Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שפיצלעך מיט קאראנע

שפיצלעך מיט קאראנע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13801
דינסטאג מאי 05, 2020 8:25 am#447744
שפיצלעך מיט קאראנע
Hi,

I'm sorry for writing in English as I am not not so familiar with my Yiddish keyboard.

I want to bring up a conversation that I saw on Ivelt, they are saying that a a lot of women are changing to shpitzlech due to corona, and someone brought up a drusha that Reb yitzchok lebowitz gave, and he's very against it, and he's basically saying that a Shpitzel is so not good looking that you need to be a very special person, and also you need to think long and hard before changing,

I don't consider myself a frimer, but my rebitzin did put on a Shpitzel a few years ago and I was highly offended by his drusha,

I'm curious what the oilem here thinks about this,

Also I'm not aware of anyone that made a change due to corona, anyone here knows of a major change in the community ?
דינסטאג מאי 05, 2020 10:30 am#447748
קענסט דאך א ודאי די משל מיטן טאטן קינד און דעם אייזל, מען קען נישט צופרידנשטעלן יעדן איינעם, נאכדערצו אזא איד ווי ר' יצחק וואס ס'איז זייער זייער שווער צו זיין קאמפליטלי אויסגעהאלטן אין זיינע בוכער בכל אופן.

קענסט אפשר צוברענגען זיינע ווערטער גענוי? וואו קען מען דאס הערן?
דינסטאג מאי 05, 2020 10:38 am#447749
הייסט עס אז די האלסט אז דיין רביצין איז נישט קיין special person? אז זי האט עס נישט דורכגעטראכט?
דינסטאג מאי 05, 2020 10:39 am#447750
It was a voice note going around, he was saying that women that put on shpitzlech now is a wrong time, hashem doesn't want it, rather wait till it all over and see if you still want,

While he was trying to make his point, he was basically saying that wearing a Shpitzel is a huge thing and he was basically saying that the women look so ugly that the husband needs to be a special person to be on board,

It really bothered me,
דינסטאג מאי 05, 2020 10:44 am#447751
קוועטש ארויס אין ווערטער וואס עס באדערט דיר. לשיטתך וויל עס די אייבישטער יא יעצט? די מאן דארף נישט זיין ספעציעל דערפאר? די פרוי דארף נישט זיין ספאציעל דערפאר? די פרויען זעהן עכט יא אויס שיין דערמיט? מען דארף עכט נישט דורכגעטראכטן ווען מען מאכט א דראסטישן טויש אינעם לבוש?
דינסטאג מאי 05, 2020 10:48 am#447752
יין שרף האט געשריבן:הייסט עס אז די האלסט אז דיין רביצין איז נישט קיין special person? אז זי האט עס נישט דורכגעטראכט?

That’s not what I’m saying, it bothers me that he says that a Shpitzel is so ugly, I’m curious what the oilem thinks
דינסטאג מאי 05, 2020 10:50 am#447753
יין שרף האט געשריבן:קוועטש ארויס אין ווערטער וואס עס באדערט דיר. לשיטתך וויל עס די אייבישטער יא יעצט? די מאן דארף נישט זיין ספעציעל דערפאר? די פרוי דארף נישט זיין ספאציעל דערפאר? די פרויען זעהן עכט יא אויס שיין דערמיט? מען דארף עכט נישט דורכגעטראכטן ווען מען מאכט א דראסטישן טויש אינעם לבוש?

What bothers me is that he made me think if I have an issue how my wife looks now
דינסטאג מאי 05, 2020 11:03 am#447754
Totallycool האט געשריבן:

איך פארשטיי נישט, איז נישט די "גאנצע" געדאנק פון א שפיצל אז די פרוי זאל נישט זיין מערקבאר און ציענד ?
דינסטאג מאי 05, 2020 11:13 am#447756
ליב צו וויסן האט געשריבן:
Totallycool האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:קוועטש ארויס אין ווערטער וואס עס באדערט דיר. לשיטתך וויל עס די אייבישטער יא יעצט? די מאן דארף נישט זיין ספעציעל דערפאר? די פרוי דארף נישט זיין ספאציעל דערפאר? די פרויען זעהן עכט יא אויס שיין דערמיט? מען דארף עכט נישט דורכגעטראכטן ווען מען מאכט א דראסטישן טויש אינעם לבוש?

What bothers me is that he made me think if I have an issue how my wife looks now

איך פארשטיי נישט, איז נישט די "גאנצע" געדאנק פון א שפיצל אז די פרוי זאל נישט זיין מערקבאר און ציענד ?

ניין!

Totallycool האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:הייסט עס אז די האלסט אז דיין רביצין איז נישט קיין special person? אז זי האט עס נישט דורכגעטראכט?

That’s not what I’m saying, it bothers me that he says that a Shpitzel is so ugly, I’m curious what the oilem thinks

Beauty is in the eye of the beholder
דינסטאג מאי 05, 2020 11:16 am#447759
איך האב גארנישט געליינט פון אייוועלט אויף דער טעמע, ממילא ווייס איך נישט וואס דו האסט דארט געהערט.

הרב יצחק לעבאוויטש האט אוועק געמאכט די ענין פון רודפ'ן מענטשן בשעת א צרה, ובפרט פאר אזא מינדערוויכטיגע נושא ווי שפיטצלעך. יעדער וואס גייט א שייטעל טוט כהלכה, און זי דארף זיך נישט פארכטן פון גארנישט, און די מגיפה איז נישט איר שולד.

עס איז דא מעגליך א סבה להחמיר צו גיין א טיכל (שפיצל איז א קולטורישע ענין, האט גארנישט מיט תורה און אידישקייט) אויף די האר, און זיך נישט באנוצן מיט די היתר פון שייטלעך. חומרות ווענדן זיך כפי א מענטש, יעדער לויט זיין עניינים און זיין פראבלעמן, זיין יצר הרע און זיין שוואכע פונקטן. א מענטש וואס הערט א שטימע אין גאס אז שפיטצלעך איז די ישועה פאר אלע עניינים, זאל זיך מעלים עין זיין דערפון און נישט מאכען אזא טויש אין לעבן צוליעב אזעלכע קלייניקייטן. ער זאל עס טון מיט ישוב הדעת און דורכרעדן מיט א קלוגע איד א ת"ח.

ער האט גארנישט געזאגט וועגן וויאזוי פרויען זע'ען אויס, און עס איז בכלל נישט זיין נאטור אזוי צו רעדן, ער איז נישט קיין בהמה וואס רעדט דברי נבלה אונטער א שלייער פון פרומקייט.

און איך וועל צולייגן, אז פרויען מעגן זיך אננעמן חומרות, הידורים און עניינים כפי מצבם און זייער פארשטאנד. ווען א מאן איז אין אן עת צרה און ער וויל זיך עפעס אננעמן אלס א זכות, זאל ער זיך היטן פון צייגן א פינגער אויף די פרוי. ער זאל עפעס טרעפן צו פארבעסערן ביי זיך, און טאמער דער זאך איז בין אדם לחבירו, איז נאך בעסער ווייל עס איז כמעט אייביג א דאורייתא, עכ"פ א קיום פון א דאורייתא אויב נישט קיין חיוב. און טאמער דער חבירו איז די פרוי, איז עס נאך א גרעסערע ענין, ווייל דעמאלס זעט קיינער נישט און עס איז אן אמת'ער זכות אין הימל.
דינסטאג מאי 05, 2020 11:40 am#447762
אויב דו האלטסט נישט אז א שפיצל איז א מיאוסע זאך דעמאלטס אפשר ביסטו טאקע פון די special people פון וועם ער רעדט.
דינסטאג מאי 05, 2020 11:52 am#447767
Totallycool האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:הייסט עס אז די האלסט אז דיין רביצין איז נישט קיין special person? אז זי האט עס נישט דורכגעטראכט?

That’s not what I’m saying, it bothers me that he says that a Shpitzel is so ugly, I’m curious what the oilem thinks

הרב יצחק לעבאוויטש איז אן איש האשכולות, ער קען אסאך סוגיות, ער איז א גוטע רעדנער און א געשמאקער שמועסר. איין מעלה וואס ער האט נישט איז אין Fashion Design, ער דארף נישט זיין דיין וועג ווייזער אין וויאזוי פרויען זאלן אויסקוקן. טרעף דיר א צווייטע יועץ, אדער נוץ דיין אייגענע אויגן.
דינסטאג מאי 05, 2020 12:16 pm#447769
Re: שפיצלעך מיט קאראנע
@Totallycool;
כ'פארשטיי נישט פינקטלעך וואס דיר שטערט אזוי פון הרר' יצחק לעבאוויטש'ס דרשה?!
בסך הכל האט ער מעורר געווען אויף זאך וואס ער איז הונדערט פראצענט גערעכט, ווען א מענטש אדער מענטשן זענען אין א מצב פון דרוק, אדער סתם עקסיידעט, איז בכלל נישט די צייט זיך אינטערצנעמען עקסטרעמע זאכן אדער חומרות, נאר אין א צייט ווען מ'איז רואיג און דורכגעטראכט.

און ס'האט דייקא נישט מיט קיין שפיצל צו טוהן, הרב לעבאוויטש ווי אני הקטן פארשטיי האט ער דאס אנגעכאפט וועגן דיבר הכתוב בהוה, אינז זענען צוגעוואוינט אז די ערשטע "גוטע" זאך (?) וואס מ'טוט איז, מ'רייט אויף די פרויען, ס'די גרינגסטע, זיי לאזן זיך שנעל איינרעדן נשים דעתן קלות. און דערנאך ווען די מצב וועפט אויס, דערזעהט מען זיך מיטן שמאטע אויפן קאפ, ווען מ'וואלט עס לכתחילה קיינמאל נישט אינטערגענומען.

און הרב לעבאוויטש'ס בליק איז א ווייטע בליק אויף פאראויס פון אליינס מיטלעבן עס פונעם עבר, דאס ווערט גערופן "עקספיריענס" וואס רוב אינגע מענטשן פארמאגן עס נישט און ווער יא, אויך נאר זעיר פה וזעיר שם, ס'קומט מיט די יארן. כ'געדענק ווען איך האב חתונה געהאט זענען געווען אפאר פרומערע בחורים (ב"ה כ'בין נישט געווען צווישן זיי) וואס האבן זיך משדך געווען מיט מיידלעך וואס זענען געקומען פון הייזער וואס מ'גייט אויפגעדעקט, און האבן פארפירט אז די ווייבל מוז זיך צודעקן, יענע צייטן איז נאר געווען א העט אין סטייל, און נישט סתם א העט אויף יוצא צו זיין נאר ס'מוז איבערדעקן רוב פונעם שייטל, כמו פריזעט, למעשה אפאר יאר שפעטער האבן זיי זוך געכאפט ווען דו פרומע בחורישע יארן האבן אויסגעוועפט, זיי האבן אנגעהויבן צו שפירן א טעם וואס הייסט א שיין אויסזעהנדע פרוי וואס האר מיינט, און זיי האבן זיך געביסן די פינגער פאר זייער נארישע קינדערישע דיסיזשאנס.
דינסטאג מאי 05, 2020 12:53 pm#447772
לגבי שיין און נישט שיין דאס ווענד זיך אין קאפ. א פרוי קען אויסקוקן פונקט אזוי שיין מיט א שפיצל. נאר אויב זי האט נישט חתונה געהאט דערמיט, וועט עס דויערן לענגער ער זאל זען די שיינקייט דערין, אויב בכלל.

ס'איז גאר א שווערע החלטה און דער מאן דארף אויסשליסליך האבן א ווארט דערין. נישט ווייל ס'מאכט אויס אין שיינקייט, חן און יופי ווענד זיך בעיקר אין די אויגן, אבער אין קאפ קען עס אסאך אויסמאכן. אויב פאר'ן מאן איז עס אומבאקוועם, קען עס צוגרינד לייגן די שטוב.
דינסטאג מאי 05, 2020 2:39 pm#447776
הקטן, אפשר לערנסטו מיר אויס וואס פונקטליך איז די הידור פון א שפיצל ?
דינסטאג מאי 05, 2020 3:02 pm#447782
Totallycool האט געשריבן:Hi,

I'm sorry for writing in English as I am not not so familiar with my Yiddish keyboard.

I want to bring up a conversation that I saw on Ivelt, they are saying that a a lot of women are changing to shpitzlech due to corona, and someone brought up a drusha that Reb yitzchok lebowitz gave, and he's very against it, and he's basically saying that a Shpitzel is so not good looking that you need to be a very special person, and also you need to think long and hard before changing,

I don't consider myself a frimer, but my rebitzin did put on a Shpitzel a few years ago and I was highly offended by his drusha,

I'm curious what the oilem here thinks about this,

Also I'm not aware of anyone that made a change due to corona, anyone here knows of a major change in the community ?

אבי גערעדט קיינמל געזאגט
דינסטאג מאי 05, 2020 3:16 pm#447783
Re: שפיצלעך מיט קאראנע
Totallycool האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:קוועטש ארויס אין ווערטער וואס עס באדערט דיר. לשיטתך וויל עס די אייבישטער יא יעצט? די מאן דארף נישט זיין ספעציעל דערפאר? די פרוי דארף נישט זיין ספאציעל דערפאר? די פרויען זעהן עכט יא אויס שיין דערמיט? מען דארף עכט נישט דורכגעטראכטן ווען מען מאכט א דראסטישן טויש אינעם לבוש?

What bothers me is that he made me think if I have an issue how my wife looks now

ער מאכט דיך טראכטן?
וויאזוי האסטו געהאלטן בשעתה ווען זי האט עס אנגעטון?

אויב האט דיך עס קיינמאל געבאדערט, דאן וואס זאל זיך טוישן? אז מיין חבר זאגט מיר אז ער האסט סושי, הייב איך אן מפקפק זיין אין מיין טעם?

טראכט גוט אריין וואס האט צוגעברענגט צום טויש יארן צוריק? און אויב די האסט עס דורכגערעדט מיט "זיך אליין" (ביסט געווען אמת'דיג מיט זיך)?
דינסטאג מאי 05, 2020 3:20 pm#447784
Totallycool האט געשריבן:Also I'm not aware of anyone that made a change due to corona, anyone here knows of a major change in the community ?

ס׳איז מיר געווען א חידוש צו הערן פסח פון עטליכע באקאנטע וואס האבן זיך געטוישט אזוי ״אוט אוו די בלוי״ דעריבער האב איך געעפענט די אשכול אויף אייוועלט. מ׳שמועסט אז ס׳איז געווען א שטיקעל מאוומענט אין קרית יואל, אויך האט איינער פון די מגיבים דארט געשריבען אז אין וויליאמסבורג האבן דרייסיג פרויען געטוישט. לויט ווי איך פארשטיי איז דאס דייקא א ווייבערישע באוועגונג און מסתמא פרויען וואס האבן זיך שוין לאנג געוואלט טוישן, עט ליעסט ביי מיינע באקאנטע איז דאס געווען די קעיס.

פאר א וויילע צוריק האב איך געליינט איבער א באוועגונג צווישען מוסלמענער פרויען, אין לבנון דוכט זיך, צוריקצוגיין צו די לבוש פון די באבעס... דארט האט דאס אויך סאציאלע אימפליקאציעס ענליך צו אונז. איינע פון די אינטערוויאירטע פרויען האט געזאגט אז זי שפירט אזא העכערקייט ביים זיך צודעקן... עפעס אזוי, כ׳געדענק שוין נישט פונקטליך און די לינק טרעף איך נישט אויפן מאמענט.
דינסטאג מאי 05, 2020 3:58 pm#447786
שצם_חנכל האט געשריבן:

געשעפטן געבן איבער אז עס אנטוויקלט זיך א שווערע מאנגל אין שפיצלעך. עס ווערט געזוכט ווער עס קען טון שפיצלעך אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם...

איך האב מורא אז די קאמפאניס וואס פאבריצירן טאוילעט פאפיער האבען געטוישט אויף שפיטצלעך, און דאס איז די סבה פאר די מאנגאל אין וואלמארט.......

אפשר קען מען נוצן די שפיטצלעך פאר צוויי צוועקן........
דינסטאג מאי 05, 2020 5:07 pm#447793
אינטערסאנט אז די קעפל פונעם אשכול האסטו יא געקענט שרייבן אין יודיש
דינסטאג מאי 05, 2020 5:37 pm#447797
ר' קאאל, ווי אנדערע דא פארשטיי איך נישט דיין פראבלעם. ערשטנס האט ר' יצחק נישט געזאגט דאס וואס דו לייגסט אריין אין זיין מויל, און צווייטנס נניח ער האט דאס יא געזאגט, דו ביסט מחליט צו דיין ווייב איז דיר שיין לויט ר' יצחק'ס טעיסט? אז זי געפעלט דיר האק שטיקער און לאך פון די וועלט.
דינסטאג מאי 05, 2020 7:15 pm#447811
Ok, I’m sorry for not responding during the day was busy with work and could not think straight, but I agree, I wasn’t sure what the whole idea behind my post was, and I started thinking what’s bothering me, and I came to the conclusion that it’s underlying pain, when my wife did it, it was together with a sister and I felt like I don’t really have a choice, it was exciting and I went along with it and I didn’t really think,

Now after hearing his drusha I started thinking, and it bothers me, it bothers me that we are now a Shpitzel family, and it makes a big difference for shidduch my etc, I can’t say I have a big issue how my wife looks, she does a great job to look good in a Shpitzel, but I guess I wasn’t really on board,
דינסטאג מאי 05, 2020 8:36 pm#447815
ריכטיג האט געשריבן:קענסט דאך א ודאי די משל מיטן טאטן קינד און דעם אייזל, מען קען נישט צופרידנשטעלן יעדן איינעם, נאכדערצו אזא איד ווי ר' יצחק וואס ס'איז זייער זייער שווער צו זיין קאמפליטלי אויסגעהאלטן אין זיינע בוכער בכל אופן.

קענסט אפשר צוברענגען זיינע ווערטער גענוי? וואו קען מען דאס הערן?

ניין. איך קען נישט דעם משל. קענסט אונז ביטע מיטטיילן?
דינסטאג מאי 05, 2020 10:53 pm#447834
Re: שפיצלעך מיט קאראנע
אה יהונתן שווארץ האט א ניגון אויף דעם.
אין קורצן:
זיי זענען געגאנגן אויף א שפאציר מיט'ן אייזל און ביידע זענען געזיצן באקוועם דערויף, קומט איינער און טענה'ט צער בעלי חיים!
איז די טאטע אראפ און די זון איז געבליבן, קומט א צווייטער און שרייט דרך ארץ פארן טאטען!
איז די זון אראפ און די טאטע ארויף, קומט א דריטער מיטן טענה אביסל רחמנות אויפן קינד ער שפאצירט און די רייטסט?
זענען ביידע אראפ, קומט א פערדער און ווינדערט זיך אויב עטס ניצט נישט די אייזל דאן פארוואס עם סתם אויסמיטשענען?

האבן זיי אויפגעהויבן די אייזל אויף זייער אקסל און ווייטער שפאצירט......

די פוינט איז די קענסט נישט יעדעם צופרידן שטעלן.
דינסטאג מאי 05, 2020 11:23 pm#447839
ווי אנדערע האבן געשריבן, מעולם לא יצאו דברים אלו מפי מו"ר מוואדרידש ואין דרכו בכך. ער האט געזאגט אז דאס איז א מדריגה פאר יחידי סגולה און ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'פארלאנגט פון א רבים, וק"ו אין אזא אנגעצויגענע זמן טאר מען נישט מאכן פרויען שפירן שולדיג אז די גאנצע מגיפה איז צוליב זייער שייטל.
דינסטאג מאי 05, 2020 11:26 pm#447841
שלום עליכם הרב @totallycool, ווי עס ווייזט זיך ארויס פון דיין ניק נאמען, האסטו א ברייטער אפענע קאפ, און הערינדיג וואודרידזשער רב זאגן אז מען זאל זיך נישט צואיילען אנצוטוהן א שפיצל, האט עס דיר געכאפט אז די האסט בעצם געמאכט א גרויסע שריט אין לעבן דורך לאזן דיין ווייב אנטוהן א שפיצל.

איז קודם פאר די ווערסט ״אפענדיד״ פון הרב יצחק לעבאוויטש. איז גוט זיך אביסלע צו באקענען מיטן וואודרידזשער רב, קענסטו כאפן א בליק אין דעם אשכול און אויך אין דעם אשכול, וואס רעדן וועגן אים.

און לגופו של הדברים, האט ער סך הכל געזאגט אז דאס ברויך מען געהעריג איבערטראכטען פארן טוהן, אזוי ווי יעדע זאך וואס מען טוט דארף זיין מיט ישוב הדעת, נישט דורך שנעלע החלטות, איין צוויי דריי, און דערנאך זיין א חושב לשעבר. אבער די האלטסט דאך שוין דערנאך, וויל איך דיר זאגן עפעס א גוט ווארט אויפן שפיצל, איז אין מיין אפיניען איז א שפיצל נישט צופיל ערגער ווי רוב חסידישע שייטליך מיט קורצע האר און א העט אריינגעשטעקט דערינען, לדעתי קוקען אויס א גרויס חלק חסידישע פרויען היפש נעבעכדיג, משא״כ א שפיצל האט נישט די נעבעכדיגע אויסקוק פון פרעמדע האר אויפן קאפ, נאר איז א שיינע ארומגעוויקעלטע סחורה, פארשטייט זיך אז א שפיצל קען אויך אויסקוקן יאנטשי, ווענד זיך וואס פאר א סארט מ׳קויפט (און ווענד זיך וועם אויך) אבער אויב מען וועלט אויס א שיינע מיט א שיינע קאליר מיט נאך אביסל געשמיראכץ אויפן פנים נישט אזוי געפערלעך בכלל..! די שפיצל קוקט אויס ענדליך צום קאפ צודעק וואס די מזרחי׳סטישע פרויען גייען אין ארץ ישראל, וואס האט און א געוויסע זין היפש חן אין זיך.

און לגבי דעם דעבאטע אויף אייוועלט בנוגע א שייטל, איז אזוי, עס ליגט מיר כסדר פאר די אויגן די ווערטער פון רבינו אשר דער רא״ש און אנדערע ראשונים וואס שרייבען אז גארנישט קען ריפלעסען די אייגענע האר! און במילא זענען די היינטיגע שייטליך נישט אנדערש, ווייל די נאטירליכע האר וואס וואקסט אויפן פרוי׳ס קאפ קען מען נישט נאכמאכן, במילא זאל די שייטל זיין לאנג ווי די גלות, איז דאס נאכאלץ נישטאיז אירע האר, נאר א פרעמדע געוויקס, און וויבאלד די אייגענע האר פון א פרוי איז אזוי שיין האט מען דאס טאקע איבערגעלאזט פארן מאן, היינט וואס די פרויען שערן זיך די האר, פארשטיי איך טאקע נישט די פשט פון צודעקן א הוילע קאפ..!
אזוי אויך דאס וואס מען זאגט אז די לאנגע שייטליך ציען דאס אויג צו קוקן אויף דעם, וויל איך וויסן און א מקום ווי אלע גייען מיט דעם, ציעט עס אויך אזוי שטארק אדער נישט? איך מיין אז נישט, און די פשט איז אז אויב אלע גייען אזוי, ווערט מען צוגעוואונט דערצו און שוין, און די אמת איז אז הלכות צניעות האט אסאך צו טוהן מיטן מנהג המקום באותו זמן, די זאך איז נאר אז עס זענען דא אזויפיל פארשידענע מנהגים צווישען אידן, אזש אז אין די זעלבע בארא פארק/ וויליאמסבורג האסטו פרויען מיט לאנגע שייטליך און סיי פרויען מיט קורצע באדעקטע שייטליך און סיי פרויען מיט שפיצלעך, און אלע זאגן אז זיי טוהן די רצון השם.

מיין חלום איז אז יעדע פרוי זאל טוהן וואס קומט אויס גוט פאר איר מיט איר מאן, און מען זאל טאקע אויסברייטערען דעם אויסוואל, ווער עס וויל גיין ווי די מזרחיסטישע/ ספרדישע פרויען זאל גיין ווי זיי, וואס די וועג האט א גרויסע מעלה אז מען קען לאזן די אייגענע האר לאנג געוואקסען, און אפי׳ יעדע פרוי אליין זאל קענען גיין אמאל אזוי און אמאל אזוי.
דינסטאג מאי 05, 2020 11:52 pm#447844
איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס די גאנצע סומאטוכע איז דא. הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א האט סך הכול געזאגט אז וויבאלד ס'איז דא א טרענד צווישן א סאך חסיד'ישע פרויען אנצוטון אליינס און משפיע זיין אויף אנדערע אנצוטון א שפיצל. און (אזוי רעדן זיי זיך איין) אז דאס וועט העלפן אראפנעמען דעם חרון אף וואס עקזיסטירט יעצט צוליעב דעם וואס די פרויען טראגן שייטלעך. זאגט ער אז דאס איז א פאלשער דרך. ערשטנס איז נישט דא קיין חרון אף מן השמים וועגן טראגן שייטלעך. און יעצט איז נישט די ריכטיגע צייט מחליט זיין צו מ'ווילל גיין א שפיצל. דאס דארף מען לאזן פאר אנ'אנדערע, מער רואיגע צייט. און מחליט זיין נאך א סאך יישוב הדעת...!!

ער אסר'ט נישט. און איז נישט מתיר. און זאגט נישט קיין חלומות און איינרעדענישן. אזוי ווי א סאך אנדערע רבנים וועלכע זוכן אייביג ביי יענעם עבירות. און זיי ווייסן פונקטליך פארוואס ס'איז דא א חרון אף. אבער אייביג צוליעב יענעם'ס עבירות. קיינמאל נישט פאר די זאכן וואס זיי און זייער משפחה טוט. און זיי וויללן איינרעדן און פארדרייען א קאפ פאר די מענטשן אז זיי זענען בבחינת..."יודע דעת עליון"..?
מיטוואך מאי 06, 2020 1:41 am#447848
Re: שפיצלעך מיט קאראנע
Totallycool האט געשריבן:Hi,

I'm sorry for writing in English as I am not not so familiar with my Yiddish keyboard.

I want to bring up a conversation that I saw on Ivelt, they are saying that a a lot of women are changing to shpitzlech due to corona, and someone brought up a drusha that Reb yitzchok lebowitz gave, and he's very against it, and he's basically saying that a Shpitzel is so not good looking that you need to be a very special person, and also you need to think long and hard before changing,

I don't consider myself a frimer, but my rebitzin did put on a Shpitzel a few years ago and I was highly offended by his drusha,

I'm curious what the oilem here thinks about this,

Also I'm not aware of anyone that made a change due to corona, anyone here knows of a major change in the community ?

אנטשולדיגט מר. קאלטער, סאיז סאך הייסער צו שרייבן אין אידיש, אג״ב סארי אונז נישט ביטע
מיטוואך מאי 06, 2020 11:40 am#447876
ליב צו וויסן האט געשריבן:הקטן, אפשר לערנסטו מיר אויס וואס פונקטליך איז די הידור פון א שפיצל ?

דו רעדסט בנוגע די הידור פין אויסקיק אדער די הידור פין נישט גיין א שייטעל?
קום אריין מער קלאר

הלכה איז שפיצעל מיט טיכעל די זעלבע
אויסקוק ווענד זיך אין דיין taste
מיטוואך מאי 06, 2020 12:56 pm#447900
Totallycool האט געשריבן:Ok, I’m sorry for not responding during the day was busy with work and could not think straight, but I agree, I wasn’t sure what the whole idea behind my post was, and I started thinking what’s bothering me, and I came to the conclusion that it’s underlying pain, when my wife did it, it was together with a sister and I felt like I don’t really have a choice, it was exciting and I went along with it and I didn’t really think,

Now after hearing his drusha I started thinking, and it bothers me, it bothers me that we are now a Shpitzel family, and it makes a big difference for shidduch my etc, I can’t say I have a big issue how my wife looks, she does a great job to look good in a Shpitzel, but I guess I wasn’t really on board,

אויף דיין פראגע אויב איינער קען איינעם וואס האט זיך אויסגעטון די שייטל די טעג, איך קען איינעם. און ווי אנדערע האבן אנגעמערקט, איז דאס געווען אן אלטע באשלוס, און יעצט האבן מען געטראפן א שעת כושר. איך ווייס איינער וואס האט זיך אויסגעטון דעם שייטל לרפואה פונעם מאמע'ן. די מאמע איז טאקע בעסער געווארן, אבער אויב מאכט זי עס נישט, האט זי פארלוירן ביידע, די מאמע מיטן שייטל..

בנוגע צו דיין שאלה פון א שפיצל אויב עס איז שיין, און בנוגע דיין ווייטאג איבער דיין שנעלע באשלוס. קודם וויל איך דיך זאגן אז איך שפיר דיין צער. איך פארשטיי ווי שווער עס איז צו מאכן א טויש און נאכדעם קען מען נישט צוריקציען. אזוי ווי איינער האט מיך געזאגט, אז זיין ווייב האט זיך אויסגעטון דעם שפיצל און אנגעטון א שייטל, ווייל ער האט געהערט אז איינמאל מען מאכט דעם טויש קען מען שוין נישט צוריקציען, דעריבער וויל ער דאס שנעל אויסטון, כדי נישט צו חרטה האבן..

איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט צוריק דרייען דעם זייגער, און אינעם גרויסן וועלט איז אזא סארט טויש ווי טוישן פרישע זאקן, אבער ביי חסידים איז אפילו אויסטון די ווייסע זאקן ערגער פון נשג"ז. אבער דאס איז א באזונדערע שמועס, וויאזוי מעגן גייט זיך אום דערמיט.

עס איז נישט שייך צו זאגן מיאוס אדער שיין אויף אזא זאך, ספעציעל אויב דיין ווייב האט דאס שוין געטון ווילסטו נישט הערן ווי שלעכט דאס איז, עס איז פאר דיך גענוג שווער דעם טויש און דו דארפסט נישט דעם איבריגן ווייטאג.
מיטוואך מאי 06, 2020 1:09 pm#447903
חוקר ודורש האט געשריבן:שלום עליכם הרב @totallycool, ווי עס ווייזט זיך ארויס פון דיין ניק נאמען, האסטו א ברייטער אפענע קאפ, און הערינדיג וואודרידזשער רב זאגן אז מען זאל זיך נישט צואיילען אנצוטוהן א שפיצל, האט עס דיר געכאפט אז די האסט בעצם געמאכט א גרויסע שריט אין לעבן דורך לאזן דיין ווייב אנטוהן א שפיצל.

איז קודם פאר די ווערסט ״אפענדיד״ פון הרב יצחק לעבאוויטש. איז גוט זיך אביסלע צו באקענען מיטן וואודרידזשער רב, קענסטו כאפן א בליק אין דעם אשכול און אויך אין דעם אשכול, וואס רעדן וועגן אים.

אין מיין אפיניען איז א שפיצל נישט צופיל ערגער ווי רוב חסידישע שייטליך מיט קורצע האר און א העט אריינגעשטעקט דערינען, לדעתי קוקען אויס א גרויס חלק חסידישע פרויען היפש נעבעכדיג,

און לגבי דעם דעבאטע אויף אייוועלט בנוגע א שייטל, איז אזוי, עס ליגט מיר כסדר פאר די אויגן די ווערטער פון רבינו אשר דער רא״ש און אנדערע ראשונים וואס שרייבען אז גארנישט קען ריפלעסען די אייגענע האר! און במילא זענען די היינטיגע שייטליך נישט אנדערש, ווייל די נאטירליכע האר וואס וואקסט אויפן פרוי׳ס קאפ קען מען נישט נאכמאכן, במילא זאל די שייטל זיין לאנג ווי די גלות, איז דאס נאכאלץ נישטאיז אירע האר, נאר א פרעמדע געוויקס.

ווען דו רעדסט פון שייטלעך זעט אויס ווי דו רעדסט פון סענטעטיק האר, און דער רא"ש האט לכאורה אויך גערעדט דערפון. אבער היינט צוטאגס - ווי דו ווייסט - גייען א סך ארום מיט הומען-העיר שייטלעך, און הרבה פעמים קענסטו נישט זען קיין שום חילוק פון דעם און עכטע האר, ווייל עס איז עכטע האר.. סא היינט איז אינגאצן אן אנדערע וועלט ווי אמאל ווען עס קומט צו שייטלעך. אמאל האבן שייטלעך אויסגעזען ווי בעזעמער, היינט האט מען געטראפן א פאטענט וויאזוי ארומצוגיין מיט די "אייגענע האר", מען נוצט א צווייטנס האר..
מיטוואך מאי 06, 2020 1:23 pm#447907
איך רעד נישט אריין אין די עצם נושא. אבער אסאך מאל איז עס מער ווי סתם א הידור אין לבוש. ס'דא פרויען וואס לאזן זיך גרינג בייגן כחומר ביד היוצר און זיי ווערן שנעל געבלאזן דורך סיי-וועלכע ווינט, בפרט אין עניני פרומקייט און צניעות וכדומה לזה, און זייער נפש לעכצט זיך אנצושליסן אין סיי וועלכע קאלט אדער מאוומענט פון צניעות. (ס'דא אזעלכע מענער אויך, אין זייערע סארט זאכן). און אויף דעם דארף זיין א שטארקע וואכזאמקייט מצד דער מאן צו מאכן זיכער אז זיי פרוי ווערט נישט אבי 'אוועקגעטראגן' נאר ווייל דער אדער יענער פרומאק וויל אזוי. אויב ס'איז דורכגעטראכט בכובד ראש און ביידע זענען מסכים און ווילן דעיס = מה טוב ומה נעים. אבער אויב זיין פרוי האט סתם א שוואכקייט און לאזט זיך פירן, היום אומרים לה עשה כך ומחר אומרים לה עשה כך ביז ער וועט שוין נישט האבן צו וועם צו רעדן און זיין מיינונג וועט ביי איר נישט אויסמאכן, דארף מען זיין א חכם עיניו בראשו פון אנהייב.
מיטוואך מאי 06, 2020 6:02 pm#447946
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:הקטן, אפשר לערנסטו מיר אויס וואס פונקטליך איז די הידור פון א שפיצל ?

דו רעדסט בנוגע די הידור פין אויסקיק אדער די הידור פין נישט גיין א שייטעל?
קום אריין מער קלאר

הלכה איז שפיצעל מיט טיכעל די זעלבע
אויסקוק ווענד זיך אין דיין taste

די "בעסערקייט" פון א שפיצל ווי איידער א צוגעדעקטע שייטל איז א צניעות אישו, די יסוד פון צניעות איז ציען ווייניגער אויפמערקזאמקייט
SO ס'איז מיר שווער צו פארשטיין וואס באדערט איינעם ווען ער ווערט געוואר אז זיין פרוי איז ווייניגער ציענד/שיין מיטן שפיצל, דאס איז דאך לכאורה די גאנצע סיבה פארן עס וועלן טוהן...
מיטוואך מאי 06, 2020 6:30 pm#447948
איך געדענק נאכהערען פין גרויסע רבי'ס אז אזעלכע שינויים מאכט מען בעת שמחה ווען מען מאכט חתונה בר מצוה אדער מען האט א קינד, נישט בעת מער.

אמאהל האט איינער אהן א בארד פארלוירען א קינד און ער האט געלאזט די בארד וואקסן מחמת אבילות, נאך די אבילות האט ער געוואלט לאזן די בארד, האט אים דער רבי געהייסן ער זאל אנשניידען דער בארד, און עס לאזן וואקסן בעת שמחה.

פארוואס? ווייל ווען ער וועט קוקען אויף דער בארד וועט עס אים דערמאנען פין זיין אבילות, און פקודי משמחי לב שטייט.

טאמער איינער ווייסט דער נאמען פין דער רבי, ווער ער געבעטן זיך אנצורופן.
פרייטאג מאי 08, 2020 7:13 am#448108
נאך א קריטיש-וויכטיגע נקודה וואס ר' יצחק האט ארויסגעברענגט אין זיין דרשה, איז אז די פרוי זאל דאס טון נאר מיט די פולשטענדיגע הסכמה פון איר מאן!

ס'איז מיר א פלא אז קיינער האט עס נישט דערמאנט דא.
פרייטאג מאי 08, 2020 6:15 pm#448168
אישתישבי האט געשריבן:איך געדענק נאכהערען פין גרויסע רבי'ס אז אזעלכע שינויים מאכט מען בעת שמחה ווען מען מאכט חתונה בר מצוה אדער מען האט א קינד, נישט בעת מער.

אמאהל האט איינער אהן א בארד פארלוירען א קינד און ער האט געלאזט די בארד וואקסן מחמת אבילות, נאך די אבילות האט ער געוואלט לאזן די בארד, האט אים דער רבי געהייסן ער זאל אנשניידען דער בארד, און עס לאזן וואקסן בעת שמחה.

פארוואס? ווייל ווען ער וועט קוקען אויף דער בארד וועט עס אים דערמאנען פין זיין אבילות, און פקודי משמחי לב שטייט.

טאמער איינער ווייסט דער נאמען פין דער רבי, ווער ער געבעטן זיך אנצורופן.

מהר"ש השני מ'באבוב
זונטאג מאי 10, 2020 2:03 pm#448249
פרייוויליג האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:שלום עליכם הרב @totallycool, ווי עס ווייזט זיך ארויס פון דיין ניק נאמען, האסטו א ברייטער אפענע קאפ, און הערינדיג וואודרידזשער רב זאגן אז מען זאל זיך נישט צואיילען אנצוטוהן א שפיצל, האט עס דיר געכאפט אז די האסט בעצם געמאכט א גרויסע שריט אין לעבן דורך לאזן דיין ווייב אנטוהן א שפיצל.

איז קודם פאר די ווערסט ״אפענדיד״ פון הרב יצחק לעבאוויטש. איז גוט זיך אביסלע צו באקענען מיטן וואודרידזשער רב, קענסטו כאפן א בליק אין דעם אשכול און אויך אין דעם אשכול, וואס רעדן וועגן אים.

אין מיין אפיניען איז א שפיצל נישט צופיל ערגער ווי רוב חסידישע שייטליך מיט קורצע האר און א העט אריינגעשטעקט דערינען, לדעתי קוקען אויס א גרויס חלק חסידישע פרויען היפש נעבעכדיג,

און לגבי דעם דעבאטע אויף אייוועלט בנוגע א שייטל, איז אזוי, עס ליגט מיר כסדר פאר די אויגן די ווערטער פון רבינו אשר דער רא״ש און אנדערע ראשונים וואס שרייבען אז גארנישט קען ריפלעסען די אייגענע האר! און במילא זענען די היינטיגע שייטליך נישט אנדערש, ווייל די נאטירליכע האר וואס וואקסט אויפן פרוי׳ס קאפ קען מען נישט נאכמאכן, במילא זאל די שייטל זיין לאנג ווי די גלות, איז דאס נאכאלץ נישטאיז אירע האר, נאר א פרעמדע געוויקס.

ווען דו רעדסט פון שייטלעך זעט אויס ווי דו רעדסט פון סענטעטיק האר, און דער רא"ש האט לכאורה אויך גערעדט דערפון. אבער היינט צוטאגס - ווי דו ווייסט - גייען א סך ארום מיט הומען-העיר שייטלעך, און הרבה פעמים קענסטו נישט זען קיין שום חילוק פון דעם און עכטע האר, ווייל עס איז עכטע האר.. סא היינט איז אינגאצן אן אנדערע וועלט ווי אמאל ווען עס קומט צו שייטלעך. אמאל האבן שייטלעך אויסגעזען ווי בעזעמער, היינט האט מען געטראפן א פאטענט וויאזוי ארומצוגיין מיט די "אייגענע האר", מען נוצט א צווייטנס האר..

איך טרעפ נישט אויף דער מינוט די לשון הרא״ש, אבער געב א קוק וואס דער רמ״א שרייבט אין דרכי משה הארוך או״ח סימן ש״ג:

מצאתי כתוב בהג״ה אלפסי החדשים (דאס איז דער שלטי הגיבורים) ומותר לאשה נשואה לגלות פיאה נכרית שלה, לא שנא אם היא עשויה משערותיה, או משער חבירתה, דאין שער באשה ערוה אלא דווקא שערותיה המדובקים בבשרה אבל לא בתלושין עשויות לכסות שערותיה האחרות, אע״ג דעבדה לקישוט שתהא נראית בעלת שער.

זאגט ער קלאר אז אפי׳ מיט די אייגענע האר מעג מען גיין כל זמן עס איז נישט מחובר צום גוף, וויל איך דיר פרעגן @פרייוויליג קוקט דען אויס די אייגענע האר ווי א בעזעם אויפן קאפ? און דאך איז דאס דער רמ״א מתיר, ווייל די יסוד הדבר איז אז עס זאל נישט זיין מחובר צום גוף. ווי דער ספרדישע גאון און מקובל הרב עובדיה הדאיה איז זייער שיין מסביר אין זיין ספר שו״ת ישכיל עבדי חלק ז׳ אה״ע סימן ט״ז ווי ער שרייבט:

ונראה בטעם הדבר דהיא משום דקים להו לרבנן דאין היצה״ר שולט אלא בדבר הדבוק בגוף האשה עצמה.. דאין שליטה להיצה״ר אלא בדבר שיש לו נפש חיונות , לא בדבר שאין לו חיונות, ולכן בנתלש מגוף האשה דניטל ממני נפש החיונית הרי פקע ממנו אותה הערוה שהיתה עליו בזמן שהיה דבוק בגוף האשה, דהרי הוא כפגר מת, שאין להיצה״ר שליטה עליה.

הוא אשר דברנו, @פרייוויליג, זאל די שייטל אויסקוקען דאס מערסטע ווי די אייגענע האר, אפי׳ עס זאל גאר זיין איר אייגענע האר אבער אויב עס איז תלוש איז עס כפגר מת!!
דאס איז א גאר שטארקע יסוד היינטיגע צייטען ווען די פרויען גייען שיינע לאנגע שייטעליך און עס קען טאקע ציען די אויג, אבער אויב עפעס וועט די פראבלעם נישט זיין מחמת די חסרון אין כיסוי הראש נאר ענדערש מחמת די פריצות און די חוסר הצניעות שבו, והבן היטב.
זונטאג מאי 10, 2020 2:24 pm#448251
ר' חיא בשם ר' יוחנן - היוצאה בקפליטין שלה אין בה משום פרוע ראש.
הדא דתימא לחצר אבל למבוי יש בה משום יוצאה לשוק וראשה פרוע.

ירושלמי: מסכת כתובות פרק ז הלכה ו

קפליטין
ירושלמי דכתובות פרק המדיר היוצאה בקפליטין שלה אין בה משום ראשה פרוע - פירוש בלשון רומיי שער ותלתלים ופיאה נכרית.

הערוך "ערך קפליטין"
זונטאג מאי 10, 2020 3:17 pm#448259
חוקר ודורש האט געשריבן:

אין לומדות קען דאס שטימען זייער פיין. למשל דער שבט מוסר האט א גאנצע שמועס, כמדומה אין פרק ו' פארוואס א מענטש זאל נישט בכלל האבן קיין תאוות נשים, ווייל דער גאנצע תאווה איז נאר דינע א שטיקל הויט, אין ברסלב שרייבט מען אז אויב קען מען חכמת הניתוח האט מען בכלל נישט די תאוה..

דאס איז די לימוד זכות פאר די אלע נשים וואס האבן שייטלעך למינהם, און עס איז דא טאקע פרויען וואס שערן אפ די אייגענע האר און מאכן דערפון א שייטל.. מען שפילט אויס די סיסטעם.

סא עס איז יתכן אז בדבר הנתלש מגוף האט עס נישט קיין שלימות התאוה כידוע ליודעי חן. אבער מן הסתם ווייסטו אז שייטלעך איז נישט נאר מצוי ביי חסידישע פרויען, אין די גרויסע וועלט איז עס זייער גאנגבאר ווען איינער האט נישט קיין גוטע האר. אין מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע - אנדערש ווי אמאל - קען מען מאכן שייטלעך אויסזען אויף די האר אזוי גוט ווי אייגענע האר..

סא עס קען זיין אלעס וואס רעדט זיך אויף אמאליגע שייטלעך איז נישט גילטיג היינט, ווייל אלעס האט זיך געטוישט.
זונטאג מאי 10, 2020 3:56 pm#448262
שפיצלעך מיט קאראנע
פרייוויליג איך צייכען אן פוסקים נישט קיין אייגענע לומדות! און נאכאמאל די יסוד הדבר איז אז זאל עס זיין די שענסטע שייטל אויף די וועלט, איז עס נאכאלץ נישט די אייגענע האר פינטעל. איך מיין אז דער ישכיל עבדי איז דאס זייער שיין מסביר.
און באופן כללי קען מען דערקענען אויף א היימישע פרוי אז דאס איז א שייטל נישט איר האר, און אפי׳ אויס עס איז שווער צו דערקענען, ״שפירט״ מען אבער אז דאס איז נישט קיין נאטירליכע האר, די פראבלעם איז נישט מראית העין, ווארום קיין איין איד איז היינט נישט חושד אז עס איז איר האר.
איך זאג נישט אז חז״ל האבן אמאל גע׳חלמ׳ט אז אזוי וועט אויסקוקען די כיסוי הראש פון א אשה, און אז דאס איז געווען די אויסקוק אויף וואס זיי האבן מכוון געווען, אבער דאס איז די דעת הפוסקים וואס זענען מתיר די שייטל.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 11:25 pm#448308
הקטן האט געשריבן:
ר' חיא בשם ר' יוחנן - היוצאה בקפליטין שלה אין בה משום פרוע ראש.
הדא דתימא לחצר אבל למבוי יש בה משום יוצאה לשוק וראשה פרוע.

ירושלמי: מסכת כתובות פרק ז הלכה ו

קפליטין
ירושלמי דכתובות פרק המדיר היוצאה בקפליטין שלה אין בה משום ראשה פרוע - פירוש בלשון רומיי שער ותלתלים ופיאה נכרית.

הערוך "ערך קפליטין"

@קטן איך וויל נישט צו ווייט פארקריכען פונעם נושא האשכול, אבער אז די פרעגסט וועל איך ענטפערן.
איז קודם כל איז דער פי׳ הערוך ממש א יחיד וואס איז אזוי מפרש דעם ירושלמי, נעם לדוגמה אלע מפרשי הירושלמי וואס זענען מפרש אז דאס איז א מטפחת און די טעם האיסור איז די זעלבע ווי די בבלי זאגט בנוגע קלתה, ווייל אלץ דת יהודית דארף מען האבן צוויי צודעקען, איינס דעם מטפחת/קלתה, און די צווייטע דעם רדיד וואס נעמט ארום דעם גאנצען קאפ און א חלק פונעם גוף אזוי ווי די אראבישע פרויען גייען. קוק למשל וואס דער טור שרייבט אין אבן העזר סימן קט״ו: ואיזו הוא דת יהדות, יוצאה וראשה פרוע אפי׳ אין פרוע לגמרי אלא קלתה בראשה כיון שאינה מכוסה בצעיף תצא, וכתב הרמב״ם אע״פ שמכוסה במטפחת כיון שאין עליה רדיד ככל הנשים תצא בלא כתובה. און אזוי פסק׳ענט אויך די מחבר.

און די סיבה פארוואס מ׳דארף שני כיסויים קען זיין, אדער ווי דער ב״ח לערענט, ווייל דער קלתה איז נישט קיין גאנצע צודעק, דארף מען א רדיד וואס דעקט צו אלעס, און לויט דעם איז גוט פארוואס מיר גייען נישט מיט קיין רדיד ווייל אונזער כיסוי דעקט שוין צו די גאנצע קאפ. אדער קען זיין אז קלתה איז יא א גאנצע צודעק נאר מען דארף האבן שני כיסויים, דער באר שבע וואס איז באוואוסט אלץ דער ראש האוסרים פון שייטלעך גייט מיט דער מהלך, און לויט דעם האט זיך דער מנהג געטוישט און מיר טוהן טאקע נישט ווי דער מחבר, און אפי׳ די פרויען וואס גייען מיט שפיצלעך טוהן נישט ווי די מחבר און גייען נאר מיט איין כיסוי נישט מיט קיין רדיד, און די זעלבע וועג ווי אזוי מען וועט אפלערנען די סיבה פון שבפני כיסויים און בבלי וועט זיין די זעלבע בנוגע קפליטין אינעם ירושלמי.

דאס איז אלץ אויב מען לערענט אז דער קפליטין פונעם ירושלמי מיינט א מטפחת, אבער אויב מען לערענט אזוי ווי דער ספר הערוך אז עס מיינט א פאה נכרית, דארף מען קודם געבן א קוק וואס דער ערוך שרייבט ביי ערך פאה, ער שרייבט דארט אז די פאה נכרית וואס די גמרא רעדט וועגן איז נישט קיין גאנצע צודעק און לויט דעם האט דאס גארנישט מיט די היינטיגע פאה נכרית, און לויט דעם איז די הסבר פונעם ירושלמי אזוי ווי די וואס לערנען אז קלתה איז נישט קיין גאנצע צודעק און וועגן דעם דארף מען טאקע א רדיד, אבער אונזער שייטלעך אוז דאך יא א גאנצע צודעק האט דאס גארנישט מיטן ירושלמי.
און אפי׳ מוועט יא וועלן לערנען אז די ירושלמי רעדט יא פון א גאנצע פאה נכרית אזוי ווי מיר גייען היינט, וועט די סיבות האיסור זיין די זעלבע ווי דער באר שבע לערענט אפ קלתה, דהיינו אז אפי׳ עס דעקט צו די גאנצע קאפ דארף מען נאכאלץ שני כיסויים, און אזוי אונזער מנהג האט זיך געטוישט און מיר אלע גייען שוין נישט מיט שני כיסויים קען מען מער נישט ניצן דער ירושלמי.

און עס פאסט אנצומערקן אז דער שטיקל אינעם ספר הערוך אויף קפליטין איז נישט פונעם ערוך אליין נאר פונעם בעל מוסיף הערוך הרב בנימין מוספיא וואס איז געווען א אחרון און זיין חיבור איז ערשט געדריקט געווארן שנת תט״ו אין אמסטרדם.

האבן מיר אויפגעוויזען אז דער ירושלמי וואס הקטן צייכענט אן איז בכלל נישט קיין קשיא אויף די וואס זענען מתיר צו גיין מיט א שייטל.
זונטאג מאי 10, 2020 11:37 pm#448316
איז פארהאן ערגעץ וואו מען קען געפינען וואו פרויען דיסקוסירן מענער הוטן? אדער איז דאס שמועסן פון דעם אנדערען זשענדער׳ס קליידונג אן עקסקלוסיווער רעכט פאר מענער?
זונטאג מאי 10, 2020 11:39 pm#448317
שפיצלעך מיט קאראנע
פיש כאפער האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ וואו מען קען געפינען וואו פרויען דיסקוסירן מענער הוטן? אדער איז דאס שמועסן פון דעם אנדערען זשענדער׳ס קליידונג אן עקסקלוסיווער רעכט פאר מענער?
ניין יעדער מעג רעדן וועגן סיי וועם, נאר דאס איז א פארום פון מענער.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 11:58 pm#448320
אין ספרים/ הלכה איז דא ווי מען רעדט בכלל פון מענערישע בגדים?
מאנטאג מאי 11, 2020 12:05 am#448321
בת קול האט געשריבן:אין ספרים/ הלכה איז דא ווי מען רעדט בכלל פון מענערישע בגדים?

אז מען רעדט דא בנוגע דעם ענין פון כיסוי הראש פון א אשה, האסטו דא א תשובה בנוגע דעם ענין פון כיסוי הראש סיי ביי מענער און סיי ביי פרויען:
מאנטאג מאי 11, 2020 12:05 am#448322
שפיצלעך מיט קאראנע
אישתישבי האט געשריבן:איך געדענק נאכהערען פין גרויסע רבי'ס אז אזעלכע שינויים מאכט מען בעת שמחה ווען מען מאכט חתונה בר מצוה אדער מען האט א קינד, נישט בעת מער.

אמאהל האט איינער אהן א בארד פארלוירען א קינד און ער האט געלאזט די בארד וואקסן מחמת אבילות, נאך די אבילות האט ער געוואלט לאזן די בארד, האט אים דער רבי געהייסן ער זאל אנשניידען דער בארד, און עס לאזן וואקסן בעת שמחה.

פארוואס? ווייל ווען ער וועט קוקען אויף דער בארד וועט עס אים דערמאנען פין זיין אבילות, און פקודי משמחי לב שטייט.

טאמער איינער ווייסט דער נאמען פין דער רבי, ווער ער געבעטן זיך אנצורופן.

מן הסתם די איז עס געווען די רעבע זכיתו יאוגן אוליינו

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 11, 2020 12:07 am#448323
חוקר ודורש האט געשריבן:
פיש כאפער האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ וואו מען קען געפינען וואו פרויען דיסקוסירן מענער הוטן? אדער איז דאס שמועסן פון דעם אנדערען זשענדער׳ס קליידונג אן עקסקלוסיווער רעכט פאר מענער?
ניין יעדער מעג רעדן וועגן סיי וועם, נאר דאס איז א פארום פאר מענער.

Sent from my iPhone using Tapatalk

זענען די גבאים אויפמערקזאמט געווארן פון די נייע תקנה?
מאנטאג מאי 11, 2020 12:11 am#448324
Re: שפיצלעך מיט קאראנע
פיש כאפער האט געשריבן:

כ׳האב נאכנישט געטראפען קיין איין פרויערישע ניק...

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 11, 2020 12:21 am#448326

אנטשולדיגט.
מאנטאג מאי 11, 2020 12:23 am#448327
Re: שפיצלעך מיט קאראנע
איך דארף אנמערקען אז דאס וואס איך שרייב אז דער פארום איז פאר מענער, איז סארקאסטיש געשריבען צו אפענטפערן פיש כאפער׳ס תגובה, אבער למען האמת ווייס איך נישט פון אזא תקנה אז דער פארום איז בלויז פאר מענער, און קען טאקע זיין אז עס דרייען זיך דא פרויען אויך, נאר זיי פילען זיך נישט באקוועם מיט א פרויערישע ניק.

Sent from my iPhone using Tapatalk