Under maintenance
הויפט זייט » קאראנא וויירוס (COVID-19)

קאראנא וויירוס (COVID-19)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
215 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13620
מאנטאג אפריל 20, 2020 9:47 pm#446291
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
איסר האטלקי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?

דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.

טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
מענטשן גייען נישט אויפהערן צו פליען מיט עראפלאנען אפילו אויב אלע עירליינס גייען באנקראט, בס"ה וועלן אנדערע אפקויפן די עירליינס , פרייזן וועלן אפשר ארויפגיין, און ביז אפאר יאר וועט אלעס צוריק זיין ביים אלטן.
מאנטאג אפריל 20, 2020 10:21 pm#446295
זעקעל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב אזי דארף מען זיי אויסשפייען פון די גאנצע מענטשליכע ראסע.

רביה״ק איר זענט מכובד

איך בין דיר מוחל די COVID. :lol:
מאנטאג אפריל 20, 2020 10:30 pm#446297
אונטער חכם האט געשריבן:מענטשן גייען נישט אויפהערן צו פליען מיט עראפלאנען אפילו אויב אלע עירליינס גייען באנקראט, בס"ה וועלן אנדערע אפקויפן די עירליינס , פרייזן וועלן אפשר ארויפגיין, און ביז אפאר יאר וועט אלעס צוריק זיין ביים אלטן.

אמת יעדעס ווארט, אבער אויב וועט טראוול זיין אזוי טייער, וועלן מענטשן פארן אסאך ווייניגער און הונדערטער אינדוסטריס וועלן צוליב דעם קראכן.

דאס איז די סיבה פארוואס רעגירונגען בעילן אלץ ארויס עירליינס, און ספעציעל יעצט, ווייל ס'ברענגט טויזנטער און מיליאנען קלענערע פרנסות גלאבאל. עס לוינט זיך פאר'ן רעגירונג די פאר מיליאן, ווייל ס'ברענגט אריין ביליאנען.
מאנטאג אפריל 20, 2020 11:17 pm#446303
זעקעל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.

מנין ארויף מנין אראפ די מוסרים זענען א דיסגרעיס פאר די גאנצע הומאן ראסע

מוסרים וואס ראטעווען פון רוצחים זענען א דיסגרעיס פאר די הומאן ראסע, קען נאר געזאגט ווערען דורך א ליידיקע זעקעל פלייש אן א מוח אדער הארץ.
מאנטאג אפריל 20, 2020 11:43 pm#446308
זעקעל, כ'נעם זיך אן פאר דיר אז דו ווערסט שטענדיג אטאקירט דורך גימפל.
דינסטאג אפריל 21, 2020 12:10 am#446313
מאך זיכער האט געשריבן:זעקעל, כ'נעם זיך אן פאר דיר אז דו ווערסט שטענדיג אטאקירט דורך גימפל.

ווען זיי זענען ביי דער איין מענטש, צוזאמען מיט מאך זיכער, וואלט עס מיר נישט געווען קיין חידוש
דינסטאג אפריל 21, 2020 1:49 am#446320
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
איסר האטלקי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?

דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.

טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
זייענדיג אריינגעטון אין סטאקס עטליכע יאר איז מיר שוין כמה פעמים אויסגעקומען צו ליינען די ווייסע צעטלעך (white balance sheets) פון די גרויסע עירליינס, און אלע פון זיי האבן נישט קיין גרויסע קעש אוועקגעלייגט!

יעדע גרויסע פירמע (אייגנטלעך יעדע אחריות'דיגע מענטש) מיט א שכל'דיגע מענעדשמענט האט אוועקגעלייגט אסאך קעש פאר רעגנדיגע צייטן און פאר אונטערקומענדיגע געלעגנהייטן / אפארטוניטיס (א שטייגער ווי עפל, גוגל, מייקראסאפט, בערקשייער העטהעוועי, ועוד)

יעצט אזוי, ווען עס קומט א רעסעסיע צו סיי וועלכע וועלט אויפשאקלונג (טעראר אטאקע וכדומה) וועלכע קאמפאניס פארלירען די ערשטע????
די עירליינס און טוריזם!
מענטשן האבן נישט קיין איבעריגע געלט צו פליען אויף מינדערוויכטיגע זאכן.
אם כן וואלטן דאך די עירליינס [וועלכע פלאגן זיך סתם אזוי ארויסצוקוועטשן א פראפיט] געדארפט זיין די ערשטע מיט א גרויסע קעש באלאנס ניין?

איז וואס גייט דא פאר?

איז אין קורצן אזוי:
די עקזעקוטיווען נעמען די קעש און זיי קויפן צוריק די סטאקס פונעם קאמפעני (וואס אין א נארמאלע געזונטע קאמפעני איז גאנץ א פארשטענדליכע זאך) - אסאך מאל אפי' איגנארירנדיג די חובות (דעבט) וואס דאס הייבט די פרייז פונעם סטאק,
אויב / ווען די פרייז הייבט זיך צו א געוויסע סכום באקומען זיי גרויסע באנוסעס (דורך אפשען'ס אין אנדערע קאמפאני פראגראמען) און פארדינען פאר זיך פריוואט גאר אסאך!!!!!!
און זיי פארלאזן זיך לכתחילה אז אין א צייט פון נויט וועט די רעגירונג זיי קומען צו די האנט!

איי צו קען מען זיי לאזן אויך הפקר?
די גאנצע עקאנאמיע און אסאך אינדוסטריעס בפרט וועלן דאך שטארק ליידן?!?

גערעכט, אבער פארוואס זאלן זיי נישט ליידן קיין קאנסעקווענצן?
פארוואס זאלן קעפ נישט פליען?
פארוואס זאל די רעגירונג נישט זיי רעגולאטירן פון היינט און ווייטער?
פארוואס נישט גרויסע פראצענטן צינזן בעילאוט?
אפשר גאר א ליציטאציע?

די סמאל ביזנעס וועלכע פאלגט אלע כללים פון ביזנעס יענער דארף מען לאזן אויף הפקר?????
דינסטאג אפריל 21, 2020 6:48 am#446326
דאס איז די סוד פון ביג ביזנעס, די ריסק לייגט מען אויף די ציבור, און די ריוח נעמן זיי. די גרויסע עקזעקיטיווס נעמן מיליונען אין פוד סטעמפס, און די קליינע מענטשעלע דארף זיך שעמן פאר זיין נישטיגע הונדרעט צוואנציג דאללאר א חודש.

און דאס איז די סתירה פון קאפיטאליזם. טאמער די קאנסערוואטיווע וואלטן עכו געגלויבט אין די פריי עקאנאמיע, וואלטן זיי אדער געלאזט די גרויסע באננס פאלן, אדער וואלטן זיי פארשטאנען די נויט פאר א שטרענגערע שמירה אויף ביזנעסער וואס פארלאזן זיך אויף די ציבור זיי צו ראטעווען.
דינסטאג אפריל 21, 2020 1:36 pm#446356
פאליטיקאנט

די שרייבסט כאילו די עקזעקיוטיוו נעמט די געלט פין די רעגירונג און קויפט פריוואט סטאק פין די קאמפאני.

ווי איך האב פארשטאנען קויפען זיי צוריק פאר די קאמפאני, נישט פאר זיך, שפעטער ווען עס גייט צוריק ארויף צאלען זיי צוריק פאר די גאווערמענט די געלט דורך פארקויפן די סטאק.
דינסטאג אפריל 21, 2020 4:57 pm#446385
איך מיין האסט נישט פאשטאנען מיין פוינט.

זיי נעמען די רווח פון די קאמפעני טאקע, אבער אנשטאט האלטן א גרויסע סכום קעש פאר רעגנדיגע צייטן, וואס דאס איז די ריכטיגע שריט פאר יעדע קאמפעני בפרט איינס מיט הויכע ריזיקעס פאראויס, טוען זיי וואס עס לוינט זיך זיי פריוואט און קויפן צוריק סטאק.
און זיי פארלאזן זיך אז אין א צייט פון נויט וועט די רעגירונג העלפן.
דינסטאג אפריל 28, 2020 5:30 am#446899
איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס די גאווערמענט זאגט נישט אז נאר מענטשן העכער זעכציג און אומגעזונטע זאלן נישט ארויסגיין און חוץ פון זיי זאל די לאנד אנגיין נארמאל?? און אזוי ביז אפאר וואכן וועט די גאנצע עולם זיין immune און יעדער וועט זיך קענען דרייען, ווייל וויאזוי עס איז יעצט זעה איך נישט מען זאל קענען עפענען פאר נאך א שיינע פאר חדשים ביז מען טרעפט א וואקסין...
דינסטאג אפריל 28, 2020 6:24 am#446900
אין לאנדאן איז דאס געווען דער מהלך, און גיב א קוק וואס האט פאסירט רח"ל.

די 60 יעריגע איז נאר א בערכ'דיגע שאצונג, ליידער גענוג יונגע מענטשן זענען נסתלק געווארן, און ביי פיקוח נפש נעמט מען נישט קיין שאנסן.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:01 pm#446926
און טאקע ווייל יעדער האלט זיך פאר געזונט, זיי מסביר איינער גיי נישט ארויס ווייל ביסט נישט געזונט.

פאר פורים איז שוין געווען צעטלעך אז אידן העכער זעכציג און נישט געזונטע זאלען נישט קומען, און זיי זענען אלע געקומען.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:11 pm#446928
און טאמער דאס איז אמת, אז מענטשן וועלן זיך נאר זיטן טאמער זיי זען יעדער זיך היטן, איז עס א חלק פון די מענטשהייט, מ'קען גארנישט טון דערוועגן. און דעריבער מוז יעדער זיך איינשפארן טאקע. טאמער דו האסט א וועג וויאזוי די איבערוואגיגע, עלטערע, און שוואכערע וועלן בלייבן אין שטוב, ווען די וועלט גייט ווייטער אן, טראג עס אן. ביזדערווייל איז דאס די וועג.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:29 pm#446933
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
לאנדאן שטייט דריי מאל בעסער ווי ניו יארק.
בילד
דינסטאג אפריל 28, 2020 2:03 pm#446948
שמעקעדיג האט געשריבן:אין לאנדאן איז דאס געווען דער מהלך, און גיב א קוק וואס האט פאסירט רח"ל.

די 60 יעריגע איז נאר א בערכ'דיגע שאצונג, ליידער גענוג יונגע מענטשן זענען נסתלק געווארן, און ביי פיקוח נפש נעמט מען נישט קיין שאנסן.

דער מהלך פון לאנדאן צייגט גארנישט. אמעריקע האט מער אנגענומען דעם אנדערן מהלך פון פארשטאטערן דעם צאל אנגעשטעקטע, כדי נישט איבערצושטרענגען די סיסטעם. סך הכל איז לאנדאן איז עס אנגעקומען שנעלער און אין אמעריקע האט עס גענומען אביסל לענגער.

קיינער האט עס נישט אויסגעמיטן, א לאקדאון מאכט עס שטאטער, און אפן לאזן שיקט עס שנעלער אדורך.

איי ארץ ישראל? פון ווארימע ערטער איז נישט קיין ראיה. פלארידע האט עס געהאט אסאך פאר ניו יארק, זיי זענען ווייניגער שטרענג, און זיי האלטן ביי ווייניגער פון 10 פראצענט פון ניו יארק. דאס זעלבע איז מיט קאליפארניע.
דינסטאג אפריל 28, 2020 5:24 pm#446983
מפיל קינד האט געשריבן:דער מהלך פון לאנדאן צייגט גארנישט.

דהיינו?
עס צייגט אז דער מהלך פון האלטן נאר עלטערע איינגעשפארט העלפט נישט!
דינסטאג אפריל 28, 2020 6:13 pm#446986
ווער זאגט? קוק אויף די נומערן. סך הכל איז עס שנעלער ארויף און שנעלער ארומגעפארן. א טובל און ארויס. וואס איז די פראבלעם מיט אזא מהלך?
דינסטאג אפריל 28, 2020 6:34 pm#446988
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
מפיל קינד האט געשריבן:ווער זאגט? קוק אויף די נומערן. סך הכל איז עס שנעלער ארויף און שנעלער ארומגעפארן. א טובל און ארויס. וואס איז די פראבלעם מיט אזא מהלך?
דאס איז די גאנצע פראבלעם.

ווען די "קורוו" (courve) גייט ארויף שנעל איז דא די פראבלעם אז עס וועט איבערשטייגן די קאפאסיטי פון די געזונטהייט פארזאגער (העלט קעיר) סיסטעם.
און די שפיטעלער וווערן איבערגעווארעמט און מ'קען נישט באהאנדלן אזוי פיל.....

און דאן איז עס קאטאסטראפיש.
דינסטאג אפריל 28, 2020 6:38 pm#446990
ריכטיג, אבער למעשה, חוץ אין כינע האט מען איבעראל איבערגעשאצט די צאל פאציענטן וואס וועלן זיין אין שפיטאל אויף רעספאראטן. פארשפארן העלפט טאקע פארן סיסטעם, אבער צום סוף האט עס נישט אויסגעמאכט, ווייל די צאל קראנקע גייען שוין אראפ נאך איידער מ'האט דערגרייכט דעם געשאצטן הויכפונקט.

אין ניו יארק האט מען גע'הרג'ט מענטשן פאר גארנישט, אבער בעטן און דאקטוירים זענען געווען גענוג, ניטאמאל האט מען גענוצט די מלחמה שיף וואס איז געשיקט געווארן. נורסעס ווארטן נאך צו ווערן גערופן פאר בעק אפ, אבער מ'פלאגט אויס מאשינען בשעת ווען קאומא שרייט אז ער האט נאך גענוג מאשינען. גיי פארשטיי.
דינסטאג אפריל 28, 2020 6:38 pm#446991
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
פאליטיקאנט האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:ווער זאגט? קוק אויף די נומערן. סך הכל איז עס שנעלער ארויף און שנעלער ארומגעפארן. א טובל און ארויס. וואס איז די פראבלעם מיט אזא מהלך?
דאס איז די גאנצע פראבלעם.

ווען די "קורוו" (courve) גייט ארויף שנעל איז דא די פראבלעם אז עס וועט איבערשטייגן די קאפאסיטי פון די געזונטהייט פארזאגער (העלט קעיר) סיסטעם.
און די שפיטעלער וווערן איבערגעווארעמט און מ'קען נישט באהאנדלן אזוי פיל.....

און דאן איז עס קאטאסטראפיש.
זאלען אלע יונגע און געזינטע מענטשען (בשעת די עלטערע און אומגעזינטע זענען איינגעשפארט) עס שנעל באקומען אויף איינמאל אזוי וועט יעדער זיין immune וועט מען קענען עפענען.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
דינסטאג אפריל 28, 2020 7:00 pm#446993
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
עוקר הרים האט געשריבן:

עס איז נישט נאר די עלטערע, אפי' די אונטער זעכציג האבן אויך א געוויסע טויט ראטע נאר נישט אזוי הויעך.
ממילא וועלן די שפיטעלער נאך אלץ ווערן איבערגעפילט.
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:24 am#447053
פארוואס האלטסטו אז נאר נאן וואלנערעבל וואלטן אנגעפילט שפיטעלער איבער די בויגן? ווי איך פארשטיי איז ממט א קליין פראצענטל פון די נאן וואלנערעבל אויסגעשטעלט צו שפיטאל ריזיקע.
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:37 am#447060
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
אבער אפי' די קליין פראצענט (עס איז בערך 2-3 פראצענט) פון די האספיטאליזאציע אונטער 60 איז אויך גענוג אנצופילן די שפיטעלער.
כ'מיין 2 פראצענט פון א גרויסע באפעלקערונג!!!

אגב לויט ווי שטודיעס ווייזן זענען איבער 40 פראצענט וועלכע זענען אנגעקומען אין שפיטאל אונטער 40.
מיטוואך אפריל 29, 2020 2:55 pm#447135
איך האב היינט געהערט בי.בי.סי. ווי זיי זאגען אז די נומערן אין ענגלאנד זענען נאר אין שפיטאל, נישט אין די אלטעסהיימער אין לאנד. בקיצור, זייער נומערן זענען נישט ווערט קיין רעטעך, זיי שפיגלן נישט אפ די אמת'ער נומערן.

און דאס איז די סבה פארוואס עס איז זינלאז צו זאגען דעות געבויט אויף די מידיא, ווייל זיי ווייסען גארנישט מיט נישט. די עקספערטן האבען צוטריט צו א מציאות וואס איז נישט דא פאר דיר. און אזוי אויך דער פרעזידענט וואס ליינט נישט די אלע געהיימע מאטיריאל, כפי זיין אייגענע ווערטער דא. די מיינונגן אונזערע איז ווערט פונקט אויף צו שמועסן אין מקוה, און היינט וואס עס איז נישט דא קיין מקוואות, קען מען עס אויסשמועסן אין שאוער צו די באטלעך שאמפו. זיי וועלן גערן מסכים זיין.
מיטוואך אפריל 29, 2020 5:56 pm#447150
שוועדן האט נישט געמאכט קיין סאציאל דיסטאנסינג, יעצט איז די שאלה צו זיי ליידען דערוועגן.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 5:05 pm#447253
עס גייט שלעק אין די בארא פארקער גאסן. דרייצנטע עוויניו זעט שוין באלד אויס ווי מאה שערים. די פארשלאסענע חרידים ברעכן זיך ארויס פון זייער הויז ארעסט וואו זיי זענען שוין פארשפארט זינט פורים. און דער קאמוניסט קאמעראד דיבלאזיא שיקט זיין געסטאפא לייט אונטערצודרוקן דאס אידנטום. ווי ס'זעט זיך אויס איז א רעוואלוציע אין גאנג...
און די גוטע נייעס איז אין אין תל אביב קומען פאר שטורעמישע פראטעסטען פארנט פונעם אמעריקאנע קאנסילאט קעגן די פאליצייאישע אונטערדוקונג פאר די אידן אין ברוקלין...
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:13 pm#447259
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
קאך_לעפל האט געשריבן:עס גייט שלעק אין די בארא פארקער גאסן. דרייצנטע עוויניו זעט שוין באלד אויס ווי מאה שערים. די פארשלאסענע חרידים ברעכן זיך ארויס פון זייער הויז ארעסט וואו זיי זענען שוין פארשפארט זינט פורים. און דער קאמוניסט קאמעראד דיבלאזיא שיקט זיין געסטאפא לייט אונטערצודרוקן דאס אידנטום. ווי ס'זעט זיך אויס איז א רעוואלוציע אין גאנג...
און די גוטע נייעס איז אין אין תל אביב קומען פאר שטורעמישע פראטעסטען פארנט פונעם אמעריקאנע קאנסילאט קעגן די פאליצייאישע אונטערדוקונג פאר די אידן אין ברוקלין...
ווי נאריש קענען מענטשן זיין???
איך הער די אלע וואיס נאטס וואס פארן ארום, אז מען זאל זיך באוואפענען און ארויסגיין.....!

צו כאפט מען טאקע נישט אז קיינער איז נישטא אונטערצוברענגען וויליאמסבורג?!
אלץ וואס ווערט יעצט היציג געטון גייט אונז שאטן!!

און אפי' אויב פאר וועלכע סיבה צילט מען אונז, איז זיכער ראטזאם זיך דאפעלט אזוי שטארק אנשטרענגן צו האלטן די געזעץ.
מען מעג קריטיקירן און פראטעסטירן, אבער ווי נארמאלע מענטשן. נאציס און געסטאפא איז נישט גילטיג ווילאנג זיי קומען נישט צו, צו שיסן און פארגאזן מענטשן!

לאמיר זיך האלטן רואיג און קוקן מיט א בליק אויף פאראויס מער פון דריי טעג!
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:28 pm#447262
פאליציי האט ארעסטירט א בחור אין בארא פארק נאכ'ן נישט אויספאלגן זייער פארלאנגען. די ציבור אידן האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, און ניגוני קולות וברקים באגלייטענדיג צום פאליס קאר.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 8:01 pm#447270
מיינונגזאגער האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:און יא!

יענקל קארנבלי פון בארא פארק האט היינט זיך אויפגעוועקט צו א נייע אנגענעמע וועלט, א נייע פרישע וועלט, א וועלט פון פאליציי און געשלעגן, א וועלט ווי די פאנאטישע שווארצע חסידים ווערן ארעסטירט, ענדליך ענדליך, נאכן פרובירן אזויפיל מאל צו ארומדרייען די אינטערעסן פון די אנטיסעמיטישע פאליציי זענען זיי שוין ענדליך דא און טאקע טיילן פעטש אויף די גאסן.

נישט נאר יענקל קארנבלי איז שולדיג, שולדיג איז יעדער איינער וואס האט גענומען שריט בין לטוב ובין למוטב, דער וואס האט געגראבן מקוה'ס און דער וואס האט גערופן דעבלאזיא רעפארטירן, יעדער איינער וואס האט נישט איינגענומען א הילכיגער שטילשווייגעניש איז שולדיג אין די שאנדפולע סומעטאכע וואס איז זיך פארלאפן היינט אין בארא פארק.

צופיל דעטאלן קען איך נישט איבער די געשיכטע פון היינט, אבער וואס איז זיכער איז אז קיינער וואס האט גערודערט איז נישט אומשולדיג, אבער די וואס רופן פאליציי, צו וואס ווארט איר אויס? ווילט איר טאקע אז די פאליציי זאל מער נישט אריינקומען אין אונזערע געגנטער? ווילט איר אז בארא פארק זאל פאררעכנט ווערן ביי די אינסטאנצן ווי הארלעם צוואנציג יאר צוריק?

)און צו די היפאקריטן וואס פון איין זייט שרייען זיי אז מען זאל עלימינירן די שווארצע פון אלע געגנטער, דא האט איר אביסל וואס די שווארצע האבן געליטן ווען מען האט זיי געטארגעט).

דעבלאזיא איז דער פערפעקטער מעיאר פאר ניו יארק, א נארישע מעיאר פאר נארישע מענטשן!
I’m a close relative to the NIFTER ZTZAL I was there the entire time.
It was a clear prepared action by the NYPD 66th PC to show that Deblazio was right with his comments yesterday and it was important for the police to have a real companion going.
That’s why they needed to arrest a 17 year old boy (EINIKEL if the NIFTER ZATZAL) which ran to buy a small orange juice bottle around (at the kosher depot grocery store) the for for his father which was semi fainting.
BTW the 17 year old boy was back at the LEVEIYE 15-20 minutes after being abducted by to police.
Guys just know this we are a target now all over in the 5 boroughs nothing besides HASHEM and self defense (with respectful demeanor) will help with all the antisemites.

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מאי 01, 2020 12:03 pm#447386
און שוין, מורינו הרב קאומא זאגט אז די שולעס און קאלעדזשעס וועלן זיין פארשפארט פאר די רעשט פונעם אקעדעמישן לערן-יאר.

איך זאג פאר א מלחמת חורמה צווישן איהם און טראמפ דערוועגן. און אויב מיר חסידישע אידן האבן נאכנישט געהאט גענוג נעגאטיווע פובליסיטי ביז יעצט, ווארטס נאר ווארטס ביז די אונטערעדישע חדרים וועלן יעצט זיך מערן ווי שוואמען נאך א רעגן.
פרייטאג מאי 01, 2020 3:45 pm#447405
טראמפ גייט נישט אן די סקולס, נאר די ביזנעסער.
פרייטאג מאי 01, 2020 4:05 pm#447406
מפיל קינד האט געשריבן:טראמפ גייט נישט אן די סקולס, נאר די ביזנעסער.
ווי קען מען צוריקגיין ארבייטן אויב די קינדער זיצן אינדערהיים?
זונטאג מאי 03, 2020 9:34 am#447542
ווען איינער מאכט א האפטשו, זאגט מען עהם
פאר'ן קאראנע אויסברוך - בלעס יו...
נאכן אויסברוך - געט די העל אויט אף היער...

ביטע עס צופירן צום קאראנע שמייכל אשכול.
מאנטאג מאי 04, 2020 9:01 pm#447706
בד''ה
הגאון הצדיק ר' יונתן בנימין גאלדבערגער זצ"ל אבד''ק בוקאווסק, חתן כ''ק אדמו''ר מבאבוב זצ"ל
מאנטאג מאי 04, 2020 9:35 pm#447711
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:און שוין, מורינו הרב קאומא זאגט אז די שולעס און קאלעדזשעס וועלן זיין פארשפארט פאר די רעשט פונעם אקעדעמישן לערן-יאר.

וואס איז מיט סעפטעמבער?
מאנטאג מאי 11, 2020 4:51 pm#448392
אין סטוטשין גרייט מען זיך צו אן ערענסטער טיש היינט ביינאכט לכבוד ל''ג בעומר. פרעג איך א סטוטשינער, זאג נאר דו ווייסט געוויס אז ס'איז איצט קאראנא צייט? קוקט ער מיך אן ווי בלעם'ס אייזעל, וואס קראנא? ווען קאראנא? קאראנא... שמאנא... ס'האט נישט אויסגעזען אז דער ארנעקענט בכלל די גאנצע קאראנא עמפעדעמיע.
זאג איך אים: מיין טייערע ידיד איך פארשטיי דיר גראדע זייער גוט. כ'געדענק אז רבי נתן יוסף זאל זיך מיען האט אמאל געזאגט ביי א דרשה, אז עס איז נישט פארהאן קיין מציאות קעגן די תורה, דעריבער ווי באלד די מדינה איז דאך קעגן די תורה דערפאר עקזעסטירט דאס נישט בכלל אין מציאות... דאס וואס מען זעט באשיינפערליך א מדינה בנויה על תילה, וואלקן קראצער אין תל אביב, איז פשוט בלויז אלוזיעס און פאנטאזיעס...
אלזא, קראנא אין סטוטשין, איז ווי די מדינה ביי רבי נתן יוסף אין הארץ...

נישט שלעכט..געוויסע מענטשן באשאפן זיך זייער איייגע מציאות און לעבן (שטארבן זיך) זיך א חיים טובים... כ'מיין איך ווער א סטוטשינער...
מאנטאג מאי 11, 2020 8:20 pm#448403
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
קאך_לעפל האט געשריבן:אין סטוטשין גרייט מען זיך צו אן ערענסטער טיש היינט ביינאכט לכבוד ל''ג בעומר. פרעג איך א סטוטשינער, זאג נאר דו ווייסט געוויס אז ס'איז איצט קאראנא צייט? קוקט ער מיך אן ווי בלעם'ס אייזעל, וואס קראנא? ווען קאראנא? קאראנא... שמאנא... ס'האט נישט אויסגעזען אז דער ארנעקענט בכלל די גאנצע קאראנא עמפעדעמיע.

אן אמת'ע מעשה, מיך האט א סטוטשינער געזאגט אז אפילו אויב ביי די יודען זענען 300 מענטשען געשטארבען פון קראנא איז עס נישט פון גייען אין שיל ווייל זעהסט דאך ביי די גוים זענען געשטארבען טויזענטע מענטשען אפילו זיי גייען נישט אין שיל זעהסטו אז שיל איז נישט דאס וואס הארגעט....כהאב נישט געוויסט צו איך זאל לאכען צו וויינען......וואס איז געשעהן מוט דעם מחכימת פתי?!

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
מאנטאג מאי 11, 2020 8:25 pm#448404
סתם א שוטה, איך האב געקענט אפאר אידן וועלכע זענען געשטארבן אבער אפילו נישט קיין איין גוי. :lol:
מאנטאג מאי 11, 2020 10:55 pm#448423
עוקר הרים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אין סטוטשין גרייט מען זיך צו אן ערענסטער טיש היינט ביינאכט לכבוד ל''ג בעומר. פרעג איך א סטוטשינער, זאג נאר דו ווייסט געוויס אז ס'איז איצט קאראנא צייט? קוקט ער מיך אן ווי בלעם'ס אייזעל, וואס קראנא? ווען קאראנא? קאראנא... שמאנא... ס'האט נישט אויסגעזען אז דער ארנעקענט בכלל די גאנצע קאראנא עמפעדעמיע.
זאג איך אים: מיין טייערע ידיד איך פארשטיי דיר גראדע זייער גוט. כ'געדענק אז רבי נתן יוסף זאל זיך מיען האט אמאל געזאגט ביי א דרשה, אז עס איז נישט פארהאן קיין מציאות קעגן די תורה, דעריבער ווי באלד די מדינה איז דאך קעגן די תורה דערפאר עקזעסטירט דאס נישט בכלל אין מציאות... דאס וואס מען זעט באשיינפערליך א מדינה בנויה על תילה, וואלקן קראצער אין תל אביב, איז פשוט בלויז אלוזיעס און פאנטאזיעס...
אלזא, קראנא אין סטוטשין, איז ווי די מדינה ביי רבי נתן יוסף אין הארץ...

נישט שלעכט..געוויסע מענטשן באשאפן זיך זייער איייגע מציאות און לעבן (שטארבן זיך) זיך א חיים טובים... כ'מיין איך ווער א סטוטשינער...
אן אמת'ע מעשה, מיך האט א סטוטשינער געזאגט אז אפילו אויב ביי די יודען זענען 300 מענטשען געשטארבען פון קראנא איז עס נישט פון גייען אין שיל ווייל זעהסט דאך ביי די גוים זענען געשטארבען טויזענטע מענטשען אפילו זיי גייען נישט אין שיל זעהסטו אז שיל איז נישט דאס וואס הארגעט....כהאב נישט געוויסט צו איך זאל לאכען צו וויינען......וואס איז געשעהן מוט דעם מחכימת פתי?!

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

אפשר די גוים וואס קלינען די שוהלן זענען געשטארבן
מאנטאג מאי 11, 2020 11:06 pm#448424
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
די חידוש איז אז אלע אמאליגע גדולים האבן דאס נישט געוויסט, א שטייגער ווי ר' עקיבה אייגער....
דינסטאג מאי 12, 2020 6:04 am#448443
עס איז דא אזא קפידא, נישט אריין צו קוקן אין א ספר וואס איז געשריבען נאכ׳ן התגלות פון דער אור שבעת הימים, וואס האט נישט אנערקענט דער אור שבעת הימים. עס וואלט מיר נישט געווען קיין חידוש אז אזעלכע קוקן נישט אריין אין א רעק״א.
דינסטאג מאי 19, 2020 9:32 am#448959
גאווענער קאומא: דאס וואס דער קראנא-אונטערגאנג אין ניו יארק איז אצינד איינגעצוימט, איז אויסשליסליך נישט צו פארדאנקן ג-ט! נאר מיר זעלבסט האבן דאס געטאן! אקעי.
גאווענער קאומא: דאס וואס הונדרעטער אלטע לייט זענען טראגיש גע'הרג'עט געווארן, נאך דעם וואס איך האב באפוילן פאר די אלטנס-הייזער אז זיי זענען פארפליכטעט צוריק צונעמען אלטע לייט וואס זענען דורכגעגאנגן קראנא באהאנדלונגן אין שפיטאל, און איך האב זיי נישט געשיקט צו די פעדעראלע שפיטעלער וואס דער פרעזידענט האט אויפגעשטעלט מיט זיין גרויס גענאדע, צוליב דעם וואס כ'האב נישט געוואלט אז די אינשורענס זאל גיין צו די פעדעראלע רעגירונג אין וואשינגטאן, דאס האט גארנישט צו טאן מיט מיר! דאס איז אויסשליסליך אן אקט פון ג-ט!
אין אנדערע ווערטער, ווען עפעס גייט גוט, איז דאס בלויז מיין קרעדיט! ג-ט האט נישט געשפילט קיין שום ראלע דעראינען! און ווען עפעס גייט כאדאראם איז בלויז ג-ט שולדיג! און איך בין ריין ווי א ניי געבוירן קינד!

ווי עס לויטעט די סאציאליסטישע אידאליגע, איך מאך גוט, איך בין די אויסשליסליכטער רעטער! און בלויז מיר זאלסטו דינען! און זיך צו הערן צו מיינע דיקטאטורישע באפעלן בלינדערהייט, צי דו פארשטייסט יא צי דו פארשטייסט נישט. אמן. נישט אומזיסט איז חבר סטאלין געווען אזוי אין קריג מיט ג-ט, ער האט געוואלט אז די רוסן זאלן גלייבן אלעס וואס זיי פארמאגן (נישט) איז בלויז צו פארדאנקן חבר סטאלין, ג-ט עקזעסטירט בלויז אז מ'זאל אים קענען באשולדיגן ווען זאכן גיין זויער!
פרייטאג מאי 22, 2020 2:36 pm#449363
פרייטאג מאי 22, 2020 2:45 pm#449365
הקטן האט געשריבן:president-trump-calls-reopening-houses-worship
לויט די ארוניש-געשטימטע טוויטער קאנאל היימישע מידיא איז טראמפ פארציטערט פונעם מאונראו'ער רבי.

ס'נישט דא ווער זאל לאכן. ויש לעיין בשיטת רבי קטלא בענין לב אהרן ופי דאנאלד.
זונטאג מאי 24, 2020 12:41 am#449423
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:און שוין, מורינו הרב קאומא זאגט אז די שולעס און קאלעדזשעס וועלן זיין פארשפארט פאר די רעשט פונעם אקעדעמישן לערן-יאר.

איך זאג פאר א מלחמת חורמה צווישן איהם און טראמפ דערוועגן. און אויב מיר חסידישע אידן האבן נאכנישט געהאט גענוג נעגאטיווע פובליסיטי ביז יעצט, ווארטס נאר ווארטס ביז די אונטערעדישע חדרים וועלן יעצט זיך מערן ווי שוואמען נאך א רעגן.
הלא כה דברי פאר דריי וואכן צוריק. פרייטאג האט טראמפ דערלאנגט דעם ערשטען שטויס אין די הינזיכט פאר קאומא.

צוויי הונדרעט אידישע געשעפטן עפענען די טויערן מארגן אין ב"פ אליינס.

צוויי-און-אהאלב טויזנט אלגעמיינע געשעפטן עפענען די טויערען אין ניו יארק אום דינסטאג, ממחרת מעמאריעל דעי.

דאס איז א רעוואלט אקעגן די סטעיט, שטארקע שאנסן טראמפ גייט ארויסקומען אין שטיצע לדעתי.
זונטאג מאי 24, 2020 12:49 am#449424
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:און שוין, מורינו הרב קאומא זאגט אז די שולעס און קאלעדזשעס וועלן זיין פארשפארט פאר די רעשט פונעם אקעדעמישן לערן-יאר.

איך זאג פאר א מלחמת חורמה צווישן איהם און טראמפ דערוועגן. און אויב מיר חסידישע אידן האבן נאכנישט געהאט גענוג נעגאטיווע פובליסיטי ביז יעצט, ווארטס נאר ווארטס ביז די אונטערעדישע חדרים וועלן יעצט זיך מערן ווי שוואמען נאך א רעגן.
הלא כה דברי פאר דריי וואכן צוריק. פרייטאג האט טראמפ דערלאנגט דעם ערשטען שטויס אין די הינזיכט פאר קאומא.

צוויי הונדרעט אידישע געשעפטן עפענען די טויערן מארגן אין ב"פ אליינס.

צוויי-און-אהאלב טויזנט אלגעמיינע געשעפטן עפענען די טויערען אין ניו יארק אום דינסטאג, ממחרת מעמאריעל דעי.

דאס איז א רעוואלט אקעגן די סטעיט, שטארקע שאנסן טראמפ גייט ארויסקומען אין שטיצע לדעתי.
ווי נעמסטו די נייעס אז מען עפענט אויף?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג מאי 24, 2020 1:26 am#449433
?Is it true
זונטאג מאי 24, 2020 1:28 pm#449468
קאראנא וויירוס (COVID-19)
A world completely upside down, I thought the whole social distancing, is a leftist thing, guess what, you’re in for a big surprise - all Hasidim wanna be’s
IMG_6075.jpg
זונטאג מאי 24, 2020 2:28 pm#449476
טראפמ האט נישט די כח צי עפענען די שילען, נאר די גאווענרס קענען
minnesota-governor-backs-down-allows-religious-services!!!