Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 53 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13873
דינסטאג מאי 26, 2020 11:22 pm#449735
אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
עס רידערט יעצט אין די נייעס אז א שווארצע וועלכע איז ארעסטירט געווארן אין מיניעפאליס איז ממש דערשטיקט געווארן צום טויט בשעת'ן ארעסטירט ווערן!!!!!!!!

ווילדע ראיאטן קומען יעצט פאר........
דינסטאג מאי 26, 2020 11:26 pm#449736
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
איך שטעל דא ארויף די בילדער, אחראים אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן פארמעקן....בילדבילדבילד
דינסטאג מאי 26, 2020 11:30 pm#449737
זייער שווער צו צוקוקען, ער איז געזיצן אויף זיין האלז פאר איבער פינף מינוט דערשטיקענדיג אים צום טויט. לינק צו ווידעא.
מיטוואך מאי 27, 2020 12:52 am#449743
איז דא א נארמאלע הסבר פארוואס מהאט זי נאר צייטווייליג אפגעזאגט, אין נישט געפראסעקיוט אזוי עני אנדערע מערדער?
מיטוואך מאי 27, 2020 12:55 am#449744
זיכער גייט מען זיי פראסעקיוטען. נאר די שווארצע האבן א מנהג צו פראטעסטירן, אויב זאל די פאליציי תיכף מעלדן איבער אינוועסטיגאציעס, וועלן זיי נישט נאכלאזן ביז טויט שטראף... אזוי בעטן זיי כאטש נאר צו פראסעקיוטען...
מיטוואך מאי 27, 2020 12:57 am#449745
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
די רשעות און אכזריות פונעם פאליציאנט איז קלאר און ער דארף גע'משפט ווערן אויף מארד.

אבער מיט דעם אלעם האף איך אז די פאליציי גייט האבן גענוג שכל אפצושטעלן די ראיאטן מיט אלע מעגליכקייטן פאר די ריכטיגע שאדנס פאנגען זיך אן......
ווייטאג איז נישט קיין פאס צו ברעכן די געזעץ און פאראורזאכן ווייטאג פאר אנדערע!
מיטוואך מאי 27, 2020 6:25 am#449753
איך וואלט איבערגעבן דעם רוצח פאר די ציושטע המון און זאלן זיי עם צורייסן אויף שטיקער, אדער לפחות גענוצט א טעקס סעיווינג בולעט און עם נאך היינט געשאסן אינמיטן שטאט און פטור א עסק.

דער סאספעקט איז שוין געווען געלעגן אויף די ערד אין הענדקאפס!
מיטוואך מאי 27, 2020 8:45 am#449761
איך אויך האט געשריבן:איך וואלט איבערגעבן דעם רוצח פאר די ציושטע המון און זאלן זיי עם צורייסן אויף שטיקער.

איך האלט גראדע זייער שטארק פון דעם מהלך, הגם היינטיגע צייטן פרובירן מענטשן זיך איינצורעדן אז זיי זענען העכער פון די זאכן, אויסער דעם וואס ס'איז נישט אמת בין איך בכלל נישט זיכער אז ס'דארף טאקע צו זיין א בחינה פון "העכער", ועיין עוד כאן.
מיטוואך מאי 27, 2020 1:25 pm#449778
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
איינמאל ס'הייבט זיך אן לינטשינג אדער בכלל שריט אן קיין משפט, דאן איז אין לדבר סוף.
מיטוואך מאי 27, 2020 1:48 pm#449782
וואס איז אומפארשטענדליך איז: וואס טראכטן די אלע פאליציאנטן וואס טוהען דאס (יעדע איינס אין א וויילע)???
מיטוואך מאי 27, 2020 2:33 pm#449788
דערמאנט מיר פון פוסעי וואשינגטאן אויף Orange Is The New Black.
מיטוואך מאי 27, 2020 3:00 pm#449793
מפיל קינד האט געשריבן:זיכער גייט מען זיי פראסעקיוטען. נאר די שווארצע האבן א מנהג צו פראטעסטירן, אויב זאל די פאליציי תיכף מעלדן איבער אינוועסטיגאציעס, וועלן זיי נישט נאכלאזן ביז טויט שטראף... אזוי בעטן זיי כאטש נאר צו פראסעקיוטען...

רובא דרובא פעלער אין די פעסט, האט מען זיי נישט פראסעקיוטעט אין די ענד, אפילו ווען פאליציי האט געבראכן אייגענע רעגולאציעס,
מיטוואך מאי 27, 2020 4:28 pm#449801
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
DONT WATCH!!!!! Omg I don’t believe this can happen!!! I’m so shaken up from this video!! I’ve never seen anything like this before!!!! this cop should be hung in public!!! disgusting and disturbing!!!!:( I’ll never be the same after what I saw!!!! :(

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מאי 27, 2020 4:36 pm#449803
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
ישעיה האט געשריבן:וואס איז אומפארשטענדליך איז: וואס טראכטן די אלע פאליציאנטן וואס טוהען דאס (יעדע איינס אין א וויילע)???
איך פרעג מיך אויך די שאלה, ער זעט דאך אז מ'כאפט ווידיאו! טא, פארוואס גייט ער ווייטער אן??

אלא מאי, ער האט דאך נישט גע'חלום'ט אז עס גייט זיך ענדיגן פאטאל, און ער פארשטייט אז פון פשוט פייניגן א צווייטן גייט ער נישט ליידן קיין קאנסעקווענצן, אפי' ס'איז דא א ווידעא!
זגעוויסע פאליציי דעפארטמענט'ס טוען גארנישט פאר זייערע פאליציי אפיצירן סיידן עס איז דא מאסן רעאקציע !
מיטוואך מאי 27, 2020 5:37 pm#449806
דאהי אין ניו יארק סיטי מיט בערך זעקס יאר צוריק איז זיך פארלאפן אן ענליכע געשיכטע ווען א (ווייסער, איטאליענער) פאליציאנט האט ארעסטירט א שחור, מיט'ן נאמען עריק גארנער.

יענער ארעסט איז לפענ"ד געווען אן איבעריגער ארעסט. ווייל דער מר. גארנער האט נישט געהאט קיין שום געווער אויף זיך. און ער האט נישט רעפרעזענטירט קיין שום געפאר פאר קיינעם. ער האט נאר עובר געווען א טעכנישע עבירה. ער איז געשטאנען אין פראנט פון א סטאר (וועמענ'ס אייגענטומער איז אויך געווען אן אפריקאנער אמעריקאנער)און פארקויפט ..."לוסי'ס"...איינצעלנע ציגארעטלעך. פאר א דאללער איינס.זעהט אויס אז אין זייער געגנט איז עס א געשעפט. דער געשעפט אייגנטומער האט גערופן די פאליציי אויף איהם. און ווען די פאליס האבן געבעטן איי. די. ביי איהם האט ער נישט געוואלט געבן. האבן זיי איהם געוואלט ארעסטירן. האט ער זיך נישט געלאזט. איז געקומען צו א פייט. נאר ער (גארנער) איז געווען א הויכער, ברייטער פארשוין. און דער פאליציאנט האט איהם קוים געגרייכט צו די פלייצעס. האט זיין סארזשענט, וועלכע איז געווען א שחור'טע איהם געהייסן אז ער זאלל ארויפדזשאמפן אויף איהם. דער פאליס האט געפאלגט. און ער האט איהם געטשאוקט.גארנער האט געהאלטן אין איין שרייען אז ער קען נישט אטעמען. אבער ער האט איהם ווייטער געטשאוק'ט. און ער (גארנער) איז געשטארבן.

דער פאליסמאן טענה'ט אז ער האט איהם נישט געטשאוקט אינגאנצן, וואס איז פארבאטן ביי די פאליס. און אז גארנער איז געשטארבן ווייל ער איז געווען קראנק.ר'האט געליטן פון אסטמא, דייעביטיס און הארץ קראנקהייט.

א סטעיט און פעדעראלע גרענד דזשורי האבן איהם (דעם פאליסמאן) נישט אינדייטעד. אבער דער פאליס קאמישאנער עפ"י פקודת מעיאר די בלאזיא, יר"ה האט איהם געפייערט...!

די מסקנא איז אז ס'קומט זיך איהם נישט צו ארעסטירן. און אויב שוין יא. האבן די פאליס דעפט. הויעכע, ברייטע און פעסטע מענטשן. און אין אזא קעיס קענען זיי קומען און איהם ארעסטירן אן געוואלד...

נאר די מידיא האט (בייזוויליג, כדרכם) פארהוילן דעם פאקט אז דעם פאליסמאן'ס סארזשענט איז געווען א שחור'טע. און זי האט איהם געהייסן אז ער זאלל דזשאמפן אויף איהר פאלקס מענטש. און אז דער סטאר אייגנטומער איז אויכעט געווען פון איהר פאלק. און דער פאליס, מר. פאנטאלעא האט נישט געהאט א צווייטע ברירה נאר פאלגן זיין ...סארדזשענט! אבער זיי האבן געמאכט א ראסיסטישע אישו פון דעם...!
מיטוואך מאי 27, 2020 8:13 pm#449821
berlbalaguleh האט געשריבן:

דאס מאכן פאר א ראסע אישוי איז א גרויסע פראבלעם,
ס'איז קלאר אז צווישן די פאליציי ראנגען איז דא היפש אפאר פאדארבענע/אומערפאראנע עפל, און ווען זיי גייען אריין אין די מוד.. וועלן זיי עס לכאורה פונקט אזוי טוהן פאר א ווייסער, די סיבה פארוואס מיר הערן כסדר פון די מעשיות ביי די שווארצע איז לכאורה:
1 די פראצענט שווארצע וואס באגייען קרימינאלע אקטן איז פיל העכער ווי ביי אלגעמיינע בירגער
2 די שווארצע זענען פיל מאל ווילדער/באוואפנט
3 העולה על כולנה, די מידיע וועט כמעט נישט באריכטן ווען ס'פאסירט מיט א ווייסן
מיטוואך מאי 27, 2020 8:28 pm#449825
אין א וידיאו וואס מזעט אפאר מינוט פריער, זעהט מען אז ער האט - דעמאלטס - בכלל נישט רעזיסטעט ארעסט,
און ער איז שוין געווען cuffed ווען מהאט אים ברוטאל דערמארדעט.
מיטוואך מאי 27, 2020 8:38 pm#449826
ליב צו וויסן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
נאר די מידיא האט (בייזוויליג, כדרכם) פארהוילן דעם פאקט אז דעם פאליסמאן'ס סארזשענט איז געווען א שחור'טע. און זי האט איהם געהייסן אז ער זאלל דזשאמפן אויף איהר פאלקס מענטש. און אז דער סטאר אייגנטומער איז אויכעט געווען פון איהר פאלק. און דער פאליס, מר. פאנטאלעא האט נישט געהאט א צווייטע ברירה נאר פאלגן זיין ...סארדזשענט! אבער זיי האבן געמאכט א ראסיסטישע אישו פון דעם...!

דאס מאכן פאר א ראסע אישוי איז א גרויסע פראבלעם,
ס'איז קלאר אז צווישן די פאליציי ראנגען איז דא היפש אפאר פאדארבענע/אומערפאראנע עפל, און ווען זיי גייען אריין אין די מוד.. וועלן זיי עס לכאורה פונקט אזוי טוהן פאר א ווייסער, די סיבה פארוואס מיר הערן כסדר פון די מעשיות ביי די שווארצע איז לכאורה:
1 די פראצענט שווארצע וואס באגייען קרימינאלע אקטן איז פיל העכער ווי ביי אלגעמיינע בירגער
2 די שווארצע זענען פיל מאל ווילדער/באוואפנט
3 העולה על כולנה, די מידיע וועט כמעט נישט באריכטן ווען ס'פאסירט מיט א ווייסן

ליעב צו וויסן: די מערסטע מאל ווען ס'קומט צו קאנפראנטאציעס צווישן פאליס און די (שווארצע) באפעלקערונג איז עס ווייל די וועלכע די פאליס באפעלט עפעס צו טון וועללן עס נישט אויספאלגן. נאר זיי וועללן נאך צוריקענטפערן מיט חוצפה. און אפילו שפייען אדער זיך שלאגן מיט דעם פאליס...! אזוי ווי מ'האט געזעהן אין עטליכע פעלער דא אין ניו יארק. ווען דער פאליס האט אראפגעווארפן דעם שחור. און ער האט איהם גוט אנגעריסן. ווייל דער שחור האט געגעבן א פאנטש פאר'ן פאליס...!
מיטוואך מאי 27, 2020 9:10 pm#449830
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
שוין יארן וואס ס'עגבערט מיר וואו די אלע סיריעל קילערס וואס אמעריקע פלעגט זיין געבענטשט מיט זענען נעלם געווארן. ביז ארום יארע 2000 פלעגט מען הערן פון סיריעל קילערס אזוי מ'הערט היינט פון האקענקרייצן.

איך קלער אז אזוי ווי היינט איז שוין דא קאמערע'ס איבעראל, זענען זיי קלוגער געווארן און זיך איינגעשלאסן אין די קילינג אינדאסטריע, מיליטער, פאליציי וכדו' אזוי אז זיי זאלן מעגן רצח'ענען לעגאל.
דאנערשטאג מאי 28, 2020 7:16 pm#449874
דער חלק אז א פאליס האט גע'הרג'ט א מענטש אזוי, איז טאקע כדאי בזיון וקצף, דא ליגט אבער באהאלטען נאך א נקודה וואס איז נוגע אלע פאליציי, אז זיי זאגן ליגענט בכלל צעד ושעל, און טוען אביוזען זייערע פאזיציעס און מאכן אהן א שנאה פין דער פאלק אקעגן זיי.

עס איז א דבר ברור אז ווען נישט פאר דער ווידעא וואלטען זיי פארדרייט די מעשה און גארנישט געטוהן דערוועגן.

דער חלק איז דער ריכטיגער דבר הצריך תיקון. דאס אז עס דרייען זיך מענטשן מיט גאנס אין דער גאסען וואס דארפען נישט ריכטיג אפגעבן א דין וחשבון כל זמן עס איז נישטא קיין ווידעא, דאס מאכט אונז פאר א צירוק געשטאנענע מדינה נישט אנדרעש ווי די ווארלארדס אין אפגאניסטאן.
מוצ"ש מאי 30, 2020 10:57 pm#449879
אישתישבי האט געשריבן:דער חלק אז א פאליס האט גע'הרג'ט א מענטש אזוי, איז טאקע כדאי בזיון וקצף, דא ליגט אבער באהאלטען נאך א נקודה וואס איז נוגע אלע פאליציי, אז זיי זאגן ליגענט בכלל צעד ושעל, און טוען אביוזען זייערע פאזיציעס און מאכן אהן א שנאה פין דער פאלק אקעגן זיי.

עס איז א דבר ברור אז ווען נישט פאר דער ווידעא וואלטען זיי פארדרייט די מעשה און גארנישט געטוהן דערוועגן.

דער חלק איז דער ריכטיגער דבר הצריך תיקון. דאס אז עס דרייען זיך מענטשן מיט גאנס אין דער גאסען וואס דארפען נישט ריכטיג אפגעבן א דין וחשבון כל זמן עס איז נישטא קיין ווידעא, דאס מאכט אונז פאר א צירוק געשטאנענע מדינה נישט אנדרעש ווי די ווארלארדס אין אפגאניסטאן.

דערפאר איז א געבענטשטע זאך אז פאליציי אפיצירן האבן אנגעהויבן גיין מיט באדי קעמעראס
זונטאג מאי 31, 2020 12:37 am#449889
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
Did you know that the chasedem once
Made some serious protest when a chasid was killed just like the dark Comunity is doing now
m https://youtu.be/wJO35lI22HA m

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 31, 2020 12:58 am#449893
דעמאלס איז געוועהן א זמן וואס די פאליציי האבן נישט רעספאנדעד צו קיין קאלס. א איד איז אטאקירט געווארן פרייטאג צו נאכטס און פאליציי זענען נישט געקומען, שומרים איז נאר געווען אין ווילי, און דער איד איז געשטארבן. דער פראטעסט איז פארגעקומען יענעם טאג שבת אינדערפרי, ווייל אינגעלייט זענען געגאנגען פין שוהל צו שוהל און געזאגט אז באבאווער רב פארלאנגט אז יעדער זאל קומען צו דער פראטעסט, (ער האט עס מכחיש געוועהן), און יעדער איז טאקע געקומען.

מען האט געמאכט א חורבן פין דער פריסענט אויך 59 סטריט, און דער פאליס איז נישט אנגעגאנגען, זיי האבן אפגעצויגען פין דארט און געלאזט הפקר.

מען האט נישט געטוהן וואס די פראטעסטירער טוהן יעצט בכלל.
זונטאג מאי 31, 2020 1:21 am#449894
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
פאליטיקאנט האט געשריבן:די רשעות און אכזריות פונעם פאליציאנט איז קלאר און ער דארף גע'משפט ווערן אויף מארד.

אבער מיט דעם אלעם האף איך אז די פאליציי גייט האבן גענוג שכל אפצושטעלן די ראיאטן מיט אלע מעגליכקייטן פאר די ריכטיגע שאדנס פאנגען זיך אן......
ווייטאג איז נישט קיין פאס צו ברעכן די געזעץ און פאראורזאכן ווייטאג פאר אנדערע!
ווי זענען די נעשאנעל גארדס?

ווי איז די גאווערנארס שכל?

נאך אזאך, ווען די גאנצע מצב איז פאראיבער דארף די פאליציי אוועקגעבן שעות און נאכגיין 'אלע' ווידעאוס, און פראצעסירן "יעדער" וואס האט געבראכן דאס געזעץ - זאל עס נעמען 5 יאר!
לאו דוקא תפיסה, א שטארקע געלט קנס קען מען אויך געבן.

אזוי האט מען געטון אין לאנדאן אין 2012 און זייט דעמאלסט ווייסט יעדער אז, 'אין רואה' 'וכל מעשך בספר נכתבים' 'ועתיד ליתן את הדין' - נישט קיין חילוק וויאזוי די מצב איז יעצט אויפ'ן גאס.
זונטאג מאי 31, 2020 1:24 am#449895
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
It’s not right what the protesters are doing, but the police is not right for what he did and until all the officers that where there are not in jail for life justice will not be done

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 31, 2020 1:28 am#449896
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
Two wrongs don't make one right!

I fully understand the African community in their grievance.
But this does not give them a pass to loot and harm others.
זונטאג מאי 31, 2020 1:30 am#449897
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
Isn’t that justice? You Hurt me I’ll hurt you?

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 31, 2020 2:29 am#449899
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
I don’t know האט געשריבן:Did you know that the chasedem once
Made some serious protest when a chasid was killed just like the dark Comunity is doing now
https://youtu.be/wJO35lI22HA

Sent from my iPhone using Tapatalk
איינער איז ארום געגאנגען העצן אז מען זאל גיין צו די פריסינקט אויף שבת און פארקויפט אז דער רב האט געהייסן וואס איז א שקר. דער האט מען געווארפן פון באבוב נאר איך מיין אז ער איז צוריק געקומן אויך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג מאי 31, 2020 3:06 am#449902
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
פאליטיקאנט האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:די רשעות און אכזריות פונעם פאליציאנט איז קלאר און ער דארף גע'משפט ווערן אויף מארד.

אבער מיט דעם אלעם האף איך אז די פאליציי גייט האבן גענוג שכל אפצושטעלן די ראיאטן מיט אלע מעגליכקייטן פאר די ריכטיגע שאדנס פאנגען זיך אן......
ווייטאג איז נישט קיין פאס צו ברעכן די געזעץ און פאראורזאכן ווייטאג פאר אנדערע!
ווי זענען די נעשאנעל גארדס?

ווי איז די גאווערנארס שכל?

נאך אזאך, ווען די גאנצע מצב איז פאראיבער דארף די פאליציי אוועקגעבן שעות און נאכגיין 'אלע' ווידעאוס, און פראצעסירן "יעדער" וואס האט געבראכן דאס געזעץ - זאל עס נעמען 5 יאר!
לאו דוקא תפיסה, א שטארקע געלט קנס קען מען אויך געבן.

אזוי האט מען געטון אין לאנדאן אין 2012 און זייט דעמאלסט ווייסט יעדער אז, 'אין רואה' 'וכל מעשך בספר נכתבים' 'ועתיד ליתן את הדין' - נישט קיין חילוק וויאזוי די מצב איז יעצט אויפ'ן גאס.
כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פון טראמפ, אבער איך גראטוליר עם פאר'ן טון די ריכטיגע שריט.

כ'האף ער וועט נאכפאלגן מיט אנדערע שטאטן.בילד
זונטאג מאי 31, 2020 6:12 am#449907
עס איז דא צוויי געשיכטעס דא, די פאליציי וואס הרג'ענען אן קיין עמטליכע איבערזיכט, און די ראיאטערס וואס טון געפערליכע זאכן.

וועלכע איז אונזער ערשטע אחריות? די ראיאטערס אדער די פאליציי?

איך וואלט געזאגט אז די פאליציי איז ערשט, ווייל זיי זענען די שלוחים פון די גאנצע מדינה, זיי ווערן באצאלט פון די רעגירונג (און עס איז נישט דא קיין עכטע חילוק צווישען די פעדעראלע און שטאטישע רעגירונג אין דעם), און מיר דארפן אפשטעלן אונזערע איידער יענעמ'ס.

און אגב, טראמפ האט דא גארנישט געטון, נאר געשיקט א טוויט. עס קומט אים גארנישט דערפאר.
זונטאג מאי 31, 2020 12:07 pm#449930
I don’t know האט געשריבן:Isn’t that justice? You Hurt me I’ll hurt you?

Sent from my iPhone using Tapatalk

לאמיר זיין קלאר: אין דיין Opinion, אויב ראובן הארגעט שמעון, דאן מעגן שמעוןן'ס קרובים נקמה נעמען אין לוי.. (?!)
זונטאג מאי 31, 2020 12:12 pm#449931
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא צוויי געשיכטעס דא, די פאליציי וואס הרג'ענען אן קיין עמטליכע איבערזיכט, און די ראיאטערס וואס טון געפערליכע זאכן.

וועלכע איז אונזער ערשטע אחריות? די ראיאטערס אדער די פאליציי?

איך וואלט געזאגט אז די פאליציי איז ערשט, ווייל זיי זענען די שלוחים פון די גאנצע מדינה, זיי ווערן באצאלט פון די רעגירונג (און עס איז נישט דא קיין עכטע חילוק צווישען די פעדעראלע און שטאטישע רעגירונג אין דעם), און מיר דארפן אפשטעלן אונזערע איידער יענעמ'ס.

און אגב, טראמפ האט דא גארנישט געטון, נאר געשיקט א טוויט. עס קומט אים גארנישט דערפאר.

גארנישט איז "אונזער" אחריות (אין נ"י?), די אחריות איז אויפן פאליציאנט! און מען האט אים טאקע אנגעקלאגט, דאס וואס די פראטעסטירער טוהן איז א שרעקליכע עוולה, און וואויל איז אונז אז מיר האבן נישט א פרעזידענט וואס גיט זיי חיזוק..
זונטאג מאי 31, 2020 12:14 pm#449932
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
No but the police department just let this murder Go and they didn’t punish him or his Friends that were there when he killed Floyd that’s definitely bad it’s as if as they agree with the murder and taking part of it!!! That’s something that needs to be stoped a any price

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 31, 2020 2:54 pm#449966
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
אידן טייערער זיי זענען אין אונזער געגנט שוין אויכעט. (פלעטבוש)

פארלאזט אייך נישט אויף קיינעם!!!!!!
נישט שומרים נישט שמירה, יעדער האט מורא זיך צו קעגנשטעלן א באנדע פראים.

אויב האט איר א געשעפט שטייט גרייט מיט א 'בעט' לכל הפחות, און שמועסט אפ מיט דערנעבנדע געשעפט אייגנטומער זיך אנצונעמען איינער פארן אנדערן (איינמאל עס זענען דא אידן וואס שלאגן צוריק וועלן אנדערע צולייגן א האנט).

די עצם זאך אז אין בארא פארק שלאגט מען צוריק קען שוין אפשטעלן אינגרויסן!

-לעגאל זענט איר בארעכטיגט צו אלעם (איר קענט אפי' מאכן א סיטיזענ'ס ארעסט, כאטש נישט ראטזאם)-

נאך א וויכטיגע זאך נישט ארומשיקן קיין ווידעאס!
זייט א חכם הרואה את הנולד, געבט נישט די איינדרוק אז אידן זענען די וואס זענען קעגן די שחורים.......
זונטאג מאי 31, 2020 6:39 pm#450017
I don’t know האט געשריבן:No but the police department just let this murder Go and they didn’t punish him or his Friends that were there when he killed Floyd that’s definitely bad it’s as if as they agree with the murder and taking part of it!!! That’s something that needs to be stoped a any price

Sent from my iPhone using Tapatalk

די פאליציי האט זיף אויפגעפירט שרעקליך! און עס דארף פארדאמט ווערן דורך יעדע גלייך קעפיגער מענטש, ס'האט קיין שום שייכות מיט די צולאזטע פראים וואס דארפן פונקט אזוי הילכיג פארדאמט ווערן.
זונטאג מאי 31, 2020 9:39 pm#450049
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
מיין ערגסטן פאל וויזיע:
איך קען זען א ווייסע ראסיסט צארנדיג ווי גיהנום זיך ארויסלאזן דערשיסן אפאר שווארצע, דאן וועט שוין גארנישט קענען אפהאלטן פון א שטיקל ציווילע קריג, סיידן די מיליטער......!
מאנטאג יוני 01, 2020 10:53 am#450097
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
פאליטיקאנט האט געשריבן:כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פון טראמפ, אבער איך גראטוליר עם פאר'ן טון די ריכטיגע שריט.

כ'האף ער וועט נאכפאלגן מיט אנדערע שטאטן.

קענסט צוריקנעמען דיינע גראטולאציעס און טרעפן א נייע חסידות. טראמפ האט נאר געשיקט דעם טוויט נישט די אייגענטליכע נאצינאלע גווארדיע, עס האט נישט עכט מיט אים.
דינסטאג יוני 02, 2020 12:27 am#450235
Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
איך שטוין אז די מצב האט זיך נאכנישט פילפאכיג פארערגערט.
די סדר גייט אז אדער טוט די פאליציי עס אקטיוו אפשטעלן (מיט אדער אן הצלחה), אדער דערקייקלט זיך עס ווייטער..... היות די פאליציי אין מערסטע פעלער ווען גארנישט, איז אינטערעסאנט אז עס הערט זיך נאכנישט אנגעהויבן קיין שיסערייען פון סיי וועלכע צד - שווארצע אויף פאליציי / ווייסע אויף שווארצע / פאליציי אויף שווארצע /שווארצע אויף ווייסע.......

די אייבערשטער זאל ווייטער היטן.
דינסטאג יוני 02, 2020 10:26 am#450263
רשעות'דיגע פאליציי זעה די ערשטע צוואנציג סעקונדעס:
m https://www.youtube.com/watch?v=rKeNdcMhoZE m
מאנטאג יוני 08, 2020 2:07 pm#450863
רוצחים!!!!

א נייע ווידיאו פון א נייע ענשזעל ווייזט ווי די דריי צוויי הינדרעט פונטיגע צוויי פיסיגע חיות לאנען זיך אן אויף דעם זשארזש פלויעד, איך רעד שוין נישט פון דער וואס האט זיך אנגעלאנט אויף זיין גענאק פאר קרוב צו ניין מינוט - ער איז נישט ווערט אפילו אז איך זאל רעדן פון אים און איך ווייס נישט צו א לינטש ווי מען שנייט אים אפ אבר ביי אבר וואלט געווען גענוג פאר אים, אבער צו די אנדערע צוויי פרעג איך: (און אויך דער פערדער וואס איז געשטאנען אין די זייט און עס צוגעלאזט) וועלכע נארמאלע מענטש טראכט אז ס'איז דא א מענטש וואס קען פארנעמען [לכל הפחות...] זעקס הונדרעט פונט אויף זיך און עס איבערלעבן?! אויב האבן זיי שכל און זיי האבן געוויסט וואס זיי טוען זענען זיי צוויי פיסיגע חיות, האבן זיי נישט קיין שכל און זיי האבן טאקע נישט געכאפט זענען זיי צוויי פיסיגע בהמות... וואס איז זיכער איז זיכער אז פאליציאנטען וואס זענען געשטעלט אויף געזעץ און ארדענונג האבן זיי נישט געטארט זיין...
פרייטאג יוני 12, 2020 1:14 pm#451497
לויט ווי גוגל ניוס געט איבער האט דער געוועזענער פאליסמאן דער רוצח שאווין זיך געקענט מיט דעם חשוב'ן נפטר ע"ה, ר' דזשארדזש פלויד. זיי האבן געארבעט אין די זעלבע קלאב אלס סעקיוריטי גארדס. און ער האט געהאט א חשבון מיט איהם. דאס נעמט נאכנישט אוועק פון די הארבקייט פון די רציחה. אבער ס'איז נישט געווען ראסיסטיש מאטיווירט...!

ווער וועט צוריקציען פון די הונדערטער טויזנטער ראסיסטישע האס ווערטער וועלכע זענען געזאגט און געשריבן געווארן?!

און ווער וועט באצאלן פאר די ביליאנען דאללערס אין געלט שאדן פון די בארויבטע געשעפטן וועלכע זענען פאראורזאכט געווארן דורך די דעמאנסטרירערס...?!

ראה מה שכתבתי באשכול אחר...!.
פרייטאג יוני 12, 2020 1:44 pm#451501
The news originates from a interview on cbs had with a employee at this night club cbs issued a retraction the text day saying that this interviewee confused Floyd with a different black person who also worked there
פרייטאג יוני 12, 2020 8:05 pm#451545
מצפצף: The retraction was only about the alleged fight that Chauvin had with MR. George Floyd. Not that he worked there...!