Under maintenance
הויפט זייט » חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאראנא

חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאראנא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14276
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:52 am#460965
חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאראנא
ווי באקאנט איז אין די חרדישע וועלט און בפרט אין די חסידישע וועלט דא אינגאנצען א אנדערע צוגאנג צו די מגיפה פון די גאנצע דרויסנדיגע וועלט. אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז דא חילוקי דעות ווי ווייט מ'דארף זיך היטן און וואס מ'דארף טוהן (צב"ש לאקדאונ'ס, פארשפארן געשעפטן, מאסקעס, וכו' וכו') איז אבער כו"ע מודי אז עפעס דארף מען טוהן. זיכער נישט מאכן גרויסע אסיפות אינדארס, זיכער אז מ'דארף זיך זייפן די האנט, זיכער אז ס'איז נישט גוט צו געבן די האנט כסדר, און זיכער נישט זיך צאמקומען געשטיפט נאכאמאל און נאכאמאל כאילו ס'עקזיסטירט נישט קיין מגיפה.

דאס איז איבעראל אזוי, מהודו ועד כוש, פון נוא זילאנד ביז טעקסאס, חוץ אין די חסידישע וועלט ווי ס'איז כאילו ס'איז בכלל נישט דא קיין מגיפה און עולם כמנהגו נוהג. מ'דארף גארנישט טוהן.

ס'איז שוין דא גענוג אשכולות ווי מ'קען דעבאטירן די נושא און איך עפען נישט אויף די אשכול זיך צו טענה'ן אויב ס'איז גענרעכט אדער נישט. די אשכול איז געווידמעט פאר מענטשן וואס האלטען ווי מיך אז דאס איז א שרעקליכע זאך און א שרעקליכע טעות לדורות וואס די ראשי ומנהיגי ישראל באגייען יעצט.

לעבן און טויט איז נישט קיין קלייניגקייט און נישט קיין מינדערוויכטיגע שיטה. איינער וואס איגנארירט גענצליך די מגיפה און פאדערט נישט כאטש עפעס-- עפעס כדי זיך צו היטן פון די מגיפה איז אינגאנצען אפגעפרעגט אין מיינע אויגן.

אבער ס'איז וויכטיג נישט נאר אראפצורייסן די אלע וואס זענען גורם טויט און חורבן ר"ל, נאר אויך רעדן פון די עיני העדה וואס טוען יא די ריכטיגע זאכן און נעמען די מגיפה מיט א ערענסטקייט.

איך בעט אז מ'זאל האלטען די אשכול צו די נושא.

פאלגענד זענען עטליכע חסידישע און חרדישע רבנים וואס האבן נישט עוקר געווען די פסוקים פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם און וחי בהם ולא שימות בהם און האבן געוויזן אז לעבן איז זיי גענוג טייער אז זיי זאלן גיין קעגן די אלגעמיינע חרדישע שוואנג. כ'בעט מ'זאל צולייגן נאך נעמען, אויב ס'איז דא.

הג"ר אשר ווייס שליט"א
הג"ר אהרן שיף שליט"א
כ'ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א
הג"ר פנחס גולדשמידט שליט"א
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:54 am#460968
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ווי באקאנט איז אין די חרדישע וועלט און בפרט אין די חסידישע וועלט דא אינגאנצען א אנדערע צוגאנג צו די מגיפה פון די גאנצע דרויסנדיגע וועלט. אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז דא חילוקי דעות ווי ווייט מ'דארף זיך היטן און וואס מ'דארף טוהן (צב"ש לאקדאונ'ס, פארשפארן געשעפטן, מאסקעס, וכו' וכו') איז אבער כו"ע מודי אז עפעס דארף מען טוהן. זיכער נישט מאכן גרויסע אסיפות אינדארס, זיכער אז מ'דארף זיך זייפן די האנט, זיכער אז ס'איז נישט גוט צו געבן די האנט כסדר, און זיכער נישט זיך צאמקומען געשטיפט נאכאמאל און נאכאמאל כאילו ס'עקזיסטירט נישט קיין מגיפה.

דאס איז איבעראל אזוי, מהודו ועד כוש, פון נוא זילאנד ביז טעקסאס, חוץ אין די חסידישע וועלט ווי ס'איז כאילו ס'איז בכלל נישט דא קיין מגיפה און עולם כמנהגו נוהג. מ'דארף גארנישט טוהן.

עה, נישט ממש, כ'בין לעצטנס געווען אין א געגנד אין די סטעיטס, די נייטלייף גייט אן מיט'ן פולן טעמפאו, כמעט וואס מ'זעהט נישט קיין מאסקעס..
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:57 am#460970
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:איך בעט אז מ'זאל האלטען די אשכול צו די נושא.

אנדערע הערות קען מען מיר שיקן אין אישי, אדער אין אנדערע אשכולות

----
געעפענט אשכול פאר דעם:
l viewtopic.php?f=3&t=14278 l
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:00 pm#460972
קאסוב'ער רבי
סאסוב'ער רבי פון א"י
מאכנובקא בעלזא רבי
נאוואמינסקער רבי ז"ל
רבי אברהם שארר
רבי יואל אשר לאבין
אדמו"ר מגור
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:02 pm#460974
קאסובער רבי פון ב"פ איז ביי די ערשטע כוואליע געווען פון די שכל'דיגע. אבער איך מיין אז ביי די יעצטיגע כוואליע איז ער פינקט ווי אלע. טוהט גארנישט.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:36 pm#461001
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
באבוב 45?
קלויזנבורג אמעריקא?

איך שטעל א פראגע צייכן ווייל ס'איז מפי השמיעה
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:38 pm#461002
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:קאסובער רבי פון ב"פ איז ביי די ערשטע כוואליע געווען פון די שכל'דיגע. אבער איך מיין אז ביי די יעצטיגע כוואליע איז ער פינקט ווי אלע. טוהט גארנישט.

ס'איז נישט קלאר אז א קליינע רבי ווי דער קאסובער קען טוהן עפעס אליינס אין דער יעצטיגער מצב. ממילא אז רובא דרובא עולם פייפט זיך אן האט ער נישט קיין ברירה. אזוי עכ"פ האבן מיר געזאגט עטליכע אנדערע אין דער מצב וואס האבן בערך די זעלבע מהלך.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:42 pm#461044
ליובאוויטשער רבי שליט"א.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:09 pm#461052
צפור בודד האט געשריבן:באבוב 45?
קלויזנבורג אמעריקא?

איך שטעל א פראגע צייכן ווייל ס'איז מפי השמיעה

קלויזעבורג אמעריקע איז שוין אנגעשפארט פון דריי חדשים פאר קראנא
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:15 pm#461053
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
ביים ערשטן זענן אלע געווען פארשפארט, אפילו ל"ג בעומר, ניין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:30 pm#461058
צפור בודד האט געשריבן:באבוב 45?
קלויזנבורג אמעריקא?

איך שטעל א פראגע צייכן ווייל ס'איז מפי השמיעה

באבוב 45 איז געגאנגען אין ביהמ"ד דאווענען יו"כ ווען ער האט שוין חושד געווען אז ער האט קאראנא. אזוי צו אזוי האט ער א געפאקטע בית מדרש אהן קיין שום זהירות כלל וכלל.

קלויזנבורגער רבי איז לכתחילה געווען גאר זהיר, און קען זיין אז ער אליין איז נאך אלץ נזהר. אבער זיין ביהמ"ד גייט אהן געהעריג אהן קיין שום זהירות כלל וכלל.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:33 pm#461059
לעיקוואד האט געשריבן:
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:קאסובער רבי פון ב"פ איז ביי די ערשטע כוואליע געווען פון די שכל'דיגע. אבער איך מיין אז ביי די יעצטיגע כוואליע איז ער פינקט ווי אלע. טוהט גארנישט.

ס'איז נישט קלאר אז א קליינע רבי ווי דער קאסובער קען טוהן עפעס אליינס אין דער יעצטיגער מצב. ממילא אז רובא דרובא עולם פייפט זיך אן האט ער נישט קיין ברירה. אזוי עכ"פ האבן מיר געזאגט עטליכע אנדערע אין דער מצב וואס האבן בערך די זעלבע מהלך.

איך רעד נישט פון וואס דער קאסובער קען טוהן לטובת הכלל, נאר וואס ער אליין טוהט לטובת עצמו און די מענטשן ארום אים. ער מאכט מענטשן אין זיין ביהמ"ד פילן באקוועם צו גיין מיט א מאסק אויב זיי ווילן? ער געט נישט קיין הענט פאר קיינעם? ער פארלאנגט מ'זאל זיך זייפען?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:00 pm#461067
איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 9:10 pm#461087
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
מנחם ציון האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך
און די היפאקריטיע פון זיך באשיצן אבער לאזן די חסידים אויף הפקר?

אלא מאי, ס'מוז זיין דאס זענען העכער ענינים!
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:24 pm#461093
יעדער איינער וואס איז ווייטער מרביץ תורה און העלפט ארויס יודן בגשמיות וברחניות
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:54 pm#461096
מנחם ציון האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך

דו כאפסט נישט וויאזוי דער רבי קוקט עס אן, דער רבי פארשטייט בכלל נישט וואס א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש האט צו זוכן ביי איהם, ער קוקט אן די חסידים וואס שטופן זיך ארום איהם ווי א באנדע נאראנים וואס דארפן צוקומען צו איהם זיי צו האלטן אויפ'ן דרך הישר אז זיי זאלן נישט ווערן קיין גענגסטערס און דראג-עדדיקטס. מענטשן כאפן באמת נישט וויאזוי רבנים קוקן אן די זאך, איך האב אמאל געפרעגט א געוויסע רב אפאר פון מיינע קשיות, פארשטייט זיך אז אין אנפאנג האט ער מיר פרובירט דוחה זיין בקש, ווען ס'נישט געגאנגען האט ער זיך צולאכט, פארשטייסט דאך יא אן עסק, זאגט ער מיר, דו כאפסט נישט אליינס אז דאס איז אלעס סתם צו האלטן דעם עולם אין די קאטשעניו? ער האט באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי אזא קלוגע מענטש ווי איך קען בכלל גלייבן אין די זאכן. ווען איך בין שפעטער צוריקגעקומען מיט נאך קשיות איז ער שוין געווארן בייז אויף מיר, ער האט געמיינט אז איך טראלל סתם ארום מיט איהם... אזוי פשוט איז עס ביי איהם אז ס'איז אלעס שטותים.

מילא אז זיינע חסידים פילן אז זייער זיך קלאמערן ארום איהם איז זיי וויכטיגער פון סאושעל דיסטענסינג זאל זיין אזוי, די קלוגע מענטשן קומען דאך ממילא נישט, ער איז דאך יא א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש, פארוואס דארף ער ליידן וועגן זייער פערדישקייט?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:15 pm#461101
רבותי, זיך האלטען צו די נושא!!

רבנים און חשוב'ע אידן וואס האבן א וחי בהם צוגאנג.

כ'מיין אז כ'האב געזעהן אז געוויסע היימישע ספרדישע רבנים זענען גוט געוועהן.

הרב מוצאפי?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:22 pm#461106
אז דו בעטסט אזוי שיין וועל איך ענטפערן צום נושא, רבנים בכלליות האבן געוויסע אייגענשאפטן וואס איך רעספעקטיר און אנדערע אייגענשאפטן וואס איך רעספעקטיר נישט, די קאראונע סומאטוכע האט גארנישט געטוישט מיין מיינונג איבער זיי. די אייגענשאפטן וואס האט זיי געפירט יא אדער נישט איינהאלטן די תקנות האבן זיי שוין געהאט פון פריער אויך, ס'האט זיך גארנישט געטוישט וועגן די קאראונע.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 6:53 am#461133
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך

דו כאפסט נישט וויאזוי דער רבי קוקט עס אן, דער רבי פארשטייט בכלל נישט וואס א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש האט צו זוכן ביי איהם, ער קוקט אן די חסידים וואס שטופן זיך ארום איהם ווי א באנדע נאראנים וואס דארפן צוקומען צו איהם זיי צו האלטן אויפ'ן דרך הישר אז זיי זאלן נישט ווערן קיין גענגסטערס און דראג-עדדיקטס. מענטשן כאפן באמת נישט וויאזוי רבנים קוקן אן די זאך, איך האב אמאל געפרעגט א געוויסע רב אפאר פון מיינע קשיות, פארשטייט זיך אז אין אנפאנג האט ער מיר פרובירט דוחה זיין בקש, ווען ס'נישט געגאנגען האט ער זיך צולאכט, פארשטייסט דאך יא אן עסק, זאגט ער מיר, דו כאפסט נישט אליינס אז דאס איז אלעס סתם צו האלטן דעם עולם אין די קאטשעניו? ער האט באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי אזא קלוגע מענטש ווי איך קען בכלל גלייבן אין די זאכן. ווען איך בין שפעטער צוריקגעקומען מיט נאך קשיות איז ער שוין געווארן בייז אויף מיר, ער האט געמיינט אז איך טראלל סתם ארום מיט איהם... אזוי פשוט איז עס ביי איהם אז ס'איז אלעס שטותים.

מילא אז זיינע חסידים פילן אז זייער זיך קלאמערן ארום איהם איז זיי וויכטיגער פון סאושעל דיסטענסינג זאל זיין אזוי, די קלוגע מענטשן קומען דאך ממילא נישט, ער איז דאך יא א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש, פארוואס דארף ער ליידן וועגן זייער פערדישקייט?


רביה"ק, די זעהסט דאס ווי א באוואוסטזיין החלטה ביי די אלע רבי'ס? אדער דאס איז זייער געפיל און ווילן זיך נישט זעהן דערמיט קלאר.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 7:58 am#461135
.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:00 am#461136
איר קענט אפשר טוישן דער קעפל פונעם אשכול ווייל לויט דער קעפל פונעם אשכול וועל איך שרייבן אז איך רעספעקטיר נאך קאראנא
(כ"ה אדמו"ר מבעלזא שליט"א) ואתו עמו רוב חסידישע רביס ורבנים וואס מאכן זיך נישט צו טוען פון אלע סארט קליינע השתדלותן (גרויסע איז עס זיכער נישט זה יוכיח וזה יוכיח (עי' באשכול הקאראנא) וואס איז מוטל בספק אויס ס' העפלט בכלל אויפ'ן חשבון פון סגירת בתי מדרשות וישיבות און גרמת חולי הנפש און כמה אנדערע פראבלעמן וואס ס' האט זיך ארויסגעוויזן... (ואכ"מ)
אבער מה נאמר ומה נדבר בטלה דעתי אצל רוב חברי הק"ש וואס האלטן אז הרב מוצפי מיט דער סטאלינער זיי ווייסן ממש צו טוען דער ריכטיגע זאך אויף זיי האב איך אויף וואס צו ארויפקוקן מה שא"כ דער בעלזער, וואס איז גאר דער רוצח (גיי ווייס פארוואס... ווייל אין בעלזא איז דא 8 טויטע פון קאראנא און אין גער איז דא דער זעלבע אפי' זיי האבן טאפעלט חסידים... אבער יא אבער ניין)

איך מעק אויס דער גאנצע תגובה [עכ"פ דער ערשטע האלב זיכער] אויב מ' טוישט די קעפל פון דער אשכול כאמור...
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 9:00 am#461139
חסידישער_ספקן האט געשריבן:רביה"ק, די זעהסט דאס ווי א באוואוסטזיין החלטה ביי די אלע רבי'ס? אדער דאס איז זייער געפיל און ווילן זיך נישט זעהן דערמיט קלאר.

איך מיין אז ס'איז א ברייטע ספעקטרום, ס'דא וואס זענען מער באוואוסטזיניג דערצו און ס'דא וואס ווייניגער, ס'ווענדט זיך אין וויפיל self awareness דער מענטש האט בכלליות, מ'האט שוין אמאל דא ארומגערעדט דערוועגן. די אופן הנהגה פון רביס, און אופן הפסק פון רבנים ווענדט זיך זייער שטארק אין ווי באוואוסטזיניג זיי זענען דערצו. און בכלל איז ארויסהאבן דעם נקודה א גרויסע שליסל צו פארשטיין וויאזוי רבנות ארבעט, איינמאל מ'האט דאס ארויס פאלן אוועק כמעט אלע קשיות וואס דער עולם דא האט אויף רבנים אין אלגעמיין.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:14 am#461158
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ביים ערשטן זענן אלע געווען פארשפארט, אפילו ל"ג בעומר, ניין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
קיינער האט אויף דעים נישט גענטפערט
איז אמת א ביים ערשטן פאזע זענן אלע (רובו ככולו) געווען פארשפארט? סא וואס איז די טענה יעצט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:36 pm#461174
תפארת האט געשריבן: (גיי ווייס פארוואס... ווייל אין בעלזא איז דא 8 טויטע פון קאראנא און אין גער איז דא דער זעלבע אפי' זיי האבן טאפעלט חסידים... אבער יא אבער ניין)


זאגסט טאך גוט גור וואלט געדארפט האבן אסאך מער זיי זענען דאך טאפלט אזוי גרויס אלא מאי צוליב זייער זהירות האבן זיי די זעלבע ווי די קלענערע בעלזא