Under maintenance
הויפט זייט » אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן

אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14165
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 10:49 am#458094
אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
איך געהער צו א קלאס מענטשן וואס שטעלט זיך פאר צו זיין ראציאנאליסטיש און אינטעליגענט געשטימט. ניין, מיר גייען נישט ארום מיט א גרויסן טאוול זיך דערקלערן אזעלכע, אבער לאמיר זיין אפן מיט וואס מיר האלטן. מיר האלטן אז די וויסנשאפטליכע וועלט שטעלט פאָר אן אויפריכטיגער זוך פאר'ן אמת, און מיר זענען נישט נוטה צו גלייבן דאס וואס מ'רופט "קאנספיראציע טעאריעס". מיר גלייבן אין וואקסינען, מיר גלייבן אינעם מעדיצינישן עסטעבלישמענט, מיר גלייבן אין סייענס, און מיר גלייבן אין די פראצעסן וואס פראדוצירן די פאקטן און מיינונגען וואס קומען ארויס פון אט די תחומים.

אוודאי זענען מיר באוואוסטזיניג צו די פעלערן פון מענטשהייט, און אז יעדער סיסטעם מאכט טעותים. אבער מיר גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע וואס מיר פארמאגן, און אפילו מיר זאלן טאלערירן די טעותים וואס די סיסטעמען באגייען פון צייט צו צייט, ברענגען זיי אבער אונז נענטער צום אמת -- בעסער ווי די אלטערנאטיווע וועגן וויאזוי צו קוקן אויף פאקטן וואס ווערן געשטיצט דורך די וואס זענען אנטי-סייענס און די וואס צווייפלען אין די מאטיוון פון דעם מעדיצינישן עסטעבלישמענט.

מיר האלטן אז די וואס גלייבן דאס וואס מיר רופן קאנספיראציע טעאריעס לעבן אין אן עולם הדמיון וואס איז נישט ראציאנאליסטיש. זיי פאלגן נישט נאך די כללים פון לאגיק, און זענען נישט קאנסעקווענט אין זייערע מחשבות. מיר האלטן אז אויב זאל נאר קומען א מציאות וואס וועט זיי קלאר שלאגן אין פנים, און וואס שטימט נאר אויב זאל מען זיין ראציאנאליסטיש געשטימט, וועלן זיי זיין געצווינגען מודה צו זיין אז מיר זענען גערעכט.

און אט די איינרעדעניש וויל איך דא צעווארפן. פון אונזער פערספעקטיוו האט די קאראנא מגיפה געוויזן דעם כוח פון וויסנשאפט און פון ראציאנאלער טראכט. מענטשן וואס טראכטן ווי אונז, א שטייגער ווי אבאמא, ביל געיטס, ביידען, שכל'דיגע שרייבער, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט. דער פאקט אז עס זענען ליידער געווען אזויפיל טויטע, אין אלגעמיין און ביי אונז, וואלט לכאורה געדארפט ווייזן די וויכטיגקייט פון סייענס און מעדיצין, און פונעם ראציאנאלן טראכטן-סיסטעם. למעשה זעען מיר אז ס'איז פונקט פארקערט. ביי די וואס טיילן נישט מיט אונזער וועג פון טראכטן ברענגט דער מציאות אז זיי זאלן נאך מער אריינגראבן דעם פנים אין די קאנספיראציע טעאריעס און אומראציאנאלער טראכט. אבאמא און ביל געיטס האבן געוואוסט ווייל זיי אליין האבן געמאכט דעם ווירוס צוזאמען מיט כינע!

לעצטנס האב איך גערעדט צו א שיינע צאל היימישע אידן וואס זענען אנטי-וואקסערס, און עס שטעלט זיך ארויס אז א גרויסער פראצענט פון זיי האבן פארלוירן זייער טראסט אין וואקסינען פאראיאר ווען עס איז געווען די מיזעלס עפידעמיע. פון אונזער פערספעקטיוו איז עס אבסורד ביז גאר. די עפידעמיע פון מיזעלס האט געוויזן פונקט פארקערט, ווי וויכטיג וואקסינען זענען. אבער נישט נאר האבן אונזערע פריינט נישט איינגעזען דאס וואס מיר זעען פאר פשוט, נאר די פאקטן האבן זיי געמאכט נאך מער טראכטן אין דער פארקערטער ריכטונג.

דאס ווייזט מיר אז נישט נאר טראכטן מיר אנדערש, נאר מיר לעבן אין אנדערע יוניווערסן. מיר האבן ניטאמאל ארויס וואספארא פאקטן און איבערלעבענישן וועלן איבערצייגן די אנדערע זייט. דאס וואס מיר מיינען איז א ראיה פאר אונזער זייט, האלטן זיי גאר פאר א ראיה אויף זייער זייט!

איך האלט אז דאס איז דער גרעסטער פראבלעם וואס די דעמאקראטן פארשטייען נישט. אפילו אויב ביידען וועט געווינען אין די קומענדיגע וואלן, איז נאך אלץ א טראגעדיע אז די דעמאקראטן האבן נישט געקענט רירן צום ווייניגסטנס 40 פראצענט פון אמעריקע פון זייער טראמפ-שטיצע. די דעמאקראטישע פירער פארשטייען נישט וואס טרייבט א טראמפיסט, זיי זענען נישט משיג די חוקים פונעם טראמפיסטישן יוניווערס. זיי מיינען אז מיט א וואשינגטאן פאוסט "פעקט טשעקער" קען מען איבערצייגן א טראמפיסט, אדער אז מיט'ן ווייזן אז ביידען האט פאראויסגעזאגט אז אמעריקע איז נישט גרייט פאר א פאנדעמיק בשעת טראמפ האט אפגעלאכט די גאנצע זאך קען מען איבערצייגן איינער וואס איז גענויגט צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס. די פירער פון דער דעמאקראטישער פארטיי האבן מועיל געווען אין זייער שליחות מיט'ן נישט טיף אפלערנען וואס עס מאכט "טיקן" א טראמפיסט, און פרובירן צו רעדן צו זיי אויף זייער שפראך און לויט די לאגיק-חוקים אין זייער יוניווערס.

דאס זעלבע מיר -- ראציאנאלע אידן וואס פרובירן אויפצואוועקן אונזערע חסידישע ברידער וואס זענען איינגעטונקען אין אמונות טפילות -- מאכן אויך דעם טעות. מיר דארפן טיף און גוט אפלערנען וואס טרייבט אונזערע ברידער אינעם אנדערן יוניווערס. מיר דארפן פארשטיין זייער וועג פון טראכטן און וואס עס איבערצייגט זיי. נאר אזוי קען מען עפעס אויפטון פאר אידישקייט, כלל ישראל, און די מענטשהייט.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 11:19 am#458099
אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
ס׳טוהט טאקע וויי ווען מ׳זעהט די בּעקפייר עפעקט און ווי ווייט עס קען גרייכן. און ונוי שער פילאזאף פערדינאנד שילער האט געזאגט איס דאס איינע פון די פונדאמענטאלע געזעצן פונעם נאטור. (דאס פארענטפערט אבער נישט אזוי ווייט ווי אזוי זיי אליין מאכן שלום מיט די אינקאָנסיסטענסיִס אין זייערע אייגענע פאראדיגמען און פרעימווארקס פון טראכטן, אחוץ פון דאס איגנארירן קעגנזייטיגע הוכחות און עווידענס צו זייערע גלויבונגען.)

‏זיי זאגן טאקע אז איינע פון די וועגן וואס מ׳דארף אין אכט נעמען אויף צו טוישן מענטש׳נס (איראציאנאלע) גלויבונגען און זיי צו איבערצייגן ברויך מען פאקוסירן אויף וואס מ׳וויל אויפווייזן (און ערגענצן אנשטאט די פאלשע גלויבונג) [די חלק פון ״יא״] ווי איידער די פאלשע גלויבונג וואס מ׳וויל אפפרעגן [די חלק פון ״ניין״]. דאס גייט צוזאמען מיט וואס ATUB @ראובן ATUB זאגט אז מ׳דארף פארשטיין די מהלך המחשבה, די עמאציאנאלע (אילאגישע וכו׳) אינוועסטמענט וכו׳ וואס די מענטשן האבן אין זייער פאלשע גלויבונג, און פארשטיין אז מיט׳ן פאָקוּסירן אויף דאס צו צוווארפען קען יענער שפירן ווי מ׳טוהט צוווארפען זיין גאנצע קאגניטיווע אויסבליק אויף (עכ״פ יענע אספעקט) פונעם וועלט/יקום (וממילא אפשר א חלק פון זיין ישות). ‏(דאס קען בפרט נוגע זיין פאר א גלויבונג וואס קומט צושטאנד מחמת די ״געמיינדע/סאציאלע געזעלשאפט״ וכדומה, וואס ווי באקאנט עפ״י די טעאריע פון סאציאלע קאנסטראקשיניזם (פון רעאליטעט קען די סאציאלע אומשטענדן ממש קובע זיין וואס איז טאקע די רעאליטעט פאר׳ן מענטש.)
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:33 pm#458125
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 8:02 pm#458128
איר 'גלויבט' אין וואקסינאציעס, איר 'גלויבט' אין מעדיצין, איר 'גלויבט' אין דער סיסטעם, איר 'גלויבט' אין פעלערן, איר 'גלויבט' אבאמא, געיטס וכו'. בקיצור איר 'גלויבט'!

אויב איז מען 'איבערצייגט' דאן דארף מען נישט 'גלויבן', אויב מיר 'גלויבן' דאן זענען מיר נישט איבערצייגט.

אנטשטאט זיך צו האלטן צום 'גלויבן' ליבערשט פרובירט אייך צו 'איבערצייגן'!
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 9:41 pm#458138
Re: אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
גלייבן איז סינאנים מיט'ן זיין איבערצייגט. אז איבערצייגט געפעלט דיר בעסער, לייג עס אריין במקום גלייבן. און אגב טויש שוין דעם נוסח פון אני מאמין.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 9:46 pm#458141
קורקלענד האט געשריבן:איר 'גלויבט' אין וואקסינאציעס, איר 'גלויבט' אין מעדיצין, איר 'גלויבט' אין דער סיסטעם, איר 'גלויבט' אין פעלערן, איר 'גלויבט' אבאמא, געיטס וכו'. בקיצור איר 'גלויבט'!

אויב איז מען 'איבערצייגט' דאן דארף מען נישט 'גלויבן', אויב מיר 'גלויבן' דאן זענען מיר נישט איבערצייגט.

אנטשטאט זיך צו האלטן צום 'גלויבן' ליבערשט פרובירט אייך צו 'איבערצייגן'!


:P .The backfire effect in action
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:49 am#458154
וויבאלד איך בין ראציאנאליסטיש געשטימט...? גלייב איך אין די מעדיצינישע "עסטעבלישמענט"! (ביזט באקאנט מיט מחלוקת'ער Within די מעדיצינישע געזעלשאפט? דו ווייסט וויפיל מאל די צד המיעוט האט נאך לאנגע "יארן" צום סוף געווינען די "עסטעבלישמענט" מיינונג?)
וויבאלד די דעמאקראטן שרייען כסדר קעגן טראמפ...?
זענען זיי די וואס זענען געווען ראציאנאליסטיש כלפי די קאראנע וויירוס!
וויבאלד 40 פראצענט אמעריקאנער וועלן ווייטער וועלן טראמפ...?
דאס מיינט אז זיי טראכטן אום ראציאנאל כלפי די קאראנע וויירוס!

ס'פאסט נישט פאר דיר אזא שמאל קעפיקייט.... :lol:
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 8:50 am#458155
איינער פון די גרעסטע פראבלעמן היינט אין אמעריקא איז אז ס'פעלט אין באלאנס.

דאס הייסט, דער אינסטינקט פון יעדער דענקער איז אז זאכן זענען קיינמאל נישט כפשוטם, יעדער זאך האט טיפקייט און נואנסן. עס איז אבער דא מענטשן וואס האבן נישט די אינסטינקט, אבער מיט שכל קענען זיי דאס וויסן. די אלגעמיינע אינסטינקט פון אסאך אנדערע מדינות איז צו כאפן די נקודה, און אין אמעריקא האבן זיי דאס נישט.

ממילא נעמט מען יעדער זאך כפשוטו ממש, און מ'דארף אריין טראכטן צו כאפן די פארשידענע צדדים.

טאמער איינער וויל שפילן מיט מענטשן דאהי אין אמעריקא, דארף ער נאר אנכאפן דער פשטות זיינער, און דערנאך גייט עס געשמירט, ווייל דער ציבור הרחב לעבט נאר מיט די פשטות.

די פשטות פון דער לינקער איז זיין זאכן, און ער קען ניטאמאל איינזען אז עס איז דא מער צו די סוגיא ווי וואס ער זעט. יא, א שווארצע איז געהרג'ט געווארן, און מיר דארפן עפעס טון דערוועגן. די סבה איז, ווייל די פאליציאנט, און די גאנצע פאליציי סיסטעם ,איז ראסיסטיש געשטימט. איז דאס די גאנצע סבה? קען עס נישט זיין מערערער סבות? און אויב יא, וויפיל זאכן דארף מען טון דאס צו לעזן? וואס איז די תפקיד פון הפגנות? טאמער זיי זענען טאקע נוצבאר, דערלייגט מען דען גארנישט פון די ראיאטן? וואס איז די מעשה מיט די גניבות וגזילות? קען מען זיי נישט פארדאמן אן צו בארירן די עיקר נקודה?

און דאס איז נאר איין ביישפיל פון די לינקע.

אזוי אויך ביי די רעכטע. זיי קוקן נאר אויף די ראיאטן, און דערנאך זאגט מען אז מ'דארף ברענגן מער מאכט אפצושטעלן די ראיאטן. עס גייט נישט אריין אין געדאנק אז מיט מאכט לעזט מען נישט מענטשליכע פראבלעמן. און טאמער מ'דארף דא דארט נוצן מאכט, דארף מען עס טון צוזאמן מיט די חכמה פון לאזן די פראטעסטירער מיט עפעס. ניין, נאר איין אזך איז פארהאנן און דאס איז 'אפשטעלן די ראיאטן, און ווייזן מי בראש'.

דאס איז גילטיג אין יעדער ריר און טריט פון א לאנד, ווארום א לאנד איז א קאמפליצירטע זאך, און מ'דארף עס באהאנדלן מיט א קאמפליצירטע בליק. און דאס איז א נאציאנאלע אמעריקאנע פראבלעם, און האט גארנישט מיט רעכט צו לינק. די רעכטער זענען די וואס זאגן אפיציעל אז אלס איז פשוט, אלס איז איינזייטיג, ווען די לינקער פראבירן זיך אהער צו שטעלן אלס מער נואנסד, אבער די נואנס זייערע איז א דינע שיכט אויף א גראבן קערפער פון איינזייטיגקייט, די אינסטינקט איז נישט קאמפליצירט, און ממילא איז די אינסטינקט איינזייטיג.

צינישע מענטשן נוצן אויס די חולשה פאר זייער צוועקן. עס קומט א פאליטישע קאמפיין, ווייזט בילדער פון א פארברענטן געביידע, און דערמיט לייגט מען ביים מענטש אין געוויסן אז אויף דעם האנדעלט זיך די גאנצע פאליטישע סוגיא. דערווייל, זוכן זיי גאר עפעס אנדערש.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:32 am#458157
און פאר דעם אויך האט מען זיך דא געכאפט צו די זוטות, די מינדערוויכטיגע עניינים, ווי דער לשון 'גלויבט' אדער די 'עסטעבלישמענט', און מ'האט נישט געכאפט די ענין זעלבסט, אז גלויבן מיינט אננעמן, און די עסטעבלישמענט מיינט נישט זייער מסקנות נאר זייער מהלך. ווייל מ'איז צוגעוואוינט צו טראכטן פלאטשיג און האלבוועגס.

און די דעמאקראטן טון די זעלבע ביים ברוגז ווערן צוליעב קלייניקייטן.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:42 pm#458165
ליב צו וויסן האט געשריבן:וויבאלד איך בין ראציאנאליסטיש געשטימט...? גלייב איך אין די מעדיצינישע "עסטעבלישמענט"! (ביזט באקאנט מיט מחלוקת'ער Within די מעדיצינישע געזעלשאפט? דו ווייסט וויפיל מאל די צד המיעוט האט נאך לאנגע "יארן" צום סוף געווינען די "עסטעבלישמענט" מיינונג?)
וויבאלד די דעמאקראטן שרייען כסדר קעגן טראמפ...?
זענען זיי די וואס זענען געווען ראציאנאליסטיש כלפי די קאראנע וויירוס!
וויבאלד 40 פראצענט אמעריקאנער וועלן ווייטער וועלן טראמפ...?
דאס מיינט אז זיי טראכטן אום ראציאנאל כלפי די קאראנע וויירוס!

ס'פאסט נישט פאר דיר אזא שמאל קעפיקייט.... :lol:

דער ציל פון דעם אשכול איז נישט צו דעבאטירן די ריכטיגקייט פון מיין וועלט-אויסקוק. קענסט עפענען אן אשכול "זענען די א.ג. ראציאנאליסטן טאקע ראציאנאל?" און כ'וועל דארטן גערן שמועסן מיט דיר דערוועגן. דער שמועס דא איז בעיקר פאר מענטשן וואס טיילן מיין וועלט-אויסקוק, וויאזוי מיר קענען -- בעסער געזאגט: קענען נישט -- דורכקומען צו די מוחות פון די וואס האבן א מער-קאנספיראטארישן בליק אויף דער וועלט פון וויסנשאפט.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 3:22 pm#458175
א נייע מהלך ביי די א.ג. ראציאנאליסטישע 'עסטעבלישמענט', ארויסגעווארפן אלע פרינציפן פון פרייהייט פון רעדע און דעבאטע, ווילן בשום אופן נישט הערן די אנדערע צד און קלאגן אויף די פאקט אז מער און מער מענטשן הייבן אן באמערקן אז זיי דארפן ארויסגיין פונעם אינדאַקרינירטע בּאַקסל.

ראובן טייערע, איר קענט נאך אראפקריכן פון בוים און ווערן איינער פון די וואס האבן פלוצים אנגעפאנגען זעהן און כאפן וואס ס'טוהט זיך.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 3:33 pm#458178
ממש ווי דער פותח האשכול האט אנגעהויבן. ער וויל ארויס ברענגן אז מיר לעבן טאקע אין אנדערע רעאליטעטן, אז ביי אים איז וויסענשאפט נקבע ע"י ווייסערס און פארשערס, וואס האבן, ביזדערווייל, די בעסטע סיסטעם פון פארשן די וועלט.

און וואס זאגט דער אנדערע? אז ער קען אראפ קריכן פון א בוים, וועגן פרייהייט, אז מ'האט אים פארשוויגן ועוד ועוד. ווייל ברגע דו האסט געזאגט א לינק געשטימטע מיינונג, צינד זיך אן א מאשין וואס שפריצט ארויס די סארט ווערטער. איי, אין דיין וועלט עגזיסטירט נישט אזא מאשין? דאס איז ווייל עס איז אנדערע וועלטן טאקע.

א קלארן ראיה געבראכט.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:01 pm#458182
ATUB @קורקלענד ATUB , דו שרייבסט שלא מן הענין. ס'איז ווי אן אהרוני זאל עפענען אן אשכול פאר פעללאָ אהרונים מסביר צו זיין וואספארא סארט שפראך ארבעט נישט צו איבערצייגן זאלוינים אז זיי זענען נישט גערעכט. קומט א זאלויני אריין אינעם אשכול און טשעלענדזשט דעם שרייבער אז די אהרונים זענען ראנג. ר' איד, דאס איז נישט די נושא דא. דעריבער, אדער האלט דיך ביים ענין, אדער עפן א נייעם אשכול איבער דער נושא פון וואס דו ווילסט רעדן, און כ'וועל גערן אהינקומען כפי מסת הפנאי.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:53 pm#458184
ראובן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:וויבאלד איך בין ראציאנאליסטיש געשטימט...? גלייב איך אין די מעדיצינישע "עסטעבלישמענט"! (ביזט באקאנט מיט מחלוקת'ער Within די מעדיצינישע געזעלשאפט? דו ווייסט וויפיל מאל די צד המיעוט האט נאך לאנגע "יארן" צום סוף געווינען די "עסטעבלישמענט" מיינונג?)
וויבאלד די דעמאקראטן שרייען כסדר קעגן טראמפ...?
זענען זיי די וואס זענען געווען ראציאנאליסטיש כלפי די קאראנע וויירוס!
וויבאלד 40 פראצענט אמעריקאנער וועלן ווייטער וועלן טראמפ...?
דאס מיינט אז זיי טראכטן אום ראציאנאל כלפי די קאראנע וויירוס!

ס'פאסט נישט פאר דיר אזא שמאל קעפיקייט.... :lol:

דער ציל פון דעם אשכול איז נישט צו דעבאטירן די ריכטיגקייט פון מיין וועלט-אויסקוק. קענסט עפענען אן אשכול "זענען די א.ג. ראציאנאליסטן טאקע ראציאנאל?" און כ'וועל דארטן גערן שמועסן מיט דיר דערוועגן. דער שמועס דא איז בעיקר פאר מענטשן וואס טיילן מיין וועלט-אויסקוק, וויאזוי מיר קענען -- בעסער געזאגט: קענען נישט -- דורכקומען צו די מוחות פון די וואס האבן א מער-קאנספיראטארישן בליק אויף דער וועלט פון וויסנשאפט.


כ'האב איבערגעליינט דיין ערשטע תגובה (אז ס'איז די ערשטע איז עס דען א תגובה?..) צוויי מאל, און גלייב מיר ווען כ'זאג דיר אז כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען..

אויב דיין נקודה וואס דו ווילסט ארויסברענגען איז "וויאזוי רעדט מען מיט מענטשן וואס גלייבן אין קאנספיראציעס" ווי קומט דא אריין די דעמאקראטישע פארטיי און די אנשמירעכטס אויף 40 פערצענט אמעריקאנער אז זיי זענען קאנספיראטארן?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:58 pm#458185
און צום ענין:
דאס וואס דו האלסט אז טראמפ שטיצער זענען קאנספיראטארן, דאס אליינס איז דאך א קאנספיראציע..
נו, האסט דאך שוין די וועג צו פארשטיין דעם מהלך המחשבה פונעם קאנספיראטאר... צונעם דיין מחשבה וואס מאכט דיך טראכטן אז טראמפ שטיצער זענען קאנספיראטארן און There you go.... :lol:
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 3:02 am#458204
Re: אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
ראובן האט געשריבן: פון אונזער פערספעקטיוו האט די קאראנא מגיפה געוויזן דעם כוח פון וויסנשאפט און פון ראציאנאלער טראכט. מענטשן וואס טראכטן ווי אונז, א שטייגער ווי אבאמא, ביל געיטס, ביידען, שכל'דיגע שרייבער, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט. דער פאקט אז עס זענען ליידער געווען אזויפיל טויטע, אין אלגעמיין און ביי אונז, וואלט לכאורה געדארפט ווייזן די וויכטיגקייט פון סייענס און מעדיצין, און פונעם ראציאנאלן טראכטן-סיסטעם.


יא, אבער די באהאנדלונג פון דעם וויירוס נאך וואס די עיקר שאדן איז אפגעטון געווארן איז אומראציאנאל און האט שטארק געשאדט פארן טראסט וואס די אלגעמיינער באפעלקערונג (אריינגערעכנט אסאך היימישע) האבן אינעם מעדעצינישע פראפעסיע.

דאס אז מ'שפילט פאליטיק (מאכט נישט אויס וועלכע פארטיי) אויפ'ן וויירוס, און מענטשן'ס פרנסות און לעבנס ליידן דערפון אלס אינעם נאמען פון סייענס, איז א פארברעך און טוט אסאך לאנג טערמיניגע שאדן.

(אנטשולדיגט ראובן אויב נישט דאס איז געווען דיין פוינט, האסט עס דערמאנט אלס א ראיה צום ראציאנאלן חדר, פרוביר איך פשוט אראפצולייגן פארוואס אנדערע האלטן דאס אלס א ראיה פארקערט)
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 5:28 am#458206
דאס איז ממש די פאוינט. אין יעדער יוניווערס שפילט דער עיקר ראלע אן אנדערע זאך.

ביידער זענען אמת, מ'האט געשפילט פאליטיק, און מ'האט צומאל געמוזט זאגן ליגענט, און מ'האט געגלויבט אין אמונות תפלות און קאנספיראציעס. די שאלה איז וואס איז ביי אונז דער עיקר און וואס די טפל. מ'קען עס אנקוקן ווי 'דאס איז די סיסטעם, נאר אזוי קען מען פארשן און אנקומן צו מסקנות. מ'מוז לעבן מיט פאליטיק, ווייל נאר אזוי גייט עס, אבער דער עיקר איז אז די וויסענשאפטליכע געמיינדע האט דא א דעה און זיי האבן די בעסטע סיטעם ארויס צו קומן מיט דער אמת'.
אדער קען מען עס אנקוקן 'מיר דארפן היטן אונזער פרייהייט און אונזער זעלבסשטענדיגקייט, און זיך נישט לאזן געפירט ווערן דורך א צווייטן. טאמער ער קען עס מיר נישט אויפווייזן, לאז איך מיר נישט פון אים, על אף אז עס איז גאנץ מעגליך אז ער איז גערעכט, ווייל מיין פרייהייט איז דא דער עיקר. און ממילא, טאמער איך זעי דא ליגענט, איז עס פסול און חזיר טרייף, מ'קען שוין גארנישט נעמן פון זיי'.

די זיינען צויי ערליי יוניווערסעס וואס רעדן נישט די זעלבע שפראך
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 8:36 am#458208
ראובן

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער ביסט גוט איינגערעדט.

און עס איז א פלא, אויף דער רמה פין די חכמה וואס די ווייזט אין אנדערע תחומים.

קענסט זיין א דעמאקראט און עס וואלט נישט געוועהן א סתירה צו דיין חכמה, אבער דיין צוזאמען לייגען קאנספיראציעס וואס דער דעמאקראטישער מאשין לייגט אראפ אלס אמת, און די גלייבסט עס באמונה שלימה, פליז, גיוו מיט א ברעיק, באמת?
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 8:52 am#458209
Re: אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
כ'בין דיר מוחל בלב שלום, ספעציעל אז דו האסט אויסגעבעט דיין קריטיק מיט א שיינעם קאמפלימענט...

איך בין בכלל נישט אנציקט פון דער דעמאקראטישער פארטיי, אדער פון איר קאנדידאט דזשאָו ביידען. איך בין פיל שטערקער אַן אנטי-טראמפיסט ווי א דעמאקראט אדער א ליבעראלער.

כ'בין נישט זיכער פון וועלכע קאנספיראציעס דו רעדסט, וואס דו האלטסט אז איך גלייב אבער וואלט נישט געטארט גלייבן. כ'בין חושד אז ס'איז טאקע עפעס וואס איך האלט פאר א פאקט און דו קוקסט עס אן ווי א 'פעיק ניוז' קאנספיראציע, גענוי ווי איך קוק אן געוויסע פון דיינע פאקטן ווי קאנספיראציע טעאריעס. וזה הדבר אשר דברנו.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 8:59 am#458210

כ'בין נישט זיכער פון וועלכע קאנספיראציעס דו רעדסט


אנטשולדיגט? די קאנספיראציעס וואס די רעדסט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:00 am#458211
Re: אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
אישתישבי האט געשריבן:

כ'בין נישט זיכער פון וועלכע קאנספיראציעס דו רעדסט


אנטשולדיגט? די קאנספיראציעס וואס די רעדסט.
ניין, "דו" קומט יא מיט א וא"ו.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:53 am#458217
ראובן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:

כ'בין נישט זיכער פון וועלכע קאנספיראציעס דו רעדסט


אנטשולדיגט? די קאנספיראציעס וואס די רעדסט.
ניין, "דו" קומט יא מיט א וא"ו.


ר' ראובן

איך זעה אז די ווילסט דעבאטירן מיט ליצנות מאכן פין ספעלינג.

נאו פראבלעם, טרעפט אייך א צווייטער.

זייט מיט געזונט.

גראדע וואלט עס געוועהן א פארגעניגען ווען די וואלסט נישט פראבירט צו זיין א ווייז גיי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:44 pm#458242
גאר א שטארקע נקודה ראובן, ברשותך וויל איך עס נעמען א שטאפל ווייטער. אן אינטעלעקטועל וואס פארשטייט צו א נושא, קוקט זיך אן אביסל העכער ווי דער המון עם ווען עס קומט צו די נושא/נושאים, און מיט רעכט. ער האט געמאכט זיין ריסערטש, ער האט עס דורכגעאקערט פון אלע זייטן, ער האט דורכגעטון די סברות, איז זיין מיינונג טאקע מער ווערט ווי איינער וואס האט קיינמאל נישט ערנסט אנגעקוקט די ענין בכלל.

די דרגא העכער דערפון איז, תכלית הידיעה שלא נדע. קיין שום חכמה און דעת איז נישט ווערט צו ווערן אנגעקוקט ווי תורה מסיני, ווי אביעקטיוו עס זאל נאר זיין, איז ווערט צו הערן די צווייטע צד. נישט נאר ווייל אזוי קען מען זיי פארשטיין און זיי העלפן, (ווי דו שרייבסט), נאר ווייל זיי קענען באמת זיין גערעכט. איך מיין נישט גערעכט אז איין זייט איז גערעכט און די אנדערע נישט. עס קען זיין אז די חכם איז גערעכט מיט הונדערט נקודות, נאכאלס איז ווערט צו טרעפן די איין נקודה וואס די אנדערע זייט זאגט ריכטיג. און דאס קען מען נאר טרעפן ווען מען גייט צו מיט א ריכטיגע ענווה, אייביג גרייט צו הערן באמת וואס יענער זאגט.

----------

עס דערמאנט מיר איינמאל בשעת'ן צוהערן צו די אלגעמיינע מידיע (איך געדענק נישט יעצט ווער, איינער פון די לינקע חדר), זאגט ער: בערך 90% אמעריקאנער ווילן כאטש עפעס א טויש וועגן גאנס, וויאזוי קען זיין רעפאבליקאנער געוואונען נאך עלעקשענס? און ער לאכט... מיין פריינט, the joke is on you. דו שטייסט און זאגסט אנאליזן, דו זעסט א סתירה פאר דיינע אויגן, אנשטאט צו טרעפ א תירוץ, לאכסטו. זעסטו נישט קלאר אז עס פעלט דיר עפעס צו פארשטיין די געדאנקענגאנג פון האלב אמעריקע?

----------

עס איז אויך שטארק בולט ווען עס קומט צו רעליגיע. וויפיל פרומע אידן פארשטייען די או. טי. די. געמיינדע? גאר גאר ווייניג. איך זאג נישט אז א פרומער דארף האלטן ווי א נישט פרומער, איך רעד פון אנקומען צו די השגה פון פארשטיין עפעס וואס מען איז נישט מסכים דערצו. וויפיל או. טי. די. פארשטייען די פרומע? גאר גאר ווייניג. איך האב נישט קיין טענות אויף קיינעם, בפרט או. טי. די. וואס האבן נעבעך געליטן דורך די יארן, קען מען נישט ערווארטן אז זיי זאלן מכבד זיין די געזעלשאפט וואס האט זיי אויסגעשפיגן. איך זאג נאר אז די וואס קענען יא איבערקומען די שוועריקייטן, זענען גאר שטארקע און קלוגע מענטשן.

פאר די סיבה רעספעקטיר איך אזוי מעגען פעלפס-ראופער וואס רביה"ק האט דא געברענגט. זי איז אויפגעוואקסן אין אן עקסטרעמע רעליגיע, אבער אנדערש ווי אנדערע - ווען זיי פארשטייען אז מען האט זיי פארקויפט שקר - ווארפן זיי אוועק אלעס און זיי ווערן עקסטרעם פארקערט. האט זי איינגעזען אז די "עקסטרעם" איז די פראבלעם, זי איז טאקע מער נישט רעליגיעז, אבער זי איז נישט "עקסטרעם" נישט רעליגיעז.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 9:23 am#458266
טראכט איר לויט די נאראטיוו אדער לויט אייער פּערספּעקטיוו?
עס ווערט דערציילט אז דער לעגענדארער ראש הקהל אין סאטמאר ר' סענדער דייטש ע''ה, האט אמאל געהערט ווי א יונגערמאן שטייט אין א קיפקע און זאגט איך טראכט אזוי און אזוי... ר' סענדער האט אים באלד אראפגעשמירט א זאפטיגער פראסק אויפן באק. יונגערמאן, סטייטש? וואס הייסט דו טראכסט? איך טראכט שוין פאר יעדעם איינעם, דו טוה בלויז וואס מען הייסט דיר! בבחינת שלמה שיק אהיים די קעלבלך...

א נייעס באריכטער האט זיך ארום געדרייט אין די קארידארן פון א פרעסטיזשפולער אוניווערסיטעט, און ער האט פארגעלייגט פאר די ארטיגע סטודענטן פאליטישע שטעלונגן פון פרעזידענט טראמפ, אבער אין נאמען פון יוסל ביידן. צו זיין גרויס וואונדער האבן די דומע סטודענטן עס גאר שטארק אויסגעלויבט. און ווען דער באריכטער האט זיי אנטפלעקט אז די שטעלונגן זענען ווירקליך פון פרעזידענט טראמפ, זענען די סטודענטן שאקירט געווארן ביז גאר.

די דאזיגע עפיזאד לערנט אונז א סאך.

אלגעמיינע מענטשן גלייכן צו אידענטיציפירן זייערע שטעלונגן לויט די אלגעמיינע נאראטיוו און נישט לויט די אייגענע פּערספּעקטיוו. זיי זענען אויסן צו האבן די זעלבע שטעלונג געבויעט אויף די נאראטיוו וואס אקאדעמער און די מידיע שטעלן אראפ. אפגעזען פון זייער אייגענעם פּערספּעקטיוו. און די דעמאקראטישע סאציאליסטן נוצן דאס גוט אויס פאר זייער נידערטרעכטיגע בענעפיטן. זיי האבן געמאכט א טייוול-אפמאך מיט די מידיע אז זיי זאלן אראפשטעלן א נעגאטיווע נאראטיוו איבער פרעזידענט טראמפ, און א פאזיטיווע נאראטיוו איבער זייער אייגענע אגענדעס, און די אלגעמיינע קעלבלך קויפן דאס גערן אפ.
צום ביישפיל: ר' וואלפיש בליצער פון די סי.ען.ען. מידיע נעץ, האט געהאט אן אויסטויש מיטן יוסטיץ מיניסטער הער וויליאם באַר. וואלפיש פרעגט באַר צו ער גלייבט אז אמעריקע איז געשלאגן מיט סיסטעמאטישע ראסיזם, האט באַר אים גענטפערט אז לויט זיין פּערספּעקטיוו נישט! די אויגן פון רבי וואלפיש זענען כמעט ארויסגעפאלן פון זייער לעכער, סטייטש? דו גלייבסט גאר נישט אין די נאראטיוו וואס איך מיט מיינע קאלעגעס אין די מידיע פרעדיגן שוין פאר לאנגע יארן? איז אונזער ארבייט טאקע גענצליך ארויסגעווארפן?

דאס גרעסטע אנגסט פון די דעמאקראטישע סאציאליסטן איז, אז דער אלגעמיינער מענטשהייט וועט אנהייבן נוצן אייגענע פּערספּעקטיוו און אויפהערן צו זיין פארגלייבט אין די נאראטיוו וואס די דורכגעפוילטע מידיע שטיפט אויף די גוטהייסונג פון זייערע בעלי בתים די דעמאקראטישע סאציאליסטן.
אייגענטליך ביי די שווארצע איז פארהאן א גרויסע אויפוואכונג צו נוצן אייגענע פּערספּעקטיוו און נישט זיין פארקויפט צו די נאראטיוו וואס די דעמאקראטן שטופן. מער און מער שווארצע הייבן אן זיך אויפצוואכן צום ריאליטעט אז זיי זענען נאכאלס שקאלפן פאר די דעמאקראטן, טאקע נישט פיזיש אויף די וואטע פעלדער אין דרום, אבער גייסטיש יא! און זיי שאקלן זיך אפ מיט אפשיי פון די ראסיסטישע דעמאקראטן וואס האבן ברוטאליש פארשקאלפט זייערע עלטערען, און פאר לאנגע יארן געשטערט איינצושטעלן ציווילע רעכטן פאר אלעמען גלייך. זיי שליסן זיך ביסלעכווייז אן צו די רעפובליקאנער פארטיי, די פארטיי פון פרעזידענט לינקלאן וואס האט העלדיש באפרייט זייערע עלטערן פון די קייטן פון דעמאקראטישע טיראני. נאך לאנגע גענעראציעס הייבן זיי ענדליך אן צו נוצן זייער אייגענע פּערספּעקטיוו און נישט די פאלטשע דעמאקראטישע נאראטיוו!

בלויז א דאנק דעם אימערמידליכע קאמף פון פרעזידענט טראמפ קעגן די מידיע פראפאגאנגע נאראטיוו, הייבן מער און מער מענטשן אן צו נוצן זייערע אייגענע פּערספּעקטיוו. און עס איז צום האפן אז מיר אידן וועלן אויך ענווענטועל אנהייבן צו נוצן אונזער אייגענע פּערספּעקטיוו, און נישט זיין פארגלייבט אין די נאראטיוו וואס די אנגעבליכע עסקנים ווילן אז מיר זאלן גלייבן...
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 9:55 am#458269
קאך_לעפל האט געשריבן:
עס ווערט דערציילט אז דער לעגענדארער ראש הקהל אין סאטמאר ר' סענדער דייטש ע''ה, האט אמאל געהערט ווי א יונגערמאן שטייט אין א קיפקע און זאגט איך טראכט אזוי און אזוי... ר' סענדער האט אים באלד אראפגעשמירט א זאפטיגער פראסק אויפן באק. יונגערמאן, סטייטש? וואס הייסט דו טראכסט? איך טראכט שוין פאר יעדעם איינעם, דו טוה בלויז וואס מען הייסט דיר! בבחינת שלמה שיק אהיים די קעלבלך...

א זיסע מעשה, וואס מ'דארף גלייבן אז עס וואלט געקענט זיין אמת...

קאך_לעפל האט געשריבן:
א נייעס באריכטער האט זיך ארום געדרייט אין די קארידארן פון א פרעסטיזשפולער אוניווערסיטעט, און ער האט פארגעלייגט פאר די ארטיגע סטודענטן פאליטישע שטעלונגן פון פרעזידענט טראמפ, אבער אין נאמען פון יוסל ביידן. צו זיין גרויס וואונדער האבן די דומע סטודענטן עס גאר שטארק אויסגעלויבט. און ווען דער באריכטער האט זיי אנטפלעקט אז די שטעלונגן זענען ווירקליך פון פרעזידענט טראמפ, זענען די סטודענטן שאקירט געווארן ביז גאר.

די דאזיגע עפיזאד לערנט אונז א סאך.

מיר געפונען דאס זעלבע אין חז"ל אז געוואנדן לויט ווער עס האט געזאגט א הלכה אדער דעה אזוי האט מען עס מקבל געווען. צב"ש אין מס' שבת, "אמרוה רבנן קמיה דאביי משמיה דר' ירמיה ולא קיבלה, כי אתא רבין אמרוה רבנן קמיה דאביי משמיה דר' יוחנן וקיבלה." דאס מיינט נישט דווקא אז די מענטשן זענען שוטים, נאר אז ס'איז כמעט אוממעגליך פאר א מענטש צו קלאר אפשאצן יעדע מיינונג אין יעדער צייט. ער מוז צוריקגיין צו דעם טראכטן-סיסטעם וואס ער האט שוין פריער אויפגעבויט און פרובירן אנהענגען די נייע מיינונג מיט יענעם סיסטעם. אז א מענטש שטיצט דזשאו ביידען, האט ער שוין אויסגעבויט א מהלך המחשבה וואס זאגט אים אז ביידען איז געווענליך גערעכט מיט זיינע שטעלונגען, גייט ער נישט פריש עוועלועיטן יעדע שטעלונג פון ביידען יעדעס מאל וואס עמיצער פרעגט אים עפעס. דאס זעלבע מיט א טראמפ שטיצער. אדער אן אהרוני.

אז כ'זאל נעמען עפעס א שיינע לערע פונעם ברית החדשה, און דיר זאגן אז ס'איז א חתם סופר, וועסטו דען נישט זאגן אז ס'איז א "הערליכער חתם סופר"?

ווי ווייט מ'קען דאס נעמען ווענדט זיך אין די אינטעלעקטועלע מעגליכקייט פון א מענטש, און זיינע ידיעות. מיט געוויסע וועט עס ווייניג ארבעטן, און מיט געוויסע וועט עס אסאך ארבעטן. רוב מענטשן פאלן אריין ערגעץ אינצווישן.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:03 am#458272
מיין פונקט:

פארוואס טאר קיינער נישט זאגן הויך, אז ס'איז נישט פארהאן קיין סיסטעמאטישע ראסיזם אין אמעריקע?
פארוואס דארף יעדער גלייבן אז טראמפ איז א רוסישער אגענט?
ווייל דאס איז די נארעטיוו פון די מידיע?
און אז איך וועל זאגן אנדערש וועל איך זיין א ראסיסט און א פאררעטער?
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:12 am#458275
קאך_לעפל האט געשריבן:מיין פונקט:

פארוואס טאר קיינער נישט זאגן הויך, אז ס'איז נישט פארהאן קיין סיסטעמאטישע ראסיזם אין אמעריקע?
פארוואס דארף יעדער גלייבן אז טראמפ איז א רוסישער אגענט?
ווייל דאס איז די נארעטיוו פון די מידיע?
און אז איך וועל זאגן אנדערש וועל איך זיין א ראסיסט און א פאררעטער?

וואו זעסטו אז מ'מעג נישט זאגן אז עס איז נישטא קיין סיסטעמאטישע ראסיזם? האסט פריער דערמאנט אז איינער האט עס געזאגט אויף סי-ען-ען. אויף דער גרעסטער טעלעוויזיע סטאנציע אין אמעריקע, פאקס ניוז, זאגט מען דאס כסדר.

רוב מנין ובנין שווארצע מענטשן האלטן אז עס איז יא דא סיסטעמאטישע ראסיזם אין אמעריקע, און זאגן אז זיי האבן עס אליין מיטגעלעבט, און עס טוט זיי וויי ווען איינער לייקנט דאס. דעריבער פרוביר איך צו פארשטיין זייער ווייטאג, און איך וועל מיך נישט וואגן צו זאגן פארקערט ווילאנג איך האב מיך פאקטיש אריינגעלייגט אין זייער שיך און געזען מיט מיינע אייגענע אויגן פארקערט. ווי איך זע עס איז עס א מעין פון לייקענען די היסטארישע אידישע ליידן, אדער לייקענען דעם האלאקאסט.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:17 am#458276
אינטעראסאנט אז די ראסיסטישע אמעריקע האט אריינגעוועלט א שווארצער אלס זייער פרעזידענט! נישט איין מאל נאר צוויי מאל.
רויב שווארצע האלטן אז ס'איז פארהאן סיסטעמאטישע ראסיזם ווייל דאס איז די מידיע נארעטיוו, נישט ווייל ס'איז ווירקליך אזוי! עס איז נישט געבויעט אויף קיין שום שטודיע... און מען מעג זיך דינגען דעראויף.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:24 am#458278
קאך_לעפל האט געשריבן:אינטעראסאנט אז די ראסיסטישע אמעריקע האט אריינגעוועלט א שווארצער אלס זייער פרעזידענט! נישט איין מאל נאר צוויי מאל.

אבער ראה זה פלא אז רוב רובם פון די וואס האלטן אז עס איז נישטא קיין סיסטעמאטישע ראסיזם אין אמעריקע האבן נישט געשטימט פאר אבאמא.

קאך_לעפל האט געשריבן:רויב שווארצע האלטן אז ס'איז פארהאן סיסטעמאטישע ראסיזם ווייל דאס איז די מידיע נארעטיוו, נישט ווייל ס'איז ווירקליך אזוי! עס איז נישט געבויעט אויף קיין שום שטודיע... און מען מעג זיך דינגען דעראויף.

די מידיא נאראטיוו איז אויך אז עס איז געווען א האלאקאסט. דאס מאכט עס נישט שקר. און דיין זאגן אז שווארצע מענטשן קענען נישט אליין אפשאצן זייער לעבן אין אמעריקע, און נאר דו ווייסט בעסער פון זיי אליין, איז אראגאנץ און ראסיזם.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:36 am#458280
די מידיע - דעמאקראטן זענען קריטיש אנגעוויזן אויף שווארצע שטימעס. דערפאר זענען זיי אויסן אז די שווארצע זאלן זיין קרבנות פון ראסזים, און זיי שטעלן זיך אהער ווי די דאזיגע וואס נעמען זיך אן פאר זיי און גייען זיי העלפן. דערפאר שטיפן זיי די סיסטמאטישע ראסזים אגענדע. ווען נישט די מידיע, וואלטן די שווארצע היינט שוין ניטאמאל געוויסט וואס דאס ווארט ראסזים מיינט אפילו....
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:47 am#458282
ATUB @אבטולמוס ATUB - ביסט אריין געפאלן. ער האט דיר אריין געשלעפט אין זיין נאראטיוו, און אוועק געשלעפט פון די תכלית פון די אשכול. דאס אז ער האט גע'כאפט' אז די לינקע האבן געגנב'ט די נאראטיוו, און די 'אלגעמיינע' האבן דאס נישט פארשטאנן, נאר די 'אייגענע', ווען די זעלבע זאך איז געשען צו אים, איז א חלק פון די סתירה און צוויי שפראכן.

פראביר צו גיין אויף ראש לימבאו צו סיי וועלכע רעכטע שאו, און זאג זיי אז אבאמא האט געזאגט אז מ'דארף טיילן פאר יעדער אמעריקאנער בירגער $1200 לכבוד די קאראנאוויירוס, וואלט ער עס גלייך פארדאמט אלס סאציאליזם. אבער טראמפ'ס סאציאליזם איז פיין און וואויל ביי זיי. עס איז אקוראט די זעלבע זאך, און די גולמים פון ביידע זייטן שפיגלן אפ איינער די צווייטע. און אזוי וואלט מען געקענט טרעפן א שפראך צום אנדערע זייט, נאר מ'איז צו אריין געזינקן אין די אייגענע, און אזוי ווערט שוין צווייל ענדער. און בפרט אז עס איז דא מענטשן וואס זוכן צו שטופן דער בירגער קריג, און יעדעס מאל וואס טראמפ באהאנדעלט די דעמאקראטן און זייער וויילער אלס שונאים פון די אנדערע האלבע פון אמעריקא, שפילט ער אין די הענט פון די וואס ווילן אט דער בירגער קריג. די חלק פון די מידיא וואס איז לינק געשטימט האט אויך א חלק דערין, אבער קלענערע. זיי רעדן פארט מעסיגער און איידעלער, טאקע ווייל זיי האבן איינגעזען די סכנה פון די סארט רייד. אבער דער קאנספיראסי פון די אמערקיאנער בירגער קריג קענן די קאנספיראציע גלויבערס נישט אריין נעמן אין קאפ, עס קען נישט זיין ווייל די נאראטיוו זייערע קען נישט געשטערט ווערן.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 4:28 pm#458302
Re: אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
@ליטוואק פון בודאפעסט זייער אמת וועגן טראמפ, אבער איך האלט ער האט נישט קיין ברירה. ס׳איז נישט מעגליך היינט צו עקאמפּלישען סיי וואס נאר דורכ׳ן שטיפּן די אגענדע פון רעפובליקען׳ס ווס. דעמאקראטן.

די סיסטעם איז שוין געבויט, ער קען שפילען נאר מיט וואס ער האט. אפשר נאכ׳ן געווינען די עלעקשאנס וועט ער קענען ברעכן דעם פערטען וואנט, צוברעכן דעם פאליטישן סיסטעם, און רעדן דירעקט צום אמעריקאנער פאלק.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 4:43 pm#458303
חתן בחור האט געשריבן:@ליטוואק פון בודאפעסט זייער אמת וועגן טראמפ, אבער איך האלט ער האט נישט קיין ברירה. ס׳איז נישט מעגליך היינט צו עקאמפּלישען סיי וואס נאר דורכ׳ן שטיפּן די אגענדע פון רעפובליקען׳ס ווס. דעמאקראטן.

די סיסטעם איז שוין געבויט, ער קען שפילען נאר מיט וואס ער האט. אפשר נאכ׳ן געווינען די עלעקשאנס וועט ער קענען ברעכן דעם פערטען וואנט, צוברעכן דעם פאליטישן סיסטעם, און רעדן דירעקט צום אמעריקאנער פאלק.

דו זאגסט דא אז טראמפ 'מוז' רעדן וועגן האלב די פאלק ווי די שונאים פון די אנדערע האלבע? פארוואס? ווייל עס איז דא א פאליטישע סיסטעם? וואס דארף דאס מיינן? דעמאקראטן האלטן אז אזוי איז בעסער צו פירן די לאנד און רעפובליקאנער האלטן אז אזוי איז בעסער צו פירן די לאנד. ווי איז דער ברידער-קריג? פארוואס מוז א פאליטישן סיסטעם קומן מיט בלוט שונאים? פארוואס קען מען נישט האלטן אנדערש און פערטיג?

עס איז דא א טעם אויף דעם, און דאס וואלט געווען א קאנסיפראסי טעאריע, ווען עס וואלט נישט געשען לעיני השמש. אין די 80ס, האבן א פאר פאליטישע ארבעטארערס בא'ארבעט א מהלך צו הייבן די ניווא אין פאליטיק, און אנצופלאקערן א קריג. זיי האבן אריין געשלעפט די רעליגיעזע פירערס, וואס ביז דעמאלס האט יעדער פארשטאנן אז רעליגיע און פאליטיק האבן נישט וואס צו מישן איינער אין די אנדערע, און דערמיט האבן זיי געמאכט יעדער שאלה פאר א לעבנסוויכטיגע קריג ביז צום טויט. עס האט גענומן צייט, און דאס איז אריין אין מענטשנ'ס ביינער. רוב ליינער און שרייבער דא געדענקן ניטאמאל די יארן (און איך בין דעמאלס געווען א אינגעל אין ענגלאנד, מיט א קאשקעט אנשטאטס א קאפעלוטש), און זיי זען נישט היינט וויאזוי עס האט זיך אנטוויקעלט.

רוב חרדישע אידישע פירער זענען נישט געווארן נאכגעשלעפט, און אפילו היינט זענען רוב רבנים און רביס נישט פאליטיש. זיי נוצן ביידער זייטן פאר זייער צוועקן. אבער די קריסטליכע וועלט מיט דער ר' אביגדור מילר וועלט זענען אריין געפאלן אין די בור כרה ויחפרהו.

היינט שפילט עס ממש אריין אין די הענט פון אמעריקא'ס שונאים, און אפילו אן א קאנספיראסי, איז אמעריקא איר אייגענע גרעסטע שונא. ביז די לעצטע יארן, האט אמעריקא געהאט א ווארט אין אלע לענדער פון די וועלט, היינו לאכט מען פון זיי. מיט די גאנג אז מיר קוקן נאר אויף אונז, האט אמעריקא געלאזט רוסלאנד איבערנעמן אין אנדערע מדינות. מיינסט די שונאים פון אמעריקא האבן נישט געזען וואס דא טוט זיך? אז די סטאביליטעט פון יעדער אפמאך מיט אמעריקא איז בכלל נישט באשטעטיגט, ווייל איין נייע אדמיניסטראציע קען אלס קערן אויף איר קאפ, האבן אנדערע א גלאטערן וועג זיך אריין צו שטופן און ווערן א וועלטס מאכט.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:53 am#458339
אבטולמוס האט געשריבן:ר געפונען דאס זעלבע אין חז"ל אז געוואנדן לויט ווער עס האט געזאגט א הלכה אדער דעה אזוי האט מען עס מקבל געווען. צב"ש אין מס' שבת, "אמרוה רבנן קמיה דאביי משמיה דר' ירמיה ולא קיבלה, כי אתא רבין אמרוה רבנן קמיה דאביי משמיה דר' יוחנן וקיבלה." דאס מיינט נישט דווקא אז די מענטשן זענען שוטים, נאר אז ס'איז כמעט אוממעגליך פאר א מענטש צו קלאר אפשאצן יעדע מיינונג אין יעדער צייט. ער מוז צוריקגיין צו דעם טראכטן-סיסטעם וואס ער האט שוין פריער אויפגעבויט און פרובירן אנהענגען די נייע מיינונג מיט יענעם סיסטעם. אז א מענטש שטיצט דזשאו ביידען, האט ער שוין אויסגעבויט א מהלך המחשבה וואס זאגט אים אז ביידען איז געווענליך גערעכט מיט זיינע שטעלונגען, גייט ער נישט פריש עוועלועיטן יעדע שטעלונג פון ביידען יעדעס מאל וואס עמיצער פרעגט אים עפעס. דאס זעלבע מיט א טראמפ שטיצער. אדער אן אהרוני.

אז כ'זאל נעמען עפעס א שיינע לערע פונעם ברית החדשה, און דיר זאגן אז ס'איז א חתם סופר, וועסטו דען נישט זאגן אז ס'איז א "הערליכער חתם סופר"?

ווי .



דא זעהט מען א הודאת בעל דין,ַַ אז דער פראבלעם מיט טראמפ איז נישט מיט וואס ער זאגט און טוט, נאר ווער עס זאגט עס.

דאס איז נישט ערגער ווי ראסיזים וואס איינער האט פיינט דער אנדערע נאר ווייל ער איז שווארץ, און דער האט פיינט טראמפַ ווייל ער איז טראמפ, צו ווייל ער באלאנגט צו די רעפאבליקאנער, אדער סיי וועלכע אויסערליכע סיבה.

אבער דער סארט ראסיזים איז מותר, ווייל זיי, די לינקע נאבעלע משוגעים פראקטיצירען עס.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:58 am#458340
Re: אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
ריעלי? דאס האב איך דא געזאגט?
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:10 pm#458347
אישתישבי האט געשריבן:דא זעהט מען א הודאת בעל דין,ַַ אז דער פראבלעם מיט טראמפ איז נישט מיט וואס ער זאגט און טוט, נאר ווער עס זאגט עס.

דאס איז נישט ערגער ווי ראסיזים וואס איינער האט פיינט דער אנדערע נאר ווייל ער איז שווארץ, און דער האט פיינט טראמפַ ווייל ער איז טראמפ, צו ווייל ער באלאנגט צו די רעפאבליקאנער, אדער סיי וועלכע אויסערליכע סיבה.

אבער דער סארט ראסיזים איז מותר, ווייל זיי, די לינקע נאבעלע משוגעים פראקטיצירען עס.

איך קען א איד וואס ווייסט נעבעך נישט די חילוק פון פאקט און דמיון. ווען ער זאגט מיר עפעס, גלייב איך אים נישט. אפילו איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אדער שקר דאס וואס ער זאגט, פשוט ווייל ער האט עס געזאגט נעם איך עס נישט אן. איז דאס ראסיזם?

איך גלייב אז ראובן האט שוין געהערט גענוג געדאנקען פון טראמפ, אויב האט ער מחליט געווען אז ער גלייכט נישט טראמפ'ס געדאנקען, איז נישט, וואס איז די פראבלעם. ראסיזם וואלט געווען אויב ער איז מחליט אז אלע אלטע ווייסע מענער רעדן נישט צום דבר.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:27 pm#458503
Re: אלטערנאטיווע געזעלשאפטליכע יוניווערסן
קאך_לעפל האט געשריבן:מיין פונקט:

פארוואס טאר קיינער נישט זאגן הויך, אז ס'איז נישט פארהאן קיין סיסטעמאטישע ראסיזם אין אמעריקע?
פארוואס דארף יעדער גלייבן אז טראמפ איז א רוסישער אגענט?
ווייל דאס איז די נארעטיוו פון די מידיע?
און אז איך וועל זאגן אנדערש וועל איך זיין א ראסיסט און א פאררעטער?
גראדע האט מיסטער באר אין זעלבן אינטערוויו מודה געווען אז עס איז דא סיסטעמאטישע ראסיזם, ער האט עס נאר געגעבן אן אנדערן נאמען, אז פאליס עקט אויף סטיריאוטייפס.