Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן

פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13819
פרייטאג מאי 08, 2020 1:59 pm#448149
פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן
נאך בארא פארק, וויליאמסבורג, פלעטבוש, וכו' איז יעצט די רייע פאר לאנדאן פאר א פייערדיגע עירוב מערכה. די וואך איז אויפגעשטעלט א עירוב, און הרב פאדווא איז דערקעגן, און פארשטייט זיך די פרומע ציבור שטעלט זיך צו צו די מערכה אז די עירוב איז פסול און ווער עס טראגט איז א מחלל שבת.
פרייטאג מאי 08, 2020 2:15 pm#448152
חתם סופר: כ'האף אז מיט די אלע נאכווייען פון דעם וויליאמסבורגע עירוב. די נאכשרייענישן און שימפן און מעשים מכוערים שאי אפשר לפורטם דורך חסיד'ישע בחורים אויף ---...! וואס איז די מעשים בכל שבת בשבתו...! ווייל זיי זענען דאך פון די זעלבע פארטיי...!
פרייטאג מאי 08, 2020 3:05 pm#448155
חתם סופר האט געשריבן:נאך בארא פארק, וויליאמסבורג, פלעטבוש, וכו' איז יעצט די רייע פאר לאנדאן פאר א פייערדיגע עירוב מערכה. די וואך איז אויפגעשטעלט א עירוב, און הרב פאדווא איז דערקעגן, און פארשטייט זיך די פרומע ציבור שטעלט זיך צו צו די מערכה אז די עירוב איז פסול און ווער עס טראגט איז א מחלל שבת.

די מחלוקה איז שוין א לאנגע צייט אין קראפט, כ'מיין אז די בעלזע חסידים ווילן עס האבן און די סאטמארע חסידים לייגן דרוק אויף הרב פאדווא.
פרייטאג מאי 08, 2020 4:34 pm#448163
איך בין מוחה!
לאנדאן האט שוין געהאט אן עירוב מחלוקת מיט אכצן יאר צוריק, מיט בריוון און פסקים.
יא, פאר סטעמפארד היל האט זיך עס יעצט אויפגעפלאקערט. אבער סטעמפארד הילל איז ניטש גאנץ לאנדאן
פרייטאג מאי 08, 2020 5:26 pm#448165
איז דארט די זעלבע סארט מחלוקת ווי דא?

לאנדאן איז א אלטע שטאט, איז נישט געוועהן קיין עירוב דארט אמאהל?
פרייטאג מאי 08, 2020 6:02 pm#448166
די חרדישע געגענט איז נישט אזוי אלט, סטעמפארד היל האט אנגעהויבן פאר די קריג, הרב אברמסקי האט געוואוינט דארט (אפשר נאר נאכ'ן קריג, ער האט געדאווענט אין די גרויסע שול וואס באבוב האט שפעטער אפגעקויפט) און נאך. אן עירוב איז אבער נישט געווען.

אין די אלטע געגענט דמתקריא 'איסט ענד', האט מען געוואלט אויפשטעלן אן עירוב, וליתר דיוק, האט הרב שאפאטשניק (איך האב אים שוין דערמאנט דא און מ'קען ווייטער ליינען דא וועגן אים) געוואלט אויפשטעלן אן עירוב דארט. הרב חיים עוזר גראדזינסקי האט א שארפן בריוו קעגן אים, ווי ער באטיטלט אים אלס א מטורף און הייסט מ'זאל נישט מאכן קיין מחלוקת מיט אים, נאר מפרסם זיין אז אין לאנדאן טאר מען נישט טראגן.

כמעט אלע רבנים אין גאלדערס גרין זענען געווען קעגן די עירוב דארט, און זיכער די עלטערע. נאר הרב עהרענטרייא איז געווען בעד, און דער (שפעטערדיגע) סאדיגערער רבי האט מיטגעשטימט, מיט אפשר נאך איין רב. הרב פנחס ראבערטס און להבחל"ח הרב חיים פלדמן זצ"ל און נאך עלטערע רבנים, זענען אלע געווען שטארק קעגן. עס איז דארט אן אנדערע מציאות ווי ברוקלין, מחמת כמה טעמים. אבער עכ"פ אזוי איז געווען דארט.
Eiruv Letter Full.pdf
(262.89 KiB) אראפגעלאדנט 38 מאל

גראדע, לדעתי דאס אליינס אז אזויפיל חשוב'ע רבנים האבן דארט געוואוינט און נידט געמאכט קיין עירוב, אן קיין טרור אדער מחלוקת, איז אליינס א ראיה אז מ'זאל דאס נישט טון, אבער ווער פרעגט מיר? עס זעט אויס א קהלה ענין דארט' ווי מענטשן פאדערן בעלות אויף א קהלה, זה בכה וזה בכה, און שבת איז א קרבן אין דערמיט.
פרייטאג מאי 08, 2020 6:17 pm#448169
.
פרייטאג מאי 08, 2020 6:32 pm#448175
Re: פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן
איינער קען אריינקומען מיט דעטאלן, וואס גייט פאר?
ווער האט עס אויפגעשטעלט?
דינסטאג מאי 12, 2020 2:33 pm#448464
חיים שאולזאהן אין זיין בלוג:

''הסטוריה בסטמפורד היל יש עירוב! כדתיא נתן הכשר על זה זה רעידת אדמה''.

איז עס ריכטיג לאנדאנער אידען וועקטס אייך אויף, קימטס אריין ביטע מיט דעטאלן.
דינסטאג מאי 12, 2020 2:36 pm#448465
Re: פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן
שווער צו גלייבן, דער אלטע רב האט דאך געפירט א מערכה מיט דעם. סיידן אויב מען וועט אננעמען אז זייט קאראנא פייפט מען אריין אין שטאטס רב.
דינסטאג מאי 12, 2020 4:35 pm#448474
מ'האלט גאנץ ווייט פון א ישועה און אויף דערווייל איז עס מער סימבאליש ווי אקטועל.

בקיצור נמרץ, דער צפון זייט פון דעם יידישן יישוב פון סטאמפארד היל ענדיגט זיך ביי דעם דרום זייט פון א געגנט וואס הייסט טאטענהאם (באקאנט פאר חובבי פוסבאל). דער יידישער טאטענהאם חלק האט א טייך פון מזרח זייט, און באן שינעס פון צפון, ממילא איז דארט אביסל לייכטער צו מאכן אן עירוב וויבאלד ס'האט שוין מחיצות אויף צוויי זייטן.

איצט דארף מען פארשטיין, אז כאטש כדתיא ובראשה רב פדווא זענען שטארק קעגן אן עירוב אין לאנדאן, מחמת הלכה, סאציאלע סיבות און אויך ווייל דאס איז געווארן א סימבאל פון זייער מאכט, אעפ"כ זענען למעשה יא דא עירובין דא און דארט פון איינס אדער צוויי געסלעך. די עירובין זענען נישט ממש מיט אן אפיציעלן כדתיא הכשר אבער דאך זענען זיי מיט זייער הסכמה. אין טאטענהאם אליין זענען אויך שוין געווען קליינע שטחים מיט אן עירוב.

דער פארלאנג אין שטאט פאר אן עירוב האלט אין איין שטערקער ווערן וויבאלד דער עולם וואקסט און אויך כמעט יעדער יישוב אין דער וועלט האט היינט אן עירוב ולמה נגרע. כדתיא איז ווייט פון פאפולאר און רב פדווא אליין איז אויך קיינמאל נישט געווען צו באליבט, נאר ווילאנג ער איז געווען ביי די כוחות האט ער עס נישט צוגעלאזט און מען האט געפאלגט. פאר אפאר יאר האבן די בעלזער געוואלט מאכן אן עירוב, און אן אנדערע מאל האט מילך שווארץ פרובירט ולא עלתה בידם.

איצט מיט דער לאקדאון איז געוואקסן א דריקונג אז שבת זאל מען קענען ארויסגיין אביסל זיך אויסלופטערן וכדומה. אין דער זומער זענען שבתים אויך גאר לאנג וואס מאכט עס נאך שווערער. זענען געגאנגען אפאר יחידים און פארברייטערט דער טאטענהעמער עירוב וואס עגזיסטירט שוין אויף נאך אפאר געסלעך. צום ערשט האבן זיי זיך געוואנדען צו כדתיא און מען האט זיי דוחה געווען בלך ושוב. האבן זיי באשלאסן אליין צו מאכן אן עירוב. פאר א רב אויפן פלאץ האבן זיי איינער ר' משה שלעזינגער (א זון פון ר' אליקים) וואס האט זיי מחזק געווען (און אויך סותם געווען דער מויל פון די קנאים וויבאלד ער איז א שלעזינגער) און פאר א רב המכשיר האבן זיי אימפארטירט ר' הערשל האגער, א חסיד'ישער גאלדערס גרינ'ער רב וואס איז א מומחה אין עניני עירובין. די כדתיא רבנים און ראשי הקהילה האבן געזיט נאר וויבאלד רב פדווא איז עבר ובטל זענען זיי לעת עתה שוואך.

און דעם פארגאנגעם שבת האבן זיי געזיגט אז דער עירוב איז געגאנגען "לייוו" ואין פוצה פה. כדתיא האבן געשוויגן און דער עולם האט געטראגן און שטארק אפלאדירט די עסקנים. איצט הייסט עס אז כדתיא וועלן מאכן "הידורים" ובעל כרחם יענו אמן.

למעשה איז עס אבער מער סימבאליש ווייל עס דעקט מן הסתם ווייניגער ווי צען פראצענט פון דעם יידישן סטאמפארד היל געגנט און צו דעקן דער גאנצער געגנט דארף מען איבערקומען גאר אסאך שוועריקייטן, מיט די רשויות און אויך מיט הלכה און אויך כדתיא. עס איז אבער דאך א שטארקער נצחון וויבאלד כדתיא און רב פדווא האבן געמאכט פון דעם איסור פאר אן עירוב א פרינציפ און סימבאל פון זייער מאכט און דאס האט מען דורכגעבראכן. דער האפענונג איז אז נאך און נאך געסער וועלן פארלאנגען אריינצוקומען אין דעם עירוב און אז מען וועט עס פארברייטערן אויף ווייטער ביז מיט דער צייט וועט עס דעקן דעם גאנצן סטאמפארד היל געגנט.
דינסטאג מאי 12, 2020 4:49 pm#448476
הרב הערשל הגר איז אן איידעם ביי להבחל״ח הרב מנשה קליין זצ״ל, און א זון פון הרב גרשון פון ג.ג..

די שלעזינגערס ווערן נישט פאררעכנט ווי קנאים ווי איידער פאליטישע פיגורן, וואס האבן חשבונות על גבי חשבונות וויאזוי זאכן ווערן ריכטיג אדער נישט ריכטיג. הרב אליקים האט פראבירט זיך אנצונעמן פאר דיין דוננער אז ער זאל ירשנ׳ן זיין טאטענ׳ס פאסטן, און יעדער האט געגלויבט אז עס איז בנצי׳ס געלט וואס רעדט דארט, און אלע האבן אים אויסגעלאכט.
דינסטאג מאי 12, 2020 10:47 pm#448502
יעצט האבן זיי דעם סאטמאר רב ר'משה מנחם וואס דאכציך מיר האט ער מתיר געווען די עירוב אין בארא פארק
מיטוואך מאי 13, 2020 2:05 am#448511
קאצקע ציקער: ווייל אין יענע תקופה האט הרב משה מנחם ווייס שליט"א, אלס פאפא'ער מער נוטה געווען צו הרב ר' יחזקאל ראטה, ר' חיים לייב כ"ץ און ר' פישעלע הערשקאוויטש ז"ל. ווייל די שיטת פון סאטמאר און פאפא זענען אין רוב פעלער נישט עולה געווען בקנה אחד...!
מיטוואך מאי 13, 2020 2:20 am#448512
קאצקע ציקער האט געשריבן:יעצט האבן זיי דעם סאטמאר רב ר'משה מנחם וואס דאכציך מיר האט ער מתיר געווען די עירוב אין בארא פארק

ער איז זייער שטיל און האט נאכנישט געמאכט א רושם אויף דער שטאט.
מיטוואך מאי 13, 2020 3:40 pm#448549
א היינטיגן בריוו
IMG-20200513-WA0014.jpg
מיטוואך מאי 13, 2020 9:09 pm#448576
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גראדע, לדעתי דאס אליינס אז אזויפיל חשוב'ע רבנים האבן דארט געוואוינט און נידט געמאכט קיין עירוב, אן קיין טרור אדער מחלוקת, איז אליינס א ראיה אז מ'זאל דאס נישט טון, אבער ווער פרעגט מיר? עס זעט אויס א קהלה ענין דארט' ווי מענטשן פאדערן בעלות אויף א קהלה, זה בכה וזה בכה, און שבת איז א קרבן אין דערמיט.


דאס איז די זעלבע אויסגעדראשענע טענה ווי אין וומסב"ג און ס'איז צייט צו ענדיגן מיט די שטותים! ס'דא אסאך זאכן וואס פעלט פאר לאנדאן און פאר וומסב"ג און די גאונים וצדיקים האבן געלעבט אין די ביידע פלעצער.

ס'דרייען זיך היינט ארום א אינגעלייט ווואס מיט 15 יאר צוריק האבן זיי נאכגעשריבן מענטשן וואס האבן זיך באנוצט מיטן עירוב אין וומסב"ג, און כהיום וואוינען זיי אויפן 8טן שטאק אין א דריי בעדרום דירה, און וואונדערן זיך יעדן זומעריגן שבת מיטאג, פארוואס זאל נישט זיין קיין עירוב, עס הייבט זיי אן אויפקומען אלע פאנטאזיעס וואס די הערשן קלאר קליקע האט זיי דאן פארקויפט, ס'ערשטע אז ס'איז א רשות הרבים, און עס וואונדערט זיי איז אין קראקא און אין ווארשא נישט געווען קיין עירובין? ווי איז דען נישט געווען קיין עירוב? איז אין ירושלים נישטא קיין עירוב? דאן קומט ארויף די אומבאשטעטיגטע אז די רבי האט נישט געהאלטן פון קיין עירוב, און דער אינגעמאן טראכט צו זיך לאמיר זאגן אז ער האט נישט געהאלטן, נו אשר על כן איז וואס? איז ער דען גרעסער פון שלמה המלך? פלאנט סאטמאר ארויסצוקומען מיט א נייע מסכת עירובין?

איך בין משער אז ווען נישט עס וואלט דעמאלטס געוועהן אזא היציגע מערכה וואלטן רוב פון די וויליאמסבורגע רבנים אליין געטראגן היינט אין וויליאמסבורג. און וואלטן אפשר געמאכט א זעהבארע עירוב מזאל זיך קענען פארלאזן דערויף
מיטוואך מאי 13, 2020 10:05 pm#448577
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, האסט עפעס געטענה'ט צו מיר? איך האב נישט קיין מיינונג אויף די עצם עירוב. אבער א ציבור זאך דארף בלייבן אין די הענט פון די ציבור, און די פארטרעטערס פון די צבור דארפן זיין די רבנים.

געדענק אז לאנדאן איז נישט ווסמב"ג, דארט איז דא א קהלה, און מיט אלע טענות וואס מ'האט אויף זיי, איז ווסמב"ג נישט קיין פארגלייך.
מיטוואך מאי 13, 2020 10:11 pm#448578
Re: פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: א ציבור זאך דארף בלייבן אין די הענט פון די ציבור, און די פארטרעטערס פון די צבור דארפן זיין די רבנים.


יא אבער אין די האנט פון די יעציגע רבנים!
מ'קען נישט בלייגן פארהאקט ווייל א פריערדיגע רב האט נישט אזוי געטון (מילא ווען ער אסר'ט במפורש, אבער דאס איז דאך אויך נישטא).
דאנערשטאג מאי 14, 2020 12:15 am#448581
פאליטיקאנט האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: א ציבור זאך דארף בלייבן אין די הענט פון די ציבור, און די פארטרעטערס פון די צבור דארפן זיין די רבנים.


יא אבער אין די האנט פון די יעציגע רבנים!
מ'קען נישט בלייגן פארהאקט ווייל א פריערדיגע רב האט נישט אזוי געטון (מילא ווען ער אסר'ט במפורש, אבער דאס איז דאך אויך נישטא).[/quote

דער חשב האפוד האט במפורש געאסערט...
עס איז דא 2 בריעוו לאיסור
דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:06 am#448594
eruvonline.blogspot.com/
ער זאגט ער וועט האבן פרישע סחורה דערוועגן


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גראדע, לדעתי דאס אליינס אז אזויפיל חשוב'ע רבנים האבן דארט געוואוינט און נידט געמאכט קיין עירוב, אן קיין טרור אדער מחלוקת, איז אליינס א ראיה אז מ'זאל דאס נישט טון, אבער ווער פרעגט מיר? עס זעט אויס א קהלה ענין דארט' ווי מענטשן פאדערן בעלות אויף א קהלה, זה בכה וזה בכה, און שבת איז א קרבן אין דערמיט.

שיטת החכם צבי, הבית אפרים, והמהר"י אסאד – לענין לונדון
opinion-of-chacham-tzvi-bais-ephraim.html

שיטת האהל יעקב לענין לונדון
opinion-of-ohel-yaakov-regarding-london




A Critical Analysis of the London Anti-Eruv Kuntres: Part 1
critical-analysis-of-london-anti-eruv

eruv-hamehudar-in-nw-london

-jewish-tribunes-argument-against
דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:58 am#448599
ר' חיים עוזר ווערט דארט דערמאנט?!

למעשה, אלע מראה מקומות זענען גוט אין ביהמ"ד. דאס האט גארנישט מיט די מהלך וויאזוי קהלות ארבעטן, און עירוב איז א ציבורישע זאך, נישט קיין יחיד'ס. די מאדערנע בלאגגער ערשיינונג האט נישט דא וואס אריין צו רעדן. נאר אין די ערטער ווי קיין קהלות זענען נישט פארהאנן (דאס מיינט נישט א פלאטץ וואס איז פארוואנדעלט אין א נכסי הפרט, דאס מיינט טרור, נישט קהלה), האט מען גארנישט מער ווי יחידים, און אזא פנים האט עס.

איך מיין יעדער וואלט פארשטאנען אז טאמער איינער וואלט געקומען אין וואלאזין זעלבסט, און אויפגעשטעלט אן עירוב געבויט אויף דער בית אפרים, וואלט עס געווען א חוצפה נוראה, אזוי אויך דארף מען פארשטיין וויאזוי זאכן גיין אין די סארט שטעט ווי א קהלה אפאראט עגזיסטירט נאך.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:40 pm#448622
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ר' חיים עוזר ווערט דארט דערמאנט?!

... אודות תיקון עירובין בפריז ... באתי בדברים בענין זה עם א' הרבנים הגדולים בעירנו משגיח על העירובין פה ועם הרב הגאון מוה"ר אברהם ישעי' קרליץ שליט"א בבני ברק בעמח"ס "חזון איש", ואת אשר החלטנו אודיע למעכ"ת. והנה בודאי נראה שפריז היא רה"ר גמורה מה"ת ... אולם מעכ"ת כתב דבפריז ישנן ג' מחיצות מה"ת בכל ג' רוחות וגם ברוח הרביעית יש מחיצה בערך שליש, א"כ לפי זה אין להעיר פריז דין רה"ר מה"ת לכו"ע. והגם שיש פרצות ע"י הגשרים העוברים את הנהר, מכ"מ אין הם אוסרות מה"ת, כיון שהעומד מרובה על הפרוץ, ורק מדרבנן אוסרת כל פרצה ביותר מי' אמות, וא"כ בודאי שיכולים לתקן כל פרצות אלו בצוה"פ."
(שו"ת אחיעזר ח"ד ס"ח)



ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:למעשה, אלע מראה מקומות זענען גוט אין ביהמ"ד. דאס האט גארנישט מיט די מהלך וויאזוי קהלות ארבעטן, און עירוב איז א ציבורישע זאך, נישט קיין יחיד'ס.

אזוי ווילסטו

... בני מבוי כופין זה את זה, ואפילו המיעוט כופין את המרובין, לעשות לחי או קורה, להתיר לטלטל בשבת כמו שכתב באו"ח סימן שס"ב, ובמבוי מפולש, כופין על עשיית צורת הפתח כמו שכתב שם בסימן שס"ג. ויש להסתפק בזמן הזה שמערבין הערים בצורת הפתח אף שהם רחבים ט"ז אמה, ואין בה ס' רבוא, על פי הכרעת רבינו הרמ"א שם, והרבה פוסקים חולקים על זה, אם יכול אחד לומר, לא אתן חלק בזה כי אני חושש להפוסקים האוסרים.

ויראה לי, דמכל מקום צריך ליתן אף זה שאין צריך לה. כמו כן בזה יכולים לומר לו, אף שאתה מחמיר על עצמך, מכל מקום לתקנת העיר אתה מוכרח ליתן, ואינו יכול לומר קים לי כהפוסקים האוסרין, כיון שכבר נתפשט ההיתר על פי הכרעת הרמ"א, אין שום אדם יכול לומר קים לי. ועשיית עירוב הוא מצוה כדמוכח בש"ס [עירובין ס"ח]."
(ערוך השלחן, חו"מ סימן קס"ב א)
דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:10 pm#448625
איך האב געמיינט מ׳רעדט דא פון לאנדאן, נישט פאריז. רח״ע האט א בריון וועגן לאנדאן.

עכ״פ, דיין ערוך השלחן איז סתם געווארפן זאמד. מ׳רעדט דא נישט פון א רוב און א מיעוט, וואס דער וויל און וואס יענער וויל. מ׳רעדט דא פון א הלכה שאלה, און א הלכה פאר די רבים ווערט געפסקנ׳ט פון אן אטאריטעט וואס דער רבים האט אויפגענומען, נישט סתם יחידים, ופשוט.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:17 pm#448626
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳רעדט דא פון א הלכה שאלה, און א הלכה פאר די רבים??? ווערט געפסקנ׳ט פון אן אטאריטעט וואס דער רבים האט אויפגענומען, נישט סתם יחידים, ופשוט.

קיינער צווינגט נישט דעם רבים צי טראגן, ופשוט.


פין וואו נעמסטו דיין "יסוד"?!?
באותן עיירות שאין שם עירובין עדיין, יתעוררו הבעלי בתים בהתעוררות רב שיהיה להם עירובין בהכשר.
הנהגת אדם מהחמדת שלמה והרה"ק ר' יצחק מווארקי ועוד רבנים, ונדפס בשו"ת חמדת שלמה עמוד סא אות ה
דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:56 pm#448631
eruvonline.blogspot.com/
ער זאגט ער וועט האבן פרישע סחורה בנוגע לאנדן


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גראדע, לדעתי דאס אליינס אז אזויפיל חשוב'ע רבנים האבן דארט געוואוינט און נידט געמאכט קיין עירוב, אן קיין טרור אדער מחלוקת, איז אליינס א ראיה אז מ'זאל דאס נישט טון, אבער ווער פרעגט מיר?


ע"ד שאלתו אם כדאי לתקן עירוב בעיר שלא הורגלה בזה, לא אדע מה זו שאלה, כי לא רק רשות וכדאי הדבר, אלא חובה גמורה היא
שו"ת זקן אהרן ח"א סימן כו:


שיטת החכם צבי, הבית אפרים, והמהר"י אסאד – לענין לונדון
opinion-of-chacham-tzvi-bais-ephraim.html

שיטת האהל יעקב לענין לונדון
opinion-of-ohel-yaakov-regarding-london




A Critical Analysis of the London Anti-Eruv Kuntres: Part 1
critical-analysis-of-london-anti-eruv

eruv-hamehudar-in-nw-london

-jewish-tribunes-argument-against]
דאנערשטאג מאי 14, 2020 7:38 pm#448632
איך זעי אז דו ביסט א חלק פון א מערכה ,אפשר גאר אן אלטן. וויבאלד איך האב מיט יענער מערכה גארנישט, האבען דיין טענות גארנישט מיט מיר. איך האב מעורר געווען עפעס וואס גילט אין אלע הלכות, אז די רבים׳ס הלכות טארן נישט פארוואנדעלט ווערן אין א יחיד׳ס. א יחיד טאר נישט עפענען א חדר טאמער דער רבים׳ס חדר וועט שאדן האבען, און א יחיד קען נישט זאגען ״איך וויל מחמיר/מקיל זיין אויף די דארט מקוה ווען די מקוה פון די ציבור וועט ווערן אפעקטירט.

געוויסע זאכן באלאנגן צום ציבור און געוויסע צום יחיד, און דער חילוק איז גאנץ פשוט. היינטיגע צייטן האט מען אלסדינג פארדרייט, און מוסדות באלאנגן צום יחיד, און מיין פריוואטע דף גמרא, צו סעלפאון, צו באקליידערונג, איז נכסי ציבור.
פרייטאג מאי 15, 2020 4:12 am#448658
Re: פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן
ליטוואק לויט ווי איך פארשטיי איז דאס גילטיק נאר ביי א שטאט מיט א תורה'דיגע אויטאריטעט ד.ה. א רב פון שטאט (אזויווי אלע אלטע שטעט אינדערהיים אדער ווי לאנדאן / אנטווערפן היינט) אבער נייע היינטיגע שטעט מיט א געמיש פון קהילות איז עס אויך שייך צו זאגן (הלכה'דיג)??

ווער איז די רבים?
און אויב עס איז נישטא א שטאטס רב קען יעדער יעדער חסיד זאגן איך טו ווי מיין רבי האט געהייסן (נישט אז ווען עס איז יא דא א מרא דאתרא זאגט מען נישט אזוי....)?!!?
פרייטאג מאי 15, 2020 6:28 am#448670
לדעתי, האט דער עירוב סומאטוכע דעמאלס אין ברוקלין באוויזען וואס א שטאט ליידט ווען עס האט נישט קיין עמטליכע פירערשאפט, נאר עד האק.

וואס וואלט מען געדארפט טון אין ברוקלין? לכאורה אנהויבען מיט עפעס א קאנצעזוס פון די אנגעזע'ענער, אויפגענומענער רבנים (נישט דער וואס האט זיך געמאכט א שטיבל אין שטוב און צוזאמען געקלויבען מענטשן), און פון דארט און ווייטער זען וויאזוי דער הלכה'דיגע ציבור פארשטייט, נישט מיט דעת בעלי בתים, און נישט מיט קונטרסים'לעך און נישט מיט פלאקארטן. אוודאי וואלט מען געמוזט אריין נעמען אין חשבון די מיינונג פון די פריערדיגע דור פון רבנים און ת"ח וואס האבען געוואוינט דארט, און אזוי מחליט זיין. נאר מה נעשה אז עס איז שוין דא טרור פון מענטשן וואס זענען נישט קיין רבנים און נישט ראוי צו זיין רבנים און ממילא איז די גאנצע זאך געווען צופארן. דער עיקר לעקציע איז וואס קומט ארויס פון די מהלך פון טרור וכדו', אז יעדער חלק פון אידישקייט ווערט צופרן און פארדרייט, אלע הלכות ווערן אפגעהאקט פון זייער מקור, ווערענדיג פארוואנדעלט אין א פאליטיק און א דעת בעלי בתים.
פרייטאג מאי 15, 2020 9:44 am#448674
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז געווען א תקופה פון ווען מ' האט געמאכט, אדער געוואלט מאכן אן עירוב אין בארא פארק. מיט א פופצן יאר פריער ווי דער איצטיגער עירוב. כ'מיין אז דער ראצפערטער רב/רבי איז געשטאנען אונטער דעם. ס'איז נישט ארויס מכח אל הפועל, ווייל זייער א חשוב'ער רב האט אויסגעדרוקט זיין התנגדות צו דעם עירוב. נישט מצד ההלכה. נאר אז ס'וועט שאטן אין שמירת שבת פון די דאמאלס'דיגע אידישע באפעלקערונג פון בארא פארק.

דער חשוב'ער רב איז געווען הרב ר' משה ביק ז"ל. ער האט געטענה'ט אז א טייל פון די דאמאלס'דיגע איינוואוינערס וואלטן געגאנגען שאפינג אום שב"ק מיט קרעדיט קארדס. אויב זיי וואלטן געמעגט טראגן מיט אן עירוב.

מ'וואלט איהם אין אמת'ן געדארפט באשרייבן אין אנשי שם. א איד א פיקח עצום. און גרויס אין מדת ענוה. ר'האט געלעבט זייער פשוט. בשעת ער האט געהאט א פארמעגליכע קהילה.
פרייטאג מאי 15, 2020 3:33 pm#448704
Re: פרישע עירוב מערכה אין לאנדאן
ליטוואק: אבער איינמאל מען האט נישט אן עמטליכע תורה פירערשאפט, דאן קען מען שוין נישט מאכן אויף א נארמאלע סדר, ווייל אלס וועט זיין עפעס א רבי /רב מיט אנהענגער וואס וועלן האלטן אנדערש און אויסקלאפן בפומבי זייער דעה....
פרייטאג מאי 15, 2020 4:30 pm#448712
איך האב גערעדט פון לאנדאן, נישט ב.פ.. איך ווייס נישט וואס זיי וואלטן געדארפט צוטון. איך בין דעמאלס געווען א בחור ביי די צוואנציג אין סאוטה פאלסבערג ישיבה, איך האב נישט מיטגעהאלטן מער ווי די פאר דזשאוקס וואס זענען דארט אנגעקומן
מיטוואך מאי 27, 2020 6:05 am#449749
.
מוצ"ש מאי 30, 2020 10:55 pm#449878
אין לאנדאן זאגט מען אז קאוויד-86 האלט אפ דעם נייען עירוב.