Under maintenance
הויפט זייט » רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!

רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13918
מאנטאג יוני 08, 2020 6:30 pm#450904
רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!
שוין א לענגערע וויילע וואס איך האלט מיך איין, אבער אויב איך פרוביר זיך צו האלטן צום ריינעם ווארהייט - וועל איך פארט זאגן מיין מיינונג, כאטש וואס עס איז נישט איבעריג פאפולער בכלל, און אין קאווע שטיבל בפרט. כ'וואלט יא געקענט באשטיין אז מ'זאל זיך באציען צו מיינע פונקטן - ווי ווייטאגליך און מעסער-שניידענד זיי זאלן זיין, און אנשטאט ווידערהאלטן אלטע אויסגעדראשענע פראזעס זאל מען באלמוטשען דעם מח צו טרעפן און דערגיין דעם ריכטיגן ווארהייט.

ועל של עתה באתי: אונזערע אמעריקאנע ברידער - די טונקל-הויטיגע / אפריקאנע-אמעריקאנער / שווארצע / נעגראס / וכל שום וחניכא דאית להו להני בני כושיא ויוצאי חלציהם.

1. א קאץ בלייבט א קאץ

א חבר מיינער האט זיך אמאל געווערטלט איבער די ירושלימע קהילה פון רבי לייבל מינצבערג זצ"ל, "קהילת מתמידים", וואס זענען די מער אויפגעקלערטע, אויסגעפוצטע, קלוגערע און באזעצענערע ירושלימ'ע, מיט קלאס און מענטשליכקייט, ריין און זויבער ווי עס פאסט פאר "נארמאלע" מענטשן.

האט ער מיר נאכגעזאגט די באקאנטע מעשה וואס מ'דערציילט אויף א אידישער חכם (רמב"ם, רבי יונתן אייבשיץ), אז ער האט זיך מתווכח געווען מיט גוי'אישע געלערנטע אויב מ'קען אויסלערנען א קאץ זיך אויפצופירן "מענטשליך". דער אידעלע האט גע'טענה'ט אז ס'איז אלס געפאפטע מעשיות, און סוכ"ס בלייבט א קאץ מיט זיינע גענעטישע הרגשים פון א קאץ, און די גוים האבן געזאגט אז אויב מ'לערנט אים גענוג לאנג אויס - ווערט ער מענטשליך. קיצראמאסע, א מייזל איז אריינגעשפרינגען אינעם טאבאק פושקעלע פונעם אידישן חכם, און ווען ער האט זיך געטראפן מיט די גוי'אישע חכמים וואס האבן אים געוויזן א קאץ וואס סערווירט די פארזאמלטע, גייענדיג אויף צוויי פיס, האט ער געעפנט די טאבאק פושקעלע. די מייז איז ארויסגעלאפן, און דער קאץ האט אראפגעווארפן אלע געשיר און זיך גענומען נאכלויפן דעם מייז.

להודיעך אז "א קאץ בלייבט א קאץ".

האט מיין חבר אויסגעפירט דרך הלצה, אז דער מתמידים'ניק איז יא א "מענטש" און נישט קיין נאכגעלאזטער "טשאלמער", אבער דאס איז אלעס נאר ביזן טעלער טחינה און חומוס. מאך אים נאר א סעודה'לע מיט בילקעס און חומוס, און פלוצים וועסטו אים זען איינגעטונקען אינעם חומוס אזויווי יעדער ערליכער טשאלמער...

להודיעך אז "א טשאלמער בלייבט א טשאלמער".

*

שאקלט זיך אמעריקע מיט מאסן ראיאטן, אויסגעשפרייט איבער פילע אמעריקאנע שטאטן.

וואס איז געשען? א שווארצער פארברעכער (יא, א נידערטרעכטיגער פארברעכער, וואס איז אריין-און-ארויס פון תפיסה, און האט נישט געמעגט אריינטרעטן אין געוויסע שטאטן, און איז געכאפט געווארן ביים דורכפירן א פארברעכן) איז קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן דורך א ווייסער פאליציאנט, נאכדעם וואס ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו ווערן ארעסטירט נאכן אדורכפירן א פארברעכן. ער איז שוין געווען אומשעדליך, און דער פאליציאנט האט אים פארט דערשטיקט צום טויט. דער פאליציאנט, מעגליך א ראסיסט און מעגליך סתם א קאלטבלוטיגער סאדיסט, דארף פראצעסירט ווערן ווי א פאלנער מערדער און קיינער קלערט נישט אנדערש.

דא קומט אריין דער שווארצער פאקטאר, וואס רופט זיך "א שווארצער".

אויב א היימישער איד אין אמעריקע איז געבליבן מיטן גלות מענטאליטעט (למעט די "נישט היימישע" וואס האבן באשאפן די JDL, און רעכענען זיך אפ מיט אונזערע שונאים), און וואלט זיך נישט געטרויט אנצוהייבן מיט מאסן געוואלדטאטן - אפילו נאכן האבן טענות אויף די פאליציי במשך השנים, און אפילו נאכן ערמארדן אידן במשך השנים מיט פוילע תירוצים, און אויב א ווייסער גוי וואלט פארפירט און געווילדעוועט מיט פראטעסטן און מעגליך שעדיגן פאליציי סטאנציעס, איז אבער דער שווארצער גענצליך אנדערש. ער מעג ארומגיין און אדורכפירן מאסן געוואלדטאטן אין פילע שטעט, מיטן פוילן תירוץ פון אויסדרוקן אויפברויז און שיקן כוואליעס און מעסעדזשעס צו די נויטיגע אינסטאנצן.

אויפן וועג וועט ער ברעכן שויבן, פלינדערן געשעפטן, באראבעווען אפילו ארימע מענטשן, זיך אקעגנשטעלן דאס געזעץ, שווער מאכן דאס לעבן פאר צענדליגע מיליאנע אומשולדיגע מענטשן, און אלעס ווייל ער מוז אויסדרוקן זיין אויפברויז דווקא אויף אזא פארנעם וואס ברענגט מער אפשיי ווי מיטגעפיל צום שווארצן געמיינדע.

ווען דאס פאסירט, איינמאל און נאכאמאל, שוין יארן נאכאנאנד, אזש נאך איידער דער ערמארדעטער'ס קערפער איז אנגעקומען צו זיין פאמיליע האט שוין די גאנצע גאס געוואוסט אז "אצינד ווארט אונז אפ שרעקליכע ראיאיטן", דאן שפירט זיך איין זאך מער פון אלץ אנדערש:

"א קאץ בלייבט א קאץ, א טשאלמער בלייבט א טשאלמער, און א שווארצער בלייבט א שווארצער".

2. וואס איז דער פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט?

א נארישע קעפל, אבער אייגנטליך איז עס נאר אביסל פראוועצירנד. וואס איז די פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט? אומצאליגע פראבלעמען, פון יענעם טשעפען ביז יענעם ערמארדן קאלטבלוטיג, און אלעס אינצווישן.

אבער ניין, איך רעד ווען איינער פארמאגט די שכל צו צווישנשיידן פון מחשבה ביז מעשה. איז אן עוולה צו זיין א ראסיסט? מעגליך, און אין אסאך אשכולות האט מען שוין דן געווען דערוועגן. איך וויל רעדן פון אן אנדערן פרעספעקטיוו:

אויב מיר ווייסן און אנערקענען געוויסע אייגנשאפטן פון א געוויסע פאלק צי ראסע, צי איז דאס אינעם כלל פון זיין א ראסיסט? אויב איינער האלט אז רוסן זענען מער שטייף, ישראלים מער חוצפה'דיג, יעקישע מער גראד און פונקטליך און פוילישע מער געדרייט, כינעזע מער פלייסיג און אראבער מער פויל, צי איז ער א ראסיסט?

עס דערמאנט עטוואס אינעם חקירת הראשונים, צי "אמונה" איז איינע פון די תרי"ג מצוות צי נישט, ווייל ס'איז נישט שייך מחייב צו זיין אמונה וויבאלד ס'איז א דבר התלוי בלב, און מ'קען נאר מחייב זיין מצוות אויב איינער גלייבט שוין. דאס זעלביגע איז דא אויך, אויב איינער זעט פאקטן - אמווייניגסטענס פאקטן אין זיינע אויגן (וואס שטילערהייט איז כו"ע מודה) - דארף ער זיך מתכחש זיין דערצו, און שרייען מיט א קול ניחר "איך בין א נאר און איך גלייב אז אלע ראסן זענען אייניג"?!

דענק איך אז אין איינע פון די אור-אלטע אשכולות איז געווען א שטיקל שמועס דערוועגן, און דאס אויבנדערמאנטע איז ארויסגעברענגט געווארן, און צוליב דעם זענען מאנכע חכמים צוגעקומען צום באשלוס אז א ראסיסט אלס שם גנאי איז נישט געזאגט געווארן אויף א מענטש וואס האט אן אומגינסטיגן (צי סיי וועלכן ספעציפישן) מיינונג אויף א ראסע, נאר אויף א מענטש וואס טוט דערנאך סיי וועלכע אקטיוויטעטן באזירט דערויף.

אין אנדערע ווערטער: אויב איינער נעמט נישט אריין קיין שווארצער ארבעטער, ווייל "שווארצע - בכלליות - זענען נאריש / ווילד / אומצעוויליזירט", דאן איז ער א נידערטרעכטיגער ראסיסט, אבער אויב איינער האט סתם אזוי א נעגאטיווע מיינונג אויף שווארצע, באזירט אויף סאו קאולד "פאקטן", איז ער נישט קיין ראסיסט (בתנאי אז ווען א שווארצער וויל קריגן אן ארבעט ביי אים, וועט ער אים דן זיין לויט זיין אייגענעם פערזענליכקייט און נישט לויט זיין מיינונג אויף שווארצע בכלל).

דאס איז געווען א גרויסער ויכוח און אסאך זענען נישט איינשטימיג דערצו, ויבואו המלנקקים וילנקקו.

*

איך האב שוין אסאך שפייעכץ געשלינגען און פארגאסן, זיך אויס'טענה'נדיג מיט היימישע אידן איבער ראסיזם בכלל און ראסיזם קעגן שווארצע בפרט. כמובן, האב איך גענומען די "מיין איינזאמען אנטי-ראסיסטישן לעבן" פון ראובן, און גענאסן קיתונות של שופכין וזלזול פארן זיך אננעמען פאר די באקריוודעטע שווארצע.

איך בין נישט קיין "תוהה על הראשונות" ח"ו... און איך האלט נאכאלס אז מ'דארף זיך אויפפירן צו זיי העכסט-רעספעקטפול, געבן מער מעגליכקייטן מצליח צו זיין אין לעבן, און אין געוויסע פעלער - אפילו בעפארצוגן איבער די אלגעמיינע ווייסע וואס האבן מלכתחילה בעסערע שאנסן, און אזוי ארום העלפן די שווארצע אונטערדרוקטע מאסן זיך ארויסצוזען פון זייער זומפ.

אבער...
דא קומט א גרויסער אבער.

ווען איינער זאגט מיר אז זיי זענען פונקט ווי זייערע ווייסע ברידער, נאר זענען נעבעך אומשולדיג פארקנעכטעט און אונטערדרוקט געווארן דורך זייערע ווייסע הארן אין אמעריקע, און דערפאר האבן זיי זיך ערווארבן אזא מענטאליטעט, ווילט זיך מיר פראסקען דעם ליבעראלן אנשויער און אים פשוט ערוועקן צום ביטערן און טרויעריגן מציאות: ניין, די שווארצע זענען פון אן אנדערן ראסע, און דאס איז די וועג וויאזוי זייער ראסע פירט זיך אויף, פאר דורי-דורות.

אוודאי קען זיך א ראסע טוישן, און די גערמאנישע שבטים און גאללישע בעסטיאלן זענען אויך פארוואנדלט געווארן אין פארגעשריטענע פראנצויזן און דייטשן, אבער דאס איז אן אריבער טויזנט יעריגער פראצעדור (און די צווייטע וועלט מלחמה מיטן האלאקאוסט האט "מעגליך" געוויזן אז אפילו נאך אזוי לאנג, ליגט נאכאלס באהאלטן דער בעסטיאלישער "קאץ" אין די גענעס. א שמועס פאר זיך). דאס איז וואס מיר רופן "דער עוואלוציאנערישער פראצעדור". אבער אזויווי צווישן די צענדליגע ערליי מאלפעס זענען דא אומצאליגע יארן פון עוואלוציע צו אנטוויקלען א נייעם סארט מאלפע, אזוי איז אויך מיטן מענטש.

גענעס פון א פאלק און ראסע איז שטערקער פון 200-300 יאר, און א שוטה איז דער וואס זעט די וועלט דורך א פריזמע פון פלארעליזם און אויטאפיע. אזא איינער וועט דרשנ'ען איבער דעמאקראטיע אין מיטל-מזרח, שלום-אפמאכן מיט פונדאמענטאליסטישע מוסולמענער, און "קיין-שום-חילוק-צווישן-ווייסע-און-שווארצע" אויסער זייער קאליר און געזיכט-שטריכן.

3. אפריקע יוכיח

פון די געציילטע מאל וואס איך בין געבליבן (כמעט) אן קיין ענטפער, איז געווען ווען מ'האט מיר אנגעצייגט אויף דאס לעבנסשטייגער אין אפריקע, וואו אין רוב לענדער וואוינען כמעט נאר שווארצע און זיי ווערן קאנטראלירט דורך שווארצע, און פארט... טראגט עס א פנים ווי ווען שווארצע קאנטראלירן א לאנד.

סיידן דרום אפריקע און די אפארטהייד רעגירונג וואס זענען געפלויגן גאנץ שנעל (און געוויזן פאר די וועלט, אז אין געוויסע הינזיכטן גייט דאס לעבן בעסער פאר די שווארצע מאסן אונטער א קאנטראלירנדע ווייסע רעגירונג), זענען אלע לענדער קאנטראלירט דורך אחים לצרה און אחים לצורה, אחים לדעה און אחים לרעה.

און פאר א סיבה איז אפריקע דאס ארימסטע קאנטינענט, וואו מיליאנען מענטשן שטארבן יאר-יערליך פון הונגער, מחלות, און פארברעכן, און וואו עס קומען פאר בירגער-קריגן יעדע שטיק צייט, און וואו שבטים קענען רצח'נען מיליאן אומשולדיגע מענטשן אונטער דרייסיג יאר צוריק - פארן חטא פון באלאנגען צום צווייטן שבט.

אויטאפיע ליבהאבער, פאנטאזירער און ליבעראלן, וואס האבן שטענדיג ליב זיך זעלבסט צו קלאפן על-חטא און אזוי ארום בארעכטיגן דאס קלאפן על-חטא אויף די הערצער פון אנדערע, וועלן אויפקומען מיט אלערליי נארישע ענטפערס צו פארענטפערן דעם פראגע. פון אונזער ערפינדונג פון מאשינעריע, אייזן, ביקסן, ביזן קאנטראלירן רעגירונגען און מאסן, וועלן זיי שטענדיג ערקלערן וויאזוי "מיר ווייסע" האבן צוגעברענגט אלדאס שלעכטס צו די פארדארבענע לענדער אין אפריקע.

אבער ווען איך זע זייער לעבן אין אפריקע פאר הונדערטער יארן, און זייער לעבן אין אמעריקע אפילו היינט צוטאגס, און זייער קולטור בכל קצוי תבל וואס ענדלט שטארק און באשטייט פון ווילדע אייגנשאפטן, מיאוס'ע אויסדרוקן, אומצעוויליזירטע שפראך, ווייניג נאבל פרייז געווינער (אויסער "שלום"...), מוזיק און טענץ די מערסטע ווילד און מגושם, א.א.וו. דאן ווילט זיך מיר אויסקורירן פונעם טרוים וואס רופט זיך "אנטי-ראסיזם", אויב ראסיזם באשטייט פון "אנערקענען" די דיפערענצן און אפטמאל ביטערע פאקטן ארום א ראסע.

*

פון איין זייט איז דאס שטארק מחייב.

כ'שפיר א פליכט אז מ'דארף זיי ארויסהעלפן, אפילו בעפארצוגן, און געוויס רחמנות האבן און געבן מעגליכקייטן און האפענונגען. פאר זייער אייגענעם טובה, און אפילו פאר אונזער אייגענעם טובה, און כ"ש ווען מיר האבן מעגליך א מאראלישע פליכט ווען זיי זענען אונטערדרוקט געווארן נאך אין די זעכציגער יארן, ווען מיר אידעלעך האבן שוין געמאכט א חיים טובים אין אמעריקע.

אבער פון די אנדערע זייט גיי איך נישט לעבן אין דמיון.

זייערע העלדן זענען א געמיש פון הצדיק ר' מארטין לוטער קינג הי"ד און הרשע המנוול על שארפטאן ימ"ש. זיי זענען א מסוכנ'דיגע באבל פון געפילן, וואס פון איין זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין די זיסטע און טיפסטע נשמות, ווארימע איידעלע מענטשן, און פון די אנדערע זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין אגרעסיווע אוממענטשליכע באנדיטן, וואס די זעלבע געפילן וועלן זיי שיקן אדורכפירן פאגראמען איבער אמעריקאנע שטעט.

א באנדיט וואס האט זעלבסט געפרעדיגט אדורכצופירן די טרויעריג בארימטע קראון הייטס פאגראמען וואס האבן געקאסט א ביטערן פרייז, און ער איז יעצט דער וואס דארף צו בארואיגן די שווארצע מאסן, איז מער א מעסעדזש אויף וואספארא סארט מענטשן עס האבן א דעה איבער זיי, און ווי אויך איז עס א בחינה פון שטעלן דעם קאץ, טאקע דעם "קאץ", צו היטן אויף די מילך.

4. ליבעראליזם צי "גיין קאפ אין וואנט"?

ווען איך זע א שילד "בלעק לייף מעטערס", קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ. וואו נעמט א מענטש די חוצפה צו האלטן א שילד וואס באשולדיגט אומדירעקט רוב אמעריקע אז זיי האלטן נישט אזוי. וואס באדייט דאס "בלעק לייף מעטערס"? ענק זענען עפעס מוריטשקעס וואס מ'נוצט אין לאבארטאריע פאר מעדיצינישע עקספערימענטן? מענגעלע נוצט ענקערע צווילינגען? וואס אין די וועלט ווילסטו ארויסברענגען מיט אזא שילד, אויסער שפייען אויף א גאנצע פאלק וואס איז פארנומען די לעצטע אריבער יובל-שנים דיך צו באפרידיגן מער און מער יעדעס יאר, אלס צוליב די שולד-געפילן אז מ'האט דיך נעבעך אומשולדיג אונטערדרוקט הונדערט יאר פריער.

און פארוואס שפירן מיינע פריינט אז זיי דארפן מיטשפאנען מיט אזעלכע צערעמאניעס, כדי ארויסצואווייזן אפשיי צו די רשעות'דיגע פאליציאנטן וואס באציען זיך אנדערש צו זיי? עס ווילט זיך מיר פרעגן: אויב דו מיינסט ערליך און אמת'דיג דעם ריינעם אמת, צי וואלטסטו אויך אנטיילגענומען אין א מארש וואו מ'דרוקט אויס ווייטאג און אפשיי צו די נידעריגע פלינדערער וואס האבן בארויבט אומשולדיגע מאסן?! און אויב מ'וואלט דארט געהאלטן א פלאקאט אויף וואס עס שטייט "ווהייט מאני מעטערס", צי וואלטסטו עס אויך געהאלטן און געווייטאגט די פיין פון די אומשולדיגע מענטשן וואס הארעווען פאר זייער פרנסה, און קריגן נישט קיין טשעקלעך פון פעטער שמואל פארן זיצן אינדערהיים און רייכערן כאשיש.

א קאווע שטיבל מיטגלידער וואס פארמאגט הייזער אין א שווארצע געגענט, האט מיר אמאל אנפארטרויעט פארווייטאגט: מ'זאגט מיר ווי געפערליך עס איז צו זיין א ראסיסט, און די שווארצע זענען גארנישט אנדערש, א.א.וו. אבער אין פאקט, פארמאג איך הייזער און כ'גיי אויפפיקן רענט פון די שווארצע איינוואוינער. קלאפ איך אריין ביי זיי אינדערהיים, און ס'איז העכסט נארמאל צו טרעפן די גאנצע פאמיליע - קינדער אריינגערעכנט - זיצן און אפקאלעצן אינמיטן טאג אינדערהיים, קעגן דעם טעלעוויזיע, מיט א שיסל פאפקארן און פארנוצטע פעפסי, ווען דאס גאנצע הויז שטינקט פון מאריכואנא, און די גאנצע סטאדע איז אנגעטון אין פעדזשאמעס צי אפילו אונטערוועש. דאס געשעט אין איין הויז, און אין נאך א הויז, און די הרגשה איז אז מ'געט זיי געלט פאר פוד סטעמפס, געלט פאר סעקשאן 8, און אצינד קענען זיי זיצן איבערן טיווי און אפפוילעצן דאס לעבן. און נאכדעם גייען זיי גיין קרעכצן איבער זייער מצב? און איך טאר נישט זיין קיין ראסיסט?

יא, איך ווייס אז ס'איז נישט אין יעדן געגענט, און אלע אנדערע ענטפערס ממין הענין.

און פארט.

האט דאך שוין ר' חיים בריסקער געזאגט אויפן גמרא, אז הלן בבית הקברות והמקרע את בגדיו וכו' איז א שוטה, ווייל אויב איין תירוץ קען פארענטפערן דריי צודרייטע אויפפירונגען - דאן נוצט מען דעם תירוץ אנשטאט דריי אנדערע תירוצים.

*

משום מה זע איך איינמאל און נאכאמאל, אז ליבעראלע אגענדעס וועלן שטענדיג טראגן דעם זעלבן פנים און שטענדיג ברענגען די זעלבע תוצאות. אזוי אויך, כמובן, וועלן זיי שטענדיג כאפן פאר זייערע אייגענע נארישע מעשים, און פארט זיך קיינמאל נישט לערנען א פרק אינעם מהות "מענטש".

ווען דער פערד הנקרא דיבלאזיא האט אנגעהויבן מיט זיינע ליבעראלע ווערדן און אגענדעס, האט יעדער רעכטדענקענדער מענטש געוואוסט וואו אהין עס וועט אים ברענגען, אבער לינקע פלארעליסטן האבן געזינגען שירה. פון ארויסלאזן פארברעכער פון תפיסה, לאזן אינדערהיים ביז "בעיל" (און גאר טיילן מוציא'קעס פאר די וואס זענען אזוי ערליך און קומען צוריק אין געריכט), און געוויס דאס ארויסלאזן מענטשן אין קאראנע צייט, האט מען פארזען די תמידיות וואס גייט שוין אן פאר יארן ווען זיכערהייט פארנעמט נישט קיין ארט אין זיין וויזיע, אפילו אויפן פרייז פון א טויטער פאליציאנט [ווער געדענקט נאך די לוויה, ווען די מאסן פאליציאנטן האבן זיך אוועקגעדרייט פון אים].

אמער, א בהמה גסה וואס האט געוויזן פארן וועלט די חילוק צווישן א "פראגרעסיווער" מעיאר און א "פראגמאטישער" מעיאר (פלארידא), און איז פארנומען אפצוזאגן א פאליציאנט פארן דערשרעקן ווילדע מאסן מיט זיין ביקס, אנשטאט צו לערנען אט די מאסן א פרק אין פשוט'ע הלכות דרך ארץ, ער איז דער וואס דארף אונז צייגן די ווירדן פון פלארעליזם?

דער ענטפער איז אז יא!

א מטורף וואס האט גוט מחנך געווען זיין טאכטער, א בת כשרה וואס פארשעמט נישט אירע עלטערן מיטן ווערן אוועקגעפירט דורך די פאליציי פארן ווילדן פראטעסטירן, און האט די חוצפה זיך צו פארגלייזן די אויגן און דאנקען גאט ברוך הוא פאר אזא פיינע טאכטער, אנשטאט צו פארפירן און ווילדעווען אז עס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם צו בארעכטיגן געוואלדטאטן, אט דער באנדיט איז טאקע דער פערפעקטער קאנדידאט צו ערקלערן פונקטליך וואס א לינקער / ליבעראלער / פראגרעסיווער / פלורעליסט איז: א צוויי פיסיגער אקס, מיט שכל ווי אן אקס און שטויסט ווי אן אקס אבער קען ברומען ווי אן אקס מיט א כלומר'שטער אומשולדיגקייט.

הדא הוא דאמרינן: "שטעלט אן א פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד".
ווייל "בשור עסקינן".

---
איך ווייס אז איך שטעל דא איין מיין גאנצע רעפוטאציע, מיט אזא "צוריקגעשטאנענע", "ראסיסטישע", "רעכטע" און "סופרעמיסטיסטישע" וועלט-בליק (לייג צו נאך לשונות של גנאי), אין אזא פארגעשריטענע אויפגעקלערטע פלאץ, אבער מצדי - שלאג כפרות אפילו מיטן "סיסטעם" פון מיין באליבטן ק"ש, אויב דער ענטפער אויף מיינע פונקטן איז נאך א טיטל צו מיין נאמען.

און צולעצט, איידער כ'טו מיך אן די בלעכענע הויזן, וויל איך צוענדיגן מיט א פונקט וואס כ'האב מיך דערמאנט דערפון גלייך ביים הערן איבערן ארעסט פון דיבלאזיא'ס שווארצע טאכטער:

נאך בלומבערג'ס צייטן מיט זיין באקאנטע "סטאפ-ענד-פריסק" סומאטוכע, האט דיבלאזיא אויסגענוצט טאקע אט דעם פלאטפארמע ביים לויפן פארן מעיאר אמט. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן זיין קראקידאל טרערן צערעמאניע, ווען ער האט אנגעצייגט אויף זיינע שווארצע קינדער און געזאגט אז נאר צוליב זייער אויסערליכער אויסזען, זענען זיי אויסגעשטעלט צום שוידערליכן ראסיסטישן "סטאפ-ענד-פריסק" (דאכט זיך אז ער האט אפילו דערציילט, אז זיינס א קינד איז טאקע בפועל אויסגעשטאנען אזא זאך).

אצינד, נאכן איינזעצן דעם טאכטער זיינעם, וויל איך נאר פרעגן פון דיבלאזיא איין פראגע:
געערטער מעיאר, אצינד פארשטייט איר שוין פארוואס אייער קינד דארף אויסשטיין "סטאפ-ענד-פריסק?!" - - -
מאנטאג יוני 08, 2020 6:38 pm#450907
די לייק איז פאר דיין אויפריכטיגקייט. פארן שרייבן. פאר דיין טאלאנט.
בנוגע די תוכן: דארף מען לאזן דעבאטירן מיט ראובן'ען און דערנאך זעהן.
מאנטאג יוני 08, 2020 6:55 pm#450912
Re: רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!
לכאורה מיינט מען דעם אשכול.
מאנטאג יוני 08, 2020 6:57 pm#450913
חביב אדם שנקרא בצלם, יעדע מענטש איז א נשמה פאר זיך. מטאר נישט אריינלייגן א גאנצע געמיינדע אונטער איין שירעם לגנאי, אפילו פערצענטועל האבן זיי מער פון די גנות.
דו ווילסט אויך נישט מזאל דיך משפט׳ן לויט געוויסע וואנדאלן, גראדע פין די אידישע ראסע, וואס צינדען אונטער גארבעדזש טראקס, בלאקן טרעפיק, און לעבן ווי פאראזיטן אויפ׳ן חשבון פון די רעגירונג.
מאנטאג יוני 08, 2020 7:13 pm#450914
ארויסגעברענגט גאר שטארקע נקודות! (הלוואי ווען כ'האב ווען אזא פעדער..)

בנוגע ראסיזם, ס'האט לכאורה מיט זייער קולטור ווי איידער ראסע (שווארצע וואס ווערן Adopted און אויפגעצויגן דורך ווייסע קאנסערוואטיווע עלטערן אין קאנסערוואטיווע סביבות, זענען לכאורה די זעלבע טעקסאס Cowboys ווי די אלגעמיינע ווייסע..).
מאנטאג יוני 08, 2020 7:15 pm#450915
כ'האלט אז דיין אפריקע יוכיח איז די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה ווען עס קומט צו שווארצע ראסיזם, ווייל אויב איז עפעס שלעכט מיט שווארצע ברויך דאך עס זיין די מערסטע אמת אין אפריקא גופא במקור חצבם, און לאמיר טאקע בלייבן שטיין ביי דעם ווייל ווי עס שיינט ביסטו זייער אומבאקאנט וואס דארט גייט פאר.

אפריקא איז נאטורליך די ארעמסטע קאנטינענט אויפן כדור הארץ, זי האט זייער שלעכטע ערד און פארמאגט נישט קיין טייכן וואס קען ווערן באנוצט צו טראנספארטירן סחורה, א זאך וואס איז די רוקנביין פון יעדע אנדערע קאנטינענט, אמעריקע למשל האט די בעסטע טייכן איז זי טאקע די רייכסטע קאנטינענט אויפן פלאנעט.

אבער אפילו אזוי האט אפריקע ביז פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק פארמאגט שטארקע קעניגרייכן וואס לעגענדעס פון זייער רייכטום האט זיך געטראגן איבער די גאנצע וועלט, פארדעם טאקע וועסטו קיינמאל נישט טרעפן אין ערגעץ א ווארט לגנאי אקעגן די אפריקאנער שבטים אין פריערדיגע ספרים, ווייל זיי פלעגן בכלל נישט זיין אראפגעקוקט. די מדרשים וועגן בני חם און שווארצע איז פאר די פעלקער וואס וואוינען אין מזרח אפריקע און זענען ניטאמאל אינגאנצן שווארץ, אבער די ריכטיגער שווארצע וואס וואוינען אונטערן סאהארע ווערן בכלל נישט בארעדט און קוים דערמאנט.

וואס יא, וויבאלד זיי זענען געווען אפגעהאקט פון די וועלט דורך די ריזיגע סאהארע מדבר אן קיין שום פארבינדונג מיט די אויסערליכע וועלט זענען זיי פארבליבן זייער פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען פון די איבערייגע וועלט, זאגט דאס עפעס איבער זייער ראסע? ווערן די נעטיוו אמעריקאנער אויך באטראכט ווי א נידריגערע ראסע ווייל זיי זענען געווען מער פרימיטיוו?

און כנראה ביסטו אינגאנצן אומבאוואוסט מיט די שוידערליכע בלוטיגע היסטאריע וואס די "ציוויליזירטע" אייראפעישע פעלקער האבן אפגעטוהן אין אפריקע די לעצטע פינעון הונדערט יאר, אנגעהויבן מיט די שקלאפן האנדל וואס האט אויבגעליידיגט אפריקע פון פעאיגע ארבייטער אין אויסטויש פאר געווער וואס האט פארוואנדלט פרימיטיווע שבטים אין בלוטיגע מלחמות וואס האט חרוב געלייגט זייער גאנצע עקאנאמיע. און געענדיגט ביי די פשוטע אינוואדירונג און די מערדעריי פון מיליאנען אומשולדיגע מענטשן מיט מיתות משונות ואכזריות, וואס איז אנגעגאנגען ביז קנאפע פופציג יאר צוריק.

אבער מיט דעם אלעם איז די מצב היינט אין אפריקע דראסטיש בעסער, מענטשן לעבן לענגער און זענען געזינטער און רייכער אין יעדע טייל פון אפריקע, עס איז מורא'דיג אומוואוסנד צו שיסן אזא סטעיטמענט אז זיד אפריקע איז געווען בעסער אינטער די ווייסע טיראנישע רעגירונג.

הכל פנים יא אפריקא יוכיח, סיי די מצב דארט כהיום איז פיל בעסער ווי עס איז געווען אינטער די רוצחישע ווייסע פעלקער, און סיי די אפריקאנער אימיגראנטן וואס קומען אהער פון אפריקע, זענען בכלל נישט ווי די היגע שווארצע, זיי זענען זייער מצליח דא, האבן א איי קיו העכער ווי די עווערזש און פארמאגן בכלל נישט די קולטורעלע אייגנשאפטן מיט וואס מען דעסקרייבט די אפריקאנער אמעריקענער, און די זעלבע די אפריקאנער וואס וואוינען אין אייראפע, זענען פיל מער מצליח ווי די היגע שווארצע עבדים אייניקלעך, וואס דאס איז דאך פרוף אז יא די חסרון איז אין די דורות סיסטעמאטישע ראסיזם וואס גייט שוין אן אין אמעריקאן פאר הונדערטער יארן און שטעלט זיך נישט אפ.

נכתב לעילוי נשמת הקדוש זשארזש פלויד הי"ד
מאנטאג יוני 08, 2020 7:20 pm#450916
איך רוף דיר גערן א רעסיסט, ווייל ביזדערווייל זעהט אויס אז דו טוישט די פאקטן. (אדער בוסטו סימפלי נישט עדוקעידעד דערין, אזויווי אנדערע וואס האבן נישט צופיל שייכות מיט דרויסענדיגע קרייזן.)
איך וועל לאזן פאר אנדערע אדורך צו גיין דיינע ״פאקטן״, אזויווי עס זענען דא צופיל גרייזן איך זאל זיך באמיען איבער דעם.
מאנטאג יוני 08, 2020 7:30 pm#450917
שמערל: אפריקע פארמאגט פון די גרעסטע אוצרות פון ערד מינעראלן (אריינגערעכנט גאלד, דיאמאנטן, און אויל).

אפשר ביסטו נישט באקאנט, אבער קנעכטשאפט איז געווען פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, ס'האט נאר אנגעהאלטן אין אפריקע עטליכע הונדערט יאר מער.

לשיטתך, ווי קען טאקע זיין אז די ווייסע האבן געקענט פון דערווייטנס איינעמען די "מעכטיגע שווארצע קעניגן"..?
מאנטאג יוני 08, 2020 7:44 pm#450920
דיין שאלה איז בלויז נאך א ראיה אז ראסיזם איז פשוט א תוצאה פון אומוויסנשאפט. קודם קנעכטשאפט איז נישט געווען איבעראל, די קריסטלעכע קירכע האט פארבאטן קנעכטשאפט פאר כמעט צוויי טויזענט יאר צוריק, און עס איז אזוי פארבליבן אין אייראפע עד היום הזה, קנעכטשאפט ווי עס האט יא עקזיסטירט איז אייביג געווען אקעגן שבויי מלחמה אדער אזעלכע וואס האבן זיך פארזינדיגט פארן מלכות, אבער קיינמאל נישט אין היסטאריע אקעגן א געוויסע אומה אדער ראסע, די ערשטע וואס האבן דאס ערפינדן זענען געווען די רוצחישע ספאניארדן די זעלבע וואס האבן פארברענט אידן אויפן אויטא דע פע, זיי זענען אויפגעקומען מיט דע איידיע צו פארקנעכטן גאנצעטע פעלקער און טוהן מיט זיי כלל העולה על רוחם, און אלעס אינטער די נאמען פון קריסטליכע ליבע, אבער ווי קומט דאס צו בני אברהם יצחק ויעקב זיך אנצוקערן מיט אזוינע דעות משחתות?

די שווארצע קעניגן האבן פארמאגט גאלד און זילבער, אבער נישט קיין גאנס מיט פולווער, די אייראפעער וואס האבן דאס אויס געטראפן, האבן מיטן ביקס באוויזן איינצונעמען די גאנצע וועלט און צוגענומען פון יעדן זייער האב און גוטס.
מאנטאג יוני 08, 2020 7:58 pm#450922
גדליה האט געשריבן:חביב אדם שנקרא בצלם, יעדע מענטש איז א נשמה פאר זיך.
מטאר נישט אריינלייגן א גאנצע געמיינדע אונטער איין שירעם לגנאי, אפילו פערצענטועל האבן זיי מער פון די גנות.
דו ווילסט אויך נישט מזאל דיך משפט׳ן לויט געוויסע וואנדאלן, גראדע פין די אידישע ראסע, וואס צינדען אונטער גארבעדזש טראקס, בלאקן טרעפיק, און לעבן ווי פאראזיטן אויפ׳ן חשבון פון די רעגירונג.

1. חביב אדם שנקרא בצלם, און דערפאר? היטלער איז אויך געבוירן מיטן צלם, איז יעצט וואס? יעדע מענטש איז א נשמה פאר זיך, און יעדער קען גלאנצן אדער פארשווארצן זיין נשמה. און אויב די פראבלעם איז אז יעדער קריגט רעקאגנאציע פאר זיך, פארגעס נישט אז פונקט אזוי זעט די תורה א פאלק אלס פאלק און ראסע אלס ראסע. בין כך ובין כך, קען נישט קיין שיינע מאמר חז"ל טוישן א פאקט - אויב דער פאקט איז ריכטיג.
2. מ'טאר נישט אריינלייגן א גאנצע געמיינדע לגנאי? מהיכי תיתי? אויב זיי פארמאגן דעם גנאי, על דא גופא אנו דנים! אויב זיי פארמאגן א גרעסערע פראצענט פון דעם גנות, דארף איך זיין שטום צום פאקט אז רוסן זענען מער אגרעסיוו און בריטישע מער געלאסן?
3. צי איך וויל צי נישט, איז נארמאל אז מ'זאל מיר משפט'ן באזירט אויף מיינע אידישע ברידער. אויב איך וויל עפעס זאל זיך טוישן, וועל איך ענדערש טון כמנהג אחב"י בק"ש וואס קלאפן זיך זעלבסט על-חטא, און פרובירן צו טוישן די פארדארבענע פונקטן פון אונזער קולטור, ווי איידער צו טון כמנהג דער בלאט און שרייען ראסיסט אויף דער וואס רירט אן ווייטאגליכע פונקטן אין וואס טייל פון אונז זענען געשלאגן.
אבער אז דו רעדסט שוין יא פון אונזערע וואנדאלן ווס. די שווארצע וואנדאלן, אדרבה, משם תוכיח. אנגעהויבן פון אונזערע וואנדאלן, וואס די ערגסטע פון זיי טוען טאקע דאס - מאכן טרעפיק און צינדן אונטער גארבעדזש, און אצינד גלייך עס צו צו די שווארצע וואנדאלן. דאס פנים ווערט מיר שווארץ פון בושה פאר אונזערע שווארצע ברידער. ושנית, אט די וואנדאלן ביי אונז זענען אויסגעשלאסן פונעם כלל, און זיי זענען עקסטרעמיסטן וואס די מעינסטריעם האט באשמוצט און אויסגעשלאסן אומצאליגע מאל, אזש אפילו די אויסגעשפראכנסטע קעגנער באנוצן זיך מיט טערמינען "הפלג הירושלמי" און "סיקריקים", אנשטאט רעדן פון חרדים בכלל. ווידער ביי די שווארצע געמיינדע איז עס ליידער נישט אזוי (מעגליך טאקע ווייל זיי האבן נישט באזונדערע "קהילות" פאר אלערליי סארטן שטרעמונגען... אבער פאקט בלייבט פאקט).
מאנטאג יוני 08, 2020 8:25 pm#450925
שמערל האט געשריבן:כ'האלט אז דיין אפריקע יוכיח איז די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה ווען עס קומט צו שווארצע ראסיזם, ווייל אויב איז עפעס שלעכט מיט שווארצע ברויך דאך עס זיין די מערסטע אמת אין אפריקא גופא במקור חצבם, און לאמיר טאקע בלייבן שטיין ביי דעם ווייל ווי עס שיינט ביסטו זייער אומבאקאנט וואס דארט גייט פאר.

אפריקא איז נאטורליך די ארעמסטע קאנטינענט אויפן כדור הארץ, זי האט זייער שלעכטע ערד און פארמאגט נישט קיין טייכן וואס קען ווערן באנוצט צו טראנספארטירן סחורה, א זאך וואס איז די רוקנביין פון יעדע אנדערע קאנטינענט, אמעריקע למשל האט די בעסטע טייכן איז זי טאקע די רייכסטע קאנטינענט אויפן פלאנעט.

אבער אפילו אזוי האט אפריקע ביז פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק פארמאגט שטארקע קעניגרייכן וואס לעגענדעס פון זייער רייכטום האט זיך געטראגן איבער די גאנצע וועלט, פארדעם טאקע וועסטו קיינמאל נישט טרעפן אין ערגעץ א ווארט לגנאי אקעגן די אפריקאנער שבטים אין פריערדיגע ספרים, ווייל זיי פלעגן בכלל נישט זיין אראפגעקוקט. די מדרשים וועגן בני חם און שווארצע איז פאר די פעלקער וואס וואוינען אין מזרח אפריקע און זענען ניטאמאל אינגאנצן שווארץ, אבער די ריכטיגער שווארצע וואס וואוינען אונטערן סאהארע ווערן בכלל נישט בארעדט און קוים דערמאנט.

וואס יא, וויבאלד זיי זענען געווען אפגעהאקט פון די וועלט דורך די ריזיגע סאהארע מדבר אן קיין שום פארבינדונג מיט די אויסערליכע וועלט זענען זיי פארבליבן זייער פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען פון די איבערייגע וועלט, זאגט דאס עפעס איבער זייער ראסע? ווערן די נעטיוו אמעריקאנער אויך באטראכט ווי א נידריגערע ראסע ווייל זיי זענען געווען מער פרימיטיוו?

און כנראה ביסטו אינגאנצן אומבאוואוסט מיט די שוידערליכע בלוטיגע היסטאריע וואס די "ציוויליזירטע" אייראפעישע פעלקער האבן אפגעטוהן אין אפריקע די לעצטע פינעון הונדערט יאר, אנגעהויבן מיט די שקלאפן האנדל וואס האט אויבגעליידיגט אפריקע פון פעאיגע ארבייטער אין אויסטויש פאר געווער וואס האט פארוואנדלט פרימיטיווע שבטים אין בלוטיגע מלחמות וואס האט חרוב געלייגט זייער גאנצע עקאנאמיע. און געענדיגט ביי די פשוטע אינוואדירונג און די מערדעריי פון מיליאנען אומשולדיגע מענטשן מיט מיתות משונות ואכזריות, וואס איז אנגעגאנגען ביז קנאפע פופציג יאר צוריק.

אבער מיט דעם אלעם איז די מצב היינט אין אפריקע דראסטיש בעסער, מענטשן לעבן לענגער און זענען געזינטער און רייכער אין יעדע טייל פון אפריקע, עס איז מורא'דיג אומוואוסנד צו שיסן אזא סטעיטמענט אז זיד אפריקע איז געווען בעסער אינטער די ווייסע טיראנישע רעגירונג.

הכל פנים יא אפריקא יוכיח, סיי די מצב דארט כהיום איז פיל בעסער ווי עס איז געווען אינטער די רוצחישע ווייסע פעלקער, און סיי די אפריקאנער אימיגראנטן וואס קומען אהער פון אפריקע, זענען בכלל נישט ווי די היגע שווארצע, זיי זענען זייער מצליח דא, האבן א איי קיו העכער ווי די עווערזש און פארמאגן בכלל נישט די קולטורעלע אייגנשאפטן מיט וואס מען דעסקרייבט די אפריקאנער אמעריקענער, און די זעלבע די אפריקאנער וואס וואוינען אין אייראפע, זענען פיל מער מצליח ווי די היגע שווארצע עבדים אייניקלעך, וואס דאס איז דאך פרוף אז יא די חסרון איז אין די דורות סיסטעמאטישע ראסיזם וואס גייט שוין אן אין אמעריקאן פאר הונדערטער יארן און שטעלט זיך נישט אפ.

1. ס'פארגייט די אפעטיט ווען דיין עפענונג סטעיטמענט איז "כ'האלט אז דיין אפריקע יוכיח איז די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה" (ווי אויך די נאכפאלגענדע "אומבאקאנט" און "אומבאוואוסט"). הפנים, אפריקע יוכיח איז נאך איין וויכטיגע פונקט, אבער ווייט נישט די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה. לו יהא, אפילו נאר צוליב דעם וואס אויב כ'זאל אפילו אננעמען דיין שיטה איבער אפריקע, טוישט עס נישט זייער אויפפירונג אין אמעריקע, און רעדנדיג פון ראסע קען מען זיך ווייטער באציען צום שווארצער אין אמעריקע מכמה דורות (און אפגעזען צי זיי זענען שולדיג צי נישט, זענען זיי די וועג וויאזוי זיי זענען און טויש זעט זיך קוים עפעס אן). לכן אקצר אויך מיט די נאכפאלגענדע נקודות.

2. צו זאגן אז אפריקע איז נאטורליך דאס ארימסטע קאנטינענט מיט שלעכטע ערד, איז א פאלנער ליגנט. אפילו אזא היימישער איד (און מעגליכער קרימינאל) ווי דן גערטלער איז א ביליאנער אדאנק אפריקאנער דיאמאנטן... די מאס נאטורליכע אוצרות וואס אפריקע איז געבענטשט געווארן מיט זיי, וואלט געדארפט פארוואנדלען דעם קאנטינענט אין א פרוכטבארע גן עדן. "ליב צו וויסן" האט דאס שוין אדרעסירט, און דו האסט'ך נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם הימל-שרייענדן פאקט.

3. שטארקע קעניגרייכן, לעגענדעס און אוצרות, הרי חושך און מלכת שבא, איז א טענה לשמה?! ביסט שטארק מכובד, אלס "יא ווייסער" פון אפריקאנער היסטאריע, צו דערציילן וואספארא דאקומענטירטע מעכטיגע קעניגרייכן עס האבן דארט געהערשט זעקס הונדערט יאר צוריק. דערנאך דערציילן וויאזוי די שווארצע אוממענטשן האבן פארקויפט זייערע אייגענע ברידער פאר ווייסע אוממענטשן, דערנאך דערציילן וויאזוי די פאקט אז זיי זענען געווען אפגעהאקט פונעם איבעריגן וועלט האט זיי איבערגעלאזט פרימיטיוו אין די צייטן וואס די פרימיטיווע גאליער האבן זיך גערוקט פאראויס זייענדיג אפגעהאקט פון אפריקע. ווייטער קענסטו דערציילן וויאזוי מ'האט ערפונדן פולווער מיט נאך מיליאנען פארגעשריטענע זאכן דייקא אינעם רוצחי'שן אייראפע און גארניקס אינעם מענטשליכן איידעלן אפריקע, פארזעצנדיג מיטן שילדערן די אלטע אויסגעוועפטע לינקע טענה אז אונזער פולווער האט זיי איינגעשלינגען (און יא, כ'ווייס דערפון און עס אפילו דערמאנט אין מיין אשכול אלס באקאנטע לינקע טענה), און וויאזוי רייכע קעניגרייכן זענען פארוואנדלט געווארן אין פרימיטיווע שבטים וואס האבן מיט די פולווער זיך צו'רצח'עט אין בירגער קריגן ביזן היינטיגן טאג.

4. די מצב היינט איז דראסטיש בעסער אין אפריקע, אמת ויציב. אויך זייער מצב אין אמעריקע איז דראסטיש בעסער ווי אמאל. ב"ה די וועלט רוקט זיך געווענליך פאראויס. נישט צו פארגעסן די ביליאנען דאלארן וואס אמעריקאנע (און אלוועלטליכע ווייסע) פילאנטראפן און ארגעניזאציעס גיסן אריין אין אפריקע, אין יעדן הינזיכט. פון באקעמפן מאלעריע, אריינפאמפן געלט אין אינפאסטראקטור און עסן פעקלעך, וואקסינאציעס און אלעס ארום.

5. אפריקאנער אימיגראנטן, בדומה צו אלע סארט אימיגראנטן, קומען אהער מיט איין איינציגן צוועק צו פארבעסערן זייער עתיד און די עתיד פון זייערע קינדער. דאס איז נישט קיין קנה מידה אויף גארנישט ווייל זיי זענען די פלייסיגערע, און געווענליך געוואגטערע און אפילו קלוגערע, וואס טוען כל טצדקי שבעולם צו טוישן זייער לעבן. דאס איז די סיבה פון זייער העכערע איי קיו און גרעסערע מאס הצלחה.

6. אסיים מעין הפתיחה. ס'איז א נארישקייט צו איגנארירן די טענה אויף זייער לעבנסשטייגער אין אמעריקע, מיט הסברים איבער אפריקע (נניח ס'וואלט טאקע געווען אמת). און אויב דאס אונטערדרוקונג אין אמעריקע איז דיר א באגעניגנדע תירוץ, זאל דיר וואויל באקומען, אבער דער טיטל פונעם אשכול וועט פארט בלייבן ריכטיג.
מאנטאג יוני 08, 2020 8:26 pm#450926
.
און צולעצט, איידער כ'טו מיך אן די בלעכענע הויזן, וויל איך צוענדיגן מיט א פונקט וואס כ'האב מיך דערמאנט דערפון גלייך ביים הערן איבערן ארעסט פון דיבלאזיא'ס שווארצע טאכטער:

נאך בלומבערג'ס צייטן מיט זיין באקאנטע "סטאפ-ענד-פריסק" סומאטוכע, האט דיבלאזיא אויסגענוצט טאקע אט דעם פלאטפארמע ביים לויפן פארן מעיאר אמט. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן זיין קראקידאל טרערן צערעמאניע, ווען ער האט אנגעצייגט אויף זיינע שווארצע קינדער און געזאגט אז נאר צוליב זייער אויסערליכער אויסזען, זענען זיי אויסגעשטעלט צום שוידערליכן ראסיסטישן "סטאפ-ענד-פריסק" (דאכט זיך אז ער האט אפילו דערציילט, אז זיינס א קינד איז טאקע בפועל אויסגעשטאנען אזא זאך).

אצינד, נאכן איינזעצן דעם טאכטער זיינעם, וויל איך נאר פרעגן פון דיבלאזיא איין פראגע:
געערטער מעיאר, אצינד פארשטייט איר שוין פארוואס אייער קינד דארף אויסשטיין "סטאפ-ענד-פריסק?!" - - -

איך האב נאך נישט דוירעך געליינט די גאנצע אבער דאס האט מיר געכאפט. איך פארשטיי דיין ווייטאג איבער דיבלאזיאס שטיפען ליבעראלע אנשויאונגען אויפן שטאט אבער איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיט זיין טאכטער. ווי ווייט איך האב געזעהן האט זי גארנישט געטוהן עפעס ווילד אדער ווי דו רופסט עס שווארץ סך הכל איז זי געזעצן אינמיטן די גאס פראטעסטירענדיג ,מען קען בארעכטיגען אז פאליציי דארף האלטן ארדענונג און מעג ארעסטירען אבער זי האט נישט געטהון גארנישט שלעכט מיטן פראטעסטירן און עס ווייזט נישט אויף גארנישט
מאנטאג יוני 08, 2020 8:38 pm#450927
דא האסטו רוב פון דיין גאנצע תגובה צונומען:

שוין א לענגערע וויילע וואס איך האלט מיך איין, אבער אויב איך פרוביר זיך צו האלטן צום ריינעם ווארהייט - וועל איך פארט זאגן מיין מיינונג, כאטש וואס עס איז נישט איבעריג פאפולער בכלל, און אין קאווע שטיבל בפרט. כ'וואלט יא געקענט באשטיין אז מ'זאל זיך באציען צו מיינע פונקטן - ווי ווייטאגליך און מעסער-שניידענד זיי זאלן זיין, און אנשטאט ווידערהאלטן אלטע אויסגעדראשענע פראזעס זאל מען באלמוטשען דעם מח צו טרעפן און דערגיין דעם ריכטיגן ווארהייט.

ועל של עתה באתי: אונזערע אמעריקאנע ברידער - די טונקל-הויטיגע / אפריקאנע-אמעריקאנער / שווארצע / נעגראס / וכל שום וחניכא דאית להו להני בני כושיא ויוצאי חלציהם.

זיי באשטייען פון אפאר אנדערע פעלקער און ערטער.

1. א קאץ בלייבט א קאץ- גייסט נעמען א ראי פון חיות צו מענטשן.

שאקלט זיך אמעריקע מיט מאסן ראיאטן, אויסגעשפרייט איבער פילע אמעריקאנע שטאטן.

וואס איז געשען? נישט אן איינצעלנע געשעניש, נאר א געשעניש וואס געשענט צו שווארצע מיט א פיל גרעסערע פראצענט ווי צו ווייסע.

דא קומט אריין דער שווארצער פאקטאר, וואס רופט זיך ׳צודריקט פאר צופיל יארן".

אויב א היימישער איד אין אמעריקע איז געבליבן מיטן גלות מענטאליטעט (למעט די "נישט היימישע" וואס האבן באשאפן די JDL, און רעכענען זיך אפ מיט אונזערע שונאים), און וואלט זיך נישט געטרויט אנצוהייבן מיט מאסן געוואלדטאטן - אפילו נאכן האבן טענות אויף די פאליציי במשך השנים, און אפילו נאכן ערמארדן אידן במשך השנים מיט פוילע תירוצים, און אויב א ווייסער גוי וואלט פארפירט און געווילדעוועט מיט פראטעסטן און מעגליך שעדיגן פאליציי סטאנציעס, איז אבער דער שווארצער גענצליך אנדערש. ער מעג ארומגיין און אדורכפירן מאסן געוואלדטאטן אין פילע שטעט, מיטן פוילן תירוץ פון אויסדרוקן אויפברויז און שיקן כוואליעס און מעסעדזשעס צו די נויטיגע אינסטאנצן.

דא ניצטו אונזער גלות שיקזאל, אנטקעגן אינעם וואס גלייבט נישט אז עס קומט זיך זיי אזא שיקזאל.

אויפן וועג וועט ער ברעכן שויבן, פלינדערן געשעפטן, באראבעווען אפילו ארימע מענטשן, זיך אקעגנשטעלן דאס געזעץ, שווער מאכן דאס לעבן פאר צענדליגע מיליאנע אומשולדיגע מענטשן, און אלעס ווייל ער מוז אויסדרוקן זיין אויפברויז דווקא אויף אזא פארנעם וואס ברענגט מער אפשיי ווי מיטגעפיל צום שווארצן געמיינדע.

דא ווארפסטו א נאסע ליילעך אז די קרימענאלן זענען אלע שווארצע, און אז אלע שווארצע האבן מיט די ריאטן- אינגאנצן פאלש.

ווען דאס פאסירט, איינמאל און נאכאמאל,
אז מען פירט זיך נישט צו זיי equal
שוין יארן נאכאנאנד,

אזש נאך איידער דער ערמארדעטער'ס קערפער איז אנגעקומען צו זיין פאמיליע האט שוין די גאנצע גאס געוואוסט אז "אצינד ווארט אונז אפ שרעקליכע ראיאיטן", דאן שפירט זיך איין זאך מער פון אלץ אנדערש:
דו מישט נאכאמאל אויס קרימינאלן וואס זענען צופעליג שווארץ, מיט נורמאלע מענטשן וואס זענען אויך שווארץ.

"א קאץ בלייבט א קאץ, א טשאלמער בלייבט א טשאלמער, און א ראסיסט בלייבט א ראסיסט״".

2. וואס איז דער פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט?

א נארישע קעפל, אבער אייגנטליך איז עס נאר אביסל פראוועצירנד. וואס איז די פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט? אומצאליגע פראבלעמען, פון יענעם טשעפען ביז יענעם ערמארדן קאלטבלוטיג, און אלעס אינצווישן.

אבער ניין, איך רעד ווען איינער פארמאגט די שכל צו צווישנשיידן פון מחשבה ביז מעשה. איז אן עוולה צו זיין א ראסיסט? מעגליך, און אין אסאך אשכולות האט מען שוין דן געווען דערוועגן. איך וויל רעדן פון אן אנדערן פרעספעקטיוו:

אויב מיר ווייסן און אנערקענען געוויסע אייגנשאפטן פון א געוויסע פאלק צי ראסע, צי איז דאס אינעם כלל פון זיין א ראסיסט? אויב איינער האלט אז רוסן זענען מער שטייף, ישראלים מער חוצפה'דיג, יעקישע מער גראד און פונקטליך און פוילישע מער געדרייט, כינעזע מער פלייסיג און אראבער מער פויל, צי איז ער א ראסיסט?

עס דערמאנט עטוואס אינעם חקירת הראשונים, צי "אמונה" איז איינע פון די תרי"ג מצוות צי נישט, ווייל ס'איז נישט שייך מחייב צו זיין אמונה וויבאלד ס'איז א דבר התלוי בלב, און מ'קען נאר מחייב זיין מצוות אויב איינער גלייבט שוין. דאס זעלביגע איז דא אויך, אויב איינער זעט פאקטן - אמווייניגסטענס פאקטן אין זיינע אויגן (וואס שטילערהייט איז כו"ע מודה) - דארף ער זיך מתכחש זיין דערצו, און שרייען מיט א קול ניחר "איך בין א נאר און איך גלייב אז אלע ראסן זענען אייניג"?!

דענק איך אז אין איינע פון די אור-אלטע אשכולות איז געווען א שטיקל שמועס דערוועגן, און דאס אויבנדערמאנטע איז ארויסגעברענגט געווארן, און צוליב דעם זענען מאנכע חכמים צוגעקומען צום באשלוס אז א ראסיסט אלס שם גנאי איז נישט געזאגט געווארן אויף א מענטש וואס האט אן אומגינסטיגן (צי סיי וועלכן ספעציפישן) מיינונג אויף א ראסע, נאר אויף א מענטש וואס טוט דערנאך סיי וועלכע אקטיוויטעטן באזירט דערויף.

אין אנדערע ווערטער: אויב איינער נעמט נישט אריין קיין שווארצער ארבעטער, ווייל "שווארצע - בכלליות - זענען נאריש / ווילד / אומצעוויליזירט", דאן איז ער א נידערטרעכטיגער ראסיסט, אבער אויב איינער האט סתם אזוי א נעגאטיווע מיינונג אויף שווארצע, באזירט אויף סאו קאולד "פאקטן", איז ער נישט קיין ראסיסט (בתנאי אז ווען א שווארצער וויל קריגן אן ארבעט ביי אים, וועט ער אים דן זיין לויט זיין אייגענעם פערזענליכקייט און נישט לויט זיין מיינונג אויף שווארצע בכלל).

אדער איז ער פשוט uneducated, אזויווי א גוי פון די אנדערע זייט וועלט וואס האט פיינט א איד, ווען ער האט ניטאמאל שייכות מיט אן איינצעלנע איד.

דאס איז געווען א גרויסער ויכוח און אסאך זענען נישט איינשטימיג דערצו, ויבואו המלנקקים וילנקקו.

*

איך האב שוין אסאך שפייעכץ געשלינגען און פארגאסן, זיך אויס'טענה'נדיג מיט היימישע אידן איבער ראסיזם בכלל און ראסיזם קעגן שווארצע בפרט. כמובן, האב איך גענומען די "מיין איינזאמען אנטי-ראסיסטישן לעבן" פון ראובן, און גענאסן קיתונות של שופכין וזלזול פארן זיך אננעמען פאר די באקריוודעטע שווארצע.

איך בין נישט קיין "תוהה על הראשונות" ח"ו... און איך האלט נאכאלס אז מ'דארף זיך אויפפירן צו זיי העכסט-רעספעקטפול, געבן מער מעגליכקייטן מצליח צו זיין אין לעבן, און אין געוויסע פעלער - אפילו בעפארצוגן איבער די אלגעמיינע ווייסע וואס האבן מלכתחילה בעסערע שאנסן, און אזוי ארום העלפן די שווארצע אונטערדרוקטע מאסן זיך ארויסצוזען פון זייער זומפ.

אבער...
דא קומט א גרויסער אבער.

ווען איינער זאגט מיר אז זיי זענען פונקט ווי זייערע ווייסע ברידער, נאר זענען נעבעך אומשולדיג פארקנעכטעט און אונטערדרוקט געווארן דורך זייערע ווייסע הארן אין אמעריקע, און דערפאר האבן זיי זיך ערווארבן אזא מענטאליטעט, ווילט זיך מיר פראסקען דעם ליבעראלן אנשויער און אים פשוט ערוועקן צום ביטערן און טרויעריגן מציאות: ניין, די שווארצע זענען פון אן אנדערן ראסע, און דאס איז די וועג וויאזוי זייער ראסע פירט זיך אויף, פאר דורי-דורות.

אוודאי קען זיך א ראסע טוישן, און די גערמאנישע שבטים און גאללישע בעסטיאלן זענען אויך פארוואנדלט געווארן אין פארגעשריטענע פראנצויזן און דייטשן, אבער דאס איז אן אריבער טויזנט יעריגער פראצעדור (און די צווייטע וועלט מלחמה מיטן האלאקאוסט האט "מעגליך" געוויזן אז אפילו נאך אזוי לאנג, ליגט נאכאלס באהאלטן דער בעסטיאלישער "קאץ" אין די גענעס. א שמועס פאר זיך). דאס איז וואס מיר רופן "דער עוואלוציאנערישער פראצעדור". אבער אזויווי צווישן די צענדליגע ערליי מאלפעס זענען דא אומצאליגע יארן פון עוואלוציע צו אנטוויקלען א נייעם סארט מאלפע, אזוי איז אויך מיטן מענטש.

גענעס פון א פאלק און ראסע איז שטערקער פון 200-300 יאר, און א שוטה איז דער וואס זעט די וועלט דורך א פריזמע פון פלארעליזם און אויטאפיע. אזא איינער וועט דרשנ'ען איבער דעמאקראטיע אין מיטל-מזרח, שלום-אפמאכן מיט פונדאמענטאליסטישע מוסולמענער, און "קיין-שום-חילוק-צווישן-ווייסע-און-שווארצע" אויסער זייער קאליר און געזיכט-שטריכן.

האסט פארגעסן צו ברענגען א ראי וויאזוי שווארצע פון פילע אנדערע רייאנען האבן אלע די זעלבע גענעס, נאך דערצו אז זיי האבן שוין חתונה געהאט מיט אנדערע משפחות אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.

3. אפריקע יוכיח

פון די געציילטע מאל וואס איך בין געבליבן (כמעט) אן קיין ענטפער, איז געווען ווען מ'האט מיר אנגעצייגט אויף דאס לעבנסשטייגער אין אפריקע, וואו אין רוב לענדער וואוינען כמעט נאר שווארצע און זיי ווערן קאנטראלירט דורך שווארצע, און פארט... טראגט עס א פנים ווי ווען שווארצע קאנטראלירן א לאנד.

סיידן דרום אפריקע און די אפארטהייד רעגירונג וואס זענען געפלויגן גאנץ שנעל (און געוויזן פאר די וועלט, אז אין געוויסע הינזיכטן גייט דאס לעבן בעסער פאר די שווארצע מאסן אונטער א קאנטראלירנדע ווייסע רעגירונג), זענען אלע לענדער קאנטראלירט דורך אחים לצרה און אחים לצורה, אחים לדעה און אחים לרעה.

און פאר א סיבה איז אפריקע דאס ארימסטע קאנטינענט, וואו מיליאנען מענטשן שטארבן יאר-יערליך פון הונגער, מחלות, און פארברעכן, און וואו עס קומען פאר בירגער-קריגן יעדע שטיק צייט, און וואו שבטים קענען רצח'נען מיליאן אומשולדיגע מענטשן אונטער דרייסיג יאר צוריק - פארן חטא פון באלאנגען צום צווייטן שבט.

אויטאפיע ליבהאבער, פאנטאזירער און ליבעראלן, וואס האבן שטענדיג ליב זיך זעלבסט צו קלאפן על-חטא און אזוי ארום בארעכטיגן דאס קלאפן על-חטא אויף די הערצער פון אנדערע, וועלן אויפקומען מיט אלערליי נארישע ענטפערס צו פארענטפערן דעם פראגע. פון אונזער ערפינדונג פון מאשינעריע, אייזן, ביקסן, ביזן קאנטראלירן רעגירונגען און מאסן, וועלן זיי שטענדיג ערקלערן וויאזוי "מיר ווייסע" האבן צוגעברענגט אלדאס שלעכטס צו די פארדארבענע לענדער אין אפריקע.

אבער ווען איך זע זייער לעבן אין אפריקע פאר הונדערטער יארן, און זייער לעבן אין אמעריקע אפילו היינט צוטאגס, און זייער קולטור בכל קצוי תבל וואס ענדלט שטארק און באשטייט פון ווילדע אייגנשאפטן, מיאוס'ע אויסדרוקן, אומצעוויליזירטע שפראך, ווייניג נאבל פרייז געווינער (אויסער "שלום"...), מוזיק און טענץ די מערסטע ווילד און מגושם, א.א.וו. דאן ווילט זיך מיר אויסקורירן פונעם טרוים וואס רופט זיך "אנטי-ראסיזם", אויב ראסיזם באשטייט פון "אנערקענען" די דיפערענצן און אפטמאל ביטערע פאקטן ארום א ראסע.

שמערל האט שוין געברענגט רוב פון מיינע געדאנקען.
*

פון איין זייט איז דאס שטארק מחייב.

כ'שפיר א פליכט אז מ'דארף זיי ארויסהעלפן, אפילו בעפארצוגן, און געוויס רחמנות האבן און געבן מעגליכקייטן און האפענונגען. פאר זייער אייגענעם טובה, און אפילו פאר אונזער אייגענעם טובה, און כ"ש ווען מיר האבן מעגליך א מאראלישע פליכט ווען זיי זענען אונטערדרוקט געווארן נאך אין די זעכציגער יארן, ווען מיר אידעלעך האבן שוין געמאכט א חיים טובים אין אמעריקע.

אבער פון די אנדערע זייט גיי איך נישט לעבן אין דמיון.

זייערע העלדן זענען א געמיש פון הצדיק ר' מארטין לוטער קינג הי"ד און הרשע המנוול על שארפטאן ימ"ש. זיי זענען א מסוכנ'דיגע באבל פון געפילן, וואס פון איין זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין די זיסטע און טיפסטע נשמות, ווארימע איידעלע מענטשן, און פון די אנדערע זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין אגרעסיווע אוממענטשליכע באנדיטן, וואס די זעלבע געפילן וועלן זיי שיקן אדורכפירן פאגראמען איבער אמעריקאנע שטעט.

פונקט ווי אין יעדע פאלק- אלע מיני מענטשן.

א באנדיט וואס האט זעלבסט געפרעדיגט אדורכצופירן די טרויעריג בארימטע קראון הייטס פאגראמען וואס האבן געקאסט א ביטערן פרייז, און ער איז יעצט דער וואס דארף צו בארואיגן די שווארצע מאסן, איז מער א מעסעדזש אויף וואספארא סארט מענטשן עס האבן א דעה איבער זיי, און ווי אויך איז עס א בחינה פון שטעלן דעם קאץ, טאקע דעם "קאץ", צו היטן אויף די מילך.

4. ליבעראליזם צי "גיין קאפ אין וואנט"?

ווען איך זע א שילד "בלעק לייף מעטערס", קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ. וואו נעמט א מענטש די חוצפה צו האלטן א שילד וואס באשולדיגט אומדירעקט רוב אמעריקע אז זיי האלטן נישט אזוי. וואס באדייט דאס "בלעק לייף מעטערס"? ענק זענען עפעס מוריטשקעס וואס מ'נוצט אין לאבארטאריע פאר מעדיצינישע עקספערימענטן? מענגעלע נוצט ענקערע צווילינגען? וואס אין די וועלט ווילסטו ארויסברענגען מיט אזא שילד, אויסער שפייען אויף א גאנצע פאלק וואס איז פארנומען די לעצטע אריבער יובל-שנים דיך צו באפרידיגן מער און מער יעדעס יאר, אלס צוליב די שולד-געפילן אז מ'האט דיך נעבעך אומשולדיג אונטערדרוקט הונדערט יאר פריער.

ניין, די שילדן זענען איבער געשענישן פון די לעצטע 5 יאר, וויאזוי עס זענען נאך היינט דא מענטשן אין אמעריקא וואס treaten זיי אנדערש.

און פארוואס שפירן מיינע פריינט אז זיי דארפן מיטשפאנען מיט אזעלכע צערעמאניעס, כדי ארויסצואווייזן אפשיי צו די רשעות'דיגע פאליציאנטן וואס באציען זיך אנדערש צו זיי? עס ווילט זיך מיר פרעגן: אויב דו מיינסט ערליך און אמת'דיג דעם ריינעם אמת, צי וואלטסטו אויך אנטיילגענומען אין א מארש וואו מ'דרוקט אויס ווייטאג און אפשיי צו די נידעריגע פלינדערער וואס האבן בארויבט אומשולדיגע מאסן?! און אויב מ'וואלט דארט געהאלטן א פלאקאט אויף וואס עס שטייט "ווהייט מאני מעטערס", צי וואלטסטו עס אויך געהאלטן און געווייטאגט די פיין פון די אומשולדיגע מענטשן וואס הארעווען פאר זייער פרנסה, און קריגן נישט קיין טשעקלעך פון פעטער שמואל פארן זיצן אינדערהיים און רייכערן כאשיש.

א קאווע שטיבל מיטגלידער וואס פארמאגט הייזער אין א שווארצע געגענט, האט מיר אמאל אנפארטרויעט פארווייטאגט: מ'זאגט מיר ווי געפערליך עס איז צו זיין א ראסיסט, און די שווארצע זענען גארנישט אנדערש, א.א.וו. אבער אין פאקט, פארמאג איך הייזער און כ'גיי אויפפיקן רענט פון די שווארצע איינוואוינער. קלאפ איך אריין ביי זיי אינדערהיים, און ס'איז העכסט נארמאל צו טרעפן די גאנצע פאמיליע - קינדער אריינגערעכנט - זיצן און אפקאלעצן אינמיטן טאג אינדערהיים, קעגן דעם טעלעוויזיע, מיט א שיסל פאפקארן און פארנוצטע פעפסי, ווען דאס גאנצע הויז שטינקט פון מאריכואנא, און די גאנצע סטאדע איז אנגעטון אין פעדזשאמעס צי אפילו אונטערוועש. דאס געשעט אין איין הויז, און אין נאך א הויז, און די הרגשה איז אז מ'געט זיי געלט פאר פוד סטעמפס, געלט פאר סעקשאן 8, און אצינד קענען זיי זיצן איבערן טיווי און אפפוילעצן דאס לעבן. און נאכדעם גייען זיי גיין קרעכצן איבער זייער מצב? און איך טאר נישט זיין קיין ראסיסט?

יא, איך ווייס אז ס'איז נישט אין יעדן געגענט, און אלע אנדערע ענטפערס ממין הענין.

און פארט.

און פארט וואס? ענטפערסט דיין אייגענע שאלה.
ביי אידן זענען אויך דא א קליינע חלק וואס ארבייטן נישט, קוועטשן די בענק, און נעמען בענעפיטן. דאס מיינע אלע אידן זענען ווערט אנגעקוקט צו ווערן שלעכט?

האט דאך שוין ר' חיים בריסקער געזאגט אויפן גמרא, אז הלן בבית הקברות והמקרע את בגדיו וכו' איז א שוטה, ווייל אויב איין תירוץ קען פארענטפערן דריי צודרייטע אויפפירונגען - דאן נוצט מען דעם תירוץ אנשטאט דריי אנדערע תירוצים.

*

משום מה זע איך איינמאל און נאכאמאל, אז ליבעראלע אגענדעס וועלן שטענדיג טראגן דעם זעלבן פנים און שטענדיג ברענגען די זעלבע תוצאות. אזוי אויך, כמובן, וועלן זיי שטענדיג כאפן פאר זייערע אייגענע נארישע מעשים, און פארט זיך קיינמאל נישט לערנען א פרק אינעם מהות "מענטש".

ווען דער פערד הנקרא דיבלאזיא האט אנגעהויבן מיט זיינע ליבעראלע ווערדן און אגענדעס, האט יעדער רעכטדענקענדער מענטש געוואוסט וואו אהין עס וועט אים ברענגען, אבער לינקע פלארעליסטן האבן געזינגען שירה. פון ארויסלאזן פארברעכער פון תפיסה, לאזן אינדערהיים ביז "בעיל" (און גאר טיילן מוציא'קעס פאר די וואס זענען אזוי ערליך און קומען צוריק אין געריכט), און געוויס דאס ארויסלאזן מענטשן אין קאראנע צייט, האט מען פארזען די תמידיות וואס גייט שוין אן פאר יארן ווען זיכערהייט פארנעמט נישט קיין ארט אין זיין וויזיע, אפילו אויפן פרייז פון א טויטער פאליציאנט [ווער געדענקט נאך די לוויה, ווען די מאסן פאליציאנטן האבן זיך אוועקגעדרייט פון אים].

אמער, א בהמה גסה וואס האט געוויזן פארן וועלט די חילוק צווישן א "פראגרעסיווער" מעיאר און א "פראגמאטישער" מעיאר (פלארידא), און איז פארנומען אפצוזאגן א פאליציאנט פארן דערשרעקן ווילדע מאסן מיט זיין ביקס, אנשטאט צו לערנען אט די מאסן א פרק אין פשוט'ע הלכות דרך ארץ, ער איז דער וואס דארף אונז צייגן די ווירדן פון פלארעליזם?

דער ענטפער איז אז יא!

א מטורף וואס האט גוט מחנך געווען זיין טאכטער, א בת כשרה וואס פארשעמט נישט אירע עלטערן מיטן ווערן אוועקגעפירט דורך די פאליציי פארן ווילדן פראטעסטירן, און האט די חוצפה זיך צו פארגלייזן די אויגן און דאנקען גאט ברוך הוא פאר אזא פיינע טאכטער, אנשטאט צו פארפירן און ווילדעווען אז עס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם צו בארעכטיגן געוואלדטאטן, אט דער באנדיט איז טאקע דער פערפעקטער קאנדידאט צו ערקלערן פונקטליך וואס א לינקער / ליבעראלער / פראגרעסיווער / פלורעליסט איז: א צוויי פיסיגער אקס, מיט שכל ווי אן אקס און שטויסט ווי אן אקס אבער קען ברומען ווי אן אקס מיט א כלומר'שטער אומשולדיגקייט.

הדא הוא דאמרינן: "שטעלט אן א פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד".
ווייל "בשור עסקינן".

קענסט זיך טענען וויאזוי בייצוקומען ראסיזם, פיין.
---
איך ווייס אז איך שטעל דא איין מיין גאנצע רעפוטאציע, מיט אזא "צוריקגעשטאנענע", "ראסיסטישע", "רעכטע" און "סופרעמיסטיסטישע" וועלט-בליק (לייג צו נאך לשונות של גנאי), אין אזא פארגעשריטענע אויפגעקלערטע פלאץ, אבער מצדי - שלאג כפרות אפילו מיטן "סיסטעם" פון מיין באליבטן ק"ש, אויב דער ענטפער אויף מיינע פונקטן איז נאך א טיטל צו מיין נאמען.

און צולעצט, איידער כ'טו מיך אן די בלעכענע הויזן, וויל איך צוענדיגן מיט א פונקט וואס כ'האב מיך דערמאנט דערפון גלייך ביים הערן איבערן ארעסט פון דיבלאזיא'ס שווארצע טאכטער:

נאך בלומבערג'ס צייטן מיט זיין באקאנטע "סטאפ-ענד-פריסק" סומאטוכע, האט דיבלאזיא אויסגענוצט טאקע אט דעם פלאטפארמע ביים לויפן פארן מעיאר אמט. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן זיין קראקידאל טרערן צערעמאניע, ווען ער האט אנגעצייגט אויף זיינע שווארצע קינדער און געזאגט אז נאר צוליב זייער אויסערליכער אויסזען, זענען זיי אויסגעשטעלט צום שוידערליכן ראסיסטישן "סטאפ-ענד-פריסק" (דאכט זיך אז ער האט אפילו דערציילט, אז זיינס א קינד איז טאקע בפועל אויסגעשטאנען אזא זאך).

איז עס דעם נישט געווען אמת?

אצינד, נאכן איינזעצן דעם טאכטער זיינעם, וויל איך נאר פרעגן פון דיבלאזיא איין פראגע:
געערטער מעיאר, אצינד פארשטייט איר שוין פארוואס אייער קינד דארף אויסשטיין "סטאפ-ענד-פריסק?!" - - -

ניין איך פארשטיי נישט.

די גאנצע תגובה ליינט זיך פון א טיפישע מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שווארצע אין זיין קלאס, און דרייט זיך נישט מיט שווארצע.
די אנדערע אפציע, אדער אפשר איז עס ביידע, איז א מענטש אדער פאלק וואס האלט ער/זיי איז בעסער פון אנדערע צוליב אן אויפגעבלאזענע פאלשע עגו.
מאנטאג יוני 08, 2020 8:52 pm#450929
איינע פון די חשוב'סטע שרייבער אין ק"ש, מיט א רעפוטאציע וואס וואלט נישט פארשעמט די אמאליגע לייבן אין שטיבל, האט מיר גע'אישי'ט דאס פאלגענדע:
דאס איז וואס איך האב געהאט געשריבן אויך א וואטסעפּ גרוּפּ נאכ׳ן טראגעדיע אין דזשערסי סיטי:

I may have to admit that I am (at least partially) wrong.

Every individual’s identity is shaped by his social and cultural group and surroundings. The group serves to instill in them its various mores, values etc. (or lack thereof, depending on perspective). Though, admittedly, these are in most instances obviously due to the SES of the respective group rather than inherently .genetic or the like

This thus serves to introduce a (seemingly intractable) dilemma. Namely, every individual should be judged based on their own individual merit, regardless of their surrounding culture, group, race, creed etc. However, as the group’s influence over the psychological makeup and identity of the individual who counts as its member is undeniable, statistical interpretations of various behavioral trends and occurrences of their respective group cannot be easily dismissed and ignored. (This is besides the difficulty, many times, of precisely defining a group’s boundaries.) If so what is one to do

.based on the statistics of their respective group חשדהו ;as an individual כבדהו ,That is to say .כבדהו וחשדהו The only solution I can think of, is the dictum of
This is as I would expect someone from a different group to (at least initially) suspect that I am uneducated, as well as parasitic and dishonest financially

Or maybe I’m just emotional over this travesty. :cry:

ווען כ'האב אים געפרעגט פארוואס ער וויל דאס נישט זעלבסט ארויסלייגן, האט ער מיר געענטפערט בזה"ל:
איינס, איך בין אליין נישט זיכער אינגאנצן אין וואס איך זאג (איך שרייב דאך אז ס׳איז געשריבן געווארן ווען איך בין געווען עמאשענאל). איך האב נישט ליב צו זאגן א דעה אין א זאך וואס איך האב נישט שטארק ריסערטשט און דורכגעטוהן - בפרט אין אזעלכע סארט האקעלע סאציאלע אישוס.

צוויי, אודה ולא אבוש איך האב מורא... איך האב נישט די גאָטס וואס דו האסט...

קאמענטארן זענען איבעריג.
מאנטאג יוני 08, 2020 8:55 pm#450930
איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.
מאנטאג יוני 08, 2020 9:04 pm#450931
שמערל האט געשריבן:דיין שאלה איז בלויז נאך א ראיה אז ראסיזם איז פשוט א תוצאה פון אומוויסנשאפט. קודם קנעכטשאפט איז נישט געווען איבעראל, די קריסטלעכע קירכע האט פארבאטן קנעכטשאפט פאר כמעט צוויי טויזענט יאר צוריק, און עס איז אזוי פארבליבן אין אייראפע עד היום הזה, קנעכטשאפט ווי עס האט יא עקזיסטירט איז אייביג געווען אקעגן שבויי מלחמה אדער אזעלכע וואס האבן זיך פארזינדיגט פארן מלכות, אבער קיינמאל נישט אין היסטאריע אקעגן א געוויסע אומה אדער ראסע, די ערשטע וואס האבן דאס ערפינדן זענען געווען די רוצחישע ספאניארדן די זעלבע וואס האבן פארברענט אידן אויפן אויטא דע פע, זיי זענען אויפגעקומען מיט דע איידיע צו פארקנעכטן גאנצעטע פעלקער און טוהן מיט זיי כלל העולה על רוחם, און אלעס אינטער די נאמען פון קריסטליכע ליבע, אבער ווי קומט דאס צו בני אברהם יצחק ויעקב זיך אנצוקערן מיט אזוינע דעות משחתות?

די שווארצע קעניגן האבן פארמאגט גאלד און זילבער, אבער נישט קיין גאנס מיט פולווער, די אייראפעער וואס האבן דאס אויס געטראפן, האבן מיטן ביקס באוויזן איינצונעמען די גאנצע וועלט און צוגענומען פון יעדן זייער האב און גוטס.

די קריסטליכע קירכע איז בכלל נישט געווען לעגאל אין אייראפע ביז בערך 1650 יאר צוריק..

שפאניע איז אין אייראפע..

פולווער איז אויסגעטראפן געווארן אין אזיע..

באשולדיג נישט יענעם אין אומוויסנשאפט :lol:
מאנטאג יוני 08, 2020 9:11 pm#450932
@ארי נוהם איך אגרי אז אין קאווע שטיבעל איז דא פעיר פרעשור צו זיין אנטי ראסיסטיש אבער לויט מיין עקפירירענס איז אין ביהמד דא מער פרעשור צו זיין ראסיסטיש און אנטי שווארצע. סא אפשר איז נישט געפערליך אז עס איז דא ערגעץ ווי די פרעשור איז אויף פארקערט
מאנטאג יוני 08, 2020 9:15 pm#450933
בת קול האט געשריבן:דא האסטו רוב פון דיין גאנצע תגובה צונומען:
און דא האסטו דיינע אלע טענות צונומען. און אגב, דו האסט נישט צונומען מיינע טענות, נאר זיך פארלייגט אויף ווערטער און אויסדרוקן אן ענטפערן לגופו של ענין
שוין א לענגערע וויילע וואס איך האלט מיך איין, אבער אויב איך פרוביר זיך צו האלטן צום ריינעם ווארהייט - וועל איך פארט זאגן מיין מיינונג, כאטש וואס עס איז נישט איבעריג פאפולער בכלל, און אין קאווע שטיבל בפרט. כ'וואלט יא געקענט באשטיין אז מ'זאל זיך באציען צו מיינע פונקטן - ווי ווייטאגליך און מעסער-שניידענד זיי זאלן זיין, און אנשטאט ווידערהאלטן אלטע אויסגעדראשענע פראזעס זאל מען באלמוטשען דעם מח צו טרעפן און דערגיין דעם ריכטיגן ווארהייט.

ועל של עתה באתי: אונזערע אמעריקאנע ברידער - די טונקל-הויטיגע / אפריקאנע-אמעריקאנער / שווארצע / נעגראס / וכל שום וחניכא דאית להו להני בני כושיא ויוצאי חלציהם.

זיי באשטייען פון אפאר אנדערע פעלקער און ערטער.
איז וואס? איך באנוץ זיך מיט די טערמינען וואס מ'טיילט אויס פאר אונזערע ברידער אויף וועם דער אשכול איז באזירט

1. א קאץ בלייבט א קאץ- גייסט נעמען א ראי פון חיות צו מענטשן.
ביטע ליין ווי א מענטש און נישט ווי קיין קאץ. כ'רעד אויך פון טשאלמערס, דאכצעך זיי זענען מענטשן. און אגב, כ'ברענג ארויס איין פונקט: מענטשן טוישן נישט זייער אידענטיטעט, קולטור, ראסע, און געוואוינהייט בן-רגע.

שאקלט זיך אמעריקע מיט מאסן ראיאטן, אויסגעשפרייט איבער פילע אמעריקאנע שטאטן.

וואס איז געשען? נישט אן איינצעלנע געשעניש, נאר א געשעניש וואס געשענט צו שווארצע מיט א פיל גרעסערע פראצענט ווי צו ווייסע.

איז וואס? יעצט זענען נישט געווען קיין ראיאטן? אה, ס'זענען יא געווען? דאן רעד לגופו של פונקט. אויב די גרעסערע פראצענט איז א גוטע סיבה פארוואס צו מאכן ראיאטן און פלינדערן געשעפטן און אומשולדיגע מענטשן, דאן שרייב דאס קלאר ארויס.
דא קומט אריין דער שווארצער פאקטאר, וואס רופט זיך ׳צודריקט פאר צופיל יארן".
אט די נקודה איז וואס מ'רעדט נאכאמאל און נאכאמאל, און כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז זיי זענען נישט קיין רחמנות'ן צוליב דעם. אבער פאקטן טוישן זיך נישט אפילו אויב זיי האבן א גוטע תירוץ פארן זיין א רחמנות.
אויב א היימישער איד אין אמעריקע איז געבליבן מיטן גלות מענטאליטעט (למעט די "נישט היימישע" וואס האבן באשאפן די JDL, און רעכענען זיך אפ מיט אונזערע שונאים), און וואלט זיך נישט געטרויט אנצוהייבן מיט מאסן געוואלדטאטן - אפילו נאכן האבן טענות אויף די פאליציי במשך השנים, און אפילו נאכן ערמארדן אידן במשך השנים מיט פוילע תירוצים, און אויב א ווייסער גוי וואלט פארפירט און געווילדעוועט מיט פראטעסטן און מעגליך שעדיגן פאליציי סטאנציעס, איז אבער דער שווארצער גענצליך אנדערש. ער מעג ארומגיין און אדורכפירן מאסן געוואלדטאטן אין פילע שטעט, מיטן פוילן תירוץ פון אויסדרוקן אויפברויז און שיקן כוואליעס און מעסעדזשעס צו די נויטיגע אינסטאנצן.

דא ניצטו אונזער גלות שיקזאל, אנטקעגן אינעם וואס גלייבט נישט אז עס קומט זיך זיי אזא שיקזאל.
האסט ווייטער פארגעסן אז א רגע נאכן איד, האב איך גערעדט איבערן ווייסער גוי? כ'האב גענוצט דעם איד ארויסצוברענגען די צוויי עקן פון צוגיין צו אזא זאך, אבער כלפי דעם שווארצער האב איך טאקע גערעדט פונעם ווייסער גוי
אויפן וועג וועט ער ברעכן שויבן, פלינדערן געשעפטן, באראבעווען אפילו ארימע מענטשן, זיך אקעגנשטעלן דאס געזעץ, שווער מאכן דאס לעבן פאר צענדליגע מיליאנע אומשולדיגע מענטשן, און אלעס ווייל ער מוז אויסדרוקן זיין אויפברויז דווקא אויף אזא פארנעם וואס ברענגט מער אפשיי ווי מיטגעפיל צום שווארצן געמיינדע.

דא ווארפסטו א נאסע ליילעך אז די קרימענאלן זענען אלע שווארצע, און אז אלע שווארצע האבן מיט די ריאטן- אינגאנצן פאלש.
א שקר גדול. וואו האב איך געווארפן אזא ליילעך? דאס אז די שווארצע האבן עס אנגעפירט און טוען עס יעדעס מאל זייערס א ברידער שטארבט, איז א פאקט. נישט אז אלע קרימינאלן זענען שווארצע, און נישט אז אלע שווארצע האבן מיט ראיאטן. הבנת הנקרא ביטע.
ווען דאס פאסירט, איינמאל און נאכאמאל,
אז מען פירט זיך נישט צו זיי equal
שוין יארן נאכאנאנד,

דאס בארעכטיגט זייער אויפפירונג? צווישן זיך? און צו אומשולדיגע מענטשן און געשעפטן?
אזש נאך איידער דער ערמארדעטער'ס קערפער איז אנגעקומען צו זיין פאמיליע האט שוין די גאנצע גאס געוואוסט אז "אצינד ווארט אונז אפ שרעקליכע ראיאיטן", דאן שפירט זיך איין זאך מער פון אלץ אנדערש:
דו מישט נאכאמאל אויס קרימינאלן וואס זענען צופעליג שווארץ, מיט נורמאלע מענטשן וואס זענען אויך שווארץ.
ווער האט אויסגעמישט? נאכאמאל: האבן אונז אלע געוואוסט אז ס'וועלן יעצט זיין ראיאטן, דורך שווארצע? ווער זאגט אז אלע שווארצע זענען קרימינאלן אדער נישט נארמאל? קענסט אפשר ליינען איין שורה גראדערהייט?
"א קאץ בלייבט א קאץ, א טשאלמער בלייבט א טשאלמער, און א ראסיסט בלייבט א ראסיסט״".
און א נאר בלייבט א נאר.

2. וואס איז דער פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט?

א נארישע קעפל, אבער אייגנטליך איז עס נאר אביסל פראוועצירנד. וואס איז די פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט? אומצאליגע פראבלעמען, פון יענעם טשעפען ביז יענעם ערמארדן קאלטבלוטיג, און אלעס אינצווישן.

אבער ניין, איך רעד ווען איינער פארמאגט די שכל צו צווישנשיידן פון מחשבה ביז מעשה. איז אן עוולה צו זיין א ראסיסט? מעגליך, און אין אסאך אשכולות האט מען שוין דן געווען דערוועגן. איך וויל רעדן פון אן אנדערן פרעספעקטיוו:

אויב מיר ווייסן און אנערקענען געוויסע אייגנשאפטן פון א געוויסע פאלק צי ראסע, צי איז דאס אינעם כלל פון זיין א ראסיסט? אויב איינער האלט אז רוסן זענען מער שטייף, ישראלים מער חוצפה'דיג, יעקישע מער גראד און פונקטליך און פוילישע מער געדרייט, כינעזע מער פלייסיג און אראבער מער פויל, צי איז ער א ראסיסט?

עס דערמאנט עטוואס אינעם חקירת הראשונים, צי "אמונה" איז איינע פון די תרי"ג מצוות צי נישט, ווייל ס'איז נישט שייך מחייב צו זיין אמונה וויבאלד ס'איז א דבר התלוי בלב, און מ'קען נאר מחייב זיין מצוות אויב איינער גלייבט שוין. דאס זעלביגע איז דא אויך, אויב איינער זעט פאקטן - אמווייניגסטענס פאקטן אין זיינע אויגן (וואס שטילערהייט איז כו"ע מודה) - דארף ער זיך מתכחש זיין דערצו, און שרייען מיט א קול ניחר "איך בין א נאר און איך גלייב אז אלע ראסן זענען אייניג"?!

דענק איך אז אין איינע פון די אור-אלטע אשכולות איז געווען א שטיקל שמועס דערוועגן, און דאס אויבנדערמאנטע איז ארויסגעברענגט געווארן, און צוליב דעם זענען מאנכע חכמים צוגעקומען צום באשלוס אז א ראסיסט אלס שם גנאי איז נישט געזאגט געווארן אויף א מענטש וואס האט אן אומגינסטיגן (צי סיי וועלכן ספעציפישן) מיינונג אויף א ראסע, נאר אויף א מענטש וואס טוט דערנאך סיי וועלכע אקטיוויטעטן באזירט דערויף.

אין אנדערע ווערטער: אויב איינער נעמט נישט אריין קיין שווארצער ארבעטער, ווייל "שווארצע - בכלליות - זענען נאריש / ווילד / אומצעוויליזירט", דאן איז ער א נידערטרעכטיגער ראסיסט, אבער אויב איינער האט סתם אזוי א נעגאטיווע מיינונג אויף שווארצע, באזירט אויף סאו קאולד "פאקטן", איז ער נישט קיין ראסיסט (בתנאי אז ווען א שווארצער וויל קריגן אן ארבעט ביי אים, וועט ער אים דן זיין לויט זיין אייגענעם פערזענליכקייט און נישט לויט זיין מיינונג אויף שווארצע בכלל).

אדער איז ער פשוט uneducated, אזויווי א גוי פון די אנדערע זייט וועלט וואס האט פיינט א איד, ווען ער האט ניטאמאל שייכות מיט אן איינצעלנע איד.
אמת, אזויווי ס'זענען דא אומעדיוקעדעטע מענטשן וואס אפילו ווען זיי ליינען אן אשכול, פארשטייען זיי נישט וואס עס שטייט דערינען, און זענען מגיב שלא מן הענין.
דאס איז געווען א גרויסער ויכוח און אסאך זענען נישט איינשטימיג דערצו, ויבואו המלנקקים וילנקקו.

*

איך האב שוין אסאך שפייעכץ געשלינגען און פארגאסן, זיך אויס'טענה'נדיג מיט היימישע אידן איבער ראסיזם בכלל און ראסיזם קעגן שווארצע בפרט. כמובן, האב איך גענומען די "מיין איינזאמען אנטי-ראסיסטישן לעבן" פון ראובן, און גענאסן קיתונות של שופכין וזלזול פארן זיך אננעמען פאר די באקריוודעטע שווארצע.

איך בין נישט קיין "תוהה על הראשונות" ח"ו... און איך האלט נאכאלס אז מ'דארף זיך אויפפירן צו זיי העכסט-רעספעקטפול, געבן מער מעגליכקייטן מצליח צו זיין אין לעבן, און אין געוויסע פעלער - אפילו בעפארצוגן איבער די אלגעמיינע ווייסע וואס האבן מלכתחילה בעסערע שאנסן, און אזוי ארום העלפן די שווארצע אונטערדרוקטע מאסן זיך ארויסצוזען פון זייער זומפ.

אבער...
דא קומט א גרויסער אבער.

ווען איינער זאגט מיר אז זיי זענען פונקט ווי זייערע ווייסע ברידער, נאר זענען נעבעך אומשולדיג פארקנעכטעט און אונטערדרוקט געווארן דורך זייערע ווייסע הארן אין אמעריקע, און דערפאר האבן זיי זיך ערווארבן אזא מענטאליטעט, ווילט זיך מיר פראסקען דעם ליבעראלן אנשויער און אים פשוט ערוועקן צום ביטערן און טרויעריגן מציאות: ניין, די שווארצע זענען פון אן אנדערן ראסע, און דאס איז די וועג וויאזוי זייער ראסע פירט זיך אויף, פאר דורי-דורות.

אוודאי קען זיך א ראסע טוישן, און די גערמאנישע שבטים און גאללישע בעסטיאלן זענען אויך פארוואנדלט געווארן אין פארגעשריטענע פראנצויזן און דייטשן, אבער דאס איז אן אריבער טויזנט יעריגער פראצעדור (און די צווייטע וועלט מלחמה מיטן האלאקאוסט האט "מעגליך" געוויזן אז אפילו נאך אזוי לאנג, ליגט נאכאלס באהאלטן דער בעסטיאלישער "קאץ" אין די גענעס. א שמועס פאר זיך). דאס איז וואס מיר רופן "דער עוואלוציאנערישער פראצעדור". אבער אזויווי צווישן די צענדליגע ערליי מאלפעס זענען דא אומצאליגע יארן פון עוואלוציע צו אנטוויקלען א נייעם סארט מאלפע, אזוי איז אויך מיטן מענטש.

גענעס פון א פאלק און ראסע איז שטערקער פון 200-300 יאר, און א שוטה איז דער וואס זעט די וועלט דורך א פריזמע פון פלארעליזם און אויטאפיע. אזא איינער וועט דרשנ'ען איבער דעמאקראטיע אין מיטל-מזרח, שלום-אפמאכן מיט פונדאמענטאליסטישע מוסולמענער, און "קיין-שום-חילוק-צווישן-ווייסע-און-שווארצע" אויסער זייער קאליר און געזיכט-שטריכן.

האסט פארגעסן צו ברענגען א ראי וויאזוי שווארצע פון פילע אנדערע רייאנען האבן אלע די זעלבע גענעס, נאך דערצו אז זיי האבן שוין חתונה געהאט מיט אנדערע משפחות אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
??? א ראי' אז וואס?
3. אפריקע יוכיח

פון די געציילטע מאל וואס איך בין געבליבן (כמעט) אן קיין ענטפער, איז געווען ווען מ'האט מיר אנגעצייגט אויף דאס לעבנסשטייגער אין אפריקע, וואו אין רוב לענדער וואוינען כמעט נאר שווארצע און זיי ווערן קאנטראלירט דורך שווארצע, און פארט... טראגט עס א פנים ווי ווען שווארצע קאנטראלירן א לאנד.

סיידן דרום אפריקע און די אפארטהייד רעגירונג וואס זענען געפלויגן גאנץ שנעל (און געוויזן פאר די וועלט, אז אין געוויסע הינזיכטן גייט דאס לעבן בעסער פאר די שווארצע מאסן אונטער א קאנטראלירנדע ווייסע רעגירונג), זענען אלע לענדער קאנטראלירט דורך אחים לצרה און אחים לצורה, אחים לדעה און אחים לרעה.

און פאר א סיבה איז אפריקע דאס ארימסטע קאנטינענט, וואו מיליאנען מענטשן שטארבן יאר-יערליך פון הונגער, מחלות, און פארברעכן, און וואו עס קומען פאר בירגער-קריגן יעדע שטיק צייט, און וואו שבטים קענען רצח'נען מיליאן אומשולדיגע מענטשן אונטער דרייסיג יאר צוריק - פארן חטא פון באלאנגען צום צווייטן שבט.

אויטאפיע ליבהאבער, פאנטאזירער און ליבעראלן, וואס האבן שטענדיג ליב זיך זעלבסט צו קלאפן על-חטא און אזוי ארום בארעכטיגן דאס קלאפן על-חטא אויף די הערצער פון אנדערע, וועלן אויפקומען מיט אלערליי נארישע ענטפערס צו פארענטפערן דעם פראגע. פון אונזער ערפינדונג פון מאשינעריע, אייזן, ביקסן, ביזן קאנטראלירן רעגירונגען און מאסן, וועלן זיי שטענדיג ערקלערן וויאזוי "מיר ווייסע" האבן צוגעברענגט אלדאס שלעכטס צו די פארדארבענע לענדער אין אפריקע.

אבער ווען איך זע זייער לעבן אין אפריקע פאר הונדערטער יארן, און זייער לעבן אין אמעריקע אפילו היינט צוטאגס, און זייער קולטור בכל קצוי תבל וואס ענדלט שטארק און באשטייט פון ווילדע אייגנשאפטן, מיאוס'ע אויסדרוקן, אומצעוויליזירטע שפראך, ווייניג נאבל פרייז געווינער (אויסער "שלום"...), מוזיק און טענץ די מערסטע ווילד און מגושם, א.א.וו. דאן ווילט זיך מיר אויסקורירן פונעם טרוים וואס רופט זיך "אנטי-ראסיזם", אויב ראסיזם באשטייט פון "אנערקענען" די דיפערענצן און אפטמאל ביטערע פאקטן ארום א ראסע.

שמערל האט שוין געברענגט רוב פון מיינע געדאנקען.
און כ'האב שוין געענטפערט אויף זיי אלע.
*

פון איין זייט איז דאס שטארק מחייב.

כ'שפיר א פליכט אז מ'דארף זיי ארויסהעלפן, אפילו בעפארצוגן, און געוויס רחמנות האבן און געבן מעגליכקייטן און האפענונגען. פאר זייער אייגענעם טובה, און אפילו פאר אונזער אייגענעם טובה, און כ"ש ווען מיר האבן מעגליך א מאראלישע פליכט ווען זיי זענען אונטערדרוקט געווארן נאך אין די זעכציגער יארן, ווען מיר אידעלעך האבן שוין געמאכט א חיים טובים אין אמעריקע.

אבער פון די אנדערע זייט גיי איך נישט לעבן אין דמיון.

זייערע העלדן זענען א געמיש פון הצדיק ר' מארטין לוטער קינג הי"ד און הרשע המנוול על שארפטאן ימ"ש. זיי זענען א מסוכנ'דיגע באבל פון געפילן, וואס פון איין זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין די זיסטע און טיפסטע נשמות, ווארימע איידעלע מענטשן, און פון די אנדערע זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין אגרעסיווע אוממענטשליכע באנדיטן, וואס די זעלבע געפילן וועלן זיי שיקן אדורכפירן פאגראמען איבער אמעריקאנע שטעט.

פונקט ווי אין יעדע פאלק- אלע מיני מענטשן.
קעגן דעם סטעיטמענט, האב איך באזירט מיין גאנצע אשכול. איבערצוקייען אז אלע מענטשן און פעלקער זענען גלייך, קענסטו דאס טון ערגעץ אנדערש. דא ביטע ווייז אויף מיין אומריכטיגקייט. כ'וועל עס גערן אקצעפטירן.
א באנדיט וואס האט זעלבסט געפרעדיגט אדורכצופירן די טרויעריג בארימטע קראון הייטס פאגראמען וואס האבן געקאסט א ביטערן פרייז, און ער איז יעצט דער וואס דארף צו בארואיגן די שווארצע מאסן, איז מער א מעסעדזש אויף וואספארא סארט מענטשן עס האבן א דעה איבער זיי, און ווי אויך איז עס א בחינה פון שטעלן דעם קאץ, טאקע דעם "קאץ", צו היטן אויף די מילך.

4. ליבעראליזם צי "גיין קאפ אין וואנט"?

ווען איך זע א שילד "בלעק לייף מעטערס", קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ. וואו נעמט א מענטש די חוצפה צו האלטן א שילד וואס באשולדיגט אומדירעקט רוב אמעריקע אז זיי האלטן נישט אזוי. וואס באדייט דאס "בלעק לייף מעטערס"? ענק זענען עפעס מוריטשקעס וואס מ'נוצט אין לאבארטאריע פאר מעדיצינישע עקספערימענטן? מענגעלע נוצט ענקערע צווילינגען? וואס אין די וועלט ווילסטו ארויסברענגען מיט אזא שילד, אויסער שפייען אויף א גאנצע פאלק וואס איז פארנומען די לעצטע אריבער יובל-שנים דיך צו באפרידיגן מער און מער יעדעס יאר, אלס צוליב די שולד-געפילן אז מ'האט דיך נעבעך אומשולדיג אונטערדרוקט הונדערט יאר פריער.

ניין, די שילדן זענען איבער געשענישן פון די לעצטע 5 יאר, וויאזוי עס זענען נאך היינט דא מענטשן אין אמעריקא וואס treaten זיי אנדערש.
כ'ווייס דאס. און פארט איז דאס די הרגשה וואס ס'געבט איבער, און ס'איז בשקר יסודה. מ'דארף אויסרייסן ראסיזם וואס קלאפט זיי אראפ, וכ"ש ראסיזם וואס ברענגט מארד, אבער אזא שפראך אויפן טאוול זאגט אז מ'דארף איינמעלדן פאר פרידליכע בירגער אז זיי זענען נישט מוריטשקעס.
און פארוואס שפירן מיינע פריינט אז זיי דארפן מיטשפאנען מיט אזעלכע צערעמאניעס, כדי ארויסצואווייזן אפשיי צו די רשעות'דיגע פאליציאנטן וואס באציען זיך אנדערש צו זיי? עס ווילט זיך מיר פרעגן: אויב דו מיינסט ערליך און אמת'דיג דעם ריינעם אמת, צי וואלטסטו אויך אנטיילגענומען אין א מארש וואו מ'דרוקט אויס ווייטאג און אפשיי צו די נידעריגע פלינדערער וואס האבן בארויבט אומשולדיגע מאסן?! און אויב מ'וואלט דארט געהאלטן א פלאקאט אויף וואס עס שטייט "ווהייט מאני מעטערס", צי וואלטסטו עס אויך געהאלטן און געווייטאגט די פיין פון די אומשולדיגע מענטשן וואס הארעווען פאר זייער פרנסה, און קריגן נישט קיין טשעקלעך פון פעטער שמואל פארן זיצן אינדערהיים און רייכערן כאשיש.

א קאווע שטיבל מיטגלידער וואס פארמאגט הייזער אין א שווארצע געגענט, האט מיר אמאל אנפארטרויעט פארווייטאגט: מ'זאגט מיר ווי געפערליך עס איז צו זיין א ראסיסט, און די שווארצע זענען גארנישט אנדערש, א.א.וו. אבער אין פאקט, פארמאג איך הייזער און כ'גיי אויפפיקן רענט פון די שווארצע איינוואוינער. קלאפ איך אריין ביי זיי אינדערהיים, און ס'איז העכסט נארמאל צו טרעפן די גאנצע פאמיליע - קינדער אריינגערעכנט - זיצן און אפקאלעצן אינמיטן טאג אינדערהיים, קעגן דעם טעלעוויזיע, מיט א שיסל פאפקארן און פארנוצטע פעפסי, ווען דאס גאנצע הויז שטינקט פון מאריכואנא, און די גאנצע סטאדע איז אנגעטון אין פעדזשאמעס צי אפילו אונטערוועש. דאס געשעט אין איין הויז, און אין נאך א הויז, און די הרגשה איז אז מ'געט זיי געלט פאר פוד סטעמפס, געלט פאר סעקשאן 8, און אצינד קענען זיי זיצן איבערן טיווי און אפפוילעצן דאס לעבן. און נאכדעם גייען זיי גיין קרעכצן איבער זייער מצב? און איך טאר נישט זיין קיין ראסיסט?

יא, איך ווייס אז ס'איז נישט אין יעדן געגענט, און אלע אנדערע ענטפערס ממין הענין.

און פארט.

און פארט וואס? ענטפערסט דיין אייגענע שאלה.
ביי אידן זענען אויך דא א קליינע חלק וואס ארבייטן נישט, קוועטשן די בענק, און נעמען בענעפיטן. דאס מיינע אלע אידן זענען ווערט אנגעקוקט צו ווערן שלעכט?

נישט קיין קליינע חלק, און אין פאקט האב איך קיין טענות אויף א גוי וואס דערמאנט די טענות קעגן חרדישע אידן, און ווי כ'האב פריער געברענגט פון אן אנאנימער ניק.
האט דאך שוין ר' חיים בריסקער געזאגט אויפן גמרא, אז הלן בבית הקברות והמקרע את בגדיו וכו' איז א שוטה, ווייל אויב איין תירוץ קען פארענטפערן דריי צודרייטע אויפפירונגען - דאן נוצט מען דעם תירוץ אנשטאט דריי אנדערע תירוצים.

*

משום מה זע איך איינמאל און נאכאמאל, אז ליבעראלע אגענדעס וועלן שטענדיג טראגן דעם זעלבן פנים און שטענדיג ברענגען די זעלבע תוצאות. אזוי אויך, כמובן, וועלן זיי שטענדיג כאפן פאר זייערע אייגענע נארישע מעשים, און פארט זיך קיינמאל נישט לערנען א פרק אינעם מהות "מענטש".

ווען דער פערד הנקרא דיבלאזיא האט אנגעהויבן מיט זיינע ליבעראלע ווערדן און אגענדעס, האט יעדער רעכטדענקענדער מענטש געוואוסט וואו אהין עס וועט אים ברענגען, אבער לינקע פלארעליסטן האבן געזינגען שירה. פון ארויסלאזן פארברעכער פון תפיסה, לאזן אינדערהיים ביז "בעיל" (און גאר טיילן מוציא'קעס פאר די וואס זענען אזוי ערליך און קומען צוריק אין געריכט), און געוויס דאס ארויסלאזן מענטשן אין קאראנע צייט, האט מען פארזען די תמידיות וואס גייט שוין אן פאר יארן ווען זיכערהייט פארנעמט נישט קיין ארט אין זיין וויזיע, אפילו אויפן פרייז פון א טויטער פאליציאנט [ווער געדענקט נאך די לוויה, ווען די מאסן פאליציאנטן האבן זיך אוועקגעדרייט פון אים].

אמער, א בהמה גסה וואס האט געוויזן פארן וועלט די חילוק צווישן א "פראגרעסיווער" מעיאר און א "פראגמאטישער" מעיאר (פלארידא), און איז פארנומען אפצוזאגן א פאליציאנט פארן דערשרעקן ווילדע מאסן מיט זיין ביקס, אנשטאט צו לערנען אט די מאסן א פרק אין פשוט'ע הלכות דרך ארץ, ער איז דער וואס דארף אונז צייגן די ווירדן פון פלארעליזם?

דער ענטפער איז אז יא!

א מטורף וואס האט גוט מחנך געווען זיין טאכטער, א בת כשרה וואס פארשעמט נישט אירע עלטערן מיטן ווערן אוועקגעפירט דורך די פאליציי פארן ווילדן פראטעסטירן, און האט די חוצפה זיך צו פארגלייזן די אויגן און דאנקען גאט ברוך הוא פאר אזא פיינע טאכטער, אנשטאט צו פארפירן און ווילדעווען אז עס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם צו בארעכטיגן געוואלדטאטן, אט דער באנדיט איז טאקע דער פערפעקטער קאנדידאט צו ערקלערן פונקטליך וואס א לינקער / ליבעראלער / פראגרעסיווער / פלורעליסט איז: א צוויי פיסיגער אקס, מיט שכל ווי אן אקס און שטויסט ווי אן אקס אבער קען ברומען ווי אן אקס מיט א כלומר'שטער אומשולדיגקייט.

הדא הוא דאמרינן: "שטעלט אן א פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד".
ווייל "בשור עסקינן".

קענסט זיך טענען וויאזוי בייצוקומען ראסיזם, פיין.
---
איך ווייס אז איך שטעל דא איין מיין גאנצע רעפוטאציע, מיט אזא "צוריקגעשטאנענע", "ראסיסטישע", "רעכטע" און "סופרעמיסטיסטישע" וועלט-בליק (לייג צו נאך לשונות של גנאי), אין אזא פארגעשריטענע אויפגעקלערטע פלאץ, אבער מצדי - שלאג כפרות אפילו מיטן "סיסטעם" פון מיין באליבטן ק"ש, אויב דער ענטפער אויף מיינע פונקטן איז נאך א טיטל צו מיין נאמען.

און צולעצט, איידער כ'טו מיך אן די בלעכענע הויזן, וויל איך צוענדיגן מיט א פונקט וואס כ'האב מיך דערמאנט דערפון גלייך ביים הערן איבערן ארעסט פון דיבלאזיא'ס שווארצע טאכטער:

נאך בלומבערג'ס צייטן מיט זיין באקאנטע "סטאפ-ענד-פריסק" סומאטוכע, האט דיבלאזיא אויסגענוצט טאקע אט דעם פלאטפארמע ביים לויפן פארן מעיאר אמט. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן זיין קראקידאל טרערן צערעמאניע, ווען ער האט אנגעצייגט אויף זיינע שווארצע קינדער און געזאגט אז נאר צוליב זייער אויסערליכער אויסזען, זענען זיי אויסגעשטעלט צום שוידערליכן ראסיסטישן "סטאפ-ענד-פריסק" (דאכט זיך אז ער האט אפילו דערציילט, אז זיינס א קינד איז טאקע בפועל אויסגעשטאנען אזא זאך).

איז עס דעם נישט געווען אמת?
קאטשקע נישט איידערן ליינען ווייטער.

אצינד, נאכן איינזעצן דעם טאכטער זיינעם, וויל איך נאר פרעגן פון דיבלאזיא איין פראגע:
געערטער מעיאר, אצינד פארשטייט איר שוין פארוואס אייער קינד דארף אויסשטיין "סטאפ-ענד-פריסק?!" - - -

ניין איך פארשטיי נישט.
האסט נישט פארשטאנען מיין תגובה ביז אהער אויך נישט, סאו כ'גיי דיך נישט מסביר זיין מיינע לעצטע ווערטער...
די גאנצע תגובה ליינט זיך פון א טיפישע מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שווארצע אין זיין קלאס, און דרייט זיך נישט מיט שווארצע.
די אנדערע אפציע, אדער אפשר איז עס ביידע, איז א מענטש אדער פאלק וואס האלט ער/זיי איז בעסער פון אנדערע צוליב אן אויפגעבלאזענע פאלשע עגו.

ביידע זענען נישט אמת. קודם כל, קען איך אן א שיעור שווארצע, מיט שווארצע שכנים. צווייטענס, כ'האב נישט קיין פאלשע אויפגעבלאזענע עגא, און ווי דערמאנט פריער בין איך גרייט אריינצונעמען די פיילן אויף חרדים בכלליות, וויבאלד ס'איז ליידער אויך אמת.

הצלחה!
מאנטאג יוני 08, 2020 9:22 pm#450934
בת קול:
בנוגע, "זיי ווערן געהארגעט אין גרעסערע פראצענטן ווי ווייסע" (בערך), ס'איז נישט אמת מערערע שטודיעס ווייזן אז ווען אין ענליכע מצב וועלן פאליציי שנעלער שיסן א נישט שווארצן

בנוגע, "היימישע אידן איז אויך דא א חלק וואס קוועטשן די באנק" (בערך), אויב וואלט די פראצענט געווען אזוי הויך ווי ביי די שווארצע וואלט געווען בארעכטיגט צו זאגן אז אונזער קולטור איז פאדארבן, והא ראיה, אפילו איצט וואס איז נישט אזוי הויך ווערט אונזער קולטור כסדר באשריגן דא אויף קאווע שטיבל.. און מיט רעכט..
מאנטאג יוני 08, 2020 9:24 pm#450935
איינע פון די אלטע לייבן אין ק"ש האט מיר געשיקט א הענגאוט, ווי פאלגענד:
The question is whether the race is the determining factor or the culture
An interesting point was made about how the black community is probably the only community glorifying its lowest denominator

כמובן האט ער אויך מורא דאס ארויסצושרייבן אין פארום, דערפאר טו איך די שמוציגע ארבעט...

בנוגע נקודה 1, האלט איך טאקע אז עס איז קולטור, אבער יעדעס קולטור איז א תוצאה פון ראסע.
בנוגע נקודה 2, אדרבה, זאל זיך איינער מתייחס זיין דערצו. ס'דערמאנט מיר פון די אראבישע שכנים פון מדינת ישראל, וואס צייכענען זיך אויס מיטן זיך באנעבעכן און באוויינען.
מאנטאג יוני 08, 2020 9:30 pm#450936
איך האב זיך נאר באצויגן צו דיין אפריקע יוכיח טענה ווייל דאס איז די איינציגסטע קאהערענט טענה וואס כ'האב פארשטאנען אין דייין גאנצע לאנגע ווערטער זופ, דאס איבעריגע האב איך נישט קיין אנונג וואס פונקטליך דרוקט דיר אנגעהויבן פון די ירושלמי חומוס געענדיגט ביי דעבלאזיאוס טאכטער. אבער געמיינט האב איך אז כאטש דאס איז עפעס ביי דיר, אז דאס איז עפעס א כוח הטענה וואס איז ווערט זיך צו באפאסן און אפפרעגן, אויב האלטסטו אז די טענה גופא איז אויך נאר געווען נאך א שאלעשידעס משל, איז טאקע א שאד צו רעדן.

אפריקע איז די ארעמסטע ערד אויף די וועלט, עס איז א ארץ אוכלת יושביה, וואס העלפט גאלד און דימאנטן ווען עס איז נישטא צו עסן? נאכמער נאטורליכע אוצרות אין א ארימע לאנד פארערגערט נאר די ארעמקייט, צוליב וואס עס קאנטראלירט די רייכטום היי עטליכע גאר רייכע וואס נוצן די קאנטראל צו אינטער דרוקן די איבעריגע, די זעלבע איז אין סאודיע אראביע ווי די באפעלקערונג איז ארעם ווי די נאכט און אפאר רייכע פרינצן לעבן א חיים טובים, זאגט דאס אז די אראבישע ראסע איז פונקט אזוי שלעכט ווי די קאנגאליזע?

די לעגענדעס פון מלכת שבא וכו' איז פונקט גענוג צו פראווען מיין נקודה אז אפריקע איז נישט געווען קיין אראפגעקוקטע ראסע ביז פאר פיר הונדערט יאר צוריק, פאר דיר וואלטן אזעלכע לעגענדעס געברויכט זיין חומר אויף לאנגע פארזעצונגען פון זאפטיגע ארטיקלען, אבער אז דו ברויכסט דוקא פאקטן גיבזשע זיי מוחל א שנעלע גוגל סורטש ותמצא נחת, איך בין דאך בכלל נישט שולדיג אז דיין רבי האט דאס נישט געלערנט מיט דיר. און בעפאר מיר פארציילן איבער די אוממענטשלעכע אפריקאנער מלכים וואס האבן פארקויפט זייערע פארברעכער פאר קנעכט, לאמיר אביסל שמועסן איבער אונזערע אידישע אויבעראסע ווי אומזערע ברודער אין לאדזש און אין ווארשע וכו' וואס האבן פאר זיבעציג יאר צוריק פארקויפט זייערע לייביליכע אייגענע ברודער פארן נאצי.

די פולווער פון די אייראפעער רוצחים האט נאך בכלל נישט אויסגעוועפט, כ'ווייס נישט פארוואס דאס אז 'דו' האסט עס אוועקגעמאכט מאכט עס ווייניגער רעלעוואנט, דו פאקט איז אז עס איז ערפינדן געווארן אין אייראפע, און זיי האבן דאס גענוצט צו אייננעמען די וועלט, כינע למשל איז ביז זיבעציג יאר צוריק געווען אונטערדריקט פון די זעלבע אייראפעער און געווען צו שאנד און צו שפאט און פונקט אזוי געליטן אין אמעריקע פון ראסיזם, היינט ווען זיי זענען א וועלט פאוער הערט זיך עס שווערלעך, הכלל דו פאקט אז אייראפעער האבן פאר א געוויסע תקפוה באוויזן צו אינטער דרוקן די וועלט, זאגט נישט קיין סאך אויף די אייגנשאפטן פון א ראסע.

דאס אז די מצב היינט איז בעסער אין אפריקע איז א פירכא אויף דיין ראסיסטישע אכזריותדיגע סטעיטמענט "אז אין געוויסע הינזיכטן גייט דאס לעבן בעסער פאר די שווארצע מאסן אונטער א קאנטראלירנדע ווייסע רעגירונג" עס איז שקר וכזב. ב"ה אז די וועלט רוקט זיך פאר אויס אין די אייראפעער בירגער האבן איינגעזען אז עס איס צייט צו לאזן לעבן אנדערע, לאמיר האפן אז די אמעריקאנער ראסיסטן וועלן עס אמאל אויך איינזען. (חרדים קענען רואיג פארבלייבן ראסיסטן ווי אין מיטלאלטער)

אפריקאנער אימיגראנטן איז א קנה מידה אז די פראבלעם איז מיט די אפריקאנער אמעריקאנער וואס האבן הונדערטער יארן געליטן פון סיסטעמאטישע אינטערדריקונג אין נישט מיט די אפריקאנער כשלעצמם, אפשר איז עס נישט קיין ראיה חותכת, אבער ס'קומט נאך אזוי אריין דא ווי דער טענענט וואס רייכערט וויד.
מאנטאג יוני 08, 2020 9:38 pm#450938
ארי נוהם האט געשריבן:איינע פון די אלטע לייבן אין ק"ש האט מיר געשיקט א הענגאוט, ווי פאלגענד:
The question is whether the race is the determining factor or the culture
An interesting point was made about how the black community is probably the only community glorifying its lowest denominator

כמובן האט ער אויך מורא דאס ארויסצושרייבן אין פארום, דערפאר טו איך די שמוציגע ארבעט...

בנוגע נקודה 1, האלט איך טאקע אז עס איז קולטור, אבער יעדעס קולטור איז א תוצאה פון ראסע.\

לאו דוקא, לויט ווי איך פארשטיי פירן זיי זיך אויף אזוי אלץ רעאקציע צו דאס וואס מ'פלעגט זיי דערנידערן, "דו מיינסט איך בין א גארנישט?! כ'על דיר ווייזן וואס איך קען! איך קען שרייען אין די גאס, איך קען ארומפארן מיט א קאר מיט באמבעדיגע מוזיק ביי חצות הלילה, איך קען שטויסן א באל גראד אינעם בעסקעט אריין, איך בין ממש א רייסער!"

בכלל דאכט זיך מיר אז די שווארצע אין אפריקע זענען גארנישט אזעלכע ווילדע מענטשן, אויף די ווידיאוס וואס מ'זעהט אלץ פון די בארפיסיגע אפריקאנע קינדער זעען זיי אויס צו זיין גאנץ איידעלע מענטשן, אויך ביי די שווארצע מסתננים אין ארץ ישראל וועלכע קומען גראד פון אפריקע ארויס האב איך נישט געזעהן די רייסערישקייט וואס מ'זעהט ביי די שווארצע אין אמעריקע, אויב וואלט עס געהאט מיט די גענעס צוטון וואלטן זיי דאך געדארפט זיין דאפלט צוחושט, זיי קומען דאך גלייך פון דארט. דאס וואס דו ברענגסט זיך ראיות פון מלחמות וואס גייען פאר דארט איז פשוט ווייל זיי זענען נישט אזוי פארגעשריטן ווי אונז, אייראפע אינעם מיטלאלטער האט נישט אויסגעזעהן צופיל בעסער.
מאנטאג יוני 08, 2020 9:41 pm#450939
מ'בעט מיך צו קומען דא ענטפערן, אבער כ'וועל נישט ענטפערן ווייל מיין בלוט פאנגט אן צו קאכן. כ'וועל נאר פאראפראזירן די הייליגע ווערטער פון מהרי"ץ דושינסקי: "מיין מאמע האט מיר געזאגט אז מ'טאר נישט זיין קיין ראסיסט."
מאנטאג יוני 08, 2020 9:44 pm#450940
אבטולמוס האט געשריבן:מ'בעט מיך צו קומען דא ענטפערן, אבער כ'וועל נישט ענטפערן ווייל מיין בלוט פאנגט אן צו קאכן. כ'וועל נאר פאראפראזירן די הייליגע ווערטער פון מהרי"ץ דושינסקי: "מיין מאמע האט מיר געזאגט אז מ'טאר נישט זיין קיין ראסיסט."

נא מיר כאפן דעם רמז. דו ביסט פון די לייבן וואס זענען מסכים מיט ארי נוהם אין אישי....
מאנטאג יוני 08, 2020 9:50 pm#450941
ליב צו וויסן האט געשריבן:

די קריסטליכע קירכע איז בכלל נישט געווען לעגאל אין אייראפע ביז בערך 1650 יאר צוריק..
רוים האט אדאפטירט קריסטנטום אין יאר 313, מער פון זיבעצן הונדערט יאר צוריק, איך האב געמאכט א טעות אז קריסטנטום האט בפועל פארבאטן קנעכטשאפט, דאס איז נישט אמת, אבער דאס יא זינט קריסטענטום איז אדאפטירט געווארן איז קנעכטשאפט געווארן אראפגעקוקט און צוביסלעך כמעט אונגאנצען געווארן אויסגעראטן אין אייראפע.

שפאניע איז אין אייראפע..
ובכן? כ'זאג דאך אז זיי האבן עס צוריק איינגעפירט, גראדע נאר אין אמעריקע נישט אין אייראפע.

פולווער איז אויסגעטראפן געווארן אין אזיע..
אז דו גוגלסט שוין יא ליין די גאנצע.. פולווער איז אויסגעטראפן געווארן אין אזיע, אבער די אויסטרעף אז מען קען עס נוצן פאר געווערן צו שיסן דערמיט קוילן, איז א אייראפעער אויסטרעף.

באשולדיג נישט יענעם אין אומוויסנשאפט :lol:
אז דו ווייסט ווייסטו..
מאנטאג יוני 08, 2020 10:58 pm#450948
ס'הערשט דא א טשולנט פון ראסע און קולטור.
קולטור איז נישט ראסע.
מאנטאג יוני 08, 2020 11:13 pm#450953
איך גיי אי"ה נישט אריינרעדן אין די גאנצע שמועס בפרטי פרטים, ביידע זייטן ברענגן ארויס גוטע נקודות וואס מען דארף דן זיין ווער ס'איז גערעכט (און אפילו אויב איינער איז גערעכט מיט איין נקודה אדער עטליכע נקודות מיינט נאכנישט אז ער איז גערעכט מיט אלעס וואס ער שרייבט), אבער איין נקודה וואס קיינער האט נאכנישט אנגערירט דא וואס דארף יא קלאר ארויס געברענגט ווערן איז אז א גרויסע פראצענט פון די לוטערס און וואנדאלן זענען בכלל נישט שווארצע נאר ווייסע לינקע ראסיסטן וואס זענען געקומען פון אנדערע פלעצער דוקא צו שווארצע געגענטער און איבערגעלאזט דארט א חורבן ממש לא יאומן ווייל זיי קענען באשטיין אז די שווארצע געמיינדעס אין אמעריקא זאל אייביג בלייבן ביים אינטערשטן טייל פונעם שטייסל און אזוי (זיי רעדן זיך איין עכ"פ) וועלן זיי אייביג בלייבן אנגעוויזן אין די רעגירונג און וויילן פאר לינקע באאמטע...

גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, נאר קוקט אויף די צענדליגע ווידיאוס ווי שווארצע באוואשן די אנארכיסטן [אזויגערופענע פראטעסטירער...] פון קאפ ביז פיס אויף זייערע פארשאלטענע מעשים, אריינרעכנדיג די הריגות פון שווארצע פאליציי [איין מינוט, בלעק לייווס מעטער?! ניין?!] און די שאדן פון מיליאנען (ביליאנען??) דאלארן אין די שווארצע קאמיוניטי, דא האט איר איין דוגמא, א צווייטע (גראפישע ווערטער), און א דריטע און אזוי איז דא נאך צענדליגע...

היוצא לנו מזה אז די אלע געוואלטאטן איז לאו דוקא (נאר) פון די שווארצע, נאר א אטאקע אויף די שווארצע פון די לינקע וואס טוען עס אלץ א געמיינע נידעריגע טאקטיק כדי צו באקומען די שווארצע שטימען, וואס בדרך אגב - לויט ווי עס זעהט יעצט אויס - ארבעט זיך עס נישט גוט אויס פאר זיי.
דינסטאג יוני 09, 2020 12:06 am#450968
ארי נוהם, איך בין אינגאנצען נישט איינשטימיג מיט דיין גאנצער אשכול און איך שפיר אז מלאכתי נעשית על ידי אחרים און וועסט זיך עס שוין אויסטענה'ן דא מיט די אנדערע מער אינפארמאטיווע ניקים.

אויב וועל איך שפירן אז איך האב וואס צו מחדש זיין וועל איך אוודאי מגיב זיין, אבער איך האב געזען אז 'בת קול' האט דיר אפגעענטפערט און ביסט נישט געהעריג צוריקגעקומען מיט א תירוץ, ביטע זעה צו טון דערין ווייל איך בין נייגעריג אויב איז שייך אפצואווארפן אזעלכע קלארע ארגומענטן.

אבער עם כל זה מוזן איך דיר זאגן א גרויסן דאנק פארן עפענען צום ערשטן מאל אין א לענגערע צייט א געשמאקע דעבאטע און אויך א דאנק פאר אלע ניקים וואס האלטן זיך צום פוינט, מען קען זען אז די אויפוואכונג וואס הרב 'פארוואס?' האט געברענגט איז פארנוצט געווארן צום גוטן.
דינסטאג יוני 09, 2020 12:24 am#450970
הרב ארי נוהם. יישר כח פאר אייער שיינע תגובה מלא טעם, געשריבן ווי א קאווע שטיבל ארטיקל צום זאך (מיט בלויז א מינימום קללות...). ווי פארשוענדליך טו איך נישט מסכים זיין מיט אייך אבער איך האב הנאה פון א שיינעם געשרייבעכץ. (און בדרך אגב איך האב לעצטנס איבערגעליינט אייער הערליכן מאמר אויף ספר יצירה, עס גלוסט זיך נאך איינס אזאנס ביטע).

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין אבער בלויז אפאר נקודות. ראובן זאגט "מיין מאמע האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זיין קיין ראסיסט" וכוונתו העמוקה (לענ"ד) דאס וואס די וועלט האט איינגעזען נאכן ביטערן שואה אז נישט קיין חילוק ווי גערעכט אדער קלאר ראסע טעאריעס זענען איז דאס סם המוות און ערגער ווי ארג. אויב אזא מין שוידירליכע געשעעניש האט געקענט ארויסקומען פון אזא גערעדעכץ איבער ראסן און מינים דאן איז יעדע מין גוטסקייט וואס וואלט אפשר געקענט ארויסקומען דערפון (ווצב''ש eugenics, די חכמה פון באשאפן א בעסערע ראסע וואס היטלער מיט מענגעלע האבן שטארק געארבעט דערויף, אפילו בלויז צו ערצייגן בעסערע אייגנשאפטן ביי מענטשן, איז מוקצה מחמת מיאוס). די וועלט האט באקומען א גוטע לעקציע וואס געשעט ווען מען באטראכט זאכן מיט א איינזייטיגן בליק פון 'בעסער' און 'ערגער'. זענען אידן בעסער אדער ערגער ווי דייטשן? ניין, אידן זענען 'אנדערש'. שווארצע זענען אנדערש, און רוסן זענען אנדערש. קיינער איז נישט בעסער אדער ערגער. יעדער ווייסט אז געוויסע פעלקער האבן געוויסע אייגנשאפטן און דאס ווערט כסדר גענוצט אין קאמעדיע (אריינגערעכנט אונז אידן, אלטע איינגעגעסענע אנטיסעמיטישע סטערעאטיפן אינאיינעם מיט נייע אמעריקאנע אידישע אייגנשאפטן), אבער איינמאל עס ווערט ערנסט, מען הייבט אן רעדן איבער א געוויסע 'פאלק' לגנאי, דאן full stop. עס איז אומערלויבט. אויב דו האסט טענות דערויף קענסטו גיין פרעגן מיין עלטער זיידן אין אוישוויץ וואס ער האלט דערוועגן.

זייענדיג אליינס א נרדף, פון א קהילה וואס האט 'זוכה' געווען צו אריינכאפן ביטערע רדיפות און פארשעמונגען מיד אחינו בני ישראל וואס האט טראומאטיזירט מיינע יונגע יארן (א פרשה פאר זיך), שפיר איך זיך נאך פיל שטערקער פארפליכטעט ארויסצוקומען זיך אנצונעמען פאר יעדן צוקלאפטן מענטש. דו רעדסט אזוי שיין פון די 'ציוויליזירטע' אייראפעער, די גערמאנער און די גאלן. דער וועג צו זייער 'ציוויליזאציע' איז אויף די קעפ פון מיליאנען אנדערע. יעדע שריט צו זייער פארגעשריטנקייט איז אויסגעטרעטן מיט בלוט פון די אומגליקליכע וואס האבן עס נישט געמאכט. די געשיכטע פון אייראפע איז איין לאנגע קייט פון דג גדול בולע דג קטן. אויפ'ן וועג האבן זיי דערמארדעט און פארקנעכטעט גאנצעטע אנדערע ציוויליזאציעס און בליענדע קולטורן זיי אינגאנצן פארניכטנדיג נישט איבערצולאזן א עדות אויף דעם אמת וואס האט פאסירט. אויב האלטסטו נישט פון מאראל און געוויסן. אויב האלט א מענטש ווי היטלער בשעתו אז דער כלל פון דער שטערקסטער געווינט איז חל אויך יעצט, דאן געזונטערהייט, עס גייט אונז נישט אן וואס אנדערע ליידן, מיר זענען פאר ארדענונג און מאכט, פיין געזונטערהייט. אויב אבער מיר קעירן פאר מאראל און גערעכטיגקייט מוזן מיר אין אכט נעמען וואס מען האט געטון מיט מיליאנען מענטשן וועמען מען האט אריבערגעברענגט ווי פעקלעך הערינג מעבר לים צו נוצן פאר בהמות, און ווען מען האט זיי נישט געקענט נוצן האט מען זיי ארויסגעווארפן אויף דער גאס ווי אומנוצבארע סחורה, און אין די (געמיינע) דרום שטאטן זיי געהאלטן ווי מצורעים און טמאים. זיי זענען אויפגעוואקסן מיטן דערנידערונג און צוקלאפטקייט, און יא, דער געפיל גייט אריבער לדורות, מען ווייסט אז מיר זענען צווייטראנגיג, דערנידערט, א ווייסער וועט ענדערש נושא חן זיין און באקומען די שטעלע אדער כבוד וואס מען טיילט צו. אומגעזאגטערהייט פילט עס יעדער שווארצער, מען קוקט אויף אים פארדעכטיגט, ער ווייסט עס און שפירט עס פונקט ווי מיר אידן שפירן די בליקן איבעראל. א פענסטער עפנט זיך פון א פארבייפארנדיגע קאר און עפעס שרייט ארויס. מען ציט מיט די פלייצע וואס זאל מען טון. א שווארצער פילט דאס אויך איבעראל, יעדער פאליציימאן קוקט אים גלייך אן שטרענג און ער קוקט אראפ מיט הכנעה. אזוי קומט עס.

א מענטש זאל גיין בידים מיט רציחה הרג'נען א צווייטן מענטש איז אומדערהערט און קען נאר פאסירן ווייל מען זעט אים סייווי ווי א שמוציגער נידריגער מענטש. א פארברעכער. אלע זענען פארנומען צו טייטלען מיט גרויס שמחה אויף די פארברעכנס פון דעם אומשולדיגן וואס איז געהרגעט געווארן מיט א מיתה משונה אן קיין משפט לעיני השמש. יא, די אידן וואס זענען געהרגעט געווארן ביי די אינקוויזיציע זענען אויך געווען 'פארברעכער'. איינער ווערט אפגעשטעמפלט אלס פארברעכער איז שוין אסאך גרינגער אים צו דערנאך מאכן פאר אן אוממענטש. די גאנצע שווארצע ראסע ווערט יעצט פארברעכער. אוודאי דארף מען גייט מיט כח און מאכט. די מיליטערזירטע פאשיסטן שאלן פאר פרייד אויף די געלעגנהייט ארויסצואווייזן קראפט, די מעכטיגע טאנקען און וואפנס. די קראפט מיט וואס זיי האבן אונטערדרוקט פאלק נאך פאלק אלע יארן. שיס זיי, הרג'ע זיי, מיט כח וועלן מיר געווינען שרייען די געוויסנסלאזע שלעכטהארציגע מענטשן אייניקלעך פון די וואס האבן אן קיין געוויסנסביסן צוטראטן מיט כח אלעס וואס איז זיי געשטאנען אין וועג. אבער אידישע קינדער? וואס האבן געליטן רדיפות און צרות פון די נידערטרעכטיגע מענטשן, זאלן מיטשטיין מיט דעם? אז מען ווערט אמעריקאניזירט, מען פילט סימפאטיע פאר די 'געהויבענע' סאוטערן קולטור. די ביקסן מיט די האנאר. פארצייטישע ווייסע ריטערליכע האנאר. שמאלקעפיגע עגאאיזם וואס זעט בלויז די הערליכקייט פון די אייגענע קולטור און זעט די 'אנדערע' ווי נידריגע שמוץ. אזוי ווערט מען אריינגעשלעפט אין א נידריגן קולטור מלחמה צווישן אמעריקאנער זיך אנצונעמען פאר די 'שטארקע' מאכטפולע מיליטערלייט מיט זייערע ביקסן און שטיוול. אך ווי שיין.

זענען די אפריקאנער שענער אין דעם הינזיכט? בכלל נישט. אלע מענטשן האבן זיך זייער פעקל עבירות. אבער צו ארויפקוקן די ווייסע פאר זייער ציוויליזאציע בזמן וואס די איינציגע סיבה וואס זיי זענען מער 'ציוויליזירט' איז ווייל זיי האבן פריער אויסגעטראפן גוטע כלי זיין איז גאר נידריג. שמערל דערמאנט די גלאררייכע אפריקאנער קעניגרייכן. איך וועל נאר דערמאנען די מעכטיגע אימפעריע פון מאלי וועמענ'ס קעניג ווערט פאררעכנט צו זיין דער רייכסטער מענטש אין היסטאריע. און אזוי איז דא כהנה וכהנה. צא ובדוק אין די אפריקאנער היסטאריע וואס ווערט כמעט נישט געלערנט אבער איז גאר רייך אוו קאלירפול. די קאלאניאליסטן האבן חרוב געמאכט דעם קאנטינענט דורך זייערע נידריגע אינטריגעס נוצנדיג געמיינע פאליטיק צו שטעלן שבט קעגן שבט און אזוי ארום זיך משתלט זיין אויף די לענדער. ביז נישט לאנג צוריק האט כמעט דער גאנצער קאנטינענט 'געהערט' פאר די אייראפעער פאראזיטן וואס האבן ארויסגעפירט פון דארט אלעס וואס מען קען רוקן, נישט שפירנדיג פאר וויכטיג אפילו צו טראכטן פון די 'בארבארישע' אוממענטשן. אוודאי איז דאס לאנד חרוב. (האסטו שוין אמאל געהערט פון לעאפאלד פון בעלגיע?).

מיינט דאס אז אלע מיטגלידער פון די שווארצע געמיינדע פירן זיך אויף ווי מען דארף? ניין ליידער נישט. אבער דאס בארעכטיגט נאכנישט קיין ראסיזם ח''ו. און דאס בארעכטיגט נישט דאס אראפרייסן א פאלק צוליב זייערע 'גענעס' כלשונך. רח''ל. אוודאי איז פארהאן זאכן וואס דארפן א תיקון ביי זיי, אבער מיר קענען בלויז העלפן אלס דרויסנדיגע אוו נישט פארשרייען. אויף אונז אליין קענען מיר שרייען. אויף יענעם קענען מיר בלויז שיינערהייט מעורר זיין און אנטראגן צו העלפן. און ווען עס טוט זיי וויי קענען מיר מיטפילן זייער צער. מיטשפאנען אביסל, ארויסווייזן מיטגעפיל. ווייזן אז מיר רעכענען זיי יא פאר מענטשן. און זייערע לעבנס זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי יעדע אנדערע מענטש.
דינסטאג יוני 09, 2020 12:29 am#450971
נאכדעם וואס ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו ווערן ארעסטירט נאכן אדורכפירן א פארברעכן.

כ'האלט דא, און דאס איז נישט אמת לויט וויאזוי די ווידיאס ווייזן, ער האט זיך נישט קעגנגעשטעלט.
דינסטאג יוני 09, 2020 12:33 am#450972
Re: רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!
בת קול האט געשריבן:איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.

אפאר יאר צוריק האב איך געהאט די זעלבע פראבלעם מיט די אראבער/מוסולמענער. רעכטע עקסטרעמיסטן האבן מיר געלערנט צו גלייבן באמונה שלימה אז אלע פון זיי זענען מערדער וועלכע ווילן הרגענען יעדעם אמעריקאנער/סעקולארער און איבער נעמען די וועלט און צווינגען שאריא געזעצן. אבער נאכ'ן זיך באקענען מיט אראבער און מוסולמענער אין גאז סטאנציע, דעלי, אדער אן אובער דרייווער, האב איך געזען אז זיי זענען יא מענטשן פונקט ווי מיר, ס'האט מיר גענומען א שטיק צייט צו איינזען אז העיטערס בי העיטינ'.

עס איז דא א מימרא פון לוסי קריסטאפער, א בריטיש שרייבערין:
עס איז שווער צו האסן איינעם, איינמאל דו פארשטייסט יענעם.
דינסטאג יוני 09, 2020 12:58 am#450975
Re: רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!
מיימון האט געשריבן:הרב ארי נוהם. יישר כח פאר אייער שיינע תגובה מלא טעם, געשריבן ווי א קאווע שטיבל ארטיקל צום זאך (מיט בלויז א מינימום קללות...). ווי פארשוענדליך טו איך נישט מסכים זיין מיט אייך אבער איך האב הנאה פון א שיינעם געשרייבעכץ. (און בדרך אגב איך האב לעצטנס איבערגעליינט אייער הערליכן מאמר אויף ספר יצירה, עס גלוסט זיך נאך איינס אזאנס ביטע).

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין אבער בלויז אפאר נקודות. ראובן זאגט "מיין מאמע האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זיין קיין ראסיסט" וכוונתו העמוקה (לענ"ד) דאס וואס די וועלט האט איינגעזען נאכן ביטערן שואה אז נישט קיין חילוק ווי גערעכט אדער קלאר ראסע טעאריעס זענען איז דאס סם המוות און ערגער ווי ארג. אויב אזא מין שוידירליכע געשעעניש האט געקענט ארויסקומען פון אזא גערעדעכץ איבער ראסן און מינים דאן איז יעדע מין גוטסקייט וואס וואלט אפשר געקענט ארויסקומען דערפון (ווצב''ש eugenics, די חכמה פון באשאפן א בעסערע ראסע וואס היטלער מיט מענגעלע האבן שטארק געארבעט דערויף, אפילו בלויז צו ערצייגן בעסערע אייגנשאפטן ביי מענטשן, איז מוקצה מחמת מיאוס). די וועלט האט באקומען א גוטע לעקציע וואס געשעט ווען מען באטראכט זאכן מיט א איינזייטיגן בליק פון 'בעסער' און 'ערגער'. זענען אידן בעסער אדער ערגער ווי דייטשן? ניין, אידן זענען 'אנדערש'. שווארצע זענען אנדערש, און רוסן זענען אנדערש. קיינער איז נישט בעסער אדער ערגער. יעדער ווייסט אז געוויסע פעלקער האבן געוויסע אייגנשאפטן און דאס ווערט כסדר גענוצט אין קאמעדיע (אריינגערעכנט אונז אידן, אלטע איינגעגעסענע אנטיסעמיטישע סטערעאטיפן אינאיינעם מיט נייע אמעריקאנע אידישע אייגנשאפטן), אבער איינמאל עס ווערט ערנסט, מען הייבט אן רעדן איבער א געוויסע 'פאלק' לגנאי, דאן full stop. עס איז אומערלויבט. אויב דו האסט טענות דערויף קענסטו גיין פרעגן מיין עלטער זיידן אין אוישוויץ וואס ער האלט דערוועגן.

זייענדיג אליינס א נרדף, פון א קהילה וואס האט 'זוכה' געווען צו אריינכאפן ביטערע רדיפות און פארשעמונגען מיד אחינו בני ישראל וואס האט טראומאטיזירט מיינע יונגע יארן (א פרשה פאר זיך), שפיר איך זיך נאך פיל שטערקער פארפליכטעט ארויסצוקומען זיך אנצונעמען פאר יעדן צוקלאפטן מענטש. דו רעדסט אזוי שיין פון די 'ציוויליזירטע' אייראפעער, די גערמאנער און די גאלן. דער וועג צו זייער 'ציוויליזאציע' איז אויף די קעפ פון מיליאנען אנדערע. יעדע שריט צו זייער פארגעשריטנקייט איז אויסגעטרעטן מיט בלוט פון די אומגליקליכע וואס האבן עס נישט געמאכט. די געשיכטע פון אייראפע איז איין לאנגע קייט פון דג גדול בולע דג קטן. אויפ'ן וועג האבן זיי דערמארדעט און פארקנעכטעט גאנצעטע אנדערע ציוויליזאציעס און בליענדע קולטורן זיי אינגאנצן פארניכטנדיג נישט איבערצולאזן א עדות אויף דעם אמת וואס האט פאסירט. אויב האלטסטו נישט פון מאראל און געוויסן. אויב האלט א מענטש ווי היטלער בשעתו אז דער כלל פון דער שטערקסטער געווינט איז חל אויך יעצט, דאן געזונטערהייט, עס גייט אונז נישט אן וואס אנדערע ליידן, מיר זענען פאר ארדענונג און מאכט, פיין געזונטערהייט. אויב אבער מיר קעירן פאר מאראל און גערעכטיגקייט מוזן מיר אין אכט נעמען וואס מען האט געטון מיט מיליאנען מענטשן וועמען מען האט אריבערגעברענגט ווי פעקלעך הערינג מעבר לים צו נוצן פאר בהמות, און ווען מען האט זיי נישט געקענט נוצן האט מען זיי ארויסגעווארפן אויף דער גאס ווי אומנוצבארע סחורה, און אין די (געמיינע) דרום שטאטן זיי געהאלטן ווי מצורעים און טמאים. זיי זענען אויפגעוואקסן מיטן דערנידערונג און צוקלאפטקייט, און יא, דער געפיל גייט אריבער לדורות, מען ווייסט אז מיר זענען צווייטראנגיג, דערנידערט, א ווייסער וועט ענדערש נושא חן זיין און באקומען די שטעלע אדער כבוד וואס מען טיילט צו. אומגעזאגטערהייט פילט עס יעדער שווארצער, מען קוקט אויף אים פארדעכטיגט, ער ווייסט עס און שפירט עס פונקט ווי מיר אידן שפירן די בליקן איבעראל. א פענסטער עפנט זיך פון א פארבייפארנדיגע קאר און עפעס שרייט ארויס. מען ציט מיט די פלייצע וואס זאל מען טון. א שווארצער פילט דאס אויך איבעראל, יעדער פאליציימאן קוקט אים גלייך אן שטרענג און ער קוקט אראפ מיט הכנעה. אזוי קומט עס.

א מענטש זאל גיין בידים מיט רציחה הרג'נען א צווייטן מענטש איז אומדערהערט און קען נאר פאסירן ווייל מען זעט אים סייווי ווי א שמוציגער נידריגער מענטש. א פארברעכער. אלע זענען פארנומען צו טייטלען מיט גרויס שמחה אויף די פארברעכנס פון דעם אומשולדיגן וואס איז געהרגעט געווארן מיט א מיתה משונה אן קיין משפט לעיני השמש. יא, די אידן וואס זענען געהרגעט געווארן ביי די אינקוויזיציע זענען אויך געווען 'פארברעכער'. איינער ווערט אפגעשטעמפלט אלס פארברעכער איז שוין אסאך גרינגער אים צו דערנאך מאכן פאר אן אוממענטש. די גאנצע שווארצע ראסע ווערט יעצט פארברעכער. אוודאי דארף מען גייט מיט כח און מאכט. די מיליטערזירטע פאשיסטן שאלן פאר פרייד אויף די געלעגנהייט ארויסצואווייזן קראפט, די מעכטיגע טאנקען און וואפנס. די קראפט מיט וואס זיי האבן אונטערדרוקט פאלק נאך פאלק אלע יארן. שיס זיי, הרג'ע זיי, מיט כח וועלן מיר געווינען שרייען די געוויסנסלאזע שלעכטהארציגע מענטשן אייניקלעך פון די וואס האבן אן קיין געוויסנסביסן צוטראטן מיט כח אלעס וואס איז זיי געשטאנען אין וועג. אבער אידישע קינדער? וואס האבן געליטן רדיפות און צרות פון די נידערטרעכטיגע מענטשן, זאלן מיטשטיין מיט דעם? אז מען ווערט אמעריקאניזירט, מען פילט סימפאטיע פאר די 'געהויבענע' סאוטערן קולטור. די ביקסן מיט די האנאר. פארצייטישע ווייסע ריטערליכע האנאר. שמאלקעפיגע עגאאיזם וואס זעט בלויז די הערליכקייט פון די אייגענע קולטור און זעט די 'אנדערע' ווי נידריגע שמוץ. אזוי ווערט מען אריינגעשלעפט אין א נידריגן קולטור מלחמה צווישן אמעריקאנער זיך אנצונעמען פאר די 'שטארקע' מאכטפולע מיליטערלייט מיט זייערע ביקסן און שטיוול. אך ווי שיין.

זענען די אפריקאנער שענער אין דעם הינזיכט? בכלל נישט. אלע מענטשן האבן זיך זייער פעקל עבירות. אבער צו ארויפקוקן די ווייסע פאר זייער ציוויליזאציע בזמן וואס די איינציגע סיבה וואס זיי זענען מער 'ציוויליזירט' איז ווייל זיי האבן פריער אויסגעטראפן גוטע כלי זיין איז גאר נידריג. שמערל דערמאנט די גלאררייכע אפריקאנער קעניגרייכן. איך וועל נאר דערמאנען די מעכטיגע אימפעריע פון מאלי וועמענ'ס קעניג ווערט פאררעכנט צו זיין דער רייכסטער מענטש אין היסטאריע. און אזוי איז דא כהנה וכהנה. צא ובדוק אין די אפריקאנער היסטאריע וואס ווערט כמעט נישט געלערנט אבער איז גאר רייך אוו קאלירפול. די קאלאניאליסטן האבן חרוב געמאכט דעם קאנטינענט דורך זייערע נידריגע אינטריגעס נוצנדיג געמיינע פאליטיק צו שטעלן שבט קעגן שבט און אזוי ארום זיך משתלט זיין אויף די לענדער. ביז נישט לאנג צוריק האט כמעט דער גאנצער קאנטינענט 'געהערט' פאר די אייראפעער פאראזיטן וואס האבן ארויסגעפירט פון דארט אלעס וואס מען קען רוקן, נישט שפירנדיג פאר וויכטיג אפילו צו טראכטן פון די 'בארבארישע' אוממענטשן. אוודאי איז דאס לאנד חרוב. (האסטו שוין אמאל געהערט פון לעאפאלד פון בעלגיע?).

מיינט דאס אז אלע מיטגלידער פון די שווארצע געמיינדע פירן זיך אויף ווי מען דארף? ניין ליידער נישט. אבער דאס בארעכטיגט נאכנישט קיין ראסיזם ח''ו. און דאס בארעכטיגט נישט דאס אראפרייסן א פאלק צוליב זייערע 'גענעס' כלשונך. רח''ל. אוודאי איז פארהאן זאכן וואס דארפן א תיקון ביי זיי, אבער מיר קענען בלויז העלפן אלס דרויסנדיגע אוו נישט פארשרייען. אויף אונז אליין קענען מיר שרייען. אויף יענעם קענען מיר בלויז שיינערהייט מעורר זיין און אנטראגן צו העלפן. און ווען עס טוט זיי וויי קענען מיר מיטפילן זייער צער. מיטשפאנען אביסל, ארויסווייזן מיטגעפיל. ווייזן אז מיר רעכענען זיי יא פאר מענטשן. און זייערע לעבנס זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי יעדע אנדערע מענטש.
שפתיים ישק משיב דברים נכוחים.
דינסטאג יוני 09, 2020 1:10 am#450977
ס'דא מענטשן וואס זענען אזוי פארקויפט פאר די קאפ און "פאקטן" אז מען פארגעסט פונעם הארץ.

מיין שאלה צו די מענטשן איז, וויאזוי ווילסטו דער מלמד זאל זיך באגיין מיט דיין ווילדע יונגל אין חדר?
דינסטאג יוני 09, 2020 1:11 am#450978
שמערל האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:

די קריסטליכע קירכע איז בכלל נישט געווען לעגאל אין אייראפע ביז בערך 1650 יאר צוריק..
רוים האט אדאפטירט קריסטנטום אין יאר 313, מער פון זיבעצן הונדערט יאר צוריק, איך האב געמאכט א טעות אז קריסטנטום האט בפועל פארבאטן קנעכטשאפט, דאס איז נישט אמת, אבער דאס יא זינט קריסטענטום איז אדאפטירט געווארן איז קנעכטשאפט געווארן אראפגעקוקט און צוביסלעך כמעט אונגאנצען געווארן אויסגעראטן אין אייראפע.

שפאניע איז אין אייראפע..
ובכן? כ'זאג דאך אז זיי האבן עס צוריק איינגעפירט, גראדע נאר אין אמעריקע נישט אין אייראפע.

פולווער איז אויסגעטראפן געווארן אין אזיע..
אז דו גוגלסט שוין יא ליין די גאנצע.. פולווער איז אויסגעטראפן געווארן אין אזיע, אבער די אויסטרעף אז מען קען עס נוצן פאר געווערן צו שיסן דערמיט קוילן, איז א אייראפעער אויסטרעף.

באשולדיג נישט יענעם אין אומוויסנשאפט :lol:
אז דו ווייסט ווייסטו..

פולווער איז שוין גענוצט געווארן אין כינע 'פאר מלחמה' אין כינע אינעם ניינטן
יאהר-הונדערט, בעת וואס אין אייראפע איז עס פארשפרייט געווארן אינעם דרייצנטער
יאהר-הונדערט.
דינסטאג יוני 09, 2020 1:19 am#450979
איך האב פרובירט איבערצוליינען רב ארי נוהם'ס ווערטער עטליכע מאל, איך בין נאכאלץ נישט הונדערט פראצענט קלאר וואס ער שרייט דא. אויסער אז ער איז א ראסיסט און מען זאל אים נישט צומישן מיט פאקטן.

לגבי די שמועס וויאזוי מען דארף פארשטיין די קריים רעיטס ביי די אפריקאנע-אמעריקאנער געמיינדע, צו עס איז עפעס וואס זיי זענען שולדיג אדער עס איז עפּעס וואס איז געשען צו זיי, האב איך היינט געזען א שטארקע פאראגראף:

"Take a bunch of teenage boys from the whitest, safest suburb in America and plunk them down in a place where their friends are murdered and they are constantly attacked and threatened. Signal that no one cares, and fail to solve murders. Limit their options for escape. Then see what happens."
דינסטאג יוני 09, 2020 1:22 am#450980
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'דא מענטשן וואס זענען אזוי פארקויפט פאר די קאפ און "פאקטן" אז מען פארגעסט פונעם הארץ.

מיין שאלה צו די מענטשן איז, וויאזוי ווילסטו דער מלמד זאל זיך באגיין מיט דיין ווילדע יונגל אין חדר?

דוכט זיך אז היינט אנערקענט מען שוין אז אונטער יעדע ווילדע אינגל איז דא א געשיכטע, צו א געשיכטע פון זיין שטוב, צו א געשיכטע פון זיין מח. און דורך אדרעסירן און אנערקענען די געשיכטע טוט מען היינט מער אויף, און מען ראטעוועט לעבנס פון חרוב גיין.
דינסטאג יוני 09, 2020 8:40 am#450999
גינגאלד ATUB @מימון ATUB , אויסצולעקן יעדעס ווארט!
דינסטאג יוני 09, 2020 9:08 am#451001
נישט צום גלייבן!!

די זעלבע ניקים וואס זענען פארנומען ארונטער צו רייסן אונזער סיסטעם, אונזער פירערשאפט, אונזער קולטור (מיט וואס איך עגרי אין אלגעמיין..) פאר די מינדסטע זאכן, זענען יעצט פארנומען צו פארטיידיגן א סיסטעם און קולטור וואס אונז צענדליגע מאל מער פאדארבן..

פון די זאכן וואס כ'פארשטיי נישט..
דינסטאג יוני 09, 2020 11:13 am#451006
ליב צו וויסן האט געשריבן:נישט צום גלייבן!!

די זעלבע ניקים וואס זענען פארנומען ארונטער צו רייסן אונזער סיסטעם, אונזער פירערשאפט, אונזער קולטור (מיט וואס איך עגרי אין אלגעמיין..) פאר די מינדסטע זאכן, זענען יעצט פארנומען צו פארטיידיגן א סיסטעם און קולטור וואס אונז צענדליגע מאל מער פאדארבן..

פון די זאכן וואס כ'פארשטיי נישט..

זייער פשוט ביי מיר אינדערהיים דארף איך קריטיקירן ווי איך פיהל אז איך דארף פאררעכטן אבער פאר יענעם דארף איך ארויסווייזן פארשטענדעניש און נישט אריינרעדן אין יענעםס פראבלעימען אז מען בעט מיר נישט
ווען מען טו נאר תשובה אויף יענעםס חטאים איז צרות
נאך מער פון דעם
ביי מיר ווייס איך קלאר וואס די פראבלעימן זענען ביי יענעם האב איך בלויז אן הויפן פון אססאמפשענס און clueless judgments
דינסטאג יוני 09, 2020 2:27 pm#451025
mevakesh האט געשריבן:

בקיצור, זאגסט אז כ'וועל נישט זעהן מען זאל בארעדן דא טראמפ, וכו.
דינסטאג יוני 09, 2020 10:33 pm#451087
Re: רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!
ארי נוהם האט געשריבן:3. צי איך וויל צי נישט, איז נארמאל אז מ'זאל מיר משפט'ן באזירט אויף מיינע אידישע ברידער. אויב איך וויל עפעס זאל זיך טוישן, וועל איך ענדערש טון כמנהג אחב"י בק"ש וואס קלאפן זיך זעלבסט על-חטא, און פרובירן צו טוישן די פארדארבענע פונקטן פון אונזער קולטור, ווי איידער צו טון כמנהג דער בלאט און שרייען ראסיסט אויף דער וואס רירט אן ווייטאגליכע פונקטן אין וואס טייל פון אונז זענען געשלאגן.

אוודאי האסטו יעצט נישט קיין גרויסע פראבלעם מיט דעם וואס מען משפט דיך צוזאמען מיט די חרדי'שע ברידער, ווייל דו ליידסט כמעט נישט דערפון.
שטעל דיך פאר עס זאל זיין אנגענומען אין גאס אז חרדים שווינדלען סאך מער ווי אנדערע, (שטארק מעגליך אמת) און דו האלטסט שוין נאך צוויי עף בי איי אבלאוועס אויף דיין ביזנעס, איינס וואס האט שוין כמעט באנקראטירט דיין ביזנעס, כאטש דו ביסט קיינמאל נישט געשטאנען אפילו לעבן א נישט כשר'ע געשעפט, בלויז דערפאר וואס דו ביזט א חרדי'שער איד.
וואלסטו דיך דעמאלט אויך באגנוגענט מיטן שרייען אויף קאווע שטיבל קעגן די היימישע שווינדלער?

דאס איז וואס די שווארצע שרייען אז עס געשעהט צו זיי אין אמעריקע.
דינסטאג יוני 09, 2020 10:43 pm#451088
ווי בת קול האט געשריבן אויבן, כקען אויך נישט קיין שלעכטע שווארצע. איך האב זייער ליב צו פארברענגן מיט זיי, זיי זענען צוקער זיס און איך גלייך זייער מענטעליטעט און שפראך.

ריגארדינג צו וואס די ברענגסט אז אפריקע איז אומציוויליזירט, זעה איך נישט ווי סקומט אריין דא, וואס ווייזט עס אז זיי שלעכט ווילד און פארברעכערס? זיי זענען צוריק געשטאנען און אומציוויליזירט, און בכלל פעלט דען ווייסע אומציוויליזירטע קאראפטירטע לענדער?

און דאס אז די ברענגסט אז פלאוד איז געווען א פארברעכער, סגייט קיינעם נישט אהן וואס ער איז געווען און דאס ארויפצוברענגען איז א בלויזער אקט פון ראסיזם צו פארגרינגערן עטוואס די שולד פון די פאליציאנט.
איך רעד נישט דערפון פונקט אזוי ווי כדערמאן נישט די פארדארבענע פארברעכערס וועמען היטלער האט געהארגט.
דינסטאג יוני 09, 2020 10:53 pm#451090
לשם יחוד האט געשריבן:ווי בת קול האט געשריבן אויבן, כקען אויך נישט קיין שלעכטע שווארצע.

איך קען אויך נישט קיין שלעכטע שווארצע, זיי זענען זייער פיינע מענטשן אבער אביסל צו ווילד און אויפגעריסן פאר מיר.
דינסטאג יוני 09, 2020 11:07 pm#451091
[
ארי נוהם האט געשריבן:ווען איך זע א שילד "בלעק לייף מעטערס", קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ. וואו נעמט א מענטש די חוצפה צו האלטן א שילד וואס באשולדיגט אומדירעקט רוב אמעריקע אז זיי האלטן נישט אזוי. וואס באדייט דאס "בלעק לייף מעטערס"? ענק זענען עפעס מוריטשקעס וואס מ'נוצט אין לאבארטאריע פאר מעדיצינישע עקספערימענטן? מענגעלע נוצט ענקערע צווילינגען? וואס אין די וועלט ווילסטו ארויסברענגען מיט אזא שילד, אויסער שפייען אויף א גאנצע פאלק וואס איז פארנומען די לעצטע אריבער יובל-שנים דיך צו באפרידיגן מער און מער יעדעס יאר, אלס צוליב די שולד-געפילן אז מ'האט דיך נעבעך אומשולדיג אונטערדרוקט הונדערט יאר פריער.

און פארוואס שפירן מיינע פריינט אז זיי דארפן מיטשפאנען מיט אזעלכע צערעמאניעס, כדי ארויסצואווייזן אפשיי צו די רשעות'דיגע פאליציאנטן וואס באציען זיך אנדערש צו זיי? עס ווילט זיך מיר פרעגן: אויב דו מיינסט ערליך און אמת'דיג דעם ריינעם אמת, צי וואלטסטו אויך אנטיילגענומען אין א מארש וואו מ'דרוקט אויס ווייטאג און אפשיי צו די נידעריגע פלינדערער וואס האבן בארויבט אומשולדיגע מאסן?! און אויב מ'וואלט דארט געהאלטן א פלאקאט אויף וואס עס שטייט "ווהייט מאני מעטערס", צי וואלטסטו עס אויך געהאלטן און געווייטאגט די פיין פון די אומשולדיגע מענטשן וואס הארעווען פאר זייער פרנסה, און קריגן נישט קיין טשעקלעך פון פעטער שמואל פארן זיצן אינדערהיים און רייכערן

אזוי ווי איך האב שוין געשריבן דא אז איך פיהל מיט מיט פראטעסטען פאר בלעק לייווס מעטטער וויל איך אביסעל מסביר זיין פארוואס איך זעה יא אז מען גרינשעצט שווארצע לעבנס

דער טבע פון מענטשן איז געווענליך צו צוטיילן די וועלט צווישן גוטע און שלעכטע פון די שלעכטע דארף מען זיך היטן און מורא האבן און די גוטע זענען גוט און מען קען גיין און מקוה צוזאמען זיי. אפילו יעדער בר דעת פארשטייט אז דער וועלט איז נישט באמת שוואַרץ און ווייס און עס איז דא גוטע און שלעכטע איבעראל איז נאך אלץ דער ערשטע אינסטינקט צו צוטיילן אלעס אזוי גראב
יעצט אפילו נניח אז די שווארצע זענען פראצענטואל לאמיר זאגן פינף מאל מער קרימינאל (איך קען נישט די נומבערס אבער איך מיין אז דאס איז לכל הדיעות גאר איבערגעטריבן) מיינט עס נאך אלס אז זיי דארפן נישט ווערן געטארגעט מער ווי פינף מאל מער ווי די ווייסע
אבער למעשה ווען מען פרעגט ארום ביי יוגענטליכע שווארצע ווערן זיי אלס אפגעשטעלט אויף פיהל א גרעסערע פארנעם פון דעם אזוי ווי איך האב געפאוסט אין א צוויטע אשכול פון א פייסבוק פאוסט דא און די סיבה לדעתי איז פשוט , לאו דוקא ווייל די פאליציי זענען באוואוסטזיניג ראסיסטן נאר ווייל מען איז צוגעוואוינט צו הערן אז זיי זענען מער שעדליך האט מען מורא פאר זיי און מען שטעלט זיי אפ שנעלער
איך אליין אפילו איך פרוביר צו זיין נישט judgemental און נישט אפפסקענען מענטשן לויט generalization ווער אעך צומאל דערשראקן פון שווארצע סתם. לעצטע וואך האב איך שפאצירט באנאכט אין א אינדוסטריעלע ליידיגע גאס און צווי שווארצע יוגענטליכע זענען מיר אנטקעגן געקומען און איך האב געפיהלט א קליינע ציטער און ווען זיי האביר מיר אריבער שפאצירט האב איך געהערט ווי זיי רעדן פון מיינדפול מעדיטעישאן איך מוז מודה זיין אז איך האב מיר געשעמט פאר מיר אליינס
אלזא יא פאר מיר שטערט עס נישט אין לעבן אז מען target זיי מער ווי מיר אבער איך פארשטיי זייער גוט ווי אזוי אומבאוואוסטזוניגע ראסיזם ארבייט מיטן אריינלייגן מענטשן און די שלעכטע קאטעגאריע על לא עול בכפם און איך וויל אז דאס זאל זיך טוישן און מען זאל קיינמאל נישט נוצן גראבע generalizations אויף מענטשן נאר דן זיין יעדער סארט מענטש איינוג.
איך ווייס אז עס איז קעגן וואס מענטשן זענען צוגעוואוינט אבער דאס איז דער וועג פאר א בעסערע עתיד פאר די מענטשהייט און מיט ארבייט קען מען אהנקומען
און דאס אלעס איז ביי מענטשן וואס פראבירן צו זיין נישט ראסיסטיש און פון שמועסן מיט חברים ווייס איך אז גאר אסרך שעמען זיך אפילו נישט צו זיין ראסיסטיש און שטאלצירען אפילו מיט דעם און נישט נאר ביי אונז נאר אפילו און די גויאישע וועלט
מיטוואך יוני 10, 2020 11:54 am#451156
mevakesh האט געשריבן:[

דו ברענגסט זיך זייער קלאר ארויס, און דו ביסט מעורר א ריכטיגע נקודה!

אבער, דאס איז עקזעקטלי וואס פילע אנדערע ברענגען ארויס אויף די פארקערטע זייט..
דאס וואס מען האט מורא פון א שווארצן אינגעטלעכן (וואס אגב, זיי רעפרעזענטירן קריים סאך העכער ווי Times 5, "שווארצע" "אינגענטליכע" "מענער" זענען ווייניגער ווי 4 פראצענט פון די באפעלקערונג אבער זענען אחראי פאר פיל מער ווי 20 פראצענט פון מערדערייען) האט נישט מיט דעם ווייל "איך האס זיין ראסע" נאר ווייל מיין לאגיק זאגט מיר אז ער איז א גרעסערע פאטענציאל פאר סכנה.
און גענוי ווי דאס אז איך וויל ענדערש קויפן אזאך וואס איז נישט געמאכט אין China איז נישט ווייל איך האס כינעזער מענטשן, נאר ענדערש ווייל ס'איז דא א גרעסערע טשאנס צו אריינפאלן מיט א שוואכערע פראדוקט (צוליב כך וכך), דאס זעלבע מיין אוועקגיין פון דעם שווארצן אינגעטליכן האט נישט מיט האס נאר ענדערש פון א מורא.

במילא, זייער ישועה קען נאר קומען ווען די מורא וועט אוועקפאלן.
צו ווייל מיט הסברה וועט מען אויפקלערן די מענטשהייט אז די מורא איז נישט לאגיש (...) אדער ווען די סטאטיסטיקס וועלן טאקע פאלן.

אבער דא עקא אז ווען די שווארצע מאכן די ראיאטן מאכן זיי נאר די מורא שטערקער..

און זאגן פאר מענטשן האב נישט מורא ווייל אומשולדיגע ליידן דערפון, איז נישט גערעדט צום זאך, ווייל ווילאנג אין לאגיק איז די מורא אויסגעהאלטן וועט די מורא אנהאלטן..

אין ס"ה:
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט אז דער אומשולדיגער שווארצער אינגטליכער מאכט מיט על לא עול בכפו, די שאלה איז נאר אין וועמענס הענט ליגט דאס צו פארעכטן, ליגט דאס ביים אלגעמיינעם ווייסן אין האנט? (און מען דארף זיי פשוט מעורר זיין אז BLM) אדער ליגט דאס ענדערש אין די הענט פון זייער פירערשאפט?
מיטוואך יוני 10, 2020 12:40 pm#451162
a belief that race is the primary determinant of human traits and capacities and that racial differences produce an inherent superiority of a particular race

Merriam-Webster Dictionary משנה ראשונה

explicit institutional bias against people because of their race, and, second, a broader implicit bias that can also result in an asymmetrical power structure.

Merriam-Webster Dictionary משנה אחרונה

merriam-webster-will-update-definition-of-racism-after-a-request
אסך "ראסיטן" לאזט מען יעצט ארויס פין גיהנום
מיטוואך יוני 10, 2020 1:03 pm#451166
די פראבלעם פון ראסיזם איז אויף די האר די זעלבע ווי גלייבן אין נארישע ווילדע קאנספיראציע טעאריעס. די גאנצע זאך פון ראסיזם איז נישט מער ווי א זינלאזע קאנספיראציע טעאריע, ס’דא טויזנט און איין סיבות וואס נארמאלע מענטשן קענען מסביר זיין פארוואס מ’זעהט העכערע ראטעס פון ארימקייט און פארברעכן ביי פארשידענע קאמיוניטיס, די לעצטע מסקנה וואס א מענטש מיט א שכל הישר וועט צוקומען איז אז דאס האט צו טון מיט ראסע אדער הויט קאליר. פונקט ווי מ’קען מסביר זיין אויף טויזנטער וועגן ווי אזוי ס’קען זיין אז די מעכטיגע אמעריקע האט נישט געוויסט פון די פלענער פון בין לאדין צו אראפברענגען די טווין טאוערס, און ס’מוז נישט דוקא מיינען אז די אמעריקאנע רעגירונג אליין איז געשטאנען אונטער די אטאקע.

גלייבן אין די נארישע קאנספיראציע פון "ראסיזם" איז נישט נאר בלויז גלייבן אין א נארישע קאנספיראציע טעאריע. ס’דא מיליאנען מענטשן אויף די וועלט וואס גלייבן כל מיני שטותים און נארישקייטן ווי למשל אז ס’דא מענטשן אויף עפעס אן אנדערע פלאנעט וואס גרייטן זיך איין טאג אונז צו אטאקירן, די משוגעים שטערן נישט אבער קיינעם און זאלן זיי גלייבן געזונטערהייט און וואס פארא שטות זיי ווילן.

די קאנפיראציע פון "ראסיזם" אבער איז נישט בלויז נאך א קאנספיראציע טעאריע נאר א זינלאזע גלויבן וואס האט שוין געקאסט די לעבנס פון מיליאנען, מיליאנען אומשולדיגע מענטשן. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז די "קאנספיראציע טעאריע" אז אידן נוצן בלוט פאר מצות איז נישט בלויז נאך עפעס א קאנספיראציע טעאריע נאר איז גאר א סכנה’דיגע איינרעדעניש וואס מ’דארף עוקר מן השורש זיין, און איינער וואס גלייבט אין דעם האט זיך פארדינט א באזונדערע טיטל ״אנטיסעמיט״, די זעלבע זאך מיט ראסיזם און ראסיסטן.

נאך א פראבלעם פון ראסיזם איז אז ס’איז פשוט עקלדיגע גאוה און נארמאלע מענטשן עקלען זיך פון דעם. נישט תורה’דיג גערעדט איז נישט קיין שום פראבלעם צו זיין א בעל גאוה. זאל יענער גלייבן געזונטערהייט אז ער איז בעסער שענער און מער געלונגען פון אנדערע, וואס דארף מיר דאס אנגיין? ס’איז אבער פארט א מיאוס’ע זאך און מענטשן האבן דאס פיינט. די זעלבע זאך מיט ראסיזם, ווילסט גלייבן אז דו ביסט בעסער פון אנדערע? געזונטערהייט, זאלסט אבער נאר וויסן אז ביסט אן עקלדיגער מענטש.
מיטוואך יוני 10, 2020 3:03 pm#451181
צ. למדן האט געשריבן:די פראבלעם פון ראסיזם איז אויף די האר די זעלבע ווי גלייבן אין נארישע ווילדע קאנספיראציע טעאריעס. די גאנצע זאך פון ראסיזם איז נישט מער ווי א זינלאזע קאנספיראציע טעאריע, ס’דא טויזנט און איין סיבות וואס נארמאלע מענטשן קענען מסביר זיין פארוואס מ’זעהט העכערע ראטעס פון ארימקייט און פארברעכן ביי פארשידענע קאמיוניטיס, די לעצטע מסקנה וואס א מענטש מיט א שכל הישר וועט צוקומען איז אז דאס האט צו טון מיט ראסע אדער הויט קאליר. פונקט ווי מ’קען מסביר זיין אויף טויזנטער וועגן ווי אזוי ס’קען זיין אז די מעכטיגע אמעריקע האט נישט געוויסט פון די פלענער פון בין לאדין צו אראפברענגען די טווין טאוערס, און ס’מוז נישט דוקא מיינען אז די אמעריקאנע רעגירונג אליין איז געשטאנען אונטער די אטאקע.

גלייבן אין די נארישע קאנספיראציע פון "ראסיזם" איז נישט נאר בלויז גלייבן אין א נארישע קאנספיראציע טעאריע. ס’דא מיליאנען מענטשן אויף די וועלט וואס גלייבן כל מיני שטותים און נארישקייטן ווי למשל אז ס’דא מענטשן אויף עפעס אן אנדערע פלאנעט וואס גרייטן זיך איין טאג אונז צו אטאקירן, די משוגעים שטערן נישט אבער קיינעם און זאלן זיי גלייבן געזונטערהייט און וואס פארא שטות זיי ווילן.

די קאנפיראציע פון "ראסיזם" אבער איז נישט בלויז נאך א קאנספיראציע טעאריע נאר א זינלאזע גלויבן וואס האט שוין געקאסט די לעבנס פון מיליאנען, מיליאנען אומשולדיגע מענטשן. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז די "קאנספיראציע טעאריע" אז אידן נוצן בלוט פאר מצות איז נישט בלויז נאך עפעס א קאנספיראציע טעאריע נאר איז גאר א סכנה’דיגע איינרעדעניש וואס מ’דארף עוקר מן השורש זיין, און איינער וואס גלייבט אין דעם האט זיך פארדינט א באזונדערע טיטל ״אנטיסעמיט״, די זעלבע זאך מיט ראסיזם און ראסיסטן.

נאך א פראבלעם פון ראסיזם איז אז ס’איז פשוט עקלדיגע גאוה און נארמאלע מענטשן עקלען זיך פון דעם. נישט תורה’דיג גערעדט איז נישט קיין שום פראבלעם צו זיין א בעל גאוה. זאל יענער גלייבן געזונטערהייט אז ער איז בעסער שענער און מער געלונגען פון אנדערע, וואס דארף מיר דאס אנגיין? ס’איז אבער פארט א מיאוס’ע זאך און מענטשן האבן דאס פיינט. די זעלבע זאך מיט ראסיזם, ווילסט גלייבן אז דו ביסט בעסער פון אנדערע? געזונטערהייט, זאלסט אבער נאר וויסן אז ביסט אן עקלדיגער מענטש.

ס'איז היינט דא ווייניג ריכטיגע "ראסיסטן", ע"פ רוב איז עס מענטשן וואס האלטן אז געוויסע "קולטורן" ברענגען שלעכטע תוצאות און זיי ווערן דאן געלעיבלט "ראסיסט".
מיטוואך יוני 10, 2020 4:20 pm#451190
צ. למדן האט געשריבן:די פראבלעם פון ראסיזם איז אויף די האר די זעלבע ווי גלייבן אין נארישע ווילדע קאנספיראציע טעאריעס.

איז מעגליך אז ראסע שפילט א ראלע אין די קאליר פין די הויט אדער איז דאס א נארישע ווילדע קאנספיראציע?
איז מעגליך אז ראסע שפילט א ראלע אין די הויעכקייט פין מענטשען אדער איז דאס א נארישע ווילדע קאנספיראציע?
איז מעגליך אז ראסע שפילט א ראלע אין די קוואלעטי פין בערען-סעלס פין די מוח אדער איז דאס א נארישע ווילדע קאנספיראציע?

גאוה האט נישט אריינצירעדן ווען מען איז דאן אויב עפעס איז אמת אדער נישט!
מיטוואך יוני 10, 2020 5:08 pm#451195
איז מעגליך אז מדינת ישראל איז געשטאנען אונטער די 9/11 אטאקעס אדער איז דאס א ווילדע קאנספיראציע?

איז מעגליך אז די רעגירונג לייגט אריין געוויסע כעמיקאלן אין וואקסינען צו שפיאנירן אויף מענטשן אדער איז דאס א ווילדע קאנספיראציע?

איז מעגליך אז 5g האט געברענגט קאראנע אדער איז דאס א ווילדע קאנספיראציע?

זיין א פערד און גלייבן שטותים והבלים האט נישט אריינצורעדן ווען מען איז דן אויב עפעס איז אמת אדער נישט!