דינסטאג מאי 19, 2020 5:03 pm#449002
ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפערן
עס איז שוין כמה פעמים אויפגעברענגט געווארן די ביטערע וויי-געשריי וואס איז פארגעקומען אין די 11 שווארצע טעג פון י"ג אדר ביז כ"ג אדר, ולמספרם מערץ 9 ביז מערץ 19, ווען געפארפולע באשלוסן זענען געמאכט געווארן דורך די עומדים בראש וואס האבן ליידער מעגליך געקאסט נפשות יקרות מישראל.
עס איז שוין צייט אנצופאנגען מאכן א חשבון צי דער סכום קרבנות וואס די מגיפה האט אונז געקאסט איז טאקע העכער ווי די אלגעמיינע ניו-יארקער ציפערן, אדער צי דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט, און טראץ דער שרעקליכער אומ'אחריות פון רבנים און מנהיגים האבן מיר נישט געליטן מער ווי אנדערע.
ווי עס ווייסט יעדער האט די קאראנא מגיפה בעיקר אומגעברענגט עלטערע מענטשן פון 60 און עלטער. אינגערע האבן אויך געליטן, אבער די ערגסטע פארלוסטן זענען פארגעקומען ביי די זקנים. אויב זאל מען קוקן אויף וויפיל נפטרים עס זענען געווען אין א היימישן אידישן געגנט אלס א פראצענט פון דער גאנצער אידישער באפעלקערונג, וועט עס צייגן א בילד פון ווייניג קרבנות. און די סיבה איז פשוט: חסידישע אידן זענען קע"ה א פרוכטבאר פאלק, און די איבערוויגנדע מערהייט פון דער באפעלקערונג באשטייט פון יונגע מענטשן וועלכע האבן פיל ווייניגער געליטן פון דער מגיפה. צום ביישפיל, אין דער צייט וואס אין אמעריקע אין אלגעמיין איז פופציג פראצענט פון דער פאפולאציע אונטער 38 יאר אלט, האט קרית יואל א פאפולאציע וואס פופציג פראצענט איז אונטער 13! און דאס איז די אינגסטע פלאץ אין אמעריקע.
כדי צו באקומען א ריכטיגן בילד וואס עס האט זיך אפגעשפילט דארפן מיר קוקן בלויז אויף די עלטערע מענטשן, און זען וויפיל פון זיי עס זענען נעבעך אומגעקומען, און וויאזוי דאס פארגלייכט זיך צו דער אלגעמיינער ראטע פון ניו-יארקער איינוואוינער.
אוודאי וואלט דאס בעסטע געווען צו קוקן אויף די גרעסטע חסידישע מעטראפאלינען אין ניו-יארק, בארא פארק אין וויליאמסבורג, אבער דא עקא עס איז גאר שווער, אדער כמעט אוממעגליך, צו באקומען גענוי ציפערן וואס רעפלעקטירן דווקא די חסידישע איינוואוינער און נישט די ארומיגע איינוואוינער. געוויסע קלערן אז עס זענען פאראן "אידישע זיפקאודס", ווי 11211 אין וויליאמסבורג און 11219 אין בארא פארק, אבער ווען מ'קוקט אויף דער מאפע, זעט מען אז פאקטיש איז נישטא קיין איין זיפקאוד וואס איז גענצליך אינעם אידישן געגנט.
פאלגנד האבן מיר אויסגעשטעלט א זיפקאוד מאפע, און ארויפגעלייגט די עירובין פון וויליאמסבורג און בארא פארק, וואס גיט אונז אן אנדייטונג אויף די אידישע געגנטער, וויאזוי זיי שטעלן זיך אויס אויף די זיפקאודס. דאס ווייזט אונז די שוועריגקייט פון ציען מסקנות פון ציפערן וועלכע ווערן ארויסגעגעבן אויף זיפקאודס.
היות עס איז שווער צו באקומען גענוי ציפערן פאר בארא פארק און וויליאמסבורג, וועלן מיר מאכן דעם חשבון פאר קרית יואל, וואו דער צענזוס זאגט אונז וויפיל מענטשן עס וואוינען דארטן, און וויפיל פון יעדער יארגאנג-גרופע. אזוי אויך ווייסן מיר אז אלע איינוואוינער זענען חסידישע אידן. מיר האבן דא גענוצט די בעסטע ציפערן לויט אונזערע מעגליכקייטן. אויב איינער קען ברענגען בעסערע ציפערן וואס העלפן ווארפן מער ליכט אויף דער נושא, איז דאס אוודאי וועלקאם.
צו מאכן די חשבונות, זענען מיר געהאלפן געווארן דורך ידידינו היקר ATUB @יידל ATUB , אזוי אויך איז די מאפע דא אויבן מעשי ידיו להתפאר.
טראץ דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג ציילט די באפעלקערונג בלויז איינמאל אין צען יאר, גיט זי ארויס כסדר'דיגע שאצונגען באזירט אויף נאטירליכע וואוקס און היסטארישע ציפערן. די לעצטיגע נומערן וואס מיר האבן זענען פונעם "American Community Survey" פון 2018. לויט די צענזוס ציפערן, (זע דא) וואוינען אין קרית יואל צווישן 23,317 און 23,755 מענטשן. פון זיי זענען צווישן 555 און 849 העכער די זעכציג. צו פארגרינגערן אויפן חשבון וועלן מיר פשוט נוצן דעם מיטלסטן נומער, וואס איז 702.
וויפיל פון די ארום זיבן הונדערט עלטערע אידן וואלטן ווען ל"ע געדארפט אומקומען פון קאראנא-ווירוס לויט דער אלגעמיינער ניו-יארק ראטע? לאמיר קוקן אויף ניו יארק'ס אלגעמיינער ראטע און זען וואס דאס וואלט ווען געדארפט באדייטן פאר קרית יואל. לויטן זעלבן צענזוס סורוועי, וואוינען אין ניו יארק סטעיט ארום 4,281,416 מענטשן העכער די ששים. די סטעיט באריכטעט קאוויד פאטאליטעטן לויטן יארגאנג (זע דא), און אז מ'רעכנט צוזאם אלע פאטאליטעטן איז דא א סך הכל פון 19,324 טויטע אין די יארגענג פון זעכציג און העכער. א שנעלער חשבון דערציילט אונז אז די טויט-ראטע אין ניו יארק פאר מענטשן פון זעכציג יאר אלט און העכער איז געווען 0.45% פראצענט, אדער צו נוצן די שטאט'ס וועג פון דאס אויסדרוקן: 451.35 פער 100 טויזענט מענטשן. אדער אין אידיש גערעדט, 1 פון יעדער 221.5 מענטשן העכער זעכציג איז געשטארבן פון קאוויד-19 אין ניו יארק.
אויב וואלטן די פאטאליטעטן אין קרית יואל געווען לויט דער זעלבער ראטע, וואלטן מיר ווען פארלוירן ארום דריי נפשות העכער די זעכציג. אפילו אז מ'זאל אננעמען אז קרית יואל פארמאגט 850 אידן העכער די זעכציג, וואלטן מיר לויט דער ניו יארקער ראטע פארלוירן נישט מער ווי פיר נפשות.
וויפיל האבן מיר פארלוירן למעשה? לויט א ליסטע וואס איז פארעפנטליכע געווארן אין אייוועלט, זענען אין קרית יואל אומגעקומען פון קאראנא-ווירוס ל"ע פופצן מענטשן פון 60 און העכער. דאס מיינט אז אנשטאט א ראטע פון 0.45%, האט קרית יואל פארלוירן מענטשן אין דעם יארגאנג אויף א ראטע פון 2.13%. דאס איז באלד פינף מאל אזויפיל ווי דער אלגעמיינער ניו יארקער ראטע! אנשטאט איינער פון יעדע 221 מענטשן, איז אין קרית יואל נפטר געווארן איינער פון יעדע 48 מענטשן.
וואלט ווען גאנץ ניו יארק נאכגעפאלגט די ראטע פון קרית יואל, וואלטן אין ניו יארק געשטארבן אן אסטראנאמישער ציפער פון איבער 91 טויזנט מענטשן העכער די זעכציג.
אנשטאט קרית יואל זאל באגראבן 4 מענטשן פונעם קאראנא-ווירוס, האט זי באגראבן 15, רחמנא ליצלן. 11 מענטשן וואס זענען שוין נישט בין החיים וואלטן מעגליך געווען יעצט געזונט און פריש, ווען נישט אונזער לייכטזיניגקייט.
אויב קענען מיר אננעמען אז די זעלבע לייכטזיניגקייט וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל -- ווי פורים טישן און די 11 טעג פון אפלאכן פון די דאקטוירים רעקאמענדאציעס -- זענען אויך פארגעקומען אין די אנדערע אידישע געגנטער, און אז דאס האט געהאט דעם זעלבן עפעקט, איז מעגליך אז די לכל-הפחות 522 היימישע נפטרים וואס די מגיפה האט אונז געקאסט איז אויך פינף מאל מער ווי דער אלגעמיינער ראטע, וואס דאס מיינט אז מיר וואלטן מעגליך געקענט פארמיידן דעם טויט פון פיר הונדערט נפשות יקרות מישראל, אויב וואלטן מיר גענומען ערנסט די רעקאמענדאציעס פון מומחים.
וועלן מיר פארשווייגן דאס פארגאסן בלוט? וועלן מיר דערשטיקן דעם צער מיט פארשרייען יעדן חוץ די וואס האבן געהאט דעם גרעסטן אחריות אין אזויפיל היימישע טויטע? וועלן מיר פארלאנגען דין וחשבון?