זונטאג יוני 14, 2020 8:45 pm#451636
שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?
אמעריקע פאנגט זיך צוביסלעך אן צו עפענען, נאכדעם וואס די ציפערן פון קאוויד-ליידנדע זענען שוין דראסטיש געפאלן. עס זענען נאך פאראן גרויסע חילוקי דעות ווי שנעל מ'דארף עפענען און וויפיל ריזיקע מ'דארף נעמען צוריקצושטעלן דעם לעבן אויף די רעלסן, אבער כו"ע מודי אז דער מצב איז שוין יעצט נישט אזוי שעדליך ווי אמאל, און מ'דארף נעמען שריט צוריקצוגיין צום געווענליכן סדר.
אבער וויפיל ריזיקעס קען מען נעמען? וואס מעג מען זיך שוין ערלויבן צו טון? עס פארשטייט יעדער אז וויבאלד די ריזיקע איז שוין יעצט אזוי קליין, מעג מען זיך שוין ערלויבן צו טון זאכן וואס זענען גאר וויכטיג פאר'ן לעבן. פרנסות דארפן זיין אפן, אפשר דארף מען טרעפן א וועג צו עפענען ישיבות, שולן און געבעט-הייזער דארפן זיין צוטריטליך – די אלע זענען זאכן וואס פארלאנגען זיך פשוט צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן, און ווען די ריזיקע איז שוין אזוי שטארק פארקלענערט ברויכן מיר ערלויבן אט די אלע וויכטיגע אקטיוויטעטן. די בענעפיטן זענען גאר וויכטיג, און די ריזיקעס זענען קליין.
נאך אלעם נעמען מיר דאך ריזיקעס אויף אלעם אין לעבן. פארן מיט א קאר איז א ריזיקע, אדער אפילו בלויז אריבערגיין די גאס. אבער מ'פארשטיין אז די בענעפיטן זענען מער ווי די ריזיקעס.
אבער וואלט איינער געזאגט אז איינער וואס איז עלטער און קרענקליך זאל זיך יעצט דרייען אין די גאסן? אוודאי נישט. אפילו אין שטעט און לענדער וואו מ'עפנט שוין אויף למחצה לשליש ולרביע רעקאמענדירט מען שטארק אז די וואס האבן הינטערליגנדע געזונט-פראבלעמען זאלן פרובירן זיך נישט צו דרייען אין פובליק. אפילו ביי אונז אין דער חסידישער געמיינדע איז אויך יעדער מודה אז די וואס די ריזיקע איז ביי זיי שטערקער זאלן זיך מער היטן. כ'האב געפרעגט רבנים וואס האבן אפן זייערע שולן, מנהלים וואס האבן אפן זייערע מוסדות, בעלי-בתים וואס האבן אפענע געשעפטן – אלע האבן פה אחד געזאגט אז איינער וואס האט הינטערליגנדע געזונט-פראבלעמען זאל זיך מער היטן. די מגיפה איז טאקע כמעט אינגאנצן אוועק, אבער ס'איז נאך דא א מקום לחשוש פאר די וואס די ריזיקע איז זייער הויך.
וויל איך דעריבער פארשטיין: איך בין מודה אז ווען די ריזיקע איז נידריג מוזן מיר צוריקדרייען די אלע דראסטישע שינויים פון אונזער לעבן. מיר קענען נישט אלעס פאראליזירן ווען מ'זעט שוין די ליכטיגקייט ביי דער ענדע פונעם טונעל. אבער אז כו"ע מודי אז ס'איז נאך דא א מקום לחשוש, אז יעדער פארשטייט אז ס'איז נאך נישט אינגאנצן פארריבער, אז א חלוש ווי סקולענער רבי זיצט נאך הינטער א גלאז, וואס איז פשט פון דעם ווילדן פריקת עול פון אלע פארהיטונגען וועלכע ווערן נאך רעקאמענדירט און פארלאנגט דורך עקספערטן?
כ'פארשטיי אז דיין געשעפט איז אפן: דער פרייז פון דערשטיקן די פרנסה פאר לאנגע חדשים איז צו גרויס צו באצאלן פאר א קליינער ריזיקע.
כ'פארשטיי אז דיין חדר איז אפן: מאמעס זאלן אראפגיין פון זינען דורך קינדער וואס גייען אראפ פון זינען איז צו א גרויסער פרייז צו באצאלן פאר א קליינער ריזיקע.
כ'פארשטיי אז דיין ביהמ"ד איז אפן: מ'קען מוותר זיין אויף מנין ווען די ריזיקע איז גרויס, אבער ווען ס'איז קליין איז דאס צו א גרויסער פרייז צו באצאלן פאר'ן לאנגן טערמין.
אבער למען ה', קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווען עס קומט צו זאכן וואס זענען נישט אזוי שווער און נישט אזא גרויסע הקרבה דארף מען אזוי פרעך זיך אויסלאכן פון יעדע זהירות וואס פארלאנגט זיך?
אויב יעדער עפידעמיאלאג אין דער וועלט זאגט אז עס איז נישט קיין גוטע צייט צו געבן די האנט פאר א צווייטן, פארוואס אין דער וועלט דארפן מען זיך געבן די הענט ביי קידושים און שמחות? וואס קאסט אביסעלע צו נזהר זיין? וואס קאסט צו האבן אביסל ערנסטקייט און געדענקען אז אפילו דער מצב איז שוין ב"ה בעסער דארף מען נאך נזהר זיין?
אז מיר האלטן אז די ניו-יארקער פאליטיקאנטן זענען צו שטרענג, און פאר אונז זענען זייערע פארלאנגען צו א הויכן פרייז צו באצאלן, פארשטיי איך אז מ'מאכט אויף ישיבות במחתרת און מ'עפנט געשעפטן. אבער ווען האדמו"ר רז"ל מסאטמאר האט חתונה געמאכט אן אייניקל צוויי וואכן צוריק איז נאך נישט געווען קיין איין מדינה אויף דער וועלט וואס האט ערלויבט צו מאכן אזא צוזאמענקום! אויפ'ן גאנצן כדור הארץ איז נישט געווען קיין איין מדינה וואס האט געלאזט אריינקוועטשן טויזנטער מענטשן אין א שטוב, צוזאמענגעשטופט און אן קיין מאסקעס.
וואס איז פשט אז יעדע מדינה אין דער וועלט פארשטייט אז מ'דארף זיך זארגן פאר די וואס זענען וואלנערעבל, אבער דער סאטמארער רבי קען פשוט נישט מאכן א חתונה בהצנע לכת? וואס איז פשט אז אויב מאכט ער שוין יא א חתונה, איז ער נישט צופרידן מיט דעם, נאר דארף ווידעראמאל אנפאקן זיין ביהמ"ד עד אפס מקום כדי צו פראווען א שבע ברכות? ממש מ'קען נישט אן דעם? ס'איז צו א גרויסער פרייז צו באצאלן?
דאס זעלבע זיין ברודער, דער רבי פון קרית יואל, און זיין שוועסטער-קינד פון ביהמ"ד שערי ציון דבאבוב – ממש ס'איז אוממעגליך צו מאכן א לחיים בצניעות ביי זיך אין שטוב? מ'קען פשוט נישט אנגיין מיט'ן לעבן אן אנפאקן דעם ביהמ"ד עד אפס מקום און נאך דערצו יעדן פערזענליך געבן די האנט?
דאס איז שוין אפגערעדט פונעם שרעקליכן חילול ה' וואס די אלע בילדער ברענגען, און די ביטערע תוצאות וואס דאס קען האבן אויף אונז. און דאס איז שוין אפגערעדט פון דאס גסות רוח צו פראווען א שמחה כאילו לא היה ווען די גאנצע וועלט איז בצער און איז געצווינגען ממעט צו זיין מיט יעדער שמחה און אסיפה ציבורית. כ'רעד דא פון פשוט נושא בעול זיין ווען מ'איז אין א צרה, ווען עס איז נאך פאראן א שטיקל ריזיקע, נישט צו טון זאכן וואס פעלן נישט אויס. געשעפטן פעלן אויס, א מסגרת פאר קינדער פעלט אויס, אבער א מאסן-חתונה? פארוואס?!
אוודאי וועלן די חסידים שוטים גלייך לויפן און אנווייזן אויף די מאסן פראטעסטן וועלכע זענען פארגעקומען איבער די גאסן אין די לעצטע וואכן. אבער זיי וועלן זיך פארהוילן פונעם פאקט אז די פראטעסטן זענען פארגעקומען אין דער גאס, און אז רוב באטייליגטע פון די פרידליכע פראטעסטן זענען געגאנגען מאסקעס. ועוד, והוא העיקר: די פראטעסטן זענען טאקע אויך נישט ריכטיג – און ווערן נאר געטון דורך טייל פון די זעלבע ליבעראלן וועמען זיי רייסן אראפ פאר אלדאס בייזן. אז מיר רייסן אראפ די ליבעראלע מחמירים, וויאזוי נעמען מיר נאכדעם די נישט ריכטיגע זאכן וואס זיי טוען, און טוען דאס זעלבע אבער נאך מיט א שמיץ אריבער?
דאס אלעס וואלט געווען גילטיג ווען די אלע רבי'ס וואלטן זיך אויף הונדערט פראצענט צוגעשטעלט צו די רעקאמענדאציעס פון אנפאנג אן. ליידער האבן זיי דאס אבער נישט געטון, און זיי האבן בלוט אויף זייערע הענט. דארפן זיי זיין פון דער גאנצער וועלט די ערגסטע פארלעצער פון די יעצטיגע זיכערהייטס מאסנאמען און רעגולאציעס? וואו איז זייער ענוה, זייער תשובת המשקל? פון וואנעט נעמט זיך די פרעכהייט אזוי צו לאכן אויף די מינדעסטע רעגולאציעס וועלכע זענען נישט מער ווי אביסל אומבאקוועם?
אז איר פארשטייט די טענה און איר אידענטיפיצירט מיט מיין ווייטאג, רופט אייך אן. זאגטס א ווארט פאר אייערע חברים, ווייזט אז איר האט די איידלקייט צו זיין א טייל פון דער צרה וואס האט באטראפן די וועלט. ווען אין אונזער מדינה ווערט מען נאך אנגעשטעקט, ווען צווישן אונז שטארבן נאך אנגעשטעקטע, ווען אונזערע ברידער און שוועסטער מיט שוואכע גופים ציטערן נאך צו גיין אין די גאסן, דארפן מיר נאך טון וואס אימער מיר קענען, אויב ס'איז נישט קיין ערנסטן שטער אין אונזער לעבן. מיר מוזן נישט געבן די האנט פאר א בעל שמחה, מיר מעגן נאך גיין א מאסקע, און אלעס וואס מיר טוען, לעגאל צי אומלעגאל, דארף זיין בלויז מינימאל, מיט א צניעות און הצנע לכת.
*
"בזמן שהצבור שרוי בצער אל יאמר אדם אלך לביתי ואוכל ואשתה ושלום עליך נפשי, ואם עושה כן עליו הכתוב אומר 'והנה ששון ושמחה הרוג בקר ושחוט צאן אכול בשר ושתות יין אכול ושתו כי מחר נמות'... וכל המצער עצמו עם הצבור זוכה ורואה בנחמת צבור." (תענית י"א ע"א)