Under maintenance
הויפט זייט » קאראנא וויירוס (COVID-19)

קאראנא וויירוס (COVID-19)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
215 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13620
מיטוואך מערץ 25, 2020 4:07 pm#444281
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין ווי אזוי די מגיפה גייט זיך ענדיגען?
די אלע באגרענונגצן טוען נישט פולקאם אפשטעלן די פארשפרייטונג נאר בלויז פארשטאטערען איז אלזא וואס מער מצוימט איין די מענטשען אלץ שטייטער גייט עס און אלץ לענגער וועט זיך די פרשה ציען
איז וואס וועט זייין תכלית?
לו עמי שומע לי וואלט איך ממליץ געווען צו אפטיילען אלע עלטערע מענטשן גאר שטארק און שטרענג און אלע יונגערע מענטשן זאלן טון פעולות אז זיי זאלען עס באקומען און וווארטן 2 ווואכן דערנאך וואס אלע יונגע מענטשען האבן עס שוין דורך געשוויצט און געווארן אומיונד באפרייען די עלטערע מענטשן ושלום על נפשותם!


עס זעהט נישט אויס ווי איינער ווייסט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגען.

דאס איז דער נאקעטע אמת.

דערווייל איז נאר דא א פלאן צו אויסשפרייטן דער מגיפה אויף א לענגערע צייט, אזוי אז די מענטשן וואס באקומען עס און דארפען א שפיטאל, זאלען קענען באקומען א שפיטאל.

בכלל איז נישט זיכער צו קינדער למשל קענען טראנסמיטען דער וויירוס.

און אזוי זענען גאר אסאך פרטים וועגן דער וויירוס נישט זיכער.

עס איז צו האפען אז מען וועט טרעפן א רפואה פאר דער ווירוס און דעמאלס וועט מען עפענען צוריק אלעס, ביז אהין איז נישטא קיין גרויסע פלענער, און אונז בלייבן איינגעשפארט.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 8:22 pm#444379
טיייערער ר' בערל !
אודאי אויב סדא א לעזונג פאר די מחלה איז נישט דא א רעדע פון זיך גיין בידים אנשטעקן!
ביי אונזער פאל,איז דאך די וויירוס כמעט אום פארמיידבאר, אין די ריזיקע ביי עלטערע מענטשן איז גאר הויעך רח"ל , ווייטער ביי יונגערע געזונטע מענטשן איז דאס נישט מער ווי א פלו , איז אויב איז דא א מהלך אונטער צוברענגן די וויירוס און א קורצע תקופה , אן דעם וואס עלטערע מענטשן זאלן ווערן אפעקטירט , דורך דעם וואס אלע יונגע מענטשן וועלן דאס האבן , איז פארוואס נישט?
די תועלת ווועט זיין דאפלט פאכיג סיי די וויירוס אומברענגן ווי אויך אז די וועלט זאלן קענען צוריק גיין צו איר שטייגער!
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:00 pm#444394
אנשטענדיגע יוד: הלוואי וואלט דאס געווען דער פאל. און מ'זאל קענען זאגן מיט א זיכערקייט אז די יונגע מענטשן וועלכע באקומען דעם וויירוס וועללן נישט געשעדיגט ווערן, וואלט דאס אפשר געווען אן עצה. אבער דער ביטערער אמת איז ליידער, אז א סאך יונגע, געזונטע מענטשן באקומען דעם וויירוס און זיי גייען ל"ע אוועק פון די וועלט. זעהט אויס אז די דאקטוירים ווייסן נאכנישט אלעס איבער דעם וויירוס און די מחלה. ביזדערווייל מוז מען אננעמען אלע פארהיטונגס מיטלען...וה' ירחם...!
פרייטאג מערץ 27, 2020 4:12 pm#444473
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
איך האף אז נישט קיין איד.

m https://hudsonvalleypost.com/possible-c ... y-walmart/ m
זונטאג מערץ 29, 2020 3:04 am#444544
חברה, ס׳שטארבן מענטשן אין גרויסן, די מצב איז זייער זייער ביטער

https://www.bhol.co.il/news/1090602
זונטאג מערץ 29, 2020 12:49 pm#444573
.
זונטאג מערץ 29, 2020 12:49 pm#444574
קאראנא וויירוס (COVID-19)
‏דא איז דר. טרוֺי קאמפּבּעל מסביר פארוואס יונגערע מאכן זיך נישט אזוי צו טוהן פון סאציאלע דיסטענסינג און טוהן פארוואסערען די מצב. דאס איז נישט וויבאלד זיי האלטן בעצם נישט פונ׳ם הארבקייט פונ׳ם פראבלעם פּער סע, נאר (פשוט) וויבאלד זיי קענען נישט דערהייבן די לעזונגען צום פראבלעם און דאס טרייבט זיי אוועקצומאכן די פראבלעם מעיקרא. והיינו טעמא בקאָוויד-19 והיינו טעמא דרעפּובליקאנער בגלאָגאל ווארעמונג/קלימאט טויש וכו׳. די פענאמענאן רופט ער סאַלוּשאן עווערזשאָן.
זונטאג מערץ 29, 2020 12:50 pm#444575
קאראנא וויירוס (COVID-19)
מי אני האט געשריבן:ס׳איז דא א פראנצויזישע שטודיע וואס ווייזט אז היידראקסיקלאראקוויין (בפרט ווען ס׳איז צוזאמען מיט אזיטראמיסין) העלפט קעגן די וויירוס. דאס איז נישט קיין טייערע דראג וואס מ׳נוצט קעגן מאלאריע און ארטרייטיס. פארשטייט זיך אז דאס איז נאך פּרעלימינערי, ווי אויך איז דאס דורכגעפירט געווארן אויף א קליינע סעמפּל וממילא איז איר דזשענערעלייזעבּיליטי שוואכער (בכלל מאכן דזשענערעליזעישנס ביי ביאלאגיע/מעדעצין איז אביסל שווערער).

‏דא ברענגט מען ארויס און מען צייכענט צו צו עטליכע פון די שטודיע׳ס פראבלעמען.

די פראנצויזישע רעגירונג האט אפיציעל (צייטווייליג) גע'סעינקשאנט דאס באניץ פון די דראג. די FDA דאָהיִ האט דאס אויך אפיציעל עפּראָווט אלס אן עמערדזשענסי מעזשוּר.

עס איז אבער דא א שטודיע וואס צייגט אז דאס האט נישט אזוי ווייט די בענעפיטן וואס מ'האפט פאר. הגם, דאס האט געהאט נאך א קלענערע סעמפל ווי די פריערדיגע און עס זעהט אויס אז די חולים האבן געהאט מער קא-מארבידיטיס אויך. זיי ציטירן אבער אויך א כינעזער שטודיע וואס האט אויך נישט געטראפן די רעזולטאטן וואס מ'האט געהאפט פאר.
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:05 am#444805
אן אינטרעסאנטע ערשיינונג: אלע לענדער זענען אנגעשטעקט מיט דעם קאראנא וויירוס. און די רעגירונגען ראנגלען זיך אז די מחלה זאלל נישט ארויסגיין פון קאנטראל. און אין א יעדן לאנד זענען דא טויזנטער אנגעשטעקטע און קראנקע. און טויזנטער מענטשן שטארבן. אויסער 2 לענדער. רוסלאנד און נארט קארעא...!

ס'איד דא א פיקטשער ווי פרעזידענט וולאדימיר פוטין גייט באזוכן אין א שפיטאל פאר די אנגעשטעקטע מיט דעם וויירוס. ער איז אנגעטון ווי אן אסטראונאט. מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג.

איך שפעקוליר אז די כיטרע רוסן האבן פארשפרייט דעם בילד. כאילו זיי ליידן אויך פון דעם קאראנא וויירוס. אבער דער פאקט איז אז ס'זענען נישט דא קיין שום רעפארטס אדער סטאטיסטיקס פון די באפעלקערונג אין רוסלאנד וואס זענען אנגעשטעקט אדער קראנק...!

די זעלבע איז מיט צפון קארעא. מ'הערט נישט קיין איין ווארט איבער די מחלה אין זייער לאנד...!

איך בין נישט קיין קאנספיראסי גלויביגער. אבער איך דערמאן מיך נאר די ווערטער פון דעם פיהרער פון נארטה קארעא. ווען ער האט געזאגט אין דעצעמבער אז ער האט א ..."קריסמעס פרזענט"...פאר פרעזידענט טראמפ...!
פרייטאג אפריל 03, 2020 6:22 pm#445188
דער עולם איז איינגעשפארט אין די הייזער און מען שטארבט אוועק אין גרויסן, איך מיין אז דער נעקסטער לאגישער עצה דארף זיין איינצושפארן יעדעם אין זיין צימער און זיך נישט אנקערן מיט קיינעם עד יעבור זעם.
StayInYourRoom#
StayInBed#
זונטאג אפריל 05, 2020 12:01 pm#445300
עס איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו טון אלץ וואס מען וויל שוין לאנג טון נאר מען שעמט זיך. יעצט קענט איר דאס טון גרינגערהייט. אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים. אויפהערן צו גיין אין מקוה. דאווענען אינדערהיים. ארומגיין מיט א מאסקע. אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן. שרייען אויף אנדערע. עס איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט סתם אזוי.

אזוי אויך די אלע וואס ברויכן שטארבן קענען עס יעצט מאכן בדרך כבוד, יעצט שטארבט יעדער, אלץ איז קאראונע. כאפט אריין.
זונטאג אפריל 05, 2020 12:41 pm#445306
יעצט שטארבן איז בכלל נישט קיין כבוד, קליינע לויה, מען מאכט נישט קיין הספד אפילו. בעסער שוין צו ווארטן אביסעל.
זונטאג אפריל 05, 2020 1:03 pm#445312
יעצט ליידער פאלן אוועק מענטשן און מען איז זיך מתעסק מיט זיי בקאוויד(-19) ווי איידער בכבוד. :(
מאנטאג אפריל 06, 2020 3:36 pm#445483
עס זעהט אויס ווי עס איז דא א שטודיע וואס צייגט אז עס איז אפשר נישט אזוי אז רייכערען העכערט די ריזיקע פאר קאוויד-19.

ווי אויך איז דא א שטודיע אז די דראג איווערמעקטין ארבעט קעגן די וויירוס.
זונטאג אפריל 12, 2020 1:46 am#445672
PHOTO-2020-04-07-10-30-10.jpg
זונטאג אפריל 12, 2020 4:06 am#445675
זונטאג אפריל 12, 2020 6:35 am#445677
מיימון האט געשריבן:עס איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו טון אלץ וואס מען וויל שוין לאנג טון נאר מען שעמט זיך. יעצט קענט איר דאס טון גרינגערהייט. אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים. אויפהערן צו גיין אין מקוה. דאווענען אינדערהיים. ארומגיין מיט א מאסקע. אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן. שרייען אויף אנדערע. עס איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט סתם אזוי.

אזוי אויך די אלע וואס ברויכן שטארבן קענען עס יעצט מאכן בדרך כבוד, יעצט שטארבט יעדער, אלץ איז קאראונע. כאפט אריין.


:lol: :lol: :lol:

העי! אביסל פאזאטיוויטי.

שוין לאנג נישט געזעצן אויפ'ן פלאר און ענדזשויט שפילן לעגא און קליקס. אפגערעדט, מאכען סיירענס מיט מעטשבאקס פייערלעשערס.

וואס טוט מען נישט פאר די קינדער...
זונטאג אפריל 12, 2020 9:04 am#445679
מי אני האט געשריבן:יעצט ליידער פאלן אוועק מענטשן און מען איז זיך מתעסק מיט זיי בקאוויד(-19) ווי איידער בכבוד. :(


שומרי הדת זאגט הרחמן הוא יפרנסנו בכבוד.

יום טוב שני איז געוועהן 26 לוויות רח"ל.
זונטאג אפריל 12, 2020 10:23 am#445680
שומרי הדת קעיטערט נישט נאר דעם היימישן ציבור, נאר אויך נישט פרומע אידן, און נישט נאר פון בארא פארק. ווי אויך האבן זיי ליב צו שיסן נומערן ווען ס'פעלט אויס.

אלעס אינאיינעם היימישע נפטרים פון אלע דריי טעג יו"ט פון ברוקלין, אפסטעיט און לעיקוואוד, איז געווען ארום 30 - 35.
זונטאג אפריל 12, 2020 10:35 am#445681
א יענס געלעכטער....

איך האב פארלוירן נאך א חבר דער יו״ט.

די תכלית פון די סאושעל דיסטענצינג איז שטאטער צו מאכן די פארשפרייטונג פון די וויירוס, כדי די שפיטעלער זאלען נישט ווערן איבערגעשטרענגט. יעצט האלט מען דאך איידער דער איבערשטרענגן, ממילא וואלטן די יעצטיגע שטארבערס סיי ווי געשטארבן, מיט צו אן די סאושעל דיסטענצינג. סיידענס אז מ׳האפט אז אן עכטע רפואה קומט באלד.
זונטאג אפריל 12, 2020 11:02 am#445682
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א יענס געלעכטער....

איך האב פארלוירן נאך א חבר דער יו״ט.

די תכלית פון די סאושעל דיסטענצינג איז שטאטער צו מאכן די פארשפרייטונג פון די וויירוס, כדי די שפיטעלער זאלען נישט ווערן איבערגעשטרענגט. יעצט האלט מען דאך איידער דער איבערשטרענגן, ממילא וואלטן די יעצטיגע שטארבערס סיי ווי געשטארבן, מיט צו אן די סאושעל דיסטענצינג. סיידענס אז מ׳האפט אז אן עכטע רפואה קומט באלד.

איבערגעשטרענגט מיינט נישט דייקא אז מען לויפט אויס פון מאשינען אדער בעטן, די מציאות איז אז די שפיטעלער זענען גאר איבערגעשטרענגט צו ווייל א חלק סטעף קומען נישט אריין צו ווייל זיין זענען נישט געוואינט צו באהאנדלען אזויפיל אויף איינמאל.
חוץ מזה איז די מציאות אז אזוי ווי עס איז נישט פארהאן קיין רפואה פאר דעם נאר צו בויען די אימיון סיסטעם דארף מען זיך מער אפגעבן מיט די חולה אויף א פערזענליכע פארנעם אז זיי זאלן עסן און טרינקען, בפרט אז זיין גיבן נישט איי ווי אלס מורא עס שאדט, און קיין משפחה איז נישט ביים זייט פון די חולה צו זעהן אז זיין זאלן עסן און טרינקען, די נורסעס זענען נישט געוואינט צו די ארבייט נאר טעכניש גיבן מעדעצינען וכדו' בפרט יעצט ווען עס איז סייווי איבערגעשטרענגט.

עס איז כדי צו הערן א לעצטיגע אינטערוויא מיט דר. לנדאו אויף קול מבשר 114 אליינס אן איבערלעבער פון די ICU וואס ער פארציילט אז די מענטשען גייען פשוט אויס פון נישט עסן און טרינקען.
זונטאג אפריל 12, 2020 11:48 am#445683
ווי איז דער אינטערוויו?
זונטאג אפריל 12, 2020 1:15 pm#445684
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווי איז דער אינטערוויו?

קול מבשר אויף 114
אדער אויף זייער עפפ ביי נייעס אינטערוויא
זונטאג אפריל 12, 2020 1:45 pm#445685
גערעכט ר' עמעזאן.

ווי סייענטיסטען פין דייטשלאנד זאגן, זעהט אויס אז מען גייט נישט קענען מאכן א וואקסין פאר דער ווירוס, ווייל עס ענדעלט מער hiv אדער hepititis, און ממילא וועלען אלע מענטשן צום סוף באקומען די ווירוס, די שאלה איז נאר צו זיי וועלען קענען איבערלעבן, און דאס ווענד זיך אױב עס איז דא א גוטע מעדיקעל סיסטעם אדער נישט.
זונטאג אפריל 12, 2020 11:39 pm#445724
דאקטורים וואס פארשן די וויירוס זענען דערויף געקומען אז גאז וואס א מענטש לאזט ארויס קען פארשפרייטן די וויירוס.
מאנטאג אפריל 13, 2020 12:02 am#445729
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
נישט קיין גוטע נייעס פאר פסח
דינסטאג אפריל 14, 2020 10:08 am#445876
לויט ווי מען הערט פון די באהערדע איז דאס שווערסטע שוין פאראיבער. לאמיר טאקע האפן אזוי.
דער פרעזידענט און א טייל פון די גובערנאטארן ארבייטן שוין אויף פלענער צוריק צו עפענען דאס לאנד פאר ביזנעס. זעלבסטפארשטענליך בלויז אויף א וועג וואס עס איז אויסשליסליך נישט געפארפול. דער פרעזידענט האט דייטליך אנגעצייגט אז זיין באַשלוס גענוי ווען צו עפענען די לאנד ווען זיך ווענדן אין די מיינונג פון די מעדיצינישע עקספערטן!
אבער רעשענטע פעלאוסי איז נישט צופרידן מיט דעם באשלוס, נעמליך, עפענען די עקאנאמיע איז נישט גוט פאר איר פארטיי, א גוטע עקאנאמיע איז א זיכערע פאלוסט פארן פארקאלעכטער זיידי ביידן. די אכזריותדיגע רייכע קעניגן פון סאַן פֿראַנסיסקאָ קימערט זיך אינגאנצן נישט מיט די פלאג וואס די אמעריקאנע בירגער ליידן! אלעס ביי איר איז ריינע סאציאליסטישע פאליטיק. זי זאגט עפענען די עקאנאמיע איז זינדפול! ווי צו זאגן אז איר מיינונג איז מאסגעבנד צי ס'האט גאר עפעס מעדיצינישע אדער סייענסטישע דעקונג אפגעזען פון ריין פאליטיק!
און ווי איר מאפיאנערישע שטייגער בלאקירט זי אצינד נאך פאנדן פאר קליינע געשעפטן זיי צו העלפן זיך שטעלן אויף די פוס. זי וויל אין אויסטויש א גאנצע הויפן פון ליבעראלע חארא וועלכע האט גארנישט איינגעשטויסן מיט העלפן קליינע ביזנעס אייגנטומער. זי איז אכציג יאר, און גיין ווייס פארוואס קאראנא האט פונקט איר נישט אויפגעפיקט
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:19 pm#445892
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:46 pm#445894
ער האט געהאלטן זיין קהילה אפן, געשריגן אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש, און זיין וואונטש איז טאקע (ליידער?) דערפילט געווארן.

m https://www.miamiherald.com/news/corona ... 87921.html m
דינסטאג אפריל 14, 2020 2:00 pm#445895
אמרו שנים עשר אלף זוגים תלמידים היו לו לרבי עקיבא וכולן מתו באסכרה (?coronavirus) בפרק אחד מפני שלא נהגו COVID זה לזה.
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:32 pm#445907
גראף האט געשריבן:אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?

דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.

טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:46 pm#445913
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
און? פארוואס פארשטייסטו אז דער אינדוסטרי זאל מען יא העלפן ווייל זיי האבן אסאך ארבייטער אבער די אלע קליינע ביזנעסער קענען אונטער גיין? ווייל זיי האבן נישט קיין לאביעסט מיט בעגס אוו קעש פאר די קאנגרעסמען! אויב מיינט מען די ארבייטער פון די עירליינס דעמאלסט זאלן ביידע פארטייען מסכים זיין אריין צושטעלן די תנאים וואס פארלאנגט אז מען זאל באצאלן די ארבייטערס און דער גרויסע שישקעס א פעי קאט ווי אויך זיי זאלן נישט קענען צוריק קויפן סטאקס וכו'.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אפריל 14, 2020 4:01 pm#445916
וועלכע קליינע ביזנעס באקומט נישט קיין הילף?

וועלכער ארבעטער באקומט נישט עטליכע אלפים חודש'ליך בלויז פאר אנעפלוימענט?

וועלכער מענטש באקומט נישט 2-3 אלפים בחינם?
דינסטאג אפריל 14, 2020 4:44 pm#445920
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
לייען די נייעס ווי אזוי קליינע ביזנעסער מוטשען זיך מיט די בענק פאר א לאןן. געבן עטליכע טויזענט דאלער פאר יעדע איינעם איז א שיינע זאך ביז די נעקסטע חודש. בד''א בין איך נישט אזוי זיכער אז די רעגירונג זאל פשוט דרוקן געלט און בארגען נאך און נאך טריליאנען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אפריל 14, 2020 6:52 pm#445946
גרויסע ביזנעסער זענען עלול צו נוצן די געלט פאר אנדערע צוועקן, און נישט לצורך די ארבעטארערס. ממילא איז די געלט ווערט אסאך מער אין די הענט פון קליינע ביזנעסער. סיידענס אז מ׳האט א ריכטיגע שמירה אויף די גרויסע ביזנעסער. אבער טראמפ לאזט דאס נישט צו, ער האט ארויס געווארפן די וועכטערס, ווייל ער איז דאך דער קעניג פון אלעם, ער אי שאוסיף אלס מחליט, נאר קיין אחריות טראכט ער נישט, כדברי קדשו.
דאנערשטאג אפריל 16, 2020 8:55 pm#445949
הרה"צ הנגיד ר' יצחק טוב'י רובין ז"ל ליל שביעי של פסח
זיין מאמע איז אויך אוועק פאריגע וואך פון קאראנע
דאנערשטאג אפריל 16, 2020 9:30 pm#445953
האדמו''ר מגלאגוב ז"ל
(נישט קאנפירמט)
דאנערשטאג אפריל 16, 2020 10:31 pm#445955
חתם סופר האט געשריבן:האדמו''ר מגלאגוב ז"ל
(נישט קאנפירמט)

נישט אמת
ווערט בעסער ב"ה
פרייטאג אפריל 17, 2020 12:10 am#445961
חתם סופר האט געשריבן:האדמו''ר מגלאגוב ז"ל
(נישט קאנפירמט)

מ'האט מסתמא אויפגעמישט מיט די אנדערע רובין הנ"ל.
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:09 am#446174
וועגן די כלומרשטע רציחות וואס קומט פאר אין שפיטעלער, איך ווייס נישט צו אידן ליידן מער פין גוים אדער נישט, און מען קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט דער געזעץ אז קיינער קען נישט זיין אין שפיטאל, און ווען איינער שטארבט ל"ע ווייסט מען נישט אויב ער איז געשטארבן פין דער מחלה אדער פין נעגלעקט,

אויף דער גאנצע סומאטוכע האב איך איין הערה, אונז זענען שולדיג, פארוואס?

ווען אונז וואלטען געמעגט זיין דאקטוירים אין נערסעס וואלטען אונז געהאט היימישע אייגענע דאקטוירים און נערסעס ארבעטען אין די שפיטעלער, און מען וואלט מער געוואוסט וואס גייט פאר, בכלל וואלט מען געוועהן אפשר געוועהן רואיגער וויסענדיג אז אויף דער שטאק איז דא א היימישער נערס צו דאקטאר, און מען וואלט געקענט אפשר מער וויסן וואס גייט פאר, ועוד ועוד. אבער יעצט אז דער דאקטאר איז געווענטליך א גוי, און אמאהל אמאהל א מאדערנע איד וואס רעדט פין טאש קודש, און דער נערס איז כמעט קיינמאל נישט קיין איד צו אידענע, איז מען אויסגעשלאסן אינגאנצען.
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:23 am#446176
אין מאימאנידיס איז דא הונדערטע אידישע נורסעס און שווערע צענדליגע חסידישע נורסעס און מיט דעם אלעם איז עס טיף אין תחת.
מאנטאג אפריל 20, 2020 3:43 pm#446240
IMG_5708.jpg
מאנטאג אפריל 20, 2020 3:46 pm#446241
איינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:34 pm#446245
מחילת עוונות.jpg
מחילת עוונות.jpg (20.67 KiB) געזען געווארן 1329 מאל


כל הקובע מקום לתפילתו.jpg


אוצר החכמה_610288.jpg
אוצר החכמה_610288.jpg (45.55 KiB) געזען געווארן 1329 מאל



גענומען פון בעולמם של חרדים:
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:49 pm#446247
אוצר החכמה_606162.jpg
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:56 pm#446250
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.


מנין ארויף מנין אראפ די מוסרים זענען א דיסגרעיס פאר די גאנצע הומאן ראסע
מאנטאג אפריל 20, 2020 5:00 pm#446252
אויב אזי דארף מען זיי אויסשפייען פון די גאנצע מענטשליכע ראסע.
מאנטאג אפריל 20, 2020 5:07 pm#446253
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
א קשיא איז אמאל אויפגעקומען ביי אימעצער אז היתכן א קרוב איז אייביג פסול לעדות אפילו ווען ער טוט שאדן מאכן פארן קרוב, לכורה איז עס ערשט אמת ווייל ווער וויל דען מצער א קרוב, האט ער געענטפערט אז א קרוב וואס וויל שעדיגן זיין אייגענע בלוט און פלייש, איז קיין מענטש ניט אין נאר א אדם איז כשר פאר עדות וכן לעינינינו
מאנטאג אפריל 20, 2020 5:10 pm#446254
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב אזי דארף מען זיי אויסשפייען פון די גאנצע מענטשליכע ראסע.


רביה״ק איר זענט מכובד
מאנטאג אפריל 20, 2020 8:04 pm#446277
ווער שעדיגט? ער ראטעוועט זיין פלייש און בלוט. צו גוים טוט ער עס נישט, ווייל זאלען זיי אלע אויסשטארבען (עי׳ וועקער נומ׳ 17). נאר אידען דארף מען ראטעווען, מ׳גיבט א קלינג דער שטאט אינסטאנצן, און זיי פארמאכן אפ, און מענטשן לעבן צו זען נאך א טאג.