זייער שיין (עז יוּזשעל)!
איך האב (נאך) נישט אויסגעהערט די צוגעלינקטע שירים אבער כ׳האב געטראכט אביסל מפרש צו זיין א חלק אין דעם פאעזיע אזוי. לגבי טריפות נעמט מען אן אז די האַרץ (פון א בהמה) האט דריי חדרים (עיין ביו״ד סימן מ). יעצט, ווי ATUB @ראובן ATUB האט ארויסגעברענגט אין זיין
פאעזיע איז דאס לעבן און יקום צאמגעשטעלט פון א שילוש פון קודש, חול, און טמא. און די עבודה פון א מענטש איז צו קענען מבחין זיין אין דעם מיטל וועג, אז ס׳איז נישט נאר א דיכאטאמיע פון קודש און טמא; ס׳דא די חול אויך ע״ש.
דער תפארת ישראל אין זיין דרוש אור החיים טוהט אויף אז דאס מענטש איז אויך צאמגעשטעלט פון דריי חלקים: א גוף החומרי, א נשמה רוחנית ממעלה, און א סארט נפש וואס איז אינדערמיט און מקשר די צוויי הפכים פון די נשמה צום גוף. ער זאגט אז דאדורך קומט צושטאנד תחיית המתים, אז טאמער די מיטל סארט נפש ווערט נישט בטל איז דאס צוריק מקשר די צוויי הפכים לעתיד ע״ש. עכ״פ די דריי באשטיינדלען פונעם מענטש קען מען אויך באטראכטן ווי כנגד דעם שילוש הנ״ל, מיט דעם מיטל סארט נפש (וואס ברענגט תחיית המתים) קעגן דעם מיטל פון חול. ווי באקאנט זאגט די גמרא אין סנהדרין (צ:) אז די ווארט ״וקם״ אינעם פסוק (דברים לא טז) הנך וגו׳ איז מרמז צו תחיית המתים ע״ש.
יעצט, דער רמב״ם אין מו״נ (ח״א פ״ב) איז מבאר אז שכל צו פארשטיין חכמות המושכלות, וואס דאס איז להבחין בין אמת לשקר אין די ריכטיגע חכמה, האט שוין דער מענטש געהאט אפילו פאר׳ן חטא עץ הדעת. די עץ הדעת האט אים נאר צוגעגעבן די מפורסמות (וואס איז גראדע פוגם און א מדריגה אראפ פון קענען משיג זיין נאר די מושכלות אליין), צב״ש ריכטיג/געמיין, שיין/מיאוס אא״וו, ע״ש באריכות. מ׳קען דאס אפשר באטראכטן אז דער חטא עץ הדעת האט (אויך) אריינגעלייגט די הכרה פונעם מיטעלסטע מדריגה פון חול בנפש האדם, וואס דאס ברענגט נאך מער א צומישעניש אין זיין הכרה פון א דיכאטאמיע בין אמת לשקר/בין קודש לטמא. דאס קען מען אויך זאגן איז די סיבה פאר די חילוק וואס מ׳זעהט אז ביי א מענטש איז דא צוויי חרדים בלב (עיין בברכות סא.) משא״כ בבהמה כנ״ל. ווייל ביי דעם מענטש׳נס לב המבין וואלט מעיקרא ווען יא געדארפט ווען צו בלייבן א דיכאטאמיע פון צוויי, ווי איידער די דריי וואס מ׳טרעפט לעומתו ביים בהמה. ווי אויך איז סתם אזוי באקאנט אז דעה ווייזט אויף די יכולת להבדיל ולהבחין (עיין בירושלמי בברכות ה ב).
איז לפי כל הנ״ל קען מען אפשר זאגן אז די רמז דא אין פיוט איז אז מ׳האט אויך געהאט כמו געגעסן פונעם עץ הדעת, וואס דאס ברענגט צו די מיטעלסטע שלב פון חול צווישן קודש/אמת און טמא/שקר, און דאס טוהט צוגעבן צו דעם צעמישעניש פונעם מענטש, בפרט ווען ער איז דער וואס קען דאס מבחין זיין בדעה און ער איז צווישן א סביבה וואס האט נישט די יכולת צו אנערקענען אז אזוי איז די מציאות.
און דאס איז וואס ער איז מרמז צו דעם אז ״די האַרץ איז צוריסן אויף צוויי״. והיינו, ווייל אונז טרעפן מיר ביי אן ענין פון האַרץ אז עס זענען דא ״דריי״ חדרים דערין כנ״ל, והיינו לדרכינו לרמז כנגד די ״דריי״ שלבים, ביחד מיט די מיטעלסטע פון חול, אבער די סביבה קען נאר מבחין זיין ״צוויי״. און דאס איז אויך די פיוט מרמז צו די ״דריי״ מאל ״וקם וקם וקם״. והיינו, ווייל ווי כנ״ל קומט דאך צושטאנד תחיית המתים, וואס צו דעם איז די פסוק מרמז מיט ״וקם״, דורך טאקע אט די סארט מיטעלסטע סארט נפשיות׳דיגע באשטיינדל אין די דריי חלקים וואס מאכן דעם מענטש וכהתפארת ישראל, וואס קען גערעכענט ווערן ווי כנגד ההבחנה פונעם חלק החול בין קודש לטמא וכנ״ל.