג.
מאנטאג מאי 04, 2020 11:46 pm#447728
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
כ׳האב שטארק הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט די צוויי געוועזענע מזרחי׳סטישע בחורים, וואס @חוקר ודורש האט אהערגעברענגט, עס לוינט זיך צו ליינען און זען די מעלות און חסרונות פון די ביידע וועלטען.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 05, 2020 12:28 am#447731
א גרויסן דאנק ATUB @חוקר ודורש ATUB פאר'ן אינטערוויו מיט חכם פירוז, דאס גראדקייט און אויפריכטיגקייט זיינעם איז דאך ממש צו באוואונדערן, הלואי וואלט אונזערע רבנים געקענט פארטיידיגן זייערע שיטות אזוי ווי איהם אן קיין קאפפארדרייענישן און מאניפולאציעס.
מיטוואך מאי 06, 2020 11:29 am#447874
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, .

m https://t.me/joinchat/JrjYiFHNFlCezMiA533FMA m

א טעלעגראם מיט ליובאוויטשע פדף'ס וואס זענען נישט אוועיליבל אויף היברו בוקס אדער רבי דרייוו.
מיטוואך מאי 06, 2020 11:49 am#447881
קאך_לעפל האט געשריבן:האסט פראבירט דעם קונטרס על הגאולה ועל התמורה?

ליטוואק פון בודאפעסט: די עדיטעד ווערסיע. ווייל די אריגינאלע כתבי יד פון סאטמאר'ע רבי וועט ארויפטרייבן דיין בלוט פרעשור צו שטארק. און דאמאלס וועסטו זיכער (ח"ו) נישט קענען איינשלאפן...!

איך האב געהערט פון כמה מקורות אז די (קלוגע) שטוב מענטשן פון סאטמר רב זענען נישט געווען צופרידן פון די צו שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט. האבן זיי עס א ביסל ..."גע-סאפטענד"...!

למשל וואו ער שרייבט אז מ'זאלל נישט גיין צום כותל. שטייט דארט..."ועל כן יש למנוע מל(ל)כת לכותל ולמקומות אחרים שכבשו הציונים"...! שטייט אין די אריגינאלע ווערסיע..."אני אוסר בכל תוקף"...!
דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:48 am#447990
אויב אזוי זענן דאך די מזרחיסטן גערעכט.
פרייטאג מאי 08, 2020 1:44 am#448092
תנחום האט געשריבן:כ'האב עס אויך געליינט אויף שבת. ס'איז געוועהן גאנץ אינטרעסאנט. די פסעוודאנים איז מאדנע. @אמת וצדק, קיפ איט קאמינג.

עפעס זאגט ער דארט פון איינער א יוסף קמחי וואס איז א צענטראלע פיגור אין די מיר, פארוואס האט ער אזוי מורא ארויסצוזאגן די נאמען רבי אשר אריאלי? יעדער כאפט סייווי וועם ער מיינט, כאטש האט ער ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לפעצן.
פרייטאג מאי 08, 2020 2:57 pm#448154
עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
פרייטאג מאי 08, 2020 4:18 pm#448161
איך דארף לייען מאטריאל!
תנחום האט געשריבן:עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
איך האב נישט קיין צייט יעצט, אבער לעשות רצונך חפצתי. הרב נחום אליעזר רבינוביץ ז״ל איז דעי וואך אוועק פונעם וועלט פונעם קאראנא ווירוס, זייענדיג 92 יאר אלט, אויפגעוואקסען איז ער אין די חרדישע וועלט, א תלמיד פון הרב פנחס הירשפרונג און מקבל געווען פון אים סמיכה, אזוי אויך האט ער געלערנט ביי הרב י״י רודערמאן אין ישיבות נר ישראל בולטימור, געווען איז ער אויך א גרויסע פראפעסאר, און דורך דעם איז ער שפעטער אנגעקומען צו די פרומע ציוניסטישע וועלט, ער איז געווען יארן לאנג ר״י אין ישיבות ברכת משה אין מעלה אדומים, אבער ער איז קייינמאל נאכגעגאנגען אין די וועגן פון הרב קוק, און דייקא געהאלטען אז די מדינה איז נישט קיין אתחלתא דגאולה, ער איז געווען א גרויסע חסיד פונעם רמב״ם, און מחבר געווען צענדליגע בענדער ״יד פשוטה״ אויפן ספר היד. צווישען זיינע תלמידים רעכענט זיך הרב יעקב צבי (ובשמו הלועזי יונתן) זאקס הרב הראשי לשעבר של בריטניה, איז אונטערסאנט צו ליינען אן ארטיקל איבער זיין השקפה אויף ״יום העצמאות״ בהלכה ובאגדה:
http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5bdc7ab58c/%D7%99%D7%95%D7%9D%20%D7%94%D7%A2%D7%A6%D7%9E%D7%90%D7%95%D7%AA.PDF
און דא האסטו נאך אן ארטיקל פון פראפעסאר מנחם קרן קרץ איבער די היסטאריע פונעם ״עדה החרדית״ און איר שייכות צום מדינה:
http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5be16484d8/6_Menachem_Keren-Kratz_Cat-161_LR.pdf
א גוט שבת


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מאי 08, 2020 6:09 pm#448167
תנחום האט געשריבן:עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.

איך האב שוין געלינקט ערגעץ צו דער פייל מיט בריוון וועגן די מחלוקת אין ירושלים קעגן הרב קוק, פון איינער פון די ליטווישע רבנים וואס האבען געוואוינט אין ירושלים און שטארק געשטיצט הרב קוק, וויזענדיג ווי די מחלוקת האט מיט אידישקייט גארנישט. עס ליגט שוין לעבן מיין בעט אויף עונג שבת
זונטאג מאי 10, 2020 1:34 am#448215
אמת וצדק האט געשריבן: הרב נחום אליעזר רבינוביץ ז״ל איז דעי וואך אוועק פונעם וועלט פונעם קאראנא ווירוס,


א נענטערע בליק
m https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624305#p624305 m

m http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624015#p624015 m
זונטאג מאי 10, 2020 1:45 am#448217
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, .

https://t.me/joinchat/JrjYiFHNFlCezMiA533FMA

א טעלעגראם מיט ליובאוויטשע פדף'ס וואס זענען נישט אוועיליבל אויף היברו בוקס אדער רבי דרייוו.

פרייטאג איז ארויף אויף דעם גרופע א פייל "בכל ביתי נאמן הוא", איך האב נישט יעצט די מעגליכקייט צו אראפלאדענען דעם גרויסן פייל אבער מסתבר אז עס איז מעגליך דעם בוך וואס איך דערמאן אין פריערדיגן בלאט.
זונטאג מאי 10, 2020 3:13 am#448223
cictim האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:
אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.


א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - זיי שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', דאס איז דאך א חוזק פון יאשקע ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...

סיקטים:די לעצטע קוואוט אין דיין תגובה. איך האב נישט ליעב צו טרעטן אין בלאטע. אבער. דזשאסט פאר דהע רעקארד. דאס איז נישט דוקא א קללה אויף זייער גאט. נאר א דירעקטע אויסרעכענען פון זיין ייחוס..."דו ביסט א סאן אף עי ביט-ש"...!

נאר די פרענטש קענדיען גויים האבן א בפירוש'ע קללה אויף זייער גאט. איך האב אמאל געארבעט מיט א גוי פון אט דעם פאלק...און די קללה גייט בערך אזוי..."שמוציגער יאשקע וואס איז א חזיר""...!

נאר דער גוי איז אויך פארשטייצעך געווען א וויסטער אנטיסעמיט. ער האטציך אמאל צולאזט. ווען דער (פרייער) אידישער בעה"ב האט איהם נישט געוואלט געבן וועקעישן אין זיין ..."בין הזמנים"...צווישן קראצמעך און ניו יאיר...און איך בין פונקט געשטאנען נעבן עים האט ער געזאגט אזא מין פזמון...דער בעה"ב איז אן עפפען דזשו. און דו--ווייזנדיג אויף מיר. און נאך אן אנדערער ארבעטער פון אידישן אפשטאם"...אלץ ווייל ער האט נישט געקענט גיין דינען זיין אפגאט אין די שמייליגע טעג...!
זונטאג מאי 10, 2020 6:23 am#448228
איך האב פראבירט צו ליינען דער שבת דער קונטרס פון בריוון פון הרב הדס וועגן די מחלוקת אין ירושלים אויף דער רבנות דארט, און איך האב באמערקט וואס עס שטערט מיר אויפ'ן אמת.

ווען זיי ברענגן בריוון מיט אסאך הערות פון אונטן וואס צייכענן צו אנדערע ספרים און ביכער, ווערט א גאנצע באלאגאן אין מיין קאפ. איך וויל שוין אויפשטיין און נאכקוקן און פארשטיין וואס שטייט דארט, און פון דארט פאלט מען אריין אין א rabbit hole (פאר דער וואס פארשטייט נישט די משל, גיי שנעל און ליין Alice in Wonderland, און דערנאך Alice in the Looking Glass, אסאך סודות פון די בריאה שטיין דארט) פון איין מקור ביז צום צווייטן. ממילא איז טאקע בעסער צו ליינן פלעינער ביכער, ווי איידער די מיט אלע הערות און ציונים, ווען מ'וויל זיך אפרוען.
זונטאג מאי 10, 2020 6:24 am#448229
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
בערעל'ן:
איך גיי בכלל נישט בארעכטיגן דעם גוי און מעגליך איז ער טאקע אן אנטיסעמיט, אבער דאס וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט שלעכט אויף זיין 'אידישע' בעל הבית בעת רוגזו איז נישט קיין ראיה, די טבע פון מענטשן איז אז ווען מ'רעגט זיך אויף און מ'שעלט איינעם פערזענליך גייט מען מגלגל זיין אלע ארומיגע 'סטיגמעס'
צום ביישפיל, וועסט אפט הערן ווען איינער רעגט זיך אויף אן אנדערן חסיד וועט ער יענעם באשייגעצן מיט זיין חסידות (דו סקווירא שוטה, ****** גערער.......) ווען ער זאגט דעס מיינט נישט אז ער האלט בעצם קעגן יענע חסידות און אז ער גלייבט בכלל וואס ער זאגט, - ער וועט זיכער העלפן א יעדע איד נישט קיין חילוק וועלכע עדה, - ס'איז פשוט די לשון בני אדם היינטיגע טעג.
זונטאג מאי 10, 2020 10:47 am#448236
פאליטיקאנט: איך האב נאך עטוואס צו זאגן איבער דעם עניין. נאר דער ליטוואק (פותח האשכול) 'עטציך באלד אויפרעגן. ער האט פארלאנגט מאטעריאל (הגהות הב"ח: כצ"ל) צו ליינען. און אונז קום מיר מיט אונזער בויכווייטאג פון גויים אנטיסעמיטן. איבער דעם האביך אויך עפעס צו זאגן. נאר אונזערע חכמים זיכרונם לברכה האבן שוין געזאגט..."מילה בסלע, מישתוקי בתרין"...!
מאנטאג מאי 25, 2020 4:37 pm#449597
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

ישעיה האט געשריבן:וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

מען קען יעצט באקומען א קינדל (נישט די שטרודל) אויף עמעזאן פאר קארגע $60.

פאר די פרייז גייט איר איין אז עמעזאן זאל ווייזן עדס. אויב ווילט איר נישט באקומען קיין אנאנסן דארפט איר צוצאלן נאך א צוואנציגער.
מאנטאג מאי 25, 2020 8:18 pm#449618
החוקר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

ישעיה האט געשריבן:וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

מען קען יעצט באקומען א קינדל (נישט די שטרודל) אויף עמעזאן פאר קארגע $60.

פאר די פרייז גייט איר איין אז עמעזאן זאל ווייזן עדס. אויב ווילט איר נישט באקומען קיין אנאנסן דארפט איר צוצאלן נאך א צוואנציגער.

איך פארשטיי נישט, וויאזוי קומן די עדס אן? טאמער איך באהעפט נישט די קינדל צום אינטרנט קיינמאל, נאר צו מיין קאמפיוטער פון וואנעט איך אפלאוד די פיילס וואס איך וויל דארט לייגן, וואס קענען זיי מיר טון?
און אגב, קען מען קאנווערטן א סקענד ספר צום קינדל פארמאט און לערנן דערפון?
מאנטאג מאי 25, 2020 9:43 pm#449624
כ'האב אקורשט געענדיגט דאס ביכל 'הנבל של דווידה' פון חיים פוטאק, און גראדע הנאה געהאט [בזמן וואס כ'האב ניט ליב אסאך ביכער]

דא האט איר א לינק אויף ענגליש וויקי, וואס די בוך איז געשריבן געווארן ארגינעל אין ענגליש.

m https://en.wikipedia.org/wiki/Davita%27s_Harp m
מאנטאג מאי 25, 2020 10:15 pm#449631
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

ישעיה האט געשריבן:וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

מען קען יעצט באקומען א קינדל (נישט די שטרודל) אויף עמעזאן פאר קארגע $60.

פאר די פרייז גייט איר איין אז עמעזאן זאל ווייזן עדס. אויב ווילט איר נישט באקומען קיין אנאנסן דארפט איר צוצאלן נאך א צוואנציגער.

איך פארשטיי נישט, וויאזוי קומן די עדס אן? טאמער איך באהעפט נישט די קינדל צום אינטרנט קיינמאל, נאר צו מיין קאמפיוטער פון וואנעט איך אפלאוד די פיילס וואס איך וויל דארט לייגן, וואס קענען זיי מיר טון?
און אגב, קען מען קאנווערטן א סקענד ספר צום קינדל פארמאט און לערנן דערפון?


די עדס קומען מיט די דעווייס און עס בלייבט אפי' אן אינטערנעט צוטריט, ווען מען באהעפט זיך צום אינטערנעט טוט זיך עס אפדעיטן צו פרישער עדס.
אבער איך וויל באטאנען אז די עדס זענען נאר אויף די "לאק-סקרין" נישט בשעת מען ניצט עס.
(מ'קען אלס צוצאלן און אראפנעמען די עדס - אסאך מאל זאגאר בחינם)


יא מ'קען קאנווערטן כמעט יעדע מין פייל צו א KPF פייל (די פארמאט וואס קינדל ניצט) און עס זענען דא אסאך פרייע סאפטוועיר / סייטס דערפאר.