פרייטאג אקטאבער 16, 2020 11:59 am#460530
א בלוטיגע הכתרה (צו דער פטירה פון הר"ר מאיר זעליג ריספלער)
עס איז היינט געקומען די ביטערע בשורה אין עס איז געפאלן נאך א קרבן פון דער שרעקליכער קאראנא מגיפה, הרה"ח ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה, ראש הקהל סאטמאר. דער יעצטיגער נפטר איז דערווייל דער פראמינענטסטער קרבן פון דער צווייטער כוואליע פון דער מגיפה וואס האט זיך אנגעפאנגען אין די אלול טעג, און בוזשעוועט ביז היינט.
ר' מאיר זעליג איז באקאנט געווען אלס אן איש ישר ורך לבב, און אין דער קורצער צייט וואס ער איז געשטאנען אין שפיץ פון דער סאטמארער קהילה האט ער באוויזן אביסל צו רעהאביליטירן די קהילה פון אסאך קטנות וואס האט איר כאראקטעריזירט פאר לאנגע יארן. ר' מאיר זעליג'ס גראדקייט - וואס אסאך קרעדיטירן זיין נייטרער אויבערלענדישער חינוך - האט אים אויך געברענגט אז ער זאל גיין קעגן דעם שטראם און זיך פרובירן צו היטן פון דער ביטערער מגיפה.
ווען מ'לעבט אין א געזעלשאפט וואו מ'לאכט אפיציעל פון דער מגיפה, וואו יעדער פרישער ספּין פון טראמפ ווערט אנגענומען מיט פלייס און אייפער, וואו דער ציל פון רבי'ס איז נאר אז אלעס זאל אנגיין ווי געהעריג, וואו מ'גלייבט ענדערש א הצלה-מעמבער ווי דעם וויסנשאפטליכן קאנצענזוס, וואו דאס מינדעסטע אפגעהיטנקייט ווערט אנגעקוקט מיט שפּאָט און געלעכטער, איז דער וואס היט זיך שוין יא אויך נישט אפגעהיטן ווי עס דארף צו זיין. עס איז זייער גרינג פאר אן עלטערן איד זיך איינצורעדן אז ער היט זיך ווייל ער גייט אין דער גאס מיט א מאסק, ווען דער מאסק איז באמת נאר דער מינימום וואס יעדער וואלט געדארפט טון.
אז ס'איז עולם כמנהגו נוהג, אז שמחות ווערן אפגעראכטן פונקט ווי אמאל, אז קהילות פראווען סיומים, יארצייט-סעודות, טישן, תפילות, הקפות און הכתרות גענוי ווי אין די אלטע צייטן, גייט דאס אפעקטירן אפילו די וואס מיינען אז זיי היטן זיך. ס'איז אנגענומען - כאטש ס'איז נישט הונדערט פראצענט - אז ר' מאיר זעליג איז אנגעשטעקט געווארן ביי דער הכתרה פון הרב מיללער אלס נייטרער רב אין וויליאמסבורג - א מסיבה וואס איז אפגעראכטן געווארן אין אן אנגעפאקטן זאל, מיט דער באטייליגונג פון הונדערטער אידן וועלכע האבן זיך געשטופט צו ווינטשן דעם נייעם רב און איינער דעם צווייטן.
צי ר' מאיר זעליג איז טאקע דארטן געווארן אנגעשטעקט איז נישט נוגע. ס'איז גענוג אז ס'איז מסתבר אז יא. יא, ס'איז מסתבר אז א יונגערמאן, וועלכער האט אפשר ניטאמאל געוואוסט אז ער איז אנגעשטעקט, האט ביי דער הכתרה איבערגעגעבן דעם ווירוס און אריינגעשטאכן א בלוטיגן שווערד אינעם הארץ פונעם באליבטן נגיד ושוע.
האט די הכתרה נישט געקענט אפגעראכטן ווערן בצמצום, און לאזן די גרעסערע צערעמאניע פאר בעסערע צייטן? וואלט דען אזוי שווער געווען אז מ'זאל נישט קומען נאנט איינער צום צווייטן און מ'זאל נישט געבן דעם האנט? וואלט דען נישט יעדער גערן אנגעטון מאסקעס ווען מ'זאגט ווען פריער אז דאס קען מעגליך - אפילו מיט א קליינעם שאנס - ראטעווען דעם לעבן פון ר' מאיר זעליג ריספלער?
פונקט אזוי זענען אידן געווארן אנגעשטעקט אין די בתי מדרשים אום ראש השנה, יום כיפור, סוכות, און ווארשיינליך שמחת תורה אויך. גאנץ חודש תשרי איז דורך אן דעם וואס מיר זאלן אונטערנעמען דאס מינדעסטע זיך צו באשיצן און באשיצן אנדערע. האט זיך עס געלוינט?
איך פרעג נישט אויב עס האט זיך געלוינט צו עפענען געשעפטן, ווייל אפשר וואלט מען נישט געקענט ערווארטן אז מענטשן זאלן פארלירן זייער פרנסה פאר לאנגע חדשים אפילו אויב מ'קען דערמיט ראטעווען א לעבן. אבער איך פרעג צי די הכתרה האט זיך געלוינט. כ'פרעג צי דער זלזול אין מאסקעס האט זיך געלוינט. כ'פרעג צי געבן הענט פאר יעדן לוינט זיך.
ר' מאיר זעליג איז מער נישטא, אבער עס זענען דא נאך טייערע אידן וואס גייען שטארבן פון דעם קאראנא וויירוס, און עס איז דא א מעגליכקייט אז טייל פון זיי קענען מיר נאך ראטעווען. ניין, כ'זאג נישט אז מיר זאלן גענצליך אפשטעלן דעם לעבן, אבער די פשוט'ע קלייניגקייטן מוזן מיר טון. מיר מוזן גיין מאסקעס ווען מיר זענען אין ביהמ"ד, מיר מוזן סאשעלי דיסטענצן. מיר מוזן טון וואס אימער מיר קענען צו ראטעווען לעבנס.
צום שלוס, עס זענען דא זאכן וואס מ'קען אפשר טענה'ן אז מיר זענען מסכים צו באצאלן מיט לעבנס (ווי דרייוון קארס און פרנסה אינמיטן א מגיפה), אבער קלייניגקייטן און באקוועמליכקייט-זאכן, און עניני עבודת ה' וואס מיר זענען מְצֻוָה אויף 'ובחרת בחיים', טארן נישט קאסטן קיין לעבנס!

- מיר מוזן טון די קלייניגקייטן וואס קענען ראטעווען לעבנס.
- מיר מוזן גיין מאסקעס אין דער גאס.
- מיר מוזן גיין מאסקעס אין ביהמ"ד און אין געשעפטן.
- כדי מענטשן זאלן זיך נישט שעמען דארף זיין א תקנה אז יעדער אין ביהמ"ד מוז גיין א מאסק.
- רבנים, רבי'ס און ת"ח זענען די איינציגסטע וואס קענען אוועקשטעלן אז ס'איז נישט קיין בושה צו היטן זיך און אנדערע.
- מ'דארף פרובירן - ווי ווייט מעגליך - זיך צו האלטן אפגערוקט פון אנדערע מענטשן.
- מ'טאר נישט געבן קיין הענט.
- מסיבות וואס קענען ווערן אפגעלייגט אויף אנדערע זמנים, דארפן ווערן אפגעשטופט.
- חתונות און מסיבות וואס קענען נישט ווערן אפגעלייגט דארפן ווערן געפראוועט בצמצום.
- א פובליק פלאץ טאר נישט נוצן קיין האנטיכער.
- עס מוז זיין זייף ביי יעדן סינק, און מ'דארף שטרענג פארלאנגען אז יעדער זאל זיך זייפן די הענט דאס מערסטע וואס שייך.