Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאמענטארן

קאמענטארן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
102 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 455 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14
דינסטאג פעברואר 28, 2012 2:50 pm#42
קאמענטארן
עס איז מיר א פרייד צו זען אז אידיש האט צובאקומען נאך א ווינקל אוואו מען ווען קענען געשמאק פארברענגען.

איך בין נישט ניי אין שרייבן, און איך שרייב אין נאך מקומות אויפן וועב, און איך גלייך צו זיין מיטן זעלבן נאמען/ניק ווען מעגליך...

איך וועל בעזר ה׳ אויך דא זיך לאזן הערן, און עטליכע הגהות צום אנהויב.

ערשטנס, ווי פריער ערווענט, נוץ איך דעם זעלבן ניק אין אנדערע פלעצער. פארשטייט זיך אז ס׳פון די גרינגע זאכן צו עפענען א נייעם ניק, אבער איך קלער אז ס׳וויכטיג צו האבן עפעס א וועג צו מאכן זיכער אז קיינער גנב׳עט ניט דעם חבר׳ס ניק.

צווייטנס, וויל איך געבן אן עצה אז כדי דער אדער סיי וועלכע פורום זאל האבן א שאנס צו הצלחה, מוז מען אין אנהייב אריינלייגן גרויסע כוחות אז עס זאל כסדר זיין פרישע סחורה אז עס זאל זיין אינטערעסאנט אהערצוקומען בכלל. שפעטער, וועט עס קענען גיין אויף די אייגענע פיס, האפנטליך.

מיט פיל הצלחה.
דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:02 pm#44
Re: קאמענטארן
גוטע נקודות, אך. לאמיר זיך ארויפקאטשען די ארבל!
דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:43 pm#74
Re: קאמענטארן
אךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.
דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:45 pm#75
Re: קאמענטארן
שרגא האט געשריבן:אךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.

א גוטע נקודה.
א ליסטע? לויט ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי א באהאלטענער פארום וואו די מנהלים זענען דן איבער יעדן ניק.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:03 am#88
Re: קאמענטארן
איך ווייס נישט צי עס איז דוקא א ליסטע, צי א שמועסעריי אויף מעסענדזשער, צי א באהאלטענע פארום ווי דו זאגסט, נאר ווי עס איז מיר אמאל צוריקגעקומען פון א חבר, וואס האט געהערט פון א בלאגער, וואס האט געהערט פון א שוואגער, וואס האט פונקט געהערט פון א קאזין, אז "יא, ענדליך זענען מיר דערגאנגען אז דו ביסט דאס דער יעניגער." זעט אויס צוויי חבירים האבן געטרעיד אינפא.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:32 pm#141
טעסטונג טעסטונג
איך עפן די אשכול צו טעסטן וואס מ'וויל טעסטן.

קודם כל זעה איך ס'איז נישט דא קיין אנקעטע אפשען.

צווייטענס אז מ'קען נאר קוואטן 4 מאל.

1
2
3
4
מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:14 pm#142
Re: טעסטונג טעסטונג
אין אנדערע פארומס איז אויך דא א לימיט אויף ציטירען. די סיבה איז ווייל ווען תגובות ווערן צו לאנג מיט ציטוטים, ווערט שווער מיצוהאלטן די שמועס.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:30 pm#145
Re: טעסטונג טעסטונג
קאווע האט געשריבן:איך עפן די אשכול צו טעסטן וואס מ'וויל טעסטן.


מיר האבן דעם אשכול אריין געריקט אין קאמענטארן, ווייל דאס איז וואס עס איז.
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:16 am#247
Re: קאמענטארן
יאנקל האט געשריבן:גוטע נקודות, אך. לאמיר זיך ארויפקאטשען די ארבל!

איך בין היבש פארנומען די טעג. און צו נעמען שרייבן און האקן אשכולות לויט ווי ס'פעלט זיך אויס פאר א נייעם פלאץ כדי צוצוען קונים דארף מען האבן די בריאה וואס הייסט "צייט" (נאך א נושא...) ובפרט פאר אזא מקום וואס זעט זיך אויס אז ס'האנדעלט זיך פון די אינטעליגענטע צווישן אונז. און נישט אז איך צו זיך ארויס דערפון, נאר ביי מיר איז אמאל דא גאר אסאך צייט און אמאל א תקופה וואס איך קען בדוחק שרייבן קוים א תגובה'לע אדער צוויי. אבער מיר וועלן זיך בלי"נ אנשטרענגען.

שרגא האט געשריבן:אךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.

עס זענען דא מענטשן וואס זוכן נאכצוגיין און צו דערשמעקן יעדן ניק ווער דאס קען זיין און וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם שלייער, און דווקא דערפאר האב אפגעמאכט יא צו נעמען דעם זעלבן ניק וואס עס זענען אפילו דא וואס קענען מיר, און וואס איך שרייב דערמיט איז וואס איך האלט און מיין מיינונג איז תמיד דער זעלבער און זאל יענער מיר אויך דא נאכקוקן. הו קעירס?? איך גלייב נישט אז די מנהלים דארט (וואס א טייל פון זיי זענען מיינע נאנטע ידידים) וועלן מיר, צוליב דעם חטא פון שרייבן דא, אוועקנעמען מיין רשות כתיבה ביי זייער פורום, וואס דאס איז דאס ערגסטע וואס קען פאסירן, און אויב איז טאקע דאס וואס זיי וועלן טון איז אויך נישט דאס ערגסטע, ווייל איך גלייב אז איך האב דארט פיל מער געגעבן ווי גענומען...

אגב, בעת איך וויל שרייבן איבער א נושא איז מיר איצט שווער אפצומאכן אויב זאל איך עס שרייבן דארט וואס למעשה איז יעצט דא דארט מער מענטשן וואס וועלן קענען צולייגן און קאמענטירן דערויף אדער דא.. איך וועל יעצט איינמאל לייגן א נושא סיי דא און סיי דארט, און זען ווי עס וועט בעסער אויסמאכן. אגב, ביי מיר איז אן אשכול וואס האט א מיליאן תגובות אנגעפילט מיט נארישע ווערטער גארנישט ווערד קעגן אן אשכול מיט געציילטע אבער זאכליכע ענטפערס.

איצט עטליכע הגהות אויף דעם פורום בכלליות.

אויפן דף הראשי זע איך אט דאס:

ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס • ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן • ווייז נייע הודעות • זע אקטיווע אשכולות

אויב קען מען דאס פארקערצערן וואס געווען א גוטע זאך, ווייל עס איז זייער לאנג און פעלט נישט אויס.

"ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס" קען געטוישט ווערן צו "אומגעענטפערטע אשכולות" אדער אוועקנעמען דעם "ווייז".

"ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן" קען מען טוישן צו "אומגעליינטע אשכולות".

"ווייז נייע הודעות" קען מען אראפנעמען דעם "ווייז".

"זע אקטיווע אשכולות" וואס פעלט אויס דעם "זע"?

ביי די אשכולות ווערט שנעל א נייער דף, דער צענטער תגובה ווערט שוין א צווייטע דף, עס דארף פארלענגערט ווערן.

אקעי איך שטעל זיך פאר אז מען ארבעט אויף די זאכן, וועל איך זיך אפשטעלן דערווייל.
פרייטאג מערץ 02, 2012 1:27 pm#286
Re: קאמענטארן
אך איך אגרי צו כמעט יעדעס ווארט
מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:25 pm#328
Re: קאמענטארן
איך קען נישט מעקן מיינע הודעות אין אלע אפטיילונגען,
זונטאג מערץ 04, 2012 1:47 pm#416
Re: קאמענטארן
גדעון האט געשריבן:איך קען נישט מעקן מיינע הודעות אין אלע אפטיילונגען,


דארט ווי איינער האט שוין קאמענטירט אויף אייערע ווערטער קענט איר (קיינער) מער נישט מעקן.
זונטאג מערץ 04, 2012 9:40 pm#473
Re: קאמענטארן
באריסטא טייערער, קענסטי מיר אפשר זאגן, וואס איז די ציעל מיט די פארים, וועמען'ס איטערעסין'ס דיענט דאס ? איז דאס פין איין קהילה ?(בעלז? אפשר אזוי האב איך באמערקט פון אפאר תגובות??)

איך פרעג פאר נייגעריקייט איינער האט מיר גראדע שוין אויך געפרעגט די זעלבע פראגע אין אישי, וועמען'ס אינטערעסע,

עס ווערט נישט אויסגעשמיעסט וויאזוי דאס האט זיך געגרינדעט?
זונטאג מערץ 04, 2012 9:48 pm#475
Re: קאמענטארן
ווי עס איז שוין דערמאנט געווארן עטליכע מאל האבן מיר איין אינטערעסע: אז עס זאל עקזיסטירן א פארום וואו דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל קענען פארברענגען און שמועסן אן דעם וואס די דעות זאלן מוזן שטימען מיט די מנהלים, מייסדים און אנדערע באטייליגטע.
מיר טוען נישט רעפרעזענטירן קיין שום קרייז אדער קהילה. מיר רעפרעזענטירן יעדן. "קאווע שטיבל" האט זיך געגרינדעט טאקע צוליב דעם צורך פאר אזא ארט וואו יעדער איז וועלקאם, און וואו מ'זוכט נישט צו קאנטראלירן.
זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 pm#477
Re: קאמענטארן
באריסטא האט געשריבן:ווי עס איז שוין דערמאנט געווארן עטליכע מאל האבן מיר איין אינטערעסע: אז עס זאל עקזיסטירן א פארום וואו דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל קענען פארברענגען און שמועסן אן דעם וואס די דעות זאלן מוזן שטימען מיט די מנהלים, מייסדים און אנדערע באטייליגטע.
מיר טוען נישט רעפרעזענטירן קיין שום קרייז אדער קהילה. מיר רעפרעזענטירן יעדן. "קאווע שטיבל" האט זיך געגרינדעט טאקע צוליב דעם צורך פאר אזא ארט וואו יעדער איז וועלקאם, און וואו מ'זוכט נישט צו קאנטראלירן.

איך מיין אז די סיבה פארוואס דער עולם פארשטייט נישט איז וויל דער עולם איז נישט צוגעוואוינט צו אזא מציאות פון "אומאפהענגיק". אז ס'איז דא א פארום מיינט מען ס'דיענט עפעס איינעמ'ס אינטערעסען. מנהלים, איך מיין איר זאלט טוישן די מאטא פון "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" צו "א רואיג אומאפהענגיק ווינקל צו שמועסן און פארברענגן".
מוצ"ש מערץ 10, 2012 8:44 pm#937
הצעה: א "לייק" קנעפל
איך האלט פערזענליך אז ס'בעסטע און ווירקזאמסטע מיטל אז די מעמבערס זאלן האבן חשק צו שרייבן און תגובה'נען איז ווי פולע האבן שוין באטאנט און ערווענט אומצאליגע מאלן סיי דא. און סיי אין דאס אנדער קרעטשעמע. - א 'לייק' קנעפל. און די אורזאך איז א פשוט'ע. נעמליך יעדעס לייק פון סיי וועם אימער עס איז נאר גיט אומגעהויערע חיזוק און מוטיגונג פארן שרייבער.
נאך א געדאנק וואלט געווען יעדן גוטן לענגערן ארטיקל ארויפצוקלעבן און ארויפנאגלען אויפ'ן הויפט זייט פאר א שיין צייט-אפשניט כדי דער ציבור וואס דרייען זיך דא דורך אין די תקופה זאלן זיך אלע אנשטויסן דערין און האבן די מעגליכקייט אדורכצולייענען און גלייכצייטיג אפדאנקען דעם יעניגער וואס האט דעם ארטיקל מחבר געווען. ווי פארשטענדליך גיט דאס אסאך חיות פארן שרייבער. און ער שעפט נחת. שניידט זיינע פרוכטן זעהענדיג ווי אנדערע האבן הנאה. און אזוי אויך ווי ער האט געשאפן א קורת רוח פאר אנדערע.
מוצ"ש מערץ 10, 2012 8:50 pm#938
Re: קאמענטארן
מיר נעמען אין באטראכט יעדע גוטע הצעה. א דאנק.
זונטאג מערץ 11, 2012 11:59 am#1008
Re: קאמענטארן
איין קאמענט וואס איך האב, איז דאס מגיב זיין אויף א צווייטנס תגובה דורך די אדמיניסטראטארן, אן דעם רשות פונעם בעל התגובה.

איך רעד פון דער תגובה: l viewtopic.php?p=957#p957 l
שלמה_דיין האט געשריבן:איך בין מוחה אויף דעם דעגראדירנדיקן אויסדרוק "נקיבה" פאר א פרוי. איך פארשטיי אז די טעמע דא איז אויסדרוקליך אן הלכה'דיקע - אבער איך זע נישט א סיבה פארוואס מ'זאל נישט שרייבן מיט מינימאלע כבוד הבריות "מעג מען זיך פארשטעלן פורים ווי א פרוי?"
איך האב עס פארראכטן. קומענדיגן מאל ביטע מאכט אויפמערקזאם דורך דרוקן דעם "!" קנעפל און שרייבט אריין אייער פראבלעם. א דאנק.

מילא ווען די רעדע איז ניוול אדער אן אטאקע אויף איינעם א.ד.ג. פארשטיי איך אז מען איז מגיב אן יענעם'ס רשות. אבער סתם ווייל איינעם שמעקט נישט א געוויסן אויסדרוק, איז מען שוין מגיב, יענעם צופרידנצושטעלן? וועט מען מיינע תגובות קענען מאדיפיצירן בלויז ווייל איינעם וועט נישט שמעקן א געוויסן טערמין וואס איך וועל מעגליך ניצן (פארשטייט זיך אין אנקלאנג מיט די תקנות)?

מיט'ן פולסטן רעספעקט פאר די פירער דא, וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן די איינצעלהייטן פון דעם פאליסי, בעפאר איך ווער דא אקטיוו.

(פיצי ווערטער: איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער דעם ספעציפישן נושא וואס כ'האב געברענגט. איך נוץ דאס בלויז אלס א ביישפיל)
זונטאג מערץ 11, 2012 12:37 pm#1012
Re: קאמענטארן
איך האב גארנישט גערירט אין דער הודעה זעלבסט, בלויז אין דעם קעפל. "נקיבה" איז א ווארט וואס מ'נוצט אין סלענג און עס פאסט נישט פאר א קעפל. פארשטייט זיך אז מיר מאדיפיצירן נישט קיין תגובות בלויז ווייל איינעם שמעקט נישט א געוויסן טערמין.
זונטאג מערץ 11, 2012 12:41 pm#1013
Re: קאמענטארן
יישר כח פאר'ן ערקלערונג.
זונטאג מערץ 11, 2012 7:11 pm#1115
Re: קאמענטארן
אנקעטעס קען מען נישט נעמען?
זונטאג מערץ 11, 2012 7:16 pm#1116
Re: קאמענטארן
כ'מיין אז נאר די הנהלה קען. די ווילסט נעמען אן אנקעטע פון עפעס?
זונטאג מערץ 11, 2012 8:41 pm#1127
Re: קאמענטארן
יא, איך וואלט ווען געוואלט אן אנקעטע וויפיל אינגעלייט פון דא וואטשן מאוויס אדער שאוי'ס.

אין א שמועס מיט איינעם שבת האט זיך יענער ארויסגעכאפט אז פיפציג פארצענט היימישע יונגעלייט וואטשן שאוס. איז דאס אמת?
מאנטאג מערץ 12, 2012 9:44 pm#1235
Re: קאמענטארן
וואזוי ארבעטן די זייגערס דא ? ס'הערשט א צעמישעניש ביי די תגובות, כ'קען נישט מיטהאלטן וואו ס'דא א פרישע פאוסט ווייל די צייט איז זייער דיפפרענט פון איינעם צום צווייטן. פארשטייט איינער מאן ("מיין" בלע"ז) פראבלעם ?
מאנטאג מערץ 12, 2012 10:11 pm#1239
Re: קאמענטארן
איך זע נישט אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם זייגער. בסך הכל איז אלעס א שעה צוריקגעבליבן, ווייל דער זייגער האט זיך נישט געריקט אויטאמאטיש פארגאנגענעם מוצ"ש.
זונטאג יוני 24, 2012 1:19 pm#19540
ווען דו האסט א לינק צו וויקיפידיע, קאפי די לינק, און קליק אויף די קנעפל "URL", לייג אריין די לינק און דריק אוקיי, דאן לייג אריין די ווארט וואס דו ווילסט אז ס'זאל ווערן די לינק, (למשל "דא") און דריק נאכאמאל אוקיי.
זונטאג יוני 24, 2012 5:00 pm#19609
שכויח
דינסטאג יוני 26, 2012 6:35 pm#20183
ווען איך קאפי אריין א ווארד דאקומענט דארף איך איבער מאכן די ספעיסעס ביטווין פאראגראף'ס איז דא א עצה ס'זאל בלייבן?
זונטאג יולי 08, 2012 1:34 am#22325
די לעצטע 15 מינוט האט זיך קאווע שטיבעל זייער שטאט געלאוד, וואסי פשט ? אלע אנדערע סייטס זענען געווען געהעריג. איז עס נאר ביי מיר?
מיטוואך יולי 11, 2012 12:25 am#23234
ווער איז GOOGLE BOT וואס מ'זעט אונטען ביי ווער ס'איז אריינגעסיינט?
מיטוואך יולי 11, 2012 12:46 am#23240
זר זהב האט געשריבן:ווער איז GOOGLE BOT וואס מ'זעט אונטען ביי ווער ס'איז אריינגעסיינט?

דאס איז גוגל'ס ראבאט וואס קריכט ארום דעם אינטערנעט און אינדעקסט פעידשעס, די אנדערע סוירטש ענדשינס ווי בינג האבן דאס אויך.
מיטוואך יולי 11, 2012 12:49 am#23241
א דאנק (אפילו איך פארשטיי נישט קיין ווארט)
מיטוואך יולי 11, 2012 1:03 am#23242
זר זהב האט געשריבן:א דאנק (אפילו איך פארשטיי נישט קיין ווארט)

אפשר דאס ווער דיר אביסל ארויסהעלפן.


אביסל מער דעטאלן: לינק
מיטוואך יולי 11, 2012 1:08 am#23244
WOW ממש קרעזי. פארוואס אבער זעה איך עס נישט איבעראל? (די ווערטער גוגעל באט) נאר דא און אייוועלט?
מיטוואך יולי 11, 2012 1:13 am#23246
זר זהב האט געשריבן:WOW ממש קרעזי. פארוואס עבער זעה איך עס נישט איבעראל? (די ווערטער גוגעל באט) נאר דא און אייוועלט?

זעט אויס גוגל איז זייער אינטערעסירט אין וואס אונז שרייבן דא. :P אזוי ווי שוין געשמועסט דא.
זונטאג יולי 15, 2012 12:14 am#24138
כ'האב בטעות געשיקט צוויי מאל די זעלבע תגובה, איך זע מער נישט די x עס אויסצומעקן.
איז נאר דא די x אויב קיין איינער האט נאך נישט געשריבען נאך מיר?
למעשה וויאזוי פארמעק איך עס?
זונטאג יולי 15, 2012 12:16 am#24139
איך מיין אז מ'קען עס פארמעקן נאר עטליכע מינוט נאכ'ן שרייבן די הודעה.
זונטאג יולי 15, 2012 12:25 am#24140
מקען פארמעקן גענצליך נאר אויב קיינער האט נאכנישט געלייגט א תגובה דערנאך , אינקלודינג דו. אויב ווילסטע יעצט פארמעקן, מאך "רעדאגיר" און לאז איבער א פינטעל.
זונטאג יולי 15, 2012 12:59 am#24141
שכח
אז מ'רעדט שוין ווי קען איך ליינען וואס ס'מיינט די אלע סימבאלס אין די זייט פין די אשכולת, שווארץ אין רויט ,אסאך מאל רוקט זיך שטיקלעך ארויף אין אראפ.
זונטאג יולי 15, 2012 1:04 am#24144
זר זהב האט געשריבן:מקען פארמעקן גענצליך נאר אויב קיינער האט נאכנישט געלייגט א תגובה דערנאך , אינקלודינג דו. אויב ווילסטע יעצט פארמעקן, מאך "רעדאגיר" און לאז איבער א פינטעל.

נאך בעסער איז אויב די באריכסט און די שרייבסט מזאל אויסמעקן.
זונטאג יולי 15, 2012 3:19 pm#24266
זר זהב האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ווי אזוי רעאגירט מען אויף א תגובה אין אפאר שטיקלעך,
אויב איך וויל ציטערן (Quote) א שורה אין רעאגירען quote נאך א שורה אין רעאגירן?

ציטיר דעם גאנצען תגובה, קאפי דער quote וואס איז פון סוף פון דער תגובה פעיסט עס ביים סוף ווי דו ווילסט קאמענטירען, דערנאך קאפי די quote וואס איז אנפאנג תגובה, פעיסט עס פאר די קינמענדיגע ווערטער וואס דו ווילסט קאמענטירען, און ביים סוף קאפי נאכמאל די quote וואס באלאנגט סוף פון די תגובה פעיסט עס ביים סוף פון די ווערטער אויף וואסט דו ווילסט פריש רעאגירען וכו׳.

וויפיל באקומט איך באצאלט פאר אזא ארבעט ?


עס איז דא אסאך א גרינגערע וועג, אינטן קאפי די שורה וואס די ווילסט קוואטען דערנאך דריק ציטיר
דינסטאג יולי 24, 2012 1:45 pm#27972
קענען די מנהלים לייענען די "פריוואטע הודעות"?
דינסטאג יולי 24, 2012 1:49 pm#27975
שמעקעדיג האט געשריבן:קענען די מנהלים לייענען די "פריוואטע הודעות"?

ניין.
דינסטאג יולי 24, 2012 2:03 pm#27979
למען הפונקטליכקייט,
מיט אביסל דעטעבעיס ידיעות קענען זיי זעהן אלע רויע סחורה אין די בעק-ענד mysql (חוץ אינקריפטעד סחורה, וואס דאס איז געווענליך נאר פעסווארדס,)

אבער דאס איז אזאך וואס מ'דארף זיך ארומשפילן, האבן צייט, און וויסן וואס מ'זוכט
דינסטאג יולי 24, 2012 2:30 pm#27987
ריכטיג. פריוואטע הודעות זענען נישט ענקריפטעד, אבער עס איז נישטא קיין פשוט'ער מהלך זיי צו זען. אמת אז מ'קען זיך ארומשפילן מיט'ן mySQL דאטאבעיס, אבער צו טרעפן ספעציפישע פריוואטע הודעות איז אן עבודה רבה, און צו נאכפאלגן א שמועס קען נעמען א לאנגע צייט צו טרעפן יעדע איינציגע הודעה. אבער פאר דעם דארף מען האבן צוטריט צום דאטאבעיס, וואס אפילו די מנהלים פארמאגן נישט, בלויז דער הויפט אדמיניסטראטאר, וועלכער איז גענוג עטיש קיינמאל נישט זיך אריינצולאזן אין אזעלכע נידריגע אקטיוויטעטן. פארשטייט זיך, אז איר ווילט חושש זיין מחשש א העקער וכדומה, קענט איר נזהר זיין נישט צו שרייבן קיין פריוואטע אינפארמאציע אין אייערע פריוואטע הודעות.
דינסטאג יולי 24, 2012 3:02 pm#28007
אויך וויל איך וויסן אויב די גרינע און אראנדזשע הנהלה שרייבן קיינמאל גארנישט עפעס אנדערש נאר וואס אנבאלאנגט די הנהלה'שאפט? צי זיי האבן אויך אנדערע ניקס מיט וואס זיי שרייבן אנדערע ענינים אויכעט?

מוזט נישט ענטפערן אויב ס'איז שווער. כ'האף ס'איז נישט גילוי. מוזט דאך נישט ענטפערן וועלכע ניק דו נוצט, אויב בכלל......
דינסטאג יולי 24, 2012 3:04 pm#28008
למאי נפק"מ?
דינסטאג יולי 24, 2012 3:13 pm#28014
שמעקעדיג האט געשריבן:אויך וויל איך וויסן אויב די גרינע און אראנדזשע הנהלה שרייבן קיינמאל גארנישט עפעס אנדערש נאר וואס אנבאלאנגט די הנהלה'שאפט? צי זיי האבן אויך אנדערע ניקס מיט וואס זיי שרייבן אנדערע ענינים אויכעט?

מוזט נישט ענטפערן אויב ס'איז שווער. כ'האף ס'איז נישט גילוי. מוזט דאך נישט ענטפערן וועלכע ניק דו נוצט, אויב בכלל......

איך האב דאס גראדע געקלערט, און דאס איז איינע פון די קאווע שטיבל מעלות אז די הנהלה דא נוצט זיכער אנדערע ניקים פאר מילי דעלמא, אנדערש ווי ביי אייוועלט ווי זיי נוצן עס אייביג און מיט דעם רעדן זיי זיך איין אז וואס זיי שרייבן טראגט א העכערן געוויכט אמער איך בין דאך רויט! און איך האב דאס געשריבן מוז עס זיין מער וואליד! אויש, פליז דאונט געט מי סטארטעט אגעין...
פרייטאג יולי 27, 2012 1:09 pm#29290
ס'מאכט מיך נערוועז די "ציטירן". עטליכע ניקס ציטירן אפט ריזיגע שטיקער, ציטוט בתוך ציטוט בתוך ציטוט, לאנגע דרשות, וואס מאכט מיך סקראלן נאך 7 מאל מיין מייזל ביז איך קום אן צו די קוים-איין-שורה-תגובה וואס דער שרייבער האט מוסיף צו זיין.

את אחי אנכי מבקש. ביטע נישט ציטירן אבי געזונט. אפילו מיט איין תגובה, פעלט נישט אויס צו ציטירן די גאנצע.
לאזט נאר איבער די ווערטער אויף וועלכע איר ווילט זיך באציען, און די איבריגע מעקט אויס. עס מאכט גרינגער פאר אלע לייענער. מען פארשטייט בעסער וואס איר ווילט, וואס אייך קוועטשט, וכדו'.

מיט פולע דאנקע!
מאנטאג יולי 30, 2012 7:54 pm#29974
עס באדערט מיר אסאך מאל ווען איך וויל אריינשיקן איין הודעה נאכן צווייטן, קומט מיר ארויף א שטרענגע הודעה מיט רויטע דיקע ווערטער:

איר קענט נישט שיקן נאך אן הודעה אין אזא קורצע צייט נאכן שיקן אן הודעה..