קורקלענד האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מר קורקלאנד פירט נישט אויס. לויט דיין קשיא'ס, גלויבסטו טאקע אז עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז ביל געיטס האט פאבריצירט דער וויירוס אויף צו קענען אויסהרגנ'ן א גרויסע חלק פון די פאפולאציע פון די וועלט? דאס איז טאקע דיין שטעלונג, אדער דו פראבירסט נאר אויף אונז?
ווייל אויב יא, איז עס זייער נאריש מצדו. 'כמיין, וואס העלפט עס ווען א מיליאן מענטשן פארלירן זייער לעבן? וויפיל געלט פארדינט מען? מער ווי מ'האט דערלייגט דורך פארמאכן די וועלטס עקאנאמיא פאר מאנאטן לאנג? מצדו, האט זיך עס בכלל געלוינט? ער איז נישט גענוג קלוג דאס צו וויסן פאראויס?
איך 'גלויב' גארנישט. איך האלט נישט אז ביל געיטס האט פאבריצירט די ווירוס, און אויך האלט איך נישט אז ער האט עס נישט געטוהן. וואס יא, איך האלט אז די קשיות וואס ס'דא זענען שאלות וואס ס'זענען ווערד אריינצוקוקן דערין.
מיין פאזיציע אויף ביל געיטס איז ווי פאלגנד. איך קען איהם נישט פון זיין פילאנטראפישע פערספעקטיוו. נאר פון זיין ביזנעס פערספעקטיוו. פון יענע זייט האב איך איהם גוט אדורך געטוהן. דער מענטש אין ביזנעס האט נישט געהאט קיין שום ווירדן אדער טראסט און קיינמאל נישט געהאנדלט ערליך! טאָ ציוואס זאל איך טראכטן אז דא וויל ער פונקט זיין הילפבאר?
וואס מ'האט פארדינט? די פארשוינען וואס זענען מערסטנס געשלאגן געווארן מיט די ווירוס זענען אט יענע סארט וואס זענען א פאראזיטישע סארט פאר ציוויליזאציע. מערסטנס אלטע, קראנקע, ארעמע וכו'. נישט אויסצוהאלטן די חברה האט איינגעשפארט גאר אסאך.
דאס וואס די וועלט האט דערלייגט פון די עקאנאמישע צוזאמענברוך מאכט פאר ביל געיטס נישט קיין נפק''מ, ווארים ער איז גאר געווארן רייכער.
קום אריין קלארער.. וואס זענען די ראיות אז ער האט דאס פראדוצירט?
זאגן אז עפעס "איז" ווייל "ס'מאכט סענס" איז ווייט פון גענוג..
מיליאנען זאכן "מאכן סענס" אבער זענען למעשה נישט אמת..
ס'מאכט סענס אז איך בין יעצט אין בהמ"ד, אינדערהיים, אין ארבעט, און גראדע בין איך אין קיין איינס דערפון.
ס'קען זיין "ס'מאכט סענס" אז ביל געיטס זאל האבן געמאכט אזא וויירוס.. ס'איז אבער פארהאנען נאך הונדערטער וועגן וויאזוי אזא וויירוס "וואלט געקענט" ווערן...
און גראדע דאס אז ס'איז געווארן דורך א "נאסע" מארקעט אין כינע "מאכט אויך סענס"...
און אצינד צום גאר קריטישן נקודה..
איינס פון די גרעסטע פראבלעמען פון די קאנספיראציע, און מערערע אנדערע קאנספיראציעס, איז אז זיי איגנארירן גאר קריטישע נאטורליכע עלעמענטן פון די מענטשהייט, נעמליך, די תאוה צו כבוד.. און די נאטורליכע "אום" צוזאמען ארבעט פון מערערע מענטשן..
יעדע איליגעל זאך וואס טוט ב'עוולען מיליאנען מענטשן און מערערע מענטשן האבן געברויכט זיין פארמישט דאס אויסצופירן, "מאכט
נישט קיין סענס" אז קיינער פון זיי זאל נישט ארויסקומען מיט א באמבע און מודיע זיין וואס דא קומט פאר (ד.ה. מען דארף קודם עסטעבלישן א לעגיטימע סברה פארוואס קיינער פון זיי האט נישט געקענט ארויסקומען און פארציילן) און אז יעדער האט אזוי שיין צוזאמען געארבעט אז ס'האט נישט געליעקט בטעות (מען דארף עסטעבלישן א גענוג שטארקע סברה וויאזוי דאס האט נישט פאסירט)
אין אנדערע ווערטער..
אלעס קען זיין.. אבער די גראדע סברא מאכט רוב מאל "מער סענס"..