Under maintenance
הויפט זייט » קאראנא וויירוס (COVID-19)

קאראנא וויירוס (COVID-19)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
215 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13620
מיטוואך מערץ 18, 2020 12:28 am#443947
מ'וועט עס מוזן טון מיט א מאסק.
מיטוואך מערץ 18, 2020 2:25 am#443949
טוענדיג אין די היסטאריע פון רעוואלוציעס וואונדער איך זיך צומאל וויאזוי א רעגירונג פון א מיעוט (קעניג, דיקטאטאר וכדו') קען באהערשן די פרייע מאסן. צומאל טראכט איך אויב דאס קען נאך היינט פאסירן ווען דער עולם איז געוואוינט צו פרייהייט און וועט דאס נישט אקסעפטן. היינט זעט מען אז עס איז גאנץ גרינג. מיליאנען מענטשן זענען איינגעשפארט אין הויז ארעסט מיט בלויז אביסל פראפאגאנדע און די צאל פאליציי קען זיך ספראווען מיט די קליין ביסל אויפשטענדלער, און אזוי ווערט א לאנד אונטערדרוקט. (יעצט דארף מען בלויז בלאקירן דעם פרייעם אינטערנעט און דער coup איז פארטיג).

איך בין נישט קיין סייענס לייקענער. אבער דער מציאות איז אז כמעט קיינער קען נישט פערזענליך ("פערזענליך") עמיצן וואס האט פאזיטיוו די קאראנע. פאר מיר און מיליאנען אנדערע איז דער טאג א געווענליכער טאג און ווען נישט איך בין צוגעבונדן צו נייעס וואלט מען ניטאמאל געוואוסט אז עפעס קומט פאר. און דאס איז שוין אפילו נישט גערעדט פון די וואס האבן יא געטעסט פאזיטיוו אבער עס וואלט בכלל נישט געהאט קיין שום השפעה אויף זייער לעבן ווען נישט די סומאטוכע. כאשר בא כן ילך, א מילדע קראנקהייט פאר עטליכע טעג. דאס ווייזט אז דער כח וואס די פראפאגאנדע קען האבן אויף מענטשן'ס לעבן איז גאר גרויס. דא רעדט מען נישט פון די שווארצע מגיפה אדער געלע פיבער וואו מענטשן זענען געשטארבן אין די מאסן, און אפילו נישט מיזעלס, דא האלט דערווייל אלעס ביי שמועות.

פון די אנדערע זייט איז די צייט גאר רייף פאר א רעוואלוציע, איך מיין אז נאך עטליכע טעג זיצן איינגעשפארט אינדערהיים (ווען מען וועט עווענטועל אפשפארן די גאסן קאמפלעט) וועט דער ניו יארקער עולם ארויסשטורעמען אויף די גאסן אויפגערעגט און ארויס פון קאנטראל אז די ראיאטן פון בלעק לייווס מעטער וועלן זיין א וויץ דערקעגן. מען קען נישט האלטן א וועלט איינגעשפארט. ס'איז נאר דא אינטערנעט זעמיר מסודר. אין א געוויסן וועג טוט דאס אונטערברענגען סאסייעטי און באשאפן א נייעם באדייט פאר די מענטשהייט וואס דאס איז דאך בעצם טייטש פון א רעוואלוציע.

דער אומגלויבליכער היסטארישער מצב אין וועלכן מיר האבן זיך דערקייקלט וועט אראפווארפן אלע אנגענומענע מיינונגען און שיטות פון מענטשן און געבן א נייעם מיין פאר מענטשהייט. באריקאדעס זענען צובראכן געווארן. סאושעל נארמס וואס זענען שוין אין פלאץ נאך איידער עמיצער געדענקט זענען צופאלן ווי לופט. שולן, חדרים, פארשפארט קאמפלעט. וואס גייט מען טון שבת החודש? נאו מקוה. חתונות אפגעשטופט, אינדערהיים, אין גאס. ארבעט אפגעשאפן. געשעפטן ליידיג. געקענסלט וועלטליכע פעסטיוואלן און ספארטס. דער פרעזידענט איז פארלוירן. גאר גאר אסאך זאכן האבן זיך געטוישט. מיטאמאל זענען פאליטישע קריגערייען געווארן קליינליך און נאריש, אומוויכטיג. די וועלט בכלל איז אומוויכטיג, אלע ספארטס און איווענטס און אפילו ארבעט איטסעלף, דער הויפט פעבריק פון אמעריקאנער סאסייעטי, האט פארלוירן איר ווערט. קאמפאניס אפערן זייער סערוויס פאר אומזיסט. אין א לעצט מינוטיגן אקט פון גוטן ווילן איידער דער גרויסער אפאקאליפס היט. און אפאקאליפס איט איז. עס איז נישט קיין חלום מער, נישט ווי די דראמאטישע מאמענטן פון ארמאגאדאן וועלכע ווערן געפיטערט דורך די מאוויס פאר צענדליגער יארן, נאר שטיל און רואיג האט זיך די וועלט געגראבן א קבר, זיך אנגעטון די תכריכים און זיך אריינגעלייגט דערין. א הייליגע שטילקייט באהערשט די וועלט, דער סטאק מארקעט איז אויסגעלאשן, געשעפטן פארשפארט, ביזנעסער ליידיג. די גאסן ליידיג. יעדער שפארט זיך איין פארברענגען מיט די קינדער דאס ביסל צייט וואס איז נאך פארבליבן. גארנישט איז שוין נישט וויכטיג יעצט. אפילו קאווע שטיבל, עס וועט נישט זיין מער ווער עס זאל דאס ליינען, עס איז אלץ פאריבער.

אין מיין מיינונג ברויכן די פאלטיקאנטן וועלכע פראקטיצירן די שווערע עבודה פון פאליטיק נעמען א ריעל דזשאב, מענטשן וואס האבן מעודם זיך געפלאנטערט אין די פאליטישע ראנגען וואס קיינער אויסער זיי ווייסט אז עס עקזיסטירט, דיסטריקט לידער, קאונטי באס, אונטער סופעראינטענדענט פאר דעפיוטי ליעזאן פאר'ן מעיאר'ס אפיס. זייער ארבעט באשטייט פון רייכן הענט פון אנדערע ליידיגייערס פאליטישאנס און ארויסגעבן געמיינזאמע סטעיטמענטס פול מיט לאנגע אומפארשטענדליכע הויך קלינגענדע פראזן וואס טוען בלויז מאכן כוואליעס אין די אינערליכע קרייזן פון סופעראינטענדענס. זיי לעבן אויף ביי א קריזיס, דעמאלטס איז זייער צייט צו שיינען, יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט מאסיווע צוגרייטונגען צום שטורעם. ביי זיי איז דאס א געלעגנהייט צו ווייזן פירערשאפט אדער סיי וואס, ביי רוב מענטשן איז דאס א קליינע שטער איבערצוקומען אין טעגליכן לעבן. זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן פאלגן נישט. הער, מענטשן האבן וואס צו טון מיטן טאג און זיי האבן נישט קיין אינטערעס אין דיינע זאכן יעצט.

שרייען זיי אז מענטשן שטארבן. טענה'ן אנדערע אז מענטשן שטארבן אויך פון קאר עקסידענט'ס, פלו, סטרעפ, ארבעט פלאץ עקסידענט'ס, שיסערייען, דערטרינקען זיך, וכו' וכו'. זאל מען צושפארן די הייוועיס פאר נאן עמערדשענסי וויהיקלס? דו גייסט זיכער הרג'נען עטליכע מענטשן. נישט אלטע אין נוירסינג האום וועמענס לעבן הענגט אויף א בלעטל און גייען ממילא נישט איבערלעבן ס'יאר, נאר געזונטע יונגע חברה וואס האבן נאך א מינוט פריער גערעדט אויפן פאון. אלא? שוין. דאס איז די אנפארטשענעט פרייז וואס מוטער ערד פארלאנגט. פארלאנגען זהירות און שטרענגערע געזונטהייט מאסנאמען איז איין זאך, אפשפארן קאמפעלט די וועלט "אנטיל פארדער נאוטיס" איז שוין א צווייטע מעשה אינגאנצן.

איך וואונדער זיך אויב אזוי פארלוירן ווערן מיר פון א אומוויכטיגע נישט שטארק שעדליכע וויירוס וויאזוי גייען מיר רעאגירן צום אמת'ן קאטאסטראפע. ווען נוקלעאר וועט אויסברעכן איבער די וועלט אדער טשיינע וועט אינוואדירן אמעריקע. וועלן מיר זיך אלע לויפן באהאלטן מיט די טוילעט פעיפער פון קאסטקאו? זענען מיר טאקע אזעלכע שוואכע דערשראקענע פרויען (נאו אינסאלט)? אויב אזוי איז אפשר טאקע בעסער צו אפווישן דעם היומען רעיס און ווארטן פאר עוואלושען צו פראדוצירן א בעסערן מין.

נ.ב. עס גייט מיך נישט אן וואס איר טראכט אויף אלעס וואס איך האב דא צאמגעשריבן. איטס עניוועי אווער. חברה, לעטס דרינק.
מיטוואך מערץ 18, 2020 5:37 am#443951
פארוואס דארף מען איינעם קענען פערזענליך?
די חשבון איז גאנץ קלאר אז יעדער פון אונז איז אין געפאר, ובפרט די אלטעלייט. פונקט ווי ווען א צונאמי האלט ביים אנקומען, וועסטו מעגליך גארנישט זען צו פילען, אבער קומען קומט עס, אזוי אויך ביי די מגיפה. נאך דעם וואס באבוב 48 איז אזוי שטארק אנגעשטעקט, מיינט עס אז יעדער פון אונז איז מער נישט ווי א טריט אוועק פון די מחלה.
מיטוואך מערץ 18, 2020 8:31 am#443959
שלום שטיסל האט געשריבן:
יום שכולו שבת

מ׳דארף נישט ארבעטן

מ׳דארף נישט צאלן קיין ביללס

מ׳דארף נישט צאלן קיין מארגעדזש

מ׳דארף נישט אויפשטיין אינדערפרי לייגן די קינדער אויפן באס

מ׳דארף נישט גיין צום שיעור

מ׳דארף נישט גיין ארבעטן

נישטא ווי צו גיין און ווי צו קומען...

ס׳איז צייט זיך צו זעצן לערנען! אנהייבן ביי מסכת ברכות, און גיין גראד ביז מסכת נדה, לייגטס אוועק די טעלעפוין און עפענטס די גמרא.

מעין עולם הבא, יום שבת מנוחה, יום שכולו שבת, שבוע שכולו שבת, און אפשר גאר חודש שכולו שבת.

זאגט די גמרא ווייטער....

טאמער דו דארסט זיך אפרוען פון דיין ש"ס לערנען, ביטע קום דא ביי אוזנ צוריק. מיר בענקן זיך נאך דיר
מיטוואך מערץ 18, 2020 8:36 am#443960
קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
איך גלייב אז סליפקין רירט אן אביסל אויף ATUB @מיימון ATUB ׳ס פונקט.

און בּיל געיטס האט שוין ערווענט אפאר יאר צוריק אז רעגירונגען זענען נישט גרייט פאר אזא וויירוס קאטאסטראפישן אַוּטבּרעיק עווענט. די זעלבע איז, חלילה, לגבי א נוקלעארע אויפרייס.
מיטוואך מערץ 18, 2020 10:00 am#443963
אויב זענט איר נישט א פּראקצירענדער געזונטהייטס אפיציעל, אדער איר קענט נישט נאכזאגן בשם אזאנע, דאן ביטע נישט שרייבן דא קיין דעות בנוגע דעים קאראנאוויירוס, קום מיר נישט זאגן דעות בשם די התאחדות אדער אן עלטערער שוואגער, ווען איר ווייסט אליין אז ווען איך זאג אייך בשם א געוויסע רב אין וויליאמסבורג אז ער גייט ביז נעקסטע וואך האבן א וואקסין מיטן הילף פון עסקנים פון ברוקלין און בני ברק וואלט מען מיר געזאגט אז איך מאך חוזק פון אידישקייט
מיטוואך מערץ 18, 2020 10:14 am#443964
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס דרייט זיך א שמועה אויף א געוויסע רבי, איינער ווייסט מער?

וויזניץ בארא פארק און קיימישע פילן נישט גוט.. נישט גענומען די טעסט בכלל.

מפי וואטסאפפ: אייזענשטאטער רב יעצט צאמגעפאלן.
מיטוואך מערץ 18, 2020 12:02 pm#443968
מאן דאמר האט געשריבן:אויב זענט איר נישט א פּראקצירענדער געזונטהייטס אפיציעל, אדער איר קענט נישט נאכזאגן בשם אזאנע, דאן ביטע נישט שרייבן דא קיין דעות בנוגע דעים קאראנאוויירוס, קום מיר נישט זאגן דעות בשם די התאחדות אדער אן עלטערער שוואגער, ווען איר ווייסט אליין אז ווען איך זאג אייך בשם א געוויסע רב אין וויליאמסבורג אז ער גייט ביז נעקסטע וואך האבן א וואקסין מיטן הילף פון עסקנים פון ברוקלין און בני ברק וואלט מען מיר געזאגט אז איך מאך חוזק פון אידישקייט


כאילו א "פראקצירענדער געזונטהייטס אפיציעל" ווייסט יא וואס ער רעדט.
מיטוואך מערץ 18, 2020 3:05 pm#443976
איינער האט אפשר א טעלעגראם טשאנעל אדער סיי וואסארא אנדערע ריסארס פון "כשר'ע" פילמען DVDs פלייס וכדו', צו ווייזן פאר די קינדער וואס זענען אין גלות קאראנא?
ביטע מיטטיילן ישר כח
מיטוואך מערץ 18, 2020 3:15 pm#443979
מ'קען גיין באזוכן אינעם zoo אנליין.

דא קען מען זעהן די גרויסע פאנדאס אין אטלאנטא zoo, יעצט אויפ'ן מינוט רוקן זיי אריין באמבו.

דא קען מען באזוכן נאך א צאל סארטן חיות, ווי דשיראפעס, גארילעס, עלעפאנטן, און נאך.
מיטוואך מערץ 18, 2020 3:39 pm#443980
מיימון: איך וואלט געטרינקען צוזאמען מיט דיר. איך האב אבער מורא פונ'ם קאראנע וויירוס...!

ס'איז אמאל געווען א פראפעסאר וועלכער האט גע'דרש'נט אין אן אוניווערזיטעט אז די אלע טעאריעס איבער דזשערמס און מייקראובס איז שטותים והבלים. צו ברענגען א ראיה צו דעם האט ער ארויפגעלייגט אויף זיין פאדיום/שטענדער בלע"ז, א גלאז פון וואסער אנגעפילט מיט אלערליי דזשערמס. און ער האט געזאגט פאר'ן עולם אין זיין אוידיענץ: "קוקטס אלע און זעהטס אז די אלע טעאריעס איבער די שעדליכקייט פון דזשערמס איז שטותים והבלים. איך האב דא א גלעזל וואסער אנגעפילט מיט די אלע אזוי-גערופענע שעדליכע באשטאנדטיילן, איך גיי עס אויסטרונקען און ס'וועט מיר גארנישט געשעהן". ר'האט געמאכט א שהכל (מסתמא איז ער געווען א איד) און אויסגעטרונקען די גלאז וואסער. ווי נאר ר'האט אויסגעטרונקען די וואסער איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן. (נישט פון קאראנע וויירוס. ס'איז נאך דאמאלס אפילו נישט געבוירן.)
מיטוואך מערץ 18, 2020 6:30 pm#443982
“We're terrible animals. I think that the Earth's immune system is trying to get rid of us, as well it should.”

Kurt Vonnegut, Jr.

‏ער האט אויך געהאט געזאגט אז די "דעסטיני" פון מענטשן איז צו ברענגען וויירוסעס צו אנדערע פלאנעטן... (דאס קען אפשר גיין "פוּל-סירקל" לפי די טעאריע פון פּאנספּערמיע (בתוך עיביאָדזשענעסיס)...)
מיטוואך מערץ 18, 2020 6:49 pm#443983
מיימון, נישט געקענט בעסער ארויסברענגען, איך מיטשע זיך צו פארשטיין וואס דא קומט פאר... מילא אנהייב ווען די שמועות (און די Videos...) פון טשיינע זענען געווען אז מענטשן פאלן ווי פליגן איז פארשטענדליך געווען די שרעק, אבער יעצט ווען ס'איז קלאר אז די טויט ראטע ביי געזונטע מענטשן איז גאר גאר נידריג איז די גאנצע איבערקערעניש נישט צום פארשטיין.

וואס וואלט געדארפט זיין איז אז די רעגירונג זאל אריינלייגן איר גאנצע Effort און געלט צו העלפן די דאזיגע וועם עס קען יא שאטן אז זיי זאלן קענען זיין אין איזאלאציע די פאר וואכן ווילאנג עס וועט זיך ארום דרייען (אין גרויס טייל איז די חלק פון באפעלקערונג סיי ווי נישט די וואס דארפן אריין ברענגען געלט צו שפייזן פאמיליעס וכו)
מיטוואך מערץ 18, 2020 9:27 pm#443988
די גאנצע זאך איז למעלה מהשגתינו !
דאס איז דאך כו''ע מודה אז צולאנג קען מען נישט אפשפארען א מדינה איז נניח אז ביי אונז אליין וועט מען איינצוימען די ווירוס דורך די אלע באגרעניצען וואס מען שטעלט אבער וואס וועט זיין אין 2 ווואכען ארום אז מוועט עפענען די גרעניצען אין אז מוועט קומען פון לענדער וווי מגיט נישט אבאכט כגון ענגלאנד וכדומה וועט זיל עס צוריק אנהייבען נו אין וואס גייסטו טון נאכאמאל אפשפארען ?
מיטוואך מערץ 18, 2020 9:43 pm#443989
שמעתי עתה אז ר' שלום אליעזר טייטלבוים אחי האדמורים מסאקמר אז שווער קראנק מיט די קראנא''ו (ער איז געזעצען הארט נעבן מהר''א פורים בייים טיש ) איינער וויסט עפעס מער?
מזעהט ממש באשיינפערליך אז די באצילען האבן פונקטליכע אדרעססען!
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 12:28 am#443995
איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 1:09 am#443997
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?

אינדערהיים?
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:20 am#444000
קאראנא וויירוס (COVID-19)
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?
https://patch.com/new-york/new-york-city/graphic-nyc-health-memo-offers-coronavirus-sex-tips

__________________________________________

m https://youtu.be/BtN-goy9VOY m

__________________________________________


ס׳איז דא א פראנצויזישע שטודיע וואס ווייזט אז היידראקסיקלאראקוויין (בפרט ווען ס׳איז צוזאמען מיט אזיטראמיסין) העלפט קעגן די וויירוס. דאס איז נישט קיין טייערע דראג וואס מ׳נוצט קעגן מאלאריע און ארטרייטיס. פארשטייט זיך אז דאס איז נאך פּרעלימינערי, ווי אויך איז דאס דורכגעפירט געווארן אויף א קליינע סעמפּל וממילא איז איר דזשענערעלייזעבּיליטי שוואכער (בכלל מאכן דזשענערעליזעישנס ביי ביאלאגיע/מעדעצין איז אביסל שווערער).
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:31 am#444002
הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 4:44 pm#444015
ס׳איז דא א חשש אז דער סאטמערער רבי פון קרית יואל איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/352105
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 7:17 pm#444021
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?

הכול לפי המצב, דער איז נא וואן סייז פיטס אלל
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 7:20 pm#444022
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?

דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק. לעיקוואד איז קיי״ל ריין פון די גאנצע מחלה, ביז היינט. אבער אפילו היינט, איז עס בלויז די היספאנישע געמיינדע. א ישיבה אין מיין געגענט איז געהעריג אפן, און צוואנציג בחורים זענען שוין אהיים געגאנגן מיט פיווער. אין די ישיבה פון סאוטה פאלסבערג איז אלס גוט געווען, פארשטעקט און אפגעהאקט פון די ציבור. האט מען געשיקט א באס פון בחורים צו א חתונה דינסטאג אין ברוקלין, און יעצט בוזשעוועט א פיווער דארט. א איד איז געקומען קיין וויספערינג פיינס אויף שבת, און פריי טאג האט ער שוין געהאט פיווער. אבער ווי קען מען בלייבן שבת אן קבלת שבת מיט א קלאטש? שאלעשידעס אן ה׳ מלך? און דער פארשוין האט אנגעשטעקט א גאנצע עולם דארט.
און דאס איז אלס ווייל מ׳נעמט עס נישט ערנסט, מ׳מיינט עס איז נייע ערגעץ אין די וועלט. די מלמדים אין חדר האבען געפרעדיגט דער שטות פון באבא גמליאל בשם רשב״י, און יעצט מוז איך מיט געוואלד צוריק האלטן מיין קינד פון דאווענען מיט מנין.

דער עולם שלאפט! זאגט מיר א איד וואס איז געווען ביים אסיפה פון די עסקנים/מנהיגים, אז די ראשי ישיבה האבען שטארק מורא פון א פאניק!!!

ATUB @הקטן ATUB האקט, און נישט צו דער זאך! מ׳דארף אפשטילן די שייכות צווישען מענטשן עד ירא וישקיף ה׳ מן השמים!
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 8:02 pm#444023
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק!


אזוי גאר? ער איז אוועק?
ווי איז געווען די לוי'?
ווי האט מען עם באערדיגט?
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 8:25 pm#444024
ליב צו וויסן האט געשריבן:מיימון, נישט געקענט בעסער ארויסברענגען, איך מיטשע זיך צו פארשטיין וואס דא קומט פאר... מילא אנהייב ווען די שמועות (און די Videos...) פון טשיינע זענען געווען אז מענטשן פאלן ווי פליגן איז פארשטענדליך געווען די שרעק, אבער יעצט ווען ס'איז קלאר אז די טויט ראטע ביי געזונטע מענטשן איז גאר גאר נידריג איז די גאנצע איבערקערעניש נישט צום פארשטיין.

וואס וואלט געדארפט זיין איז אז די רעגירונג זאל אריינלייגן איר גאנצע Effort און געלט צו העלפן די דאזיגע וועם עס קען יא שאטן אז זיי זאלן קענען זיין אין איזאלאציע די פאר וואכן ווילאנג עס וועט זיך ארום דרייען (אין גרויס טייל איז די חלק פון באפעלקערונג סיי ווי נישט די וואס דארפן אריין ברענגען געלט צו שפייזן פאמיליעס וכו)

מאכטסט א ריזיגע טעות סאיז יא א סכנה און ס'איז זייער נישט קאפארטאבל ווי shortness of breath and אפילו ביי יונגע
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 8:32 pm#444025
@ליטוואק פון בודאפעסט, איז דיין מקור קראנט?
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 9:56 pm#444027
מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז דא א חשש אז דער סאטמערער רבי פון קרית יואל איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/352105

ער האט עס.

ער גייט קענען זאגן אז ער איז געווען די ערשטע עס צו האבן, נאך פאר אלע רבי'ס האבן עס געהאט.
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:08 pm#444028
איסר האטלקי האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז דא א חשש אז דער סאטמערער רבי פון קרית יואל איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/352105

ער האט עס.

ער גייט קענען זאגן אז ער איז געווען די ערשטע עס צו האבן, נאך פאר אלע רבי'ס האבן עס געהאט.


דו זאגטס עס אלס אן השארה אדער פאקט ?
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:34 pm#444029
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?

די בעסטע זאך אשרי יושבי ביתך
דער גבאי בית מדרש ווי איך דאווען שבת האט מיר געבעהטן אויב איך קען קומען מיט מיין בחור'ל משלים צו זיין מנין באהאלטערנערהייט
האב איך איהם געזאגט בלויז אויב מען דאווענט אינדרויסן אויפ'ן הויף - און יעדער איז אפגערוקט פונעם אנדערן 6 פיס
וזה הוא זה
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:35 pm#444030
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?

די בעסטע זאך אשרי יושבי ביתך
דער גבאי בית מדרש ווי איך דאווען שבת האט מיר געבעהטן אויב איך קען קומען מיט מיין בחור'ל משלים צו זיין מנין באהאלטערנערהייט
האב איך איהם געזאגט בלויז אויב מען דאווענט אינדרויסן אויפ'ן הויף - און יעדער איז אפגערוקט פונעם אנדערן 6 פיס
וזה הוא זה


ביי די וועי היינט האב איך געמאכט א מנין אינדערהיים מיט מיינע מיידלעך
כ'מיין אז יעדע שבת וואלט געווען אזא גוטע זאך
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:06 pm#444034
ליב צו וויסן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז דא א חשש אז דער סאטמערער רבי פון קרית יואל איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/352105

ער האט עס.

ער גייט קענען זאגן אז ער איז געווען די ערשטע עס צו האבן, נאך פאר אלע רבי'ס האבן עס געהאט.


דו זאגטס עס אלס אן השארה אדער פאקט ?


ער וויל זיין די ערשטע עס צו זאגן, כדי טאמער עס איז פאזיטיוו, זאל ער קענען זאגן אז ער האט עס געוויסט דער ערשטע.

(אויף אייוועלט וועט מען עם מעקן, קומט ער טעסטן זיין חכמה נוראה דא)
פרייטאג מערץ 20, 2020 12:01 am#444036
זיי די דער ערשטע צו זאגן אז עס איז נישט אמת.
פרייטאג מערץ 20, 2020 12:06 am#444037
דער פראבלעם מיט דער הנחה אז אינגע זענען נישט אין געפאר איז, אז אינגע האבן אסאך מאל גענוג א גרויסע פראבלעם פונעם דער קאראנא, אז זיי דארפען גיין אין שפיטאל, און עס איז נישטא גענוג פלאץ. ממילא פראבירט מען אנצוהאלטן אויף ווי ווייט מעגליך.

איך האב היינט געזעהן ווי א בן ששים געבט א פסק פאר א בן שמונים היתכן ער דרייט זיך אין דער גאס.

דער עלטערע עולם איז דא אסאך וואס זענען נישט גרייט צו נעמען ערענסט אויך נישט. פארשטייט זיך די קשיא אויף זיי איז גרויס.

אין בארא פארק איז דא צוויי בעסמעדרעשעס ווי עס לעהרנען דארט הונדרעטער אידן, מען דרייט זיך דארטן ארום און קופקעווען כאילו לא היה.

איין בעסמעדרעשַ איז דא וואס די מקוה איז אפען.
פרייטאג מערץ 20, 2020 1:24 am#444038
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?

פון וואספארא אומלעגאלע קליינע מנינים רעדסטי? ביז 50 אירע אויף איין פלאץ איז געהעריג לעגאל טאמער ס'איז נישט מער ווי 50% פון די permitted occupancy, סא און א אפענע שטח איז זיכער נישט אומלעגאל
פרייטאג מערץ 20, 2020 6:27 am#444039
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?


Private Minyonim
In response to numerous calls asking about private Minyonim taking
place in homes, yards, porches, on the street etc.
We wish to state very clearly that this is very wrong. Let us all not forget for a moment that the primary concern and Mitzvah for us all at this juncture is Pikuach Nefesh which supersedes all other Mitzvos. Even Safek Pikuach Nefesh is Doche Kol Issurim. The Public Health Authorities have stated again and again that any gatherings should be avoided and social distancing can save lives. Therefore, simply put, the Mitzvah of saving lives is Doche the Chiyuv of Tefilla Betzibur.
Therefore, at this time the Chiyuv of Tefilla Betzibur is suspended. No Minyonim should be arranged regardless where they are taking place. People should Daven Beyechidus.
Rabbi Benjamin Weiss
Chief Rabbi of Montreal 23 Adar 5780 / March 19, 2020
פרייטאג מערץ 20, 2020 12:39 pm#444049
מאן דאמר האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?

אינדערהיים?


ניין, אויפן גאס, ווען מאיז אפגעריקט זעקס פיס ווי פארלאנגט
פרייטאג מערץ 20, 2020 3:39 pm#444058
Bs אויף איי וועלט wow
ס'איז קראנא טיימס
פרייטאג מערץ 20, 2020 6:00 pm#444063
פליישיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק!


אזוי גאר? ער איז אוועק?
ווי איז געווען די לוי'?
ווי האט מען עם באערדיגט?

קוק דא
פרייטאג מערץ 20, 2020 6:36 pm#444065
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק!


אזוי גאר? ער איז אוועק?
ווי איז געווען די לוי'?
ווי האט מען עם באערדיגט?

קוק דא


זיי זאגן אז אזוי שטייט אויף אינסטעגרעם, און ווען דו קליקסט די לינק, ווייזט עס אז דער פאוסט איז פארמעקט.

איך האב געמיינט אז ביסט קלוגער ווי דעם.
מוצ"ש מערץ 21, 2020 8:42 pm#444068
געדענקט!
די מלאך המות גייט נישט צו דער קאראנע !
די קראנע גייט ווי די מלאך המות איז!
מוצ"ש מערץ 21, 2020 8:56 pm#444069
פליישיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק!


אזוי גאר? ער איז אוועק?
ווי איז געווען די לוי'?
ווי האט מען עם באערדיגט?

קוק דא


זיי זאגן אז אזוי שטייט אויף אינסטעגרעם, און ווען דו קליקסט די לינק, ווייזט עס אז דער פאוסט איז פארמעקט.

איך האב געמיינט אז ביסט קלוגער ווי דעם.

איך האב עס געהערט פון איינער וואס איך קען, און יענער האט גערעדט ווי ער קען אים. איך קען משפחה מעמבערס זיינער, אבער איך וויל זיי נישט מוטשען. אלענפאלס, איז עס א סגולה פאר אריכות ימים טאמער עס איז נישט אמת.
און יעצט האט מען מיר געקלינגן אז עס איז געווען א מיסטעיק, מ׳האט זיך אויסגעמישט מיט א צווייטן, ואתכם הסליחה
מוצ"ש מערץ 21, 2020 9:18 pm#444070
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז דא א חשש אז דער סאטמערער רבי פון קרית יואל איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/352105

טורקס פרייטאג אויף טוויטער.
Screenshot_20200321-211247_Chrome.jpg
מוצ"ש מערץ 21, 2020 10:47 pm#444072
ליב צו וויסן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז דא א חשש אז דער סאטמערער רבי פון קרית יואל איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/352105

ער האט עס.

ער גייט קענען זאגן אז ער איז געווען די ערשטע עס צו האבן, נאך פאר אלע רבי'ס האבן עס געהאט.


דו זאגטס עס אלס אן השארה אדער פאקט ?

איך האב עס געהערט פון אן אייניקל דאנערשטאג נאכט. פרייטאג נאכמיטאג איז עס באשטעטיגט געווארן פון בית רבינו.

שמועות זאגן אז אויך חיים שלמה האט עס.
מוצ"ש מערץ 21, 2020 11:42 pm#444080
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
די עקענאמישע קראך וואס קאראנע ברענגט אהן איז לכאורה פיל ערגער ווי די עצם וויירוס. די פאטאליטעט ראטע איז פיצל ביי יונגערע מענטשן און עלטערע קענען און דארפן טאקע זיין אוזאלירט. הגם אפילו ביי עלטערע איז אויך גאנץ נידריג די ראטע, פון בערך 1% ביז 15% געוואנדען אין די עידזש פון 60 און ארויף.

און https://www.latimes.com/science/story/2020-03-19/coronavirus-odds-of-survival
האט א שטארקע פוינט אז מסתם איז די רעיט נאך הונדערט מאל ווייניגער, וויבאלד אסאך קעיסעס ווערן בכלל נישט געטעסט
זונטאג מערץ 22, 2020 5:58 am#444089
איך פארשטיי נישט דיין טענה. דריי פערצענט פון הונדרעט טויזענט און א האלבע פערצענט פון א הונדרעט מיליון, וועלכע איז ערגער? די פערצענט איז נישט די גאנצע סוגיא דא
מאנטאג מערץ 23, 2020 2:14 pm#444169
שטעלט זיך אויס אז דאס וואס מען האט געמיינט אז טאמער איז מען אונטער זעכציג איז נישטא קיין סכנה, איז נישט אזוי, א גאר גרויסע פראצענט פין מענטשן אין שפיטאל זענען אונטער פופציג.
דינסטאג מערץ 24, 2020 11:04 am#444207
נענסי פעלאוסי האלט אפ סטימולוס פּעקל!
וואשינגטאן – אמעריקע שטייט און שטוינט איבער די רשעות און פרעכהייט פון די דעמאקראטישע סאציאליסטן אין וואשינגטאן, הויפזעכליך פון די מוטער פון שלעכטקייט, די באוויסטע רשענטע נענסי פאלאוסי.
אנהייב וואך זענען די סענאטארן אין וואשינגטאן ענליך געקומען צו א אפמאך מיטן פינאנץ סעקרעטאר סטיוון מענאטשען, איבער אַ סטימולוס פּעקל צו העלפן פאמיליעס און געשעפטן אין נויט צוליב די כינעזער ווירוס. אלעסדונג האט אויסגעזען צו גיין ווי געשמירט, דער פרעזידענט האט פארשפראכן אונטער צו שרייבן דער ביל און עס צו דעקלערן אלס געזעץ אין לאנד! מיטאמאל זענען זאכן געקומען צו א האסטיגער אפשטעל. וואס האט פאסירט? רשענטע פאלאוסי האט צוריק אריינגאלאפירט אין וואשינגטאן! זי האט זיך אומגעקערט פון איר לאנג-פארצויגענע וואקאציע פון איר היימלאנד סאַן פֿראַנסיסקאָ! א פרישע און א מינטערע.
ווי נאר איר פריוואטע פליגער וואס פארפעסט די ריינע לופט האט ענדליך געלאנדענט אין וואשינגטאן, האט יעדער שוין געוויסט אז ס'איז גרויסע צרות! די רשענטע האט זיך שוין דערווארבן א נאמען אלס די מערסטע דיסטראקטיווע פאליטיקער וואס וואשינגטאן האט נאר אמאל געזען! און זי האט באלד אנגעהויבן מיט אירע נידערטרעכטיגע טעטיקייטן. זי האט זיכער געמאכט אריינצושטעלן אינעם סטימולוס פעקל הויפענס פון ליבעראלע כארא, זאכן וואס ס'וועט קיינמאל נישט אריין גיין אין געזעץ! זאכן וועלכע האבן גארנישט צו טאן מיט הילף פאר די ווירוס געליטענע! זי האב באשלאסן אויסצונוצן דעם אומגליק דורכצופירן ליבראלע חאזיריי אויף די רעכענונג פון די אמעריקאנע בירגער אין נויט. ס'איז ממש אומגלויבליך! דער סטימולוס פּעקל איז אויף האלט ווי לאנג וואשינגטאן וועט באווייזן צו באקעמפן דאס רשעות פון די סאציאליסטן אין שפיץ פון די נידערטרעכטיגע רשענטע נענסי פאלאוסי. סארא שאנדע...
דינסטאג מערץ 24, 2020 1:34 pm#444217
אבי מ׳לעבט!
אלענפאלס, עס איז נאר א קליינע פלו. און א מיראקל קומט באלד, אלס איז דאך פיין און וואויל, דער טראמפ וויירוס גייט באלד פארשוואונדן ווערן, איך שפיר עס.
דינסטאג מערץ 24, 2020 1:54 pm#444219
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבי מ׳לעבט!
אלענפאלס, עס איז נאר א קליינע פלו. און א מיראקל קומט באלד, אלס איז דאך פיין און וואויל, דער טראמפ וויירוס גייט באלד פארשוואונדן ווערן, איך שפיר עס.

מיינסט צו זאגן די מידיא האקס וויירעס
דינסטאג מערץ 24, 2020 9:21 pm#444247
איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!
מיטוואך מערץ 25, 2020 3:10 pm#444278
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!

אנשטענדיגע יוד: זיי נישט ברויגז. במחכת"ה איז דיין פארשלאג ענליך צו די אנטי-וואקסערס ביי מיזעלס. זיי טענה'ן אויך אז ס'איז ענדערש צו באקומען מיזעלס און דורכדעם באקומען אימיוניטי ווי איידער נעמען די וואקסין. ביי קאראונא וויירוס קענמען נישט וויסן וויאזוי די מחלה וועט אויסווירקן אויף דעם וואס באקומט עס. צו מאל קען א זייטיגע אישו זיך גובר זיין און ס'קען איהם ח"ו קאסטן דאס לעבן...!