Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן

פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 74 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13845
מיטוואך מאי 20, 2020 11:47 pm#449181
פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
די פאה נכרית פון די גמרא איז געווען אזעלכע געפלאכטענע צעפ (פאה טייטש געפלאכטן - רש"י) וואס פרויען וואס זייער האר איז געווען אויסגעדינט צו אויסגעקראכן האבן אריינגעפלאכטן אין זייער האר זיך שיין צו מאכן אין שטוב, אין גאס האט מען עס געהעריג פארדעקט.

לויט די גמרא דארף נישט צו זיין קיין שום חילוק צווישן א שייטל צו אייגענע האר, נאר וואס דען, לויט די גמרא דארף אויך נישט צו זיין קיין שום חילוק צווישן א מיידל און א פארהייראט פרוי, און אזוי איז אויך גע'פסק'נט אין רמב"ם (איסורי ביאה כא, יז) און שולחן ערוך (אבן העזר כא, ב). די גאנצע האר צודעקן איז דאך שוין איין שטיק חוכא ואיטלולא, זאל שוין זיין דאס אויך.

בכלל שטייט די גאנצע מצווה פון צודעקן די האר אויף הינערישע פיס, די גמרא זאגט טאקע אן אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפריעת ראש און אז ס'איז א דאורייתא, ס'מיינט אבער נאכנישט אז ס'איז ממש א מצווה דאורייתא. כ'מיין קיינע פון די מוני המצוות רעכענען עס נישט צווישן די תרי"ג מצוות, און בכלל וואו טרעפט מען נאך א לאו אין די תורה וואס די גמרא דערמאנט אזוי דרך אגב, ס'וואלט געמעגט זיין א מסכתא, כאטש א פרק, כאטש א בלאט אדער אפאר שורות מער אויסצורעכענען די פרטי המצווה, וואו וואס ווען ווי? אבער דא גארנישט, די גמרא ברענגט עס נאר אראפ צו פרעגן א קשיא און מ'גייט גלייך צום תירוץ כאילו לא היה!

נאר וואס דען, ווען די גמרא זאגט "דאורייתא" מיינט מען נישט אז ס'איז אן איסור דאורייתא, ווען די גמרא זאגט אין יומא ל"ח אז זאגן נאך א צדיק זכר צדיק לברכה איז א דאורייתא מיינט מען טאקע אז ס'איז א מצווה דאורייתא?! ס'מיינט צו זאגן אז ס'איז א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה, וויבאלד מ'זעהט אז די תורה זאגט נח איש צדיק איז עס א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה. אזוי אויך דא וויבאלד מ'זעהט אז די תורה זאגט אז מ'זאל אראפנעמען די סוטה'ס קאפ צודעק, זעהט מען אז די תורה האט אנגענומען פאר א פשטות אז פרויען דעקן זיך צו דאס קאפ. ס'נישט קיין מצווה און נישט קיין עבירה, סך הכל א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה.

וואס איז טאקע די שיינע מידה פון צודעקן די האר? איז דא צווי פשטים אין דעם. בפשטות לערנט מען אז ס'איז אלץ צניעות, רבי יוסף משאש (אוצר המכתבים חלק ג סי' אלף תתפ"ג) האט אבער גע'טענה'ט אז ס'גאנץ מעגליך אז די טעם איז גאר עפעס אנדערש. אין די צייטן פון די תורה אינעם מיטל-מזרח ווען ס'איז געווען די נארמע זיך צוצודעקן די האר איז א פרוי וואס האט נישט צוגעדעקט די האר געווען כאילו נאקעט, ס'איז געווען ווי א פרוי היינט זאל ארויסגיין אין גאס מיט אנטבלויזטע ברוסטן, ס'פשוט געווען אוממענטשליך. דערפאר טאקע ווען די אשכנ'זישע אידן האבן עמיגרירט קיין אייראפע וואו נאר פארהייראטע פרויען פלעגן זיך צודעקן די האר, איז פארקערט, א מיידל וואס גייט צוגעדעקט איז אוממענטשליך און מאדנע, און זינט דאן פירן זיך די אשכנזים אז נאר פארהייראטע פרויען דעקן זיך צו די האר. די ספרד'ישע אידן אבער וועלכע זענען געבליבן וואוינען אין די פלעצער וואו מיידלעך האבן זיך יא צוגעדעקט די האר זענען טאקע געבליבן אזוי, און אזוי האבן דער רמב"ם און רבי יוסף קארו, וועלכע זענען געווען ספרדים, געשריבן אין זייערע ספרים.

ווייטער היינטיגע צייטן, ווען ס'איז די נארמע פאר פרויען צו גיין אויפגעדעקט, פירן זיך טאקע רוב אידישע פרויען צו גיין אויפגעדעקט. רוב גייען טאקע מיט די אייגענע האר, אנדערע גייען מיט א שייטל, אבער על פי דינא דגמרא איז נישט דא קיין עכטע חילוק צווישן די צוויי.
מיטוואך מאי 20, 2020 11:56 pm#449182
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די פאה נכרית פון די גמרא איז געווען אזעלכע צעפ (פאה טייטש צעפ) וואס פרויען וואס זייער האר איז געווען אויסגעדינט צו אויסגעקראכן האבן אריינגעפלאכטן אין זייער האר זיך שיין צו מאכן אין שטוב, אין גאס האט מען עס געהעריג פארדעקט.

לויט די גמרא דארף נישט צו זיין קיין שום חילוק צווישן א שייטל צו אייגענע האר, נאר וואס דען, לויט די גמרא דארף אויך נישט צו זיין קיין שום חילוק צווישן א מיידל און א פארהייראט פרוי, און אזוי איז אויך גע'פסק'נט אין רמב"ם און שולחן ערוך. די גאנצע האר צודעקן איז דאך שוין איין שטיק חוכא ואיטלולא, זאל שוין זיין דאס אויך.

בכלל שטייט די גאנצע מצווה פון צודעקן די האר אויף הינערישע פיס, די גמרא זאגט טאקע אז אן אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפריעת ראש און אז ס'איז א דאורייתא, ס'מיינט אבער נאכנישט אז ס'איז ממש א מצווה דאורייתא. כ'מיין קיינע פון די מוני המצוות רעכענען עס נישט צווישן די תרי"ג מצוות, און בכלל וואו טרעפט מען נאך א לאו אין די תורה וואס די גמרא דערמאנט אזוי דרך אגב, ס'וואלט געמעגט זיין א מסכתא, כאטש א פרק, כאטש א בלאט אדער אפאר שורות מער אויסצורעכענען די פרטי המצווה? אבער דא גארנישט, די גמרא ברענגט עס נאר אראפ צו פרעגן א קשיא און מ'גייט גלייך צום תירוץ כאילו לא היה!

נאר וואס דען, ווען די גמרא זאגט "דאורייתא" מיינט מען נישט אז ס'איז אן איסור דאורייתא, ווען די גמרא זאגט אין יומא ל"ח אז זאגן נאך א צדיק זכר צדיק לברכה איז א דאורייתא מיינט מען טאקע אז ס'איז א מצווה דאורייתא?! ס'מיינט צו זאגן אז ס'איז א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה, וויבאלד מ'זעהט אז די תורה זאגט נח איש צדיק איז עס א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה. אזוי אויך דא וויבאלד מ'זעהט אז די תורה זאגט אז מ'זאל אראפנעמען די סוטה'ס קאפ צודעק, זעהט מען אז די תורה האט אנגענומען פאר א פשטות אז פרויען דעקן זיך צו דאס קאפ. ס'נישט קיין מצווה און נישט קיין עבירה, סך הכל א שיינע מידה וואס מ'טרעפט אין די תורה.

וואס איז טאקע די שיינע מידה פון צודעקן די האר? איז דא צווי פשטים אין דעם. בפשטות לערנט מען אז ס'איז אלץ צניעות, רבי שלום משאש האט אבער גע'טענה'ט אז ס'גאנץ מעגליך אז די טעם איז גאר עפעס אנדערש. אין די צייטן פון די תורה אינעם מיטל-מזרח ווען ס'איז געווען די נארמע זיך צוצודעקן די האר איז א פרוי וואס האט נישט צוגעדעקט די האר געווען כאילו נאקעט, ס'איז געווען ווי א פרוי היינט זיך ארויסגעיין אין גאס מיט אנטבלויזטע ברוסטן, ס'פשוט געווען אוממענטשליך. דערפאר טאקע ווען די אשכנ'זישע אידן האבן עמיגרירט קיין אייראפע וואו נאר פארהייראטע פרויען פלעגן זיך צודעקן די האר, איז פארקערט, א מיידל וואס גייט צוגעדעקט איז אוממענטשליך און מאדנע, און זינט דאן פירן זיך די אשכנזים אז נאר פארהייראטע פרויען דעקן זיך צו די האר. די ספרד'ישע אידן אבער וועלכע זענען געבליבן וואוינען אין די פלעצער וואו מיידלעך האבן זיך אויך צוגעדעקט די האר זענען טאקע געבליבן אזוי, און אזוי האבן דער רמב"ם און רבי יוסף קארו, וועלכע זענען געווען ספרדים, געשריבן אין זייערע ספרים.

ווייטער היינטיגע צייטן, ווען ס'איז די נארמע פאר פרויען צו גיין אויפגעדעקט, פירן זיך טאקע רוב אידישע פרויען צו גיין אויפגעדעקט. רוב גייען טאקע מיט די אייגענע האר, אנדערע גייען מיט א שייטל, אבער על פי דינא דגמרא זענען ביידע גלייך.
רוב אידישע פרויען גייען אויפגעדעקט? די רעדסט פון אידישע שומרי תורה ומצוות? אדער סתם פרייע אידן וואס זענען מחלל שבת?


Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מיטוואך מאי 20, 2020 11:59 pm#449184
דו מיינסט מן הסתם צו זאגן "אייגענע האר", א שייטל הייסט נישט צוגעדעקט, און יא, רוב מאדערן ארטעדאקס גייען מיט אייגענע האר.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:04 am#449187
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון מאדערן ארטעדאקס האסטו פארגעסן?
איך ווינדער מיר שוין לאנג אויף וועלכע פלאנעט די לעבסט, די קומסט מיר פאר פון דיינע תגובת אייביג ווי א צווייטע דור קרית יואלע געבוירענער און די ביזט נאכנישט ארויס פון דיינע דלת אמות , אנטשולדיגט פאר די אויסברוך אבער קאווע שטיבעל איז פול מיט העיט , אקעי מען קען עס פארשטיין, אבער לגיונות מיט דמיונות האט א שיעור , עס איז סתם קינדעריש דא צו שרייבן ווען האלב זאכן זענען לא דובים ולא יער געבויעט אויף תאוות

עס איז כמעט נישט דא אזא זאך ווי מאדערן ארטאדאקס וואס זענען שומרי תורה ומצוות זאלן גיין מיט א הוילע קאפ היינט צוטאגס, כמעט יעדע תורה טרייע איד גייט מיט א צוגעדעקטע קאפ , איך רעדט איינער וואס היט שבת
טהרת המשפחה
און כשרות

איך בין שוין געווען כמעט אין די גאנצע וועלט ווי עס איז דא אידישע קאממיוניטיס, רובא דרובא דאס מיינט 99.9 שומרי תורה ומצוות גייען די ווייבער פארדעקט אשער א שייטעל אדער א טיכעל

יא וועסט טרעפן דא דארט, אבער סאיזא מיעוט דמיעוט

ווייטער אידן וואס פארן מיט קארס שבת און שול הייסט נישט קיין מאדערן ארטאדאקס
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:09 am#449188
נישט דאס האב איך געמיינט ווען איך האב געבעטן מ'זאל קאממענטירן, דא וויל איך דן זיין איבער די הלכה'דיגע אספעקט פון פאה נכרית און שייטלען, פאר דן צו זיין צו מאדערן ארטעדאקס זענען מחללי שבת קען מען עפענען אן צווייטע אשכול. פון מיין זייט קענען אלע מאדערן ארטעדאקסן זיין מחללי שבת און אוכלי נבלות וטריפות, דאס איז בכלל נישט די פוינט וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:51 am#449190
ייש"כ,
דיין טענה איבער דער מקור פון כיסוי ראש איז זייער אינטרעסאנט און שיינט צו זיין ריכטיג. (איז עס אייגנס אדער האסטו שוין געזעהן איינעם ברענגען די טענה?).

להעיר, אז עס איז דא נאך א פלאץ אין גמרא, (דוכט זיך אין ברכות) וואס עס שטייט שער באשה ערוה, אבער לכאורה איז עס אויך מכוח די זעלבע סיבה, ווייל דער דרך איז געווען עס צו פארדעקן, וכן מוכח מסוגיא דשמעתתא.

אבער, הלכה איז נישט באזירט אויף גמרא, הלכה איז באזירט מער אויף די מציאות, (כמו שהארכתי או אאריך במקום אחר), כיסוי ראש פארנעמט איין א שטארקע פלאץ אין די ארטאדאקסישע הלכה, און מ'קען עס נישט אינגאנצן אוועקמאכן, כאטש מ'קען דן זיין אין די פרטים, (ברשות הרבים, בחצר, שיעור הכיסוי וכו').
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:55 am#449191
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישט דאס האב איך געמיינט ווען איך האב געבעטן מ'זאל קאממענטירן, דא וויל איך דן זיין איבער די הלכה'דיגע אספעקט פון פאה נכרית און שייטלען, פאר דן צו זיין צו מאדערן ארטעדאקס זענען מחללי שבת קען מען עפענען אן צווייטע אשכול. פון מיין זייט קענען אלע מאדערן ארטעדאקסן זיין מחללי שבת און אוכלי נבלות וטריפות, דאס איז בכלל נישט די פוינט וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.
יא יא
אבער טאמער געוויסע פוינטס זענען אויסגעזויגן פון פינגער זענען שוין בכלל נישט אינטערסאנט צו ליינען וואס די שרייבסט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:01 am#449193
ATUB @פארוואס? ATUB :

א. איך רעד טאקע נאר אויפ'ן צד אז הלכה איז געבויעט אויפ'ן גמרא, אויב מ'קען זיך מאכן אייגענע הלכות איז דאך נישט דא בכלל וואס דן צו זיין.

ב. ס'נישט מיין אייגנס, כ'האב עס געזעהן ברענגען בשם רבי יוסף משאש. די סיבה פארוואס איך האב עס אנגענומען איז לאו דווקא ווייל ס'שיינט מיר צו זיין מער אמת, נאר ווייל ס'איז די איינציגסטע נארמאלע היתר וואס איך האב געקענט טרעפן פאר מיידלעך נישט צוצודעקן די האר און אויך פאר שייטלען. די אלע אנדערע פשטים פון די נושאי כלים אויפ'ן שולחן ערוך און די אנדערע זענען נישט עומד במבחן הטקסט, they don't stand up for scrutiny.

ג. ס'דא לעצטנס אזא ווינט אז מ'האלט זיך קלוגער פון די רבנים, מענטשן ווילן אנטדעקן די "אויטענטישע אידישקייט", און די שייטל אוסרים רייטן אסאך מיט דעם ווינט. זיי זענען מודה אז אלע אנגענומענע רבנים היינט זענען מתיר שייטלען, זיי ווילן אבער זיין קלוגער און דן זיין אין די מקורות פון די "אריגינעלע אידישקייט". און אט דאס האב איך געוואלט קאנפראנטירן, וויאזוי דו זאלסט עס נאר אנקוקן, און פון וועלכע זייט דו זאלסט עס נאר אנכאפן איז א שייטל הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:19 am#449195
אינטרעסאנט צו באמערקן אז מתוך הדברים ביסטו מסכים צו מיר.
דו שרייבסט אז לאו דוקא טראכסטו אז עס איז אמת, נאר דו האסט פשוט א פראבלעם מיט די מיידלעך אדער שייטלען.
אי משום הכי, קענסטו אויסטוהן דעם שייטל, אדער צודעקן די האר פון די מיידליך כמנהג תימן (אדער לפחות פלעכטן זייער האר).

אלא מאי, דער מציאות מאכט דיר אננעמען נישט-אמת'ע פשטים אין גמרא (לפי דבריך). זאגסטו דאך ממש וואס איך זאג, הלכה איז נישט באזירט אויף גמרא נאר אויפן מציאות.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:22 am#449196
moneyminded האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון מאדערן ארטעדאקס האסטו פארגעסן?
איך ווינדער מיר שוין לאנג אויף וועלכע פלאנעט די לעבסט, די קומסט מיר פאר פון דיינע תגובת אייביג ווי א צווייטע דור קרית יואלע געבוירענער און די ביזט נאכנישט ארויס פון דיינע דלת אמות , אנטשולדיגט פאר די אויסברוך אבער קאווע שטיבעל איז פול מיט העיט , אקעי מען קען עס פארשטיין, אבער לגיונות מיט דמיונות האט א שיעור , עס איז סתם קינדעריש דא צו שרייבן ווען האלב זאכן זענען לא דובים ולא יער געבויעט אויף תאוות

עס איז כמעט נישט דא אזא זאך ווי מאדערן ארטאדאקס וואס זענען שומרי תורה ומצוות זאלן גיין מיט א הוילע קאפ היינט צוטאגס, כמעט יעדע תורה טרייע איד גייט מיט א צוגעדעקטע קאפ , איך רעדט איינער וואס היט שבת
טהרת המשפחה
און כשרות

איך בין שוין געווען כמעט אין די גאנצע וועלט ווי עס איז דא אידישע קאממיוניטיס, רובא דרובא דאס מיינט 99.9 שומרי תורה ומצוות גייען די ווייבער פארדעקט אשער א שייטעל אדער א טיכעל

יא וועסט טרעפן דא דארט, אבער סאיזא מיעוט דמיעוט

ווייטער אידן וואס פארן מיט קארס שבת און שול הייסט נישט קיין מאדערן ארטאדאקס



איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט. דארפסט נישט פארן צו ווייט.
אין טינעק איז דא א גאנצע קאמיוניטי וואס די פרויען גייען מיט הויזן און די אייגענע האר, און די מענער מיט קאפלעך.
זיי היטן שבת, כשרות, און טהרת המשפחה. זיי זענען מאדערן ארטעדאקס.

דו רעדסט לכאורה פון מענטשן וואס זענען ארטעדאקס, נישט מאדערן ארטעדאקס.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:25 am#449198
ATUB @פארוואס? ATUB

כ'האב נישט געזאגט אז ס'איז נישט אמת, ווען יא קען איך פאר די זעלבע געלט אננעמען די תורה'לעך פון די אחרונים. כ'האב געזאגט אז ביידע פשטים שטימען מיר די זעלבע, און דאס אז אונזערע אור-עלטערן האבן אויפגעהערט צודעקן די האר פון מיידלעך דאס ווייזט אז זיי האבן אזוי אפגעלערנט פשט. (כ'רעד פון די חלק אז ס'איז אלץ מענטשליכקייט, די חלק אז ס'נישט ממש קיין מצוה דאורייתא נאר א מידה טוב איז ממש מוכרח.)

בנוגע אנטון א טיכל, ווען איך וואלט געווען א פרוי, און איך וואלט מיך נישט געדארפט צושלאגן מיט מיין מאן איבער דעם, און איך וואלט געהאלטן אז מ'דארף גיין קאפ אין וואנט, און איך וואלט נישט אנגענומען דעם פשט, העט איך פעטעך זיך אפשר אנגעטון א טיכל. אזויווי אבער די מציאות איז נישט אזוי...
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:31 am#449199
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
בת קול האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון מאדערן ארטעדאקס האסטו פארגעסן?
איך ווינדער מיר שוין לאנג אויף וועלכע פלאנעט די לעבסט, די קומסט מיר פאר פון דיינע תגובת אייביג ווי א צווייטע דור קרית יואלע געבוירענער און די ביזט נאכנישט ארויס פון דיינע דלת אמות , אנטשולדיגט פאר די אויסברוך אבער קאווע שטיבעל איז פול מיט העיט , אקעי מען קען עס פארשטיין, אבער לגיונות מיט דמיונות האט א שיעור , עס איז סתם קינדעריש דא צו שרייבן ווען האלב זאכן זענען לא דובים ולא יער געבויעט אויף תאוות

עס איז כמעט נישט דא אזא זאך ווי מאדערן ארטאדאקס וואס זענען שומרי תורה ומצוות זאלן גיין מיט א הוילע קאפ היינט צוטאגס, כמעט יעדע תורה טרייע איד גייט מיט א צוגעדעקטע קאפ , איך רעדט איינער וואס היט שבת
טהרת המשפחה
און כשרות

איך בין שוין געווען כמעט אין די גאנצע וועלט ווי עס איז דא אידישע קאממיוניטיס, רובא דרובא דאס מיינט 99.9 שומרי תורה ומצוות גייען די ווייבער פארדעקט אשער א שייטעל אדער א טיכעל

יא וועסט טרעפן דא דארט, אבער סאיזא מיעוט דמיעוט

ווייטער אידן וואס פארן מיט קארס שבת און שול הייסט נישט קיין מאדערן ארטאדאקס



איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט. דארפסט נישט פארן צו ווייט.
אין טינעק איז דא א גאנצע קאמיוניטי וואס די פרויען גייען מיט הויזן און די אייגענע האר, און די מענער מיט קאפלעך.
זיי היטן שבת, כשרות, און טהרת המשפחה. זיי זענען מאדערן ארטעדאקס.

דו רעדסט לכאורה פון מענטשן וואס זענען ארטעדאקס, נישט מאדערן ארטעדאקס.
קודם כל איך ציטיר אויף די ווערטער "רוב אידישע טעכטער"
איך קען טינעק זייער פיין , איך בין דארט אסאך,איך פלעג ארבעטען אין די געגענט א לאנגע צייט ,און שוין דארט געווען אויף שבת, איך האב דורך געאקערט די געגענט, איך האב ליב צו זען אידישקייט אין די וועלט, סא איך האב שוין געוויזעטעד אסאך אידישע פארשטיפטע געגענטער, ענד סארי טו טעלל יא , עס איז דא זיייער א קליינע פארצענט וואס גייט היינט צוטאגס מיט אייגענע האר, 50 יאר צוריק ביזטו געווען גערעכט אז סאיז געווען מער אידן מיט אייגענע האר פערצנטאול וואס זענען מכלומר'שט געהאלטן תורה ומצוות, אבער אז די מאכסט ריסערטש ווערסטו געוואר אז טהרת המשפחה איז געווען זייער שוואך דעמאלס,זיי זענען געווען תינוק שנשבת,
און נאכדעם כל איז דא אין טינעק א מערהייט פון פרויען מיט טיכלעך אדער שייטלעך! סאיז אבסורד אראפצומאלן טינעק אז די פרויען גייען דארט מיט הויזן, יא סאיז דא פרויען מיט הויזן אויך , סאיז א קאממיוניטי וואס עקסעפט יעדעם , און דארט איז דא אידן וואס שיקן די קינדער אין פובליק סקול אויך , אבער דאס איז נישט גאנץ טינעק אדער רוב, רוב פרויען שומרי תורה ומצוות גייען דארט מיט א צוגעדעקטע קאפ בעיני ראיתי די פרויען שבת און שול , און כסדר דארט און די געשעפטן און די קענסט זען זייער עולם אין די רעסטאראנטס דארט וכדומה

און בכלל טינעק וואינען נישט אזוי סך אידן צו קענען עס נוצן פאר א סלאגאן אז רוב אידישע טעכטער, מאדערן ארטאדאקס איז היינט כמעט אויסגעפייגערט, פייוו טאונס איז כמעט אלעס שייטלעך היינט צוטאגס , קווינס איז כמעט אלעס טיכלעך וכהנה וכהנה , עס איז YU וואס זיי זענען נאך שוואכער ווי מאדערן ארטאדאקס, אבער דאס איז א נייע באוועגונג און אויך נישט קיין סך , בקיצור איך קום פון דארט ווי עטס ווילטס גיין, גייטס ארויס אין די פרעמדע גאס וועט עטס זען אז סאיז דא טויזענטער פרומע אידן לאו דוקא חסידישע אדער ליטווישע אבער זענען היפש פרומער ווי אונז מיט די פאות און בארד

איך פארשטיי אז העיט גייט זייער ווייט, אבער ביטע נישט איבערטרייבן, עס פארעקעלט צו שרייבן דא ווען העיט איז באזירט אויף לגיונות דמיונות , ווען די שרייבסט העיט זע עס זאל עטוואס זיין אמת דערין, נישט ליגענט וואס יעדער חדר אינגעל ווייסט,ביטע אויפהערן מיט דמיונות
#Make kave shteibel great again
דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:39 am#449206
די קשיא'ס פון 'ווי איז די מסכתא?' וכדו' קען ציען אן אנדערן וועג. ווי דער רמב"ם שרייבט אז די דרשות פון חז"ל זענען לאו דוקא די מקור פון חז"ל. זיי האבן געהאט געוויסע הלכות בקבלה, און מ'האט עס שפעטער אדער ארויף געלייגט אויף פסוקים, אדער האבן זיי געהאט אן אנדערע קבלה דאס צו לערנען אין די פסוקים, עי' הקדמה לפיהמ"ש לסדר זרעים.

לכן, וואלט איך געזאגט אז די איסור פון אויפדעקן האר איז געווען אן אנגענומענע, און אלע ערליכע פרויען האבן עס געטון (אגב, עס איז מבואר אין משניות מסכת כלים אז פראסטע פרויען לעגן דעמאלס אויך אויפדעקן א חלק פון די האר, א סבכה פון א יוצאת חוץ איז נישט קיין בגד ווייל עס דעקט נישט צו), און מ'האט שפעטער געזוכט א פסוק פאר דעם. די פסוק איז נישט די קובע, און די הלכה איז נישט געבונדן צו די פשט אין די פסוק.

די בריוו פון הרב משאש איז זייער מאדנע, ווייל ער זוכט ניטאמאל צו פארשטיין די גמרא און רש"י, און עם כל זאת איז רש"י גענוג א מקור פאר אים מתיר צו זיין. ממנ"פ וואס וויל ער? עס איז גאר א באקאנטע בריוו און שיטה זיינער, אבער עס איז גאנץ פארשטענדליך פארוואס ער איז געבליבן א דעת יחיד אין דעם.

און זיין פשט אין רש"י איז גארנישט אזוי באשטעטיגט. א פרוי וואס דעקט אויך איר האר פאר איר נואף, ווייזט איר שיינקייט פאר אים. ווען זי טוט עס ברבים איז עס א ניוול. זאגט אונז די תורה אז דאס וואס דו האסט זיך באשיינט פאר דיין נואף איז יעצט געווארן דיין ניווול. און פון דא זעט מען אז די האר פון א פרוי איז נאר פאר'ן מאן, ערגעץ אנדערש איז עס א ניוול. וואס איז די איסור פון ניוול? דאס האט די גמרא שוין געוואוסט פאר דעם אז ניוול מיינט איסור. אפשר ווייל אן א איסור איז עס נישט קיין ניוול, איך ווייס נישט. איך זאג נאר אז מיר דארפן פארשטיין די גמרא, אדער (לשיטותכם) ארויס ווארפן די גמרא. אבער נוצן די גמרא קעגן זיך אליינס איז נישט ארנטליך.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:39 am#449210
די שאלה טיילט זיך.

א. אויב שער באשה ערוה האט מיט דער מנהג, אויב זאל ווערען דער נארמע אז מען גייט מיט ברוסטען וואס זענען מגולה (מען האלט שוין כמעט דארט), ווערט עס אויס ערוה? אױב יא הוא הדין שער.

ווי עס זעהט אויס איז דאס די שיטה פין ר'"י מישאש וואס רביה"ק ברענגט. הגם ווי עס זעהט אויס האט רביה"ק אנגעלערענט אז אפילו בימים ההם איז עס נישט געוועהן קיין ערוה, נאר נישט די נארמע. און אין די פוסקים הלכות ק"ש זעהט אויס אז טאמער איז עס א ערוה וואס די גמרא לערנט ארויס אין ברכות איז מער אסור. ווען די מנהג טוישט זיך, קען זיין איז אנדרעש.

ב. אױב א שייטעל האט א דין אזוי ווי האר מדינא דגמרא.

אפילו אויב רביה"ק איז גערעכט אז א שייטעל איז אסור מדינא דגמרא, דא אבער שטעלט זיך שוין מער דער סברא אז ווען דו מנהג ביי דעם טוישט זיך איז עס אינגאנצען מותר. ווייל קיין ערוה הייסט עס נישט, פונקט ווי א דילדא וועט נישט הייסען א ערוה (חוץ טאמער איז דא ביי דעם הרהור), נישט דאס מיינט דער פסוק שערך כעדר העזים. און דאס איז די שיטה פין ד"ח אז א שייטעל איז אסור אלץ ובחוקותיהם און ממילא גייט עס מיט דער מנהג (גלייבט נישט די שקרנים אז דער ד"ח אסר'ט שייטלעך), און אפילו אויב מען זאל זאגן אז אמאהל איז שייך געוועהן ערוה טוישט זיך עס אויך מיט דער מנהג.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:07 am#449211
א. דאס ווארט "ערוה" איז טייטש "נאקעט", שנאמר ואת עירום ועריה (וא"ו ויו"ד מתחלפות), און דאס איז פשוט אז ס'ווענדט זיך אויפ'ן נארמע פונעם פלאץ, עכ"פ לויט ווי די מחבר און רמ"א לייגן עס אראפ. די מחבר און רמ"א זענען די גאנצע צייט פארנומען צו ס'איז יא די דרך צו נישט די דרך, יא רגיל נישט רגיל, ועיין ביתר ביאור בבן איש חי שנה א פרשת בא סימן יב. די שאלה לגבי ברוסטן איז זייער א גוטע, בפשטות וואלט עס טאקע געווארן אויס ערוה, מ'קען אבער דן זיין אין דעם.

ב. צו א שייטל אדער דילדאו אדער א העמד וואס זעהט אויס ווי הויט זאל זיין אן ערווה, ווענדט זיך וויאזוי דו קוקסט אן די דין פון ערוה. אויב די טעם פארוואס מ'זאגט נישט קיין דבר שבקדושה פארנט פון אן ערוה איז אז מ'זאל נישט צוקומען צו א הרהור אינמיטן קען מען זאגן אז חז"ל האבן עס אוועקגעשטעלט נאר ביי אן עצם מענטש, א שייטל אדער אנדערע זאכן וואס זענען נישט א לעבעדיגע מענטש וועט טאקע אפשר זיין מותר. אויב אבער איז די טעם ווייל ס'פאסט נישט צו זאגן א דבר שבקדושה פארנט פון א נאקעטע מענטש, און די גאנצע הרהור איז נאר א סימן אז ס'הייסט נאקעט, ווייל ווי באוואוסט באקומעט מען געווענליך נאר א הרהור פון א זאך וואס מ'איז נישט צוגעוואוינט צו זעהן, איז אפילו אויב די פרוי איז נישט בעצם נאקעט נאר פאר'ן אויג זעהט זי אויס נאקעט פאסט עס אויך נישט. בכל אופן האב איך נאר גערעדט איבער די "מצוה" צוצודעקן די האר וואס האט נישט מיט'ן דין ערוה צוטון (אפשר לויט הרב משאש'נס תורה איז עס געבינדן בעקיפין).
דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:14 am#449212
ווי ווייט איך געדענק איז רב מאשאש'ס תשובה נישט געבויט אז האר איז א מאראלישע טאבו אויפצודעקן און איך געדענק נישט ער זאל ברענגן די ראיה פון בתולות, זיין עיקר ראיה איז געבויט אויף א רש"י אין בבא קמא אז איינער וואס דעקט אויף די טיכל פון א פרוי איז א מזיק ווייל ער האט איר פארשעמט און ער ברויך באצאלן דמי בושת, פון דעם לערנט ער ארויס אז די עיקר סיבה פארוואס פרויען גייען צוגעדעקט איז ווייל עס איז א גנאי פאר זיי עס אויפצודעקן ברבים, אבער אויב זאלן די פרויען מחליט זיין אז עס איז מער נישט קיין בושה פאר זיי, וועט עס זיין מותר.

דעס וואס דו זאגסט אז בעצם איז נישטא קיין חילוק פון בתולות און נשואות, איז לכאורה אפגעפרעגט פון כתובות אז א כלה יוצאות בהינומא וראשה פרוע, הגם מ'קען זאגן אז דוקא א כלה האט מען מתיר געווען, וועט דאס זיין א ראיה אקעגן משאש אז אויפדעקן די האר איז יא א שיינע זאך אפילו בימיהם, אזוי צו אזוי איז זיכער דא א ראיה פון א כלה אז די חיוב צו באדעקן ביי א בתולה איז נישט אזוי הארב ווי א נשואה.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:32 am#449215
די אלע ענינים פון בושה, טאבו, נאקעט, זענען לדעתי געבינדען איינס אינעם צווייטן, אן קיין שייכות צו שיינקייט אדער עקלדיגקייט, א זאך קען זיין שיין אבער נאכאלץ זיין א טאבו און א בושה אויפצודעקן אין גאס. דאס זעהט מען אויך אין סוטה דף ז. וואס טוט מען צו א סוטה כדי איר צו פארשעמען? מ'דעקט אויף איר האר און מ'אנטבלויזט אירע ברוסטן, און רבי יהודה זאגט אז אויב אירע האר אדער ברוסטן זענען שיין דעקט מען עס נישט אויף משום הרהורים, זעהסטו דאך אז שיינקייט און בושה זענען נישט קיין סתירה איינס מיט'ן צווייטן.

דאס איז איינמאל זיכער אז פארהייראטע פרויען פלעגן אלץ גיין מער בצניעות ווי מיידלעך, דאס קענסטו נאך היינט זעהן אין ירושלים ביי די אראבער, די פארהייראטע פרויען דארט גייען פארבינדן פון קאפ ביז פוס, מיידלעך זענען זיך מער מקיל. אין שולחן ערוך אין הלכות קריאת שמע זעהט מען אויך אז מיידלעך פלעגן גיין אויפגעדעקט אין שטוב, כאטש וואס פארהייראטע פרויען פלעגן נישט.

בנוגע די משנה פון בתולה יוצאת וראשה פרוע, איז זייער שווער זיך צו בויען פון דעם. ערשטנס, וויבאלד ס'נישט ממש א מצוה דאורייתא נאר א מידה טובה, איז דא ווען מ'האט געהאט אן אנדערן ענין דערביי, צו צו ווייזן אז זי איז א בתולה, צו כדי לחבבה על בעלה, צו עפעס אנדערש, קען זיין האט מען זיך מקיל געווען. צווייטנס, שטייט נישט אז זי איז געגאנגען אויפגעדעקט אין גאס, איך מיין אז רוב ראשונים לערנען אז נאר אין חצר איז זי געגאנגען אויפגעדעקט. און דריטנס, וואס פרוע ווען פרוע, זי איז דאך געווען פארדעקט מיט'ן הינומא! פרוע מיינט אז אונטער די הינומא איז איר האר געווען צולאזט, נישט געפלאכטן ווי מ'פלעגט געווענליך גיין, ווי ס'שטייט אין סוטה דף ח. מן הסתם האט זיך אביסל האר ארויסגעשטעקט אז דער עולם זאל זעהן, אבער דאס איז דאך מותר לכתחילה כמבואר בסוגיה דקלתה (מ'קען עס אפשר פארענטפערן אז זייערע שלייערן פלעגן נאר באדעקן דאס פנים).
דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:27 am#449219
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די קשיא'ס פון 'ווי איז די מסכתא?' וכדו' קען ציען אן אנדערן וועג. ווי דער רמב"ם שרייבט אז די דרשות פון חז"ל זענען לאו דוקא די מקור פון חז"ל.

ס'זעהט מיר אויס ווי דו האסט מיר נישט פארשטאנען, איך זאג אז אויב וואלט עס געווען ממש אן איסור דאורייתא וואלט די גמרא געמעגט אביסל פארברייטערן די פרטי האיסור. א מחלוקת תנאים צו ס'גייט שוין אן ביי א נערה וואס איז שוין מחויב במצוות, צו אפשר נאר ביי א בוגרת אלץ שער שער לגזירה שווה. אפשר עפעס א חקירה פון רב ירמיה, א מחלוקת רב הונא מיט רב פפא צו מ'זאגט עומד מרובה על הפרוץ צו פרוץ מרובה על העומד, וכו' וכו'. כ'מיין ס'פעלט נישט קיין פרטים און שאלות מיט וואס זיך צו האלטן פארנומען, גאנץ ש"ס איז דאך פול דערמיט, דא אבער לאזט מען אונז זיך אליינס ספראווען מיט די שאלות. ס'זעהט עפעס אויס ווי די גמרא האט פארשטאנען אז ס'איז נאר אזא מידה טובה און ס'מאכט נישט עכט אויס די פרטים, די עיקר איז אז מ'פארשטייט אז ס'פאסט נישט ארויסצוגיין אין גאס מיט צופלויגענע האר.

מה שנוגע הרב משאש, איך האב נישט אדורכגעטון די תשובה זיינער, כ'האב נאר געליינט דערוועגן אין א תשובה פון עפעס א מאדערנע רב צו א פראפעסאר (מן הסתם איז ער ביידע...) שוין א שטיק צייט צוריק, און כ'האב עס נאר געברענגט וויפיל ס'געווען נוגע צו מיין שטיקל תורה. קען טאקע זיין אז זיינע ראיות זענען שוואך, כ'האב זיי נישט דורגעטון.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:35 am#449221
איך פארשטיי אז דאס איז נישט ממש ממש די נושא/טעזע פונעם אשכול, אבער ס'איז דאך אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם אגרות משה אויף שייטלעך (ובפרט אז די שמועס, אינעם אשכול פון תגלחת נשים, האט זיך אנגעהויבן מיט'ן דן זיין דערויף להלכה בזמנינו).
דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:40 am#449222
די סברא אז ווען די מציאות טוישט זיך, און פרויען גייען אויפגעדעקט, איז שער באשה נישט ערוה, ווערט שוין דערמאנט אין ערוך השלחן סי' ע"ח ס"ז (בתור לימוד זכות).
אבער די צווייטע חלק פון רביה"ק טענה אז מדינא דגמרא איז א שייטל פונקט ווי שער באשה איז נישט ממש אזוי, זינט די שלטי גיבורים און די מג"א ברענגען ראיות פון די גמרא להתיר פיאה נכרית, איי מ'פלעגט נישט גיין אזוי בזמניהם, סוי וואט? למעשה האט עס נישט קיין דין " שער" אזוי ווי די שלטי גיבורים איז מסביר, זעה דרכי משה (או"ח סי' ש"ג) "דאין שער באשה ערוה אלא דוקא שערותיה המדובקים בבשרה אבל לא בתלושין עשוית לכסות שערותיה האחרות אע"ג דעבדא לקישוט".
מאקסימום קענסטו זאגן אז עס איז א לופהאלל אין הלכה, פונקט ווי מכירת חמץ, דרך גגות וקרפיפות וכדומה.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:45 am#449223
די שאלה איז וואס איז די מקור אז ס'האט עפעס מיט'ן "דין שער"? ביי חמץ איז די דין אז ס'דארף באלאנגען פאר א איד, ביי מעשר איז די דין אז ס'דארף זיין רואה פני הבית, ביי פריעת הראש איז עפעס א דין אינעם "קאפ"? אויב איז רש"י גערעכט אז ס'איז א דין אין ניוול איז א שייטל פונקט אזוי ניוול.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:50 am#449224
וואס הייסט וואס איז די מקור? די ראיות פון די שלטי גיבורים 'דאס' איז די מקור.
זעה מג"א סי' ע"ה ס"ק ה' און מחצית השקל א שיינע ראיה פון די משנה אז מ'מעג ארויסגיין מיט פיאה נכרית מגולה לרשות הרבים.
איי וועסטו אפפרעגן די ראיה, נו, כך הוא דרכה של תורה, זה מותיב וזה מפרק, אבער ס'איז פונקט ווי יעדע אנדערע שאלה בהלכה געבויעט אויף יסודות ממשנה וגמרא.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:59 am#449226
אוודאי איז עס אפיציעל געבויעט אויף די גמרא, אבער ווען מ'בלייבט סטאק מיט די בריסקע בריללן און מ'פארזעהט די נקודה אזש די ענין פארלירט דאס גאנצע משמעות איז עס שוין בכלל נישט אינטערעסאנט. מ'האט גענומען א שיינע מידה וואס די תורה לערנט אונז אויס און מ'האט געמאכט דערפון "א דין אזא", נאכדעם ווען מ'האט געטראפן א לופהאול איז שוין די גאנצע זאך בטל מאליו. כִּי שְׁתַּיִם רָעוֹת עָשָׂה עַמִּי, אֹתִי עָזְבוּ מְקוֹר מַיִם חַיִּים, לַחְצֹב לָהֶם בֹּארוֹת בֹּארֹת נִשְׁבָּרִים אֲשֶׁר לֹא יָכִלוּ הַמָּיִם. אמר רבי יוחנן: לא נחרבה ירושלים אלא בשביל שהעמידו דבריהם על דין תורה, פון יעדע מצווה האבן זיי געמאכט "א דין אזא", מ'האט געטראפן לופהאולס אינעם "דין אזא" און מיט דעם ארויסגעריסן די גאנצע שיינקייט פון די תורה. די אלע חומרות און דינים זענען זייער שיין ווען ס'קומט בנוסף צו די תורה, ס'טאר אבער נישט אויף קיין שום פאל איבערנעמען די זאך. מ'מאכט זיך אינגאנצן נאריש יא שייטל נישט שייטל כאילו אין דעם שטעקט אונזער גאנצע גליק, לאדיך אפ פונעם שייטל און גיי מיט די אייגענע האר און פערטיג.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:11 pm#449227
זייער א שטארקע נקודה און אוודאי חומר למחשבה אבער דאס איז בכלל נישט מער ביי די נושא פון שייטלעך ווי אלעס אנדערש, א גרויס חלק מצוות אין די תורה (ע"פ פשט, ראה מורה נבוכים) זענען נישט רעלעוואנט היינט נאר זענען להוציא ממנהג ע"ז של ימיהם, אזוי אויך חז"ל און זייערע גזירות, זענען ריזיגע פראצענטען פון זיי (אויב נישט רוב) נישט רעלעוואנט היינט, אבער די ארטעדאקסישע מהלך איז אין בכחינו לשנות, וואס יא? מנוצט די הלכה'דיגע לופהאללס צוצופאסן צו זמנינו, ויש המון דוגמאות.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:17 pm#449229
לייבל שטילער האט געשריבן: וואס יא? מנוצט די הלכה'דיגע לופהאללס צוצופאסן צו זמנינו, ויש המון דוגמאות.

האלטסטו שוין כמעט דארט וואו איך האלט, דו ביזט געבליבן שטעקן ביי די שייטלען, איך האלט שוין ווייטער...

נאכאמאל, סיי לויט די גמרא איז פריעת הראש בכלל נישט קיין איסור (אפשר א מידה טובה אויב ווילסטו נישט אננעמען הרב משאש), און סיי לויט די פוסקים איז עס נישט קיין איסור, די חילוק איז נאר וויאזוי מ'קומט אן אהין. אמר רבי חייא בר אבא אפילו האב ובנו הרב ותלמידו שעוסקין בתורה בשער אחד נעשים אויבים זה את זה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה...
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:19 pm#449230
כהאב אמאל געהערט אז ווען רבה''ק זי''ע פלעגט געבן די שבת שובה דרשה אינדערהיים פלעגט ער געבן צוויי דרשות. ביי זיין עולם האט ער געבעטן מזאל ''אויסטוען'' די שייטלך, און אין שטאטישע שול האט ער געבטן מזאל ''אנטון'' שייטלך. זעט זיך אויס אז רבה''ק זי''ע האלט אז קאווע שטיבל איז מער אזא שטאטישע שול געמיש...
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:54 pm#449234
כאילו שיינע מדות ווערן נישט אויסגערעכענט אין די גמרא. פארוואס איז אט די שיינע מדה נישט אויסגעשמועסט אין ש"ס?

דאס איז זייער א שוואכער טענה, פארוואס עס איז נישט דא קיין סוגיא דערויף. האסט עפעס א קלארן באווייז אויף וואס איז דא סוגיות און אויף וואס נישט? מ'קען לערנען פון אנדערע ערטער, כדרכה של תורה. גאר א 'פריוואלאס' טענה און מ'קען זיכער נישט אפלערנען דערפון גארנישט. שערי תירוצים לא ננעלו.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:13 pm#449239
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן: וואס יא? מנוצט די הלכה'דיגע לופהאללס צוצופאסן צו זמנינו, ויש המון דוגמאות.

האלטסטו שוין כמעט דארט וואו איך האלט, דו ביזט געבליבן שטעקן ביי די שייטלען, איך האלט שוין ווייטער...

נאכאמאל, סיי לויט די גמרא איז פריעת הראש בכלל נישט קיין איסור (אפשר א מידה טובה אויב ווילסטו נישט אננעמען הרב משאש), און סיי לויט די פוסקים איז עס נישט קיין איסור, די חילוק איז נאר וויאזוי מ'קומט אן אהין. אמר רבי חייא בר אבא אפילו האב ובנו הרב ותלמידו שעוסקין בתורה בשער אחד נעשים אויבים זה את זה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה...

כ'ווייס נישט וויאזוי דו ביזט צוגעקומען צו אזא מסקנא, ווייל וואס איך נעם ארויס:
לויט דיר (ווי איך פארשטיי דיינע ווערטער): איז אדער ביידע (ד.מ. סיי שער ממש און סיי פיאה נכרית) אסור אדער ביידע מותר, און וויבאלד מ'גייט שייטלעך איז א ראיה אז מ'נעמט נישט אן אז ס'איז אן איסור איז אויב אזוי קען מען ג'יין פריעה אינגאנצען, ממילא בלייבט מען מיט א קשיא.
לויט מיר: שער ממש קען זיין אז ס'איז מותר אבער אונז האבען אנגענומען כפשטות הגמרא אז ס'איז יא אסור מדינא, אבער ס'האט קיין שייכות מיט פיאה נכרית וואס איז מותר מדינא.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:15 pm#449240
מי אני האט געשריבן:איך פארשטיי אז דאס איז נישט ממש ממש די נושא/טעזע פונעם אשכול, אבער ס'איז דאך אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם אגרות משה אויף שייטלעך (ובפרט אז די שמועס, אינעם אשכול פון תגלחת נשים, האט זיך אנגעהויבן מיט'ן דן זיין דערויף להלכה בזמנינו).

א דאנק פאר'ן צוצייכענען די תשובה. ר' משה ברענגט דארט די גמרא אז מ'פלעגט פלעכטן די האר מיט אזעלכע פעדימער געמאכט פון האר, און די גמרא זאגט אז א אינגע פרוי וואס האט נאך שווארצע האר זאל נישט מאכן אירע צעפ מיט האר פון אן אלטע פרוי וואס אירע האר זענען ווייס און ארויסגיין אזוי שבת אין א רשות הרבים, ווייל ס'קען זיין אז זי וועט באגעגענען אירע חבר'טעס און זיי וועלן לאכן פון איר און זי וועט עס ארויסנעמען און טראגן אין רשות הרבים. ער נוצט דאס אלץ א ראיה "כמעט מוכרח" אז מ'פלעגט יא טראגן די פאה נכרית אין גאס אויפגעדעקט, אבער איך הייב נישט אן צו פארשטיין די ראיה. די גמרא דארט רעדט בכלל נישט פון פאה נכרית, מ'רעדט פשוט פון אפאר הארעלעך, "חוטי שער" ווי די משנה רופט עס אן. אפילו קלתה וואס איז ממש אויפגעדעקט א גרויס טייל פון די האר איז נאר דת יהודית, ווער זאגט אז ביי חוטי שער איז אויך געווען דיזע דת יהודית מנהג? והוא פלא.

(בכלל דארף מען פארשטיין וויאזוי די פרוי מיט די האר פעדימער צעפ קען בכלל ארויסגיין אין רשות הרבים אזוי, קען זיין אז זי האט יא פארדעקט די צעפ נאר ס'האט די האר פעדימער זענען געווען לאנג און זיך ארויסגעשטעקט, אדער קען זיין אז די משנה גייט נישט ווי די תנא דבי רבי ישמעאל און די משנה אין כתובות, אדער קען זיין אז דאס איז א ראיה צום מג"א אז צעפ הייסט נישט פריעת שיער...)
דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:42 pm#449245
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס איז איינמאל זיכער אז פארהייראטע פרויען פלעגן אלץ גיין מער בצניעות ווי מיידלעך, דאס קענסטו נאך היינט זעהן אין ירושלים ביי די אראבער, די פארהייראטע פרויען דארט גייען פארבינדן פון קאפ ביז פוס, מיידלעך זענען זיך מער מקיל. אין שולחן ערוך אין הלכות קריאת שמע זעהט מען אויך אז מיידלעך פלעגן גיין אויפגעדעקט אין שטוב, כאטש וואס פארהייראטע פרויען פלעגן נישט.

מיידלעך זענען סתם אזוי נישט אזא ערוה הן לענין שוק וכמ"ש רש"י. והמג"א והב"ש לענין קול
דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:45 pm#449246
אויך נישט ווען זיי זענען טמא?
דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:58 pm#449284
m https://mikyab.net/%D7%9B%D7%AA%D7%91%D ... 7%AA%D7%99 m


To quote from Chaim I Waxman's book m https://www.abebooks.com/servlet/BookDe ... -bsk-_-bdp m

During the second half of the twentieth century many observers of American Orthodoxy were struck by what was labeled as a move to the right. This was manifested in a variety of ways, including the increasing insistence on what was termed ‘glatt kosher’ and stricter rules of kashrut in general; a growing number of married women covering their hair in public…..

for example it has become more popular for married women to cover their head public to the extent that there is now a sense that those who don't do so need to justify their decision.

On the changes in practice and the halakhic issues involved, see Broyde, ‘Hair Covering and Jewish Law’; Shulman and Broyde, ‘Hair Covering and Jewish Law: A Response.


m https://traditiononline.org/a-special-s ... t-yehudit/ m
m https://traditiononline.org/exchange-ha ... -response/ m
דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:10 pm#449286
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויאזוי דו ביזט צוגעקומען צו אזא מסקנא, ווייל וואס איך נעם ארויס:
לויט דיר (ווי איך פארשטיי דיינע ווערטער): איז אדער ביידע (ד.מ. סיי שער ממש און סיי פיאה נכרית) אסור אדער ביידע מותר, און וויבאלד מ'גייט שייטלעך איז א ראיה אז מ'נעמט נישט אן אז ס'איז אן איסור איז אויב אזוי קען מען ג'יין פריעה אינגאנצען, ממילא בלייבט מען מיט א קשיא.

ניין, איך זאג אז לויט די גמרא איז סיי האר אליינס און סיי א שייטל מותר, דו פארפאסט נאר דעם מידה טובה פון די תנא דבי רבי ישמעאל, און לויט הרב משאש איז עס מותר לכתחילה למהדרין מן המהדרין ווייל רבי ישמעאל האט גערעדט פון אמאליגע צייטן. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז איך בלייב מיט א קשיא, ס'שטימט מורא'דיג. מ'קען גיין מיט א שייטל, מ'קען גיין מיט א טיכל, און מ'קען גיין מיט די אייגענע האר, מ'קען גיין וויאזוי מ'וויל.
פרייטאג מאי 22, 2020 11:01 am#449325
הלוואי זאל איך האבן די צייט צו מגיב זיין דא, איך האב א געוואלד צו שרייבן... אבער לע"ע קען איך ליידער נישט מגיב זיין 'אין דעפט'.

להערה בעלמא, 'פאה' טייטשט נישט געפלאכטן, פאה ארגינעל טייטשט 'עק' למעשה מיינט עס 'לאקן' א שטיק האר. געפלאכטן וואלט געשטאנען קליעות (א שטייגער ווי די פרויען אין אפריקע מאכן זייערע האר).

רביה"ק, דו ביסט א פוסח על שתי סעיפים, פון איין זייט זאגסטו אז דו גייסט ווי הלכה וויאזוי עס איז, און נישט 'נייע הלכות'. פון די אנדערע זייט, זאגסטו אז פריעות הראש איז נישט קיין דאורייתא.

הרב משאש איז א דעת יחידאי ממש, אלע קאנווענציאלע פוסקים בכל אורך הדורות האלטן פאר א דבר פשוט אז פריעות ראש דאורייתא מיינט דאורייתא ממש, פעהלט דען זאכן וואס די הלכה זעהט פאר א דאורייתא און עס איז נישט ממנין המצות?

די שאלה איז וואס איז די טעם דערפון צו אלס ערוה אדער אלס סתם גזירות הכתוב, אויב אלס גזירות הכתוב איז פאה נוכרית (אלס די פריעות ראש פראבלעם) קיין פראבלעם, ווייל די תורה האס גע'אסר'ט נאר אייגענע האר אויפן קאפ, משא"כ פרעמדע אדער געשניטענע האר. אויב איז די טעם אלס ערוה ווענד זיך צו זאכן וואס זענען אסור אלס ערוה (לענין ברכה, נישט לענין ביאה כמובן מאליו) טוישן זיך מיט די מציאות ע"פ הלכה. (ע"פ מציאות טוישט זיך עס זיכער, די שאלה איז צו הלכה איז בפירוש מסכים מיט דעם...).
פרייטאג מאי 22, 2020 11:23 am#449326
מבקר האט געשריבן:https://mikyab.net/%D7%9B%D7%AA%D7%91%D7%99%D7%9D/%D7%9E%D7%90%D7%9E%D7%A8%D7%99%D7%9D/%D7%97%D7%99%D7%95%D7%91-%D7%9B%D7%99%D7%A1%D7%95%D7%99-%D7%A9%D7%A2%D7%A8-%D7%A8%D7%90%D7%A9-%D7%94%D7%90%D7%99%D7%A9%D7%94-%D7%A2%D7%99%D7%95%D7%9F-%D7%91%D7%99%D7%A7%D7%95%D7%A8%D7%AA%D7%99


To quote from Chaim I Waxman's book https://www.abebooks.com/servlet/BookDe ... -bsk-_-bdp

During the second half of the twentieth century many observers of American Orthodoxy were struck by what was labeled as a move to the right. This was manifested in a variety of ways, including the increasing insistence on what was termed ‘glatt kosher’ and stricter rules of kashrut in general; a growing number of married women covering their hair in public…..

for example it has become more popular for married women to cover their head public to the extent that there is now a sense that those who don't do so need to justify their decision.

On the changes in practice and the halakhic issues involved, see Broyde, ‘Hair Covering and Jewish Law’; Shulman and Broyde, ‘Hair Covering and Jewish Law: A Response.


https://traditiononline.org/a-special-s ... t-yehudit/
https://traditiononline.org/exchange-ha ... -response/

לויט ווי איך געדענק, האט זיך שטארק געשטורעמט וועגן די שטיקל פון הרב ברוידא, ווען עס איז נתברר געווארן אז ער איז נישט געווען ארנטליך אין זיין נאכברענגן מימרות. עפעס אז ער האט געטענה'ט אז הרב שך האט מסכים געווען צו אים, און עס איז שפעטער נתברר געווארן אז עס איז אוממעגליך געווען.
פרייטאג מאי 22, 2020 12:26 pm#449332
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
איך וויל א סקונדע פארקריכן...

א נחת פון אן אשכול! יעדער פראבירט צוצוגעבן א געדאנק, א סברא, א נקודה צום ענין. מען פארקריכט נישט אראפ פון די רעסלן, נאר מען איז דן סברות לכאן ולכאן צוצוקומען צום קלארסטן אמת וואס שייך.

שכח @רביה"ק זי"ע פארן זיין דער פותח!
פרייטאג מאי 22, 2020 12:36 pm#449333
Re: פאה נכרית און איר באדייט פאר היינטיגע צייטן
לייבל שטילער האט געשריבן:זייער א שטארקע נקודה און אוודאי חומר למחשבה אבער דאס איז בכלל נישט מער ביי די נושא פון שייטלעך ווי אלעס אנדערש, א גרויס חלק מצוות אין די תורה (ע"פ פשט, ראה מורה נבוכים) זענען נישט רעלעוואנט היינט נאר זענען להוציא ממנהג ע"ז של ימיהם, אזוי אויך חז"ל און זייערע גזירות, זענען ריזיגע פראצענטען פון זיי (אויב נישט רוב) נישט רעלעוואנט היינט, אבער די ארטעדאקסישע מהלך איז אין בכחינו לשנות, וואס יא? מנוצט די הלכה'דיגע לופהאללס צוצופאסן צו זמנינו, ויש המון דוגמאות.
קאווע שטיבל על רגל אחת..!


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מאי 22, 2020 12:47 pm#449334
פארשטאנד האט געשריבן:להערה בעלמא, 'פאה' טייטשט נישט געפלאכטן, פאה ארגינעל טייטשט 'עק' למעשה מיינט עס 'לאקן' א שטיק האר. געפלאכטן וואלט געשטאנען קליעות (א שטייגער ווי די פרויען אין אפריקע מאכן זייערע האר).
קוק אין רש"י שבת סד: וז"ל: "פיאה נכרית - קליעת שער תלושה." אויך אין רש"י עירובין יא: וז"ל: "פיאה - קליעת הזמורה המתוחה מקונדס לחבירו ודוגמתו פיאה נכרית במסכת שבת."

פארשטאנד האט געשריבן:רביה"ק, דו ביסט א פוסח על שתי סעיפים, פון איין זייט זאגסטו אז דו גייסט ווי הלכה וויאזוי עס איז, און נישט 'נייע הלכות'. פון די אנדערע זייט, זאגסטו אז פריעות הראש איז נישט קיין דאורייתא.

הרב משאש איז א דעת יחידאי ממש, אלע קאנווענציאלע פוסקים בכל אורך הדורות האלטן פאר א דבר פשוט אז פריעות ראש דאורייתא מיינט דאורייתא ממש, פעהלט דען זאכן וואס די הלכה זעהט פאר א דאורייתא און עס איז נישט ממנין המצות?
איך האלט קלאר אז ס'אלץ געווען "קאנווענציאלע פוסקים בכל אורך הדורות" וואס האבן נישט געהאלטן אז ס'איז ממש א דאורייתא וואס ס'קומט אויף דעם מלקות, אנגעפאנגען פונעם תנא דבי רבי ישמעאל זעלבסט, ביז רש"י און תרומת הדשן (תשובה רמב), ביז די מוני המצוות (נישט אלע דאורייתאס מוזן פארנעמען א גאנצע נומער צווישן די תרי"ג מצוות, ס'דארף אבער זיין א פרט אין א מצווה), ביז די ערשטע ראשוני אשכנז וועלע האבן אויפגעהערט צודעקן די האר פון מיידלעך. איינע וואס האלט אז דער משנ"ב און חזו"א זענען א שטערקערע אויטאריטעט ווי די אלע און אויב גייט זי זיי נישט פאלגן וועט זי פלאקערן אין גיהנם, זאל זי טאקע גיין מיט א שייטל, איך בין אבער נישט איבערצייגט אז ס'איז טאקע אזוי.

פארשטאנד האט געשריבן:די שאלה איז וואס איז די טעם דערפון צו אלס ערוה אדער אלס סתם גזירות הכתוב, אויב אלס גזירות הכתוב איז פאה נוכרית (אלס די פריעות ראש פראבלעם) קיין פראבלעם, ווייל די תורה האס גע'אסר'ט נאר אייגענע האר אויפן קאפ, משא"כ פרעמדע אדער געשניטענע האר. אויב איז די טעם אלס ערוה ווענד זיך צו זאכן וואס זענען אסור אלס ערוה (לענין ברכה, נישט לענין ביאה כמובן מאליו) טוישן זיך מיט די מציאות ע"פ הלכה. (ע"פ מציאות טוישט זיך עס זיכער, די שאלה איז צו הלכה איז בפירוש מסכים מיט דעם...).

לויט ווי איך פארשטיי איז עס נישט אלס ערוה און נישט אלס גזירת הכתוב, די דינים פון ערוה זענען נאר נוגע צו קריאת שמע (באשתו ולק"ש - ברכות כד.), ווידער אויב וויל מען זאגן אז ס'איז א גזירת הכתוב דארף מען אויפקומען מיט אן אנדערן פשט פון רש"י. ס'איז ווי כ'האב שוין געזאגט פריער, אדער אלס צניעות (וואס אין דעם קען מען דן זיין צו ס'קען זיך טוישן), אדער ווי הרב משאש אלס מענטשליכקייט.
פרייטאג מאי 22, 2020 1:03 pm#449336
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: די דינים פון ערוה זענען נאר נוגע צו קריאת שמע (באשתו ולק"ש - ברכות כד.), .


לויט די ראשונים וואס לערנען אז די טעם ביי ק"ש איז משום הרהור (זעה רשב"א ברכות בד.) צ"ע לחלק, און ס'איז נישט דומה צו אשתו וואס איז אסור נאר ביי ק"ש, ודוק
פרייטאג מאי 22, 2020 1:23 pm#449343
אגב, מענין לענין שלא באותו ענין, קען מען צוברענגען די לבוש וואס באציהט זיך אויפ'ן ספר חסידים (שצג) וואס שרייבט אז ווען מ'איז צוזאמען מענער און פרויען ביי א חתונה מאכט מען נישט קיים שהמחה במעונו און אזוי שרייבט אויך די ב"ח (אבה"ע סי' ס"ב ס"ק יב):
בקראקא נוהגין שבסעודה שעושין בליל שני מברכין אשר ברא ולא שהשמחה במעונו והוא תימא ולא מצאתי שום טעם למנהגם זה אלא לפי שסעודה זאת קטנה היא ומושיבין האנשים והנשים יחד בחדר אחד וכתב במנהגים דאין מברכין שהשמחה במעונו היכא דאיכא חששא דהרהור עבירה ולפי זה ודאי היכא דאין שם אלא אנשים במסיבה צריך לברך שהשמחה במעונו, עכ"ל
שרייבט די לבוש:
"ואין נזהרים בזה עכשיו, ואפשר משום דעכשיו מורגלות הנשים בין האנשים, ואין כאן הרהורי עבירה על כך, דדמיין עלן כקאקי חיוורא מתוך רוב הרגלן בינינו, וכיון דדשו דשו"
דינסטאג מאי 26, 2020 8:00 pm#449689
פריעת ראש ביי א אישה נשואה איז א דאורייתא לויט רוב ראשונים. פאה נכרית איז מותר לכתחילה לויטן שלחן ערוך. ווי אזוי מאכסטו א מישמאש פון א דאורייתא מיט א מותר לכתחילה? איי עס קוקט דיר אויס ווי א חוכא ואיטלולא, די פוסקים האבן אזוי פארשטאנען און די קענסט דיך אויף זיי פארלאזן, זיי האבן נאך אזוי גוט געוויסט וויאזוי מלערנט א גמרא.

און די הסבר קען זיין, שלפי פירוש שני של רש"י בכתובות ע"ב, שהוא העיקר, איסור פריעת ראש הוא "גזירת הכתוב" ממילא איז פשוט אז מקען נישט פון א גזירת הכתוב ארויסלערנען אויף פאה נכרית.
(והא ראיה, דער איינציגסטער וואס גייט אריין אין סברות פארוואס די תורה האט געאסרט, איז די תרומת הדשן, והולך לשיטתו בדעת הרמב"ם שהביא בסי' רמ"ב, שאיסור גילוי הראש עיקרו מדרבנן ומסתמא סבירא ליה הא דפריך תלמודא 'דאורייתא היא' רצונו לומר רמז דאורייתא יש לה.)

ואפילו אם נאמר שהטעם מישום צניעות, לא אסרה תורה אלא שיער ממש, וגילוי שיער אינו פריצות בעצם כמו גילוי בשר ולכן שרי בפנויות , רק חידוש התורה לנשואות לצניעות יתרה ואין לנו בו אלא חידושו, ואי אפשר מעצמנו לחדש איסורים חדשים, אפי' אם יש בהם ממש אותו הטעם שיש לתורה.

מהגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א
"עוד יסוד חדש למדין מדברי הש"ג, שכתב שיער באשה ערוה היינו דוקא כשנראה הבשר עמהן אבל השערות לעצמן אינן ערוה כלל, והביא ראיה מרש"י בברכות ולכאורה כוונתו סתומה. אולם איתא שם בפרק מי שמתו (דף כד.) "שיער יוצא בבגדו מהו", ופרש"י שנקב יש בבגדו כנגד זקן התחתון ויצא מן השיער דרך הנקב מהו, מי הוי ערוה לקרות ק"ש נגדו או לא. ולכאורה למה מבעיא ליה דוקא ביוצא דרך הנקב, ולא בשיוכל לראות שם דרך הנקב כשבגדו מגולה, אלא על כרחך דזה פשיטא ליה דבנראה השיער עם הבשר דהוי ערוה, רק בשיער לבדו מבעיא ליה, ומסיק דליכא שום ערוה בשיער לבד כדאיתא התם, וכ"כ החזו"א באורח חיים )סי' ט"ז סק"י( בקיצור הדברים ע"ש.
ובשו"ת ישכיל עבדי (ח"ז אה"ע סי' ט"ז) הוסיף לבאר טעם בדבר, דקים להו לרבנן שאין היצה"ר שולט אלא בדבר הדבוק בגוף האשה עצמה, היינו בדבר הדבוק בגוף הערוה עצמה, דאין שליטה ליצה"ר אלא בדבר שיש לו נפש חיונית לא בדבר שאין לו נפש חיונית. ולכן בנתלש מגוף האשה דניטל ממנו נפש החיונית, הרי פקע ממנו אותה ערוה שהיתה עליו בזמן שהיה דבוק בגוף האשה, דהרי הוא כפגר מת שאין להיצה"ר שליטה בו, הרי לא יבוא לידי הרהור. ע"כ דבריו."

קומט דאך אויס לויטן ש"ג אז שער באשה ערוה מדאורייתא איז נאר ווען מזעט די בשר עם השער. משא"כ בפאה נכרית אין רואין הבשר עם השער. און באמת זענען אלע פוסקים מודה צו דעם. דגם הפוסקים האוסרים פאה נכרית לא אסרו אלא רק מדרבנן, והזכירו או "מראית העין" שהפאה מטעה את עין הרואה, או משום "דת יהודית" שהוא מנהגי צניעות שנהגו הנשים, (און די חששות זענען אפשר נישט שייך היינטיגע צייטן.) ואף אחד מגדולי האחרונים האוסרים, לא עלה על דעתו לאסור מדאורייתא. ורק כמה פוסקים בודדים בדורות האחרונים כמו ה"חסד לאברהם" שכתב בדרך "אפשר" שיש כאן פריצות ואיסור דאורייתא כמו שיער ממש, וגם הוא בעצמו כתב להדיא שכל הפוסקים נחלקו ע"ז וגם האוסרים כמו היעב"ץ וסיעתו לא עלה כלל על דעתם לאסור משום פריצות דאורייתא, ורובם אסרומשום מראית העין או משום דת יהודית, מדרבנן.
דינסטאג מאי 26, 2020 8:03 pm#449691
פייפעריי האט געשריבן:איי עס קוקט דיר אויס ווי א חוכא ואיטלולא, די פוסקים האבן אזוי פארשטאנען און די קענסט דיך אויף זיי פארלאזן, זיי האבן נאך אזוי גוט געוויסט וויאזוי מלערנט א גמרא.

כ'האף אז דו ערווארטסט נישט קיין ענטפער פון מיר ווייל כ'האב נישט וואס צו ענטפערן, איך גיי אין די אויסגעטרויטענע וועג פון די בעלי התוספות וועלכע דינגען זיך מיט פריערדיגע ווען זיי פארשטייען אנדערש.

צו דיינע אנדערע הערות גיי איך זיך נישט מתייחס זיין ווייל ווען דו וואלסט געליינט וואס איך האב געשריבן וואלט דיר אלס פארענטפערט געווארן.
דאנערשטאג מאי 28, 2020 7:35 pm#449875
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פייפעריי האט געשריבן:איי עס קוקט דיר אויס ווי א חוכא ואיטלולא, די פוסקים האבן אזוי פארשטאנען און די קענסט דיך אויף זיי פארלאזן, זיי האבן נאך אזוי גוט געוויסט וויאזוי מלערנט א גמרא.

כ'האף אז דו ערווארטסט נישט קיין ענטפער פון מיר ווייל כ'האב נישט וואס צו ענטפערן, איך גיי אין די אויסגעטרויטענע וועג פון די בעלי התוספות וועלכע דינגען זיך מיט פריערדיגע ווען זיי פארשטייען אנדערש.

צו דיינע אנדערע הערות גיי איך זיך נישט מתייחס זיין ווייל ווען דו וואלסט געליינט וואס איך האב געשריבן וואלט דיר אלס פארענטפערט געווארן.


אחרונים קענען נישט קריגען מיט ראשונים כמלאכים אפילו אויב מהאט פארשטאנען אנדערש. און די, במחילת כבודך, קענסט נישט קריגן אויף אחרונים אויך נישט. די קומסט נישט צו לקרסולי רגלם. מאקסומום קענסטו פרעגן א קשיא און וויסן אז די זאך האט א גוטע תירוץ, דארפט דיך נאר אויסבעטן ביי והאר עינינו אז די זאלסט זוכה זיין דערצו.
זונטאג מאי 31, 2020 12:12 am#449887
פייפעריי האט געשריבן:אחרונים קענען נישט קריגען מיט ראשונים כמלאכים אפילו אויב מהאט פארשטאנען אנדערש.

כו"ע מודי אז אחרונים קענען זיך נישט קריגען מיט ראשונים, די שאלה איז נאר וואס די ראשונים האבן געהאלטן. איך האב אויפגעוויזן אז רוב ראשונים האבן געלערנט אז ס'נישט קיין ממש א דאורייתא וואס מ'באקומט מלקות דערויף, וואס לייגסטו יעצט צו צום שמועס?
זונטאג מאי 31, 2020 12:55 am#449891
לעצטנס האב איך געטראפן איין ראשון וואס האלט יא אז די אזהרה לבנות ישראל איז ממש א דאורייתא, און דאס איז דער מאירי. דער מאירי איז מסביר די גמרא אזוי: ס'שטייט ופרע את ראש האשה, און דער "האשה" איז א מיעוט, דווקא דעם פרוי דארף מען צולאזן אירע האר אבער א צווייטע טאר מען נישט, זעהט אויס ווי ער האט געלערנט אז ס'איז אזא לאו הבא מכלל עשה. לויט דעם וועט אויסקומען אן אינטערעסאנטע זאך אז די איסור איז נישט אז א פרוי טאר נישט גיין אין גאס מיט צולאזטע האר, ס'איז א לאו אויף יעדן מענטש אז מ'טאר נישט צולאזן די האר פון א פרוי וואס געפינט זיך אויפ'ן גאס. ד.ה. אז ווען א מענטש רייסט אראפ א פרוי'ס קאפ צודעק איז ער נישט עובר אויף ולפני עוור וויבאלד ער איז גורם אז די פרוי זאל גיין אין גאס מיט אויפגעדעקטע האר, ניין, ער איז עובר אויף די לאו אליינס, ודו"ק.
זונטאג מאי 31, 2020 12:25 pm#449933
און לאידך גיסא ווען די פרוי טוט עס אליין איז נישט דא קיין איסור.

עס איז א גדר פין זנות לויט דער מאירי, פורע זיין די האר פין א אשה דורך א מאן.
זונטאג מאי 31, 2020 2:29 pm#449959
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פייפעריי האט געשריבן:אחרונים קענען נישט קריגען מיט ראשונים כמלאכים אפילו אויב מהאט פארשטאנען אנדערש.

כו"ע מודי אז אחרונים קענען זיך נישט קריגען מיט ראשונים, די שאלה איז נאר וואס די ראשונים האבן געהאלטן. איך האב אויפגעוויזן אז רוב ראשונים האבן געלערנט אז ס'נישט קיין ממש א דאורייתא וואס מ'באקומט מלקות דערויף, וואס לייגסטו יעצט צו צום שמועס?


מלקות באקומט מען נאר אויף א לאו. פריעת ראש האשה איז נישט קיין איסור לאו נאר א איסור עשה.

רוב האלטן אז סאיז א דאורייתא. אבער אין אמתן אריין להלכה למאי נפקא מינה? כו"ע מודי פריעת ראש איז אסור ביי א נשואה. לויט די זוהר איז אסור אפילו בחדרי חדרים.
זונטאג מאי 31, 2020 3:18 pm#449970
פייפעריי האט געשריבן:רוב האלטן אז סאיז א דאורייתא.
רש"י, רמב"ם, תרומת הדשן, אלע מוני המצוות, האלטן אז נישט. ווער אויסער דעם מאירי האלט אז יא?

פייפעריי האט געשריבן:כו"ע מודי פריעת ראש איז אסור ביי א נשואה.
קמשמע לן אז נישט, ס'איז נאר א שיינע זאך פונקט ווי זאגן זכר צדיק לברכה אויף א צדיק וואס די גמרא רופט אויך א דאורייתא.

פייפעריי האט געשריבן:לויט די זוהר איז אסור אפילו בחדרי חדרים.
פון זוהר קען מען נישט פסק'נען, כדאמרינן בעלמא, כל מתניתא דלא תניא בי רבי חייא ובי רבי אושעיא משבשתא היא, ולא תותבו מינה בי מדרשא (חולין קמא.).

מ'קען שוין גיין צום נעקסטן הקפה?
זונטאג מאי 31, 2020 3:36 pm#449975
אישתישבי האט געשריבן:און לאידך גיסא ווען די פרוי טוט עס אליין איז נישט דא קיין איסור.

עס איז א גדר פין זנות לויט דער מאירי, פורע זיין די האר פין א אשה דורך א מאן.

כ'געדענק נישט ער זאל זאגן ווערטער וואס זאלן משמע זיין אזוי, אויב ער זאגט עס יא דארף מען פארשטיין די קשיא פון די גמרא, מ'רעדט דארט פון א פרוי וואס טוט עס אליין.
זונטאג מאי 31, 2020 3:40 pm#449976
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

פייפעריי האט געשריבן:כו"ע מודי פריעת ראש איז אסור ביי א נשואה.
קמשמע לן אז נישט, ס'איז נאר א שיינע זאך פונקט ווי זאגן זכר צדיק לברכה אויף א צדיק וואס די גמרא רופט אויך א דאורייתא.



שוואכא צושטעל, פריעת הראש איז אויסגעשמועסט אין די גמרא, ראשונים, גע'פסק'נט אין רמב"ם, שו"ע און אזוי ווייטער, יעצט איז די שאלה אויב דאס וואס די גמרא רופט עס אן "דאורייתא" איז דווקא אדער לאו דווקא, אבער עס צוגלייכן בגז"ש דאורייתא דאורייתא צו זכר צדיק לברכה איז אבסורד.