Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא
יאסל ראקאווער #
די עלטערע די אינגערע, די אינגערע די עלטערע, די אינגערע צו די עלטערער, די עלטערע צו די אינגערער!
ווער דארף למען הצדק געבען וועם?!
ווער וועם? קיינעם פאלט נישט איין אז ס'קומט זיי ביידע נישט גארנישט?. אפשר איז דא עפעס א ערענסטע תלמיד וואס די עולם מיט די מאמע זאל באטראכטן. אהה, קיינמאל נישט! זיכער איז מען יורש די חסידים צוזאמן מיט די בילדינגס. די טאטע, די מאמע, די אינגערע, די עלטערע, די חסידים. יעדער איז בעצה אחת.
ווייסט עטץ וואס? וואס האב מיר אונז נארמאלע מענטשען אריינצורעדן אין יענע שטאל? כל דאלים גבר!!
די וועלטליכע חסידים זענען גערעכט, נישט ר' מאטל.
פארוואס זאג איך אזוי?
ווייל ער אליינס איז דאך מודה אז ביז תשל"ט אין סאטמאר, האט געארבעט די שיטה פון זיידע-טאטע-זון.
ווייל ער אליינס איז דאך מודה אז ביז תשי"ט אין בעלז, האט געארבעט די שיטה פון זיידע-טאטע-זון.
ווייל ער אליינס איז דאך מודה אז ביז תשכ"ח אין סקווער, האט געארבעט די שיטה פון זיידע-טאטע-זון.
ווייל ער אליינס איז דאך מודה אז ביז תשל"ט אין גור, האט געארבעט די שיטה פון זיידע-טאטע-זון.
סא, איי פון בעש"ט ביזן רבי ר' מענדלע, האט אנדערש געארבעט? גוטע קאשיא.
אבער היינט גייט עס אנדערש!