Under maintenance
הויפט זייט » מי הוא אפיקורס

מי הוא אפיקורס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13953
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:17 pm#452102
מי הוא אפיקורס
ר ATUB @לעיקוואד ATUB האט געשריבן אין אן אנדערן אשכול וועגן אנרופן עמעצען אן אפיקורס, ממילא האלט איך אז עס איז ווערט דאס אויסצושמועסן.

אונז ווייסען מיר אלע די משנה, היכי דמי אפיקורס, האומר אין תחיית המתים מן התורה וכו', און אן אפיקורס אין לו חלק לעולם הבא.

אבער מיר רעדן דא אידיש, נישט גריכיש, און מיר דארפן טייטשן אפיקורס לויט וואס עס מיינט צו אונז. למשל, איך בין א ליטוואק. איך בין אויפגעהאדעוועט אז אונזער מהלך גייט צוריק, בפנימיותו, ביז צו די ראשונים. אונז האט מען אויסגעלערנט אז דער מצוה פון תלמוד תורה איז מער ווי 'נאך א מצוה', עס איז די צענטראלע מצוה, און אלע מצוות קומן דערפון און בלאה בלאה בלאה. בקיצור, ווען איך טרעף איינער וואס איז נישט אזוי אויפגעהאדעוועט, איז ער נישט קיין אפיקורס אין מיין אויגן, נאר אומגערעכט. ווען יענער וויל קומן ווערן א מלמד פון מיין קינדער, וואלט איך אים נישט גענומן. ווייל ער גייט מחנך זיין אין אן אופן וואס איך וויל נישט.
הייסט דאס אן אפיקורס?

עס איז דא מוסכמות אין וואס חרדישע אידן גלויבן, ווי אין די חכמת הקבלה, אדער אז פסקי השוע זענען די מרכז פון פסקי הלכה, אדער די גאנצע היערארכיה פון הלכה וויאזוי צו מעסטן פריערדיגע דורות איינער כלפי דער צווייטן, און כלפי אונז. אז איינער וויל ביי אונז ווערן א רב, און ער גלויבט נישט די אלע זאכן, וואלט עס געווען ריכטיג אים נישט צו נעמן, ער קען דאך נישט טון די ארבעט.
הייסט דאס אן אפיקורס?

ארטאדאקסישע אידן בכללותם האבן געוויסע גלויבונגן, אין וואס מ'קען ארום שמועסן. למשל, די אלע י"ג עיקרים. דער רמב"ם האט זיי אוועק געשטעלט אלס א יסוד, אבער אנדערע דינגן זיך, און עס איז דא חולקים הן אויף די ווארהייט דערפון, הן אויף דעם אז זיי זענען עיקרים. ווען איינער זוכט א ספר צו לערנען וועגן ארטאדאקסישע גלויבונגן, וואלט איך אים נישט געראטן צו ליינען א בוך פון איינער וואס גלויבט אזוי.
הייסט דאס אן אפיקורס?

איך וואלט געזאגט אז אן אפיקורס איז איינער א הפקר יונג. דאס הייסט, איינער וואס קלערט און טראכט און מוטשעט זיך, ער זוכט אויף דער אמת און ער לערנט אפ די סוגיא, און קומט ארויס מיט א חידוש נישט ווי די אלגעמיינע חינוך, איז נישט קיין אפיקורס. איינער וואס האט פראבלעמן און קשיות, און ער ווייסט נישט וויאזוי זיך צו ספראוון דערמיט, ער ווייסט ניטאמאל וועלכע ספרים צו לערנען, איז אויך נישט קיין אפיקורס. אן אפיקורס איז א הפקר יונג, איינער וואס לייכטזיניגעהייט טרעט אפ אלס וואס מיר גלויבן. ער קומט נישט מאכן קלוגער אדער דענקן טיפער, ער קומט דרייען א קאפ און מאכן פרייליך. ער נעמט ערנסטע זאכן און מאכט זיי פאר א געלעכטער.

איינער וואס זאגט אז דער זהר איז אין קעגענזאץ צו דער רמב"ם, און ער פארשטייט עס נישט און ער גייט נישט דערמיט, איז איין זאך. איינער וואס זאגט אז 'דער אריז"ל איז געועון ביזי מיט שטותים, די קעצעלעך און די דאגיס', איז א הפקר יונג. ער זוכט נישט קיין אמת, ער זוכט סתם צו שפילן.

ענייני אמונה זענען גאר וויכטיגע זאכן, עס קומט זיך זיי אז מ'זאל גוט אריין טראכטן איידער מ'זאגט א חידוש אין דעם. איינער וואס זאגט חידושים אן צו וויסן גארנישט, איז דער טייטש ער קוקט אן די גאנצע לעבן ווי א געלעכטער. און נישט נאר די צייטווייליגע לעבן פון עוה"ז, נאר די אייביגע לעבן פון עוה"ב אויך. ער מיינט די גאנצע זאך איז א וויץ. מיט אזא איינער איז טאקע א סכנה צו שטיין, ווייל מיט אים קען מען נישט האנדלן, ער ברענגט נאר א גייסט פון קאלטקייט און ליצנות צו די ענין.

און אפשר מיינן חז"ל דאס אויך. אן אפיקורס גלויבט נישט אין תחיית המתים, ממילא האט ער נישט קיין ערנסטקייט צו דער לעבן אויך נישט, און אזוי לעבט ער א הפקר לעבן.

קומט אויס אז אפיקורס איז נישט עפעס אן אינקוויזיציע נאכצוגיין די הערעס"י פון די פאלק, אריין צו גריבלן אין מענטשנ'ס פריוואטע גלויבונגן, עס האט מיט א כלליות'דיגע הנהגה פון הפקרות.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:27 pm#452104
סנהדרין צ''ט ע''ב:
אפיקורוס: רבי ורבי חנינא אמרי תרוייהו זה המבזה ת"ח רבי יוחנן ור' יהושע בן לוי אמרי זה המבזה חבירו בפני ת"ח בשלמא למ"ד המבזה חבירו בפני ת"ח אפיקורוס הוי מבזה תלמיד חכם עצמו מגלה פנים בתורה שלא כהלכה הוי אלא למ"ד מבזה תלמיד חכם עצמו אפיקורוס הוי מגלה פנים בתורה כגון מאי כגון מנשה בן חזקיה ואיכא דמתני לה אסיפא מגלה פנים בתורה רב ור' חנינא אמרי זה המבזה ת"ח רבי יוחנן וריב"ל אמרי זה המבזה את חבירו בפני תלמיד חכם בשלמא למ"ד המבזה תלמיד חכם עצמו מגלה פנים בתורה הוי מבזה חבירו בפני ת"ח אפיקורוס הוי אלא למ"ד מבזה חבירו בפני תלמיד חכם מגלה פנים בתורה הוי אפיקורוס כגון מאן אמר רב יוסף כגון הני דאמרי מאי אהנו לן רבנן לדידהו קרו לדידהו תנו אמר ליה אביי האי מגלה פנים בתורה נמי הוא דכתיב (ירמיהו לג) אם לא בריתי יומם ולילה חקות שמים וארץ לא שמתי אמר רב נחמן בר יצחק מהכא נמי שמע מינה שנאמר (בראשית יח) ונשאתי לכל המקום בעבורם אלא כגון דיתיב קמיה רביה ונפלה ליה שמעתא בדוכתא אחריתי ואמר הכי אמרינן התם ולא אמר הכי אמר מר רבא אמר כגון הני דבי בנימין אסיא דאמרי מאי אהני לן רבנן מעולם
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:31 pm#452106
ווען עמיצער פארשעמט דעם וואודריטשע רב, נישט קיין אונטערשיד ווי גרויס און הייליג ער איז, איז א פאלנער אפיקורס. און ווען עמיצער גלייבט נישט אין די נביאות פון משה רבינו, ער לאכט אפילו אפ דערפין, איז ער אויסשליסליך נישט קיין אפיקורות, נאר ער איז א כופר בדברי הנביאים.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:33 pm#452107
דא האסטו אין גרויסע אותיות


אבער מיר רעדן דא אידיש, נישט גריכיש, און מיר דארפן טייטשן אפיקורס לויט וואס עס מיינט צו אונז.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:34 pm#452108
קאך_לעפל האט געשריבן:ווען עמיצער פארשעמט דעם הרב קוק, נישט קיין אונטערשיד ווי גרויס און הייליג ער איז, איז א פאלנער אפיקורס. און ווען עמיצער גלייבט נישט אין די נביאות פון משה רבינו, ער לאכט אפילו אפ דערפין, איז ער אויסשליסליך נישט קיין אפיקורות, נאר ער איז א כופר בדברי הנביאים.

FTFY
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:35 pm#452109
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דא האסטו אין גרויסע אותיות


אבער מיר רעדן דא אידיש, נישט גריכיש, און מיר דארפן טייטשן אפיקורס לויט וואס עס מיינט צו אונז.


אה, דאס פרעסטו... גוגל טרענסעלעט זאגט אז אפיקורוס טייטש אויף ענגליש א Heretics
Heretics: a person believing in or practicing religious heresy.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:36 pm#452110
ווער איז דער "אונז"? ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדערש. פאר ליטוואק מיינט עס א פוקר עול, פאר קאך לעפל מיינט איינער וואס האט גרינגשעצונג אין תלמידי חכמים, און פאר רביה"ק מיינט עס גאר א דריטע זאך..
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:37 pm#452111
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווער איז דער "אונז"? ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדערש. פאר ליטוואק מיינט עס א פוקר עול, פאר קאך לעפל מיינט איינער וואס האט גרינגשעצונג אין תלמידי חכמים, און פאר רביה"ק מיינט עס גאר א דריטע זאך..


פאר מיר? איך האב געברענגט א גמרא... איך ווייס נישט נאר וואס די גמרא זאגט! דאס גאנצער אפיקורס ווייסן מיר בלויז פון די גמרא.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:40 pm#452115
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווער איז דער "אונז"? ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדערש. פאר ליטוואק מיינט עס א פוקר עול, פאר קאך לעפל מיינט איינער וואס האט גרינגשעצונג אין תלמידי חכמים, און פאר רביה"ק מיינט עס גאר א דריטע זאך..

שפראך איז א זאך וואס עגזיסטירט צווישן מענטשן, נישט אין דער לופט.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 5:09 pm#452121
איך מיין אז אויף אידיש איז אפיקורס איינער וואס מען האט נישט ליב....
דאנערשטאג יוני 18, 2020 5:13 pm#452123
קאך_לעפל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווער איז דער "אונז"? ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדערש. פאר ליטוואק מיינט עס א פוקר עול, פאר קאך לעפל מיינט איינער וואס האט גרינגשעצונג אין תלמידי חכמים, און פאר רביה"ק מיינט עס גאר א דריטע זאך..


פאר מיר? איך האב געברענגט א גמרא... איך ווייס נישט נאר וואס די גמרא זאגט! דאס גאנצער אפיקורס ווייסן מיר בלויז פון די גמרא.

דאס האב איך טאקע געמיינט, פאר דיר מיינט עס וואס דו גמרא זאגט.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:08 pm#452125
Re: מי הוא אפיקורס
@קאך לעפל ווען די גמרא זאגט אז המבזה תלמידי חכמים איז אן אפיקורס מיינט נישט 'נאר' אזא איינער, נאר די גמרא זאגט אז איינער וואס טוט אזא שרעקליכע זאך איז אויך בגדר אפיקורס. אבער די עצם אפיקורס איז זיכער א נישט גלויביגער, און קען נאך אלס זיין ווי ליטוואק זאגט.

כנל"ד
דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:14 pm#452127
די משנה זאגט "ואלו שאין להם חלק לעולם הבא, האומר אין תחיית המתים מן התורה, ואין תורה מן השמים, ואפיקורוס." אויב א "נישט גלויביגער" איז אויך בגדר אפיקורס פארוואס דארף די משנה אויסרעכענען ביידע עקסטער?
דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:26 pm#452132
Re: מי הוא אפיקורס
פארוואס קען נישט אפיקורס מיינען איינער וואס גלייבט נישט אין גאט?
תחיית המתים, תורה, אנכי ה' אלוקיך. וואס שטימט נישט אין די משנה?


עניוועי נישט דאס איז געווען מיין פוינט, איך האב געוואלט ארויסברענגן אז די גמרא אין סנהדרין איז נישט מסביר פשט פון אפיקורס, נאר לייגט צו.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:31 pm#452135
זאל די משנה פשוט זאגן "אפיקורס אין לו חלק לעוה"ב" און אינדעם וועט שוין אלעס זיין אריינגערעכנט, וואס פעלט אויס די ליסטע פארוואס?
דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:51 pm#452139
Re: מי הוא אפיקורס
איך זע נישט וואס איז דיך שווער?

אפיקורוס איז נישט אריינגערעכנט הכופר בתורת משה.

און בכלל אז די משנה האט מפרט געווען? איז וואס?
דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:52 pm#452140
אז די משנה רעכנט אויס עקסטער "נישט גלויביגער" און אפיקורוס דאס מיינט אז די זענען צוויי באזונדערע זאכן.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 7:25 pm#452144
אין חז"ל געפונען מיר מין, אפיקורס, כופר בדרך כלל אינטערשטענשעבל. ווי אויך טיילמאל פאר באזונדערע קאטאגאריעס. די רמב"ם רעכנט אויס פינעף פעלער פאר מין, דריי פאר אפיקורס, און דריי פאר כופר. די יחס צו זיי אלע זענען בעצם גלייך אין הארבקייט.
ביי חרדי'שע קרייזן ריפט מען אן כופר און אפיקורס פאר נישט גלויבן אין סיי וואספארא אמונה וואס איז מקובל אין די געזעלשאפט ללא עוררין.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 7:39 pm#452145
א מין אין די לשון פון גמרא איז אן עובד עבודה זרה, דער רמב"ם פארברייטערט עס צו יעדער וואס גלייבט נאר אין עפעס וואס גרעניצט זיך (לדעתו) מיט עבודה זרה.

אן אפיקורוס מיינט א הפקר אינג, די גמרא'ס משל איז איינער וואס גרינגשעצט אין די רבנים, דער רמבם'ס ביישפיל איז איינער וואס גליייבט נישט אין די אויטאריטעט פון די נביאים און איינער וואס האלט אז גאט קימערט זיך נישט וואס מענטשן טוען.

א כופר מיינט כפשוטו איינער וואס לייקענט, מ'קען לייקענען אין אסאך זאכן, און ווייל איינער לייקענט אין איין זאך מיינט נאכנישט אז ער לייקנט אין אלע אנדערע זאכן. ווייל איינער איז א כופר הכל אין א געלט חוב וואס ער איז שולדיג מיינט נאכנישט אז ער איז א כופר אין עבודה זרה ונקרא יהודי.

אין היינטיגן שפראך זענען די אלע דריי טאקע אויסטוישבאר.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 7:45 pm#452146
דאכט זיך אז די צענזור האט אויך נישט קיין סאך ארויסגעהאלפן צו האלטן די טערמינען פאר באזונדערע קאטאגאריעס.
ובדרך אגב אין די גמרא איז שוין היבש פארמישט די טערמינען. אין געוויסע פלעצער ווערן די צדוקים אנגעריפן מינים.
אפיקורס. די רמב"ם זאגט אויך אין פירוש המשנה אז דאס איז מלשון אפקרותא. א פלא ווייל ער האט געוויסט פון Epicurus וועמענס פיליזאפיע איז געווען Hedonism אזוי ווי ער זאגט טאקע אין מורה.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:21 pm#452148
נהורא נפישא האט געשריבן:ובדרך אגב אין די גמרא איז שוין היבש פארמישט די טערמינען. אין געוויסע פלעצער ווערן די צדוקים אנגעריפן מינים.

דאס איז טאקע אויך פון די צענזור, די גמרא רעדט וועגן מנהגי עבודה זרה פון די צדוקים "חוק הצדוקים לעבודת כוכבים" (חולין מא.), ווי ווייט מ'ווייסט האבן די צדוקים נישט געדינט עבודה זרה. ועיין עוד כאן.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:30 pm#452150
מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו (דברי חיים יו"ד ח"ב קה).
אין דברי חיים יו''ד ח''ב סימן ק''ה שרייבט ער. מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו
דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:47 pm#452155
שאראש-פאטאק האט געשריבן:מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו (דברי חיים יו"ד ח"ב קה).
אין דברי חיים יו''ד ח''ב סימן ק''ה שרייבט ער. מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו

ברור אז דער דברי חיים האט נישט געמיינט אפיקורס אינעם הלכהדיגן זין פון מורידין ולא מעלין נאר לגבי אים מעביר זיין און אזוי ווי ער זאגט דארט אז מ'דארף דעם מלמד באצאלן דעם שאדן וואס וועט אים נגרם ווערן.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:07 pm#452158
ליטוואק פון בודאפעסט: אין דיין פתיחת האשכול זאגסטו אז דער ר' דוד צבי מאסקאוויטש ווען ער האט ספיקות אין זאכן וועלכע זענען פון די יסודות האמונה. און ער נעמט מיט דעם ברייטן פאבליק אין זיינע ספיקות, הייסט נישט קיין אפיקורס (אדער מין).

דאס איז לכאורה נישט ריכטיג. ווייל אויב ער איז א פריוואטער מענטש און ער שמועסט אויס זיינע ספיקות מיט א חבר. אדער אין א פאבליק פארום. אלס פריוואטער מענטש, הייסט ער טאקע נישט קיין אפיקורס. משא"כ אויב ער שטעלט זיך אין א פאזיציע פון איינער וואס געט שיעורים און הרצאות פאר'ן פאבליק. און ער נעמט מיט דעם עולם וואס הערן איהם צו אין זיינע ספיקות אין זאכן וועלכע זענען פון די יסודות האמונה. אט דאס איז זייער שעדליך. וואס וואלט געווען דער לימוד זכות? אז ער ווייסט נישט די ריכטיגע פאקטן...! נו, שטייט דאך שוין אין די משנה אין מסכת אבות (אבות ד, י"ג) ..."ששגגת תלמוד עולה זדון"...! לאמיר נאר באמערקן אז ס'שטייט נישט תלמיד מיט א יו"ד. נאר תלמוד. מיט א ווא"ו. דאס מיינט, נישט דער גברא. נאר די חפצא. דער עצם זאך אז ער האט נישט געלערנט. און ער וואלט געדארפט הייסן א שוגג. זאגט די משנה אז ער הייסט א מזיד. פארוואס? ווייל וויבאלד אז ער האט תלמידים/מקשיבים און ער איז זיי מכשיל...!

איך ווייס נישט וואס דער ריכטיגער טערם איז. כופר אדער אפיקורס אדער מין. אבער דאס טויג זיכער נישט...!
דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:12 pm#452159
Re: מי הוא אפיקורס
ווער זאגט אז מ'קען נישט קריגן אויף חז"ל לגבי וואס מיינט אפיקורס? די גאונים.
ווער זאגט אז מ'קען נישט זיך דינגען מיט דעם אויף די גאונים? די ראשונים.
ווער זאגט אז מ'קען נישט מחולק זיין מיט די ראשונים? די אחרונים.
ווער זאגט אז מ'קען נישט האלטן אנדערש ווי די אחרונים? די קולטור.

הרי לן כדברי ליטוואק.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:13 pm#452160
און ווער זאגט אז מ'קען זיך נישט טוהן אנדערש ווי די קולטור? :P
דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:10 pm#452164
שאראש-פאטאק האט געשריבן:מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו (דברי חיים יו"ד ח"ב קה).
אין דברי חיים יו''ד ח''ב סימן ק''ה שרייבט ער. מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו

שרעק זיך נישט פאר עקסטרעמע שפראך, אין מיטן א מערכה פאלן ווערטער וואס רעפלעקטן נישט די אמת'ע מיינונג.

אבער כ"ז אכניס אין די פתיחת האשכול. איך האב נישט קיין פראבלעם ווען אזא איינער איז א מלמד פאר מיין קינדער, ווייל ביי מיר איז דער 'רוה"ק' פון דער אוה"ח נישט קיין צענטראלע חלק פון מיין אידישקייט. אבער ווען א מלמד גלויבט אז לערנען גייט צום סטרא אחרא, אדער אז א צענטראלע חלק פון אידישקייט איז 'נישט ציונים', וואלט עס געווען א פראבלעם פאר מיר. און פון דעסטוועגן איז יענער נישט קיין אפיקורס.
דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:18 pm#452165
ליטוואק: אבער דו וואלסט נישט געוואלט אז ער זאלל לערנען מיט דיינע קינדער. דו וואלסט נישט געוואלט אז דיין יונגל זאלל דיר זאגן איין טאג..."טאטי דו ביסט א שייגעץ. ווייל דו האלטסט אז רב ש"ך איז געווען א גרויסער מענטש. ער איז דאך געווען א שייגעץ און א ציוני...! אדער אז אין פאנאוויזש און מיר לערנט מען א סאך תורה...זיי זענען דאך ציונים. און זייער גאנצע תורה גייט צו די סיטרא אחרא...!
דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:27 pm#452171
מי היא אפיקורוס? על פי הלכה קוק אריין און רמבם אדער גמרא ווי מען האט געברענגט פריער
וואס מענטשן רופן אפיקורס? יעדער רופט אפיקורוס טואס איהם שמעקט אדער בעסער וואס איהם שמעקט נישט
עס איז נישט מעלה און נישט מוריד גארנישט מער ווי ווער הייסט א חאניאק
דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:57 pm#452183
אפיקורס איז געווען א גריכישער פילאזאף וואס האט געגלייבט אינעם פסוק אכול ושתה כי מחר נמות.

אין די חרדישע וועלט ווערט דאס טיטל אפיקורוס גענוצט צוזאמען מיט מין וכופר, אדער א סאטמערער ציוני, כאטש וואס יעדע טיטל מיינט עפעס אינגאנצן אנדערש.
פרייטאג יוני 19, 2020 12:52 am#452197
Re: מי הוא אפיקורס
לערנען'דיג די וואך אינעם ספר הכוזרי מיטן פירוש פון קול יהודה פון הרב ר' יהודה מוסקאטו זצ"ל, האב איך געזען וואו ער טייטשט אפ דאס ווארט מין, ס'האט מיר זייער געפאָלן, כ'ציטיר זיין לשון "ולפי דעתי נקראו מינים על כי אינם מסכימים על דעת אחת וזה יקרה להם מצד היותם בלתי סומכים על הקבלה אבל כל אחד מהם מסברת שכלו בונה במה לעצמו עד היותו כמין נפרד מיתר אנשי מינו, כי אמנם הקבלה היא נפוצות יהודה תקבץ להיותם גוי אחד בארץ ובלעדיה הנם ככל המינים הללו נפוצים בדעותיהם כאמור".