Under maintenance
הויפט זייט » לייקס פון עולם העליון

לייקס פון עולם העליון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13836
מאנטאג מאי 18, 2020 8:46 am#448853
לייקס פון עולם העליון
איך האב יעצט באמערקט אז איך האב באקומען א לייק פון... (דראמראלס, ביטע) ATUB @יידל ATUB !

יא, החכם הגדול יידל, פון די אמאליגע לייבן דא אין קאווע שטיבל, איז אראפגעקומען פון עולם העליון און מיך דערלאנגט א לייק אויף מיין אשכול "מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!"

לכבוד מיין שמחה, עפן איך דעם אשכול צו אפצייכנען נאך אזעלכע געשעענישן, האפנטליך אסאך בקרוב.
מאנטאג מאי 18, 2020 9:07 am#448854
לייקס פון עולם העליון
ס׳קומט זיך דיר ערליך (און צו זאגן די אמת בין איך דיר מקנה מיט דעם אליין אויך...).

איך האב אויך געפיהלט די זעלבע ווען ATUB @געפילטע פיש ATUB , ATUB @פארוואס? ATUB , ATUB @מאראנצןזאפט ATUB און אנדערע האבן געלייקט זאכן וואס כ׳האב געשריבן.
מאנטאג מאי 18, 2020 9:11 am#448855
וואי! איך בין געווען דערשראקן אז אויף יענע וועלט קען מען נאר ליינען איי-וועלט :lol:
מאנטאג מאי 18, 2020 10:19 am#448862
במדבר האט געשריבן:וואי! איך בין געווען דערשראקן אז אויף יענע וועלט קען מען נאר ליינען איי-וועלט :lol:

ווענד זיך וואו, אין גן עדן אדער..
מאנטאג מאי 18, 2020 2:42 pm#448884
במדבר: ייש"כ. איך האב נאר מורא געהאט פאר איין זאך. אז אין גן עדן וועלל איך (ח"ו) בליבן נאר מיט איי-וועלט. און די הנהלה וועט מעקן 99% פון מיינע תגובות. און מיך אליינס וועללן זיי ארויס ווארפן ווען זיי וועללן אויסגעפונען אז איך בין אן אהרוני און א ציוני...לאל...! אויך. ס'וועט זיין זייער באורינג צו זיצן מיט די שרייבערס און עדיטארס פונ'ם איד...!
מאנטאג מאי 18, 2020 2:47 pm#448885
העניך האט געשריבן:איך האב יעצט באמערקט אז איך האב באקומען א לייק פון... (דראמראלס, ביטע) @יידל!

יא, החכם הגדול יידל, פון די אמאליגע לייבן דא אין קאווע שטיבל, איז אראפגעקומען פון עולם העליון און מיך דערלאנגט א לייק אויף מיין אשכול "מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!"

לכבוד מיין שמחה, עפן איך דעם אשכול צו אפצייכנען נאך אזעלכע געשעענישן, האפנטליך אסאך בקרוב.

העניך: ערשטנס. פון וואו ווייסטו אז יידל איז נישט חי וקיים בתוכנו. ער איז אפשר מגולגל געווארן אין איינע פון די נייע צענדליגע ניקס...! צווייטנס. אונז האמיר ב"ה אריינבאקומען א סטאק פון עטליכע שפאגל נייע גאר אינטעליגענטע און געשמאקע ניקס. וואס ס'דערמאנט אונז א ביסל מעין פון די אלטע גוטע צייטן פון קאווע שטיבל...!
מאנטאג מאי 18, 2020 2:54 pm#448886
מי אני האט געשריבן:ס׳קומט זיך דיר ערליך (און צו זאגן די אמת בין איך דיר מקנה מיט דעם אליין אויך...).

איך האב אויך געפיהלט די זעלבע ווען @געפילטע פיש, @פארוואס?, @מאראנצןזאפט און אנדערע האבן געלייקט זאכן וואס כ׳האב געשריבן.

מי אני: איכ'ל נאר קאמענטירן אויף דיין חתימה. זיכער ווייסטו נישט אויב יאיר, אדער גאר דו זעלבסט עקזיסטיר'ט. ווייל דו האסט צופיהל געליינט ניטשע.( ז"ל). ווייל ניטשע האט צוערשט נישט געוואוסט צי ער עקזיסטירט אלס איד. שפעטער האט ער שוין נישט געוואוסט אויב ער עקזיסטירט, בכלל. אזוי ווי דער חכם מכל האדם שלמה המלך ע"ה האט געזאגט אין קוהלת..."יוסיף דעת, יוסיף מכאוב"...!
מאנטאג מאי 18, 2020 4:28 pm#448901
העניך האט געשריבן:איך האב יעצט באמערקט אז איך האב באקומען א לייק פון... (דראמראלס, ביטע) @יידל!

יא, החכם הגדול יידל, פון די אמאליגע לייבן דא אין קאווע שטיבל, איז אראפגעקומען פון עולם העליון און מיך דערלאנגט א לייק אויף מיין אשכול "מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!"

לכבוד מיין שמחה, עפן איך דעם אשכול צו אפצייכנען נאך אזעלכע געשעענישן, האפנטליך אסאך בקרוב.


יא, כ'האב אויך באמערקט די געוואלדיגע מאורע, און כ'האב אפילו גערעכנט צו עפענען אן אשכול דערוועגן, מיין קעפל וואלט געווען ווייניגער רחמנות'דיג, כ'וואלט גערופן דעם אשכול "יידל האט זיך מרחם געווען".
יעדן כאפט אמאל א הרהור תשובה און אין א גוטער מינוט פארגינט יידל צוצואווארפן א לייקל אדער צוויי. זאל עס אים גערעכנט ווערן ווי א מצוה.
מאנטאג מאי 18, 2020 10:11 pm#448924
יידל איז ווארשיינליך איינע פון די לאנדא שטודירטע קינדער, ובזה מיושב פון וואו זי קען אזוי סאך.
מאנטאג מאי 18, 2020 11:07 pm#448927
ישעיה האט געשריבן:יידל איז ווארשיינליך איינע פון די לאנדא שטודירטע קינדער, ובזה מיושב פון וואו זי קען אזוי סאך.

פאני וואס דו זאגסט אבער ס'שטימט נישט מיט די עידז...
מאנטאג מאי 18, 2020 11:45 pm#448929
מי אני האט געשריבן:ס׳קומט זיך דיר ערליך (און צו זאגן די אמת בין איך דיר מקנה מיט דעם אליין אויך...).

איך האב אויך געפיהלט די זעלבע ווען @געפילטע פיש, @פארוואס?, @מאראנצןזאפט און אנדערע האבן געלייקט זאכן וואס כ׳האב געשריבן.


עוֹדֶנִּי חַי עִמָּכֶם הַיּוֹם.
דינסטאג מאי 19, 2020 12:17 am#448931
Re: לייקס פון עולם העליון
ב״ה ולאורך ימים בע״ה (כ׳רעד אפילו אויך דא אין שטיבל). ATUB @געפילטע פיש ATUB איז אויך אביסל דא נאך.

איך רעד מער אין די תקופה ווען איך האב אנגעהויבן פּאָסטן.
דינסטאג מאי 19, 2020 12:55 am#448935
במדבר האט געשריבן:וואי! איך בין געווען דערשראקן אז אויף יענע וועלט קען מען נאר ליינען איי-וועלט :lol:

יושבי חושך?...
דינסטאג מאי 19, 2020 1:28 am#448936
.
דינסטאג מאי 19, 2020 3:19 pm#448994
דא האט ATUB @ישראל קאפקע ATUB זיך געלאזט גריסן פון א הויכן היכל.
דינסטאג מאי 19, 2020 9:40 pm#449042
העניך האט געשריבן:איך האב יעצט באמערקט אז איך האב באקומען א לייק פון... (דראמראלס, ביטע) @יידל!

יא, החכם הגדול יידל, פון די אמאליגע לייבן דא אין קאווע שטיבל, איז אראפגעקומען פון עולם העליון און מיך דערלאנגט א לייק אויף מיין אשכול "מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!"

לכבוד מיין שמחה, עפן איך דעם אשכול צו אפצייכנען נאך אזעלכע געשעענישן, האפנטליך אסאך בקרוב.
זעה איך אז ATUB @יידל ATUB איז נתרצה געווארן צו דיינע ווארעמע רייד, און אריינגעווארפן א תגובה