Under maintenance
הויפט זייט » קאראנא וויירוס (COVID-19)

קאראנא וויירוס (COVID-19)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
215 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13620
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:42 am#443776
קאראנא וויירוס (COVID-19)
נעכטן, מערץ דעם עלפטן, האט די אלוועלטליכע געזונטהייט ארגענעזאציע דערקלערט די COVID-19 אלץ אן אלוועלטליכע פּענדעמיע, נאכדעם וואס די עפידעמיע וואס האט זיך דאס ערשטע מאל אנטפלעקט אין די וואָהאַן ראיאן אין כינע דעם לעצטן דעצעמבער, איז געווארן פארשפרייט איבער 118 לענדער, מיט איבער 129,000 אנגעשטעקטע (וואס מען ווייסט), און איבער 4,700 טויטע (די ציפערן זענען בערך).

דאנאלד טראָמפּ, דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט נעכטן נאכט אויף לייוו טעלעוויזיע ארויסגעגעבן א גאר הארבע באפעל, וואס פארבאט איינטריט אין לאנד צו סיי ווער עס קומט אן דירעקט פון אייראפע, מיטן אויסנאם פון ענגלאנד, אדער אמעריקאנער בירגער וואס זענען דורך גרונטליכע אונטערזיכונגען צו פארזיכערן אז זיי זענען נישט אנגעשטעקט.

אין איטאליע האט די רעגירונג פארבאטן געשעפטן פון זיין אפן, מיטן אויסנאם פון אפטייקער און שפייז געשעפטן, ווי אויך איז פארבאטן אלע סארט צוזאמקומען.

א אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק:

https://ncov2019.live
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 5:15 pm#443782
קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
די פאסירונג קען אויך ארויסברענגן די גלאבאלעזאציע פון די וועלט און דאס באקאנטע געדאנק פון די זעקס דעגריס פון אפטיילונג. דהיינו, אז יעדע מענטש אויף די וועלט איז (אין אלגעמיין) מקושר צו א יעדע אנדערע מענטש אויף די וועלט מיט נישט מער ווי 6 ״חברך חברא׳ס״: דו קענסט א מענטש וואס קען א מענטש וואס קען א מענטש וכו׳. (אגב, דער אלגעמיינער אמעריקאנער קען 600 מענטשן.)

איך פארשטיי אז דאס פארשפרייטונג פונ׳ם וויירוס איז ל״ד צושטאנד געקומען פון מענטשן וועמען די אנגעשטעקטע קענען, אבער עס טוהט צייגן אויף עכ״פ די/אן אוועראל קאנעקשאן.
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 5:44 pm#443783
נישט איבעראל כאפט מען אז טראמפ לאזט שוין אויסזאגען אז די וויירעס איז א ערענסטע פראבלעם

היינט יום ה' פרשת כי תשא אין ביהמ"ד סאטמאר 53
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:38 pm#443790
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:01 pm#443792
דער גאווערנאר פון ניו יאָרק אנדרו קאומאו האט ארויס געגעבן א באפעל צו פארבאטן סיי וועלכע צוזאמענקום פון איבער פינף הונדערט מענטשן, אנגעפאנגען פון מארגן, פרייטיק, מערץ דעים דרייצענטן, פינף אזייגער נאכמיטאג, מיטן אויסנאם פון בּראָדוועי, וואו די פארבאט הייבט זיך אן היינט אווענט, וואו אויך, א יעדע צוזאמקום ארט וואס איז ערלויבט צו האלטן פינף הונדערט מענטשן אדער מער, וועט פון היצט ביז ווייטערדיגע מעלדונג, זיין ערלויבט נאר האלב פון די ערלויבטע צאל

און אנדערע נייעס, די פרוי פונעם קאנאדישער פרעמיער מיניסטער האט נארוואס באשטעטיגט די פארדאכטן וואס זי האט נעכטן געמאלדן, אז זי איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:03 pm#443793
מאן דאמר האט געשריבן:א אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק
https://ncov2019.live/data

לינק ארבעט שוין נישט
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:15 pm#443795
ענדליך אראפגענומען די האנטיכער אין סאטמאר ראדני
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:21 pm#443796
אייזערנע קאפ האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:
א אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק
https://ncov2019.live/data

לינק ארבעט שוין נישט



איך האב עס פאראכטן
פרייטאג מערץ 13, 2020 8:56 am#443806
נאך די נייע געעזצן אין נ.י. אז מ׳טאר זיך נישט פארזאמלן מער ווי 500 מענטשן אין איין פארמאכטן פלאטץ, זענען אלע גרויסע טישן פארמאכט? עס איז דא נאך מניינים שחרית אין סקווער? אדער דאווענט מען ביחידות און פרשת פרה וועט מען יוצא זיין שבת פרשת חקת?
פרייטאג מערץ 13, 2020 12:33 pm#443811
ברעיקינג!
מען האט יעצט געטראפן צוויי קעיסעס אין מאנסי.







...איין קעיס וואסער און איין קעיס אשר יצר פאפיר.
פרייטאג מערץ 13, 2020 1:59 pm#443813
באבוב 45
בילד
פרייטאג מערץ 13, 2020 3:25 pm#443814
אזוי צו זיין out of touch מיט די ריאליטעט!
זונטאג מערץ 15, 2020 1:26 am#443827
אין מדינת ישראל האט דער ראש הממשלה בנימין נתניהו שליט״א היינט באפוילן עטליכע שטרענגע באגרעניצונגען, וואס צווישן אנדערע, פארבאט סיי וועלכע צוזאמענקום פון מער וואו צען מענטשן (מיטן אויסנאם פון לוויות און ברית׳ים, וואס מעג זיין צוואנציק), מענער מקוואות וועלן זיין פארשלאסן, שׁאַפּיִנג צענטערס מיטן אויסנאם פון עסן געשעפטן וועלן זיין פארשלאסן, וואו אויך אלע מוסדות החינוך וועלן זיין פארשלאסן
זונטאג מערץ 15, 2020 1:30 am#443828
עס איז פעסטגעשטעלט געווארן אז פרעזידענט טראָמפּ איז נישט אנגעשטעקט געווארן מיט קאָראָנאַווײַרוּס, נאכער וואס ער האט זיך געלאזט אונטערזוכן צוליב פארדאכטן וואס זענען ארויפגעקומען, נאכדעים וואס ער איז געווען אין איין צימער מיט מענטשן וואס זענען שפעטער פעסגעשטעלט געווארן אלץ אנגעשטעקטע
זונטאג מערץ 15, 2020 1:42 am#443829
דא האט איר א לינק צו פרעזידענט טראָמפּ׳ס פרעסע קאנפערענץ פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג וואו ער האט דערקלערט א נאציאנאלער נויטפאל, וואס ערלויבט אים צו נוצן ספעציעלע רעזערווירטע געלטער פאר אזעלכע פעלער.


https://youtu.be/q_WM_pMp0Hg
זונטאג מערץ 15, 2020 3:45 am#443833
אויף ככר השבת האב איך געליינט אז געוויסע קהילות אריינגערעכענט בעלז און פינסק קארלין האבן איגנארירט די באפעל אז ס'זאל נישט זיין מער ווי הונדרעט פארזאמעלטע אינאיינעם.
זענען דא וואס זאגן אז די שר הבריאות, ליצמאן איז דער וואס האט דאס אנגעדרייט אויפ'ן פארלאנג פון גור'ע רבי, דאס קען מסביר זיין פארוואס בעלז זאל טון דוקא פארקערט
זונטאג מערץ 15, 2020 8:02 am#443835
דאס איז ווייל זיי האבן בקבלה אז א טיש קען נישט שאטען.

אפילו דא הי, פארשטייען אויך די רעביס אז די טישן קענען נישט אויסזעהן ליידיג און מען מוז זיצען און שטיין צו קוועטשט. חוץ ארום זייערע כסא מחילה דארט מוז זיין ד' אמות ליידיג.
זונטאג מערץ 15, 2020 8:13 am#443837
דער מעיאר פין דאבלאזיא טענה'ט אז מען מוז לאזן די שולעס אפען פאר צוויי סיבות,
איינס די עלטערן זאלען קענען ארבעטען, און אסאך פין די עלטערען ארבעטען אין העלטקעיר, און זענען סינגעל עלטערן, און ווער וועלען די שולעס זיין פארמאכט וועט נישט זיין ווער עס זאל קעיר נעמען פין די קראנקע.
צוויי, די קינדער וועלען נישט האבן קיין שולע וועלען מאכן טראבעל אין שטאט ווייל זיי ווען גיין ליידיג.

די ערשטע פראבלעם, איז טאקע א פראבלעם, ווייל מען טוט אויך גארנישט אויף דורך פארמאכען, ווייל די קינדער דארפען גיין ערגעץ זיין, און ווי דער ערגעץ איז, איז דא דער זעלבע פראבלעם. (אין די פאבליק סקולס, גיבט טאקע מער נישט לאנטש נאר אין די קלאסרומס, צו פארמיידען שייכות).

די צווייטע פראבלעם איז גענוג צו האלטען די הויך שולע אפען, עס פעלט נישט אויס דער עלעמענטרי פאר דער פראבלעם.

ווידער דער ערשטע פראבלעם איז נאר ביז דער פערטער כיתה, עלטער פין דעם קענען זיך שוין אליין באספראווען.
זונטאג מערץ 15, 2020 8:51 am#443840
וואסי פשט אז אין די חסידישע קרייזן מאכט מען זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די גאנצע זאך? די אלע קהילות האבן ארויסגעגעבן שיינע צעטלעך, אבער די פירער האבן גארנישט געזען אז ס'זאל זיין די ריכטיגע תיקונים אז די מחלה זאל זיך נישט קענען אויסשפרייטן. גייסטישע פירער דורכאויס שבת האבן בעיקר ציטירט חסידישע ספרים אז אונז דארפן זיך נישט מאכן צו טוהן און ס'קען אונז נישט שאטן, ווייל מיר זענען מאמינים, ס'איז משיח'ס צייטן בּלַא בּלַא בּלַא....

האלטן זיי באמת אז ס'נישט קיין ערענסטע געשעפט? אדער גלויבן זיי באמת אז פון הימל אז די מחלה וועט איבערהיפּן אידישע שטיבער?
זונטאג מערץ 15, 2020 9:41 am#443841
דו קענסט נישט זאגן בכלליות, געוויסע גייסטישע פירער האבן יא גענומען די זאך ערנסט, ווי למשל דער סאטמאר'ער רבי פון קרית יואל, און ימים ידברו וועלכע פירער זענען גערעכט, ענליך צו וואס עס שטייט אין פסוק "אֲשֶׁר יְדַבֵּר הַנָּבִיא בְּשֵׁם ה' וְלֹא יִהְיֶה הַדָּבָר וְלֹא יָבוֹא הוּא הַדָּבָר אֲשֶׁר לֹא דִבְּרוֹ ה' בְּזָדוֹן דִּבְּרוֹ הַנָּבִיא לֹא תָגוּר מִמֶּנּוּ", און אונז פארלאזן זיך אזויווי די כלל וואס איז אנגענומען אין ש"ס אז מילתא דעבידי לאיגלאי לא משקרי אינשי, אז זיי זאגן אז ס'איז "גארנישט" זאגן זיי לכאורה נישט קיין ליגנט.
זונטאג מערץ 15, 2020 7:24 pm#443850
NYC האט פארשפארט די פּובליק סקולס ביז כאטשיק אַפּריל דער צוואנציקסטער, דאס איז מער וואו א מאנאט

די פעדעראלע רעזערוו האט גענידערט די ראטה צו נוּל, אבער די סטאק מארקעט איז נאך אלץ געפאלן איבער 900 פוינטס (וואס מען זאגט פאראויס אויף צומארגנס ווען די גלאק וועט קלונגען צום עפענונג פונעם האנדלס טאג).

דערווייל האט ניו יארק די מערסטע אנגעשטעקטע, 729, און היינט איז געווען דער ערשטער נפטר
זונטאג מערץ 15, 2020 10:52 pm#443852
קורקלענד האט געשריבן:וואסי פשט אז אין די חסידישע קרייזן מאכט מען זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די גאנצע זאך? די אלע קהילות האבן ארויסגעגעבן שיינע צעטלעך, אבער די פירער האבן גארנישט געזען אז ס'זאל זיין די ריכטיגע תיקונים אז די מחלה זאל זיך נישט קענען אויסשפרייטן. גייסטישע פירער דורכאויס שבת האבן בעיקר ציטירט חסידישע ספרים אז אונז דארפן זיך נישט מאכן צו טוהן און ס'קען אונז נישט שאטן, ווייל מיר זענען מאמינים, ס'איז משיח'ס צייטן בּלַא בּלַא בּלַא....

האלטן זיי באמת אז ס'נישט קיין ערנסטע געשעפט? אדער גלויבן זיי באמת אז פון הימל אז די מחלה וועט איבערהיפּן אידישע שטיבער?

עס זעהט דא אויס כאילו די גאנצע וועלט האט עס גענומען מורא'דיג ערנסט, און נאר ביי היימישע אידן איז עולם כמנהגו נוהג, אין פאקט זענען אלע רעסטאראנען און בארס געווען פול היינט געהעריג אין ניו יארק, לויט ווי מען שמועסט אויף סאושעל מידיא.
מאנטאג מערץ 16, 2020 3:50 pm#443873
עס טיט זיך א סמוטאכע, דער עולם גולם לויפט אין די געשעפטן, מען קויפט איין ווי איידער א הינגער יאר. וואס מיך וואונדערט זייער, פארוואס זוכט מען די ערשטע אשר יצר פאפיר? פארוואס טראכט דעם עולם די ערשט זאך פון די מחילה? איינער קען דאס דערנענטערן צום שכל?
מאנטאג מערץ 16, 2020 4:28 pm#443876
זאגט מיר א איד, נישט קיין היימישער, וואס גייט ליידער ליידער אין קאלעדש, אז די פראפעסארן פארשטייען נישט פשט אין דאס פארמאכן די יוניווערזיטעטן און לדעתם איז עס א פשוט'ע משוגעת, אבער דאס זענען די אנווייזונגען פון די הויכע פענסטער.
מאנטאג מערץ 16, 2020 5:03 pm#443877
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיך וואונדערט זייער, פארוואס זוכט מען די ערשטע אשר יצר פאפיר? פארוואס טראכט דעם עולם די ערשט זאך פון די מחילה? איינער קען דאס דערנענטערן צום שכל?


אויב האט מען שכל ווי מ'זיצט איז דאך דאס טאקע די נענטסע צו די שכל
מאנטאג מערץ 16, 2020 8:00 pm#443881
KollelNiyes: All Satmar Shuls are full of people attending at the Atzeres Tefila called by Satmar Rebbe and Bedatz.

דאס איז טאקע די קליגסטע זאך צו טוהן יעצט ווען מפראבירט צו איינצוימן די פארשפרייטן ווי מער.

באשעפער! געב שוין קאראנע פאר די רבנים ווי שנעלער, זיי זאלן קענען מאכן ווי ווייניגער שאדן.
מאנטאג מערץ 16, 2020 9:10 pm#443884
Re: קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זאגט מיר א איד, נישט קיין היימישער, וואס גייט ליידער ליידער אין קאלעדש, אז די פראפעסארן פארשטייען נישט פשט אין דאס פארמאכן די יוניווערזיטעטן און לדעתם איז עס א פשוט'ע משוגעת, אבער דאס זענען די אנווייזונגען פון די הויכע פענסטער.
האב איך נישט געוואוסט אז איך האב שכל ווי א פראפעסאר. ווייס איך נאר נישט אויב עס איז א מעלה אדער א חסרון.


#ברוך שכוונתי l viewtopic.php?p=443859#p443859 l
מאנטאג מערץ 16, 2020 9:24 pm#443885
אדער האסטו שכל ווי א קאלעדש פראפעסער, אדער ווי א פאליטישן, ממה נפשך ביזטו אויף געהאקטע צרות. :lol:
דינסטאג מערץ 17, 2020 8:08 am#443899
קעניג פין מאנרא - נישט פארמאכען
ר' אהרן האט געהאלטען א דרשה ווי ער זאגט אז מען מוז פארלעצען דאס געזעץ, און האלטען די מוסדות אפען. בעיקר ווייל דער גויאישע קאפ פארשטייט נישט וואס דאס מיינט א אידישע שטוב, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר די קינדער אינדערהיים, און זיי וועלען זיך ווידער צוזאמען קומען, און מען טוט גארנישט אויף.

ווי אויך דרייט ער מיט תורה מגינה ומצלי.

ברוך השם אז אונז האבן מנהיגים וואס גייען אין פייער פאר אידישקייט.
דינסטאג מערץ 17, 2020 9:25 am#443903
די גאנצע תורה מגינה ומצלי איז א שווערע סוגיא. משה יענקל איז נישט מער געדאכט דיאגניזירט געווארן מיט קענסער! וואס דארף זיין זיין נעקסטע שריט? זיך זעצן לערנען? ווארום תורה מגינה ומצלי? אדער גיין צום דאקטאר און ארויפגיין אויף כימא טראפיע? אדער ביידע גאר?

עס איז אן קיין צווייפל אז עס בושעוועט ליידער א מגפה איבער די גאנצע וועלט. די משנה זאגט אין תענית אז ווען עס בושעוועט א מגפה אין א שטאט, דארף מען אין דעם דאזיגן שטאט גוזר תענית זיין און בלאזן שופר, און אין די שטעט ארום דארף מען בלויז פאסטן און מען קען פארמיידן די שופר געיאמערן. היינט שטייען מיר אין פול א ערגערען צושטאנד, עס בושעוועט א מגפה איבער די גאנצע וועלט. וואס דארף א איד טאן אין אזא פאל? פאסטן, בלאזן שופר, לערנען תורה וואס איז זיכער מגינה ומצלי, לעזן קטורת, און נאך! אבער וואס ס'איז אמאל זיכער איז אז מען מוז פאלגן אלע אנווייזונגן פון די באהערדע.

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט אויפגעשטעלט א טעסק פארס צו באקעמפן די שרעקליכע מגפה. דער טעסק פארס באשטייט פון די גרעסטע מיליטערישע דאקטורים, און פון די גרעסטע געזונטהייט ספעציאליסטן און סייענסטיסן אין לאנד. און עס ליגט א הייליגע פליכט אויף איטליכער בירגער אין לאנד גענוי אויסצופאלגן אלע זייערע אנווייזונגן. עס איז נישט קיין צייט פאר קיין אלגעמיינע מענטשען אויסצוגרעפצן זייערע מיינונגן. עס איז מגפה! בלויז וואס אויסגעפרואווטע ספעציאליסטן האבן צו זאגן איז מאסגעבנד! אויב זיי זאגן צו פארשפארן די שולעס און די חדרים, ווער האט דען די פרעכהייט צו זאגן אנדערש? עס איז דאך א אויסנאם צושטאנד! עס באשעוועט א מגפה! גיוואלד! וואו איז אונזער שכל? מיר זענען דאך א קליג פאלק?
איר ווילט וויסן וואס פאר א נאמען צו געבן פאר אייער ניי געבוירן קינד? אדער צו איר זאלט עסן צוויבל קיגל שבת חל המועד פורים, פרעגט כ''ק אדמו''ר שליט''א! אדער אייער לאקאלער חאכאם מיטן געדרייטן טורבאן. אבער אויב איר ווילט וויסן ווי אזוי זיך אויסצוהיטן פון די מגפה? דאן פרעגט בלויז דעם דאקטאר! מיי גודנעס...
דינסטאג מערץ 17, 2020 10:19 am#443904
גראדע האט עס נישט א דין פין א מגיפה לויט די דינים פין מגיפה.
דינסטאג מערץ 17, 2020 12:38 pm#443908
קאך_לעפל האט געשריבן:עס טיט זיך א סמוטאכע, דער עולם גולם לויפט אין די געשעפטן, מען קויפט איין ווי איידער א הינגער יאר. וואס מיך וואונדערט זייער, פארוואס זוכט מען די ערשטע אשר יצר פאפיר? פארוואס טראכט דעם עולם די ערשט זאך פון די מחילה? איינער קען דאס דערנענטערן צום שכל?


איך וואלט משער געוועהן אז די טוילעט פאפיר איז אויסגעקיפט געווארן דורך אינוועסטארס וואס האלטען אז מען גייט עס ברויכן.

איך זיך מענטשן וואס האבן די טוילעט פעפער, קיינער האט נישט.
דינסטאג מערץ 17, 2020 2:56 pm#443911
ס'שוין גארנישט קיין ליצנות. קראונהייטס האט שוין איבער צען היימישע אויף א רעספירעטאר. און מיימאנעדיס איז שוין פיל מיט פאציענטן ַ מ'האט שוין האספיטאליזירט אפאר בּ''פּ חסידישע מענטשן. לויט ווי מ'הערט איז איינס אונטער די פופציג אנע היסטאריע.
דינסטאג מערץ 17, 2020 3:34 pm#443913
עס דרייט זיך א שמועה אויף א געוויסע רבי, איינער ווייסט מער?
דינסטאג מערץ 17, 2020 4:02 pm#443914
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס דרייט זיך א שמועה אויף א געוויסע רבי, איינער ווייסט מער?

סנאי שומעניה?
דינסטאג מערץ 17, 2020 4:53 pm#443916
אין בארא פארק איז שוין דא א היבשע צאל קראנקע, ביז יעצט האט עס דער עולם נישט גענומען אזוי ערענסט, האפענטליך יעצט וועט מען פארשפארען די מקוואות, פארבאטן קידישים אין שול וכו, האפענטליך איז נישט צו שפעט
דינסטאג מערץ 17, 2020 5:00 pm#443917
סטאלין׳ער שול אין לעיקוואד האט פארשלאסן די טויערן אויף צייטווייליג, נאכער וואס א מאל מתפללים זענען קראנק געווארן
דינסטאג מערץ 17, 2020 5:33 pm#443918
האפענטליך אז מ'וועט אראפשטעלן 5 טויטע אין קאסטענעס איינגעהילט אין תכריכים נאך מיט די נאסע בערד פון די טהרה, אויף לי העכער די הייוועי און פארענט פון שומר שבת וועט זיך דער עולם אויפוועקן פון בערן שלאף....
דינסטאג מערץ 17, 2020 5:49 pm#443919
Stolin Shul in Monsey is closed. They have @least 2 confirmed, 1 hospitalized
דינסטאג מערץ 17, 2020 6:47 pm#443922
באבוב 48 האט פארשלאסן דער היכל התורה, ארויף טאר מען נישט לערנען אין בית מדרש, נאר דאווענען. כולל איז אויך פארמאכט. אלע מוסדות זענען פארמאכט. מענטשן העכער זעכציג טארען נישט קומען דאווענען.

אלע אנדערע מוסדות זענען געווען אפען ביז היינט, מארגן פארמאכן די חדרים צוליב די גזירות המלכות.

בתי מדרשים זענען אפען געהעריג. ראחמיסטריווקא לאכט זיך גענצליך אויס, און האבן געמאכט גרויסע לחיים'ס פאר די יארצייט היינט. סאטמאר הענגט א שטיקעל צעטיל, אבער עולם כמנהגו נוהג.

מענטשן געבן איבער אז מען הערט אסאך היסן אין בית המדרש, און קיינער קערט נישט.

דער אויבערשטער זאל אנהיטען, אבער נוי יארק איז דערווייל דער שטאט מיט דער מערסטער קעיסעס, און איך האף צום אויבערשטער אז בארא פארק און ווילי זאלען נישט ווערען אינטערנאַציאָנאַלע נייעס פאר האבן דער מערסטער קעיסעס אין דער וועלט. (איך רעד נישט פין שטארבן, ווייל אונזער עולם געלעבט דאך אז עס איז אלעס באשערט, און קיינער שטארבט נישט וועגן קאראנא, און די אלע וואס גייען שטארבן וואלטען ממילא געשטארבן).
דינסטאג מערץ 17, 2020 7:25 pm#443923
יום שכולו שבת

מ׳דארף נישט ארבעטן

מ׳דארף נישט צאלן קיין ביללס

מ׳דארף נישט צאלן קיין מארגעדזש

מ׳דארף נישט אויפשטיין אינדערפרי לייגן די קינדער אויפן באס

מ׳דארף נישט גיין צום שיעור

מ׳דארף נישט גיין ארבעטן

נישטא ווי צו גיין און ווי צו קומען...

ס׳איז צייט זיך צו זעצן לערנען! אנהייבן ביי מסכת ברכות, און גיין גראד ביז מסכת נדה, לייגטס אוועק די טעלעפוין און עפענטס די גמרא.

מעין עולם הבא, יום שבת מנוחה, יום שכולו שבת, שבוע שכולו שבת, און אפשר גאר חודש שכולו שבת.

זאגט די גמרא ווייטער....
דינסטאג מערץ 17, 2020 7:35 pm#443924
קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
און זאל שוין מקויים ווערן דאס וואס מ׳זאגט טאקע אין שבת (לפי נוסח ספרד) ״כתר״ [״קאראנע״ = ״כתר״ בלאטייניש] יתנו לך ה׳ אלקינו. דהיינו, אס הקב״ה זאל אוועקנעמען די מגיפה פון די קאראנעוויירוס צוריק צו אים, און עס זאל זיין שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא במהרה אמן.

‏און טאקע לכ״ע בשבת ניתנה תורה [״כתר״ תורה] - עם ה״כתרים״ של נעשה ונשמע (אפשר א שטיקל רמז אז מ׳דארף טאקע אויספאלגען [״נעשה ונשמע״] די אנווייזונגען פון די געזונטהייט עקספערטן בנוגע מאכן א ״שבת״ און זיך איזאלירן לאור המצב של מגיפת ה״כתר״).
דינסטאג מערץ 17, 2020 8:29 pm#443925
די וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט און זענען שוין געווארן אנגעשטעקט און קראנק זענען די מזל'דיגע, זיי קען מען נאך געהעריג באהאנדלען, און גאר א קליינע פראצענט פון זיי וועלן עס נישט מאכן. די רחמנות איז נאר אויף די וועלכע געבן זיך יא אכטונג און וועלן הערשט קראנק ווערן אין דריי וואכן ארום (רוב מענטשן וועלן עס באקומען at some point) ווען די שפיטעלער וועלן שוין זיין איבערגעפילט און מ'וועט זיי נישט קענען געהעריג באהאנדלען. הדא הוא דכתיב: "כל הרודף אחר הCOVID, הCOVID בורח ממנו."
דינסטאג מערץ 17, 2020 8:41 pm#443928
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט און זענען שוין געווארן אנגעשטעקט און קראנק זענען די מזל'דיגע, זיי קען מען נאך געהעריג באהאנדלען, און גאר א קליינע פראצענט פון זיי וועלן עס נישט מאכן. די רחמנות איז נאר אויף די וועלכע וועלן געבן זיך אכטונג און וועלן הערשט קראנק ווערן אין דריי וואכן ארום (רוב מענטשן וועלן עס באקומען at some point) ווען די שפיטעלער וועלן שוין זיין איבערגעפילט און מ'וועט זיי נישט קענען געהעריג באהאנדלען. הדא הוא דכתיב: "כל הרודף אחר הCOVID, הCOVID בורח ממנו."


יישר כח, איך גיי מארגען אין אלע מקוואות.
דינסטאג מערץ 17, 2020 8:42 pm#443929
קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
לפי״ז קען מען אויך ״טייטשן״ (אבות ד כא) הקנאה והתאוה והCOVID מוציאין את האדם מן העולם, און רש״י איז מפרש אויף ״כבוד״ (לויט איין פשט) שהרבנות מקברת את בעליה ע״ש. און מ׳האט דאך טענות אויף ווי אזוי די רבנים האבן באהאנדלט די קריזיס...

לא׳מיר האפן אז עס וועט נישט מקויים ווערן המשך המשנה אין אונזער קאנטעקסט.
דינסטאג מערץ 17, 2020 8:44 pm#443930
אישתישבי האט געשריבן:יישר כח, איך גיי מארגען אין אלע מקוואות.

אדער נאך בעסער, בעט אן אנגעשטעקטער זאל דיך אריינהוסן אין מויל אריין א הונדערט מאל, אולי יחוס.
דינסטאג מערץ 17, 2020 9:18 pm#443932
רביה"ק זי"ע: איך האב א בעסערע עצה פאר איהם. ער זאלל אריבערגיין 13 אדער 16'טע עוו. מיט פארמאכטע אויגן. ביז 5 מינוט איז ער אין שפיטאל. אדער גאר אין שומרי הדת... הרהגה"צ ר' שימעלע דזשיגאן זצוק"ל...! (האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.)
דינסטאג מערץ 17, 2020 9:27 pm#443934
Re: קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אדער נאך בעסער, בעט אן אנגעשטעקטער זאל דיך אריינהוסן אין מויל אריין א הונדערט מאל, אולי יחוס.

און מ׳עט נאך טרעפן א רמז צו דעם אויך...

דהיינו, אין אזא פאל ׳עט זיין אזוי ווי ס׳שטייט ביי משרע״ה (שמות ד י) כי ״כבד״ [COVID] פה. און ביי משרע״ה שטייט אויך (שם לד כט) כי ״קרן עור״ [corona] פניו (און ער׳ט טאקע געלייגט א מסוה על פניו)...
דינסטאג מערץ 17, 2020 10:55 pm#443943
מי אני האט געשריבן:לפי״ז קען מען אויך ״טייטשן״ (אבות ד כא) הקנאה והתאוה והCOVID מוציאין את האדם מן העולם, און רש״י איז מפרש אויף ״כבוד״ (לויט איין פשט) שהרבנות מקברת את בעליה ע״ש. און מ׳האט דאך טענות אויף ווי אזוי די רבנים האבן באהאנדלט די קריזיס...

לא׳מיר האפן אז עס וועט נישט מקויים ווערן המשך המשנה אין אונזער קאנטעקסט.


מיינט איר צו זאגן אז די רבנים באגראבן די בעלי בתים?
דינסטאג מערץ 17, 2020 11:07 pm#443944
וואס טוט זיך מיט בריתן, מגייט ווייטער מאכן געהעריג מציצה בפה?