דינסטאג אוגוסט 7, 2012 3:49 pm#32602
וואס איז געשעהן מיט האדמו"ר מ'בעלזא ירושלים
עפעס גאר מיסטעריעז שפילט זיך אפ אין בעלזא ירושלים די טעג. שבת ביי שלש סעודות איז כ"ק אדמו"ר מ'בעלזא ירושלים שליט"א ארויס אינמיטן טיש, און בנו יחידו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א האט איבערגענומען דאס געפראוועכץ און דער רב איז נישט צוריק אריינגעקומען.נעכטן (מאנטאג) צופרי ביי קריאת התורה האט דער רב געבענטש גומל בשם ומלכות..
יעצט פאנגט זיך אן די געספינאכץ:
די חברה זאגן אז דער בעלזערס גומל בענטשען איז אז ס'איז גארנישט געשען ביי די אינצידענט זינטאג ביים עגיפטישען בארדער, ער איז ל"ע ולא עליכם (ח"ו)
אבער א בעלזא חסיד זאגט: אז די סיבה פונעם רב'ס גומל בענטשן איז לכבוד זיין פארלירן 60 פונט אויף ר' הערשל מייזליש דייעט!
דער דייעט דארף צו זיין דער סוד פונעם יאר הונדערט, נאך וואס פארגאנגענעם ווינטער איז דער בעלזא רבי אריינגעפאלן אין א שרעקליכן דיפרעסיע, די וואג האט אים שרעקליך אראפגעשלעפט, ער האט אנגעהויבן באקומט איין איבערוואגיקייט סימפטעם נאכן צווייטן, ווער ס'האט אביסל מיטגעהאלטן זיין סדר היום דעם ווינטער האט געזען אז זאכן זענען נישט כשורה ביי אים. ביים באזיך פון סאטמארע רבי מהר"א האט ער אויסגעקוקט ממש שרעקליך. ביז ר' הערשל מייזליש האט געמאכט א יד אחת מיט אים, און מ'איז ארויף אויף א פעסטן דייעט, און ער האלט שוין יעצט ביי זעכציג פונט וואס דאס האט אים ארויסגענומען פון א מצב סכנה, און ער שפירט זיך סאך בעסער.
דאס איז אויך געווען די סיבה אויף די מאדנע מאראטאן וואס ער האט פאריגע וואך אונטערגענומען צו באזוכן כמעט יעדעס צענטער פון זיינע חסידים אין לאנד, פון בית שמש ביז אשדוד. אזוי אויך האט מען געקענט זען אויף אים ביי די מעמדי סיום הש"ס ווי ער איז אין זייער א גוטע מוד.
איינער האט עפעס צוצולייגן?