Under maintenance
הויפט זייט » דאנעלד טראמפ און קאוויד 19 פענדעמיק.

דאנעלד טראמפ און קאוויד 19 פענדעמיק.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14311
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 12:33 pm#461888
בת קול האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:באבל? וואלן? כ'ווייס נישט... נישט באקאנט. אלענספאלס זאלסט חלילה נישט שטימען פאר דעם שרעקליכער מאסן מערדער, און צורר היהודים, טראמפ ימ''ש. וואויט פארן גראנדיעזער לעבנס רעטער און אפשפארן-ראבינער הער קאומא.

איך האב נישט געוויסט אז קאומו לויפט אנטקעגן טראמפ.
(און איך געדענק נישט אמאל צו האבן פארטיידיגט קאומו)

מיט וואס איז ביידן בעסער ווי קאומא?
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 12:46 pm#461889
קאך_לעפל האט געשריבן:אייגענטליך, אמעריקע קען נישט נאכמאכן אייראפע.
פראנקרייך איז איין גרויסע לאנד פאר זיך, דייטשלאנד, און אזוי ווייטער.
אמעריקע באשטייט פון 50 באזונדערע לענדער, וואס האבן זייער אייגענע רעגירונג געזעצן, רעגולאציעס.
די פעדעראלע רעגירונג קען בלויז אונטערשטיצן די שטאטישע רעגירונגען מיט זאכן אין וועלכע זיי נויטיגן זיך צו באקעמפן די אונטערגאנג.
די סאציאליסטישע גיבערנאטורן, האבן געזאגט אז די פעדעראלע רעגירונג האט געמאכט א פאנומאלע ארבייט.
די אייציגסטע וואס וויינען (מיט א פייג אין די בעק) זענען די ארכי פיינט פונעם פרעזידענט און די צאסיאליסטישע מידיע.

אמעריקא איז 50 באזונדערע לענדער וויבאלד טראמפ האט געזאגט פאר די גאווערנערס אליין צו דיעלן מיטן קריזיס.
אלץ אנפירער האט ער נישט גענומען די מינדסטן אחריות צו העלפן אפשטעלן דעם ווירוס פארשפרייטונג פון איין סטעיט צום צווייטן, אדער דורך האבן א פאראייניגטע פלאן וואס אלע שטאטן דארפן איינפירן.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 12:49 pm#461890
קורקלענד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:באבל? וואלן? כ'ווייס נישט... נישט באקאנט. אלענספאלס זאלסט חלילה נישט שטימען פאר דעם שרעקליכער מאסן מערדער, און צורר היהודים, טראמפ ימ''ש. וואויט פארן גראנדיעזער לעבנס רעטער און אפשפארן-ראבינער הער קאומא.

איך האב נישט געוויסט אז קאומו לויפט אנטקעגן טראמפ.
(און איך געדענק נישט אמאל צו האבן פארטיידיגט קאומו)

מיט וואס איז ביידן בעסער ווי קאומא?

מיט וואס ענדלט ביידן צו קאומו? זיי זענען 2 אנדערע פערזענליכקייטן, מיט מאלטיפל אנדערע פאליסיס, און צענדליגע אנדערע פלענער, אויפן אנדערן זייט פון די דעמעקראטישע ספעקטראם.

די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממאן איז אז זיי רופן זיך ביידע דעמעקראטן.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 12:56 pm#461891
אייראפע איז בעסער.
ביידן איז אנדערש.
טראמפּ איז שלעכט.

פאר א שיעור כללי זענען אזעלכע סטעיטמענטס ווערד. אבער אז איר ווילט מיר אדער סיי וועם איבערצייגן, דארף מען ברענגן דעטאלן. סתם שיסן לאזיגע סטעיטמענטס מאכט אייך נישט גערעכט. שוין דריי בלעטער אבער איר האט נאכנישט ציטירט קיין איין פון אייערע אזוי גערופענע 'פאקטן'.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 12:58 pm#461892
אונטער חכם האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז די טשארט ווייזט עפעס, @גיבור חיל האט גע'טענה'ט אז אמעריקע האט ווייניגער טויטפעלער ווי אנדערע לענדער, האב איך געברענגט די טשארט אז עס איז נישט אמת.

נישט געזאגט אז ס'דא ווייניגער טויטפעלער, געזאגט אז די פאטאליטעט ראטע אין אמעריקע איז גאר נידריג, דאס מיינט לפי די קעיסעס.

דא האסטו די פאטאליטעט ראטע לויט דזשאן הפקינס:
IMG_20201102_115644_208.jpg
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 1:02 pm#461894
וואס מיינט פאטאליטעט ראטע קעגן די קעיסעס? מ'רעדט קעגן אלע קעיסעס וואס האבן געטעסט פאזיטיוו, אפגעזען פון סימפטאמען? אדער נאר קעגן קעיסעס וואס זענען געווען פאזיטיוו מיט סימפטאמען? וואס איז אויב צוויי לענדער האבן אנדערע רעגולאציעס וויאזוי זיי ציילן קעיסעס? וואס איז אויב זיי טעסטן אנדערש?

וואס איך מיין צו זאגן איז אז נומערן זענען כמעט אייביג נאר א חלק פונעם בילד. און מ'קען מיט זיי דרייען וויאזוי מ'וויל.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 1:03 pm#461895
בת קול האט געשריבן:

מיט וואס ענדלט ביידן צו קאומו? זיי זענען 2 אנדערע פערזענליכקייטן, מיט מאלטיפל אנדערע פאליסיס, און צענדליגע אנדערע פלענער, אויפן אנדערן זייט פון די דעמעקראטישע ספעקטראם.

די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממאן איז אז זיי רופן זיך ביידע דעמעקראטן.

איך ווייס נישט וואס ביידענ'ס פלאן איז ווייל ס'איז א סוד ער האלט נישט ביים זאגן וואס ער גייט טון חוץ פרישע לאקדאונס, אדער וואס ער וואלט געטון אנדערש.

וואס די דעמאקראטן קענען האבן מיר אלע געזעהן ביי קאומאו, וואס זיין האנדלונג איז געוועזן א שוידערליכע פאטאלע דיזעסטער, און האט געטון יעדע מעגליכע טעות אין די בוק.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 1:07 pm#461896
קורקלענד האט געשריבן:וואס מיינט פאטאליטעט ראטע קעגן די קעיסעס? מ'רעדט קעגן אלע קעיסעס וואס האבן געטעסט פאזיטיוו, אפגעזען פון סימפטאמען? אדער נאר קעגן קעיסעס וואס זענען געווען פאזיטיוו מיט סימפטאמען?

די טשארט פון דזשאן האפקינס גייט לויט פאזעטיווע טעסטס, כמיין אז ס'איז נישט דא קיין נומערן, און לכאורה אויך נישט מעגליך צו וויסן די נומערן פון וויפיל מענטשן ס'האבן געהאט סימפטאמען.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 1:13 pm#461897
בת קול האט געשריבן:אמעריקא איז 50 באזונדערע לענדער וויבאלד טראמפ האט געזאגט פאר די גאווערנערס אליין צו דיעלן מיטן קריזיס.
אלץ אנפירער האט ער נישט גענומען די מינדסטן אחריות צו העלפן אפשטעלן דעם ווירוס פארשפרייטונג פון איין סטעיט צום צווייטן, אדער דורך האבן א פאראייניגטע פלאן וואס אלע שטאטן דארפן איינפירן.

לאקדאונס? קאנסטוטוציע פארבאט פארן פרעזידענט דאס צו איינפירן, דאס באלאנגט פאר יעדע גאווערנער.
נאציניאלע מאסק מאנדאטן קען ער אויך נישט איינפירן.

וואס יא? שיקן ביליאונען PPE, ביליאונען דאלארן, נעשענאל גארד'ס, שפיטאל בעטן, מיליטערישע שיפן, טעסטינג סייטס, ווענטילעיטערס, און אלעס וואס מען קען דארפן, האט ער טאקע געטון, ווי קאומאו האט זיך טאקע עטליכע מאל ברבים באדאנקט פאר אים פאר זיין שנעלע און אפעקטיווע ריספאנס.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 2:41 pm#461902
Re: דאנעלד טראמפ און קאוויד 19 פענדעמיק.
גבור חיל האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז די טשארט ווייזט עפעס, @גיבור חיל האט גע'טענה'ט אז אמעריקע האט ווייניגער טויטפעלער ווי אנדערע לענדער, האב איך געברענגט די טשארט אז עס איז נישט אמת.

נישט געזאגט אז ס'דא ווייניגער טויטפעלער, געזאגט אז די פאטאליטעט ראטע אין אמעריקע איז גאר נידריג, דאס מיינט לפי די קעיסעס.

דא האסטו די פאטאליטעט ראטע לויט דזשאן הפקינס:
IMG_20201102_115644_208.jpg
אקעי, פארוואס איז די נאמבער בכלל רעלעוואנט?
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 6:19 pm#461917
גבור חיל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס איז למעשה געווארן מיט די שיף וואס ער האט געלאזט שיקן קיין ניו יארק?

דער סיריעל קילער און מאסן מערדער קאומאו וועלכער האט "געראטעוועט" איבער עלף טויזענט עלטערע מענטשן פון איבערלעבן דורכ'ן זיי שיקן צו זייער טויט אין די אינפעקטירטע נירסינג האומ'ס.

האט נאכן אנזייען א שוידערליכע פאניק וואס האט געהאט א גאר שטארקע אפעקט אויף די שפיטעלער, און פארלאנגט צענדליגע טויזענטער ווענטילעיטערס וואס טראמפ האט אים געשיקט, און געשריגן אז ניו יארק גייט זיין אינטערשטעליג מיט פערציג טויזענט בעטן, צוריק געשיקט די שיף נאך א גאנצע חודש, און זיי האבן באהאנדעלט ווייניגער ווי צוויי הונדערט פאציענטן!

קענסט נישט פארדאמען קאומא, אין די זעלבע צייט וואס דו פארטיידיגסט טראמפ.

קאומא איז א לאקאלער גאווענער און האט נישט געדארפט צו וויסן וואס עס קומט אויב ווערט ער נישט אלערמירט פון די פרעזידענט, משא"כ די פרעזידענט האט קלאר געזאגט אז ער האט פונקטליך געוואוסט וואספארא שאדן קאראנע קען אנמאכן אבער ער האט נישט געוואלט אריינלייגן די לאנד אין א פאניק. איצט ביזט בארעכטיגט צו פארטיידיגן זיין שיטה און מהלך, אבער איך מיין אז עס איז זייער סתירה'דיג און איך האלט אז ער האט זייער שלעכט באהאנדעלט די פאנדאמיע.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 6:35 pm#461918
קאומא'ס נורסינג האום פאליסי האט געהויבן ברעמען דעמאלט. ס'איז געווען אומפארשטענדליך פאר יעדן. מ'האט איהם געווארענט. און ער האט זיך אויסגעפיפן. קיינער לייקענט עס נישט חוץ ער.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 6:45 pm#461920
קורקלענד האט געשריבן:קאומא'ס נורסינג האום פאליסי האט געהויבן ברעמען דעמאלט. ס'איז געווען אומפארשטענדליך פאר יעדן. מ'האט איהם געווארענט. און ער האט זיך אויסגעפיפן. קיינער לייקענט עס נישט חוץ ער.

נו, טראמפ'ס באהאנדלונג הייבט אויך אויגן ברעמען שוין די לעצטע 9 חדשים, און נאך איצט, און אים פארטיידיגן אינעם זעלבן מעסעדש פון באשולדיגן קאומא קלעבט פשוט נישט.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 6:48 pm#461921
היכי דמי האט געשריבן:
קענסט נישט פארדאמען קאומא, אין די זעלבע צייט וואס דו פארטיידיגסט טראמפ.

קאומא איז א לאקאלער גאווענער און האט נישט געדארפט צו וויסן וואס עס קומט אויב ווערט ער נישט אלערמירט פון די פרעזידענט, משא"כ די פרעזידענט האט קלאר געזאגט אז ער האט פונקטליך געוואוסט וואספארא שאדן קאראנע קען אנמאכן אבער ער האט נישט געוואלט אריינלייגן די לאנד אין א פאניק. איצט ביזט בארעכטיגט צו פארטיידיגן זיין שיטה און מהלך, אבער איך מיין אז עס איז זייער סתירה'דיג און איך האלט אז ער האט זייער שלעכט באהאנדעלט די פאנדאמיע.

מערץ 4 האט די ווייסע הויז און די CMS ארויסגעגעבן גיידליינס פאר נורסינג האומ'ס, צווישן אנדערע האבן זיי געשריבן אז אינפעקטירטע פאציענטן זאלן נישט אריין געלאזט ווערן.

מערץ 25 האט גאווערנער קאומאו ארויסגעלייגט זיינע גיידליינס און צווישן אנדערע האט ער געשריבן אז קיין שום פאציענט טאר נישט אפגעהאלטן ווערן פון אריינקומען טראץ דעם וואס יענער האט געטעסטעט פאזאטיוו.

דאס האט געברענגט צום טויט פון איבער עלף טויזענט ניו יארקע אלטע מענטשן.

כ'מעג אים פארדאמען?

ווילסט רעדן פון די אומזינסטע פאניק וואס דער האט געשאפן אין שפיטעלער וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל נישט קענען אריין גיין? אדער פון זיין געזעץ אז מען קען נישט האבן קיין טענות נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט אין שפיטאל און ס'נישט דא וועם צו רופן אין געריכט? פון וועלכע חלק פון זיין האנדלונג ווילסטו רעדן? מקען אלעס אויסשמועסן, און עס הילכיג פארדאמען!
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 6:55 pm#461922
מה בכך האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg

קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

שווער צי גלייבן אז דער קאלעכיגע ביידן אדער עני דעמאקראט וואלט עס געהענדלט בעסער .ושנית און ווען ער וואלט עס יא גענומען מיט די גאנצע שטארקייט וואלט מען אים אראפגעריסן אז ער פארשפארט די לאנד און ברענגט אוינטער די עקאנעמי. איך בין נישט דא אים צי פארענפערן ווייל יעדער האלט אז ער האט עס נישט גוט געהענדעלט,און מאן ייאמר אז א צווייטער וואלט געטון בעסער פון אים..?

איך ווייס טאקע נישט אויב א צווייטער וואלט עס בעסער באהאנדעלט, איך בין נישט באשאנקן מיט רוח הקודש, און יעדער קען זאגן וואס ער וויל. איך האלט אז מיין שוויגער וואלט עס די בעסטע באהאנדעלט, איצט פרעג מיר אפ.

איך האלט אז טראמפ האט קלאר נישט באהאנדעלט קאראנע ווי עס דארף צו זיין, און קען זיין אז קאומא אויך נישט, אבער וואס באדערט מיר מער פון טראמפ איז זיין קאלטבלוטיגע רעאקציע, א זאך וואס מען זעהט נישט ביין קיין איינע אנדערע וועלטס פירער. אין א צייט וואס יעדער זוכט וועגן וויאזוי צו סטאפן די ספרעד, זוכט ער עס צו לייקענען, און אפלאכן דערפון.

גלייכט עס צו צו א יערליכע פלו וואס הארגעט דורכשניטליך בערך 30,000-40,000 מענטשן א יאר.
גיבט שטאף פאר זיינע פענס צו לאכן פון די עקספערטן
מאכט ריזיגע ראליס אין א סיטי, וואס אין די זעלבע צייט אינעם זעלבן סיטי זאגן שפיטעלער אפ אמבולאנסן וואס ברענגן קאוויד פאציענטן צוליב מאנגל אין פלאץ.
טוישט מיינונג יעדע פאר טעג.
טראכט פון זיך בעפאר די צענדעליגער טויזענטער אפעקטירטע
וכו. וכו.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 6:57 pm#461923
היכי דמי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:קאומא'ס נורסינג האום פאליסי האט געהויבן ברעמען דעמאלט. ס'איז געווען אומפארשטענדליך פאר יעדן. מ'האט איהם געווארענט. און ער האט זיך אויסגעפיפן. קיינער לייקענט עס נישט חוץ ער.

נו, טראמפ'ס באהאנדלונג הייבט אויך אויגן ברעמען שוין די לעצטע 9 חדשים, און נאך איצט, און אים פארטיידיגן אינעם זעלבן מעסעדש פון באשולדיגן קאומא קלעבט פשוט נישט.

אויף קאומא איז דא קאנצענזוס, ווער ס'זעהט די פאקטן זעהט וואס טוהט זיך. ביי טראמפּ איז עס עפעס נאר די וואס האבן איהם פיינט געהאט מתמול שלשום די וואס זעהן די אומזעהבארע רציחה מצד טראמפּ.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 6:59 pm#461924
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:רבי'ניו, די גאנצע וועלט האט פארשפארט פאר אים, יא האסט גוט געהערט! די גאנצע וועלט. און קיינער האט נישט ארויסגעשיקט וויצלעך אז די גאנצע זאך איז א מידיע האקס...

אמת. און לכבוד דעם האט איינע פון די לענדער געהאט ווייניגער טויטע? למעשה האט יעדער געליטן כמעט אייניג.

אין א שטודיע פון קאלאמביע אוניווערזיטעט (איך האב געברענגט א לינק דא אין איינע פון די אנדערע אשכולות) שרייבן זיי אז די לאקדאון אין ניו יארק האט רעדוצירט די פארשפרייטונג ביי 70%!
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:04 pm#461925
די טראמפסטערס קען מען ממילה נישט טוישן זייער מיינד ווייל סאיז א דיסארדער. טראמפ קען טון וואס ער וויל און זיינע חסידים וועלן נאכאלטס פארפירן אז ער האט גוט געטון. אייגענטליך טראמפ פארשטייט אליינס צו זיינע חברה ער האט אליינס געזאגט אז ער קען שיסן איינעם אויף פיפט ענוועניו און זיינע חסידים וועלן נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט.

און ליידער איז עס אמת...
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:09 pm#461927
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך קען נאר זאגן איין זאך . ווען די פרעזידענט איז ווען באראק אבאמא און ער פירט זיך ווען אויף אזוי ווי טראמפ האט געטון אקוראט, וואלטן די טראמפיסטען אזוי מין געשימפעט אז ס'וואלט געגאנגען א רויעך !!

יא יא, נאך מער, פרעזידענט טראמפ אליינס וואלט געהאט בעסערע עדווייס ווען ער זיצט אין די טראמפ טאוער אין מאנהעטן און קען איינטיילן פאר די פרעזידענט וואס צו טוהן אזויווי ביי עבאלע.

eblA2.jpeg

ebla.jpeg
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:10 pm#461928
אנטי-טראמפערס קען מען אויך נישט טוישן ווייל ס'איז א דיסארדער, אפילו ווען טראמפ זאל ראטעווען א מענטש'ס לעבן אויף פיפטע עוועניו וואלט זיי איהם נאכאלץ געהאסט.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:11 pm#461929
גבור חיל האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:

מיט וואס ענדלט ביידן צו קאומו? זיי זענען 2 אנדערע פערזענליכקייטן, מיט מאלטיפל אנדערע פאליסיס, און צענדליגע אנדערע פלענער, אויפן אנדערן זייט פון די דעמעקראטישע ספעקטראם.

די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממאן איז אז זיי רופן זיך ביידע דעמעקראטן.

איך ווייס נישט וואס ביידענ'ס פלאן איז ווייל ס'איז א סוד ער האלט נישט ביים זאגן וואס ער גייט טון חוץ פרישע לאקדאונס, אדער וואס ער וואלט געטון אנדערש.

וואס די דעמאקראטן קענען האבן מיר אלע געזעהן ביי קאומאו, וואס זיין האנדלונג איז געוועזן א שוידערליכע פאטאלע דיזעסטער, און האט געטון יעדע מעגליכע טעות אין די בוק.

ביידנס פלאן איז צו פאנדן אז מען זאל קענען עפענען safely. אויב געלט איז די צוריקהאלט פון נעמען זיכערהייטס מאסנאמען, וועט דאס פארגרינגערן.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:13 pm#461930
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אנטי-טראמפערס קען מען אויך נישט טוישן ווייל ס'איז א דיסארדער, אפילו ווען טראמפ זאל ראטעווען א מענטש'ס לעבן אויף פיפטע עוועניו וואלט זיי איהם נאכאלץ געהאסט.

דיסעגרי.

איז דא איד וואס באדאנקט אים נישט פאר רובאשקין? קען זיין אז דאס איז נישט גענוג א שטארקע סיבה פאר די אנטי טראמפערס אים צו שטיצן, אבער אים אויסלויבן און בארימען וועסטו זעהן ביי די שטארקסטע אנטי טראמפערס אין אונזער קאמיונטי.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:15 pm#461931
היכי דמי האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
339535c0-8371-4e8c-863f-77370ca8e0b4-Trump_tweet.jpg

קיק אויפן דאטום ...
נישט צום גלייבן וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט

שווער צי גלייבן אז דער קאלעכיגע ביידן אדער עני דעמאקראט וואלט עס געהענדלט בעסער .ושנית און ווען ער וואלט עס יא גענומען מיט די גאנצע שטארקייט וואלט מען אים אראפגעריסן אז ער פארשפארט די לאנד און ברענגט אוינטער די עקאנעמי. איך בין נישט דא אים צי פארענפערן ווייל יעדער האלט אז ער האט עס נישט גוט געהענדעלט,און מאן ייאמר אז א צווייטער וואלט געטון בעסער פון אים..?

איך ווייס טאקע נישט אויב א צווייטער וואלט עס בעסער באהאנדעלט, איך בין נישט באשאנקן מיט רוח הקודש, און יעדער קען זאגן וואס ער וויל. איך האלט אז מיין שוויגער וואלט עס די בעסטע באהאנדעלט, איצט פרעג מיר אפ.

איך האלט אז טראמפ האט קלאר נישט באהאנדעלט קאראנע ווי עס דארף צו זיין, און קען זיין אז קאומא אויך נישט, אבער וואס באדערט מיר מער פון טראמפ איז זיין קאלטבלוטיגע רעאקציע, א זאך וואס מען זעהט נישט ביין קיין איינע אנדערע וועלטס פירער. אין א צייט וואס יעדער זוכט וועגן וויאזוי צו סטאפן די ספרעד, זוכט ער עס צו לייקענען, און אפלאכן דערפון.

גלייכט עס צו צו א יערליכע פלו וואס הארגעט דורכשניטליך בערך 30,000-40,000 מענטשן א יאר.
גיבט שטאף פאר זיינע פענס צו לאכן פון די עקספערטן
מאכט ריזיגע ראליס אין א סיטי, וואס אין די זעלבע צייט אינעם זעלבן סיטי זאגן שפיטעלער אפ אמבולאנסן וואס ברענגן קאוויד פאציענטן צוליב מאנגל אין פלאץ.
טוישט מיינונג יעדע פאר טעג.
טראכט פון זיך בעפאר די צענדעליגער טויזענטער אפעקטירטע
וכו. וכו.

קענסט צולייגן אז ער וויל פייערן פאוטשי נאכן עלעקשאן. (ער טוהט עס נאר נישט יעצט, ווייל ער האט מורא ער וועט פארלירן וויילער איבער דעם)
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:22 pm#461932
גבור חיל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:נאכגעקיקט דעם טוויט. ער שרייבט אויך be honest and do the job איים סארי אוודאי האט ער געהאלטן דעמאלטס אז מען דארף פארשפארן די גאנצע וועלט האט שוין פארשפארט דעמאלטס Mar 18 קאם אן מען! און יא Mar 11 איז געווען שפעט האלב בארא פארק האט עס שוין געהאט דעמאלטס ...

ער האט געזאגט אז סאיז א media האקס

יעצט גיימיר קוקן די פאקטן אביסל...

די יוראפעישע פאראיין וואס נעמט אריין 26 לענדער האט פארשפארט אירע גרעניצן מערץ 17.
יונייטעד קינגדאם האט אנגעהויבן טרעוול ריסטריקשנס אזוי שפעט ווי אנהייב יוני.

בנוגע ביידענ'ס טוויט, ער שרייבט אין די טוויט מערץ 18, אויף א טוויט פון טראמפ איבער אפשפארן די גרעניץ מיט כינע: Stop the xenophobic fear-mongering.

בנוגע די האוקס.

AP פעקט טשעק סנאפס וואשינגטאן פאוסט און פעקט טשעק האבן אלע באשטעטיגט אז ער האט קיינמאל נישט אנגערופן דעם וויירוס אליינס א האוקס!

דא האסטו זיינע ווערטער:
"Now the Democrats are politicizing the coronavirus, you know that right? Coronavirus, they’re politicizing it. We did one of the great jobs. You say, ‘How’s President Trump doing?’ They go, ‘Oh, not good, not good.’ They have no clue. They don’t have any clue. They can’t even count their votes in Iowa. They can’t even count. No, they can’t. They can’t count their votes.
"One of my people came up to me and said, ‘Mr. President, they tried to beat you on Russia, Russia, Russia.’ That didn’t work out too well. They couldn’t do it. They tried the impeachment hoax. That was not a perfect conversation. They tried anything. They tried it over and over. They’d been doing it since you got in. It’s all turning. They lost. It’s all turning. Think of it. Think of it. And this is their new hoax."

ביידענס רעספאנס פון Stop the xenophobic איז נישט געווען אויף די לאקדאון, (און דאכט זיך אויך נישט קיין טוויט) ער האט עס געזאגט ביי א ראלי אויף די דזשזענערעל לידערשיפ פון טראמפ, וזה לשונו:

Biden, Jan. 31: America needs a president they can trust, especially at times of a crisis. You know, we have right now a crisis with the coronavirus, emanating from China. A national emergency, you know, worldwide alerts. The American people need to have a president who they can trust what he says about it, that he is going to act rationally about it. In moments like this, this is where the credibility of a president is most needed, as he explains what we should and should not do. This is no time for Donald Trump’s record of hysteria, xenophobia – hysterical xenophobia – and fearmongering to lead the way instead of science.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:34 pm#461933

טו בי האנעסט: איך האב איצט געטראפן די טוויט פון ביידען, איך זעה איך בין געווען ראנג.

דאס איז זיין טוויט מארטש 18: Stop the xenophobic fear-mongering. Be honest. Take responsibility. Do your job.

א רעפליי צו טראמפ וואס שרייבט: I always treated the Chinese Virus very seriously, and have done a very good job from the beginning, including my very early decision to close the “borders” from China - against the wishes of almost all. Many lives were saved. The Fake News new narrative is disgraceful & false!

איך ווייס נישט פון ווי עס נעמט זיך אז ער האט געמיינט די טרעוועל רעסטריקשענס, ער האט לכאורה געמיינט דאס אז ער רופט עס 'טשיינע וויירוס' און אויף זיין דזשענערעל באהאנדלונג.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:34 pm#461934
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אנטי-טראמפערס קען מען אויך נישט טוישן ווייל ס'איז א דיסארדער, אפילו ווען טראמפ זאל ראטעווען א מענטש'ס לעבן אויף פיפטע עוועניו וואלט זיי איהם נאכאלץ געהאסט.

סארי, דאס איז נישט אמת. איך רעכן מיך נישט פאר א טראמפ האסער - אפשר יעצט יא... אבער ביז די פענדעמיק האב איך געהאלטן ער טוט גאנץ א פיינעם דזשאב. אבער ווען מען קוקט אויף די זאך אנע נגיעות זעהט מען קלאר אז ער האט פארנאכלעסיגט טייערע צייט, גאר טייערע צייט, און זיך אויפגעפירט ווי א קינד!! זאגן אויף א וויירוס וואס בוזשעוועט אין די וועלט מאסן מענטשן שטארבן אין טשיינע איטאליע איראן, און דער פרעזידענט זאגט it's gonna disappear.... סיריעסלי?
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:35 pm#461935
היכי דמי האט געשריבן:
ביידענס רעספאנס פון Stop the xenophobic איז נישט געווען אויף די לאקדאון, (און דאכט זיך אויך נישט קיין טוויט) ער האט עס געזאגט ביי א ראלי אויף די דזשזענערעל לידערשיפ פון טראמפ, וזה לשונו:

Biden, Jan. 31: America needs a president they can trust, especially at times of a crisis. You know, we have right now a crisis with the coronavirus, emanating from China. A national emergency, you know, worldwide alerts. The American people need to have a president who they can trust what he says about it, that he is going to act rationally about it. In moments like this, this is where the credibility of a president is most needed, as he explains what we should and should not do. This is no time for Donald Trump’s record of hysteria, xenophobia – hysterical xenophobia – and fearmongering to lead the way instead of science.

קוק איבער מיינע ווערטער, איך האב געשריבן אז ער האט עס געזאגט אויף די טרעוול בען אויף כינע, און ער האט עס יא געזאגט אין א טוויט, דא האסטו דעם טוויט.

c1fad7bf-0c29-457f-aa0d-6a9f372d6871 (1).jpg
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:38 pm#461936
קאצקע ציקער האט געשריבן:אבער ווען מען קיקט אויף די זאך אנע נגיעות זעהט מען קלאר אז ער האט פארנאכלעסיגט טייערע צייט גאר טייערע צייט און זיך אויפגעפירט ווי א קינד!!

פון וועלכע טייערע צייט רעדט איר?

מען האט שוין גערעדט דא דאכציך מיר איבער די טרעוול בענס וואס איר האט געזאגט אז טראמפ האט געמאכט שפעטער ווי יעדעם, און למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געמאכט גאר פרי...

זייט אייך ביטע מער מסביר.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:42 pm#461937
בת קול האט געשריבן:
ביידנס פלאן איז צו פאנדן אז מען זאל קענען עפענען safely. אויב געלט איז די צוריקהאלט פון נעמען זיכערהייטס מאסנאמען, וועט דאס פארגרינגערן.

טראמפ שיקט שוין פאר א וויילע גרויסע געלטער פאר שטאטן זיך צו קענען צוריק עפענען נארמאל.
מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 7:47 pm#461938
גבור חיל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אבער ווען מען קיקט אויף די זאך אנע נגיעות זעהט מען קלאר אז ער האט פארנאכלעסיגט טייערע צייט גאר טייערע צייט און זיך אויפגעפירט ווי א קינד!!

פון וועלכע טייערע צייט רעדט איר?

מען האט שוין גערעדט דא דאכציך מיר איבער די טרעוול בענס וואס איר האט געזאגט אז טראמפ האט געמאכט שפעטער ווי יעדעם, און למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געמאכט גאר פרי...

זייט אייך ביטע מער מסביר.

איך וועל דיר ענטפערן איין סימפל זאך אפשר וועט עס אריינגיין אין אייער קאפ.
דו קענסט מיר מסביר זיין פארוואס פורים איז אנגעגאנגען כאילו לא היה אין ניו יורק און אלע בדחנים האבן געמאכט וויצלעך אויף קאראנא ? איין תירוץ איז דא ווייל טראמפ די פרעזידענט שטעלט דעם טאן פון לאנד געווענליך און אז ער שיקט ארויס טוויטס אז די וויירוס איז א פשוטע פלו האט דער עולם געלאכט אין די פויסטן דערפון ווי לאנג מען האט נישט געהערט לוויות...

וואלט ווען טראמפ געווען אחריותדיג און געגעבן א פרעסע קאנפרענץ א וואך פריער און געזאגט רבותי ס'הערשט א מגיפה אין די גאסן . מען דארף נישט פאניקן נאר אז מען קען בלייבן אינדערהיים זאל מען בלייבן אינדערהיים . וואלטן דעפיניטלי אסאך יודן נאך געווען בתוכינו
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 12:41 pm#462047
מיר האבן פערזענליך גערעדט מיט רבנים און ניו יורק והגלילות, און עטליכע האבן מיר פארציילט אז זיי האבן פארמאכט די שוהלן נאך די בקשה פון די רעגירונג, אויף מיין פראגע צו דער גאווערנער אדער מעיאר? האבען זיי געזאגט אז ניין ס'איז געווען פונעם פרעזידענט'ס אפיס.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 12:52 pm#462050
Thanks for proving my point
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:24 am#462197
מאנכע זאגן אז ביידן זינט זיך דערקלערן אלס געווינער האט געמאכט א ראַלי און ס'איז נישט געווען נישט קיין מאסקעס און נישט קיין דיסטענסינג. אין אנדערע נייעס האט ט נ''י אנאנסירט אז ס'גייט שוין נישט זיין קיין לאקדאון'ס ווייל די סייענס זאגט אז ס'ארבעט נישט.

מורא'דיג אינטערסאנט וויאזוי די סייענס און פאליטיק ארבעטן אזוי שיין צוזאמען האנט ביי האנט. זעהט אויס ביידן האט יא א פלאן.....
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:28 am#462198
אוי וויי, דאס איז ממש א קאטאסטראפע. איך האב געמיינט אז ווען די וואלן וועט זיין פאריבער וועט מען כאטש קענען צוריקגיין רעדן וועגן קאראונע, אז די קאראונע גייט צוזאמען מיט די וואלן פון וואס וועט מען יעצט רעדן? כ'האב מורא אז מ'וועט דארפן צוריקגיין צו די פלעסטיק בעגס...
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:59 pm#463013
ווייסע הויז באאמטע זאגן אז מען קען ערווארטן צו אנהייבן געבן די פייזער וואקסין אויף דעצעמבער 11
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:54 pm#463064
מה בכך האט געשריבן:ווייסע הויז באאמטע זאגן אז מען קען ערווארטן צו אנהייבן געבן די פייזער וואקסין אויף דעצעמבער 11

דר. ראבערט רעדפילד דירעטאר פון די סי.די.סי. זאגט אז די קאראנע וויירוס וואקסין וועט שוין זיין צו באקומען ביים אנהייב פון דעצעמבער
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 3:49 pm#463118
מזל טוב
אמעריקא האט דערגרייכט דעם העכסטן צאל קאוויד-19 קרבנות מיט די ביטערע ציפער פון העכער 2,000 אין איין טאג.

דאס איז איין קרבן יעדע 40 סעקונדעס.

ארום 170,000 זענען געווארן אנגעשטעקט מיט'ן וויירוס.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 4:03 pm#463197
היינטיגע צייטן רעדט מען שוין נישט פון די צאל טויטע, היות עס הערט זי שוין נישט אזוי שרעקעדיג ווי אפאר חדשים צוריק, פארוואס בארואיגן דעם עולם אז זאכן גייען צום בעסערונג, אז מען קען אנזייען פאניק?
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 4:33 pm#463201
אזויווי מען האט געהערט די לעצטע פאר חדשים פון טראמפ און זיינע מענטשן אז קאוויד ענדיגט זיך נאוועמער 3 און איצט האלט מען שוין עטליכע וואכן נאכדעם, און מען זעהט נישט קיין שום פארבעסערונג דערווייל ה"י, ווייסט איינער צו מען האט אפגעשטופט די דאטום צו א שפעטערדיגע טאג? עסקינג פאר א פרענד.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 4:59 pm#463202
אזויווי די רעזולטאטן פון די וואלן זענען אפגעשטיפט געווארן, אזוי אויך איז די עקספייערעישאן פון קאוויד אפגעשטיפט געווארן.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 11:20 am#463282
איך ווייס נישט פונקטליך וואו עס באלאנגט, אבער כ'האב אפגעפונען אן אינטערעסאנטע ארטיקל, וואס איז שוין יעצט פארמעקט, איבער קאראונע.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 12:17 pm#463294
גבור חיל האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך וואו עס באלאנגט, אבער כ'האב אפגעפונען אן אינטערעסאנטע ארטיקל, וואס איז שוין יעצט פארמעקט, איבער קאראונע.

געוואלט ציטירן ישר כח פארן ארויפלייגן.
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 10:54 pm#463885
מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 1:53 pm#464217
שטודיעס צייגן אז טראמפּ'ס וואונדער מעדעצין היידראקסיקלאראקווין רעדוצירט האספיטאליזאציע ריזיקע מיט 84% אויב מ'געבט עס גענוג פרי! די AMA האט מיט בזיונות צוריק געצויגן אויף זייער דערקעגנדע רעקאמענדאציע. פארשטייט זיך אז די פרעסע פילט נישט פאר וויכטיג אז די עולם זאל דערפון וויסן....

אין אנדערע נייעס. ס'נאך אלס נישט דא קיין סייענטיפישע שטודיע וואס צייגט אז מאסקעס ארבעטן. איז אבער היינט ארויסגעקומען א שטודיע וואס צייגט אז ס'מאכט גרעסער די ריזיקע!
דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 7:33 pm#464517
קורקלענד האט געשריבן:שטודיעס צייגן אז טראמפּ'ס וואונדער מעדעצין היידראקסיקלאראקווין רעדוצירט האספיטאליזאציע ריזיקע מיט 84% אויב מ'געבט עס גענוג פרי! די AMA האט מיט בזיונות צוריק געצויגן אויף זייער דערקעגנדע רעקאמענדאציע. פארשטייט זיך אז די פרעסע פילט נישט פאר וויכטיג אז די עולם זאל דערפון וויסן....

אין אנדערע נייעס. ס'נאך אלס נישט דא קיין סייענטיפישע שטודיע וואס צייגט אז מאסקעס ארבעטן. איז אבער היינט ארויסגעקומען א שטודיע וואס צייגט אז ס'מאכט גרעסער די ריזיקע!

טראמפ'ס וואונדער מעדעצין? זינט ווען איז טראמפ א סייענטיסט וואס מאכט מעדעצינען, און נאכדערצו אזא וואונדערבארע מעדעצין? וואלסט געמעגט דערמאנען אלע טאלאנטפולע סייענטיסטן און דאקטורים וואס זיצן שעות אויפצוקומען מיט א היילונג אנשטאטס טראמפ.

די סיבה וואס עס איז נישט באריכטעט געווארן אין די פרעסע איז ווארשיינליך ווייל עס איז א פאלשע נייעס... איך האב געזעהן אז ראש לימבא האט עס דערמאנט, אבער עס איז נישט באשטעטיגט געווארן אלס קראנט.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 8:55 pm#464520

הייסט ווען טראמפ זאגט עפעס נאך פון די דאקטורים קומט אים קריטיק, און ווען ס’שטעלט זיך ארויס אלץ ריכטיג האט עס גארנישט מיט אים, נאר מיט די דאקטוירים.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:07 pm#464522
אויף מעדיצין בין איך פּונקט אַזאַ מבין ווי טראָמפּ, אָבער דאָ שרײבט מען אַז די נײעס איז פאַלש.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:28 pm#464523
די טיטל 'טראמפּ'ס וואונדער מעדיצין' איז ערשאפן געווארן דא אין שטיבל דורך איינער פון די לינקע ניקס. איך האב אדאפטירט די לשון פון יענעם.

די נייעס וואס איך האב געשריבן בשם די AMA איז ווי ס'שיינט נישט אמת. אבער די אנדערע חלק אז ס'איז דא א סייענטיפישע פאפיר אז ס'איז שטארק ווירקזאם (אזויווי טראמפּ האט געראטן) איז יא אמת. סייענס ווערט באשטעטיגט ַדורך די אינטערליגענדע פאקטן און מציאות, נישט דורך עפעס א קארופטירטע ארגענעזאציע וואס רעפרעזענטירט ניטאמאל א פינפטל פון אלע דאקטוירים.
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:28 pm#464976
א שעפערישע פאוסט פון א גרעפיקער אויף וויאזוי די 'שפיל' וועט זיך טוישן אין2021 נאך וואס ביידען וועט זיין פרעזידענט.....
update.png

update2.png
מיטוואך יאנואר 13, 2021 5:35 pm#465573
קורקלענד האט געשריבן:מאנכע זאגן אז ביידן זינט זיך דערקלערן אלס געווינער האט געמאכט א ראַלי און ס'איז נישט געווען נישט קיין מאסקעס און נישט קיין דיסטענסינג. אין אנדערע נייעס האט ט נ''י אנאנסירט אז ס'גייט שוין נישט זיין קיין לאקדאון'ס ווייל די סייענס זאגט אז ס'ארבעט נישט.

מורא'דיג אינטערסאנט וויאזוי די סייענס און פאליטיק ארבעטן אזוי שיין צוזאמען האנט ביי האנט. זעהט אויס ביידן האט יא א פלאן.....

שוין, מ'דארף שוין נישט די וואקסין...

איך ווייס נישט צו די נייע "אנטדעקונגען" קומען ווייל זיי האלטן אז די אימפיעטשמענט וועט דורכגיין צו ווייל מ'האלט שוין סתם אזוי באלד ביי יאנואר 20, בכל אופן איז עס א שטיק לצנות.