Under maintenance
הויפט זייט » די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !

די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14124
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:15 am#456933
די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !
ס'איז אומגלויבליך זיך צו צוקיקען צי די אומדערהערטע און שמוציגע דראמא וואס שפילט זיך אפ דעי טעג בחצר סאדיגורא,

ס'קומט פאר א שרעקליכע גזילה לעיני השמש, א אומדערהערטע חוצפה ווי א פרוי פרובירט צו ציטרעטען מיט רשעות איר מאן'ס צוואה נאר ווייל זי אדער איר טאטע חיים משה פלדמן וויל אנדרעש !

יעדער איז דאך מודה בלי שום ספק !, אז די טאטע די סאדיגורא רבי ז"ל האט קלאר געוואלט אז זיין זוהן יצחק יהושע העשיל זאל אים איבערנעמען, אין ער האט אזוי געשריבען קלאר אין א צוואה כדת וכדין בלי שום ספק ספיקה,

קומט ציגיין א רביצין א מחוצפת אין א מושחת המידות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פלדמן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפען איר מאן'ס צוואה אין בית הכיסא אריין אין צו מאכען וואס "זי וויל", אין די חצופה האט נאך די חוצפה צו אינטערשרייבען איר נאמען אויף א אופיציעלע בריוו ! ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !

אבער די חוצפה איז אסאך טיפער !
ס'דאך זעהט אויס דא א סיבה פארוואס די טאטע האט אויסגעוועלט דעם קינד יצחק יהושע העשיל, ער איז א איידעלער אין א בעל מידות, בשעת ווען זיינע ברודער שלאגען זיך צי זיין רבי'ס ווייל זיי ווילען פשוט די כבוד אין די געלט אדער וואטעווער, עכ"פ נישט לשם שמיים, אין זיינע ברודער זענען גרייט צו ציטרעטען זייער טאטע'ס צוואה כאילו ס'וואלט געווען א שטיקל אשר יצר פאפיר ..... אין טרעטען אויף די עשרת הדברות ווי ס'שטייט כבד את אביך, אבי צו קענען "זיין א רבי" ...... וואט די העלל ! ס'שטינקט דאך מסוף העולם ועד סופו !

אבער וואס ס'גייט פאר איז, אז ווייל די מאמע אין די ברודער ווייסען אויך א "שיעלע" איז א איידעלער, ממילא האבען זיי אים געפרעשורט צו "מוותר זיין" אז חאטשיג זיין טאטע האט געשריבען אז אלע מוסדות זאלען גיין צו אים, זאל ער מוותר זיין ירושלים פאר איין ברודער, מוותר זיין לונדון פאר א צווייטע.... אין זיי ווייסען אז פאר אים איז שווער צו גיין מאכען א מחלוקת מיט זיין מאמע אין זיינע ברודער די רודפים אחר הכבוד, זיי ניצען פשוט אויס זיין גוטסקייט צו אים "רעיפען" לעיני כל הקהל, אין נאכדעם זאגען אהההה ער איז מסכים ! ס'איז א עוולה שאין כמוהו וואס יעדע רעכט רענקנדע מענטש דארף שרייען דערקעגען !

ס'איז ליידער נישט קיין נייע זאך אז קינדער פון א פארשטארבענעם רבי זאלען זיך קלעבען צו רביסטווע פאר די נישט ריכטיגע סיבות נאר פאר כבוד אין געלט, אבער דא איז אנדרעש, ס'איז אסאך נידריגער אין אסאך שמוציגער, ווייל די טאטע איז אוועק יונג, ער איז געווען ביים פולען באוויסטזיין אין ער האט קלאר געזאגט זיין רצון אן קיין שום מקום פאר א ספק, אן קיין שום וועג צי טענה'ן אז ער איז געווען פארקאלעכט אין מ'האט אים געזאגט וואס צו טאהן.....

די טאטע האט אים פארשריבען אלעס ! זיי האבען עס נישט ליב ?! איטס זשאסט טו בעד !! זאלען זיי גיין ארבעטען פאר פרנסה פונקט ווי יעדער איינער..... און טאמער זיי ווילען ווערען א רבי ווייל ס'איז נפשם חשקה צו כבוד אין געלט אין גאוה און זיי האלטען נישט ביים פאלגען זייער טאטע זיך צו מכניע זיין פאר זייער ברודער, קענען זיי עס טוהן אין זיך ריפען א צווייטע נאמען , טאמער זיי האבען משוגעים וואס זענען גרייט זיי צו נאכלויפען.....

אבער די צווינגען "שיעלע" צו מוותר זיין אויף די מוסדות אין ירושלים און אין לאנדאן וואס זייער טאטע האט קלאר געשריבען אז ס'זאל זיין תחת נשיאותו, דאס איז א שרעקליכע גזילה לאור השמש !!! א אומדערהערטע שמוציגע טהאט !
טאמער חיים משה פלדמן וויל זאל ער זיי קויפען נייע מוסדות ..... אבער דאס ווילען זיי נישט..... וויייל זיי ווייסען אז די מוסדות וועלען בלייבען ליידיג..... קיינער וועט נישט אהין גיין....
זיי ווילען האבען בעלות אויף די אלטע מוסדות מיט די תלמידים כדי זיי צו קענען ברעינוואשען אז דער איז די "נייע רבי" וואס ער גייט זיי יעצט זאגען וואס איז די רצון ה' ..... חאטשיג די גאנצע רביסטווע האט זיך בכלל אנגעהויבען דורך טרעטען אויף די עשרת הדברות אין אויף לא תגנוב אין אויף די רצון ה', אוי לאותה בושה !! אוי לאותה כלימה !!! אין די רצון ה' איז די לעצטע זאך אין וואס זיי זענען אינטערעסירט, ס'איז א גרויל צו זעהן וויי נידריג געוויסע טיפען וועלען פאלען פאר אביסל נארישע כבוד אין נארישע גאוה,

כ'רעד שוין נישט פון די שרעקליך היפאקריטישע חלק דערפון, די חסידישע חינוך (נישט אז איך האלט ס'איז ריכטיג...) גייט דאך אז מען דארף פאלגען דעם רבי'ן, אין אזוי זענען זיי מחנך די קינדער אין די חסידים, אבער ווען ס'קומט די מינוט ווען פאר זיי אליינס געפעלט נישט וואס די "רבי" זייער טאטע האט געוואלט, דאן זענען זיי גרייט צו טרעטען אויף די גאנצע "רצון צדיק" וואס זיי פרעפלען פאר אנדערע, אין זיי זענען גרייט צו טרעטען אויך אויף די עשרת הדברות ווען ס'שטימט נישט מיט זייער רצון פון "אני אמלוך" אין זייער רצון פאר כבוד אין גאוה !!

און ס'וויכטיג צו פארשטיין נאך א נקודה, לויט ווי ס'קוקט אויס פון וואס מען הערט, איז עס בכלל נישט געווען קיין סוד אז די טאטע האט געוואלט "שיעלע", ער האט אלץ געהאלטען אז ער איז זיין געראטענסטע קינד, ער האט אים ליב געהאט אין ער האט עס נישט געהאלטען פאר א סוד אז ער וויל אז ער זאל זיצען אויף זיין בענקל נאך זיינע הונדערט און צוואנציג,
נאר וואס דען, די חצופה רביצין מיט אירע בנים האבען געטראכט "יקרבו ימי אבל אבי" ווען ער וועט שטארבען וועלען זיי טוהן וואס זיי ווילען ! אין זיי וועלען מסתם נאך זאגען אז דאס איז געווען זיין רצון.... אין פארטיג,
האט אבער די טאטע די סדיגורער רבי דאס אויך פארשטאנען, ער האט פארשטאנען וואס די פלאן די רביצין מיט די בנים איז, ער האט געוויסט אז זיי ווילען נישט טוהן דאס וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג, פארדעם איז ער געגאנגען אין געשריבען א קלארע צוואה מיט דיינים אין מיט א עורך דין, כדי קיינער זאל נישט קענען נאכדעם פארקויפען וואס זיין רצון איז געווען,
און זעהט אויס אז פארדעם האט די חצופה רביצין נישט געוויסט פון די צוואה, ווייל איר מאן האט געוויסט אז טאמער זי ווייסט דערפון וועט זי מאכען געוואלדעס אין אים פארביטערען דאס לעבען, ממילא האט ער עס געהאלטען בסוד, אז ס'זאל ארויסקומען ווען ס'דארף ארויסקומען,

אין דאס איז וואס האט פאסירט פאר די לוויה, די צוואה איז ארויס געקומען, אין די חצופה רביצין מיט די בנים זענען געחאפט געווארען אין שאק, און זיך דערזעהן מיט א פראבלעם, די טאטע האט קלאר געשריבען וואס ער וויל, אין ס'איז אסאך שווערע זיך צי אויספייפען אויף אים, ממילא האבען זיי באשלאסען קודם צי אפלייגען די זאך אין נישט מכתיר זיין קיינעם, אין נאכדעם טרעפען א וועג צי זיך אויספייפען אויף זייער מאן/טאטע,

ס'אויך געווען זייער זייער נישט צום הארצען צי זעהן וויזוי "שיעלע" איז געשטיפט געווארען צו די זייט דורכאויס די שבעה, ווען זיי האבען געוויסט קלאר אז די טאטע האט געוואלט אז ער זאל פיהרען, דער עלסטער האט זיך געזעצט אינדערמיט מיט זיינע עלטערע ברודער לעבען עים, און "שיעלע" איז געזיצען אין די זייט ווי כאילו עפעס א פיפטע רעדעל.....
שבעה זענען זיי געזעצען ...... זיי קערען נישטאמאל וואס זייער טאטע וויל..... די גאנצע שבעה איז געווען א פריעוו צו זיך אהער שטעלען אלץ ממשיך קעגען זיין טאטע'ס רצון !!!
ווי נידריג !!!

למעשה האמת יורה דרכו, זיי קענען זיך שלאגען אויף ריעל עסטעיט, זיי קענען זיך דערקלערען "רביס"..... אבער צום סוף ווענד זיך עס ווי די חסידים וועלען גיין, אין ווי ס'זעהט אויס גייט רוב עולם מיט "שיעלע", אין די שמוציגע התנהגות פון די חצופה מיט אירע בנים האט מסתם נאר אויפגעטוהן אז מער מענטשען זאלען זיך פארעקלען פון זיי !!!

אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:53 am#456934
גראד פון די ערשטע מינוט האט שיעלע געזאגט אז ער איז גערן מוותר די רבי'סטעווע, זיין ברודער קען נעמען ירושלים און אפילו בני-ברק אויב ער וויל. ס'האט זיך אנגעהויבן ווען דער לאנדאנער ברודער האט גע'טענה'עט אז דער טאטע האט אים צוגעזאגט לאנדאן און די אנדערע ברידער (וואס זענען נישט געווארן רבי'ס) האבן געזאגט אז ס'איז נישט פשוט סתם אזוי זיך אויסצופייפן אויף די צוואה, אפילו אויב שיעלע וויל, איז געווארן דערפון א שאלה.

איין זאך איז זיכער, יעדער זעט קליפ און קלאר ווי אזוי הרב מש"י האט זיך אויפגעפירט, און ווי אזוי ער איז געווען א תובע בפה... אבער, פארשטייסט אים נישט? - ער האט זיך אלע יארן גע'הרג'עט פאר די זאך, מיט דעם חשבון אז ער וועט עס באקומען... וואס זאל ער יעצט טון, ווערן א שנארער?

אגב; גיב אכטונג, מ'שישקעט זיך אז ער האט א ניק דא, סא...
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:59 am#456935
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
איין זאך איז זיכער, יעדער זעט קליפ און קלאר ווי אזוי הרב מש"י האט זיך אויפגעפירט, און ווי אזוי ער איז געווען א תובע בפה... אבער, פארשטייסט אים נישט? - ער האט זיך אלע יארן גע'הרג'עט פאר די זאך, מיט דעם חשבון אז ער וועט עס באקומען... וואס זאל ער יעצט טון, ווערן א שנארער?

לויט ווי ס'זעהט אויס האבען זיי שוין לאנג געוויסט אז זייער טאטע וויל שיעלע,
נאר זייער פלאן איז מסתם לכתחילה געווען צו זיך דערקלערען רבי .... זיך אויספייפענדיג אויף זייער טאטעס רצון ! וואס זיי האבען נישט געוויסט איז אז ס'דא אזא קלארע צוואה ! וואס דאס האט צימישט די פלענער.....

ס'נישט געווען קיין שאק פאר זיי וואס זייער האט געוואלט ! זיי האבען געוויסט ! די שאק איז געווען די קלארע צוואה וואס מאכט שווערער די גזילה !!!
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:06 am#456936
מאן יימר?
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:11 am#456937
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:מאן יימר?

אזוי האב איך געליינט דא אין דארט, אז ער האט שוין א היבשע פאר מאל געזאגט פאר דעם אין פאר יענעם אז "שיעלע" איז זיין ממשיך,
ס'נישט געווען קיין סוד,
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:12 am#456938
ער האט געזאגט נאך זאכן אויף אנדערע קינדער. אויב זיי וואלטן געווארן רבי אין די צוואה, וואלסטו שוין געהערט.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:18 am#456939
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ער האט געזאגט נאך זאכן אויף אנדערע קינדער. אויב זיי וואלטן געווארן רבי אין די צוואה, וואלסטו שוין געהערט.

ניין, איך זאג דיר ס'נישט געווען קיין סוד, ער האט אלץ ליב געהאט דעם קינד, ער איז אלץ געווען זיין "פעיווירעט", יעדער האט געוויסט !
ס'נישט זאכען וואס קומען יעצט ארויס אז ער האט געזאגט ..... ס'איז בכלל נישט געווען קיין סוד ! ס'געווען א סוד פאר גאנץ בראד.....

פארוואס מיינסטע האט ער געשריבען א צוואה אונטערן רוקען פון די רביצין אין די קינדער ??? ווייל ער האט געוויסט וואס "זיי" ווילען, און ער האט געוויסט אז זיי ווייסען וואס ער וויל און ווילען אנדרעש !
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 7:45 am#456941
האט ער צוטיילט עפעס אין די צוואה פאר די אנדערע קינדער?
וועלכע נערמאלע טאטע געבט אלעס פאר איין קינד היינט צוטאגס?
לויט ווי איך פארשטיי איז אן ערסנטע שאלה אויב א צוואה פארמעקט די רעכטן פון א בכור.
שוין גארנישט א מחוצפת- די מאמע. זעהט אויס זי איז א קלוגע פרוי, וואס וויל עס זאל זיין שלום אין די משפחה.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 7:54 am#456944
ישי שטיינמעץ האט געשריבן:ס'איז אומגלויבליך זיך צו צוקיקען צי די אומדערהערטע און שמוציגע דראמא וואס שפילט זיך אפ דעי טעג בחצר סאדיגורא,

ס'קומט פאר א שרעקליכע גזילה לעיני השמש, א אומדערהערטע חוצפה ווי א פרוי פרובירט צו ציטרעטען מיט רשעות איר מאן'ס צוואה נאר ווייל זי אדער איר טאטע חיים משה פלדמן וויל אנדרעש !

יעדער איז דאך מודה בלי שום ספק !, אז די טאטע די סאדיגורא רבי ז"ל האט קלאר געוואלט אז זיין זוהן יצחק יהושע העשיל זאל אים איבערנעמען, אין ער האט אזוי געשריבען קלאר אין א צוואה כדת וכדין בלי שום ספק ספיקה,

קומט ציגיין א רביצין א מחוצפת אין א מושחת המידות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פלדמן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפען איר מאן'ס צוואה אין בית הכיסא אריין אין צו מאכען וואס "זי וויל", אין די חצופה האט נאך די חוצפה צו אינטערשרייבען איר נאמען אויף א אופיציעלע בריוו ! ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !

אבער די חוצפה איז אסאך טיפער !
ס'דאך זעהט אויס דא א סיבה פארוואס די טאטע האט אויסגעוועלט דעם קינד יצחק יהושע העשיל, ער איז א איידעלער אין א בעל מידות, בשעת ווען זיינע ברודער שלאגען זיך צי זיין רבי'ס ווייל זיי ווילען פשוט די כבוד אין די געלט אדער וואטעווער, עכ"פ נישט לשם שמיים, אין זיינע ברודער זענען גרייט צו ציטרעטען זייער טאטע'ס צוואה כאילו ס'וואלט געווען א שטיקל אשר יצר פאפיר ..... אין טרעטען אויף די עשרת הדברות ווי ס'שטייט כבד את אביך, אבי צו קענען "זיין א רבי" ...... וואט די העלל ! ס'שטינקט דאך מסוף העולם ועד סופו !

אבער וואס ס'גייט פאר איז, אז ווייל די מאמע אין די ברודער ווייסען אויך א "שיעלע" איז א איידעלער, ממילא האבען זיי אים געפרעשורט צו "מוותר זיין" אז חאטשיג זיין טאטע האט געשריבען אז אלע מוסדות זאלען גיין צו אים, זאל ער מוותר זיין ירושלים פאר איין ברודער, מוותר זיין לונדון פאר א צווייטע.... אין זיי ווייסען אז פאר אים איז שווער צו גיין מאכען א מחלוקת מיט זיין מאמע אין זיינע ברודער די רודפים אחר הכבוד, זיי ניצען פשוט אויס זיין גוטסקייט צו אים "רעיפען" לעיני כל הקהל, אין נאכדעם זאגען אהההה ער איז מסכים ! ס'איז א עוולה שאין כמוהו וואס יעדע רעכט רענקנדע מענטש דארף שרייען דערקעגען !

ס'איז ליידער נישט קיין נייע זאך אז קינדער פון א פארשטארבענעם רבי זאלען זיך קלעבען צו רביסטווע פאר די נישט ריכטיגע סיבות נאר פאר כבוד אין געלט, אבער דא איז אנדרעש, ס'איז אסאך נידריגער אין אסאך שמוציגער, ווייל די טאטע איז אוועק יונג, ער איז געווען ביים פולען באוויסטזיין אין ער האט קלאר געזאגט זיין רצון אן קיין שום מקום פאר א ספק, אן קיין שום וועג צי טענה'ן אז ער איז געווען פארקאלעכט אין מ'האט אים געזאגט וואס צו טאהן.....

די טאטע האט אים פארשריבען אלעס ! זיי האבען עס נישט ליב ?! איטס זשאסט טו בעד !! זאלען זיי גיין ארבעטען פאר פרנסה פונקט ווי יעדער איינער..... און טאמער זיי ווילען ווערען א רבי ווייל ס'איז נפשם חשקה צו כבוד אין געלט אין גאוה און זיי האלטען נישט ביים פאלגען זייער טאטע זיך צו מכניע זיין פאר זייער ברודער, קענען זיי עס טוהן אין זיך ריפען א צווייטע נאמען , טאמער זיי האבען משוגעים וואס זענען גרייט זיי צו נאכלויפען.....

אבער די צווינגען "שיעלע" צו מוותר זיין אויף די מוסדות אין ירושלים און אין לאנדאן וואס זייער טאטע האט קלאר געשריבען אז ס'זאל זיין תחת נשיאותו, דאס איז א שרעקליכע גזילה לאור השמש !!! א אומדערהערטע שמוציגע טהאט !
טאמער חיים משה פלדמן וויל זאל ער זיי קויפען נייע מוסדות ..... אבער דאס ווילען זיי נישט..... וויייל זיי ווייסען אז די מוסדות וועלען בלייבען ליידיג..... קיינער וועט נישט אהין גיין....
זיי ווילען האבען בעלות אויף די אלטע מוסדות מיט די תלמידים כדי זיי צו קענען ברעינוואשען אז דער איז די "נייע רבי" וואס ער גייט זיי יעצט זאגען וואס איז די רצון ה' ..... חאטשיג די גאנצע רביסטווע האט זיך בכלל אנגעהויבען דורך טרעטען אויף די עשרת הדברות אין אויף לא תגנוב אין אויף די רצון ה', אוי לאותה בושה !! אוי לאותה כלימה !!! אין די רצון ה' איז די לעצטע זאך אין וואס זיי זענען אינטערעסירט, ס'איז א גרויל צו זעהן וויי נידריג געוויסע טיפען וועלען פאלען פאר אביסל נארישע כבוד אין נארישע גאוה,

כ'רעד שוין נישט פון די שרעקליך היפאקריטישע חלק דערפון, די חסידישע חינוך (נישט אז איך האלט ס'איז ריכטיג...) גייט דאך אז מען דארף פאלגען דעם רבי'ן, אין אזוי זענען זיי מחנך די קינדער אין די חסידים, אבער ווען ס'קומט די מינוט ווען פאר זיי אליינס געפעלט נישט וואס די "רבי" זייער טאטע האט געוואלט, דאן זענען זיי גרייט צו טרעטען אויף די גאנצע "רצון צדיק" וואס זיי פרעפלען פאר אנדערע, אין זיי זענען גרייט צו טרעטען אויך אויף די עשרת הדברות ווען ס'שטימט נישט מיט זייער רצון פון "אני אמלוך" אין זייער רצון פאר כבוד אין גאוה !!

און ס'וויכטיג צו פארשטיין נאך א נקודה, לויט ווי ס'קוקט אויס פון וואס מען הערט, איז עס בכלל נישט געווען קיין סוד אז די טאטע האט געוואלט "שיעלע", ער האט אלץ געהאלטען אז ער איז זיין געראטענסטע קינד, ער האט אים ליב געהאט אין ער האט עס נישט געהאלטען פאר א סוד אז ער וויל אז ער זאל זיצען אויף זיין בענקל נאך זיינע הונדערט און צוואנציג,
נאר וואס דען, די חצופה רביצין מיט אירע בנים האבען געטראכט "יקרבו ימי אבל אבי" ווען ער וועט שטארבען וועלען זיי טוהן וואס זיי ווילען ! אין זיי וועלען מסתם נאך זאגען אז דאס איז געווען זיין רצון.... אין פארטיג,
האט אבער די טאטע די סדיגורער רבי דאס אויך פארשטאנען, ער האט פארשטאנען וואס די פלאן די רביצין מיט די בנים איז, ער האט געוויסט אז זיי ווילען נישט טוהן דאס וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג, פארדעם איז ער געגאנגען אין געשריבען א קלארע צוואה מיט דיינים אין מיט א עורך דין, כדי קיינער זאל נישט קענען נאכדעם פארקויפען וואס זיין רצון איז געווען,
און זעהט אויס אז פארדעם האט די חצופה רביצין נישט געוויסט פון די צוואה, ווייל איר מאן האט געוויסט אז טאמער זי ווייסט דערפון וועט זי מאכען געוואלדעס אין אים פארביטערען דאס לעבען, ממילא האט ער עס געהאלטען בסוד, אז ס'זאל ארויסקומען ווען ס'דארף ארויסקומען,

אין דאס איז וואס האט פאסירט פאר די לוויה, די צוואה איז ארויס געקומען, אין די חצופה רביצין מיט די בנים זענען געחאפט געווארען אין שאק, און זיך דערזעהן מיט א פראבלעם, די טאטע האט קלאר געשריבען וואס ער וויל, אין ס'איז אסאך שווערע זיך צי אויספייפען אויף אים, ממילא האבען זיי באשלאסען קודם צי אפלייגען די זאך אין נישט מכתיר זיין קיינעם, אין נאכדעם טרעפען א וועג צי זיך אויספייפען אויף זייער מאן/טאטע,

ס'אויך געווען זייער זייער נישט צום הארצען צי זעהן וויזוי "שיעלע" איז געשטיפט געווארען צו די זייט דורכאויס די שבעה, ווען זיי האבען געוויסט קלאר אז די טאטע האט געוואלט אז ער זאל פיהרען, דער עלסטער האט זיך געזעצט אינדערמיט מיט זיינע עלטערע ברודער לעבען עים, און "שיעלע" איז געזיצען אין די זייט ווי כאילו עפעס א פיפטע רעדעל.....
שבעה זענען זיי געזעצען ...... זיי קערען נישטאמאל וואס זייער טאטע וויל..... די גאנצע שבעה איז געווען א פריעוו צו זיך אהער שטעלען אלץ ממשיך קעגען זיין טאטע'ס רצון !!!
ווי נידריג !!!

למעשה האמת יורה דרכו, זיי קענען זיך שלאגען אויף ריעל עסטעיט, זיי קענען זיך דערקלערען "רביס"..... אבער צום סוף ווענד זיך עס ווי די חסידים וועלען גיין, אין ווי ס'זעהט אויס גייט רוב עולם מיט "שיעלע", אין די שמוציגע התנהגות פון די חצופה מיט אירע בנים האט מסתם נאר אויפגעטוהן אז מער מענטשען זאלען זיך פארעקלען פון זיי !!!

אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......

די רעדסט נאריש און נישט קיין איין נארמאלע ווארט

מ'שרייבט נישט קיין צוואה אן די דעת פון די ווייב
א פרוי וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיר אלע יארן גייסטי און די באעוולסט איר אויף אזא שרעקליכע פארנעם

זייער גוט אז די אנדערע ווערן רבי'ס כל הכבוד
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:33 am#456953
וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:51 am#456954
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.

עס קומט נישט אזוי ווייט אריין כיבוד אב צו אם די שאלה איז מער ווער עס האט די בעלות איבערצוגיבן ווייטער און איך מיין די ספק איז אלס די רבי צו די קהילה א רעביצין האב איך קיינמאל געהערט.
למעשה וויל זי נישט א צוקריגטע פאמיליע האט זי זיך געשטעלט דערויף צו גערעכט צו אומגערעכט ובדרך אפשר קאן זיין אז אין די צוואה שרייבט די רבי אז די נייע רבי קען משנה זיין לפי ראות עיניו דא האט איר די ערשטע שינוי עס איז מסתבר אז ר' מענדל שפרן האט זיך אויף דעם סומך געווען

אין א זייטיגע נאטיץ פארגין איך נישט פאר @ליטוואק די הנאה ווי די חסידישע רבי'ס זענען אזעלעכע תובע בפה'ניקס בריש גלי קעגן א קלארע צוואה פון די אלטע רבי...

ווי גייט די ניגון? איך וויל זיין א רבי...

#נעקסט לעוול בושות
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:54 am#456956
דער סאדיגורער רבי זצ״ל האט געהאט א העכערע חסידישן בליק אויף זיין רביסטעווע אלץ המשך פונעם הייליגן רוזינער און ממשיך עד ביאת הגואל. לויטן צוואה, האט ער ווי א חסיד פון די דאזיגער גזע געלייגט די רביסטעווע אויף גאר א הויכן פעדעסטל אין איהר געדינט בנאמנות בשליחות קודש פון זיינע הימלישע אבות. ממילא האט ער אט די כוחות, אלץ חסיד, זיך ניט געקענט זעהן מוריש צו זיין נאר פארן מערסטען-געראטענעם און איידעלסטן זוהן - רב שיעלע שליט״א. די רעבעצין ווידער מיט די אנדערע זיהן גיבן די זאך מער א פראקטישן בליק. ווי קען מען צונעמען פונעם עלטסטן דאס וועלכער ער וואשט זיך שוין דערצו דרייסיג יאהר?
למעשה, היסטאריש אין רוזין זענען אלע זיהן געווארען רביס אין אנדערע געגנטער. ממילא קענען אלע זוהן עפענען אייגענע חצירות (כפי הצוואה, אן דעם נאמען סאדיגורא אדער רוזין), און זיי וועלען מצליח זיין לויט זייערע כשרונות און לויט וויפיעל כוחות זיי אינוועסטירן.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:06 am#456958
עמעזאן האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ פארגין איך נישט פאר @ליטוואק די הנאה ווי די חסידישע רבי'ס זענען אזעלעכע תובע בפה'ניקס בריש גלי קעגן א קלארע צוואה פון די אלטע רבי...

ווי גייט די ניגון? איך וויל זיין א רבי...

#נעקסט לעוול בושות

האסטיך יעצט אויפגעוועקט? עס איז שוין געווען פיל גרעסער בושות פון די פני פון די חסידישע וועלט. די פראבלעם איז נישט וואס זיי טון, נאר דאס אז יעדער מוז עס פארטיידיגן. אנשטאטס א פאר שלעכטע מענטשן, ווערט א גאנצע ציבור שלעכט. דא וואס קיינער פארטיידיגט עס, איז עס סתם א מציאות, אז עס איז דא ערגעץ אין דער וועלט מענטשן וואס לעכצן נאך עפעס.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:09 am#456959
איינער שרייעט אז דאס איז ווי יעקב אבינו האט ליב געהאט יוספ'ל, און א צווייטער שרייעט אז דאס איז גענוי ווי אלטע פייגע זעצט זיך אויפ'ן בענקל און מאכט גערודער.
ירא העם וישפוט, וועמען זיי האבן ליב! גארנישט מער.
ס'דערמאנט מיך, ווען מ'האט געפרעגט א 'קלוגע' מענדעליסט, באלד נאכן הסתלקות פונעם ישועות משה, וואס האסטו געזען צו וועלען ר' מענדל איבער ישראל? האט ער געענטפערט א מיליאן דאלאר תשובה; ווייל מענדל האט מיך געלעקט!
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:17 am#456960
ATUB @בעל דרשן ATUB איינער זאגט מיר אז זייט די צוואה איז סדיגורא איז ארויס, קען רבי חיים שלום נישט שלאפן ביינאכט, און מיט רעכט...

ס'שטומט פיין מיט דיין אויסברוך.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:04 pm#456987
Re: די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !
בוטן האט געשריבן:איינער שרייעט אז דאס איז ווי יעקב אבינו האט ליב געהאט יוספ'ל, און א צווייטער שרייעט אז דאס איז גענוי ווי אלטע פייגע זעצט זיך אויפ'ן בענקל און מאכט גערודער.
ירא העם וישפוט, וועמען זיי האבן ליב! גארנישט מער.
ס'דערמאנט מיך, ווען מ'האט געפרעגט א 'קלוגע' מענדעליסט, באלד נאכן הסתלקות פונעם ישועות משה, וואס האסטו געזען צו וועלען ר' מענדל איבער ישראל? האט ער געענטפערט א מיליאן דאלאר תשובה; ווייל מענדל האט מיך געלעקט!
Cut copy paste וואס איינער האט מיר געפארוועד. פשוט אלץ אל תמנע האב איך עס דא אראפ געברענגט. עס איז נישט מיין מיינונג אזער מיין שרייבעכצער.

ק/פ

פון א מענדעליסט:

ס'איז אומגלויבליך זיך צו צוקיקען צי די אומדערהערטע און שמוציגע דראמא וואס שפילט זיך אפ דעי טעג בחצר סאדיגורא,

*ס'קומט פאר א שרעקליכע גזילה לעיני השמש, א אומדערהערטע חוצפה ווי א פרוי פרובירט צו ציטרעטען מיט רשעות איר מאן'ס צוואה נאר ווייל זי אדער איר טאטע חיים משה פלדמן וויל אנדרעש !*

יעדער איז דאך מודה בלי שום ספק !, אז די טאטע די סאדיגורא רבי ז"ל האט קלאר געוואלט אז זיין זוהן יצחק יהושע העשיל זאל אים איבערנעמען, אין ער האט אזוי געשריבען קלאר אין א צוואה כדת וכדין בלי שום ספק ספיקה,

*קומט ציגיין א רביצין א מחוצפת אין א מושחת המידות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פלדמן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפען איר מאן'ס צוואה אין בית הכיסא אריין אין צו מאכען וואס "זי וויל", אין די חצופה האט נאך די חוצפה צו אינטערשרייבען איר נאמען אויף א אופיציעלע בריוו ! ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !*

אבער די חוצפה איז אסאך טיפער !
ס'דאך זעהט אויס דא א סיבה פארוואס די טאטע האט אויסגעוועלט דעם קינד יצחק יהושע העשיל, ער איז א איידעלער אין א בעל מידות, בשעת ווען זיינע ברודער שלאגען זיך צי זיין רבי'ס ווייל זיי ווילען פשוט די כבוד אין די געלט אדער וואטעווער, עכ"פ נישט לשם שמיים, אין זיינע ברודער זענען גרייט צו ציטרעטען זייער טאטע'ס צוואה כאילו ס'וואלט געווען א שטיקל אשר יצר פאפיר ..... אין טרעטען אויף די עשרת הדברות ווי ס'שטייט כבד את אביך, אבי צו קענען "זיין א רבי" ...... וואט די העלל ! ס'שטינקט דאך מסוף העולם ועד סופו !

אבער וואס ס'גייט פאר איז, אז ווייל די מאמע אין די ברודער ווייסען אויך א "שיעלע" איז א איידעלער, ממילא האבען זיי אים געפרעשורט צו "מוותר זיין" אז חאטשיג זיין טאטע האט געשריבען אז אלע מוסדות זאלען גיין צו אים, זאל ער מוותר זיין ירושלים פאר איין ברודער, מוותר זיין לונדון פאר א צווייטע.... אין זיי ווייסען אז פאר אים איז שווער צו גיין מאכען א מחלוקת מיט זיין מאמע אין זיינע ברודער די רודפים אחר הכבוד, זיי ניצען פשוט אויס זיין גוטסקייט צו אים "רעיפען" לעיני כל הקהל, אין נאכדעם זאגען אהההה ער איז מסכים ! ס'איז א עוולה שאין כמוהו וואס יעדע רעכט רענקנדע מענטש דארף שרייען דערקעגען !

ס'איז ליידער נישט קיין נייע זאך אז קינדער פון א פארשטארבענעם רבי זאלען זיך קלעבען צו רביסטווע פאר די נישט ריכטיגע סיבות נאר פאר כבוד אין געלט, אבער דא איז אנדרעש, ס'איז אסאך נידריגער אין אסאך שמוציגער, ווייל די טאטע איז אוועק יונג, ער איז געווען ביים פולען באוויסטזיין אין ער האט קלאר געזאגט זיין רצון אן קיין שום מקום פאר א ספק, אן קיין שום וועג צי טענה'ן אז ער איז געווען פארקאלעכט אין מ'האט אים געזאגט וואס צו טאהן.....

די טאטע האט אים פארשריבען אלעס ! זיי האבען עס נישט ליב ?! איטס זשאסט טו בעד !! זאלען זיי גיין ארבעטען פאר פרנסה פונקט ווי יעדער איינער..... און טאמער זיי ווילען ווערען א רבי ווייל ס'איז נפשם חשקה צו כבוד אין געלט אין גאוה און זיי האלטען נישט ביים פאלגען זייער טאטע זיך צו מכניע זיין פאר זייער ברודער, קענען זיי עס טוהן אין זיך ריפען א צווייטע נאמען , טאמער זיי האבען משוגעים וואס זענען גרייט זיי צו נאכלויפען.....

אבער די צווינגען "שיעלע" צו מוותר זיין אויף די מוסדות אין ירושלים און אין לאנדאן וואס זייער טאטע האט קלאר געשריבען אז ס'זאל זיין תחת נשיאותו, דאס איז א שרעקליכע גזילה לאור השמש !!! א אומדערהערטע שמוציגע טהאט !
טאמער חיים משה פלדמן וויל זאל ער זיי קויפען נייע מוסדות ..... אבער דאס ווילען זיי נישט..... וויייל זיי ווייסען אז די מוסדות וועלען בלייבען ליידיג..... קיינער וועט נישט אהין גיין....
זיי ווילען האבען בעלות אויף די אלטע מוסדות מיט די תלמידים כדי זיי צו קענען ברעינוואשען אז דער איז די "נייע רבי" וואס ער גייט זיי יעצט זאגען וואס איז די רצון ה' ..... חאטשיג די גאנצע רביסטווע האט זיך בכלל אנגעהויבען דורך טרעטען אויף די עשרת הדברות אין אויף לא תגנוב אין אויף די רצון ה', אוי לאותה בושה !! אוי לאותה כלימה !!! אין די רצון ה' איז די לעצטע זאך אין וואס זיי זענען אינטערעסירט, ס'איז א גרויל צו זעהן וויי נידריג געוויסע טיפען וועלען פאלען פאר אביסל נארישע כבוד אין נארישע גאוה,

כ'רעד שוין נישט פון די שרעקליך היפאקריטישע חלק דערפון, די חסידישע חינוך (נישט אז איך האלט ס'איז ריכטיג...) גייט דאך אז מען דארף פאלגען דעם רבי'ן, אין אזוי זענען זיי מחנך די קינדער אין די חסידים, אבער ווען ס'קומט די מינוט ווען פאר זיי אליינס געפעלט נישט וואס די "רבי" זייער טאטע האט געוואלט, דאן זענען זיי גרייט צו טרעטען אויף די גאנצע "רצון צדיק" וואס זיי פרעפלען פאר אנדערע, אין זיי זענען גרייט צו טרעטען אויך אויף די עשרת הדברות ווען ס'שטימט נישט מיט זייער רצון פון "אני אמלוך" אין זייער רצון פאר כבוד אין גאוה !!

און ס'וויכטיג צו פארשטיין נאך א נקודה, לויט ווי ס'קוקט אויס פון וואס מען הערט, איז עס בכלל נישט געווען קיין סוד אז די טאטע האט געוואלט "שיעלע", ער האט אלץ געהאלטען אז ער איז זיין געראטענסטע קינד, ער האט אים ליב געהאט אין ער האט עס נישט געהאלטען פאר א סוד אז ער וויל אז ער זאל זיצען אויף זיין בענקל נאך זיינע הונדערט און צוואנציג,
נאר וואס דען, די חצופה רביצין מיט אירע בנים האבען געטראכט "יקרבו ימי אבל אבי" ווען ער וועט שטארבען וועלען זיי טוהן וואס זיי ווילען ! אין זיי וועלען מסתם נאך זאגען אז דאס איז געווען זיין רצון.... אין פארטיג,
האט אבער די טאטע די סדיגורער רבי דאס אויך פארשטאנען, ער האט פארשטאנען וואס די פלאן די רביצין מיט די בנים איז, ער האט געוויסט אז זיי ווילען נישט טוהן דאס וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג, פארדעם איז ער געגאנגען אין געשריבען א קלארע צוואה מיט דיינים אין מיט א עורך דין, כדי קיינער זאל נישט קענען נאכדעם פארקויפען וואס זיין רצון איז געווען,
און זעהט אויס אז פארדעם האט די חצופה רביצין נישט געוויסט פון די צוואה, ווייל איר מאן האט געוויסט אז טאמער זי ווייסט דערפון וועט זי מאכען געוואלדעס אין אים פארביטערען דאס לעבען, ממילא האט ער עס געהאלטען בסוד, אז ס'זאל ארויסקומען ווען ס'דארף ארויסקומען,

אין דאס איז וואס האט פאסירט פאר די לוויה, די צוואה איז ארויס געקומען, אין די חצופה רביצין מיט די בנים זענען געחאפט געווארען אין שאק, און זיך דערזעהן מיט א פראבלעם, די טאטע האט קלאר געשריבען וואס ער וויל, אין ס'איז אסאך שווערע זיך צי אויספייפען אויף אים, ממילא האבען זיי באשלאסען קודם צי אפלייגען די זאך אין נישט מכתיר זיין קיינעם, אין נאכדעם טרעפען א וועג צי זיך אויספייפען אויף זייער מאן/טאטע,

ס'אויך געווען זייער זייער נישט צום הארצען צי זעהן וויזוי "שיעלע" איז געשטיפט געווארען צו די זייט דורכאויס די שבעה, ווען זיי האבען געוויסט קלאר אז די טאטע האט געוואלט אז ער זאל פיהרען, דער עלסטער האט זיך געזעצט אינדערמיט מיט זיינע עלטערע ברודער לעבען עים, און "שיעלע" איז געזיצען אין די זייט ווי כאילו עפעס א פיפטע רעדעל.....
שבעה זענען זיי געזעצען ...... זיי קערען נישטאמאל וואס זייער טאטע וויל..... די גאנצע שבעה איז געווען א פריעוו צו זיך אהער שטעלען אלץ ממשיך קעגען זיין טאטע'ס רצון !!!
ווי נידריג !!!

למעשה האמת יורה דרכו, זיי קענען זיך שלאגען אויף ריעל עסטעיט, זיי קענען זיך דערקלערען "רביס"..... אבער צום סוף ווענד זיך עס ווי די חסידים וועלען גיין, אין ווי ס'זעהט אויס גייט רוב עולם מיט "שיעלע", אין די שמוציגע התנהגות פון די חצופה מיט אירע בנים האט מסתם נאר אויפגעטוהן אז מער מענטשען זאלען זיך פארעקלען פון זיי !!!

*אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......*

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:58 pm#457003
ישי שטיינמעץ האט געשריבן: ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !

אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......

א ''זייטיגע'' הערה (אדער נישט): @ישי איך גלייך נישט צו מישן אין אזאליכע טעפ, אבער סהאט מיר געגריצלט צו הערן עפעס וואס איך האב אייביג געוויסט די היפך אז ענגלישע מוידן זענען גווענדליך פון גאר א גיטע קוואליטעט און זענען מער געלערנט האבן מער קלאס און טאקט, געטריישאפט, איידלקייט וכדו' פון די דארוכשניטליכע אמעריקאנער מיידל (איך האב צוגעקימענע בני משפחה פון דארט), איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר וועט אביסעלע מער עלאברירען.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:19 pm#457007
די איינציגסטע אמעריקאנער מיידעל וואס איך קען איז מיין טאכטער, און זי איז א פיינע מיידעל, אבער נאך גאנץ יונג. די ענגלישע מיידלעך וואס איך קען זענען אויך גאנץ פיין, כולל מיין שוועסטערס, שוועגערינ'ס, ווייב און ווער נישט. אפשר צו מיר קלעבן זיך נאר פיינע מיידלעך.

אלזא, בין איך דא מוחה אויף דער מענדעליסטישע אויסברוך אויף ענגלישע מיידלעך. און אגב וויל איך דיר זאגן אז מיין מומעס געדענקן מרס מענדל הגר אין סעמינארי אין געיטסהעד. זי האט נישט מורא געהאט פאר די ענגלישע מיידלעך.
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:16 pm#457018
איינער מיט א ס"ה וויפיל משפחות רעדט מען דא? 100 200 ?
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:32 pm#457032
א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן אז ער האט געהאט א מאדנע חלום. א זקן מופלג מיט א הדרת פנים איז געקומען צו אים און געזאגט אז ער מוז זיך דערקלערן אלס א רבי! ס'איז געקומען די צייט ער זאל זיך מגלה זיין און אנהייבן פראווען באדמורת.

זאגט אים דער רבי, אשריך וטוב לך. נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא חלום. אבער אויב דו ווילסט ווערן רבי, דארפן די חסידים חלומ'ן אז דו ביסט רבי, נישט דו...

לעניננו? נישט נוגע. סתם זיך דערמאנט...
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:38 pm#457034
מפיל קינד האט געשריבן:א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן אז ער האט געהאט א מאדנע חלום. א זקן מופלג מיט א הדרת פנים איז געקומען צו אים און געזאגט אז ער מוז זיך דערקלערן אלס א רבי! ס'איז געקומען די צייט ער זאל זיך מגלה זיין און אנהייבן פראווען באדמורת.

זאגט אים דער רבי, אשריך וטוב לך. נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא חלום. אבער אויב דו ווילסט ווערן רבי, דארפן די חסידים חלומ'ן אז דו ביסט רבי, נישט דו...

לעניננו? נישט נוגע. סתם זיך דערמאנט...

היינט איז עס טאקע שוין נישט נוגע, ווייל מ'קען שוין היינט באקומען פון טשיינע אלעס פאר שפאט ביליג - אויך חסידים...
ואיבעית אימא, געב א קוק ספינקא, ווי פון דעם געקליבענעם ציבור ביי ר' הערשעלע האט זיך צעוואקסן זיבן קהילות, מיט גבאים, מיט קעכערס, מיט דרייווערס, מיט הויז בחורים, מיט שטוב מוידען, מיט רב הצעיר'ס, מיט אב''ד ואבק ואבד''ק...
ס'דא גענוג פאר יעדעם
מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:55 pm#457038
בת קול האט געשריבן:האט ער צוטיילט עפעס אין די צוואה פאר די אנדערע קינדער?
וועלכע נערמאלע טאטע געבט אלעס פאר איין קינד היינט צוטאגס?
לויט ווי איך פארשטיי איז אן ערסנטע שאלה אויב א צוואה פארמעקט די רעכטן פון א בכור.
שוין גארנישט א מחוצפת- די מאמע. זעהט אויס זי איז א קלוגע פרוי, וואס וויל עס זאל זיין שלום אין די משפחה.

ווער זאגט אז ער נישט געהאט נאך נכסים צו געבן פאר די איבריגע קינדער לויט די הלכה? אדמורו"ת איז נישט אלעס.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:47 am#457066
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.

און להלכה מוזן די קינדער פאלגען די מאמע וייל כיבוד אם איז דוחה מצות לקיים דברי המת.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 7:11 am#457067
סאדיגורער רבי האט נישט דיסקוטירט מיט די רביצין...
סאדיגורער רבי האט פארגעסן א וויכטיגע פרט - און איז יעצט חוזק:
ער האט זעך נישט דורכגערעדט מיט די פרוי זייינע - און איר געהאלטן אין דאַרק. יעצט האט עא באצאלט א פרייז

עפ״י תורה האט די פרוי נישט אריינצורעדן.
עפ״י תורה באקומט די פרוי נישט קיין פרוטה פון די ירושה - חוץ די מאתיים מנה כתובה.

אבער עפ״י פראקטיק איז די מאמע באלעבאס, און זי טראגט די הויזן - בחיים חיותו און כש״כ לאחר פטירת האב.

סאדיגורער רבי האט געמאכט א פעסטע צוואה מיט כשרע עדות, בצלילות הדעת - און געמאכט זיכער צו שרייבן יעדע זאך און זיך גוט באווארנט מיט אלעם.

אבער, ער האט פארגעסן אז די רביצין האט אויך א ווארט, און זי וועט האקן אויפן טיש.

שטעלט זיך די שאלה:
האט ער טאקע נישט מיטגעטיילט מיט זיין רביצין איבער זיין מאנסטער פלאן אז ער פשוט שחט׳ן דעם בכור זיינעם לאחר פטירתו און אים שיקן ליפטערן?

האט ער איר פשוט געהאלטן אין פינסטער?

אוודאי איז די רביצין גערעכט. זי דארף א משפחה פאר זי דארף א רעביסטעווע!

דער גרויסער דזשענטלמאן מעיד עי ביג מיסטעיק!
דאס נישט ארייננעמען די פרוי און די פיקטשער, און איר קאנווינסן אז דאס איז די בעסטע שריט, און זי זאל עס ראטעפיצירן ווען ער לעבט - דאס האט צוגעברענגט צו דעם!
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 7:35 am#457068
זייער גרינג צו דזשאדזשען יענעם, לויט ווי עס זעהט אויס איז זי געגאנגען די הויזן ביים לעבן אויך, ווי דער וועלט זאגט דער וואס האט דער מאה האט דער דעה, האט ער זי נישט געקענט זאגן ביים לעבן, ווייל זי וואלט אים געמאכט דאס גיהנם.

איין זאך וואס ער וואלט געקענט טוהן מער (ווען ער פרעגט מיר) איז מאכן א טעיפ ווי ער רעדט און איז מסביר פארוואס ער טוט דאס וכו' און ווי ער בעט איבער זיין עלטסטע וכו', דאס וואלט אים געגעבן מער בעלות בעולם הזה אפילו ווען ער איז שוין נישט דא.

הגם אין מיין אפיניען האט ער געגרייזט מיט דער גאנצע זאך, ווייל ער וואלט נישט געדארפט באבערען מיט דער אנגענומענע סיסטעם אז דער עלטסטע נעמט איבער. הגם טאמער וועלט דער עלטסטער געווען ממש א שטריק קען מען עס פארשטיין, אבער ווי עס זעהט אויס איז דער מציאות אז ער איז פשוט געגאנגען גאגא פאר דער יונגסטע, און ווען נישט פארדעם וואס דער אינגסטער איז אזא מלאך'ל וואלט דער רבי אויך מסכים געוועהן דער עלטסטער זאל זיין. א"כ איז דער העברה שלא ביושר מצד דער טאטע.

כלומר, מינוי שררה פאר דער קינד וואס איז דער מערסטע מוכשר ווערט דערמאנט, אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 8:31 am#457070
אישתישבי האט געשריבן: אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.

וועלכע בכורים זענען שטריקעס?

ר' אהרן פון קרית יואל איז ווייט פון א שטריק, א שיינער תלמוד חכם.

ר' ישראל פון בני ברק איז אפשר נישט קיין חכם אבער נישט קיין שטריק.

ר' ישראל האגער פון מאנסי איז אויך נישט קיין שטריק, קען פיין לערנען.

פאפא רב איז אויך אן ערליכע איד, ווייט פון א שטריק.

סקולענער רבי איז אויך נישט קיין שטריק.

איז רעדסטו פון איין רבי אין ב"פ וואס איז ניטאמאל קיין בכור?...
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:05 am#457073
איש פשוט האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.

און להלכה מוזן די קינדער פאלגען די מאמע וייל כיבוד אם איז דוחה מצות לקיים דברי המת.

ווער רעדט פון מצוה לקיים דברי המת? מ'רעדט פון כיבוד אב, וואס מכבדו במותו
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:22 am#457075
איך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:56 am#457076
[quote="אישתישבי"הגם אין מיין אפיניען האט ער געגרייזט מיט דער גאנצע זאך, ווייל ער וואלט נישט געדארפט באבערען מיט דער אנגענומענע סיסטעם אז דער עלטסטע נעמט איבער. הגם טאמער וועלט דער עלטסטער געווען ממש א שטריק קען מען עס פארשטיין, אבער ווי עס זעהט אויס איז דער מציאות אז ער איז פשוט געגאנגען גאגא פאר דער יונגסטע, און ווען נישט פארדעם וואס דער אינגסטער איז אזא מלאך'ל וואלט דער רבי אויך מסכים געוועהן דער עלטסטער זאל זיין. א"כ איז דער העברה שלא ביושר מצד דער טאטע.

כלומר, מינוי שררה פאר דער קינד וואס איז דער מערסטע מוכשר ווערט דערמאנט, אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.[/quote]
די ווינדער איז סך מער אפילו ער וואלט עס געגעבן פארן עלטסטן , האט ער נישט געזעהן די נייע אנגענומענע סיסטעם ווי אין וויזניץ און אין סקולען אז יעדער באקימט אייניג כדאי ס'זאל זיין שלום
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:38 am#457086
בת קול האט געשריבן:איך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.

ווי שטייט ער האלט נישט פון עם? ער האט פשוט געקליבן דער וואס איז די מערסטע ראוי לאותה איצטלא לפי דעתו
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:51 am#457088
עמעזאן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.

ווי שטייט ער האלט נישט פון עם? ער האט פשוט געקליבן דער וואס איז די מערסטע ראוי לאותה איצטלא לפי דעתו

מכלל לאו אתה שומע הן
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:21 am#457091
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איש פשוט האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.

און להלכה מוזן די קינדער פאלגען די מאמע וייל כיבוד אם איז דוחה מצות לקיים דברי המת.

ווער רעדט פון מצוה לקיים דברי המת? מ'רעדט פון כיבוד אב, וואס מכבדו במותו

ס׳איז גניבה וגזילה פון שיעלע.

ס׳אז פונקט ווי מ׳נעמט ארויס א מאה אלף פון זיין באנק קאנטע.
ס׳איז אלעס זיינס מן התורה - בלי שום פקפוק.

חוץ אויב ער געט עס אוועק און איז עס מקנה לאחיו.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:32 am#457093
נישט ממש.
געלט וויל קיינער אויפגעבן.
נישט יעדער איז אינטערעסירט אין די אחריות פון א רביסטעווע ביי די 24.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:09 pm#457101
בת קול האט געשריבן:איך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.

זיין טאטע האלט נישט פון אים?, ס''ה זאגט ער אז ער איז נישט געמאכט צו זיין א רבי על אף ער הייסט פרידמאן. זיין טאטע האט אבער שטארק געהאלטן פון אים, פינקט ווי א געווענטליכע טאטע האלט פון זיין פשוטן זון.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:18 pm#457102
במדבר האט געשריבן:
ישי שטיינמעץ האט געשריבן: ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !

אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......

א ''זייטיגע'' הערה (אדער נישט): @ישי איך גלייך נישט צו מישן אין אזאליכע טעפ, אבער סהאט מיר געגריצלט צו הערן עפעס וואס איך האב אייביג געוויסט די היפך אז ענגלישע מוידן זענען גווענדליך פון גאר א גיטע קוואליטעט און זענען מער געלערנט האבן מער קלאס און טאקט, געטריישאפט, איידלקייט וכדו' פון די דארוכשניטליכע אמעריקאנער מיידל (איך האב צוגעקימענע בני משפחה פון דארט), איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר וועט אביסעלע מער עלאברירען.

סארי.....
כ'האב נישט געמיינט אוועקצימאכען "לאנדאנע מיידלעך".... ס'האט זיך סתם אזוי געשריבען אין די היץ פון די מצב.....
איך בעט איבער די לאנדאנע מיידלעך.....
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:58 pm#457104
בת קול האט געשריבן:נישט ממש.
געלט וויל קיינער אויפגעבן.
נישט יעדער איז אינטערעסירט אין די אחריות פון א רביסטעווע ביי די 24.

אזוי האב איך אמאל געמיינט....
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:14 pm#457105
מפיל קינד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן: אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.

וועלכע בכורים זענען שטריקעס?

ר' אהרן פון קרית יואל איז ווייט פון א שטריק, א שיינער תלמוד חכם.

ר' ישראל פון בני ברק איז אפשר נישט קיין חכם אבער נישט קיין שטריק.

ר' ישראל האגער פון מאנסי איז אויך נישט קיין שטריק, קען פיין לערנען.

פאפא רב איז אויך אן ערליכע איד, ווייט פון א שטריק.

סקולענער רבי איז אויך נישט קיין שטריק.

איז רעדסטו פון איין רבי אין ב"פ וואס איז ניטאמאל קיין בכור?...

זיי זענען אלע שטריקעס, ווען אלע פין זיי קומען פין געווענליכע שטובער וואלסטו נישט געחלומט זיין צו פרעגן וועלכע נאמען צו געבן, אדער סיי וועלכע אדיעטישע שאלה עס איז אנגענומען אז מען דארף פרעגן א רבי.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:24 pm#457106
תשבי האט פארגעסן אז חכם עדיף מתשבי. וויאזוי קענסטו זאגן אלע רבי'ס זענען שטריקעס אן קיין אויסנאם, און טאשער רבי און סקולענער רבי און זלוטשובער רבי און ריבניצע רבי און קאסובע רבי און נאך און נאך וואס דו האלסט [מסתמא] אויך אז זיי זענען עפעס באזונדער?
חכמים הזהרו בדבריכם, ווייל אויב נישט חכמה ביים שרייבן, וואס דען?
און אויב האלטסטו אז אלע דערמאנטע זענען אויכעט שטריקעס, לא שבקת חיי לכל בריה... און חלילה ביז ארויף
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:27 pm#457107
עמעזאן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.

ווי שטייט ער האלט נישט פון עם? ער האט פשוט געקליבן דער וואס איז די מערסטע ראוי לאותה איצטלא לפי דעתו

איך וואלט עס מסביר געווען אזוי; אז אויב ער געבט דעם בכור ירושלים, נאר זיין הויף איז פאר ר' יושעלע, האט ער געגעבן עפעס מער פאר ר' יושעלע און נישט אוועקגעמאכט לחלוטין זיינע איבריגע קינדער, אבער יעצט זענען זיי לפי צוואתו ממש איבריג שב'איבריג'. א סאדיגערע שוואנץ וויל מקיים זיין די צוואה וועט ער מאכן זיכער אז די איבריגע שפירן גוט אז זיי זענען גארנישט.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:34 pm#457110
בוטן האט געשריבן:

וואס עפעס?? אויב האלט ער אז איין זון איז מער ראוי פון די אנדערע זאל ער גיבן אלעס פאר עם.

ער האט זייער ליב מש''י און געציל ער דערמאנט זיי אפילו אין די צוואה מיט הכרת הטוב, וואלט ער ווען געהאט א חסד ארגאניזאציע וואלט ער זיכער געשטעלט געציל זאל עומד בראש זיין בלי ספק

פונקט דו פארשטייסט אז אויב הערשל שרייבער האלט אז זיין צווייטע זון פירט בעסער א ביזנעס ווי זיין בכור וועט ער עם זיכער שטעלן אלס די איינציגסטע בעל הבית און כל שכן ברוחניות
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:36 pm#457111
בת קול האט געשריבן:איך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.

ווען ס'קומט צו שטעלען א מנהיג איז די ערשטע אינטערס נישט צו א קינד וועט זיך באליידיגען אדער נישט !!!

די ערשטע אין וויכטיגסטע אינטערעס איז [אדער דארף זיין] וואס איז בעסער פאר די המון עם וואס ער גייט זיין פאר זיי א מנהיג,

ס'איז די אינטערעסע פון א "כלל" !

דאס אז איינער "וויל" זיין א רבי איז בכלל נישט קיין שיקול ווען א ערענסטע מענטש איז שוקל וועגען א מנהיג פאר א כלל,
(אפילו פארקערט..... ווען איינער וויל אזוי שטארק זיין א רבי... איז עס זייער א שטארקע סיבה פאר טובת הכלל ער זאל נישט זיין.....)

טאמער האט די טאטע געהאלטען אז די פיפטע קינג איז די מערסטע ראוי, איז דאס אז עלטערע ברודער וועט זיך באליידיגען בכלל נישט קיין טענה, מען נאמינירט נישט קיין מנהיג פאר א סיבה אז טאמער נישט וועט ער זיך באליידיגען...... וואס פארא סארט טענה איז דאס בכלל ??????

לויט באריכטען האט די סדיגורער רבי ז"ל זייער ערענסט גענומען דעי דעסיזשען, ער האט זיך פארדעם דורכגרעדט מיט אנדערע ערענסטע מענטשען אין ער האט געמאכט א קלארע החלטה וואס ער האט געהאלטען איז טובת הכלל,

אנדערע האבען געשריבען אז די רביצען וויל נישט קיין מחלוקת אין די פעמילי..... אויך א נישט ריכטיגע טענה, פאר צוויי סיבות, איינס, טאמער זי וויל נישט קיין מחלוקת זאל זי זאגען פאר אירע קינדער אז זיי זאלען נישט מאכען קיין מחלוקת..... סארא סארט טענה איז דאס ?...... אין אנדערע ווערטער זאגען זיי אזוי ..... אז טאמער מען וועט זיי נישט פאלגען דעמאלץ וועלען זיי אנדרייען א מחלוקת..... פארשטייסט א מעשה.... זאלען זיי זיך מתגבר זיין אויף די מידות, און אננעמען זייער טאטע'ס/מאן'ס צוואה !
זאלען זיי מקיים זיין וואס זיי פרעדיגען פאר אנדערע !!!!!!
דאס איז איינס !

צווייטענס די זעלבע וואס כ'האב פריער געשריבען, אז די וויכטיגסטע שיקול איז נישט יא אדער נישט מחלוקת אין די פעמילי, די וויכטיגסטע שיקול איז וואס איז די בעסטע פאר'ן כלל, אין פריוואטע שיקולים אז איינער וואס וויל זייער שטארק זיין א רבי גייט זיך באליידיגען איז קיין שום סיבה צו מאכען ערגער פאר'ן כלל !!! זייער סימפל !!

לאמיר האפען אז ס'וועט טאקע זיין שלום ושלוה, אין אז די גאנצע סאדיגורער משפחה זאל אננעמען די קלארע רצון פון זייער טאטע און סטאפען פארפירען, ושלום על ישראל !
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:02 pm#457112
מיינונגזאגער האט געשריבן:
פון א מענדעליסט:

דער ארטיקל האט זיך ארום געדרייט און איז צוריק אהער אנגעקומען מיטען קעפל "פון א מענדעליסט",
שומו שמיים !
כ'האב מיט מנדליסט גארנישט ..... אין בכלל מיט וויזשניץ....
מ'זאל אפגעהיטען ווערען.....

בכלל "מענדליסטען" איז בכלל נישט א חסידות, נאר א משוגענע קולט במלא מובן המילה,
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:24 pm#457113
ישי שטיינמעץ האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
פון א מענדעליסט:

דער ארטיקל האט זיך ארום געדרייט און איז צוריק אהער אנגעקומען מיטען קעפל "פון א מענדעליסט",
שומו שמיים !
כ'האב מיט מנדליסט גארנישט ..... אין בכלל מיט וויזשניץ....
מ'זאל אפגעהיטען ווערען.....

בכלל "מענדליסטען" איז בכלל נישט א חסידות, נאר א משוגענע קולט במלא מובן המילה,

וואס איז יא א חסידות?
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:34 pm#457116
Re: די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !
בוטן האט געשריבן:וואס איז יא א חסידות?

א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:58 pm#457118
יהודי פשוט האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:וואס איז יא א חסידות?

א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'

אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 5:08 pm#457121
בוטן האט געשריבן:אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט

איך ווייס אז ביי ענק האט מען אנדערש געלערנט, און דאס איז טאקע די בראך! אז חז"ל (אדער ווי די רופסט עס בלשון גנאי "בבלי") האבן אונז געלערנט איין זאך, אבער ענק האט מען געלערנט עפעס אנדערש...
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 5:20 pm#457122
יהודי פשוט האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט

איך ווייס אז ביי ענק האט מען אנדערש געלערנט, און דאס איז טאקע די בראך! אז חז"ל (אדער ווי די רופסט עס בלשון גנאי "בבלי") האבן אונז געלערנט איין זאך, אבער ענק האט מען געלערנט עפעס אנדערש...

אויב דער בעל שם הק' האט מחדש געווען די דרך החסידות, האט עס נישט געדארפט שטימען מיט די גמרא אין הוריות, און טאקע וואס דו זאגסט, זעט מען פונקט די פארקערטע ביי אלע חסידות'ער וואס האבן זיך געהאדעוועט אינעם וויגעלע פון חסידות - אוקריינא.
רוזין, סטאלין, סלאנים, חב''ד, טשערנאביל, סאווראן, בערשאד, זינקוב, סלאוויטא, קארלין ענד יו נעים איט.
א רבי האט לפי חסידות המקורי נישט געמיינט א רב א ראש ישיבה, א ראש החברה צו א משפיע צו א ערוועלטער פונעם קהל. א רבי איז געווען א מושל וואס האט געהאט זיינע אנהעגער ביים נשמה. קען זיין דו האסט עס נישט ליב צו הערן, אבער דאס איז די מציאות.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 5:36 pm#457124
אוודאי אזוי, דער בעש"ט איז געווען די הויפט רב פון אוקראינה און מושל געווען ביד רמה, ארויסגעגעבן תקנות, און ווער ס'האט נישט געפאלגט איז מען דערגאנגען די יארן. דער מעזריטשער מגיד האט געהאט צענדליגער מוסדות וואו מ'האט געברענידעמעדשט טויזענטער קינדער אז ער איז גאט אליינס. דער גר"א פון דער אנדערער זייט אין געווען אן וואוילע אידל וואס איז געווען פארנומען זיך מתבודד זיין אין די וועלדער פון ליטא, ארומגעפארן פון שטאט צו שטאט מחזק זיין אידן, טאקע דערפאר האט ער נישט געקענט ליידן די חסידים.

אז מ'לערנט נישט קיין היסטאריע קען מען נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 7:22 pm#457137
פאקט נומער איינס - כאסידעס איז אמת, פערטיג.

יעצט, ווען מיר זען אז כאסידעס שטימט נישט מיט דער בבלי (בלשון חבה, אדער זלזול), דארף מען פטור ווערן פון דער בבלי אמשנעלסטענס. וכך הווה.

#פעטיציע_אלערט
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 7:35 pm#457138
בוטן האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
בוטן האט געשריבן:וואס איז יא א חסידות?

א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'

אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט

טאקע א בראך.
מיר זענען נעבעך אפגעפליקטע מענטשן מיט בבלי מקורות.
אשריכם סקווערע שווענץ וואס דארפן נישט קיין בבלי, דער ספר מאור עינים איז פונקט גוט.

אין בבלי געפונט מען נישט קיין היתר צו פארברענען מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן מנין, דארף מען טאקע פטור ווערן פון די שרעקליכע "בבלי מקורות".
ביי ענק האט מען טאקע אנדערש געלערנט.